א שבת אין טאהש פאר די חסידים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

א שבת אין טאהש פאר די חסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

בס"ד
ב"ה מיר זענען שוין דא צוריק אין נוי יארק, כ'על ענק א באריכט אפגעבן.
איך וועל אנהייבן פון פרייטאג.

5:30 האט זיך אין בית שלעפשיץ אנגעהויבן חאגע, דער עולם איז ארויס פון די בעטן מיט איין בהלה "מ'פארט קיין טאהש", איך בין א לעצטע מינוט פאקער, 5 מינוט פארן ארויספארן האב איך מעך גענומען פאקען, איך בין נאך געלאפן אויפפיקען א טשארדזער פארן וועג, געדאוונ'ט ב"ה, די קאר איז אנגעקומען פארנט פונעם טיר גרייט אריינצולייגן די געפעק, איך האב געמוזט פארלירן מיין פאס די לעצטע מינוט, אלעס גייט'עך אזוי, די מוטער איז געווען פארנומען מאכן סענדוויטשעס פארן וועג קאלטע קאפי אין אביסל וועיפערס, א צווייטער האט איינגעפאקט ליקעריש אין קאָלעי וואסער "ויסעו".

ארויף אויפן בי-קאו-עי ארויף מיט די מוזיק, יעדער האט געמוזט אנצינדען זיין מאדנע ניגון פונעם אייפאד, ביז מאנרוי איז אלעס געהעריג מ'ברויך נישט זיין קיין חכם צו וויסן ווי אזוי די וועג איז דורך, געהעריג אזוי ווי מען פארט אין קעמפ, קיינער האט נישט קיין זיץ-פלייש אין אזוי ווייטער.

נאך מאנרוי, האט זיך אלעס אפגעשטילערט אביסל, שוין אסאך נענטער צום רבי'ן ווי מיט אפאר מינוט פריער, די מוזיק שטילער די געקיי'אכץ האט זיך אנגעזעהן אויף א קלאר'ן פארנעם, אזוי איז מען געפארן אפאר שעה "ווען פלוצלונג" (אזלא גרש) ד'נערווען פון איינע פון די פאסאזשירן האבן זיך אנגעצונדן דאס האט שוין געמאכט א טשעין ריעקשאן, פאפיטעס האבן זיך אנגעהויבן זעהן אויפ די 'טראוועי' נארט.
טרינקען אין קאקיס האבן זיך אנגעהויבן קריגען אין די פלאסטיק קאפס, די קאָקי איז אוועגעלאפן פון די סקוויזער, די סקוויזער האט געכאפט הענט אין פוס, אין נאכגעלאפן כיטרערהייט די קאקיס, די קאקיס זענען געלאפן אינטער די פוס, 'בומס' איינער האט ארויפגעטרעטן דערוף, די קריגעריי איז געקומען צו אן ענדע, אלעס איז קלעבעדיג.

איינער האט ארויסגענומען די טיימ-אוט, א צווייטער האט געשפילט שאך, אויב קענט איר די געימס קענט איר פארשטיין, מ'האט געשפילט לייסענס געליינאכץ, איך שיק אראפ א שלאס\ א וואס? א שלאס\ אה! א טשערעפאכע, סאדאקאו, אין וואס אימער מען האט געדענקט.

נאך אפאר מייל איז מען ארויס געפארן אין "רעסט עריע" , ס'געווען מעמד ה'סטרעטשען.

ענדליך נאך אפאר שעה דורך, מען זעהט שוין סימנים פונעם גרעניץ, פענער פון קאנאדע, די DUTY FREE אויב שטעלט מען זיך נישט אפ צריך בדיקה אחריו, אונז האמיר געקויפט א קליין באטעלע ברוינפען יוצא צו זיין דו מצוה, אויך האבן אויף וואס קידוש צו מאכן.

אין זכות פון אלע ברכות, האבן די גרעניץ בא-אמטע אויפגעהאלטן דעם קאר, נישט לענגער ווי 30 סעקונדען, דאן האט זיך אנגעהויבן די צווייטע טעג פורים, די טרעפיק איז געווארן שטארקער אין שטארקער, ווי נענטער צום פאנטשאן פלעין אלץ מער קארס זענען געקומען, מ'האט געקענט מיינען: דער עולם איז זיך צאם געקומען מקבל פנים זיין דעם רבין, איך האב נישט געזעהן קיין אנדערע סיבה צום טראפיק.

