נוסח התפילה לשבת ויו"ט
פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מאיר ברוך קאהן לייוו ריקארדינג שבת חנוכה

נישט ממש די קלארסטע.. אבער מהערט פיין דעם נוסח..
https://www.dropbox.com/sh/n205vclub7qg ... F9tha?dl=0

אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
נוסח התפלה ליו"ט מאת ??? חסיד בעלזא
נוסח התפלה ליו"ט פון הקל בתעצומות ביז נאך ברכת יוצר המאורות, מאת ??? חסיד בעלזא
https://www.dropbox.com/s/apbnkfmkwt0c6 ... A.mp3?dl=0
https://www.dropbox.com/s/apbnkfmkwt0c6 ... A.mp3?dl=0
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אז מען מאכט שוין א טשאלענט יו"ט שחל בשבת
וועל איך ארויף ברענגען א אינטרעסאנטע פאקט, בין איך נישט לאנג צוריק געווען אין א בעלזע שטיבל פרייטוג צונאכטס, און געהערט זייער מערבית איז זייער א דיפרענט נוסח פון די גאנצע וועלט
ווייטער אין מאכניווקע בעלז דאווענען זיי יא די וועלטס נוסח, טאקע מיטן בעלזע פלאכקייט און קוועטש אבער דאך די וועלטס נוסח
ווייסט איינער פון וואס איך רעד? און פון ווי שטאמט טאקע די מערבית אין בעלז?

וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
מאקאווער האט געשריבן:ישעי בלום האט געשריבן:רבי משה האט געשריבן: נו אפשר קען איינער מהנה זיין דעם עולם מיטן טעיפ?
ג"א אני מצטרף
כהאב ארויפגעלייגט די חלק וואס האט די נוסח, אויפן אריגינאלן אלבום איז דא נאך שיינע טרעקס..
https://www.dropbox.com/sh/biy3qhq242tx ... 5iKga?dl=0
יישר כח! קיינמאל נישט געהערט
די מוזיק האקט סתם אין קאפ אריין, שווער זיך קאנצעטרירען צו דעם בעל תפלה ששששששש
אבער ער זאגט גוט!
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אינני נוהג - בדרך כלל - צו רעאגירן נעגאטיוו איבער זאכן וואס שטעלט זיך אויס פערזענליך, כגון הכא, הגם מען מיינט נישט חלילה דעם חשוב׳ן באטרעפנדער, אן ערליך וואויל איד, מ׳מיינט בלויז דעם פראדוקט וואס ווערט דעליווערט. מכל מקום איז שווער...
מאידך גיסא, אלס א באוואוסט חשוב בעל תפילה און אפילו חזן, וואס יעדן קנייטש ווערט אדאפירט בלויז ווייל חזן ידוע ובעל תפילה מפורסם זאגט אזוי און אזוי... איז בוודאי ראוי לדון ולחוות דעה לגופן של דברים.
וכאמור, דאס געזאגעכטס און דעם זאגער.
האמת, שוין לאנג וואס דריקט מיר אין גארגל אן ארטיקל איבער נוסח, בעלי תפילה.
געדענקט איינער די ״מי מנוחות״ ארטיקלען? געוועהן דאהי אין ״היכל הנגינה״ אויך,
דער פלאן איז געוועהן אנגיין ווייטער און עוסק זיין בהרחבה אינעם בעל תפילה-נוסח סוגיא,
אבער, מיין צייט האט מיר נישט ערלויבט, אין צוגאב האט דער לעגענדארער רעדאקטאר ״געלעגער״ אויך ארויס געבעקט, און מיך אויפגעהערט צו רודף׳ן...
וואס?... אפשר מעג איך וויסן וואס איך וויל?... קענסטו רעדן צום זאך און אויפהערן צו פלוידערן אטהער?...
ובכן,
דער נוסח וואס איז געשטעלט געווארן בשם ״יעקב ובניו״ איז זייער שיין מבחינת שטימע, געפיל, געדאנקען.
אבער, אויסדריקליך נישט ריכטיג נוסח, אינגאנצן פארפארן,
ביי פיל שטיקלעך נישט אמאהל א ׳לאנדונג׳, א ׳חתימה׳, מיט געהעריג נוסח.
אין קורצן; נישט לערנען פון דעם ״נוסח״ בשום אופן.

בעאבאכטער האט געשריבן: אינני נוהג - בדרך כלל - צו רעאגירן נעגאטיוו איבער זאכן ...
אין קורצן; נישט לערנען פון דעם ״נוסח״ בשום אופן.
אבי גערעדט. מ'קען ארויסנאשן שיינע קנייטשן און דריידעלעך און אפי' געוויסע שטיקלעך דא דארט. מכל מלמדי השכלתי, פון יעדן שיינעם בעל תפלה איז דא עפעס צו נאשן...
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
מאקאווער האט געשריבן:בעאבאכטער האט געשריבן: אינני נוהג - בדרך כלל - צו רעאגירן נעגאטיוו איבער זאכן ...
אין קורצן; נישט לערנען פון דעם ״נוסח״ בשום אופן.
אבי גערעדט. מ'קען ארויסנאשן שיינע קנייטשן און דריידעלעך און אפי' געוויסע שטיקלעך דא דארט. מכל מלמדי השכלתי, פון יעדן שיינעם בעל תפלה איז דא עפעס צו נאשן...
מען קען נאשן ווי לאנג ער זאגט נוסח
למעשה עס איז זייער שיין כ'האב זייער הנאה געהאט זיינע שטיקלעך ווי ער איז עס זייער שיין משלב, אבער דאס הייסט נישט געזאגט די נוסח המסורה לנו, ביי מיר איז דאס שיינע חזנות עפעס א נייע זאך, איך קען אויך אמאל אריינווארפן א שטיקעלע אבער ממש זעלטן, נישט ממש אויסדרייען די גאנצע דאווענען, ווייל ב"ה אונזער נוסח איז שיין אזוי ווי עס איז און מען דארף עס נישט פארדרייען אינגאנצן
דער וועלטס באקאנטער בדחן און בעל תפלה הרה"ח ר' שאול הוטטערער ז"ל איז געווען א מומחה אין ארויס ברענגען נוסח לויטער און שיין נוסח איז געבליבן נוסח כאטש ער האט דא און דארט זיך אויך צוזינגען מיט א שטיקעלע, ווי ביי "בחצוצרות וקול שופר", אדער ביי "כליל תפארת בראשו נתת לו" וכדומה
ומכאן הקריאה יוצאת צו די וואס האבן ריקארדינגס פון ר' שאול זאלן עס ארויף לייגן למען ידעו דור אחרון וואס דאס מיינט ארגינעלער שיינער נוסח
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
ר׳ ישעי׳, איר האט רעכט מיט יעדן ווארט, ולזה רמזנו בקיצור.
ר׳ שאול! אהה... געוועהן ״דער בעל תפילה״, און אלעס אין נוסח, איך האב געהאט פון אים א רעקארדינג אבער ס׳איז מיר נעלם געווארן, בע״ה וועל איך עס טרייען ווידער צו פארשאפן און אהער לייגן מיטן באשעפערס הילף.
ידידי ר׳ מאיר ברוך, האט מקבל געוועהן זיין נוסח פון א איד אין לאנדאן ר׳ שלמה ראזען, א איד פון דערהיים, געוועהן בעל תפילה אין סאטמאר. (דער זהבים מעביר איז גראדע נישט פון אים)
פארברענגעדיג מיט אים, מיט ר׳ מאיר ברוך׳ן האב איך שוין פיל געהאט, בלויז מיטן מיר פארשטעלן ווי ר׳ שלמה פלעגט זאגן כך וכך.
און ווידער, אלעס אין נוסח, בשום אופן ארויס!
נישט צום גלייבן וואס אלעס מען קען אין נוסח זאגן, ווי ווייטאגליך איז ווי דער הערליך נוסח ווערט צושרויפט און פארריקט...
די חזנים גופא זענען אויך נישט אוועק פון נוסח, דאס צוברייטערט יא, אבער מישן די יוצרות?... אאך!...

הר"ר מאיר ברוך האט טאקע מקבל געוועהן פון ר' שלמה ז"ל. ואיהו גופי' צורבא מרבנן... ער האט אסאך אייגענע חידושים, כרעדט שויניש פון מלכות זכרונות שופרות וואס איז כולו שלו. און אז מרעדט שוין פון ר' מאיר ברוך (וואס א אשכול חדש איז כדאי לעצמו) קען מען הערן וואס מיינט בלויז נוסח, יעדעס ווארט מיט אזא מין זיסקייט, יעדע שטיקל מיט די פירוש המילות. מברויך נישט קיין טייטש מחזור ווען מהערט אים. יעדע סטרינע פון הארץ צוגייט פאר מתיקות אפילו א פשוטע שבת... שוין עכ"פ נישט פארקריכן פונעם נושא... לאמיר זיך האלטן צום נוסח ליו"ט.
- יאנקעלע קליגער
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
בעאבאכטער האט געשריבן: ידידי ר׳ מאיר ברוך, האט מקבל געוועהן זיין נוסח פון א איד אין לאנדאן ר׳ שלמה ראזען, א איד פון דערהיים, געוועהן בעל תפילה אין סאטמאר. (דער זהבים מעביר איז גראדע נישט פון אים)
פון וועם קומט יא דער זהבים מעביר?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

- דוד משה
- שר האלף
- תגובות: 1671
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
- לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר
פאר ווער עס וויל הערן זהבים מעביר פון ר' מאיר ברוך (קומזיץ יאקאב)
https://www.dropbox.com/s/jbbik21ep9qtr ... 8.mp3?dl=0

דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
- זאל ער קומען
- שר האלף
- תגובות: 1955
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
- לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא
אין מיינע אויגן איז א גוטע בעל תפלה, איינער וואס לייגט שיין אראפ א דאווענען מיט מתיקות און רודפט נישט, יענקל אונגאר איז א חד בדרא דערמיט, ער איז נישט קיין חזן, ער קען נישט קיין חזנות (מפי עצמו) ער איז א שטארקע בעל תפילה, ביי די וועי, ער טוישט נישט יעדעס מאל ער האט זיך אויסגעארבעט א נוסח און דאס איז עס, כמעט נישטא קיין שיינע בעל תפלה וואס זאגט נישט נאך עפעס א תנועה פון אים, ביודעין ובלא יודעין.
כ'האב נישט געהערט וואס מ'האט דא ארויף געלייגט פונעם, אבער ווער עס האט נאך נישט געהערט א מערבית פון יענקל, א טל, א הלל, ווייס נישט וואס נוסח הייסט, ער קריכט גארנישט אוועק, ער לייגט צו א שיין שטיקל דא און דארט, און קומט צוריק צום נוסח, און זיין צומעטשן ניגונים אנביטעבל, דאס הייסט אן עמוד קונצלער און ווייט נישט אוועק געקראכן.
ר מאיר ברוך האט זייער א שיינעם ימים נוראים, און פונקט אזוי אוועק געקראכן אויב דאס הייסט אוועק געקראכט, צו זיין לדור ודור, צו שטיקלעך אין מלכיות זכרונת שופרות, סאיז שיין? אוודאי, אבער פונקט אזוי אוועקגעקראכן ווי יענקל, און ציעט סאך מער, און כ'האב טאקע ליב ביידע, אבער מאיר ברוך זאגט אסאך מער חזנות שטיקלעך ווי יענקל, און אזוי אויך אין זיין נוסח שבת ויום טוב, הלל, עס איז אסאך אסאך ווייטער פון נוסח פון יעקל, כ'קען גוט ביידעס.
נאר וואס דען, נוסח איז א זאך ווי טעם וריח אין להתוכח, ביי איינעם הייסט שיין נוסח הייסט ביי א צווייטען אוועקגעראכן, און וואס ביי א צווייטן הייסט הערליך איז ביי א צווייטן געקראכן אויף די נערווען, איבערהויפט ווען ס'איז פשוט נוסח און דער וואס דרייט דערמיט און זאגט עס שטייט און חידושים מאכט פילן ר" איד קומט שוין צום ווארט און גיי ווייטער"
מיינונג פון ווייניגסטענס איין מענטש.

זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
וואס די זאגסט לגבי ר' יענקל וועל איך דיר נאכגעבן.
אבער.... דא קומט די גרויסע "אבער"
לגבי מאיר ברוך מיין איך אז די ביסט טאטאלי נישט גערעכט. זיין ימים נוראים נוסח איז ווארט ביי ווארט בלויז נוסח, יא, ער דרייט שיין ארום אינעם נוסח, הערליכע תנועות עריבות ארום די נוסח, אבער יעדע איינציגסטע תנועה איז מיט נוסח.
אוודאי האט ער טאקע חזנות. הנני העני, כתר, ומפני חטאינו, ועל ידי עבדיך, ובדברי קדשך, ותערב, וכדומה. דאס איז אפשר צעהן פראצענט פונעם דאווענען, די גאנצע מחזור איז (אין מיין עפיניען) נוסח.
יעצט, לגבי שבת, שוכן עד, ובמקהלות, איז דאך סתם נוסח. ישתבח איז יאסעלעס זאגט דאך יענקל אויך, כולם אהובים, את שם, והאופנים, איז דאך פשוט פלעינע נוסח. לקל ברוך, זאגט דאך יענקל אויך. סא איך זעה נאכנישט ווי שטעקט יענקלס בעל תפילה'שאפט און מאיר ברוך'ס חזנות'שאפט. אדרבה לאמיר אדורעכגיין שטיקל ביי שטיקל פון ביידע, אפשר וועל איך אויך פארשטיין...
אבער.... דא קומט די גרויסע "אבער"
לגבי מאיר ברוך מיין איך אז די ביסט טאטאלי נישט גערעכט. זיין ימים נוראים נוסח איז ווארט ביי ווארט בלויז נוסח, יא, ער דרייט שיין ארום אינעם נוסח, הערליכע תנועות עריבות ארום די נוסח, אבער יעדע איינציגסטע תנועה איז מיט נוסח.
אוודאי האט ער טאקע חזנות. הנני העני, כתר, ומפני חטאינו, ועל ידי עבדיך, ובדברי קדשך, ותערב, וכדומה. דאס איז אפשר צעהן פראצענט פונעם דאווענען, די גאנצע מחזור איז (אין מיין עפיניען) נוסח.
יעצט, לגבי שבת, שוכן עד, ובמקהלות, איז דאך סתם נוסח. ישתבח איז יאסעלעס זאגט דאך יענקל אויך, כולם אהובים, את שם, והאופנים, איז דאך פשוט פלעינע נוסח. לקל ברוך, זאגט דאך יענקל אויך. סא איך זעה נאכנישט ווי שטעקט יענקלס בעל תפילה'שאפט און מאיר ברוך'ס חזנות'שאפט. אדרבה לאמיר אדורעכגיין שטיקל ביי שטיקל פון ביידע, אפשר וועל איך אויך פארשטיין...
- זאל ער קומען
- שר האלף
- תגובות: 1955
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
- לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא
רבי משה האט געשריבן: וואס די זאגסט לגבי ר' יענקל וועל איך דיר נאכגעבן.

