אנווייזונגען פאר די נסיעה קיין מירון

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

אנווייזונגען פאר די נסיעה קיין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

שטייענדיג יעצט עטליכע טעג פאר אידן איבער אמעריקא לאזן זיך ארויס לציון קודש הקדשים פון רבי שמעון בר יוחאי, ווען מען גייט וויילן אין מירון און זיך אויסבעטן אלעס גוט ביים בעל ההילולא, וויל איך אצינד איבערשמועסן עטליכע נקודות מיטן ציבור.

אלעמאל ווען מען קומט אין א נייע לאנד, א פרעמד ארט, איז פאראן זאכן וואס מען מוז זיך צוגרייטן פון פריער, ווייל מען קען באדויערן אויב מען פארגעסט עס, ווי אויך מוז מען געדענקען קריטישע אינפארמאציע איבער דעם לאנד. למשל, אין ארץ-ישראל אויב פארגעסט איר א האנדטוך צו גיין אין מקוה, זענט איר דאן א פארלוירענע, ווייל אין די מקוואות אין ארץ-ישראל גיבט מען נישט קיין האנדטוכער, אזוי זענען פאראן צענליגע דגמאות וואס מען מוז וויסן ווען מען פארט אויפן יארצייט פון רבי שמעון.

איך וויל דערפאר עפענען אן אשכול וואו דער עולם זאל זיך דורכשמועסן וואס עס איז וויכטיג צו וויסן ווען מען פארט. טיילט מיט אייער עקספיריענס פון אייער באזוך, אדער סתם אזוי פראקטישע אנווייזונגען וואס מען דארף וויסן פארנדיג קיין ארץ-ישראל.

אויך לאמיר הערן פון אייך בכלליות, ווי אזוי איר פלאנט אויסצושטעלן אייער באזוך דאס יאר, וואו וועט איר קודם גיין און וואו דערנאך, א.א.וו.
אריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריאל »

הרב משה בראנסדארפער, מורה צדק פון חסידות, תולדות אהרן אין ירושלים, האט ארויסגעגעבן א פסק הלכה, אז ס'איז פארבאטן אויף כהנים ארויף צו גיין צום בארג מירון.

כדאי אויפמערקזאם מאכן, כהנים וועלכע זענען מחמיר אויף זיך, און פלאנירן צו פארן קיין מירון, זאלן זיך נאכפרעגן אויף דעם פסק.
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע:עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלונימער »

אריאל האט געשריבן: הרב משה בראנסדארפער, מורה צדק פון חסידות, תולדות אהרן אין ירושלים, האט ארויסגעגעבן א פסק הלכה, אז ס'איז פארבאטן אויף כהנים ארויף צו גיין צום בארג מירון.

כדאי אויפמערקזאם מאכן, כהנים וועלכע זענען מחמיר אויף זיך, און פלאנירן צו פארן קיין מירון, זאלן זיך נאכפרעגן אויף דעם פסק.

נישט תולדות אהרון,נאר תולדות אברהם יצחק.דער זון פון הרה"ג ר' מאיר זצ"ל,ווער איז געווען האב"ד פון קהילת תולדות א"י.דער תולדות אהרון רבי שליט"א פארט קיין מירון אויף זיין הדלקה פונקט ווי פריערדיקע יארן.עס איז נישט א פסק פון בד"ץ העדה החרדית און שייך נאר פאר כהני תולדות אברהם יצחק.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

הרה"ג ר' יצחק ראזענבלאט שליט"א מו"ץ עדה החרדית און ר"מ ברסלב האט אפגעשריבן א לענגערן ביאור להיתר, איך גלייב אבער אז דער אשכול איז נישט געעפנט געווארן צו דעבאטירן דעם נושא וואס ווארשיינליך איז עס א ריין פאליטשיער נושא, לאמיר זיך האלטן צו וואס ידידינו "זיס" האט פארלאנגט פון אונז, און לאמיר גיבן ניצבארע טיפס פאר די וואס פארן.

ס'לוינט זיך נישט צו פארן מיט קיין פריוואטע אויטא קיין מירון, נוצט די באסעס.

ס'איז דא אין די הארדווער סטאר'ס קאנווערטערס פאר עלעקטעריק, אויב ווילט איר איינשטעקן אייער לעפטאפ, שער מאשינדל וכו'.

האנדטוכער, אין די אונגארישע מקוה קען מען פאר א האלבן שקל באקומען א האנדטוך...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע:ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

גראדער האט געשריבן:
ס'לוינט זיך נישט צו פארן מיט קיין פריוואטע אויטא קיין מירון, נוצט די באסעס.



די ווערטער "ס'לוינט נישט" איז היפש פארמינערט דעם פראבלעם.

פאראיאר בין איך צום ערשטן מאל געווען אין מירון אויף ל"ג בעומר. אונזער דארטיגער באגלייטער האט אונז אנגעזאגט אז מיר זאלן בשום אופן נישט נעמען קיין אייגענעם קאר. כ'האב נישט פארשטאנען פארוואס. אבער אנקומענדיגע אהין, דערזעענדיג דעם באלאגאן, איז שוין אלעס קלאר געווארן...

בכלל אויב פארט מען קיין ארץ ישראל ארומצופארן אין אלע מקומות, איז בעסער צו נעמען א טעקסי ווי איידער צו נעמען אן אייגענעם קאר, סיי ווייל די דארטיגע קענען יעדן שפאלט און טרעפן אויפן וועג פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן וואס אליינס באמערקט מען דאס נישט, און סיי צוליב דער סטייל פון דרייוון דארטן, וואס איז פחדים נוראים.

פארשטייט זיך אז עס איז גוט צו באשטעלן א טעקסי נאך ווען מען איז דאהי אין אמעריקע, אזוי קען מען קלאר אויסשטעלן די פלענער, סיי דעם סקעדזשועל און סיי די פינאנציעלע חשבונות וויפיל אלעס גייט קאסטן.

ס'איז גוט זיך נאכצופרעגן ביי די וועלכע זענען שוין אמאל געפארן, אזוי אז מען זאל נישט אריינפאלן מיט א פוילן דרייווער און מיט איינעם וואס קען זיך נישט אויס.

עפעס א "ברענד נעים" איז מיינעך מאטי קרויס, אדער עפעס אזוי, כגעדענק נישט געהעריג זיין נאמען.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע:ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

פארגעסט פון נארמאלע קאווע אין ארץ ישראל. מיר זענען איינגעשטאנען אין מאה שערים אויף רחוב יונה, און מ'האמער גראדע יא געטראפן איין איינציגע געשעפטל וואס האט געהאט נארמאלע קאווע, דער געשעפט הייסט "קאפע עספרעסא". אבער למען ה'קארטאפל האט ער נישט געהאט קיין דעקלעך, און מ'האמער געמוזט אויסטרינקען דעם קאווע פארנט פון יענעמס נאז.
לעצט פארראכטן דורך עס עפעס אום זונטאג אפריל 25, 2010 11:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע:ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

ווי פריער געשריבן, זענען מיר איינגעשטאנען אין מאה שערים. עס איז דא איין "דעלי" אין מאה שערים וועלכע האט אמעריקאנער-סטייל טונא סענדוויטשעס, אייער סענדוויטשעס און אייער שפייז. דער געשעפט הייסט "חטיבה". ערב שבת האבן זיי אלע מאכלי שב"ק.

אויף נאכטמאל קענט איר ווארטן ביז נאך מעריב דאווענען... עפעס אזא משוגעת איז דא ביי די דארטיגע אידן.

די ירושלימער אידן גייען שלאפן "טויזנט אזייגער" און זיי פלאפלען הויעך ביז אין דער נאכט אריין, סאו גרייט אייך אן "עיר-פלאגס" צו קענען איינשלאפן...
לעצט פארראכטן דורך עס עפעס אום זונטאג אפריל 25, 2010 11:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

עס עפעס האט געשריבן: די ירושלימער אידן גייען שלאפן "טויזנט אזייגער" און זיי פלאפלען הויעך ביז אין דער נאכט אריין, סאו גרייט אייך אן "עיר-פלאגס" צו קענען איינשלאפן...


דאס קומט וויילך זיי זענען זייער מקפיד אויף שינת צהרים וואס איז אויך וויכטיג צו וויסען
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

גראדער האט געשריבן: ס'לוינט זיך נישט צו פארן מיט קיין פריוואטע אויטא קיין מירון, נוצט די באסעס.

...


איך וויל בעטן אויב איינער קען קלארער מסביר זיין פארוואס נישט.

למשל איך זיץ יעצט מיט פיבער רח"ל, אבער איך פארמאג שוין א טיקעט קיין מירון. איך האף אז ביז דעמאלס וועל איך שוין שפירן גוט, אבער מיין פלאן איז אז אויב איך וועל זיך נישט גוט שפירן וועל איך פארן מיט א פריוואטע טעקסי און נישט מיטן באס...

אויב עס לוינט נישט וויל איך פארשטיין קלארער פארוואס...
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

עס עפעס האט געשריבן: פארשטייט זיך אז עס איז גוט צו באשטעלן א טעקסי נאך ווען מען איז דאהי אין אמעריקע, אזוי קען מען קלאר אויסשטעלן די פלענער, סיי דעם סקעדזשועל און סיי די פינאנציעלע חשבונות וויפיל אלעס גייט קאסטן.

ס'איז גוט זיך נאכצופרעגן ביי די וועלכע זענען שוין אמאל געפארן, אזוי אז מען זאל נישט אריינפאלן מיט א פוילן דרייווער און מיט איינעם וואס קען זיך נישט אויס.



ווייסט איינער וואו מען באשטעלט טעקסי'ס פון אמעריקא?

און אויך ווי אזוי זיי ארבעטן?
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע:ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

פריער שוין געשריבן דעם נאמען "מאטי קרויס". כהאב שוין פארלוירן זיין נומער, אבער איך גלייב אז יעדער וואס איז נאר אמאל געפארן, וועט וויסן צו זאגן אינפארמאציע איבער אים.

איך וואלט נישט געזאגט אז ס'איז א פראבלעם אנצוקומען קיין מירון מיט א טעקסי, ווייל די דארטיגע דרייווערס קענען זיך יא אויס און ווייסן וויאזוי צו פארן און זיך אומצוגיין דארטן. דער פראבלעם איז נאר אויב נעמט מען ארויס א קאר און מען דרייווט אליינס, דאן ווערט מען פארכאפט אין א טרעפיק און באלאגאן.

אגב, איך ווינטש דיר א רפואה שלימה. איך וואלט געראטן אז דו זאלסט פארן אפילו אויב דיין פיבער הערט זיך נישט אויף, ווי נאר דו וועסט אראפטרעטן פונעם עראפלאן, וועט זיך דיין פיבער אויפהערן...

ביזט מסתמא נערוועז, דאס ערשטע מאל קיין מירון און דו ווייסט נישט וואס צו ערווארטן, סאיז נארמאל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע:ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

עמיצער האט מיר געבעטן ארויסצושרייבן, אז מען ברויך אכט געבן וועלכע הכשר מען נעמט אריין אין מויל, ווייל יעדע זאך שטייט דארטן אין לשה"ק (בעסער געזאגט, עברית...) און מען מיינט אז אלעס איז מיט די עדה'ס הכשר.

