נוסח התפילה לשבת ויו"ט

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

נוסח התפילה לשבת ויו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

אזוי זוכנדיג האב איך געטראפן עפעס א חזן Mordechai Markel זינגענדיג האל בתעצומות עוזך

צו ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם חזן?

צו ווייסט איינער ווי נאך מען קען טרעפען נוסחאות פון יו"ט'דיגן דאווענען?

תודה מראש
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

קודם ליפער אהער דעם לינק, וואס איז זיכער איז זיכער, נאכער וועלמיר זיכן נאך,
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

ס איז אויף יו טוב זיך Mordechai Markel אויף גוגל וועסטו עס גראד טרעפן
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

איינער קען ביטע ארויף לייגען (אדער אונצייגען ווי צו טרעפען) די אלגמיינע נוסח פון מערבית אויף יו״ט
סאיז זיכער דא ווייל איך האב עס געהערט אמאל כאפענדיג א היטש פון מאנסי קיין וויליאמסבורג האט דער דרייווער געהאט ביי זיך א טעיפ פראפעשינעל אראפ געזינגען. אבער עד היום האב איך עס נישט געפינען.
יישר כוח
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כ'ווייס נישט, אבער אויב דו גייסט יו"ט אין ביהמ"ד, קענסטו הערן א לייוו פרעזענטעישאן דערפון...
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

ווינקל האט געשריבן: כ'ווייס נישט, אבער אויב דו גייסט יו"ט אין ביהמ"ד, קענסטו הערן א לייוו פרעזענטעישאן דערפון...

נישט ממש, מאכט זיך גאנץ אפט ווי סגייט צו א בעל תפלה יו"ט צו מעריב און חישט ארום מיטן ימים נוראיםדיגער נוסח
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מאקאווער האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן: כ'ווייס נישט, אבער אויב דו גייסט יו"ט אין ביהמ"ד, קענסטו הערן א לייוו פרעזענטעישאן דערפון...

נישט ממש, מאכט זיך גאנץ אפט ווי סגייט צו א בעל תפלה יו"ט צו מעריב און חישט ארום מיטן ימים נוראיםדיגער נוסח

בפרט ביי די אינטרא צום ברכו מישט מען זיך שטארק אויס
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אלע בעלי תפלה זענען צע'חוש'ט אין דיין שול? זוך אנאנדערע שול... ערענסט גערעדט, אז דו הערסט אויס אסאך בע"ת, וועסטו הערן וואס כמעט יעדער זאגט די זעלבע (יסודות'דיג), און דאס איז דער נוסח.
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע:בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

גערעכט. אבער דאך איז אפשער דא דא איינער וואס האט א קאסעטע דערפון? עס קומט שוין אן דער גרויסער יום טוב און איך וואלט הנאה געהאט עס גוט צו קענען.
יעך האט שוין געהערט אמאל ווי געשריבען אויבען אז עס איז דא אבער איך קען עס נישט געפינען
אורייתא וישראל חד הוא
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

פון זבולון קווארטין איז דא אביסל אויף מערבית של פסח
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

אז מרעדט שוין יא, רובא דרובא בעלי תפילות ענדיגן ימים נוראים נוסח ביי הפורש סוכת.... ועעעעלללל ירושלייייים, אויף ארויף נישט ווי די יום טוב נוסח וואס ענדיגט זיך אויף אראפ
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

דאכט זיך אז דער וידבר משה איז אויך ביי פיל בעלי תפלה ימים נוראים'דיג, דער יום טוב'דיגער איז אביסל אנדערש, לויט ווי איך האב אים געהערט פון א בעל תפלה פון דערהיים
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי בלום »

מערבית
א פלא די גרויסע הבדל צווישן די יום טוב'דיגער סיגוט-סאמערער נוסח (וואס רוב עולם דאהי דאווענען) ביי מערבית צו די נוסח פון די צאנז-ראפשיצער גזע, די נוסח איז אינגאנצן נישט ענדליך בכלל
מה שאין כן די ימים נוראים נוסח איז יא כמעט די זעלבע ביי יעדעם

די נוסח אין באבוב איז נאכמער אינטרעסאנט
געווען אמאל יום טוב ביים באבוב'ער רב און געהערט ווי ווען ער האט האט אנגעהויבן די ברכו מיט א יום טוב'דיגע ניגון און אויסגעלאזט די ברוך ה' המבורך ... מיט די שבתדיגע נוסח (קען זיין אז עס איז געווען א טעות, אבער דער עולם האט אויך אזוי אויסגעלאזט...) און עס איז נישט געווען שבת שחל ביום טוב
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי בלום »

וויל זיין גוט האט געשריבן: דאכט זיך אז דער וידבר משה איז אויך ביי פיל בעלי תפלה ימים נוראים'דיג, דער יום טוב'דיגער איז אביסל אנדערש, לויט ווי איך האב אים געהערט פון א בעל תפלה פון דערהיים

וידבר?
ימים נוראים זאגט מען נישט וידבר, מען זאגט "תקעו בחודש" שופר אדער כי "ביום הזה", און יא ביידע זאגט מען מיט די ימים נוראים נוסח
(איך האב שוין געדאוונט אין פארשידענע בתי מדרשים און איבעראל ווי איך בין געווען האט מען געזאגט מיט די ניגון)
וידבר ימים טובים איז טאקע אינגאנצען אנדערש

רבי משה האט געשריבן: אז מרעדט שוין יא, רובא דרובא בעלי תפילות ענדיגן ימים נוראים נוסח ביי הפורש סוכת.... ועעעעלללל ירושלייייים, אויף ארויף נישט ווי די יום טוב נוסח וואס ענדיגט זיך אויף אראפ

ארויף ציען און אראפ ציען איז א טעיסט פון א בעל תפלה, יעדער דרייט לויט זיין געשמאק
און אסאך זאגן תנועות וואס שטאמט פון טעותים אויך
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

ישעי בלום האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן: דאכט זיך אז דער וידבר משה איז אויך ביי פיל בעלי תפלה ימים נוראים'דיג, דער יום טוב'דיגער איז אביסל אנדערש, לויט ווי איך האב אים געהערט פון א בעל תפלה פון דערהיים

וידבר?
ימים נוראים זאגט מען נישט וידבר, מען זאגט "תקעו בחודש" שופר אדער כי "ביום הזה", און יא ביידע זאגט מען מיט די ימים נוראים נוסח
(איך האב שוין געדאוונט אין פארשידענע בתי מדרשים און איבעראל ווי איך בין געווען האט מען געזאגט מיט די ניגון)
וידבר ימים טובים איז טאקע אינגאנצען אנדערש

איך האב געמיינט צו זאגן אז מען זאגט דעם וידבר ענליך צום תקעו און צום כי ביום הזה
אם לא עכשיו אימתי
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

זאגן וידבר ענדליך צו תקעו איז א פלעינע טעות. די זעלבע זאך איז ענדיגן ועל ירושלים אויף ארויף. דאס קומט מחמת חסרון ידיעה.

נוסח סיגוט-סאטמאר ימים נוראים איז בכל נישט דומה צו די וועלט. סאטמאר'ער רב האט געזאגט ביים עמוד סיי שבת, סיי יו"ט, און וויאויך ימים נוראים די זעלבע נוסח. (שמעתי שזהו נוסח פלאנטש, ואם קבלה נקבל)
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי בלום »

רבי משה האט געשריבן: זאגן וידבר ענדליך צו תקעו איז א פלעינע טעות. די זעלבע זאך איז ענדיגן ועל ירושלים אויף ארויף. דאס קומט מחמת חסרון ידיעה.

דערמאנט מיר ווי צוויי אידן רעדן פון לאקשן קוגל און פאטעטא קוגל. ביידע האבן קיין קוגל קיינמאל נישט טועם געווען און זיי זאגן בלויז נאך וואס זיי האבן געהערט פון מבינים, כדי צו פארשטיין בעסער די דין ודברים האבן זיי געקויפט א שטיקל פון ביידע קוגלען און טועם געווען און דערנאך האט די דין ודברים געהאט א אנדערע טעם...
אזוי דא, מען רעדט פון נוסחאות אבער דער עולם פארשטייט נישט פון וואס מען רעדט, דעריבער איז גוט אז איינער דא זאל אפיר ברענגען ריקארדיגנס, מוז נישט זיין פון די גרעסטע בעלי תפלה, כאטש זאל מען הערן פון וואס מען רעדט
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

ישעי בלום האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן: זאגן וידבר ענדליך צו תקעו איז א פלעינע טעות. די זעלבע זאך איז ענדיגן ועל ירושלים אויף ארויף. דאס קומט מחמת חסרון ידיעה.

נוסח סיגוט-סאטמאר ימים נוראים איז בכל נישט דומה צו די וועלט. סאטמאר'ער רב האט געזאגט ביים עמוד סיי שבת, סיי יו"ט, און וויאויך ימים נוראים די זעלבע נוסח. (שמעתי שזהו נוסח פלאנטש, ואם קבלה נקבל)

