עליכם השלום איך בין גראדע געענגט אין צייט, אבער אז אידן ווארטן ווי קען איך צעגערן...
אין די יארן פאר די ערשטע וועלט קריג האט אמעריקע געשפרודלט מיט חזנים וואס זענען געקומען פון אייראפע זוכן גליקן אין די "גאלדענע מדינה", ר' בערל שווארץ שרייבט דערוועגן אין "זמירות ישראל" (כ'וועל עס בל"נ ציטירן ביי א געלעגנהייט) דער דאזיגער ליד לייגט אראפ מיט א לייכטן הומאר ווי אזוי ס'האט אמאל אויסגעזעהן פאר ימים נוראים וויבאלד אמאל איז נישט געווען אזויפיל זאכן מיט וואס צו פארברענגען און זיך אונטערצוהאלטן, איז חזנות געווען פאר ערליכע אידן די איינציגסטע כשר'ע אונטערהאלטונג א גאנץ יאר, און פארשטייט זיך פילפאכיג מער פאר די הייליגע טעג וואס באשטייט הויפט זעכליך פון תפילה, און אפי' די אידן וואס פלעגן ליידער נישט גיין אין שול א גאנץ יאר פלעגן אבער דעמאלט יא קומען איך גיי עס דא אפשרייבן אזוי ווי דער בארימטער חזן "מרדכי הערשמאן" זינגט עס, (פון די סי די "מרדכי הרשמאן - שירי עם ביידיש" ארויסגעגעבן דורך "ישראל מיוזיק", די לעצטע טרעק נומ. 16) וואס אין חזנות איז ער געווען איינס נאך יאסעלע אין זיינער צייט, אבער ווער עס האט שוין אמאל געהערט פון אים זינגען א אידישע ליד ווייסט אז ס'איז ממש אויסצוגיין מיט וואספארא געוואלדיגע מתיקות און געשמאק ער לייגט עס אראפ מיט זיין מעכטיגע זיסע שטימע
ווען די ימים נוראים זענען ניט ווייט, ווערט א יריד אויף חזנים מען לעזט די אנאנסן די גאנצע צייט, פון פאראיינען און פון שולן און מנינים
א חזן פארלאנגט וואס זאל האבן א קול א בעל מוסף צום דאווענען גאר אין א האל אויך אין טיאטער פאר פופציג סענט טאל (ס'שטימט נישט מיטן גראם, משה שטערן זינגט "קאפ" און דודו זינגט "טאפ") מען דאוונט די ימים טובים אפי' אין א שאפ
מען נעמט דאן חזנים אויף א פאהער זיי רייסן די העלזער צו געפעלן וואס מער עס קומען בע"ת אויך קאנטאר'ס פון וויען אפי' דזשעז זינגערס זינגען לקל עורך דין...
אט קומט אָן אַן אלטיטשקער בע"ת, צו האלטן פראבע פאר קהל און צולאזט זיך מיט כוונה, פונקט ווי אין דער אלטער היים אמאל שמע קולינו וכו' אל תשליכנו וכו'
ביז אהער זינגט ער, אבער אלע אנדערע חזנים וואס זינגען עס נאך, אנגעהויבן פונעם חזן "לייבעלע וואלדמאן" וואס זינגט עס אויף א פילם ווי מען שפילט אויף די פראבע (כ'האב עס אמאל געזעהן אויף יוטאב, זייער זיס) און דערנאך די היינטיגע ווי "משה שטערן שליט"א", "דודו פישער" אויפן סי די "דאס געזאנג פון מיין הארץ" די לעצטע טרעק (ווי אויך האב איך געזעהן ווי ער זינגט דאס אויף ענגליש ביי די "אוהל" און "העסק" קאנצערטן) און ווי אויך "חיים אדלר" צוזאמען מיט די חזנים "נפתלי הרשטיק" און "אשר היינוביץ" (אויף די טעיפ " 3 חזנים בשירי אידיש" [פון א קאנצערט אין ירושלים (אנגעפירט דורך "מוטי פר"מ"), ארויסגעגעבן דורך "ישראל מיוזיק"], ערשטע טעיפ צווייטע זייט די לעצטע ניגון) לייגן צו דעם פאלגענדן שטיקל, וואס מאכט חוזק פון די היינטיגע מענטשן וואס זיי פארשטייען נישט צו קיין חזנות איך שרייב איך עס דא נאך ווי אזוי "משה שטערן" (היינט צו טאגס דער לעצטער איבערגעבליבענער פון די אלטע גווארדיע חזנים) זינגט עס פונעם סי די "טוב להודות לה', החזן משה שטרן בימת הקונצרטים" די לעצטע טרעק, ביי דעם ניגון שטייט "ש. סעקונדה-משה שטרן" ממילא קען זיין בדרך אפשר, אז דאס מיינט אז שלום סעקונדע האט געמאכט דעם ליד, און משה שטערן האט צוגעלייגט די לעצטע שטיקל
דאן שטייט אויף א קאנטאר פון וויען קלאפט אן די קאמער טאן (ווארשיינליך א "שטים גאפל") און פון א קליין דייטש סידור'ל זינגען הייבט ער אן ה' ה' קל רחום וחנון וכו'
עס טאנצט באלד אונטער א אינגערמאן פון אן אנדער קלאס ער קוקט אויס אוי פונקט ווי א גוי און ער דאוונט אזוי ישמח משה משה במתנת במתנת חלקו ישמח משה משה ישמח יאם דודו דאדודו...
