וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

ספרים ממוסד הרב קוק

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דוד משמש

ספרים ממוסד הרב קוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

איז דא ענין נישט צו לערנען און די הוצאת ספרים מוסר הרב קוק

האט דאס שיכות מיט הרב קוק מראשי המזרחי - וואס איך מיין אז רבינו הקדוש האט קיינמאל נישט געזאגט ימ"ש נאר אויף אים ..
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך האב געלערענט אין סאטמארע ישיבות דארט איז אלעמאל געווען די ספרים פון הוצאות מוסד הרב קוק.

אויף איינע פון די בילדער פון ספרים שטוב פון ברך משה זצ"ל האב איך געזען אין שאנק גאנצע בענדער פון ריטב"א ורשב"א ממוסד הרב קוק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יא סיז דא א ענין (אבער נאר אז דו וועסט לערנען גמרא תוספות אנשטאט דעם....., אבער אויב וועסטו אין דע צייט ענדערש פארברענגען אויף אייוועלט כמדומה שצריך לעשות שאלת חכם לכאורה יש להתיר...)

ס'האט שייכות, דער מוסד הייסט על שמו, אבער די ספרים האבן נישט קיין שייכות מיט עם, אויסער אז קוקניקעס דרוקן עס און זיי טוען עס כדי עס זאל זיין לעילוי נשמתו....

מען זאגט אז ביים רבי'ן אין שטוב איז אויך געווען דערפון, כ'ווייס נישט פונקטליך, זיידזשע מברר ביי די ווייסערס
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לאיסור, קאנט איהר זעהן דעם ספר תורת אמתפון רבי אהרן ראזענבערג פון מאנסי,
ב"ר משה אריה מ'לאנדאן, וחתן הרה"צ ר' משה דוב הלוי בעק.
ועמך כולם צדיקים
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ביקסאד האט געשריבן: לאיסור, קאנט איהר זעהן דעם ספר תורת אמתפון רבי אהרן ראזענבערג פון מאנסי,
ב"ר משה אריה מ'לאנדאן, וחתן הרה"צ ר' משה דוב הלוי בעק.


לאיסור? איך האב דעם ספר דורכגעלעזט, מ'קען נישט אנצייגן אויף קיין שום פארשטענדליכער איסור, חוץ דאס אז די ציונים ימ"ש שטייען דארונטער די ארגענעזאציע.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ארעסטאנט האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן: לאיסור, קאנט איהר זעהן דעם ספר תורת אמתפון רבי אהרן ראזענבערג פון מאנסי,
ב"ר משה אריה מ'לאנדאן, וחתן הרה"צ ר' משה דוב הלוי בעק.

לאיסור? איך האב דעם ספר דורכגעלעזט, מ'קען נישט אנצייגן אויף קיין שום פארשטענדליכער איסור, חוץ דאס אז די ציונים ימ"ש שטייען דארונטער די ארגענעזאציע.
פאר-שטענדליכע איסור, אזוי, די תקנה פון וועד ארבע ארצות אז א ספר דארף א הסכמה ווייסט איהר פאר-וואזשע ?
ביי נישט ספרי הלכה למעשה איז דער עיקר באדערפעניש אז דער מחבר איז א ירא שמים.

והכי צריכים המוציאים לחושך הסכמה, לא מיבעי שלא שינו מדברי ראשונים כמלאכים, אלא גם כן שלא הכניסו דברי דופי לשיטתם, ומי יאמר להם מה תעשה, הא אלו שעומדים על גבם, ערבך ערבא צריך.
הרבה יש עוד להאריך בזה, להלכה חוץ מעניני אמונות ודעות.
ועמך כולם צדיקים
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פארוואס דערמאנט קיינער נישט דעם איסור פון 'מניח שם למין' וואס צוליב דעם פסק'ענט מען אז, 'ספר תורה שכתבה מין ישרוף'.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
הייליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגער »

בזכרוני שבשו"ת באר משה דעברעצין כתב ע"ז.
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

מסתבר אז ספרים וואס ס'איז דא פון אנדערע הוצאות איז זיכער דא א מקום להדר בהרחק מן הכיעור און נישט נוצן זייערע, אבער ספרים וואס נאר זיי גיבן ארויס קען מען דאך נישט אינגאנצן אויפהערן צו לערנען,
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין דעם נעקסטן אפדעיט פון אוצר החכמה גייען זיי אריינלייגן אלע ספרים פון מוסד הר' קוק [אזוי מעלדן זיי אויף זייער פארום], שטייצעך פאר א פעטן פריייז ווער ס'וועט וועלן צאלן דערפאר

האב איך יעצט א חקירה, צו ספר תורה שכתבו מין גייט אן אויך אויף דיזשיטעל ספרים אויך אדער נישט, (ווייל סוכ"ס אויב כ'העל וועלן לערנען דערין העליך עס ארויס פרינטן מיט מיין פרינטער, וועט עס שוין מטוהר ווערן.....), אולי לויט די פוסקים וועלכע זענען מתיר צו לערענן אין אוצר החכמה אין חול המועד ווייל ס'הייסט נישט קיין כתיבה..... תן לחכם ויחכם...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

בדומה לזה האב איך א שאלה צי מען מעג אריינטראגן אין ביה"כ דעם הארד דריוו פון היברוי בוקס?....
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין ספר אוצר הלכות פון הרב פרידמאן, איז ער דן אויף דיסקס וואס האבן אויף זיך ד"ת צו מען דארף עס צידעקן כיס בתוך כיס לענין ת"ה, למעשה איז ער מקיל אז עס האט נישט שום קדושה
נו, ווער איז מדמה מילתא למילתא......
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יהיה כן האט געשריבן: מען זאגט אז ביים רבי'ן אין שטוב איז אויך געווען דערפון, כ'ווייס נישט פונקטליך, זיידזשע מברר ביי די ווייסערס

איך האב געהערט פון א איד, שוין איבער די זעכציג. אז ער געדענק אז ביים רבי'ן (בעל דבר"י) אין שטוב, איז געווען ספרים וואס זענען געדריקט געווארן דורך מוסד הרב קוק.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מ'דארף נעמען אין באטראכט, דער מוסד הרב קוק, האט מיט קוק'ן גארנישט קיין שייכות.
דער מוסד איז געגרינדעט געווארן אין יאר תרצ"ח, שוין נאכדעם וואס קוק איז געשטארבן. אזוי ווי דער גרינדער איז געווען א מזרחי'סט און הייסער נאכפאלגער פון קוק, האט ער א נאמען געגעבן פאר דעם מוסד ע"ש קוק.
דער ציל פונעם מוסד איז געווען בעיקר, צו דריקן פארשידענע ספרי הראשונים, וועלכע זענען געווען בכת"י, אד"ג.

און אז מרעדט שוין יא פון די נושא.
זאל מען נישט ארויסלאזן דעם פרויקט השו"ת פון אוניברסיטת בר-אילן. דער בר-אילן איז נישט געווען קיין קלענערער כופר ווי קוק. פילע ספרים וואס ווערן געדריקט דורך ערליכע מקורות נעמען די טעקסט (מיט רשות) פון בר-אילן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אלף בית האט געשריבן: דער בר-אילן איז נישט געווען קיין קלענערער כופר ווי קוק. ן.


לאו דוקא...... כ'בין מחולק מיט דיר
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ווילסט מיר זאגן אז מאיר ברלין איז געווען א גרעסערע כופר פון קוק?
כבין מסכים.
קוק איז אפשר געווען א גרעסערער עוכר ישראל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

איך פארשטיי נישט וואס א חלק ברענגען אריין דא די הלכה פון "ספר תורה שכתבו מין ישרף", עס האט קיין שום שייכות מיט דא וואס דער כופר האט דאס בכלל נישט געדרוקט עס איז בלויז על שמו.
און בנוגע תקנות ועד ד' ארצות שספר צריך הסכמה, דאס איז נאר ווען מען שרייבט אייגנס אבער דא וואס זיי דריקן בלויז איבער ספרי הראשונים גייט עס נישט אן ווייל זיי האבן אודאי נישט אריינגעלייגט קיין אייגנס דארט, אדרבה דוק ותשכח, (כהאב געפרעגט א 'סאטמארע' תלמוד חכם וגאון וואס האט שוין דורכגעלערנט אסאך ספרי הראשונים ארויסגעגעבן דורך מה"ק און ער האט מיר דאס באשטעטיגט אז דארט איז נישט דא קיין אייגנס, חוץ -פארשטייט זיך- אין די הקדמה אדער אין די הגהות אונטען, אויב סאיז בכלל דא)
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

אלף בית האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: מען זאגט אז ביים רבי'ן אין שטוב איז אויך געווען דערפון, כ'ווייס נישט פונקטליך, זיידזשע מברר ביי די ווייסערס

איך האב געהערט פון א איד, שוין איבער די זעכציג. אז ער געדענק אז ביים רבי'ן (בעל דבר"י) אין שטוב, איז געווען ספרים וואס זענען געדריקט געווארן דורך מוסד הרב קוק.

פרעג אים צו ס'איז נישט געווען באהאלטן, און טאמער יא, פארוואס.
וגם יש לברר וויפיל דער רבי זצ"ל האט אריינגעקוקט דערין, אדער פרובירט זיך צו באגיין.
ועוד עיין בנושא "נוצן דייטשע פראדוקטן" ותרווה צמאונך.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ער זאגט אז סאיז אויסדריקליך נישט געווען באהאלטן, סאיז געווען אינעם דרויסנדיגען צימער.
אויב דער רבי האט אריינגעקוקט דערין ווייסט ער נישט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער טעם פון ספר תורה שכתבה מין איז אויסדרוקליך צוליב 'מניח שם למין' וואס דאס איז לכאורה דא אויך שייך.

איבער יא אייגענס צו נישט אייגענס, להוי ידוע אז זיי דרוקן זאכן שטרם ראו אור הדפוס פון כתבי יד, און אין די מבואות (המטונפות...) פארלאזן זיי זיך אויף פארשידענע צווייפלהאפטיגע פראפעסארישע השערות, צומאל ממש קינדישע שטותים, אז עס איז דער אדער יענער ראשון און דעם רופן זיי על שמו, ווען אין רעאליטעט איז בכלל נישט קלאר מבטן מי יצאו הדברים.

דאס זאגט אייך עפעס?

איך רעדט שוין נישט פון די שינויי גירסאות וואס איז דא דארט לרחצה, ווי זיי טוישן ארום לפי קט שכלם ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.

והבוחר יבחר.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שטארק זיך האט געשריבן: איבער יא אייגענס צו נישט אייגענס, להוי ידוע אז זיי דרוקן זאכן שטרם ראו אור הדפוס פון כתבי יד, און אין די מבואות (המטונפות...) פארלאזן זיי זיך אויף פארשידענע צווייפלהאפטיגע פראפעסארישע השערות, צומאל ממש קינדישע שטותים, אז עס איז דער אדער יענער ראשון און דעם רופן זיי על שמו, ווען אין רעאליטעט איז בכלל נישט קלאר מבטן מי יצאו הדברים.
והבוחר יבחר.


לדוגמא:
מוסד הר"ק הדפיסו חידושי הריטב"אעמ"ס גיטין, ושוב נדפס על ידי 'מכון הרי פישל' מאותו כתב יד, והם הדפיסו אותו אות באות ע"ש 'חידושי הרמ"ה'
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

און עס איז מעגליך נישט פונעם ריטב"א און נישט פונעם רמ"ה.

קען מען דען וויסן?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

אלף בית האט געשריבן: דער ציל פונעם מוסד איז געווען בעיקר, צו דריקן פארשידענע ספרי הראשונים, וועלכע זענען געווען בכת"י, אד"ג.
.


די מכון איז נישט געגרינדעט געווארן וועגן דרוקן די ראשונים.
נאר דער זון פונעם גרינדער, הרב "שילה רפאל" וועלכער איז געווען מער היימיש געשטימט [דוכט זיך די בית ישראל האט אים געגליכן], האט איבערגעוואוגן די מנהלים אז מזאל זיך נעמען צו די ראשונים, און זיי האבן געהאט אסאך כתבי ידות, איז געווען א גוטע פלאן.

