Iphone האט געשריבן:
די שאלה איז צי די וואס באקומען פונעם כולל זענען איינגעטיילט לויט ווי עס איז געווען אמאל
יא יא, דאס זאג איך דאך. דאס טיילן איז ווי אמאל. און מען מוז זיין פוליש ממש פון אלע זייטן. עס איז זייער שטרענג.
אבער די אמת איז, אז אפילו אן דעם ווייס איך נישט צו עס איז אויסגעהאלטן צו זאמלען ביי יעדעם. אפשר טיילן וואלט מען אויך נישט געמעגט פאר יעדעם. אבער ווי געזאגט. דאס טיילן איז נאך יא "שטרענג ווי אמאל".
איי אמאל? וואס איז בכלל שייך צו פארגלייכען! אמאל האט די מושג פון א פושקע באלאנגט אויסדריקליך פאר צדקת ר' מאיר בעל הנס, און דאס עניית איז געווען גרויס ממילא אז א איד האט אריינגעלייגט א פרוטה אין איין פושקע האט דאס געמיינט אז די צווייטע פושקע האט שאדן, ווי קען מען דאס בכלל פארגלייכן צו היינט, יעדער גייט נאך געלט ביי יעדן, יעדער גיבט פאר יעדן, עס איז ב"ה דא גענוג פאר יעדן. אין אמעריקא זאגט מען "הו קעירס"!
וכ"ת אז די מושג פון "צדקת רמבעה"נ" באדערט אייך, ס'דא נאך 10 מוסדות'ער, אריינגערעכנט מוסדות יטל לב וועלכע פאררופן זיך אלס צדקת רמבעה"נ ואין פוצה פה ומצפצף.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי:תוכןאדערטוחן= מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
איי אמאל? וואס איז בכלל שייך צו פארגלייכען! אמאל האט די מושג פון א פושקע באלאנגט אויסדריקליך פאר צדקת ר' מאיר בעל הנס, און דאס עניית איז געווען גרויס ממילא אז א איד האט אריינגעלייגט א פרוטה אין איין פושקע האט דאס געמיינט אז די צווייטע פושקע האט שאדן, ווי קען מען דאס בכלל פארגלייכן צו היינט, יעדער גייט נאך געלט ביי יעדן, יעדער גיבט פאר יעדן, עס איז ב"ה דא גענוג פאר יעדן. אין אמעריקא זאגט מען "הו קעירס"!
וכ"ת אז די מושג פון "צדקת רמבעה"נ" באדערט אייך, ס'דא נאך 10 מוסדות'ער, אריינגערעכנט מוסדות יטל לב וועלכע פאררופן זיך אלס צדקת רמבעה"נ ואין פוצה פה ומצפצף.
איך כאפ נישט די פארגלייך. די ווארט איז נישט ווער די גרינדער זענען. די ווארט איז אז עס איז געווען א תקנה. און איך זעה נישט וויאזוי די תקנה איז בטל געווארן. איך האב נאר אגב אויסגעשמועסט איבער עטליכע פונקטן וואס איך האב געהערט פון מענטשן וואס פרובירן צו ענטפערן און איך שפיר אז די ענטפערס זענען אומריכטיג.
בנוגע דאס אז אנדערע רופן זיך אויך "רמבע"ה" די פונקט איז נישט רמבע"ה. קיינער מיינט נישט אז "כולל ייטב לב" איז במקום רמבע"ה.
צולייגער האט געשריבן:
בעפאר מ'גייט ווייטער, קרוב הדבר צו זאגן אז רוב וויליאמסבורג'ער אידן שטאמען נישט פון די לענדער וואס זייערע אפשטאמיגע קריגן פון 'כולל שומרי החומות'.
וקושיא מעיקרא ליתא, ס"ה האט שומרי החומות א חזקה בלי טענה, וואס איז חספא בעלמא.
הכו"ח אן אפשטאמיגער פון פוילן - גאליציע, און שומר משמרת אבותי ורבותי צו תורם זיין פאר כולל חיבת ירושלים
וויאזוי די פראצענטן זאלן גיין, קענסטו זאגן אז יעדע מעג נאר גיין צו זיינע מענטשן. און קענסט זיין דו ביסט גערעכט ווי כ'האב ארויסגעברענגט. אבער זינט דאס איז הכל מודים אז די גרעסטע פראצענט זענען אפשטאמיגע פון שומרי החומות - עכ"פ זייער א קליינע פראצענט איז פון חבת ירושלים - קען זיך שומרי החומות פארלאזן אויף חזקה.
דאס אז דו גוסט פאר דארטן פון וואו דו שטאמסט, דס הייסט דו קענסט ווען בקומען אויך, דאס איז לכאורה זייער ריכטיג. און דאס וואלט מען געדארפט איינפירן. טאקע פונקט ווי די חלוקה.
וואס פשרה ווען פשרה איך פארשטיי נישט די צושטעל, דעס נישט טיילן פאר יעדען איז לכאורה צוליב וואס מען האט געמוזט פראקטיש אוועקשטעלן א סדר אז נישט יעדער צ... וכל .. זאל קומען לויפן ווי א יום זה מכובד כידוע בארץ אבער נישט לאזן א צווייטע מוסד גיין נאך געלט ווען דער נותן איז גרייט צו געבן פאר יעדעם מה המשל דומה לנמשל
ווי גרינטליכער דיקוועטשאיז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר