יהיה כן האט געשריבן:
דער בנין על קבר הרשב"י במירון האט געבויעט רבי אברהם גאלנטי וועלכער איז געווען בימי האר"י ומגדולי תלמידי הרמ"ק (החיד"א בשם הגדולים מערכת א')
דער היינטיגער בנין, איז שוין נישט דער ארגיענעלער, פון ציון (רבי אלעזר) [בנו רבי יוסי] און ווייטער, נאר צוגעבויט אביסל מער ווי הונדערט יאהר צו-ריק.
איך קום שוין היי יאר ווי א שירעם נאכ'ן רעגן, אבער משום אל תמנע טוב מבעליו, שטעל איך דא ארויף א גוטע ליסטע מיט נוצבארע אנווייזונגען פאר די וואס מאכן א חאלאקע אין מירון, וואס איך האב פריער באקומען אויף אימעיל.
אבני שיש האט געשריבן:
איך קום שוין היי יאר ווי א שירעם נאכ'ן רעגן, אבער משום אל תמנע טוב מבעליו, שטעל איך דא ארויף א גוטע ליסטע מיט נוצבארע אנווייזונגען פאר די וואס מאכן א חאלאקע אין מירון, וואס איך האב פריער באקומען אויף אימעיל.
דרך אגב, די איזרעאליס האבן ליב צו שרייען, פאדערן, מאכן א מצב און געבן דיר א שלעכטן געפיל, דערשרעק זיך נישט פון זיי, און ווער נישט איבערגענומען מיט רחמנות געפילן וואס קען דיר קאסטן די הויזן...
אויב דו נעמסט א מונית-טעקסי, און דו זעסט ער איז א ארנטליכער און נארמאלער מענטש, נעם זיין נומער, עס קען צוניץ קומען. נישט פארגעסן צו בעטן אנשטעלן די מיטער-מונה, ווייל זיי קענען גוט באגנבענען...
רחוב מאה שערים, א נייע בעקערי, ברוקלין, ער האט היימישע חלות בטעם אמעריקע... אבער איך גלייך בעסער בריזל'ס סחורה... געשמאק און היימיש.
ווער עס וויל נישט נוצן די לעקטער פון די מדינה הטמאה אום שבת קודש ווי די פסק פון רוב פוסקי דורינו אז עס איז חילול שבת ממש, (ר' חיים קניעבסקי) כ'האב געפרעגט א דיין דארט. ער האט מיר ערקלערט די הארבקייט דערפון... איז דא א גמ"ח פון שבת לעמפלעך, אויף רחוב דוד ילין 21 (2 גאסן ארויף פון זכרון משה שטיבלאך) ס'קאסט 7 שקל, א לעמפל א שבת, ער איז חזון איש'ניק, א טייערער איד וואס טוט דאס לשם מצוה, ער האט אויך שער מאשינדלעך, קינדער בעטעלעך, מאטראצן...
פונקטליך האט געשריבן:
נישט גיין אין אלטשטאט פרייטאג נאכמיטאג, ס'איז א מקום סכנה.
פון וואו נעמסטו דאס?
פרייטאג מאכמיטאג איז די מארק זייער ביזי אין די אראבישע קווארטל, אבער אין די אידישע קווארטל איז פונקט ווי די גאנצע וואך.
איך לייג צו אן אויסצוג פון מיין 'טאג-בוך' אין ירושלים, וויאזוי מיר זענען אין א פרייטאג נאכמיטאג פארפלאנטערט געווארן אין אראבישע געגענטער און זיך דערזען ארומגערינגעלט צווישן די טויזנטער אראבישע מאסן, ווי פאלגענד.
...דערנאך האבן מיר באשלאסן צופארן צום הר הזתים, פוקד זיין דעם ציון הק' פון אור החיים הקדוש זי"ע, און פון די אנדערע צדיקים מפורסמים וואס ליגן דארט. דער דרייווער אונזערער האט אבער געמאכט אן אומוועג און האט אונז אריינגעפירט קיין מזרח ירושלים, וואו עס וואוינען פול מיט אראבערס. קומענדיג נאנטער צום הר הזתים איז דער וועג ממש געווען בלאקירט דורך די טויזנטער אראבערס וועלכע האבן ארויסגעשטראמט פונעם גרויסן מעטשעט וואס שטייט אויפן מקום המקדש. ווי זיי פירן זיך יעדן פרייטאג צו קומען אהין אין די טויזנטער. שטייענדיג דארטן אין טרעפיק א שיינע פאר מינוטן האבן מיר אנגעהויבן גוט צו ציטערן, סוכ"ס געפינען מיר זיך אן אומפריינטליכע געגנט, און דא קומען און גייען מאסען אראבערס, טייל מיט בלוט דורשטיגע אויגן ר"ל. ווידער דער וועג וואס פירט אראפ צום הר הזתים איז נאך אלס געווען שטארק אנגעלייגט מיט צענדליגער באסעס פון די אראבערס. זייענדיג אונטער א שטארקער פחד האבן מיר בלית ברירה מוותר געווען צו גיין צום ציון הק' פון אור החיים, און געהייסן דעם דרייווער פארקירעווען דעם קאר צוריק קיין ירושלים, וואו מיר זענען דורכגעפארן נעבן די חומת עיר העתיקה אויף צפון זייט וואו עס געפינט זיך שער שכם. אבער ווי גייט דער ווערטל אז עס איז באשערט צו טאנצן טאנצט מען. וועלנדיג זיך ארויסזען וואס שנעלער פון די אראבישע געגנט, האט דער דרייווער געוואלט אויסמיידן דעם טרעפיק אויף די הויפט שטראז, איז ער אנשטאט דעם אריינגעפארן אין א לאקאלער געסל נעבן דעם הויפט ראוד, און מיר זענען פריש געבליבן געשטראנדעט נעבן א פארנומענער אראבישער מארק פול מיט אראבערס. מיר זענען געווארן שרעקליך דערשראקן, און נאר געוואלט אז דער קאשמאר זאל זיך שוין ענדיגן, אבער דאס האט געדויערט א שיינע פאר מינוטן וואס האבן אויסגעקוקט ווי שעות. כ'האב אינמיטן עטליכע מאל געפרעגט דעם דרייווער אויב ס'איז נישט קיין מקום מסוכן, אבער ער האט מיר נישט געוואלט ענטפערן. ער איז קענטיג אויך געווען דערשראקן. ענדליך האט זיך דער מיני באס וואס האט אונז בלאקירט אוועקגעפארן, און מיר זענען ווייטער געפארן פאמעליך ביז מיר האבן זיך ארויסדערזען פון דעם קלאפאטע, און לייכטער אפגעאטעמט. בשעת מעשה האבן מיר געזען גאר אסאך שטארק רעליגיעזע אראבערס מיט זייער טראדיציאנאלע מוסולאמענישע טראגע און מיט פולע בערד, טייל מיט אויפגערייצטע פענימער אזש ס'האט זיך אונז גארנישט פארגליסט ארויסצוקוקען פון פענסטער. דער דרייווער קוקענדיג אויף די חיות בצורות אדם האט זיך געהאלטן אין איין אונטערמורמלען: "זה הם רעים מאוד"... מער האט מיר נישט אויסגעפעלט! די אנדערע מיטרייזענדע זענען כאטש געזעצן פון אונטען און זענען געווען פארדעקט אונטער א פורהאנג, אבער איך, בין געזיצן ווי א שיינער איד פון פארענט און זיך באגעגנט מיט זייערער טיפ-האסיגע שפיזיגע בליקן, אז ס'איז ממש געווען שרעקליך, כ'האב פשוט געשוויצט פאר פחד ואימה. אבער אלעס ענדיגט זיך אמאל... כ'האב בשעת מעשה גראדע יא באמערקט איין אינטערעסאנטע זאך אז נעבן שער שכם איז אנגעבליך דער "מערת צדקיהו", וואו דער לעצטער מלך יהודה צדקיהו איז אנטלאפן פון ירושלים און דערנאך געכאפט געווארן געווארן דורך די בבלי'שע סאלדאטן. (עי' רש"י יחזקאל פרק י"ב פסוק י"ג) צו דער מערה איז קראנט צו נישט האבך נישט מברר געווען. אבער פארט האב איך געקענט מסיח דעת זיין פונעם טויט שרעק וואס איז אונז באפאלן. ווי נאר מיר זענען ענדליך פטור געווארן פון די קאשמארישע מאמענטן, זענען מיר געפארן קיין אלט שטאט, אריינגעפארן דורך שער יפו און צוגעפארן ביז צום "רובע היהודי", וואו מיר האבן באצאלט דעם טעקסי און דארט אויסגעשטיגן.
אלזא איך ראט מ'זאל טאקע אויסמיידן אזעלכע קאשמארן און נישט פארן צום הר הזתים אום פרייטאג, כאטש עס שטייט סגולות צו זיין ביים ציון פון אור החיים הק' ערב שבת קודש, אבער אין אלט שטאדט קען מען רואיג שפאצירן, אריינפארנדיג דורך שער יפו אדער שער ציון.
מירונער האט געשריבן:
אלזא איך ראט מ'זאל טאקע אויסמיידן אזעלכע קאשמארן און נישט פארן צום הר הזתים אום פרייטאג, כאטש עס שטייט סגולות צו זיין ביים ציון פון אור החיים הק' ערב שבת קודש, אבער אין אלט שטאדט קען מען רואיג שפאצירן, אריינפארנדיג דורך שער יפו אדער שער ציון.
איך קום קיין א"י מיטוואך דער פלאן איז געווען צו זיין גאנטץ דאנערשטאג אין מירון און פרייטאג אויף הר הזתים א גוטע 2 שעה און מוצ"ש אהיים - אבער מה עשה הקב"ה איך האב נישט געקענט טרעפען א פלייט צריק ביז זינטאג