"בית הלוי" א רעכטס וווווווואאאאאווווווווו (WWWWWOOOOOO) אריין אין טאהש קודש, בערך 4:00, מען האט קודם געברויכט מאכן אלע דעליווערע'ס איינער האט באשטעלט קאפי פון אמעריקע, איינער קעיק, א דריטער ספיציעלע זון בריללן, א.א.וו.
דערנאך האט מען אראפגעלייגט די פעקלעך ביים אכסניא, - פון דא און ווייטער וועל איך מאכן גאר בקיצור, ווער עס פארשטייט פארשטייט-

כ'אב געזוכט קאפי, אין אבריכם איז נאר געווען צו קויפן פאר א דאלער, איך לאך נאך יעצט בשעתן שרייבן, כ'האב געקויפט מיט א קענעדישן טאלער א קאפי, די באבעלעך פון אויבן האב איך פרובירט אראפשאקלען אבער אן ערפאלג! א באבל אראפ איז צוגעקומען צוויי, כ'האב געקויפט א צווייטע, אין עס געשיקט מיטן ערשטען און לָאך דארט ווי מ'בויט לעבן דעם אבריכם, א צוגערעטל האב איך אריינגעכאפט, בחינת השומח בחלקו.

איך האב מיך אריינגעכאפט אין מקוה מיט א צווייטען, כ'געדענק נאך ווען ס'נישט געווען קיין געיט דארט, צווי האנטוכער א זייף אין א שעמפוי, איך בין ארויס געפפפלללללוויייגעןןן פון דארט ווי נאר דו שופרות האבן זיך צוזינגען, כ'האב געכאפט אלע מיינע האב אין גוטס כ'האב געמיינט כעל פטור ווערן דערפון , א רעטיך ווי ווייטער איך בין געלאפן אלץ העכער איז עס געווארן, די מתים האבן זיך דערוועקט.

ב"ה ביי לכו נרננה איז די רבי זאל זיין געזונט אין שטארק אקעגן גיין משיח צדקינו געזונטערהייט, אריינגעקומען, אנכאפענדיג משה רוטמאנ'ען, אבער ב"ה ער האט מיטגעהאלטען, איך האב געזען דעם רבי'ם אפי' די ישיבה בחורים האבן זייער מקום קבוע, געזאגט גוט שבת נאכן דאווענען, און ארויס.
די סעודה האט מען געגעסן ביים שבע ברכות פון א קרוב, אונדז זעמיר אנגעקומען אין זאל איז נאך קיינער נישט געווען, אפגעגעסן אין געלאפן צום טיש, די רבי האט ב"ה פיין געפירט, ער איז אליין ארויף אויפן סטעידש, געטיילט שיריים.

שבת צופרי, די רבי איז אריינגעקומען צו ברוך שאמר, מ'האט נישט לאנג געווארט, געדאווענט שנעל, ביים ליינען זעמיר ארויס רעכטס פונעם שול ביי די פרענטשעס, געמאכט קידוש, געכאפט א קאקי, כ'האב מיך געבענקט נאכן "קידוש מצב" פון אמאל, [זכרונות].

כ'האב געכאפט א שפאציר צו 555 שול, פיינע מצב דארט, ס'געווען בעסערע קאפי פון ביהמד"ש הגדול, הגם דעם וועם איך כ'האב דארט געזוכט איז נאך געשלאפן, לאל.

שלש סעודות האט זיך אויך שטארק געטוישט, מען געט ארויס די בילקעלעך נאך מנחה, מען טיילט חריף, אויפן אויבן אן גיבט מען סעלמאן פיש, כ'האב אינמיטן שטילע שמונה עשרה געכאפט א טעלער אין "געוואלט" אנטלויפן, כ'האב געכאפט א פאנטש פון א יונגערמאן, לייג שנעל צוריק ווייזט ער אן מיטן פינגער בייגעלייגט מיט א בייזן בליק, כ'האב אגעטראגן פון דארט.