געשעהן איז עס נאכדעם וואס דער רפאל האט געדארפט פארמאכן זיין כולל, האט ער געזאגט פאר די יונגעלייט אז ער גייט זיי געבן, אזוי צו זאגן, "צידה לדרך" אין יעדע אינגערמאן האט באקומען ארבעט וואס צו טוהן. א מסכתא וכדומה.

אבער די עיקר מטרה פונעם מכון בשעת'ן גרינדען בשנת תרצח איז געווען צו דרוקן ספרים פון ציונית הדתית.

למעשה דוכט זיך אז היינט איז געווארן פונעם טפל א עיקר. [עכ"פ מאניווייז...].

נאך א נקודה פאר די סאטמארע עולם.

איז די ספרים וואס שטייט אינעווייניג "נדפס בסיוע המשרד לעניני דתות" - איז לכאורה דא א געהעריגע איסור אריינצוקוקן פונקט וואו מטאר נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה פאר שכר לימוד. ופשוט.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שטארק זיך האט געשריבן: דער טעם פון ספר תורה שכתבה מין איז אויסדרוקליך צוליב 'מניח שם למין' וואס דאס איז לכאורה דא אויך שייך.

איבער יא אייגענס צו נישט אייגענס, להוי ידוע אז זיי דרוקן זאכן שטרם ראו אור הדפוס פון כתבי יד, און אין די מבואות (המטונפות...) פארלאזן זיי זיך אויף פארשידענע צווייפלהאפטיגע פראפעסארישע השערות, צומאל ממש קינדישע שטותים, אז עס איז דער אדער יענער ראשון און דעם רופן זיי על שמו, ווען אין רעאליטעט איז בכלל נישט קלאר מבטן מי יצאו הדברים.

דאס זאגט אייך עפעס?

איך רעדט שוין נישט פון די שינויי גירסאות וואס איז דא דארט לרחצה, ווי זיי טוישן ארום לפי קט שכלם ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.

והבוחר יבחר.

אויב איז עס איבערגעדרוקט פון כתב יד איז נישט שטארק משנה צי ס'יז פונעם ריטב"א צי פונעם רמ"ה, ס'קען אמאל געשען א טעות ביים משווה זיין די שריפט און זיך טועה זיין, אבער ביידע זענען תורה שלימה.

שינויי גירסאות איז אלעמאל אונטן אין די הערות, די כתב יד זעלבסט רירט מען נישט צו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן: דער ציל פונעם מוסד איז געווען בעיקר, צו דריקן פארשידענע ספרי הראשונים, וועלכע זענען געווען בכת"י, אד"ג.
.


די מכון איז נישט געגרינדעט געווארן וועגן דרוקן די ראשונים.
נאר דער זון פונעם גרינדער, הרב "שילה רפאל" וועלכער איז געווען מער היימיש געשטימט [דוכט זיך די בית ישראל האט אים געגליכן], האט איבערגעוואוגן די מנהלים אז מזאל זיך נעמען צו די ראשונים, און זיי האבן געהאט אסאך כתבי ידות, איז געווען א גוטע פלאן.

געשעהן איז עס נאכדעם וואס דער רפאל האט געדארפט פארמאכן זיין כולל, האט ער געזאגט פאר די יונגעלייט אז ער גייט זיי געבן, אזוי צו זאגן, "צידה לדרך" אין יעדע אינגערמאן האט באקומען ארבעט וואס צו טוהן. א מסכתא וכדומה.

אבער די עיקר מטרה פונעם מכון בשעת'ן גרינדען בשנת תרצח איז געווען צו דרוקן ספרים פון ציונית הדתית.

דא שטייט אז עס איז געגרינדעט געווארן פאר ביידע, סיי ציונות דתית און סיי להבדיל ספרי ראשונים.
http://www.mosadharavkook.com/store/about.php
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”