דערמאנט מיר ווי צוויי אידן רעדן פון לאקשן קוגל און פאטעטא קוגל. ביידע האבן קיין קוגל קיינמאל נישט טועם געווען און זיי זאגן בלויז נאך וואס זיי האבן געהערט פון מבינים, כדי צו פארשטיין בעסער די דין ודברים האבן זיי געקויפט א שטיקל פון ביידע קוגלען און טועם געווען און דערנאך האט די דין ודברים געהאט א אנדערע טעם...
אזוי דא, מען רעדט פון נוסחאות אבער דער עולם פארשטייט נישט פון וואס מען רעדט, דעריבער איז גוט אז איינער דא זאל אפיר ברענגען ריקארדיגנס, מוז נישט זיין פון די גרעסטע בעלי תפלה, כאטש זאל מען הערן פון וואס מען רעדט

די זעהסט דאך יא אויס צו זיין א בעל תפילה, זאג ברכו אויפן יוה"כ נוסח, דערנאך זאג ברכו אויפן יו"ט נוסח, און טראכט אריין וויאזוי ביידע ענדיגן זיך, אולי האי ואולי וועסטו כאפן וואס כמיין צו זאגן מיטן ועל ירושלים...
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

סדא א שיינעם טעיפ פון יענקל אונגאר יעקב ובניו ישירו בו, דארט איז דא שיין אראפגעשפילט די נוסח שחרית שבת פון שוכן עד און ווייטער מיט הלל אויך..
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

נו אפשר קען איינער מהנה זיין דעם עולם מיטן טעיפ?
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי בלום »

רבי משה האט געשריבן:
ישעי בלום האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן: די זעהסט דאך יא אויס צו זיין א בעל תפילה, זאג ברכו אויפן יוה"כ נוסח, דערנאך זאג ברכו אויפן יו"ט נוסח, און טראכט אריין וויאזוי ביידע ענדיגן זיך, אולי האי ואולי וועסטו כאפן וואס כמיין צו זאגן מיטן ועל ירושלים...

פרובירט
יעדע ועל ירושלים איז אינגאנצן אנדערש בכלל נישט קיין דמיון
אבער פארט זענען דא בעלי תפלה וואס זאגט גוט נוסח דאך וועט ער אמאל אויסלאזן מיט א בארג ארויף און אמאל וועט ער אראפ פארן, ווענד זיך ווי זיין שטימע האלט, און ווענד זיך אביסל אין קהל אויך, און אמאל אין די עצם בית המדרש און אמאל ווי אזוי עס געלונגט
אבער די ניגון ביי די דריי "שבת" "יום טוב" און "ימים נוראים" איז אינגאנצן אינגאנצן דיפרענט און אויב א בעל תפלה זאגט די זעלבע מישט ער סתם אויס
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי בלום »

רבי משה האט געשריבן: נו אפשר קען איינער מהנה זיין דעם עולם מיטן טעיפ?

ג"א אני מצטרף

וויל זיין גוט האט געשריבן:
ישעי בלום האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן: דאכט זיך אז דער וידבר משה איז אויך ביי פיל בעלי תפלה ימים נוראים'דיג, דער יום טוב'דיגער איז אביסל אנדערש, לויט ווי איך האב אים געהערט פון א בעל תפלה פון דערהיים

וידבר?
ימים נוראים זאגט מען נישט וידבר, מען זאגט "תקעו בחודש" שופר אדער כי "ביום הזה", און יא ביידע זאגט מען מיט די ימים נוראים נוסח
(איך האב שוין געדאוונט אין פארשידענע בתי מדרשים און איבעראל ווי איך בין געווען האט מען געזאגט מיט די ניגון)
וידבר ימים טובים איז טאקע אינגאנצען אנדערש

איך האב געמיינט צו זאגן אז מען זאגט דעם וידבר ענליך צום תקעו און צום כי ביום הזה

אינגאנצן נישט ענדליך, פינטל
תקעו און ביום הזה פארט ענדליך צו די גאנצע נוסח פון מערבית, די זעלבע התחלה און די זעלבע חתימה, משא"כ ביי וידבר איז עס אינגאנצן נישט ענדליך צו די מערבית אפילו נישט צו די יום טוב'דיגע, אולי צום סוף קען מען ענדיגען מעין החתימה פון אלע אנדערע מערבית שטיקלעך, אבער די עצם נוסח איז עפעס אינגאנצן אנדערש
קען זיין ביי אייך איז נישט אזוי, אבער ווי אימער איך האב געהערט א בעל תפלה וואס קען נוסח און מישט נישט ארום, דאוונט אזוי ווי איך זאג
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

יעקב ובניו ישירו בו - יעקב אונגאר נוסח שבת + הלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

ישעי בלום האט געשריבן:
רבי משה האט געשריבן: נו אפשר קען איינער מהנה זיין דעם עולם מיטן טעיפ?

ג"א אני מצטרף

כהאב ארויפגעלייגט די חלק וואס האט די נוסח, אויפן אריגינאלן אלבום איז דא נאך שיינע טרעקס..

https://www.dropbox.com/sh/biy3qhq242tx ... 5iKga?dl=0
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”