אגב, לויט וויפיל איך בין אנגעקומען צו זעהן, זענען נישטא קיין רעסטוראנטן אין מאה שערים אן די הכשר פון עדה החרדית.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

איך מיז אייך זאגן, הרב"עס עפעס" און הרב " גראדער" אז מיר זענען מחולק מיט אייך אויף 100 פערצענט, עס איז נישט דא קיין באטעמטערע זאך ווי זיך ארויסצידינגען א קאר, תיכף ביים עירפארט, און עס האלטן ווי די לאנג די געפינטס'דיך דארט און עס ציריק ברענגען ביים אהיים פארן,
עס קימט נישט אויס טייערער ווי נעמען א טעקסי, נאר אדרבה ביליגער,
ביסט דיין אייגענער בעב"ת פאר דיר, גייסט ווען די ווילסט , ווי די ווילסט,
דינג דיר א GPS פאר נאך א פאר דאללער, קימסטי רואהיג אן אינעם גאנצען לאנד,
וועגן פארן קיין מירון איז אויך אינגאצען נישט קיין פראבלעם, מען פארקט אין איינע פון די פארקינג לאטס, און עס איז דא באסעס יעדע פאר מיניט,וואס טראגן ארויף דעם עולם , אימזיסט ביז ווי מען קען פארן, א קיצור פון מיין עקספיריענס, איז עס א לכתחלה יא צי דינגען,
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט אז די פארסט אליינס, דעמאלטס איז עס מסתם נישט באטעמט, אבער אז די גייסט מיט נאך א פאר אינגעלייט, צי אפילו מיט דיין אידינע איז לענ"ד לית טב מיניה
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

היות איך פאר יעצט די ערשטע מאל (עס עפעס, ווי אזוי האסטו דאס געוויסט?), און איך פאר אליין, האב איך מיר אויסגעשטעלט א סדר הנסיעה. אבער וויבאלד עס איז מיין ערשטע מאל וויל איך הערן דעם חות דעת פונעם ציבור אויף מיין סדר הנסיעה:

איך פאר ארויס פון אמעריקא מיטוואך זיבן אזייגער ביינאכט, דער פלוגער מאכט א סטאפ אין פילידעלפיע, און עס לאנדעט אין ארץ-ישראל אום דריי-דרייסיג נאכמיטאג.

לויט מיין פלאן וועל איך נעמען א טעקסי קיין ירושלים, לפי ההשערה וועל איך אהין אנקומען בערך 5:30, איך וויל צוגיין צום כותל (איך בין נישט פון די מקפידים), זיין דארט בערך א שעה און דערנאך ארויפפארן אויף צפת, וואו איך וועל וויילן אויף שבת (אגב; וואו איז ענדערש צו זיין שבת, אין מירון אדער אין צפת? - אויף ביידע ערטער פארמאג איך וואו צו זיין).

אויפן וועג קיין צפת (אויב דאס וועט זיין מיין החלטה סופית), וועט מען מאכן א סטאפ אין מירון, שלום נעמען פון רבי שמעון, און דערנאך ממשיך זיין קיין צפת, דארט וועט מען אנקומען בערך 10:30, מען וועט זיך גיין צולייגן.

אינדערפרי וועט מען גיין דאווענען, דערנאך וועט מען פוקד זיין די ציונים אין צפת און באזוכן די אלטע בתי מדרשים אין אלט-שטאט (ווי אזוי מען וועט גיין? - כ'ווייס, מ'וועט ארומגיין, פרעגן און מ'וועט שוין אנקומען...)

נאכמיטאג וועט מען זיך גיין טובל זיין אין מקוה אר"י, באזוכן ר' לייב בעל היסורים, שבת אין צפת איז דאך שבת אין צפת, דארט ווארט מיר אפ א שבת התאחדות פון תלמידי וחסידי "וואט עווער דע נעים איז" (אין מירון האב איך אויך אזא שבת, איך קען זיך אויסקלויבן וועלכע איך וויל).

(דרך אגב; די סיבה פארוואס איך בין נוטה אויף צפת, איז ווייל מירון הערשט מסתמא אן אנלויפעניש און א געדרענג, און אין צפת איז מסתמא מער רואיגער, אבער איך ווייס נישט און איך בין גרייט צו הערן פונעם עולם...)

תיכף מוצאי שבת נאך הבדלה וועט מען פארן אויף מירון, דארט וועט מען וויילן פאר די קומענדיגע מעת-לעת (וואס טוט מען מיט די וואכן קליידער? - זאל איך עס מיטנעמען אין מירון און עס אראפלייגן אין א וואונקל? - ווי אזוי גיבט מען זיך דארט אן עצה?)

ביים אנקומען וועט מען תיכף אריינגיין אין מערה אויסזאגן תהילים, ביים ענדיגן וועט מען ארויסגיין טאנצן, און דערנאך זיך וואשן אויף מלוה-מלכה. ביז וואס וואו ווען, וועט שוין זיין אינדערפרי, דעמאלס וועל איך זיך שטעלן דאווענען.

נאכן דאווענען און עסן פרישטאג, וועט מען נאכאמאל אריינגיין אין מערה און אויסזאגן תהילים, און דאן ארויסקומען טאנצן. פון דארט אין ווייטער וועט עס פארן אן קיין פלאן, מען וועט שוין טרעפן וואס צו טון.

זונטאג נאכט וועט מען איבערשלאפן אין צפת (אדער אין מירון). לויטן שאצונג וועט מען אויפשטיין שפעט, מען וועט זיך שטעלן דאווענען, און דערנאך וועט מען זיך ארויסלאזן אויף טבריה.

מאנטאג וועט מען פארברענגען אין טבריה, מען וועט שוין פרעגן דעם דרייווער וואו מען ברויך גיין דארט. שפעט נאכמיטאג וועט מען אנקומען קיין ירושלים.

מען וועט אנקומען קיין ירושלים מאנטאג ביינאכט, מען וועט גיין דאווענען מעריב און זיך לייגן שלאפן. פארטאגס וויל איך נאכאמאל באזוכן דעם כותל.

דינסטאג פארטאגס וועט מען דאווענען ביים כותל, דאן וועט מען גיין צו שמעון הצדיק, אויב עס וועט מעגליך זיין וועט מען ארויפגיין אויפן הר-הזתים, און גלאט אזוי זיך ארומדריען אין עיר-הקודש ירושלים.

מיטוואך וועט מען זיך ארויסלאזן אויף קבר רחל, מערת המכפלה, עין גדי, ים המלח, ועוד. מען וועט צוריקקומען נעכטיגן אין ירושלים.

דאנערשטאג וועט מען ארומגיין באזוכן קרובים וועלכע וואוינען אין ירושלים, בית-שמש. נאכמיטאג וועט מען ארויספארן אויף בני-ברק, וואו מען וועט וויילן אויף שבת, ביי איינע פון די רבי'ס מיט וועמען איך האלט א קשר.

זונטאג אינדערפרי וועט מען ארויספארן קיין לוד, וואו מען וועט נעמען דעם פלוגער קיין ניו יארק.

לאמיר הערן פונעם עולם וואס דער עולם זאגט צו מיין נסיעה.
אריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריאל »

נאך לאנגע ייארן פון פארנאכלעסיקייט ביים ציון פון ר' שמעון, צוליב די 5 הקדשים וועלכע האבן זיך געפלעגט בלויז אמפערן צווישן זיך אויף די חזקה אויפן ציון, און נישט אריין געטון קיין פינגער אין קאלט וואסער לכבוד ר' שמעון'נען. האט מען סוף כל סוף געמאכט אן ארדענונג און אריבערגעפירט די באהערשונג אויפן ציון צו געטרייע הענט. אריין געלייקט שווערע געלטער אויף צו רעמאנטירן דעם מקום קדוש, ווי עס פאסט צו זיין. און די ארבעט איז נאך נישט פארענדיקט.

דא קאנט איר זען די פנים חדשות פונעם ציון:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... rum_id=771
אוועטאר
TAG
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

די באסעס פון חברת אגד וואס פירן אפ רוב עולם קיין מירון זענען גוטע מערסעידיס באסעס און עס קומט אן די נענסטע וואס שייך. מיט א קאר דארף מען פארקן אהיבשע פאר מייל ווייט פון מירון און נעמען פון דארט א באס.

דיסקלעימר: חברת אגד איז מחלל שבת. מערסעידיס איז א דייטשע קאמפעני.

די סקווירא מקוה אין ירושלים (רחוב הטורים) שטעלט יא צו האנדטוכער.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

פון עקספיריענס קען איך זאגן אז פארן מיט א קאר -סיי פריוואט און סיי מיט א טעקסי- קיין מירון איז נישט סתם שלעכט נאר 'געפערליך' מיט אלע מפרשים,
"ספעציעל אויב פארט מען מוצאי שבת (אזוי ווי 'זיס' גייט טוהן) אום היי יאר ווען ל"ג בעומר איז מוצ"ש", און ספעציעל ווען זיי האבן געמאכט דעס יאר שינוים אז די פארבאט פון קארס איז אויסגעברייטערט געווארן צו סאך א גרעסערע זאונע,

אין די לעצטע פאר יאר איז די הויפט כביש וואס פירט צו מירון געווען אפגעשלאסן פון די לעצטע רעמפ וואס ברענגט אריין פון צפת ביז נאך די געיגנט פון מירון פאר סיי וועלעכע קאר אדער באס חוץ אגד אן קיין אויסנאם און דאס יאר נאכמער אפילו די גרויסע רבנים קענען אויך נישט דורכפארן מיט די קארס נאר מיזן אריבערגיין צו ספעציעלע שאטעל באסעס,

און אפילו קומען מיט א קאר אדער טעקסי ביז די פלאץ ווי סאיז אפגעשלאסן קען מען אויך נישט, קודם כל ווייל ספשוט נישט דא קיין פלאץ צו פארקן, אפגערעדט פון א פארקונג לאט נאר אפילו סתם אין די זייט פונעם ראוד איז נישט דא קיין פלאץ חוץ אז די ווילסט וואקן כמעט א מייל ווייט (בלי גוזמא), און צווייטענס ווייל דארט וועט דיך קיין 'שום' אגד באס נישט ארויפלאזן סיי ווייל סאיז פיל (מיט שטייענדע מענטשן) און בעיקר ווייל צוליב סעקיוריטי טשעקן די משטרה דורך די באסעס ביים לעצטן סטאפ אין צפת (וואס דאס איז היפש ווייט פון די פלאץ ווי די כביש ווערט אפגעשלאסן) און זיי זיגלן צו די טיר פונעם באס מיט א ספעציעלע סטיקער ממילא ווען די באס קומט אן צו יענעם פלאץ קען מען שוין נישט ארויפגיין,

סאו אויב ביזטו אין צפת אויף שבת נעם גראד די אגד באס פון איינע פון די הויפט סטאפס דארט און סוועט נעמען די שנעלסטע, זיי גערישט אויף שווערע טרעפיק אבער דאס איז די בעסטע וואס איז שייך,

בעיקר פועל אויס אלעס גוטס און ברענג די ריכטיגע השפעות פאר כלל ישראל און די ישועה שלימה במהרה.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

זיס, ישר כח פארן מיך נעמען א נסיעה קיין מירון.

אפשר איבער איאר וועסטו קומען דא איבערגעבן ווי אזוי עס איז געווען, און דאן וועל איך פארן.

דרך אגב, שרייבסט אז דו וועסט שוין פרעגן אין צפת ווי צוגיין,
דאזענט ווארק דעט וועי, איך מיין זאלסט אלעס פארויס פרעגן, אדער גיין מיט א טור.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

עס עפעס האט געשריבן: פארגעסט פון נארמאלע קאווע אין ארץ ישראל. מיר זענען איינגעשטאנען אין מאה שערים אויף רחוב יונה, און מ'האמער גראדע יא געטראפן איין איינציגע געשעפטל וואס האט געהאט נארמאלע קאווע, דער געשעפט הייסט "קאפע עספרעסא". אבער למען ה'קארטאפל האט ער נישט געהאט קיין דעקלעך, און מ'האמער געמוזט אויסטרינקען דעם קאווע פארנט פון יענעמס נאז.


איך האב א חבר און א"י וואס איך דארף אים שיקען טעיסטער טשאוס קאווע ווען איך האב א שליח, איך האב אים נעכטן אויך געשיקט 3 באטלעך, ווייל ער איז פון אמעריקע און קען זיך נישט ציגעוויינען צו די קאווע דארט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

לכבוד מיין נסיעה היי יאר קיין מירון אי"ה ברענג איך ארויף דעם אשכול.


איך בין געפארן אויך פאר יאר קיין מירון. איך האב אבער נישט געזען דעם אשכול פאר יאר.

איך בין פאריאר געווען שבת אין ירושלים, און זיך ארויסגעלאזט מיט די אייגענע קאר קיין מירון מוצ"ש שפעט ביינאכט. אנגעקומען קיין מירון בין איך פארטאגס אזוי אז עס נישט געווען קיין גרויס טרעפיק.

היי יאר איז די פלאן אי"ה צו וויילן אין מירון אויף שבת. פרייטאג וויל איך גיין צו די מקומות הקדושים אין צפת און טברי'. איך האב געהערט אז פרייטאג איז אויך דא גרויס טרעפיק אפילו פון צפת/טברי' קיין מירון, קען דאס איינער באשטעטיגן ווייל איך וויל וויסן ווי שטארק איך דארף זיך צואיילן קיין מירון.

בנוגע האנטוכער, אין דושינסקיא מקוה אויף רחוב שמואל הנביא איז דא פיינע האנטוכער. און אגב, די מקוה דארט איז הערליך שיין און באקוועם, איך ווייס נישט צי דא אין אמעריקע איז פאראן אזא מקוה. איך בין געגאנגען אהין ערב שבת. איין זאך דארף מען געדענקן ווען מען גייט אהין, אז מען טאר נישט רעדן אין מקוה. יא עס גייט קולות, שא שא אווי אין ביהמ"ד ביי שמו"ע...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'איז אמת אז פרייטאג נאכמיטאג איז דא א גרויס טרעפיק אויפן וועג קיין מירון, עס איז בכלל נישט קיין גוטע פלאן ארום צו לויפן פרייטאג נאך חצות היי יאר אין צפת - טברי',
אז דו ווילסט דוקא ארום לויפן פרייטאג מהיכי תיתי, אבער זיי צוריק אין מרון למעה"ש נישט שפעטער ווי 2 נאכמיטאג, וואס שפעטער אלץ שווערער די וועג אריין,

ווילסט א מאדנע סקעדשול אויף שבת?
לאמיר דיר פארלייגן:
שלאף פרייטאג נאכמיטאג געהעריג א שינת צהרים,
מ'דאוונט קבלת שבת סיי ווי ביי סיי וועלכע מניען, עס איז נישט ראטזאם צו דאווענען אויבן אין מערה ס'איז פארשטופט און נישט מוסדר, מ'עסט א סעודה, נאך די סעודה גיי ארויף אין די מערה, לערן אביסל חומ"ר, זוהר, מעניני דיומא, נעם דיך צום תהילם זאג אויס גאנץ תהלים, וועט דאך שוין ווערן ותיקין, דאוונען שחרית ליינען מוסף ותיקין דארט אין די מערה גאנץ א בא'טעמט'ע מנין, ענדיגסט דאוואנען גיי צו דיין אכסניא, מאך קידוש עס אביסל, לייג דיך אנידער א גוטע פאר שעה, שטיי אויף מיטאג, עס די סעודה, כאפ א שפאציר ארום דעם ישוב, כאפ א דרימל, לערן א אידיש ווארט, מנחה ש"ש, וכו' וכו',

