קיקיון האט געשריבן: פון די בתי מדרשים וואס איך ווייס אז מען דאווענט מנחה פאר פלג און קב"ש נאך פלג
איז מען חושש אויף נור איין פלג (גראדע דער מג"א)
גראדע ווייס איך אז אויף דעם טאוועל אין בעלזא מאנטריא' איז די פריעסטע הדלקת הנר
נאך דעם פלג פון גר"א און תניא
דער ערשטער מנין קבלת שבת נאך דעם פלג פון מג"א
נאך אן אינטערסאנטער הנהגה אז דער ש"ץ פון דעם פריערדיגען מנין שטייט נישט ביים
עמוד נור ביי א שטענדער אוי די אנדערע זייט אה"ק אלס הוכחה אז דאס איז נישט אפיציעל
און אסר'ט נישט די אנדערע חברי הקהל במלאכה
---
פארוואס קען זיך נישט ארגאעזירען
מנינים אויף מנחה פאר פלג
קב"ש נאך פלג
א פויזע פאר קידוש און סעודה אינדערהיים
און מעריב נאך צאה"כ
און צוריק אהיים עסען א כביצה
--
די היינטיגע פלג'ס אין ב"פ
אין דער אויבן דערמאנטע מנחת יצחק האט ער א לאנגע תשובה הלכה למעשה ערב שבת, ער רעדט דארט פון אנטווערפן מאנטשעסטער, זאגט ער אז און די לאנגע שבתים מעג מען מקיל זיין אבער אין די פלענע שבתים זאגט ער זאל מען מחמיר זיין [איך האב עס נישט דורך געלערנט נאר געבליקט אויבן אויף סא קען זיין אז איך בין מיר טועה איך רעדט להלכה ולא למעשה]