רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט
די וועלט זאגט אז ער האט געמאכט ספרים כמנין שלמ"ה, מען זעט היינט ווי מען האלט כסדר אין איין דרוקן ספרים פון אים על כל מקצועות התורה.
זיינע ספרים דענען א מפתח און א יסוד פאר אסאך בעלי דרשנים און רבנים.
דא איז דא א ליסטע פון זיינע ספרים און כת"י וואס איז געדרוקט דורך א אייניקל פאר איבער 100 יאר צוריק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 32&hilite= " onclick="window.open(this.href);return false;
עפעס א מעשה איז דא פארוואס ער איז קיינמאל נישט געווארן רב אין א שטאט, איך געדענק עס נישט מאמענטאל, ווער עס ווייסט זאל ביטע דערמאנען
אין זיינע ספרים ברענגט ער אויך פון תלמידי בעש"ט, הגם ער האט זיך נישט גערעכנט אלס חסיד, באקאנט איז אז ער איז געווען באזוכן ביי הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן, אבער דאכט זיך אז אין קהלת יעקב ברענגט ער דעם בני יששכר וואס איז געווען א בן דורו.
אזוי אויך איז דא אין קהלת יעקב (דאכט זיך יו"כ) דערמאנט ער דעם הסתלקות פונעם ישמח משה
זייער אינטערעסאנט צומאל אין זיינע תשובות ווי ער ברענגט ארויס צומאל זיינע טירדות, אויף א פלאץ שרייבט ער דעם לשון "אין לי פנאי לבלוע רוקי מרוב טרדותי"
זיינע שיעורים יעדן טאג איז געווען א בלאט אין שו"ע או"ח, שו"ע יו"ג, שו"ע אה"ע און שו"ע חו"מ
צוויי טעג א וואך האט ער מייחד געווען צו שרייבן חידודשי אגדה