אייער וועג צו פארדינען גרינג געלט בעז"ה - רייד יור וועי
ביי יעדן פון אונז קומט אונטער צייטן, ווען אן זייטיגער אינקאם פון אפאר דאלער וואלט גאר גוט צונוץ געקומען. מענטשן וואלטן גרייט געווען אמאל אנצונעמען "פארט טיים" דשאבס, כדאי צו האבן אפאר עקסטערע דאלער.
די פראגע איז אבער וואו קען מען האבן א "פארט טיים" דזשאב? און וואו קען מען האבן א "פארט טיים" דזשאב, וואס איך בין נישט אראפגעבינדן דערצו?
אייער ענטפער איז אונזער נייער קאמפאני "רייד יור וועי".
טעכלענאגיע שפילט היינט א גרויסע ראלע, הן אינעם פרייוואט לעבן, און אוודאי אין ביזנעס לעבן. דערפאר א דאנק פאר די טעכלענאגיע וואס השי"ת האט אהערגעשטעלט, פארשפרעכט אונזער קאמפאני צו זיין בעז"ה א סוקסעספולע פירמע, פון וואס אחינו בני ישראל וועלן מאכן גרינג א דאלער בדרך כבוד, אין פארט טיים צייטן.
יעצט צום ווארט:
הונדערטער יונגעלייט געפינען זיך צו יעדע צייט פון טאג אויף די וועגן, פארענדיג צו איין פאלאץ צום צווייטן. ביי א גרויס חלק פון זיי, זענען די איינציגסטע פאסאנדשיר אינעם אויטא, דער דרייווער אליין. צום ביישפיל: סעילסלייט וואס פארן ארום, קאר סערוויסעס וואס האבן געמאכט נאר א וואן וועי, חסד מעמבערס, וואס זייער וועג צוריק אדער אהין איז ליידיג, מענטשן פארן צו חתונות, מסיבות, מיטונגען א.ד.ג. און דער קאר איז ליידיג.
פון דער אנדערע זייט, איז דא אסאך וואס ווילן פארן מיט א קאר, ווייל עס איז באקוועמער, שנעלער, רוהיגער, בא'טעמ'טער אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. און אז עס וועט זיין א קאר סערוויס, מיט א דורכשניטליכער פרייז, וואלטן זיי אוודאי גענומען א קאר, ווי איידער צו פארן מיט'ן באס.
דא קומט אריין טעכלאנגיע אין בילד: צוזעענדיג ווי אזוי "חסד" פירט אן מיט זייערע געוואלדיגע פעולות, איז באוואנדערט געווארן, ווי אזוי איז מעגליך, אז אין יעדע צייט איז דא נאר איין דיספעטשער, און זיי קאווערן איבער 300 טריפס טעגליך, מיט א שטארקע פונטקליכקייט? דער ענטפער וואס מיר האבן באקומען איז א פארגעשריטנעם קאמפיוטער פראגראם, וואס שטעלט אהער אז 80% פראצענט דיספעטשינג, ווערט אהערגעשטעלט דורכ'ן קאמפיוטער.
איז אונז איינגעפאלן אויפ'ן געדאנק, אז די זעלבע טעכלאנגיע וואס האט ארויפגעברענגט "חסד" צו אירע שטאפלען, קען דאך אויך ווערן גענוצט ביים אלגעמיינעם עולם אין די לאנג דיסטענס טריפס וועלט.
אין געציילטע ווערטער: מיר וועלן דינען אלץ שדכן צווישן דרייווערס וואס פארן סיי ווי, און צווישן קאסטומערס וואס ווילן פארן.
וואו אזוי וועלן מיר ארבייטן? גענוי ווי "חסד". ווען עס וועט זיין אן "אפענע קאל" וועלן מיר ארויסשיקן א טעקסט מעסעדזש פאר אונזערע איינגעשריבענע דרייווערס, און ווער עס וועט זיין עוולעיבעל אויף יענעם רוט, וועט עס קענען קאווערן.
סתם אינגעלייט וואס האבן קארס, אפילו זיי האבן נישט א געוויסע סיבה צו פארן ערגעץ, און קענען ביישטיין צו מאכן אפאר דאלער אין דער זייט, זענען אויך וועלקאם זיך איינצושרייבן פאר דרייווערס.
איין קליינע ביישפיל: עס קומט יעצט די זומער וואכן, ווען אינגעלייט זענען היבש אויפ'ן ראוד, פון און צו די קעטסקילס. זייער אסאך פארן מיט ליידיגע קארס, און אסאך וואלטן געקענט ביישטיין מיטצונעמען פאסאנדשירן פאר אן מינומים אפצאל. פון די אנדערע זייט מטבע, וויפיל מענטשן וואלטן געפארן מיט א קאר פאר א ביליגערע פרייז ווי אלגעמיינע קאר סערוויסעס און אביסל טייערער ווי די באסעס? מיט'ן נייעם סיסטעם, וועלן אייער טריפס ארויס צו די קאנטרי, אייך העלפן קאווערן אייער קינדס קעמפ.
מיר זענען היינט ב"ה ארויסגעקומען אין פאבליק, מיט אונזער אדווערטייזמענט אויף די טעגליכע צעטלעך אין וויליאמסבורג. אינעם יעצטיגן שטאפל, וועלן מיר אויפנעמען מעמבערס, וואס זענען גרייט זיך אנצשליסן. אין די קומעדיגע וואכן, וועלן מיר בעז"ה גיין פארויס מיט אונזערע פלענער, און זיך אדווערטייזן זיך צו קענען אויפסיינעןן פאר א מעמבער אין אלע אידישע געגנטער, אזוי וועלן מיר בעז"ה שטנדיג האבן א גרויסן אויסוואל פון דרייווערס פון אלע געגענטער.
ווען מיר וועלן זיין אויפגעסיינט מיט א געוויסע צאל דרייווערס, וועלן מיר זיך אדווערטייזן פאר'ן קאסטמור קרייז, און בשם השם נעשה ונצליח.
פאר מער פרטים, פילט פריי ארייצורופן אין אפיס, וואו איר וועט געענטפערט ווען מיט א העפליכקייט אלע אייערע פראגן.
די עד פון היינט זונטאג פ' שלח
פאלגט נאך די עדס די קומעדיגע טעג, און אין אנדערע געגנטער אי"ה
- אטעטשמענטס
-
- ad.jpg (37.19 KiB) געזען 6101 מאל