רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26992
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע-הי"ד - ט"ז סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דעם שבת ט"ו סיון פאלט אויס דער טאג פין דער יא"צ פין הה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט הי"ד בנו הצעיר פין דער הייליגער צאנזער רב זי"ע וואס ער איז אומגעקומען עקה"ש אין אוישוויץ בשנת תש"ד לפ"ק .
ער איז געבוירען געווארן חוה"מ פסח שנת תרכ"ב אין שטאט צאנז, דער צאנזער רב האט עהם א נאמען געגעבן נאך שלום נאך הה"ק ר' שלום קאמינקא זי"ע אין אליעזר נאך הה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זי"ע

ער איז א חתן געווארן נאך בחיים חיותו פין דער צאנזער רב ביי דיין שוואגער הגה"ק ר' מרדכי דוב מהורונסטייפל זי"ע חתן הדברי חיים זי"ע, אין חתונה געהאט שוין נאך די פטירה פין דיין פאטער ד' אלול תרל"ו אין הורונסטייפל, אין געגעסן קעסט ביים גרויסן שווער ביז תרמ"ז פין דארט האט ער זיך באזעצט אין טארנא אין געפירט רעביסטווע ביז תרנ"ט נאכן פטירה פין די עלטסטער ברידער הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווע זי"ע, וואס דעמאלס איז ער געפארן קיין אונגארן אין זיך באזעצט אין ראצפערט אין פין דארט איז ער געווארן מפורסם ווען הונדערטער יודן זענען געפארן צו עהם פאר ישועות וכדומה, ער האט געפירט ביז מען האט עהם אוועקגעפירט סיון תש"ד קיין אוישוויץ ווי ער איז אומגעקומען עקה"ש הי"ד
ער האט געפירט מיט גרויס פשטות כידוע ואכמ"ל.

די קינדער יו"ח:
ר' חיים דומ"ץ סאטמאר, ער איז אוועק יונגערהייט בשנת תש"ב, ר' משולם זושע יצחק הי"ד, די איידימער איז הגה"ק בעל עצי חיים מסיגעט, הגה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב הי"ד, הגה"צ ר' מנחם מענדל ראזענפעלד מקאמינקא נכד ר' שלו' קאמינקער זי"ע, ר' חיים מגלינא בן גיסו ר' בצלאל יושע זצ"ל[חתן הד"ח], הה"ק בעל אור מלא מקוסון איז בזיווג שלישי געוועהן א איידעם ביי איהם.

זי"ע
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום מיטוואך מאי 26, 2010 10:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

באקאנט בילד פון הרה"ק מראצפערט זי"ע
אטעטשמענטס
1rsar.jpg
1rsar.jpg (14.59 KiB) געזען 7548 מאל
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שמעתי מידידי ששמע בעצמו מר' וואלף פריינד ע"ה כשהלכו להשתתח על ציונה של הרבנית הצדיקת אשת הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע הי"ד:

ער איז געווען א צולאזטער ווילדער בחור וואס האט איבערגעדרייעט די שטאט... ווען ער איז א חתן געווארן האט מען אים געסטראשעט אז ביים באווארפן וועט מען אים באווארפן מיט שטיינער... ער האט זיך גוט דערשראקן (אינדערהיים האט עס געקענט פאסירן...) איז ער געפארן קיין ראצפערט צו ר' שלום אליעזר'ל. די רעבעצין האט געהערט זיין בקשה האט זי אים געזאגט: זיי ווילן דיר באווארפן מיט שטיינער, און איך וועל דיר באווארפן מיט בני חיי ומזוני! האט ער זיך בארואויגט.

מ'קען אסאך שרייבן פון די רעבעצין זכרונה לברכה, זי איז געווען א גרויסע מולמדת, זייענדיג א טאכטער פונעם גרויסן גאון ר' מאטילע זי"ע. מ'דערצילט אז אמאל האט איינער איר געהערט מאכן על המחיה, און זי האט געענדיגט: ועל הכלכלה זאגט דער רב אז מ'זאגט ניט. (כוונתה על זקינה הרה"ק בעל התניא זי"ע שהורה לא לומר ועל הכלכלה).
כ'דענק נישט ווער ס'איז דארט געווען און זיך געוואונדערט ווי ס'קומט צו א אשה אזויפיל צו וויסן, האט זי געזאגט: ביי מיין טאטען אין בויז האבן אפי' די ווענט געקענט לערנען!

דער ברך משה ז"ל האט אסאך מקבל געווען פון איר מעשות פון טשערנאביל, און ער פלעגט טאקע כסדר איבערדערציילן.
בנו כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א דערציילט בשמו אז ווען זי פלעגט קומען קיין סיגוט האט זי געבעטן א "מאור עינים" און א "פנים יפות".
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9086
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

הרה"ק ר' שלום אליעזר ז"ל הי"ד איז געווען א געוואלדיגער פשטן.
פון ווי ווייס איך? איך האב אים נישט געקענט?
נאר איך האב געהערט ביים הספד אויף רביה"ק בעל ברך משה ז"ל ווען מען האט גערעדט פון זיין עניוות און פשטנות, אז מען האט געזאגט אויפן רבין אז ער האט דאס גע'ירשנט פון זיידנס הויז.
(דוכט זיך דער אוידוואריער רב שליט"א האט עס געזאגט)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אהער געבראכט פון אשכול הברך משה זצ"ל

יוסלמאן האט געשריבן: אב"ד אודווארי שליט"א וואס איז געווען אין ראצפערט ביים רבין'ס זיידע הרה"ק רבי שלום אליעזר זי"ע האט דערציילט ביי די שבעה אז מיט זיין מידת ענוה האט ער זייער געענדעלט אינעם גרויסן זיידן ז"ל.

פון ר' שלמה רובין האבעך געהערט אז דער רבי האט דערציילט אז ער האט אמאל געפרעגט דעם זיידן ווי ער קען זיך אזוי משפיל זיין, ביזט דאך דעם הייליגן דברי חיים'ס א קינד? האט ער אים געענטפערט, גלייב מיר אז כ'פורביר יעדן טאג צו פארגעסן אז כ'בין דעם צאנזער רב'ס קינד!

זכותם יגן עלינו!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מי יודע האט געשריבן: (דוכט זיך דער אוידוואריער רב שליט"א האט עס געזאגט)


דער אודווארי רב שליט"א איז אסאך געווען ביי ר' שלום אליעזר'ל, און ס'איז כדאי צו גיין הערן וואס ער האט צוזאגן.
ביים הספד האט ער געזאגט אז ער געדענקט ר' שלום אליעזר'ל און דער אייניקעל'ס עניוות איז געווען אקוראט ווי ביים זיידן.

אגב האב איך געהערט פון הרה"ג ר' שלמה רובין שליט"א נכד הברך משה, אז דער זיידע האט אים דערציילט אז אלץ קינד האט ער אמאל געפרעגט דעם זיידן ווי אזוי ער קען זיך אזוי משפיל זיין ווען ער איז א זון פון הייליגן דברי חיים? האט ער אים געענטפערט: גלייב מיר אז כ'פרוביר יעדן טאג צו פארגעסן וועמענס קינד איך בין! וכוונתו היה שלא יתגאה שהוא בנו של הרב מצאנז.

דאכט זיך אז ער האט אפי' נישט געהאט קיין באזונדערע גרויסע בענקל און עמוד אין זיין ביהמ"ד.

---

ארעסטאנט האקט אריין,

אה גענוי דאס שרייב איך, וכבר קדמו יוסלמאן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

דו שטעקן וואז'ע ר' שלום אליעזר'ל האלט ביי דו פאטא פון ארעסטאנט איז א ירושה פון זיין טאטן דעם הייליגען סאנזער רב ז"ל וואס איז שפעטער אריבער געגאנן בירושה צו זיין איידעם דער קדושת ציון וואס פלעגט פועל'ן ישועות מיט דעם שטעקן.
עס איז פארהאן עפעס א מעשהל'ע איבער דעם שטעקן נאכ'ן קריג וואס א איד האט עס געהיטן און האט עס געברענגט צום מהר"ש באבוב'ער בפקודת דעם קדושת ציון. יאך ג'דענק נישט גענוי די פרטים. אפשר די ידענים דאהי וועלן אונז מחכים זיין.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26992
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ס'איז מיר א שטיקעלע פלא ווי די קדושת ציון זאל ירשענען א שטעקן פין דער שווער ר' שלום אליעזר בחיים חיותו ..

למעשה די באבובער חסידים פארציילען אז דער קדושת ציון שטעקן איז געוועהן בירושה פין דיין טאטע דער ערשטער באבובער רב וואס האט באקומען פין די צאנזער זיידע..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26992
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ער איז געבוירען געווארן חוה"מ פסח שנת תרכ"ב אין שטאט צאנז, דער צאנזער רב האט עהם א נאמען געגעבן נאך שלום נאך הה"ק ר' שלום קאמינקא זי"ע אין אליעזר נאך הה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זי"ע

איינער האט מיר היינט מעורר געוועהן כלפי די נאמען וואס כ'האב געשריבן אז מען האט א נאמען געגעבן שלום נאך ר' שלום קאמינקא אז לפי ידיעתו וואס איז מקובל אין די צאנזער הויף אז ער האט א נאמען געגעבן נאך די שר שלום די ערשטע בעלזער רב .
איך האב אפנים דאס קיינמאל נישט געהערט אין מען קען אפי' זאגן אז די צאנזער רב האט געמיינט ביידע אבער אדרבה טאמער איינער ווייסט עפעס מעהר מקורות ידיעות פין דעם אשמח ליבי גם אני.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27138
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם שמועס צווישען סאטמאר רבי (מהר"א) און באבוב'ער רבי (מהרב"צ) וועלכע איז לעצטענס געווען געדרוקט אין 'קול התאחדותינו - מדור משלחן מלכים' זאגט דארט סאטמאר רבי אז עס איז פארהאן ספיקות און חילוקי דעות נאך וועם דער זיידער האט געהייסן, צו דאס איז נאך בעלזער רב אדער נאך ר' שלום קאמינקאר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מומחה יוחס האט געשריבן:
ער איז געבוירען געווארן חוה"מ פסח שנת תרכ"ב אין שטאט צאנז, דער צאנזער רב האט עהם א נאמען געגעבן נאך שלום נאך הה"ק ר' שלום קאמינקא זי"ע אין אליעזר נאך הה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זי"ע

איינער האט מיר היינט מעורר געוועהן כלפי די נאמען וואס כ'האב געשריבן אז מען האט א נאמען געגעבן שלום נאך ר' שלום קאמינקא אז לפי ידיעתו וואס איז מקובל אין די צאנזער הויףאז ער האט א נאמען געגעבן נאך די שר שלום די ערשטע בעלזער רב .
איך האב אפנים דאס קיינמאל נישט געהערט אין מען קען אפי' זאגן אז די צאנזער רב האט געמיינט ביידע אבער אדרבה טאמער איינער ווייסט עפעס מעהר מקורות ידיעות פין דעם אשמח ליבי גם אני.
פון וועלכע צאנז'ער הויף האט דער מעורר מקבל געווען זיין ידיעה ?

אין באבוב וועלכע זענען אויף גלייך צייטיג קאמינקא, דזיקוב און ראצפערט'ער אייניקלעך,
איז אן גענומען אז די נאמען האט הרה"ק מ'צאנז געגעבען נאך זיינע ידידים און מחותנים פון קאמינקא און דזיקוב.

שני הדעות, על שמות בעלזא - קאמינקא, מובאים בהספרים אוהב שלום, ורבנו הקדוש מראצפערט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26992
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כחכם פארן צו ברענגען פרישע ידיעות אין דעם נושא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שמעתי דעם שב"ק אז א איד האט געברענגט פארן ברך משה ז"ל א חק לישראל במדבר וואס האט געהאט א זיגל פון ר' שלו' אליעזר'ל, און דער ברך משה האט ראגירט אז דער חלק "במדבר" האט דער זיידע מיטגענומען אויפן וועג קיין אוישווייץ, ווייל אלע אנדערע חלקים געפינט זיך ערגעץ ווי אויסער במדבר און די טעג וואס ער איז גאפארן קיין אושוויץ הי"ד איז געוועהן אין די במדבר סדרות,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

לאמיר מאכן סדר.
ר' שלום קאמינקא איז געווען דער צאנזער רב'ס פריינד פון אלס יונגערמאן, און שפעטער זיין מחותן.
ר' אליעזר'ל דזיקובער,איז אויך געווען זיינס א גוטער פריינד פון אלס יונגערמאן, און אויך שפעטער זיין מחותן.
מאכט סענס אז ער געט א נאמען נאך ביידע

פארוואס זאל ער א נאמען געבן נאך ר' שלום בלעזער צוזאמען מיט ר' אליעזר'ל דזיקובער. וואס איז שייכות מיט די צווי נעמען. עס וואלךט ענדערש געפאסט שלום צבי, שלום נאכ'ן בעלזער און צבי נאכן זידישטובער, דער שייכות מאכט יא עפעס סענס.
אבער למעשה האט ער געהייסן שלום אליעזר...
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איטשע דאס וואס די זאגסט איז דאך נאר א סברה, נו אויב שוין א פאנטאזיע קען מען דאך ציען דעם שטריק ווייטער אז דאס איז גאר א רוח הקודש פין צאנזער רב, אז כדאי עס זאל נישט זיין קיין שאלות אינעם כתובה פינעם עצי חיים, האט ער משנה געווען אין נישט געגעבן שלום צבי?

נישט אז איך האלט אז עס איז נארמאל צו פאנטאזירען אין אשכלות ווי מען פראבירט צו דערגרינטעווען פרטים, נאר איך וויל נאר ארויסברענגען אז דיין סברא איז נישט אינטערעסאנט דא, ווייל ווער קען זאגן אז ער פארשטייט די דרכים פינעם הייליגען צאנזע רב?

און אלע אנדערע זאכן וואס דער צאנזע רב האט געטוען פארשטייסטו שוין יא?

אקעי איך פארקריך שוין פינעם רוכטיגען דרך.

אקיצור מיר ווייסען נישט קלאר נאך וועמען ער הייסט אבער לויטן צווייטען נאמער קוקט אויס א ראי' שטערקער צו די וואס האלטן אז ער הייסט נאך קאמונקע, אבער עס איז נאכנישט אויסגעשלאסן אז ער הייסט נישט נאך בעלזא רב.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

קאנאו, ס'נישט אזא פאנטאזיע, מ'זאגט אויף הרה"ק רבי מרדכי מטשערהאביל זי"ע אז ער האט נישט געלאזט אמאל געבן א געוויסע נאמען זאגענדיג ווייל ס'וועט שאטן צו א שידוך...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

לאמיר פרעגן אזוי, וואספארא שייכות האט דער צאנזער רב גענוי געהאט מיט בעלזער, אז ער זאל א נאמען געבן זיינס א קינד נאך עם???
און פין ווי בכלל שטאמט דער מקור אז ער האט געהייסן נאכן בעלזער??? זיי נישט בייז אבער סטאמארער רעבי'ס איידעם האט עס געהערט ערגעץ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27138
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער הייליגער צאנזער רב איז געפארן צום שר שלום פון בעלזא אלס די לעצטע פון זיינע רבי'ס, ווען ער אנגעקומען האט דער בעלזער רב געמיינט אז ער איז געקומען פירען א די"ת אין די שטאט, ער האט פשוט נישט געגבלייבט אז ער איז געקומען אלס חסיד וכו'

עכ"פ, איטשע, עס איז נישט אזוי שווער צו זאגן אז דער צאנזער רב זאל האבן געמיינט דעם ערשטן בעלזער רב, אבער איך גיב דיר נאך אז דער צאמשטעל פון קאמינקא-זשיקוב קלעבט בעסער.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איטשע איך מיין מען רעדט נישט דא פין א בן יחיד פערצוג יאר נאך די חתונה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אינער וואס קען גוט דער תולדות פונעם צאנזער רב, פארשטייט אז ער האט דעם בעלזער רב נישט געמיינט. ער איז סך הכל געפארן געציילטע מאל קיין בעלז. ער האט קיינמאל נישט מקבל מרות געווען פון עם, כידוע. אבער די נושא פארקריכט שוין.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן: דער הייליגער צאנזער רב איז געפארן צום שר שלום פון בעלזא אלס די לעצטע פון זיינע רבי'ס,

להד"ם, משא"כ בנו הגדול מ'שינאווא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

מיללער איך מיין אז די מעשה וואס די ברענגסט אז דער בעלזא רב האט געפרעגט איר זענט געקומען צו א דין תורה איז געווען ביי ר' אשר'ל, עכ"ז איז דער צאנזער רב געפארן שבת פרה צו א רבי יארן לאנג, אין לפי חשבון חוץ צו ר' נפתלי ראפשיצער איז ער צו קיינע פין זיינע רבי'ס נישט געפארן מער וואו דריי פיר יאר, ווען מען וועט נאכקוקען די סדר פין זייער התתלקות.

ע"כ טייערע ביקסאד איך מיין אז דער למ"ד אין דיין לעצטע תגובה איז א טעות, וצ"ל הד"ם.

דער צאנזע רב איז יא געווען עטליכע מאל ביים בעלזא רב שבת פרשת פרה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

י"ג אורות - צאנז, עמוד נ"ו האט געשריבן: רבינו [הדברי חיים] אמר שלשבת פרה צריכין לנסוע לצדיק הדור,
ואחר הסתלקות הרה"ק הרבי ר' אשר מראפשיץ,
נסע לפרשת פרה להרה"ק רבי אריה לייביש ליפשיץ בעל ארי' דבי עילאי,
ולאחר הסתלקות האדב"ע נסע להרה"ק הרבי ר' הירש מרימנוב זי"ע.
האור ישע מ'ראפשיץ נסתלק ערב פסח תר"ה והאריה דבי עילאי נסתלק י"ז טב"ת תר"ו, איני יודע באיזה שנה נסע לבריגל.

הכהן גדול משרת נסתלק ל חשון תר"ז.


לבעלזא לא נסע על שבת פרה.
ועמך כולם צדיקים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין 'אדמור"י בעלזא' פון הגה"ח רי"י קלאפהולץ איז פאראן כמה וכמה מעשיות איך שהדברי חיים נסע לבעלזא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

כולי עלמא מודי שנסע ומעולם לא קיבלו לרבו, משא"כ ידידו מ'קאמינקא.
ועמך כולם צדיקים
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”