מוצאי שבת, זעמיר געפארן קיין מונטריאל לכבוד מלוה ד'מלכה, געבלאנדזעט אויפן וועג איז א נארמאלע זאך איך בין נישט געווארן צובראכן, מ'האט זיך שנעל צוריק-געיאגט, זיך געזעגענען מיטן רבין, 2:30 זעמיר אריין, די רבי האט אנגעוואונטשען אלעס גוטס, און געגאנגען שלאפן.

אינצווישן האב'ך געהערט א גוטען וויץ, אויפן טאהש'ער חשבון:
פארוואס פארט מען אהיים מוצאי שבת? ווייל שבת טאר מען נישט פארן!!

היינט צופרי, האט ב"ה גערעגענט, די קאפי איז געווען OK, געדאווענט, פאר פרישטאג איז געווען: "אוועקאדו"" AVACADO כידוע ליודעי דבר.

ויסעו אהיים!!! אויפן וועג צוריק האמיר דורך-געשווערצט אן אפיס טיש וואס איז געקויפט געווארן אין א יארד-סעיל.
עס האט זיך גענדיגט מיט טרעפיק אויפן FDR.
לעצט פארראכטן דורך שלעפשיץ אום דינסטאג יאנואר 17, 2012 5:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

איך לאך LOL....
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

שלום עליכם, שלעפשיץ.
אז דער אנהויב איז אזוי, איז א גוטער סימן. כ'האב הנאה געהאט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ווער איז דאס? דער באקאנטער שלעפשיץ? זעה איך גוט?
An article a day keeps the babies away
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע:בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

נאסטאלאגיע!!!!

יואש!!! נעקסטיים דו פארסט קאל מעך, איך בענק מיך אזוי צו די גוטע צייטן..

א וואונדערבארע ארטיקל און נארהאפטיגער טאגבוך, קיפ איט אפ!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

עליכם שלום אייך מאשקע, אנטשולדיגט פארן ענטפערן אזוי שפעט, היות א קרעטשמע איז געמאכט פאר א גלעזעלע שנאפס איך וויל נישט זיין שיכור זיץ איך נישט אגאנצ'ן טאג אין קרעטשמע.

איך האף אז איך בין וועלקאם דא צווישן די זיצערס, אפי' איך פארשטיי נישט אזוי גוט צום טרינקען.
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

שלעפשיץ האט געשריבן: איך האף אז איך בין וועלקאם דא צווישן די זיצערס, אפי' איך פארשטיי נישט אזוי גוט צום טרינקען.

דו קומסט מיר דא זאגן אז דו פארשטייסט נישט צום טרינקען? זאל איך ארויסנעמען די בילדער?
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

טאהש קודש..... אוי ווי עס ליגט מיר טיעף איינגעקריצט אין זכרון
די יונגע יאר'ן ליגן מיר אויפן הארץ ווי אזוי קען איך נישט שרייבן?

היות מיר טראכטן אין די טעג פון א נסיעה צום רבין אינעם הייליג שטעטל
איז מיר געקומען אין מחשבה די אלטע אמאל.

דאס מאל האמיר געמאכט א פלאן - צו פארן מיט'ן באן
אזאך וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט די זכי' צו טון
מיר פלעגן פארן מיט א קאר, בעסער געזאגט א ווען.

כ'על פרובירן אפצושרייבן די בעסטע וואס איך קען
דאס וואס ליגט מיר איינגעקריצט אין זכרון.

מיין פאטער זאל זיין געזונט פלעגט אונז נעמען צום רבי'ן יעדעס יאר
וואס איך געדענק פלעגט זיין כאטשיג 2 מאל א יאר.
רוב מאל פסח און סוכות.

מיין פאטער פלעגט פארן (פארט נאך היינט) צום רבי'ן אלץ תלמיד
ער האט געלערנט דארטן אין די ישיבה, איך געדענק נאך די מעשיות וואס ער פלעגט פארציילן
ממש אזוי ער וואלט עס היינט איבערגעלעבט.
די רבי איז אריינ.... די רבי איז ארויס........ די רבי האט אזוי אדער אזי געזאגט/געטון
זאל ער זיין געזונט און שטארק עד ביאת משיחנו -הגהצוה"ק משולם פייש בן צירל לרפואה שלימה בקרוב ממש אמן.

******
אני הקטן בין געבוירן הארט פאר פסח, יענע יאר זעמיר געפארן צום רבין קיין טאהש
מיר האבן פאמיליע דארט, פעטער'ס מומע'ס 'די האול ניין יאַרד'
מיין ברית איז געווען ביים רבי'ן - מיין עלטער זיידע איז געווען סנדק.

אינטערעסאנט אנצומערקן - מען האט מכבד געווען דעם רבין מיט סנדקאות
היות די רבי איז א קרוב, מיין עלטער זיידע איז דעם רבינ'ס שוואגער (בזיווג ראשון - בימים ההם)
האט די רבי געזאגט מען זאל געבן דעם עלטער זייד'ן סנדקאות - די רבי האט געזאגט די ברכות.

איך געדענק פארשטייט זיך גארנישט פון יענע יארן, אבער גלייך דאן האב איך שוין אנגעהויבן
זיך ווייקן אין טאהש.

*******

אלס קינד געדענק איך די נסיעות, דאס אליין די 7-8 שעה פארן איז געווען אן ארטיקל פאר זיך
די געזעצן פון קאר סיטס וכו' איז נאך נישט אזוי איינגעריסן ביים המון עם ווי היינט.

מען פלעגט ארויסנעמען איין באנק פון די בעק איין באנק לאזן, אזוי איז געווען ווי צו זיצן אין פאל פון נויט
עס זאל זיך נישט מאכן.

רוב צייט פלעגט מען ליגן אויף דער ערד, מען האט פיין געקענט האצקענען, דאס זיצן איינגעשפארט
מיט א גארטל איז נישט געווען ביינאונז, אויב יא גלייב איך וואלט מען נישט געקענט איינזיצן אזוי לאנג.

מען פלעגט קאָלעֶר'ן, מען פלעגט שפילן צוזאמען, ליינען אלע טאוולען וכו'
שפעטער ארויף צו נענטער צו מאנטריאל האט מען שוין געקענט זעהן אלע פאַרעמס, אוי איז געווען א שמחה
מען האט געזעהן קיען, פערד'ן, קאטשקעלעך און אלע שטוב חיות, יעדע קיה איז געווען א שמחה פאר זיך.
ווער רעדט נאך ווען סע געווען מערערע פון איין מין.

******

אנקומענדיג אין שטעטל איז געווען די הויעך פונקט פונעם גאנצ'ן טריפ
צו וועם גייט מען ערשט? אונז קינדער זעמיר געווען גרייט שוין ביים אנקומען
ארויסצושפרינגען פון קאר, רייסן שפילן מיט די קינדער, די וועגעלעך וואס זיי פלעגן נוצן.
איך פלעג זיך אלץ וואונדערן פארוואס האבן זיי נישט קיין 2 wheelers?

ביינאונז אין שטאט פלעגט מען נאר קענען ארום פארן די גאס, דא איז א יודישער שטעטל
ווי גוט וואלט געווען ארום צופליען גאנץ טאהש מיט א בייק.

הגם: גאנץ טאהש איז דעמאלטס געווען נישטאמאל האלב ווי וואס עס איז יעצט.
די טרעילער איז געווען די גראסערי (ווער געדענקט?)

די קאזינ'ס פלעגן אונז לאזן נוצן זייער וואגן - אויב זיי האבן געלאזט :)

אלעס איז געווען מיט'ן וואגן, דאס געדענק איך נאך ווי היינט,
גיי ברענג האט געמיינט פליען מיטן וואגן גיי טראג איז ווייטער געווען די וואגן
סיי וואסערע בעגס פלעגן אריינגיין אין דעם וואגן, שווער צו גרינג - די וואגן.

אפי' אין חדר פלעגן זיי גיין מיט'ן וואגן, היינט איז שוין דא באסעס?
אוי איך דערמאן זיך די לעקטערס וואס פלעגן שיינען אויפ'ן בנין פונעם תלמוד תורה
מען פלעגט דארט טאנצן, עס האט אויסגעקוקט ווי שאטענעס טאנצן, אגרויס עבודה אריינגעלייגט אינעם טאנצן דארט.