אזוי מיטן תהלים שבת ביינאכט נאך חצות ביסטו מסודר דעם חלק התהלים רואיגערהייט, און זיך אויסגעגעבן דעם חלק התפלה, און ס'איז דא פלאץ שעפטער ל"ג בעומר פארן חלק השמחה,
איך האב מקדים געוועהן ס'איז א מאדנע סקעדשול, אבער סיי ווי סיי זענען די צייטן מיטן זייגער פארדרייט, ממילא ותיקין איז בערך 5'ע פארטאג'ס בערך 10'ע אדער 11'ע אמעריקאנער צייט, קומט אויס אז מ'לייגט זיך שלאפן שבת נאך נץ די געהעריגע צייט וואס מ'דארף שלאפן געווענדליך,
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שקויעך שאץ פאר דעם סדר היום, עס וועט מיר צוניץ קומען אי"ה.

בנוגע דאס ארומפארן פרייטאג, האסטו מיר דערמאנט, איך מיין אז עס איז אויך אן ענין נישט צו גיין אויף א בית החיים עש"ק נאך חצות, גערעכט?

איך האב אבער א שטיקל פראבלעם ווייל איך קום שוין צוריק אהיים זונטאג אויפדערנאכט און דאנערשטאג בין איך אין ירושלים עיה"ק, במילא קומט מיר נישט אויס קיין צייט פאר צפת און טברי' חוץ פרייטאג.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3350
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

פארענדיג צום ערשטן מאל אויף ל"ג בעומר שחל להיות במוצאי שבת, וויל איך וויסן וואס דער עולם האלט ווי ס'לוינט זיך צו וויילן אויף שבת קודש.

מיינע אפציעס זענען דריי, ווי פאלגענד:

1. אין אתרא קדישא מירון, ווי אונז האמיר די מאדנע(? פארוואס?) סדר פון שאץ מאץ.
פארוואס איך בין מסופק דערין איז צוליב דעם וואס ווי איך הער הערשט דארט א גרויסע באלאגאן, אלעס איז זייער אנגעלייגט (און אסאך דערפון איז נישט פון די היימישע משלנו'ניקס), ובפרט די חלק השלאפן איז מער אויף א בחור'ישע אופן (חוץ אויב מ'גייט מיט א חבורה).

2. אין צפת עיה"ק, ווי איך האב שוין א לאנגע צייט א תאוה צו וויילן דארט אויף שבת קודש, אריינשעפען פון די הייליגע אויר זך, ארום שפאצירן אין די אלטע געסאלעך און זיך באקענען פון דערנאנט מיט די אלטע בתי מדרשים וכו'.
און דאס האט א מעלה אז מ'איז אין גליל, און באלד נאך שבת קען מען זיך אריבערכאפן קיין מירון מיטהאלטן און אנקומען אין צייט.

3. ירושלים עיר הקודש. א חבר מיינער רעדט מיר שטארק צו צו וויילן אין ירושלים, וואס א שבת אין ירושלים קען קיינמאל נישט גיין ראנג, און ס'איז דא וואס צו טון די גאנצע טאג ארום די זייגער, און מוצאי שבת איז דא ווי צו פארברענגן דארט, ספעציעל די וואך, (מלוה מלכה ביים טאלנע'ר רבי'ן - א טעם גן עדן!, הדלקות ביי חסידישע הויפן, נשמת און ויתן לך ביים כותל) און הערשט אינמיטן נאכט ארויספארן קיין מירון, ווי מ'קומט אן פארטאגס צו רבי שמעון כוותיקין.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע:אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

פשיאאאא.....
דער עולם פארט דא אין גרויסן צום כותל...
אויפריכטיג דו פארסט אפשר אויך צום כותל?
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

פון וואו נעמסטו אז דער עולם פארט אין גרויסן צום כותל?

ניין, איך פאר צו ר' שמעון, נישט צום כותל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”