די נשמה איז נישט נידריג, די גוף איז - אויב מען ארבעט עס נישט ארויף
שלעפשיץ האט געשריבן: טאהש קודש..... אוי ווי עס ליגט מיר טיעף איינגעקריצט אין זכרון
די יונגע יאר'ן ליגן מיר אויפן הארץ ווי אזוי קען איך נישט שרייבן?
היות מיר טראכטן אין די טעג פון א נסיעה צום רבין אינעם הייליג שטעטל
איז מיר געקומען אין מחשבה די אלטע אמאל.
דאס מאל האמיר געמאכט א פלאן - צו פארן מיט'ן באן
אזאך וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט די זכי' צו טון
מיר פלעגן פארן מיט א קאר, בעסער געזאגט א ווען.
כ'על פרובירן אפצושרייבן די בעסטע וואס איך קען
דאס וואס ליגט מיר איינגעקריצט אין זכרון.
מיין פאטער זאל זיין געזונט פלעגט אונז נעמען צום רבי'ן יעדעס יאר
וואס איך געדענק פלעגט זיין כאטשיג 2 מאל א יאר.
רוב מאל פסח און סוכות.
מיין פאטער פלעגט פארן (פארט נאך היינט) צום רבי'ן אלץ תלמיד
ער האט געלערנט דארטן אין די ישיבה, איך געדענק נאך די מעשיות וואס ער פלעגט פארציילן
ממש אזוי ער וואלט עס היינט איבערגעלעבט.
די רבי איז אריינ.... די רבי איז ארויס........ די רבי האט אזוי אדער אזי געזאגט/געטון
זאל ער זיין געזונט און שטארק עד ביאת משיחנו -הגהצוה"ק משולם פייש בן צירל לרפואה שלימה בקרוב ממש אמן.
******
אני הקטן בין געבוירן הארט פאר פסח, יענע יאר זעמיר געפארן צום רבין קיין טאהש
מיר האבן פאמיליע דארט, פעטער'ס מומע'ס 'די האול ניין יאַרד'
מיין ברית איז געווען ביים רבי'ן - מיין עלטער זיידע איז געווען סנדק.
אינטערעסאנט אנצומערקן - מען האט מכבד געווען דעם רבין מיט סנדקאות
היות די רבי איז א קרוב, מיין עלטער זיידע איז דעם רבינ'ס שוואגער (בזיווג ראשון - בימים ההם)
האט די רבי געזאגט מען זאל געבן דעם עלטער זייד'ן סנדקאות - די רבי האט געזאגט די ברכות.
איך געדענק פארשטייט זיך גארנישט פון יענע יארן, אבער גלייך דאן האב איך שוין אנגעהויבן
זיך ווייקן אין טאהש.
*******
אלס קינד געדענק איך די נסיעות, דאס אליין די 7-8 שעה פארן איז געווען אן ארטיקל פאר זיך
די געזעצן פון קאר סיטס וכו' איז נאך נישט אזוי איינגעריסן ביים המון עם ווי היינט.
מען פלעגט ארויסנעמען איין באנק פון די בעק איין באנק לאזן, אזוי איז געווען ווי צו זיצן אין פאל פון נויט
עס זאל זיך נישט מאכן.
רוב צייט פלעגט מען ליגן אויף דער ערד, מען האט פיין געקענט האצקענען, דאס זיצן איינגעשפארט
מיט א גארטל איז נישט געווען ביינאונז, אויב יא גלייב איך וואלט מען נישט געקענט איינזיצן אזוי לאנג.
מען פלעגט קאָלעֶר'ן, מען פלעגט שפילן צוזאמען, ליינען אלע טאוולען וכו'
שפעטער ארויף צו נענטער צו מאנטריאל האט מען שוין געקענט זעהן אלע פאַרעמס, אוי איז געווען א שמחה
מען האט געזעהן קיען, פערד'ן, קאטשקעלעך און אלע שטוב חיות, יעדע קיה איז געווען א שמחה פאר זיך.
ווער רעדט נאך ווען סע געווען מערערע פון איין מין.
******
אנקומענדיג אין שטעטל איז געווען די הויעך פונקט פונעם גאנצ'ן טריפ
צו וועם גייט מען ערשט? אונז קינדער זעמיר געווען גרייט שוין ביים אנקומען
ארויסצושפרינגען פון קאר, רייסן שפילן מיט די קינדער, די וועגעלעך וואס זיי פלעגן נוצן.
איך פלעג זיך אלץ וואונדערן פארוואס האבן זיי נישט קיין 2 wheelers?
ביינאונז אין שטאט פלעגט מען נאר קענען ארום פארן די גאס, דא איז א יודישער שטעטל
ווי גוט וואלט געווען ארום צופליען גאנץ טאהש מיט א בייק.
הגם: גאנץ טאהש איז דעמאלטס געווען נישטאמאל האלב ווי וואס עס איז יעצט.
די טרעילער איז געווען די גראסערי (ווער געדענקט?)
די קאזינ'ס פלעגן אונז לאזן נוצן זייער וואגן - אויב זיי האבן געלאזט :)
אלעס איז געווען מיט'ן וואגן, דאס געדענק איך נאך ווי היינט,
גיי ברענג האט געמיינט פליען מיטן וואגן גיי טראג איז ווייטער געווען די וואגן
סיי וואסערע בעגס פלעגן אריינגיין אין דעם וואגן, שווער צו גרינג - די וואגן.
אפי' אין חדר פלעגן זיי גיין מיט'ן וואגן, היינט איז שוין דא באסעס?
אוי איך דערמאן זיך די לעקטערס וואס פלעגן שיינען אויפ'ן בנין פונעם תלמוד תורה
מען פלעגט דארט טאנצן, עס האט אויסגעקוקט ווי שאטענעס טאנצן, אגרויס עבודה אריינגעלייגט אינעם טאנצן דארט.
מעער ווייניגער פלעגט מען אנקומען פרייטאג, אוועק פארן זונטאג
איך געדענק אפי' איינמאל מען האט מיר גע'אפפערט צו בלייבן אין שטעטל אפאר טאג
נאר בתנאי איך גיי דארט אין חדר, איך האב נישט געוואלט, איז מען אהיים געפארן (עס טוט מיר נאך עד היום וויי פארן נישט בלייבן).
*******
די ימים טובים דארט קען איך שוין נישט אראפשרייבן מיט ווערטער.
די טישן: סוף סעודה פלעגט מען אוועק לויפן פון פעטער'ס הויז.
מען פלעגט גיין צום רבינ'ס טיש.
די וועג צום שול איז געווען אפען פון אלע זייטן, די גראז, די בעק ביים כולל ווען עס איז נאך געווען אפען,
אפי' די גראז זענען דארט געווען ספעציעל הייליג אין מיינע אויגן.
ווער סע נישט געווען ביי הקפות ווען די רבי האט געטאנצן השיר והשבח פאר א האלבע שעה
וועט נישט פארשטיין וואס דארט האט זיך אפגעטון.
איינמאל ביים באגלייטן נאך יו"ט, האט מען גוואלט מאכן מוזיק
די רבי האט געזאגט אז ער גייט נישט אהיים ווילאנג עס איז דא מוזיק
איך געדענק טאקע עס האט גענומן זייער לאנג ביז די רבי איז אהיים צום סוף אנע מוזיק.
עס ליגט מיר אין זכרון, ווי די רבי גייט אהיים אנגעטון מיט'ן פעלץ באגלייט מיט אלע מענטשן.
די שול איז נאך געווען נאר די חלק פונעם ארון קודש נישט די צוויי זייטן
איין יאר זעמיר אנגעקומען איז געווען צוגעבויט די לינקע זייט, מען האט געברויכט ארויפגיין אפאר שטיגן
די רעכטע זייט איז יא געווען גראד.
איך געדענק ווען מען האט געבויט די ישיבה קטנה בנין, איך מיט א קאזין
זענען געגאנגען קריכן אויף די beams די טרעפ זענען שוין געווען אבער נישט מער ווי דעים.
די אברכים איז ארויף איינע פון די אלע יארן.
איך געדענק ווי די פלאץ ווי דער רב'ס הויז איז יעצט, איז נאך געווען א בארג שניי
מען פלעגט זיך דארט גליטשן מיט שליטן.
די אלטע בית צירל איז געווען היפש א שיינע חתונה זאל פאר טאהש,איך געדענק נאך גוט אסאך חתונות דארט פון קאזינ'ס
אזוי שיין באשיידן, נארמאלע ניגונים, עכט היימיש איז די ווארט!
די ריידס פלעגן קומען פארנט פונעם סקול א טיקעט האט געקאסט א דיים.
די פארק אונטער די סקול אדער מער אין די זייט - די אלטע גליטשערס - דארט ווי די יעצטיגער בנין איז.
אונטער די רביס הויז האט מען נישט געטארט גיין ביינאכט
אונז קינדער האבן געוואוסט: די רבי האט געזאגט אז דארט דרייען זיך שדים ביינאכט :)
אוי האט מען געציטערט.
מר. גארדאן ני"ו איז נאך געווען אין די כלים יענע יארן.
[אפי' די גוים וואס האבן געארבייט אין טאהש זענען געווען א שם דבר
עפעס ליגט מיר אין זכרון א גוי - פעטריק.]
*******
אונז פלעג מיר איינשטיין ביי מענטשן, אמאל ביי א קרוב אמאל ביי א פרעמדן
אבער שיין צוגעשטעלט איז געווען איבעראל.
מיר זענען אפי' אמאל איינגעשטאנען אין די מושב זקנים, עס איז געווען פאר אונז קינדער
ממש אזוי ווי א האטעל. אפאר שטאק, אסאך צימערן - וואס נאך קענען קינדער ברויכן??
ווי קען איך פארגעסן - איימאל איז עפעס די איינגעשטעלטע פון די רעגירונג געקומען צום רבי'ן
מען האט געמאכט א ברוך הבא, א סטעידזש מיט אגאנצע זאך פארענט פונעם אבריכם (דארט ווי די אבריכם איז יעצט)
אוי סע געווען פיין............
********
וואס האבעך פארגעסן??
היינט איז שוין נישט ווי אמאל, שוין ב"ה צוגעקומען אפאר גאסן
אפי' המשביע איז שוין צוגעמאכט.......
האב איך דא אריינגעבלאנדזשעט מוז איך פארעכטן.
אויף די פלאץ פון די רב'ס (היינטיגע רבי) הויז איז געווען אמאל א זייער שיינע פארק פאר די קינדער צו שפילן מיט סווינגס און גליטשערס מאנקי באר וכו' און אלע צוגעהער. און בעליוו איט אר נאט, איז געווען א יונגעל פארק און א מיידל פארק אפגעטיילט... עס איז דאך געווען טאהש קודש..
די בארג פון וואס די רעדטס איז געווען אויפן שטח ווי עס איז שפעטער געבויעט געווארן די הייזער פון ר' אלימלך טירנויער און ר' מרדכי לייפער
איי איי איי נאסטעלאגיע.