מעער ווייניגער פלעגט מען אנקומען פרייטאג, אוועק פארן זונטאג
איך געדענק אפי' איינמאל מען האט מיר גע'אפפערט צו בלייבן אין שטעטל אפאר טאג
נאר בתנאי איך גיי דארט אין חדר, איך האב נישט געוואלט, איז מען אהיים געפארן (עס טוט מיר נאך עד היום וויי פארן נישט בלייבן).

*******

די ימים טובים דארט קען איך שוין נישט אראפשרייבן מיט ווערטער.

די טישן: סוף סעודה פלעגט מען אוועק לויפן פון פעטער'ס הויז.
מען פלעגט גיין צום רבינ'ס טיש.

די וועג צום שול איז געווען אפען פון אלע זייטן, די גראז, די בעק ביים כולל ווען עס איז נאך געווען אפען,
אפי' די גראז זענען דארט געווען ספעציעל הייליג אין מיינע אויגן.

ווער סע נישט געווען ביי הקפות ווען די רבי האט געטאנצן השיר והשבח פאר א האלבע שעה
וועט נישט פארשטיין וואס דארט האט זיך אפגעטון.

איינמאל ביים באגלייטן נאך יו"ט, האט מען גוואלט מאכן מוזיק
די רבי האט געזאגט אז ער גייט נישט אהיים ווילאנג עס איז דא מוזיק
איך געדענק טאקע עס האט גענומן זייער לאנג ביז די רבי איז אהיים צום סוף אנע מוזיק.

עס ליגט מיר אין זכרון, ווי די רבי גייט אהיים אנגעטון מיט'ן פעלץ באגלייט מיט אלע מענטשן.

די שול איז נאך געווען נאר די חלק פונעם ארון קודש נישט די צוויי זייטן
איין יאר זעמיר אנגעקומען איז געווען צוגעבויט די לינקע זייט, מען האט געברויכט ארויפגיין אפאר שטיגן
די רעכטע זייט איז יא געווען גראד.

איך געדענק ווען מען האט געבויט די ישיבה קטנה בנין, איך מיט א קאזין
זענען געגאנגען קריכן אויף די beams די טרעפ זענען שוין געווען אבער נישט מער ווי דעים.

די אברכים איז ארויף איינע פון די אלע יארן.
איך געדענק ווי די פלאץ ווי דער רב'ס הויז איז יעצט, איז נאך געווען א בארג שניי
מען פלעגט זיך דארט גליטשן מיט שליטן.

די אלטע בית צירל איז געווען היפש א שיינע חתונה זאל פאר טאהש,איך געדענק נאך גוט אסאך חתונות דארט פון קאזינ'ס
אזוי שיין באשיידן, נארמאלע ניגונים, עכט היימיש איז די ווארט!

די ריידס פלעגן קומען פארנט פונעם סקול א טיקעט האט געקאסט א דיים.
די פארק אונטער די סקול אדער מער אין די זייט - די אלטע גליטשערס - דארט ווי די יעצטיגער בנין איז.

אונטער די רביס הויז האט מען נישט געטארט גיין ביינאכט
אונז קינדער האבן געוואוסט: די רבי האט געזאגט אז דארט דרייען זיך שדים ביינאכט :)
אוי האט מען געציטערט.

מר. גארדאן ני"ו איז נאך געווען אין די כלים יענע יארן.

[אפי' די גוים וואס האבן געארבייט אין טאהש זענען געווען א שם דבר
עפעס ליגט מיר אין זכרון א גוי - פעטריק.]

*******

אונז פלעג מיר איינשטיין ביי מענטשן, אמאל ביי א קרוב אמאל ביי א פרעמדן
אבער שיין צוגעשטעלט איז געווען איבעראל.

מיר זענען אפי' אמאל איינגעשטאנען אין די מושב זקנים, עס איז געווען פאר אונז קינדער
ממש אזוי ווי א האטעל. אפאר שטאק, אסאך צימערן - וואס נאך קענען קינדער ברויכן??

ווי קען איך פארגעסן - איימאל איז עפעס די איינגעשטעלטע פון די רעגירונג געקומען צום רבי'ן
מען האט געמאכט א ברוך הבא, א סטעידזש מיט אגאנצע זאך פארענט פונעם אבריכם (דארט ווי די אבריכם איז יעצט)
אוי סע געווען פיין............

********
וואס האבעך פארגעסן??

היינט איז שוין נישט ווי אמאל, שוין ב"ה צוגעקומען אפאר גאסן
אפי' המשביע איז שוין צוגעמאכט.......
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ריין נאסטאלגיע
אבער דו בוזט פארפארן מיטן ענין מיט א ווען אדער מיט א באן?
ווען און וואו?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

א ווען אינעם אמאל

א באן אינעם צוקונפט
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמתה לתמר »

שיין באשריבען.

ובכן צדיקים.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36790
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שלעפשיץ, שיין, ס'בענקט זיך מיר, שוין לאאאנג נישט געוועזן.

דער ליכטיגער אמאל
אין דעם קליינעם טאל
וועל מיר אמאל
געדענקען

דער גליקליכער אמאל
זכרונות אן א צאל
וואס מאכן אלעמאל
זיך בענקען
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שכח פאר אייך אלע
עס איז מיר א פארגעניגן
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ס'שיינט אז ער איז פערהייראט נאר פאר'ן שטריימל און א פרוי וואס זאל אים זיצען אונעם פאדערשטען זיץ פון אויטא...
די בחור'ישע מאנירן איז אים נאך גענצליך פערבליבן. מ'פארט מ'האצקעט און וואס נישט
שלעפשיץ מיין פריינט, מאך זיך נישט צוטוהן פון מיינע טשעפע רייד, ענדזשוי ווילאנג דו קענסט, איך רעד שוין פון קנאה.
האב א גליקליכע רייזע און ביים דערגרייכען מאנרא אויפן וועג, ביזטו מער ווי וועלקאם אריינצוקומען צו מיר אין שטוב און טרינקען א קאווע.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שיין. זיס. געשמאק. נאסטאלגיש. הארציג. בענקעדיג. טאהש קודש.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

צו געזונט האט געשריבן: שלעפשיץ מיין פריינט.


א גוט יאר צו אייך מיין מאיעסטעט - אדון צו געזונט

פילייכט געדענקט איר אווי איך דערקוויק זיך מיט אייערע רייד
ממש ווי נאפאליאן מיט אירע גענעראלן
אייערע געשמאקע נאבעלע פראדוקטן פלעגן ווי זיך אראפגליטשן מיין גענאק

אייערע אנוועזענהייט איז מיר א פאראדע געוויס זיכער וועל איך אי"ה אפשטאטען א באזוך ביי אייערע גיטער
צום ווידער זעהן הער געזונט
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שטיקער נאסטאלגיע, מר. שלעפשיץ.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איז דאס אזא סארט אנצייגעניש אז די ברויכסט נאפאליאן קוכען (אדער ווי מיין מיטארבעטער רופט דאס "קייזער קוכען") צו די קאווע?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

נא נא א 'ראמבאלל' צו די קאפעי איז מיר געראטן
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

שלעפשיץ, כ'ווייס נישט ווי אזוי כ'בין דא אריינגעפאלן היינט, נאסטאלגיע איז צו א ארעמער ווארט

ס'איז אבער אינטערעסאנט צו זעהן ווי פון יעדע יארגאנג האט מען אנדערע זכרונות כולם שווים לטובה

יש"כ
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

געדענק מיר מיר זענען געפארן קיין מאנטריאל מיטן סטעישאן וואגאן אין די קינדער זענען געשלאפן אין די בעק
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע:און חתונה זאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיקער »

נשמה האט געשריבן: שיין. זיס. געשמאק. נאסטאלגיש. הארציג. בענקעדיג. טאהש קודש.
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע:א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

ספיקער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: שיין. זיס. געשמאק. נאסטאלגיש. הארציג. בענקעדיג. טאהש קודש.


עס א פחד איום ונורא
חכםמה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

PDF
לזיכוי הרבים
אטעטשמענטס
טאהש, שלעפשיץ - אייוועלט.pdf
(221.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 449 מאל
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

טאהש טאהש ווי ווייט ביסטו
נשמה נשמה ווי נידריג ביסטו
וואלט טאהש נענטער געוועהן
וועלט די נשמה העכער געווען
(בנוסח גלות גלות)
The Divided States Of America
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”