וועלן מיר ממשיך זיין ווייטער מיטן ליד "דער אלטער חזן" געזינגען דורך דעם בארימטן חזן "משה קאסעוויצקי" פונעם טעיפ "לידער קראנץ" יידישע לידער אין די אויספירונג פון חזן משה קוסעויצקי" (ארויסגעגעבן דורך: "ישראל מיוזיק" ניגון נומ. 6 "דער אלטער חזן" לחן :יהושע וויסר) ווי אויך דורך דעם חזן "שלום כ"ץ" פונעם טעיפ "שלום כ"ץ \ פרקי חזנות נבחרים" (ארויסגעגעבן דורך: "ישראל מיוזיק" ניגון נומ. 2) און פון די לעבעדיגע: "נפתלי הערשטיק", אויפן אויבדערמאנטן טעיפ "3 חזנים בשירי אידיש"
דער דאזיגער שטייטער ליד לייגט זייער שיין אראפ די געפילן פון א אלטער חזן פאר די ימים נוראים וואס די שטימע איז שוין נישט אזוי איי איי איי... דעריבער ווילען אים שוין מער נישט די גבאים, אבער פרנסה דארף ער דאך נאך אלץ האבן, און ווען ער דערמאנט זיך ווי ער פלעגט אמאל זינגען, באקומט ער צוריק זיין אלטע פרישקייט און מען נעמט אים שוין צו כל נדרי
ס'איז ערב יו"כ אין שטעטל, דער חזן פארטרויערט געבויגן פארזינקען אין טיפע רעיונות גא-ט דו ביסט א מוחל עוונות נישטא שוין די כוחות די יענע די שטימע שוין ניט אזוי שיין דער שטאלצעדיג געפילן די זעלבע די טענער נאר פיל מיט געוויין כל נדרי וכו'
עס טראכט זיך דער חזן דער אלטער באלד וועלן פארגיין די ימים נוראים עס וועט קומען א ווינטער א בייזער און עס ווילן אים ניט מער די גבאים אל תשליכנו לעת זקנה וכו'
דער אלטיטשקער חזן דערמאנט זיך די גליקליכע יארן אמאל ווי ער פלעגט זיך פארזינגען אין זמירות (ש"כ: פארטיפן אין זינגען) יעדער שבת און יו"ט אין שול ישמחו במלכותך וכו' עם מקדשי שביעי וכו'
אין מערב די זון איז פארגאנגען אויפן שטעטל עס רוקט זיך א טרויער עס הערן זיך שטילע געזאנגען עס זינגט שוין דער חזן דער גרויער כל נדרי ואסרי וכו'
א גוטן ערב שבת לכבוד שבת וועל איך היינט ברענגען א ניגון אין די סעריע פון חזנים וואס רעדט פון שבת "דער חזן אין שוהל" דער ניגון ווערט געזינגען דורך "לייבעלע וואלדמאן" אויפן סי די וואס "מרדכי סובול" האט ארויסגעגעבן דער דריטע אין די סעריע פון "תור הזהב, המיטב של לייבל'ה וולדמן" די ערשטע איז פון חזנות די צווייטע חסידישע ניגונים (גאר שיין און געשמאק) און די דריטע פון וואס מיר רעדן דא הייסט "מיין פאלקס ליד" אידישע לידער (ס'איז טרעק נומ. 11) פון "לייבעלע" וועלן מיר נאך אסאך רעדן דא, ווייל פון אים (אזוי ווי פון "מרדכי הערשמאן) איז דא גאר אסאך אידישע לידער (מרדכי סובול ברענגט נישט אלעס) אט איז וואס ר' בערל שווארץ שרייבט וועגן לייבעלע (אי"ה בקרוב) מרדכי זאגט דארט א הקדמה אויף ענגליש, ס'איז מיר שווער עס דא אראפצושרייבן, אבער סיי ווי דארף דער ליד נישט קיין גרויסע הקדמות ס'ברעגנט גאנץ גוט ארויס וואס ער וויל, אבער אויב איינער קען און וויל עס דא אראפשרייבן וועל איך אים דאנקבאר זיין
שבת פרי אין שול ביי דעם עמוד פלעגט אונזער שטאט חזן תמיד אנפאנגען דאווענען שחרית אט אזוי שוכן עד מרום וקדוש שמו
און די משוררים גרויסע און קליינע האבן געענטפערט ברנה יתפאר שמך מלכנו מ'האט געדאווענט מיט התלהבות ס'איז געווען אן אמת'ער עונג שבת אין הויז אויף דער גאס און אין שול אט אזוי איז געוועזן אמאל
און די נשמה יתירה האט פארטריבן די וואכעדיגע מרה שחורה ביים שוסטער ביים שניידער ביים שמיד און ביים בעדער איז געווען אין הויז א פארגעניגן יעדער באזונדער, ביים טיש מיט זיינע קינדער האבן אלע איבערגעזינגען דעם חזן'ס ניגון ישמח משה במתנת וכו'
אבער היינט שטייט דער עמוד פאר'יתום'ט אליין ווייל דער איד האט קיין צייט ניט אין שול אריין גיין די שול וואס איז געווען אמאל די פרייד פון גאנצן פאלק ישראל איז געבליבן היינט אן ארט בלויז צו זאגן קדיש דארט ניטא קיין חזן ניטא קיין כאר די שול איז ליידיג א גאנץ יאר דער שמש זוכט ארום א איד א כהן א לוי געפונט מען ניט
ווען דער איד וואלט אלעמאל געגאנגען אין א שול שבת יו"ט יעדן טאג אין יאר געווען וואלט ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר
ס'איז אינטרעסאנט ווי דער שטיקל "איין מאל א יאר וכו'" זינגט ער מיטן נוסח פון ר"ה'דיגן מעריב דער חזן "מאיר דוד פארקאש" זינגט עס אויך אויף זיין טעיפ "א שבת אין שול", ס'איז דארט די ערשטע ניגון אונטערן נאמען "שבת פרי", (פון חזן אברהם זינגער, בפי ישרים קאמפאזירט און געזינגען דורך מאיר דוד פארקאש) אבער ער זינגט נישט די גאנצע, נאר די ערשטע חלק ביז נאך די משוררים גרויסע און קליינע (זעהט אויס אז ער האלט אז מ'גייט אזוי אויך אין שול...)
נאך א ליד פון "לייבעלע וואלדמאן" וואו ער ברענגט ארויס די זעלבע נקודה, גערופן "א איד דארף גיין אין שול" פונעם סי די "3 הטנורים בשירי אידיש" (ולדמן- קוסביצקי-אלכסנדרוביץ) ארויסגעגעבן דורך "ישראל מיוזיק" (טרעק נומ. 6) מערקט אן ווי ער זאגט "אפי' דא אין דער וועלט דער נייער" דאס מיינט ער דא אין אמעריקע, ווי די צווייטע דור פון אימיגראנטן זענען ליידער פארשלעפט געווארן נאכ'ן דאלער און קוים איינמאל א יאהר איז מען געקומען אין שול
עס איז געווען א צייט אמאל ווען יעדער איד איז געגאנגען אין שול דער פרומער דער פרייער אפי' דא אין דער וועלט דער נייער ניט בלויז איינמאל אין א יאר האט גערוהט אין שול די שכינה, בגילה ורינה און דער חזן מיט זיין כאר
און יעדער חזן האט געבעטן פאר זיין קהילה ביים בענטשן ר"ח די שיינע תפילה יה"ר זאל זיין דיין גוטער ווילן ה' אלקינו ואלקי אבותינו דו זאלסט מיין בקשה גא-טע'ניו דערפילן מי שעשה ניסים לאבותינו האט גא-ט געוויזן זיינע וואונדער צו אייערע עלטערן און צו מיינע אז דער איד האט געלעבט גליקליך אפי' אין גלות אין אלע לענדער צווישן אלע חַמָלות?
חברים כל ישראל א איד דארף גיין אין שול און זאגן ונאמר אמן
איך האב געשריבן א פראגע צייכן ביי די ווארט וואס איך פארשטיי נישט, און איך בעט ווער עס ווייסט וואס ס'מיינט, ביטע דא מודיע זיין א דאנק פון פאראויס
א גוטע וואך אזוי ווי איך בין גוט אויסגערוהט ווייל מיינע קינדערלעך האבן "פאר א טשעינזש" מיר געלאזט שלאפן נאכמיטאג... וועל איך דא ברענגען א שיינע ליד מענינא דיומא, גערופן "המבדיל" געזינגען דורך "משה קאסעוויצקי" און ווי אויך פון זיין ברודער "שמחה" פונעם סי די "ארבעת האחים קוסביצקי" (ארויסגעגעבן לכבוד די הונדערסטע יארצייט פון משה דורך symposium records געמאכט אין ענגלאנד) און אויך זינגט דאס דער חזן "שלמה ראטשטיין" (אויפן אויבנדערמאנטן טעיפ פון "גרעטער רעקארדינג", זיבעטע ניגון) און פון די לעבעדיגע זינגט עס מרדכי סובול'ס געקרוינטער קעניג "איטשע מאיר" אויף זיין דריטע טעיפ "הלפגוט אבות" איך וועל דא ציטירן וואס "מרדכי סובול" שרייבט אינעם אויבנדערמאנטן טעיפ (ס'איז אין העברעאיש אבער מ'קען עס פארשטיין) המבדיל (יוסף רומשינסקי) את הלחן והמילים ביידיש חיבר "יוסף רומשינסקי" בשנת 1924. בין המבצעים הראשונים של שיר זה, היו כל ארבעת האחים קוסביצקי. "משה קוסביצקי" הקליט את השיר, על גבי תקליט "סירנה" הפולנית לאחר שאחיו "שמחה" הציגו בפניו. ב"המבדיל" באה לידי ביטוי תפילתה, תחינתה של ה"סבתא" בבית היהודי, כאשר בצאת השבת נהגה לעמוד ולומר "גא-ט פון אברהם און יצחק און יעקב" ובני המשפחה השלימו את התמונה כולה כאשר זימרו לאחר ההבדלה את "המבדיל בין קודש לחול".
המבדיל בין קודש לחול חטאתינו הוא ימחול גוט וואך, א גוטע וואך גוט וואך, א טייערע וואך
גא-ט פון אברהם פון יצחק פון יעקב באהיט דיין פאלק ישראל באשיץ דיין פאלק ישראל דער שבת קודש גייט אוועק די נייע וואך זאל קומען מיט מזל און מיט ברכה מיט אלעם גוטס און הצלחה מיר בעטן נאר ביי דיר אליין גא-ט'ניו ונאמר אמן
דער וואס מאכט א צווישנייד בין קודש לחול צווישן שבת און דערוואכן המבדיל בין קודש לחול אוי זרעינו וכספינו ירבה כחול מיר זאלן זיך מערן דיר נאר געהערן המבדיל בין קודש לחול
גא-ט פון אברהם פון יצחק און פון יעקב מיר זענען ביי דיר דאך אלע טאקע היט אונז און שיץ אונז פון א שלעכטע וואך (ש"ר: פון א נייע בראך) גיב אונז און שיק אונז א נייע גוטע וואך
א זייער אינטרעסאנטע ליד מענינא דיומא וואס איז אויך זייער פאסיג פאר די יעצטיגע שוואכע עקאנאמיע "שבת, נאך הבדלה" געזינגען דורך "לייבעלע וואלדמאן" (פונעם אויבנדערמאנטן סידי "3 הטנורים בשירי אידיש", טרעק 8) דער ליד לייגט אראפ מוצ"ש אין א אידישע שטוב ווי דער טאטע זיצט נאך הבדלה און זאגט ויתן לך, און ער איז באזארגט טראכטענדיג ווי ער דארף האלטן אין איין בארגן, און ער וואלט געוואלט שבת מאכן פון זיין אייגן געלט, אבער זיין ווייב איז אים מחזק, אז זי האט חלילה קיין טענות דער עיקר איז אז דו און איך און אונזערע קינדער זאלן זיין געזונט
איך דערמאן זיך אין א בילד אין דער אלטער היים אין שטעטל אין א אידיש הויז פשוט'ע מענטשן זענען זיי געווען און דאס ארימקייט איז געווען ביי זיי זייער גרויס הנה קל ישועתי אבטח וכו'
עס איז שבת אויפדערנאכט הבדלה שוין געמאכט עס שמעקט שוין אין הויז מיט אינדערוואכן דער טאטע זיצט באזארגט אויף שבת אנגעבארגט און די מאמע טראכט וואס זי זאל מארגן קאכן די טעפלעך פון דעם טשאלנט שטייען אנגעברענט און ווארטן די מאמע זאל זיי וואשן די ליכטעלעך פארשמאלצן איך וואלט זיי ניט דערקענט און אין הויז איז ניט דא א גראשן
פרעגט זי ביי דעם טאטן וואס ביסטו אזוי באזארגט ס'איז דאך נישט דער ערשטער שבת וואס דו האסט געבארגט
ענטפערט איר דער טאטע ויתן לך אלע וואך -מיין ווייב- זאגט גא-ט מיר צו אז ער וועט מיר געבן מטל השמים אלעס אויף צום לעבן איך זאל ניט דארפן לייען וואלט איך שוין געוואלט דערלעבן אויף דער וועלט אז דו זאלסט קענען שבת מאכן פאר אונזער אייגן געלט
המבדיל בין קודש לחול אין דעם טאג פון שבת איז מיר גוט און וואויל חטאתינו הוא ימחול קומט דער אינדערוואכן גייט איבער מיר א גרויל
איך -מיין מאן- האט צו גא-ט קיין טענות ניט איך דאנק גא-ט פאר אלץ וואס ער גיבט אלץ וואס איך בעט שטענדיג און אצינד אז דו און איך און אונזערע קינדער זאלן זיין געזונט
ס'איז באמת אביסל שווער צו פארשטיין אן הערן דעם טאן, אבער דעם מכוון האט איר האפענטליך פארשטאנען דער חזן "יעקב יצחק ראזענפעלד" פון א"י האט עס אמאל געזינגען ביי א דינער פון "בית לפלטות" מיט ר' וועלוול גאלדשטיין, וואס ער האט געשפילט חזן, און ר' וועלוול ווי גבאי, (און פארשטייט זיך אויך...)
דורך זאמלער אום מאנטאג יוני 28, 2010 8:57 am
הרב ר' שמואל ברוך נאה גבאי בבית פשעווארסק פלעגט דאס זינגען ביי די שמחת אין פשעווארסק
דורך טאבאקא אום מאנטאג יוני 28, 2010 9:48 am
א דאנק פאר די אינפארמאציע קענסט מיר אפשר זאגן מער? דער נאה איז געווען א חזן? אדער סתם א בדחן?
דורך קרעמער אום מאנטאג יוני 28, 2010 1:29 pm
הרב שמואל ברוך נאה איז געווען משב"ק ביי אדמור"י פשעווארסק, זאל ער זיין געזונט צו לאנגע יארן.
דורך טאבאקא אום מיטוואך יוני 30, 2010 12:39 am
נו, דאס האב איך געמיינט צו פרעגן, א גבאי אין פשעווארסק זינגט אויף שמחות?
דורך טאבאקא אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 6:59 am
אזוי ווי מיר שטייען יעצט אין די דריי וואכן, וועל איך דא אנהייבן ברענגען לידער איבער גלות און גאולה, וואס ווי פארשטענדליך איז דאס געווען א הויפט טעמע ביי חזנים און זינגער נאר קודם וויל איך דא מאכן א ס"ה -א כמו מפתח- פון די בעיסיק קאסעטן וואס איך גיי כסדר אראפברענגען און זיי נומערירן אזוי וועל איך עס נישט דארפן כסדר איבערשרייבן, ס'איז פשוט גרינגער און פראקטישער
#1 להיטי הזהב באידיש, ישראל מיוזיק (i.m.) סידי # 5005 #2 חזנים זינגען אין אידיש, (i.m.) סי די # 5047 #3 חזנים בשירי יידיש - חלק ב' (i.m.) סי די # 5133 #4 3 הטנורים בשירי יידיש (i.m.) סי די # 5067 #5 יאסעלע ראזענבלאט יידישע לידער (i.m.) סי די # 5045 #6 מרדכי הרשמן - שירי עם ביידיש (i.m.) #6 לייבעלע וולדמן - שירי עם ביידיש (i.m.)
איך בין נאך נישט פערטיג המשך יבוא אי"ה לויפט און קויפט! אזעלכע לידער מיט אזעלכע שטימעס קען מען היינט ניט געפונען... לגבי הערן אין די דריי וואכן, זאל יעדער פרעגן זיין אייגענער מורה הוראה
דורך זאמלער אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 7:32 pm
טאבאקא האט געשריבן:נו, דאס האב איך געמיינט צו פרעגן, א גבאי אין פשעווארסק זינגט אויף שמחות?
"ווער איז דאס דארט יוסעלע'ס תלמיד וואס העלפט אים דארט ארויס ביי די סעודה'ניו ער זינגט פיין אבער זיין עיקר מעלה איז שאם יזכה יבחין מה בין בני לבן חמי, וואס דער איז אויך גארנישט אוועקצומאכן, ספעציעל קומט אים א גרויסן דאנק אז לכבוד אים הערט מען יוסעלע הארמאנייזן היי אין לאו.... איי ווי געשמאק .......דעם יין המשיייהיהימער, אזש ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז גאר געמאכט אין א סטודיא."
ווי אויך רעדט מען פון דעם ניגון דא viewtopic.php?f=18&t=4598 אבער דער "זיידעניו" שרייבט מרים הנביאה אינמיטן ווען יאסעלע זינגט עס צום סוף, ווי אויך לייגט ער צו אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, ("בנימין מילער" אויף א קאנצערט אום חנוכה זינגט עס אויך) ווי אויך זאגט יאסעלע מרים הנביאה וועט אונז "טאנצן" (ותצא בתוף "ובמחול"), נישט "נבואות" זאגן ס'ווערט אויך געזינגען דורך זיין זון "הענרי", און פון די לעבעדיגע דורך החזן "אהרן שלמה ווייסמן" אויף "שומע קול בכיות" ווי אויך האט דאס "הלפגוט" געזינגען מיט "אברהם פריד" ביי א "העסק" קאנצערט ירמי' דמן אין זיין "חזנות שחיטה" סידי שרייבט, לחן: ר' יוסל'ה רוזנבלט (פון נעמט ער דאס?) מילים: א. גולדפאנג. און ער ענדערט דאס אינגאנצן מיט אייגענע תנועות אז ס'איז ממש נישט צום דערקענען, ער לאזט אינגאנצן אויס מרים הנביאה (גיי ווייס פארוואס) און לייגט צו צום סוף דעם ניגון פון ר' מאיר שפירא" להתודע ולהגלות"
"שופר של משיח" וואס אין אלגעמיין ווערט דאס גערופן "נישט ווייט צו גיין" "לייבעלע וואלדמאן" זינגט אויך דעם ניגון און צום סוף אביסל אנדערש די ווערטער, און ביי "דוד דוד" לייגט ער א צו זייער א שיינע זיסע תנועה, (און שיעור נישט פארגעסן... ירמי' דאמען זינגט וכו' הכל כנ"ל)
"רחם" האט לחיים אפירגעקראצט פון ערגעץ, (ס'איז נישט עפעס אויסטערליש)
"די נבואה" כנ"ל
דורך יודל מענדלזאהן אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 6:23 pm
טאבאקא האט געשריבן: שיינע ליד מענינא דיומא, גערופן "המבדיל" געזינגען דורך "משה קאסעוויצקי" און ווי אויך פון זיין ברודער "שמחה" פונעם סי די "ארבעת האחים קוסביצקי" (ארויסגעגעבן לכבוד די הונדערסטע יארצייט פון משה דורך symposium records געמאכט אין ענגלאנד)
עפעס שטימט נישט. משה איז נפטר געווארן אין 1966. לויט מיין חשבון איז דאס נישט הונדערט יאר צוריק.
אז איך שרייב שוין, וויל איך דיר אפגעבן א גרויסע יישר כח פאר'ן אריינלייגן אזוי פיל ארבעט אין די אשכול. איך מיין אז איך קען זאגן בשם כל הקהל, "מיר שעצן עס זייער!"
א רגע, מרדכי הערמאן, דוד רויטמאן, יאסאלע ראזנבלאט און משה קאסוביצקי זענען געוועזן שומת"מ.
ריכטיג, און דוד רויטמאן האט אפי' געהאט א לאנגע בארד (ער האט עס דערנאך טאקע אביסל צוגעפיצט, און נישט געבליבן מיט א פולע ווי יאסעלע, אבער פארט א בארד...) און ס'זענען געווען נאך ערליכע וואס דו האסט נישט אויסגערעכנט, ווי ר' ישראל שור, ר' יחיאל קרניאל און נאך
דורך טאבאקא אום דינסטאג יולי 13, 2010 6:15 am גיימער צוריק צו יאסעלע "שולמית - ראזינקעס מיט מאנדלען" דאס איז באמת צוויי באזונדערע לידער וואס האבן לכאורה קיין שום פארבינדונג איינס מיטן צווייטן, און כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'האט עס צאמגעשטעלט ווי אויך האב איך נישט קיין השגה פארוואס ס'הייסט שולמית לחיים האט נישט אפגעשריבן די חלק פון שולמית, כ'וועל עס דא אראפשרייבן ווי אזוי איך פארשטיי עס, און א עפנטליכן דאנק פאר "בעילאט" און "נשמה" פארן מיר ארויסהעלפן דורך עס פראבירן אראפצושרייבן אין דעם אשכול viewtopic.php?f=18&t=6294
איך בעט דיך דו גרויסער שטארקער גא-ט וואס דו האסט געהאלפן דיין פאלק אמאל ווען זיי האבן אין דער וויסטיג קיין וואסער געהאט האסטו זיי וואסער דארט געשיקט אן א צאל
זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר אפי' די לופט איז נישט פריי פון אויבן עס פליהט די רויב פויגל שאַר? פון אונטן די אייגעל? פארבליי מען גרייט מייזלען? טייזוויל? היטן מיט בליקן מען שוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט
שלעכט איז מיר וכו'
דורך טאבאקא אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 6:12 am אויף דעם פאלגענדען ליד האב איך נאכנישט געהאט די צייט צו ענדיגן זיך מוטשען, ועוד חזון למועד אבער קודם איך שרייב עס אפ דא וויפל איך פארשטיי ביז דערווייל און אויב איינער פארשטייט מער ביטע שיקן א פריוואטע הודעה
"מיין הייליג לאנד"
כנען מיין הייליג לאנד ווי טייער ביסט ביי מיר פארגעסן זאל איך פון מיין רעכטע האנט אויב פארגעסן וועל איך פון דיר
הייליג איז דארט פון דיר יעדער פארכט באוויזן פאר מיר זיך דיר גא-ט פון ווען האסט באפוילן דיין געטליכן ווארט און דו פיר אויס די צען געבאט
די הייליגע אבות שלאפן פון דיין פאלק אברהם יצחק יעקב דוד דארט רוען זיך אפ דעם ... פון זייערע גאלדענע ... אוי ווי בענק איך אזוי נאך דיר ירושלים
דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 18, 2010 6:04 am נאכדעם האמיר דעם ליד "אהיים אהיים" וואס איז עכט ציוני'סטיש ווייל יאסעלע רעדט פון הר כרמל וויין וואס וועט זיך גיסן בלא בלא בלא ר' בערל שווארץ פארענטפערט אביסל יאסעלע פארן זינגען די ניגונים אבער איך האלט אז ס'איז פונקט ווי מ'זאל האבן טענות אויף אים פארן זיך אויסטוהן די שטריימל בעקיטשע -מיט וואס ער איז געגאנגען אינדערהיים- און זיך אנטוהן א צילינדער און קורצע רעקל וכו' ער האט קיין ויואל משה נישט געזעהן, און אין יענע יארן אין אמעריקע איז נישט געווען ווער ס'זאל אים ערקלערן דאס וואס מיר ווייסן אז די רעיון הציוני איז מינות און אפיקורסות
"זעלנער פון ציון" די נאמען "זעלנער" קלינגט ציוני'סטיש, אבער כ'פארשטיי נישט צופיל דערפון [ער זינגט צווישן אנדערע: פון בלומען, און א ווייסע פאן] דעריבער קען איך נישט זאגן אויף זיכער
4 מיין זיידנ'ס חלום הקלטה מקורית 1954 את השיר מיין זיידנ'ס חלום [חלום סבי] כתב והלחין, החזן אברהם זינגר בשנת 1936. בשיר תיאור נפלא של מלאכי השרת המבקשים מבורא עולם לגאול את עמו, את ישראל מצרותיו. והסניגור הגדול של עם ישראל, משה רבנו עומד ופורש בפני רבוש"ע את תנאי החוזה שבינינו לבין הקב"ה, מאז יציאת מצרים ועד מתן תורה. השיר ראה אור בדפוס באותה שנה [1936] במסגרת חברת "מטרו מיוזיק קומפאני" ומשולבים בו צלילי "האקדמות" לצד מודוסים אחרים המאפיינים את ההסטוריה היהודית רבת השנים ורבת התחינה והבקשה. השיר נכתב במיוחד עבור החזן לייבל'ה ולדמן שהפך עם השנים למייצג הנאמן ביותר של שירי אברהם זינגר. לייבל'ה ולדמן בקול הבריטון המיוחד שלו, בקולרטורה המתגלגלת שלו ובדיקציה המושלמת, מתרגם לשפת השיר את כל הניואנסים הדקים ביותר שכתב אברהם זינגר. ובביצוע שלו מעביר ולדמן בצורה נהירה, מרשימה ומשכנעת את סיפור החלום לכל אחד ואחד מהמאזינים לו.
וידבר ה' אל משה, און ג-אט רעדט צו משה וואס נוצט דיין בעטן וואס טויג דיין טענה'ן אויב דו האסט פארגעסן וועל איך דיך דערמאנען האב איך נישט געווארנט כל ישראל חברים לא יהי' לך אלקים אחרים איר זאלט ניט דינען צו פרעמדע געטער ווייל איר וועט זיין אויף צרות און איר וועט ניט האבן קיין רעטער
רבוש"ע אמת אז דו ביסט גערעכט דיינע קינדער געווארן זענען שלעכט אבער דו ביסט דאך אונזער טאטע און מיר דיינע קינדער באווייז'שע דא אונז נאכאמאל דיינע גרויסע וואונדער ווייל דו האסט אלץ טאטע'ניו אויך דיינע פליכטן אז דו זאלסט ניט לאזן דיינע קינדערלעך פארניכטן
בעת איך האב ארויסגעפירט די אידן פון מצרים שקלאפן זענען זיי געווען און וואס איך האב זיי אנגעזאגט בין איך דען ניט מקיים משה פרעג איך דיך אליין ה' אלקיכם, איך בין אייער גא-ט זאלן זיי נאר פאלגן מיינע צען געבאט וועל איך זיך דערבארעמען אויף יעדן אידיש קינד כרחם אב על בנים און פארגעבן זיי די זינד
לעמער לייגט עס גאנץ גוט אראפ, אבער ווי זיס לייבעלע לייגט אראפ דעם "אמת אמת" און אזוי אויך צום סוף די געדרייטע תנועה נאך כרחם אב על בנים, האט קיינער נאכנישט באוויזן...
דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:09 am
נאך א ענליכע ליד -מיט שטארקע מליצה ישרות אויף כלל ישראל- געזינגען דורך "לייבעלע" "די אייביגע טענה"
רבוש"ע איך וויל זיך מיט דיר אביסל דורך שמועסן און איך האף אז עס וועט דיך גארניט פארדריסן ווייל עס קען דאך חלילה ניט שאטן אז א קינד רעדט זיך דורך מיט זיין אייגענעם טאטן
און וועגן וואס איך וויל מיט דיר רעדן איז וועגן דיין פאלק ישראל און זיינע ביטערע ליידן דעריבער בעט איך דיר דו זאלסט ענטפערן מיר אזוי ווי א טאטע ענטפערט זיין אייגן קינד
דערמאן זיך נאר גרויסער בורא ווען דו האסט געגעבן די הייליגע תורה זענען אלע פעלקער געקומען און זיי האבן זיך אלע אפגעזאגט דיין תורה צו נעמען אבער מיר ישראל דיינע קינדער האבן געזעהן דיינע גרויסע וואונדער האבן מיר געזאגט נעשה ונשמע און האבן דיין תורה גענומען און פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט דיין ליבן נאמען
אבער וואו מיר זענען אין יעדע מדינה טראגט מען אויף אונז די גרעסטע שנאה ביי וועמען האבן מיר דען עפעס צוגענומען און צו וועמען האבן מיר דען שלעכטס געטאן פון זייט מיר זענען אויף דער וועלט געקומען פארפאלגט מען אונז פון אייביג אן
רבוש"ע דעם אמת ווייסטו דאך אליין אז מיר האבן אלעמאל זיך שטענדיג מקריב געווען על קידוש השם
ווען דו וועסט מיר ענטפערן מאך דערווייל א טאלק מיר זאלן קענען ווייטער דיך דינען ווייל אזוינע קינדערלעך ווי דיין אידיש פאלק וועסטו דאך אין ערגעץ ניט געפינען
דורך שוטה אום מאנטאג יולי 19, 2010 5:19 am
שכוח טאבאקא, מיר זענען אייך מכיר טובה.
דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 6:57 am
איי ביסטו א שוטה... וואס האקסטו אריין דא, האסט נישט געזעהן ווי איך בעט אויבן אויסדרוקליך: שכוח'ס נאר פריוואט
דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 6:58 am
פון די נושא איז אויך דא א ענליכע -מער חזנישע- ניגון "א די"ת מיט גא-ט" ס'איז געווען גאנץ פאפולער ביי די אלטע חזנים, דאס ווערט געזינגען דורך אסאך, צווישן אנדערע דורך דעם בארימטן חזן "גרשון סירוטה" און ווי אויך דורך "משה קאסעוויצקי" (#1) "לייבעלע גלאנץ" "יאן פירס" (#9) "משה אוישער" (וואס זינגט עס זייער שיין, מיט א כאר) אוון נאך ס'באציהט זיך אויף די צווייטע העלפט פונעם ליד וואס איז באוואוסט ביים עולם פונעם בארדיטשובער "רבוש"ע לאמיר מאכען א בייט" ("יאן פירס" זינגט א ליד "מאיר'קע מיין זוהן" וואס דארט רעדט ער פון די ערשטע העלפט, פון בני חיי ומזוני) ס'איז נישט אזוי איידל ווי די פריערדיגע צוויי (ווי מ'קען אויך זעהן פונעם נאמען), פון אויבן אויף זעהט די אנהייב אויס אביסל צו שטרענג און חוצפה'דיג כלפי שמיא, אבער זעהט אויס אז זיי האבן געהאט אזא נוסח פונעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע ס'פאסט זייער גוט אויף משה קאסעוויצקי, וואס ווי כ'האב שוין ארויסגעברענגט ערגעץ אנדערש, חזנות'סט ער ארום ביי די לידער, און די ליד איז אזוי געבויעט, ס'איז מער געזאגט ווי געזינגען איך שרייב עס נאך פון משה ווי ער זינגט דאס ביי א קאנצערט
גוטער מארגן דיר רבוש"ע איך לוי יצחק בן שרה מבארדיטשוב כ'בין געקומען צו דיר מיט א די"ת פון דיין פאלק ישראל וואס האסטו צו דיין פאלק ישראל און וואס האסטו זיך אנגעזעצט אויף דיין פאלק ישראל אזש וואו נאר א זאך איז צו את בני ישראל אזש וואו נאר עפעס איז אמור אל בני ישראל אזש וואו נאר א קוק איז דבר אל בני ישראל
טאטע'ניו כמה אומות בעולם פרסיים בבליים אדומיים די ענגלענדער וואס זאגן אז זייער קעניגן איז א קעניגן די איטאליענער וואס זאגן אז זייער מלכות איז א מלכות און איך לוי יצחק בן שרה מבארדיטשוב זאג המלך, יושב וכו'
און איך לוי יצחק בן שרה מבארדיטשוב זאג לא אלך ממקומי, איך וועל פון דארטן נישט אוועקגיין און א עק זאל שוין נעמען און א סוף זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמי' רבה
נאך א ליד וואס משה זינגט "שומר ישראל" און אזוי ווי די פריערדיגע איז דאס אויך זייער חזנות'דיג געזינגען, ס'זעהט אויס ווי דער מחבר "אברהם וואלף בינדער" האט דאס געמאכט ספעציעל פאר אים ס'גראמט בכלל נישט, און ס'האט נישט קיין ספעציעלע סיסטעם, ס'איז נאר שיין ארויסגעברענגט אויף אידיש דעם שומר ישראל וואס מ'זאגט ביי תחנון
רבוש"ע העלף דיין פאלק ישראל רבוש"ע זעה אונזערן ביטערן פיין רבוש"ע הער דאס געוויין, פון דעם ארימען פאלק ישראל רבוש"ע דו אייביגער פאסטוך פון דעם אידישן פאלק זעה ווי דיינע שעפעלעך ווערן אומשולדיג אויסגעקוילעט ווייל זיי האבן געגלויבט אין דיר ווייל זיי האבן געהאפט צו דיר און פאר דיין תורה און מצוות און דיין הייליגן נאמען אונזער בלוט פארגאסען רבוש"ע רבוש"ע איצט מוזטו העלפן ווייז דער וועלט א צייכן אז דו ביזט דער האר פון דער וועלט אז דיין ליבסטע'ס פאלק איז דיין פאלק ישראל אז דו ביסט אימער געווען און וועסט אימער זיין דער שומר ישראל שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד וכו'
נאך א שיינע שטייטע ליד פון "פנחס בורנשטיין" וואס ווערט אויך געזינגען דורך "יאן פירס" "א פאסטוכ'ל א טרוימער"
ס'זעהט אויס ווי א משל צו כלל ישראל וואס איז כשה אחת בין שבעים זאבים, און ער ברענגט ארויס בערך די בחינה פון הרה"ק מפשיסחא אז אויב השי"ת זאל נאך אביסל לענגער פון אונז פארקוקן ח"ו וועט שוין חלילה נישט זיין וועמען צו אויסלייזן רח"ל (ס'מוז נישט זיין אז ער מיינט ברוחניות, ס'קען זיין פונקט אזוי זיין בגשמיות)
האט א פאסטוכל א טרוימער ליב געהאט צום הימל קוקן האבן זיך פון אונטער בוימער וועלף גענומען צוקן
האבן ציגעלעך געמעקן האבן שעפעלעך געבעקן און דעם פאסטוך מיט דעם שטעקן נישט געקאנט אויפוועקן
ווען דאס פאסטוכל דער טרוימער האט אין הימל זיך פארקוקט האבן וועלף פון אונטער בוימער שעפעלעך פארצוקט
זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר אפי' די לופט איז נישט פריי פון אויבןטרעפט מיךדי רויב פויגל שאַר? פון אונטן דייעגערס אליין מען גרייט מייזלען? טייזוויל?קוקןמיט בליקן מעןהאטשוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט
שלעכט איז מיר וכו'
כנסת ישראל נמשלה כיונה, ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג.
עטליכע זאכן האב איך פארבעסערט.
און דא איז די פלאץ אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פאר הרב טאבאקא פארן בארייכערן אונזער פארום, מיט תוכנ'פולע אינהאלט.
טאבאקא האט געשריבן:
יעצט צום ענין, פארוואס האסטו אויסגעמעקט דעם 'און' וואס איך האב געשריבן צווישן "קרעכצט און קראקרא"? איך הער עס קלאר.איך נישט אפשר גיבסטו מיר צו פארשטיין וואס ס'מיינט "רוף מיך אהיים קיין קראקא"? ס'האט לכאורה נישט קיין שום הסבר איך ווייס נישט, עס קען זיין דער שרייבער פון די ניגון האט געוואוינט אין יענע געגנט האט ער עס גענוצט אלס א משל, אדער פלעגט קראקא זיין די ירושלים של גולה.
דאס וואס דו שרייבסט "ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג", מיינסטו ווארשיינליך די ווערטער, יא, און צוגאב ווי וויינעדיג יאסעלע זינגט עס
זייער א שיינע אינהאלטספולע און גאנץ פאפולערע ליד, פארפאסט דורך דעם באוואוסטן קאמפאוזער פון אסאך אידישע לידער "א. זינגער" "זכרינו לחיים" ס'ווערט געזינגען דורך אסאך, צב"ש דוד קאסעוויצקי (וואס זינגט עס אויף א קאנצערט זייער שיין, און דער עולם זינגט מיט דעם פזמון) און זיין ברודער שמחה, שלום כ"ץ וואס לייגט עס זייער שיין און הארציג אראפ, און פון די לעבעדיגע "העלפגאט" אויף "הבט משמים", "שלמה גליק" אויף "מקולות" (די אידיש דארט ביי דעם ניגון איז געספעלט פחדים) און נאך (ס'דאכט זיך מיר אז כ'האב שוין אמאל געהערט המזמרים אדער שירה עס זינגען) און... לעמער האט עס נישט לאנג צוריק געזינגען אויף די קול מבשר אונטערוויא, (דעי בהמות האקן עס אבער אפ, און לאזן נישט הערן די גאנצע) איך שרייבט עס דא אפ פון "שלום כ"ץ"
ווען עס קומען אן די צען פארכטיגע טעג עשרת ימי תשובה האט יעדער איד בלויז איין זאך אין זיין מחשבה
פזמון: זכרינו לחיים מלך חפץ בחיים וכתבינו בספר החיים גא-ט זאל אים געדענקען דעם לעבן צו שענקען צו דעם יאר דעם נייעם
אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, דאס ווייסט דער איד ניטא אויף דער וועלט אפי' א צדיק וואס זינדיגט ניט און בעט ער ביי דעם רבוש"ע סלח לנו מחל לנו כפר לנו
פזמון
אט איז ערב יו"כ כאפט א האן שלאגט כפרות לאזט צו אים אויס אלע צרות יושבי חושך וצלמות לויפט אין שול און טיילט נדבות און בעט
א הארציגע ליד געזינגען דורך "מרדכי הערשמאן" וואס טייטש איבער אויף אידיש דריי פון די אבינו מלכינו'ס "א געבעט"
אבינו מלכינו, סלח ומחל לכל עונותינו אוי קעניג ליבער פאטער, איך בעט דיך אצינד איך בעט דיך, זיי מיר מוחל אויף מיינע גרויסע זינד רבוש"ע, אויב איך האב געזינדיגט פאר דיר בעט איך דיך זיי מוחל מיר אבינו מלכינו, החזירנו בתשובה שלימה לפניך
נעם אן די תשובה פון דיין קנעכט אצינד זיי מיר מוחל מיינע גרויסע זינד אבינו מלכינו, קרע רוע גזר דינינו אוי גא-ט'ניו צורייס די גזירה און ענטפער מיר במהרה
נאך א ליד פון "מרדכי הערשמאן" געמישט מיט רוסיש "על חטא" איך וועל עס אפשרייבן כאטש איך פארשטיי עס נישט, כדי אז ווער עס קען עס זאל עס ביטע איבערזעצן אויף אידיש לזכות את הרבים, א דאנק פון פאראויס
ווען עס קומט צו גיין דער שיינער פיינער אינגערמאן יו"כ אין שול פארן רבוש"ע און זאגט: על חטא שחטאנו לפניך באמת וברצון ענטפערט מען אים פון אויבן: פראש די פאנכאקע
ווען עס קומט צו גיין דער שיינער פיינער אינגערמאן יו"כ אין שול פארן רבוש"ע און זאגט: על חטא שחטאנו לפניך בבטוי שפתים ענטפערט מען אים פון אויבן: ניע דא באיא די זאמקאמבאיא
ווען עס קומט צו גיין דער שיינער פיינער אינגערמאן יו"כ אין שול פארן רבוש"ע און זאגט: ועל כולם אלקי סליחות סלח לנו מחל לנו כפר לנו ענטפערט מען אים פון אויבן: ניעפראש טשעלאק
אבער ווען עס קומט צו גיין דער אלטער צדיק ר' לוי יצחק בארדיטושעווער פארן רבוש"ע און קלאגט: ועל כולם אלקי סליחות סלח לנו מחל לנו אוי וויי כפר לנו, טאטע'ניו זיסער ענטפערט מען אים פון אויבן: נא שטאנאם טשעדים פטעדי טעריטשקאם דזשעלאק
"יו"כ צו מנחה" געזינגען דורך "משה קאסעוויצקי" און אזוי ווי זיינע רוב אידישע לידער לייגט ער אראפ זייער חזנותדיג דעם מצב ביים ענדע פונעם הייליגן טאג ווען דער עולם איז שוין מיד און שוואך, פונקטליך וואס ער וויל ארויסברענגען ווייס איך נישט, איך האף אז ער האט יא געוואוסט...
יו"כ צו מנחה דער אומעט איז גרויס די ריינע נשמות ליכט גייען שוין אויס דער עולם איז מיד און פארחלישט און בלאס דער חזן איז הייזעריג, שוואך איז דער באַס
די זינגערליך לעכצן שוין אלע נאך רוה אפאר תפלות מער אין דער מחזור איז דא עס בלאזט דער בע"ת לשנה הבאה און פוסט איז די שול, עס איז קיינער נישט דא איך שטיי ביי דעם ארוה"ק פארטראכט אוי וואס איז נאכדעם ווען די שול איז פארמאכט
בדרך צחות קען מען זאגן, אז דאס זינגט דער ראביי פון די יעניגע שולן -וואס פריידט זיך אז איין מאל א יאר קומט מען שוין ענדליך אין שול- אז ער ווייטאגט "וואס וועט זיין נאכדעם וואס די שול איז פארמאכט"...
אין דעם טאג פון ר"ה איז דאס לעבן אין סכנה דעמאלטס שרייבט מען יעדנס קוויטל און מ'וועגט יעדער עבירה האט דער איד זיך זיין מיטל ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה
אבער באלד ווי דער יו"ה איז פאריבער קומט דער איד אהיים פון שול און הייבט אן צו זינדיגן ווידער פרעג איך אייך אדרבה צו וועמען האט איר טענות ווען עס קומט אן הושענא רבה וואס מאטערט איר די הושענות בר"ה השנה וכו'