וואלט איר אפשר אראפ געברענגט דעם מראה מקום וואו אב"ד ישראל והזמנים פסק'ט אזוי.
מיר ליגט אין זכרון אז בס' מקדש ישראל הל' בין המצרים שרייבט ער דעם היתר, אבער נאר אין פאל וואס איינער פארט אויפן וועג אין וויל נישט איינשלאפן איז ער מתיר,
צייטליך שקויעך פארן ארוטערברענגן דעם פסק פון אב"ד ישראל והזמנים. ופשוט הוא לכאורה.
שטארק זיך: וואס שטעלסטו צו מיט אזא פשטות, בין המצרים דא אהער צו ספירה...סא גאנץ געטואכצץ אין די פוסקים, צו בין המצרים איז נלמד קיין ספירה, ווייל דארט איז עס א דין אין אבלות, און דא ביי ספירה איז עס מחמת ס'איז ימי דין, עי' במנחת אלעזר, ובשערי תשובה דארט ביי הל' תש"ב.
און אז מען רעדט שוין, איז וויכטיג אנצומערקן אז די היתר צו הערן בימי הספירה מוזיק, איז "גענוי די זעלביגע ווי א גאנץ יאר" ודו"ק.
לאמיר נישט צו ווייט פארקריכן, אבער כדאי צו וויסן אז אין הלכה ווערט נישט דערמאנט כלל אז מ'טאר נישט באנייען קיין בגדים אין ספירה, בשעת קינד און קייט שרייט אז מען טאר נישט באנייען אין ספירה. (אפי' די אחרוני הפוסקים ווי דער מג"א, אדמוה"ז, משנה ברורה וכדו' דערמאנען אויך גארנישט דערפון), נאר וואס יא, אין די מנהגים ווערט געברענגט (דאכט זיך פון תרומת הדשן) אז ס'איז דא אזא ענין, אבער להלכה ווערט דאס נישט דערמאנט.