א דוגמא פון א TIMETABLE פאר איינעם וואס וויל מאכען פריע קידוש אויסגעהאלטען לויט אלע "פוסקים" און אויך דעם קצות השלחן און איין צד פון פמ"ג אז מען רעכענט א האלבע שעה זמני פאר דעם איסור פון עסען פאר ק"ש עלות און צאת לויט דעם התאחדות לוח פון עש"ק אמור
EARLY 2.jpg (15.08 KiB) געזען 4656 מאל
דאס הייסט אז פון דעם פריעסטען מזמור שיר ביז תחילת סעודה (קידוש -?) האט ער ג'האט 62 מינוט דאס איז כולל מעריב, גוט שבת זאגען , אהיים שפאצירען זמירות און אפשר אופוועקען דיע ב"ב
והוא פלאי האט געשריבן:
די בעסטע עצה איז די עצה פון משנ"ב, און מיט דעם איז מען יוצא דעת הגר"א אז מען זאל נישט דאווענען מעריב פרי מען דאווענט מנחה מען גייט אהיים דאס ווייב צינד לעכט נאך פלג, מען איז מקבל שבת, מען עסט די סעודה (חצי שעה קודם זמן מעריב, אז מען זאל מעגן), און מען גייט צוריק אין ביהמ"ד צו מעריב
ווער וויל ארגאנעזירען א מנין מנחה עש"ק גענוג פריע מ'זאל קענען זיין אינדערהיים צום פלג די אידענע צונדט ליכט ביים פלג מען איז מקבל שבת (מ'זאגט גוט שבת? מ'זינגט שבת שלו' ומבורך?) מזאגט שלו' עליכם וכ' דעם זוה"ק משניות און מ'מאכט קידוש מיט א מתיקות מ'האט דאך פלענטי צייט ביז א האלבע שעה פאר ק"ש, מען ציט אריין די סעודה ביז נאך צאת מ'עסט א כביצה מ'בענטשט און מגייט און בה"מ צו קבלת שבת מיהאט דאך אן אייגענעם מניןאיי וועט מען טאנצען ביי בואו בשלו'
למעלה משבעים האט געשריבן:
שטייט אזוי אין טורי זהב אנפאנג סימן תצד אלץ תמימות.
דער טו"ז זאגט נאר אז מען זאל נישט מוסיף זיין וועגען תמימות ער זאגט נישט אז עס איז נישט שייך לפי דער נצי"ב פון פסוק בעצם היום הזה מיינט אז עס פשוט נישט שייך מוסיף זיין
פסקי תשובות ברענגט פון של"ה הקדוש ווי דער מגן אברהם אויף קידוש פון להורות נתן אז נשים אויך כאטש ביי זיי איז נישט שייך תמימות עיין א שיינע סברה און פון לוח ארץ ישרא' הרב יחיאל מיכל טיקוצ'ינסקי אז זיי זאלען ווארטען מיט הדלקת הנירות
farshlufen האט געשריבן:
פאר די וואס ווילן דאווענען פרי, לכתחילה טאר נישט זיין קיין תרתי דסתרי, דארף מנחה די וואך פרשת שלח זיין נאך פאר 7:54.
עס איז נאר א לכתחילה? נישט אויף דעם איז געזאגט געווארן כקולי שבשתיהן רשע? די הלכה איז אז מען טאר נישט משנה זיין מיום אחד ליום אחר דהיינו אויב מען האט שוין אמאל געדאווענט מנחה נאך פל"ג המנחה טאר מען שוין א צווייטע טאג נישט דאווענען מערב פאר ר"ת אלס תרתי דסתרי די מחבר זאגט אז בשעת הדחק קען מען זיך פארלאזען אויף די פוסקים אז מיום אחד לחבירו איז נישט קיין פראבלעם, אבער באותו יום איז שוין גאר הארב. פון אלע פוסקים קוקט אויס אז עס איז נישט דא קיין שום היתר און בפשטות האט מען נישט יוצא געווען די דאווענען, הגם די משנה ברורה וויל יא זאגן אז בציבור אויב גייט נישט זיין קיין מנין שפעטער זאל מען מעגען דאווענען אפילו א תרתי דסתרי, אבער און צוויי סימנים שפעטער זאגט ער אליינס אז ענדערש זאל מען דאווענען ביחודות ווי איידער פארן זמן וכ"ש אם כבר התפלל מנחה אחר פל"ג המנחה, דהיינו אפילו אן קיין מנחה איז דא אסאך שיטות שיתפלל היחודות ווי איידער אחר פל"ג המנחה.
גלאזער האט געשריבן:
כבר כתב המגן אברהם שכן נהגו הקהלות, ובשבת כתב הדרך החיים שאני.
יא עס איז דא וואס שרייבן אז אלס מצוות תוספות שבת האט מען מתיר געווען צו דאווענען פרי, אבער דעס איז נאר בתנאי שמכוון לשם מצות תוספות שבת כמבואר בכל הפוסקים, ולא כשמכווין לאכול יותר בהשכמה [והמובחן לזה אי עושה אותה נמי בחורף] אבער הלכה למעשה פסקנ'ט די משנה ברורה אזוי ווי די גר"א אז מען זאל ענדערש דאווענען ביחודות ווי איידער דאווענען פרי אפילו שבת, די זעלבע פסקנט די פרי מגדים, און די אנדערע אחרונים,

עכ"פ יעדער קען טרעפן א מקור פון די פוסקים צו וואזוי ער האלט סייווי ביים טוהן
למעשה זעט מען איבעראל חסידים ואנשי מעשה דאווענען פרי ער"ש (אן מקפיד זיין אויפן פלג), שווער צו זאגן אז ס'איז ממש קעגן הלכה