טאבאקא האט געשריבן: נאך א שיינע ליד וואס יאסעלע זינגט א משל צו כנסת ישראל וואס איז נמשלה ליונה
"דאס פארטריבענע טייבעלע"
ביי די ווערטער וואס כ'פארשטיי נישט וואס ס'מיינט לייג איך א פראגע צייכן, און ווער ס'ווייסט ווערט געבעטן ארויסצוהעלפן
פאריאגט פון איר נעסט פארטריבן גאנץ ווייט
עלנד אין וואלד ווי א שטיין
אזוי פליהט ארום א גאנץ לאנגע צייט
איין טייבעלע איינער אליין
עס גלאנצן די שארעס? עס דונערט עס האגלט
יעדער באהאלט זיך אין זיין געמאך
נאר זי אליין איז פון איר היים פארוואגלט
און האט נישט איר אייגענעם דאך
שלעכט איז מיר אן דיר מיין טייבעלע
הערט מען זי קרעכצט און קראקרא
דערמאן זיך אין זיין געלע צווייבעלע?
רוף מיך אהיים שוין שלאף רוה
זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר
אפי' די לופט איז נישט פריי
פון אויבן עס פליהט די רויב פויגל שאַר?
פון אונטן די אייגעל? פארבליי
מען גרייט מייזלען? טייזוויל? היטן מיט בליקן
מען שוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט
אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן
עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט
שלעכט איז מיר וכו'
bailout האט געשריבן:bailout האט געשריבן:טאבאקא האט געשריבן: פאריאגט פון איר נעסט פארטריבן גאנץ ווייט
עלנד אין וואלד ווי אייןשטיין
אזוי פליהט ארום א גאנץ לאנגע צייט
איין טייבעלע איינער אליין
עס גלאנצן די שארעס? עס רעגנטעס האגלט
יעדער באהאלט זיך אין זיין געמאך
נאר זי אליין איז פון איר היים פארוואגלט
און האט נישט איר אייגענעם דאך
שלעכט איז מיר אן דיר מיין טייבעלע
הערט מען זי קרעכצט קראקרא
דערמאן זיך אין דיין געליבט ווייבעלע
רוף מיך אהיים קיין קראקא
זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר
אפי' די לופט איז נישט פריי
פון אויבן טרעפט מיךדי רויב פויגל שאַר?
פון אונטן די יעגערס אליין
מען גרייט מייזלען? טייזוויל? קוקןמיט בליקן
מען האטשוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט
אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן
עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט
שלעכט איז מיר וכו'
כנסת ישראל נמשלה כיונה, ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג.
עטליכע זאכן האב איך פארבעסערט.
און דא איז די פלאץ אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פאר הרב טאבאקא פארן בארייכערן אונזער פארום, מיט תוכנ'פולע אינהאלט.
טאבאקא האט געשריבן: יעצט צום ענין, פארוואס האסטו אויסגעמעקט דעם 'און' וואס איך האב געשריבן צווישן "קרעכצט און קראקרא"? איך הער עס קלאר. איך נישט
אפשר גיבסטו מיר צו פארשטיין וואס ס'מיינט "רוף מיך אהיים קיין קראקא"? ס'האט לכאורה נישט קיין שום הסבר
איך ווייס נישט, עס קען זיין דער שרייבער פון די ניגון האט געוואוינט אין יענע געגנט האט ער עס גענוצט אלס א משל, אדער פלעגט קראקא זיין די ירושלים של גולה.
דאס וואס דו שרייבסט "ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג", מיינסטו ווארשיינליך די ווערטער,
יא, און צוגאב ווי וויינעדיג יאסעלע זינגט עס
איך האב עס איבערגעהערט האבנדיג ביידע ווערסיעס אין קאפ, און יעדע באזונדער זעהט אויס ריכטיג. און ס'איז שווער צו באשטימען וואס ער זאגט באמת.
אבער אין איין זאך וועל איך פראבירן צו נעמען א שטעלונג, "טאבאקא" האט געשריבן: פון אונטן די אייגעל פארבליי. און "בעילאט" זאגט: די יעגערס אליין.
און כאטש די ווערטער יעגערס אליין האט מער פשט, באפארצוג איך אבער טאבאקא'ס ווערסיע. וויבאלד דאס גאנצע ניגון איז געבויעט אויפן גראם, און לויט די תיקון פון בעילאט, גראמט עס נישט מיט דעם זאץ פון בעפאר "אפי' די לופט איז נישט פריי".
און פשט אין די ווערטער "אייגעל פארבליי" קען מען זאגן, אז די "אויגן" פונעם פייגל ווערט ווי "פארבלענדט" פון די וואס ווילן אים פאנגען.
אדער קען מען זאגן אז ער זאגט "יעגערס פארבליי". אבער ס'שטימט נישט אזוי גוט צוזאמען מיט "פארבליי", ווי "אייגל".