הילף איבער מעדיקעיד
די זאך האט זיך אנגעפאנגען אז איך האב עפלייעד פאר מעדיקעיד און זיי האבען מיר אנגענימען פאר סטרעיט מעדיקעיד, איין טאג זעה איך אז מיין קארד גייט שוין מער נישט, האב איך זיי אנגעריפען און זיי זאגען מיר אז איך קען נישט האבען מעדיקעיד ווייל קודם דארף איך האבען א בריעף פון אלע אינשורענס קאמפאניעס וואס איך האב אמאל געניצט פון אלץ קליין קינד אז איך האב שוין מער נישט קיין אינשורענס ביי זיי.(גיי פרעג פארוואס... רשעות) איין נאמען פון א קאמפאני וואס זיי האבען מיר געגבען האב איך קיינמאל נישט געניצט אפי' כווייס נישט וואס זיי ווילען פון מיין לעבן האבען?
איך האב אנגעהויבען ריפען די קאמפאניס, איין קאמפאני האט מיר געזאגט אז זיי געבען נישט אזא בריעף, און די אנדערע זאגט מיר אז ס'נעמט 30 טעג, בקוצר אלע קאמפאניס האבען געהאט אנדערע תירוצים.
עס ציעט זיך שוין 6 חדשים און איך זעה נישט קיין וועג ארויס.
אויך האט מיין פארמאסי מיר געבעטן מיין SEQUENCE נומער פון מיין מעדיקעיד קארד ווייסט איינער ווי מען קען דאס פארשאפען?
קען מיר איינער העלפן... איך דארף וויכטיג ניצען מעדיקעיד.... ס'איז אן עמערדזענסי.....