יענקי דאסקאל
ער האט שוין ארויסגעגעבן א אלבוים מיטן נאמען וואס רופט זיך "קולי אל ה'" פאר בערך 6 יאר צוריק, עס איז לדעתי געווען א דורכברוך פון אן אלבוים, איך בין פשוט ארויס פון התפעלות פון זיין שטומע - כאטש נישט אזוי שטארק פון די ניגונים.
זיין באמבע אויף יענע אלבוים איז געווען די "קרוץ מחומר" הארא ניגון, איך צינד עס נאך אלץ אן פון מאל צו מאל ווען איך וויל מיך אביסל אויפלעבן. עס איז נישט נארמאל גוט!
אנדערש ווי זיין ברודער שלומי גייט ער אויף זיין אייגענער מהלך, ער טוישט נישט און מאכט נישט נאך קיינעם. אויב קען מען אים צוגלייכן צו איינעם וואלט איך געזאגט אז ער האט שטריכן פון ירמי' דמן, אבער איז ער פיל מער געשמאקער צו הערן ווי ירמי'.
די צושטעל איז מיר בייגעפאלן לעצטנס הערנדיג די לחיים אידישע טעיפס ווי יענקי זינגט דארט. ער האט עפעס א אויסערגעווענליכע זיסע שטומע.
זעט אויס ער זיין אלבוים איז געפאלן א קרבן צו די אומפראפעסיאנאלע אלבוימ'ס וואס קומען ארויס (וואס לכבוד זיי קאפיען מענטשן אלעס, נישט ווילדנדיג איינשטעלן), און עס האט מעגליך נישט געהאט אזא גרויסע הצלחה. ווארום זינט יענע אלבוים האט מען מער נישט צופיל געהערט פון אים.
צווישן די שפאלטענעס פון אייוועלט שיק איך ארויס מיין פערזענליכע בקשה צו יענקי, פליז געב ארויס נאך א אלבוים! פליז! נעם אריין מער פראפעסיאנאלען וואס זאלן אויסארבעטן קנאקעדיגע ניגונים ענליך צו דיין קרוץ מחומר, און נעם דיך צו די עבודה. איך ווארט זייער שטארק אויף עס.
- אטעטשמענטס
-
- Yankee Daskal.png (62.46 KiB) געזען 4396 מאל
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני