כ'האב געטראכט אז אפשר איז פיינענסען אנדערש, ווייל דו האסט א בעלות אויפ'ן קאר. אלענספאל ווי קען מען טרעפן קלארע אינפארמאציע וועגען דעם וואס די געזעצן זענען אין NYC.
היינט איז שוין באמת נישט קיין פראבלעם. ווייל ס'איז באמת מער נישטא קיין ריסוירס-טשעק, ד.ה. אז אמאליגע צייטן האט מען נישט געטארט האבן קיין סעיווינגס מער פון 2,000 און א קאר האט נישט געטארט זיין ווערט מער פון בערך 9 אלפים. אבער די דאזיגע געזעץ איז שוין נישט אין אפעקט בערך צוועלף יאהר.
היינט איז די געזעץ אז די קאר פונעם העד-אף-האוזהאלד און אזוי אויך די קאר פון יעדן אין די משפחה וואס איז עלטער פון 18 יאהר אלט ווערט נישט גערעכנט. נאר אויב האט מען איבריגע קארן דאן רעכנט מען יא די ווערט דערפון. ד.ה. אז אויב די איבריגע קאר איז ווערט מער פון וויפיל עס איז ערלויבט (איך האב נישט די נומער און ס'איז באמת נישט נוגע למעשה), דאן איז מען מער נישט עלידזשעבל פאר סנע"פ.
די איינציגסטע פראבלעם וואס קען נאר זיין, און דאס איז נוגע די זעלבע פאר ליעסען, איז די סכום וויפיל מען צאלט חודש'ליכע פעימענטס פארן קאר אפצאל אויב דאס שטומט אינעם בודזשעט.
דאס איז א גרינגע וועג צו ריסערטיפייען פאר די וואס קומען נאך געוויסע קריטעריעס אנע דארפן אויספילן די געווענליכע לאנגע פארום
זייענדיג איינעמס אפטרופס האב איך באקומען דעם IVRS פארום, יענער איז עלידזשעבל דערפאר לויט די פארשריפטן אבער מאיזה סיבה זאגט די IVRS האטליין אז ער קען נישט נוצן דעם סערוויס, נישטא קיין אפציע צו רעדן צו א לעבעדיגן מענטש אויפן ליין דו טו קאוויד...
איינער ווייזט ווילאנג בערך ס'נעמט פאר די אפיס צו פראסעסן א נייע אפליקאציע אין ראקלענד קאונטי? און וואס זייער טעלעפאון נומבער לאקאל איז?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
1. איז דא אזא זאך ווי דארפן צוריקצאלן פוד סטעמפס? 2. דארף איך זאגן פאר די גאוו. אז איך בין שוין נישט עלידזשיבעל, אדער פלעין נישט ריסעריפייען?
מער קלארער. איך האב אפלייעט פאר פ.ס. פאריאר ווען איך בין געווען עלידזשיבעל לויט מיין דעמאלטסדיגע אינקאם, יעצט בין איך לכאורה נישט עלידזשיבעל וועגן דעם האב איך קיינמאל נישט ריסעריפייעד, זיי הערן נישט אויף צו סטראשענען אז איך גיי שוין נישט באקומען קיין פ.ס. אבער דערווייל שיקן זיי נאך יעדע חודש.