איך האלט אויך נישט אז עס איז חזנות אדער אוועקגעראכן פון נוסח, ווי געזאגט איך האב דאס ליב, אבער איך האב מיך באצויגן צו דעם וואס מ'האט געשריבן אז מאיר ברוך איז נוסח און יענקל איז אוועקגעדרייט, האב איך געזאגט אז דאס איז נישט ריכטיג, מאיר ברוך פרובירט אריינצולייגן דא דארט א שטיקל חזנות סיי ווי די ברענגסט אויף שטיקלעך דא אין דארט, סיי שיין צו מאכן א שטיקל נוסח, פארט אריין א שטיקל חזנות געדאנק, ווערסעס יענקל וועט אריין דרייען א מוזיקאל געדאנק אדער ניגון.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
- זאל ער קומען
- שר האלף
- תגובות: 1955
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
- לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא
רבי משה האט געשריבן: צייג מיר אהן אין זיין דאווענען שבת, ימים נוראים ווי ער חזנות'ט (אויסער די פלעטצער ווי איך האב אנגעוויזן)
בד"וו א מיוזיקעל געדאנק אדער א ניגון רופט זיך אוועק פון נוסח....
וואס איז דער געדרייעכטס ביי אז בקול? צו ביי ובמקהלות עס קען הייסן חזנות עס קען הייסן אוועק פון פשוט נוסח און עס קען הייסן פלעין געזאגט נוסח מיט געשמאק, די זעלבע מקימי מעפר דל וואס ער זאגט ומפני חטאנו פון יוסעלע, ס'איז נוסח? דאס איז יא פשוט? ווענד זיך ביי וועם, צו שובו נפשי פון יושע ווידער, און די זעלבע איז מה לך הים פון יענקל, צו כלם אהובים פון יענקל, ס'איז נישט שייך צו גיין שטיקל ביי שטיקל, מ'קען מיר זיך אפשטעלן ווארט ביי ווארט, אלעס גייט זיך ווענדן וואס עס הייסט אוועקגעראכן, א מוזיקאלישע דריי הייסט שיין געזאגט די נוסח, און נישט פארקראכן, והא ריאה, אז די וועלטס נוסח איז די זעלבע ביי פולע חסידות און די גאנצע חילוק איז מוזיקאלישע געדאנקען, דאס וואס יענקל קריכט אוועק ביי לקל ברוך פארט מאיר ברוך ביי ממקומך, צו ביי שובו נפשי אא"וו.
כ'זע נישט די געדאנק פון זיך טענה'ן אויף געפילן, כ'האב נאר געוואלט מוחה זיין, אז געדרייעט ווענד זיך אינעם צוהערער אסאך, און צו וואס מ'איז געוואוינט אויך אסאך, און צו וואס מ'פארשטייט נאך מער, יעדער עקסטער שיינער בעל תפלה (כ'רעדט נישט פון איינער וואס זאגט פשוט די נוסח מיט מתיקות, כ'רעד פון בעלי תפלה וואס מ'רופט דאווענען אויף שמחות אויך) האט זיינע שיינע זאכן וואס דאס הייסט ביי אים נישט אוועק פון נוסח, און ביי אנדערע יא, אפילו גאנץ פשוטע נוסח זאגער א שטייגער ווי אייזיק האניג, האבן זייערע פלעצער ווי דארט מוז ער עפעס זאגן, ס'איז אוועק פון נוסח? ווענד זיך וועם מ'פרעגט, און דאס טוט מען שוין לכאורה זייט די אנשי כנסת הגדולה...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
- your friend
- שר חמש מאות
- תגובות: 605
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm