אלטע אידישע לידער געזינגען דורך בארימטע חזנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

טאבאקא האט געשריבן: נאך א שיינע ליד וואס יאסעלע זינגט א משל צו כנסת ישראל וואס איז נמשלה ליונה
"דאס פארטריבענע טייבעלע"
ביי די ווערטער וואס כ'פארשטיי נישט וואס ס'מיינט לייג איך א פראגע צייכן, און ווער ס'ווייסט ווערט געבעטן ארויסצוהעלפן

פאריאגט פון איר נעסט פארטריבן גאנץ ווייט
עלנד אין וואלד ווי א שטיין
אזוי פליהט ארום א גאנץ לאנגע צייט
איין טייבעלע איינער אליין
עס גלאנצן די שארעס? עס דונערט עס האגלט
יעדער באהאלט זיך אין זיין געמאך
נאר זי אליין איז פון איר היים פארוואגלט
און האט נישט איר אייגענעם דאך

שלעכט איז מיר אן דיר מיין טייבעלע
הערט מען זי קרעכצט און קראקרא
דערמאן זיך אין זיין געלע צווייבעלע?
רוף מיך אהיים שוין שלאף רוה

זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר
אפי' די לופט איז נישט פריי
פון אויבן עס פליהט די רויב פויגל שאַר?
פון אונטן די אייגעל? פארבליי
מען גרייט מייזלען? טייזוויל? היטן מיט בליקן
מען שוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט
אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן
עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט

שלעכט איז מיר וכו'



bailout האט געשריבן:
bailout האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן: פאריאגט פון איר נעסט פארטריבן גאנץ ווייט
עלנד אין וואלד ווי אייןשטיין
אזוי פליהט ארום א גאנץ לאנגע צייט
איין טייבעלע איינער אליין
עס גלאנצן די שארעס? עס רעגנטעס האגלט
יעדער באהאלט זיך אין זיין געמאך
נאר זי אליין איז פון איר היים פארוואגלט
און האט נישט איר אייגענעם דאך

שלעכט איז מיר אן דיר מיין טייבעלע
הערט מען זי קרעכצט קראקרא
דערמאן זיך אין דיין געליבט ווייבעלע
רוף מיך אהיים קיין קראקא

זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר
אפי' די לופט איז נישט פריי
פון אויבן טרעפט מיךדי רויב פויגל שאַר?
פון אונטן די יעגערס אליין
מען גרייט מייזלען? טייזוויל? קוקןמיט בליקן
מען האטשוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט
אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן
עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט

שלעכט איז מיר וכו'

כנסת ישראל נמשלה כיונה, ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג.

עטליכע זאכן האב איך פארבעסערט.

און דא איז די פלאץ אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פאר הרב טאבאקא פארן בארייכערן אונזער פארום, מיט תוכנ'פולע אינהאלט.


טאבאקא האט געשריבן: יעצט צום ענין, פארוואס האסטו אויסגעמעקט דעם 'און' וואס איך האב געשריבן צווישן "קרעכצט און קראקרא"? איך הער עס קלאר. איך נישט
אפשר גיבסטו מיר צו פארשטיין וואס ס'מיינט "רוף מיך אהיים קיין קראקא"? ס'האט לכאורה נישט קיין שום הסבר
איך ווייס נישט, עס קען זיין דער שרייבער פון די ניגון האט געוואוינט אין יענע געגנט האט ער עס גענוצט אלס א משל, אדער פלעגט קראקא זיין די ירושלים של גולה.

דאס וואס דו שרייבסט "ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג", מיינסטו ווארשיינליך די ווערטער,
יא, און צוגאב ווי וויינעדיג יאסעלע זינגט עס


איך האב עס איבערגעהערט האבנדיג ביידע ווערסיעס אין קאפ, און יעדע באזונדער זעהט אויס ריכטיג. און ס'איז שווער צו באשטימען וואס ער זאגט באמת.
אבער אין איין זאך וועל איך פראבירן צו נעמען א שטעלונג, "טאבאקא" האט געשריבן: פון אונטן די אייגעל פארבליי. און "בעילאט" זאגט: די יעגערס אליין.
און כאטש די ווערטער יעגערס אליין האט מער פשט, באפארצוג איך אבער טאבאקא'ס ווערסיע. וויבאלד דאס גאנצע ניגון איז געבויעט אויפן גראם, און לויט די תיקון פון בעילאט, גראמט עס נישט מיט דעם זאץ פון בעפאר "אפי' די לופט איז נישט פריי".
און פשט אין די ווערטער "אייגעל פארבליי" קען מען זאגן, אז די "אויגן" פונעם פייגל ווערט ווי "פארבלענדט" פון די וואס ווילן אים פאנגען.
אדער קען מען זאגן אז ער זאגט "יעגערס פארבליי". אבער ס'שטימט נישט אזוי גוט צוזאמען מיט "פארבליי", ווי "אייגל".
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איר זאגט א שטארקע נקודה, ונראין לי דבריך און מיר זענען עס מקבל.
סיי ווי זענען מיר נישט געווען אזוי צופרידן פון אלע בעילאט'ס פארעכטונגען. (ביטע זאל דאס קיינעם נישט אפהאלטן פון אריינשיקן פארעכטונגען, מיר האבן זייער הנאה).
ווי מיר האבן שוין געשריבן
טאבאקא האט געשריבן: ווי איידער צו געבן אזא דוחק'דיגן הסבר, וועל איך ליבערשט אננעמען אז די ווערטער איז ווי איך האב געשריבן


און יעצט לכבוד סוכות, וועלן מיר דערמאנען אז "מרדכי הערשמאן", זינגט דעם ליד "לאמיר דערציילן", אבער נישט ווי עס איז באקאנט ביי אונזער עולם שנעל. נאר שטייט און שיין און הארציג. (ליבאוויטש זינגט עס אינגאנצן אנדערש, לחיים האט עס אצינד ארויפגעלייגט לויט זייער גירסא אויף זייער נייע טעיפ).
אגב, האט שוין איינער באמערקט אז דאס וואס מ'זינגט אין סאטמאר אינעם הייליגן טאג אויף אחת ואחת, איז די זעלבע ליד ווי לאמיר דערציילן?
און אזוי ווי אין סאטמאר איז מקובל -אזוי האב איך אמאל געהערט- אז דאס קומט פון רבין ר' הערש פון רימנוב, און וויבאלד די וועלט ווייסט אז "לאמיר דערציילן" קומט פונעם הייליגן בארדיטשובער, וועט מען מוזן אננעמען אז נאר די ווערטער וואס זענען געוואלדיג מליצה ישרות קומען פון אים.

נאך איין ווארט וועגן דעם ליד, ר' שלמה'לע זינגט אויך דעם ליד זייער שיין און שטייט, ער רופט דאס "בארדיטשובער ניגון", (אויף איינע פון די א' סליחות'ן זיינע וואס איז רעקארדירט, זעהט מען ווי צום סוף זאגט ער "ווי קען נאט ליעו, טיל ווי סינג דע בארדיטשובער ניגון"), אויף איינע פון זיינע טעיפס זינגט ער דאס געוואלדיג שיין מיט אן עולם און מ'הארמאנירט דארט, ער הייבט אן מיט זיין באקאנטע תנועה "אלקא דרבי לוי יצחק בארדיטשובער ענינו", און דערנאך טייטש ער דאס איבער אויף ענגליש און זינגט דאס אויף זייער א שיינעם ביט, און מ'כאפט נישט גלייך אז דאס איז דעם באקאנטן לאמיר דערציילן\אחת ואחת, בקיצור ס'געוואלדיג הערליך און שיין.
(ווען מיר זענען געווען אביסל יונגער און מיר פלעגן פראווען קומזיצן, פלעגן מיר קענען זינגען דעם ליד א האלבע שעה אין א ציה אן אויפהער, בלי גוזמא!)
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אויף חנוכה איז נישטא קיין סאך אידישע לידער וואס איך ווייס.

קודם איז דא פון "משה אוישער" דריי דריידעלעך:
http://zemerl.com/cgi-bin//show.pl?title=Drey+Dreydlech

דערנאך האב איך געהערט פון "בן ציון מילער" א שיינע ליד מיטן נאמען "די חנוכה ליכטעלעך", און פון "בנימין מילער" נאך א שענערע מיטן נאמען "דריי דריידל", לויט ווי ס'שטייט אויפן טעיפ איז דאס זיין אייגנס.
אז כ'וועל האבן צייט וועל איך עס בל"נ דא אפשרייבן.

נאך א ליד וואס איז פאסיג פאר חנוכה איז "תורה די בעסטע סחורה" פון מרדכי הערשמאן.
איינס ווייל עס רעדט פון די חשיבות פון תורה, און אויך דערמאנט ער א מנורה.

(איך האב געזעהן אז די "אמאליגע אידישע לידער" האט עס אריינגעלייגט, אבער כ'ווייס נאכנישט ווער עס זינגט עס דארט).
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

טאבאקא האט געשריבן: "ראזשינקעס מיט מאנדלעך"
דאס ווערט שוין יא ארפגעשריבן דורך לחיים, און איז גאנץ א פאפולערע ליד
און ס'ווערט אויך געזינגען אזוי דורך "ריטשארד (ראובן) טאקער"
אבער די אנדערע וואס זינגען עס אנגעהויבן פון "יאן פירס" (#1) און "דודו פישער" (#20) וואס לייגן צו דעם שטיקל

דאס לידל מיין קינד זאגט פיל נבואות
אז דו וועסט אמאל זיין צו זעט אויף דער וועלט
א סוחר וועסטו זיין פון אלע תבואות
און וועסט אויף דעם פארדינען פיל געלט

און שפעטער דורך "דודו פישער" (#19) און "חיים אדלער" (#18) לייגן צו דעם שטיקל

און אז דו וועסט ווערן רייך אידעלע
זאלסטו זיך דערמאנען אין דעם לידעלע
ראזשינקעס מיט מאנדלען, דאס וועט זיין דיין בארוף
אידעלע וועט אלץ האנדלען, שלאף'זשע אידעלע שלאף

און "נפתלי הערשטיק" (#17) לייגט אויך ענליך צו, אבער אבי אין די וועלט אריין
כ'ווייס נישט צו יאסעלע לאזט אויס פונעם ארגינעלן ניגון, אדער די שפעטער'דיגע לייגן צו, ווער ס'ווייסט זאל זיך ביטע אנרופן, א דאנק

רעדנדיג היינט מיט עמיצן וועגן דעם אז יאן פירס אויף "אמאליגע אידישע לידער", זינגט דעם ליד אנדערש ווי יאסעלע. האט ער מיר אריינגעשיקט די פאלגענדע צעטיל:
אטעטשמענטס
rozenkas.png
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

דער נאסער קבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

וויבאלד דארט האט קיינער נישט געענטפערט, קאפיר איך עס אהער. אפשר האט איינער דעם ענטפער.
א דאנק פון פאראויס.

זאמלער האט געשריבן: דא האב איך ארויף געשטעלט א מאמר איבער ר' יאסעלע און דעם טיטאניק http://www.ivelt.com/forum/viewt ... 04#p377386

טאבאקא האט געשריבן: און א דאנק זאמלער פאר די מעלדונג אז ס'איז דא נאך א אידישע ליד פון יאסעלע מיטן נאמען "דער נאסער קבר".
איר האט אן אנונג צו דאס איז א אינטרעסאנטע ליד, און צו ס'איז דא ערגעץ אויף א קאסעטע?
איך הייב אן טראכטן, ווער ווייסט וויפל נאך ס'איז דא וואס מיר ווייסן נישט?
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

מענין לענין וואסערע ניגון איז דאס Nussen Dorma?

אויף מהנשמע איז דא קליפס ווי צדוק גרינוואלד און העלפגאט זינגען דאס.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך כאפ נישט אויף די מינוט פון וואס דו רעדסט, אבער א לינק קען העלפן.
אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע:אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת שירי חזנים »

אינעם אלבום "אמאליגע אידישע לידער" (ערשטע cd) האבן מיר אריינגעלייגט א ניגון "וכך היה אומר" (ווערט אויך גערופן "די עבודה") געזינגען דורך דעם בארימטן חזן דוד רויטמאן.

למעשה האבן מיר געטראפן אז די ניגון האט א צווייטע העלפט, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט עס צו קענען אריינלייגן.

מיר שרייבן עס דא אפ און ווען מיר וועלן בעזהשי"ת איבערדרוקן דעם אלבאם, וועט מען עס אריינלייגן.


אזוי האט געזאגט, דער כהן גדול צו גא-ט
איך האב פארשוועכט דיין תורה
און דיין הייליג געבאט
איך האב געזינדיגט
איך האב זיך פארשולדיגט
קעגן דיר אליין
יעצט שטיי איך און בעט מחילה פון דיר, מיט א ביטער געוויין

פזמון

געזינדיגט האב איך, מיט מיין קהל
ניט געפאלגט האב איך, [טאבאקא זאגט אז ער זינגט "דיין יעדער חוב". אבער מיר זענען נישט צופרידן ווייל עס גראמט נישט]
אומריין געווען, מיין געדאנק
אוי, ווי מיר טוט אויף אלעס באנג

פזמון


דא קען מען עס הערן:
http://cantorcenter.blogspot.com/2010/0 ... oideh.html

מיט אנטשולדיגונג
די פארוואלטונג פון הוצאת שירי חזנים עתיקים
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף [email protected]
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

לכבוד פורים וועלן מיר רעדן אביסל פון הומאריסטישע לידער געזינגען דורך חזנים.

באמת פון עכטע חזנים איז נישטא צופיל, און דאס ביסל באציעט זיך טאקע בעיקר אויף חזנים, וואס טייל פון זיי האבן מיר אפגעשריבן אנהייב פון דעם אשכול.
און אסאך לידער פארמאגן א לייכטער הומאר, א שטייגער ווי דער "פלעשל" אבער מ'קען דאס נישט אנרופן הומאריסטיש ווייל ער ברענגט דאך ארויס זייער א ערנסטע נקודה. דאס זעלבע איז מיט מרדכי הערשמאן'ס "פליישיגע אידן - מילכיגע אידן".

אבער פארט איז דא עטליכע פון "דויד קאסעוויצקי": "אברהמעלע מלמד" א באקאנטע ליד וואס ברענגט ארויס אז א שלימזל לויפט אים די שלימזלנות נאך. איך האב אמאל געזעהן "ישי לפידות" עס נאכזינגען אויף העברעאיש.

אויך זינגט ער א אינטרעסאנטע ניגון "אז דער רבי אלימלך", וואס ווערט אויך נאכגעזינגען. אבער טייל [חיים אדלער] האבן געטוישט אויף "אז דער 'מלמד' אלימלך" כדי עס זאל חלילה נישט אויסזעהן א פגיעה אינעם הייליגן רבי ר' מיילעך.
http://cantorcenter.blogspot.com/2010/0 ... _7612.html


פון פינטשיק איז אויך דא עטליכע הומאריסטישע ניגונים וואס איך פארמאג אין מיינע אוצרות, אבער ס'איז נישט שייך אפצושרייבן.

דערנאך איז דא דער ניגון "מאנטל", וואס איך האב נאכנישט געטראפן דאס זינגען פון די פריערדיגע בלויז פון די היינטיגע, חיים אדלער און הערשטיק.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

דוד רויטמאן - אדם יסודו מעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איינער פון די מכון להוצאת שירי חזנים האט מיר אריינגעשיקט דעם פאלגענדן גאר הארצרייסנדע אומבאוואוסטע ליד געזונגען דורך החזן המפורסם "דוד רויטמאן", וואס איז גאר פאסיג אין די דאזיגע טעג.

אדם יסודו מעפר, וסופו לעפר

יעדער מענטש, דארף דאך פארשטיין
פון וואנען ער קומט, אהין מוז ער גיין

דאס לעבן איז שווער, אבער ניט אימער לאנג
אז מען טוט דאס פארזעהן, טוט דערנאך באנק

פזמון

רייסט ניט איין די וועלט
יאגט ניט נאך געלט
נעמט ניט צו ביי יענעם
פארגעסט ניט פון גיהנם

מען ברענט און מען בראט פאר יעדער עבירה
מען פייניגט זייער דארט, ס'איז א שרעק און א מורא

פזמון


דא קען מען הערן ווי "משה קאסעוויצקי" זינגט עס:
http://faujsa.fau.edu/jsa/search_music_ ... =findmusic
ניינטע ניגון
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

ווייסט איינער פון ווי עס נעמט זיך דאס זינגען דעם אהבה רבה ניגון ביי א חופה
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

פון וואו ס'נעמט זיך מילא, אזוי האט זיך דאך דער ישמח משה געפיהרט נאך אלץ מתנגד... נאר וואו קומט די חקירה אהער?

שלום עליכם 'כל טוב' מאכט אייך היימיש.:smile:
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
מי_כעמך
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2011 7:54 pm

יודישע (אלטע) חזנות לידער. מיט די ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי_כעמך »

מעגליך מרעדט שיון דערפין ערגעהץ אנדערש ווי? כווייס נישט.

פלאן:

1. list of old nostalgic Yiddish songs with link to hear, view or download if possible
2. as a rough guide- only songs that were composed and sung before WWII .
3. only sung by cantors - חזנים
4. help is required with the transcribing the words of the songs, please contribute - edit as much as you can.


1. רשימה פון אַלט פאַרבענקט ייִדיש לידער מיט לינק צו הערן, קוק אָדער דאונלאָדירן אויב מעגלעך
2.-בלויז לידער וואס זענען פארפאסט און געזונגען פֿאַר WWII .
3. נאָר געזונגען דורך קאַנטאָרס - חזנים
4. הילף איז פארלאנגט מיט טראַנסקרייבינג די ווערטער פון די לידער, ביטע בייַשטייַערן - רעדאַגירן ווי פיל מעגליך.

די ווערטער וואס זענען רויט דארפעך הילפת כבינישט זעכער וואס ער זאגטמער דארט...

ובזה החלי:

in next post
לעצט פארראכטן דורך מי_כעמך אום מיטוואך מארטש 21, 2012 8:01 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מי_כעמך
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2011 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי_כעמך »

link to song

http://cantorcenter.blogspot.co.uk/2010 ... oideh.html
(לינק ארויסגענומען - יו-טוב איז נישט ערלויבט)


"די עבודה"
וכך היה אומר
חזן דוד רוטמאן ז"ל

פזמון:
וכך וכך היה אומר, אנא השם
מיין געבעט און מייו געוויין
טאטעניו פארנעם
מיין געבעט און מייו געוויין
טאטעניו פארנעם


X 2
עהרפיל מיין בקשה אצינד
איך בין דאך דיין אוצר, ווייסט גיט

פזמון

אזוי האט געזאגט – דער כהן גדול צי גא-ט
איך האב פערשוועכט דיין תורה, דיין הייליג געבאט
איך האב געזינדיגט, איך האב זיך פארשולדיגט
גייגען (קעגען) דיר אליין
יעצט שטיי איך אין בעהט מחילה פין דיר –
מיט א ביטער געוויין

פזמון

געזינדיגט האב איך, מיט מיין קהל
ניט געפאלגט האב איך, דיין יעדער ????
אומריין געוועהן מיין געזונד
אוי - ווי מיר טוהט אויף אלעס באנג

פזמון
לעצט פארראכטן דורך מי_כעמך אום מיטוואך מארטש 21, 2012 11:20 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
מי_כעמך
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2011 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי_כעמך »

חזן דוד ראָיטמאַן איז געווען חזן אינעם ווילנע שפּעטער איז ער געפארן צו לעבן אינעם USA
ווייטער איז 3 בילדער
אין ווילנע האט ער נאָך געהאט א פוללען באָרד,
באַלדיק אינעם USA - האַלב באָרד (גאָוטי)
שפּעטער אינעם USA - קיין באָרד ...

מער היסטאריע אויף דעם מענטש זען דאָ
http://savethemusic.com/bin/archives.cg ... id+Roitman

בילד



בילד

בילד


בילד
לעצט פארראכטן דורך מי_כעמך אום מיטוואך מארטש 21, 2012 8:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שכוח פארן אנהייבן מיט אזא ווערטפולע אשכול, מ'דארף קוקן אין די אלטע אשכולות וואס מ'האט שוין איבער געטייטש,
איין זאך נעמט אין אכט YouTube לינקס זענען נישט ערלויבט, פרובירט צו לינקן צו חזנות דאט ארג וכדו'.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע:אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת שירי חזנים »

שוין דא לאנגע אשכול דערוועגן געשריבן בעיקר דורך טאבאקא viewtopic.php?f=18&t=11660

דער ניגון "די עבודה" האבן מיר אריינגעלייגט אין אונזער אלבאם viewtopic.php?f=18&t=12587 , אבער ליידער נישט די גאנצע. מיר וועלן עס בעז"ה מתקן זיין אין די קומענדיגע מהודרא


איר קענט זיך פארבינדן צו שמועסן מיט אונז אויף [email protected]
לעצט פארראכטן דורך הוצאת שירי חזנים אום מיטוואך מארטש 21, 2012 10:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף [email protected]
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

צוזאמגעשטעלט מיטן אלטן אשכול.

הוצאת שירי חזנים האט געשריבן:
איר קענט זיך פארבינדן צו שמועסן מיט אונז אויף [email protected]

פארוואס זאל נישט די שמועס ווייטער גיין דא און אנדערע זאלן אויך הנאה האבן?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע:אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת שירי חזנים »

איר האט א טענה... פארבונדט זיך מיט אונז אויף [email protected]
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף [email protected]
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!
מי_כעמך
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2011 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי_כעמך »

אויפענ טיעפ (אמאליגע אידישע לידער) איז נאר דא אהאלבען ניגון (וכך הי' אומר) סאיז אן עוולה.
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע:אינעם ניגון

שופר של משיח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

נישט ווייט צו גיין - קען א יעדער-ער זעהן
ווי אונטער א שטיין - אין איין טיעפער העהל
ליגט אונזער קרוין - לאנגע יארן שוין
אונזער דוד - מלך ישראל
אוי דוד דוד! שטיי אויף פון דיין שלאף
געטרייער פאסטיך, זאג וואס, איז צו טאן
זעה ווי מען שלאכטעט אויס, דיינע שאף
און קיינער נעמט זיך פאר זיי ניט אן
אבער אז מען וועט הערן דעם שופר של משיח, יא
וועט ער אויפשטעהן פון זיין קבר גיך יא
און ער וועט זיך זעצן אויף זיין שטיהל
און וועט זיך געבען אויף זיין פידעלע א שפיל.

און אויף דער מינוט וועט זיך געבן א ריק - פיהלע מוזיקאנטען
און א יעדער איד וועט זינגען דאס ליד - פון תהילים דעם בעקאנטען
--
און אויך דער ים וועט זיך איינהאלטען קוים
צו שאקלען מיט די בעטלעך
און דער גרינער וואלד וועט קומען באלד
און פלעסקען מיט די בלעטלעך
און דוד המלך מיט זיין פידעלע
וועט זיך שפילען א פרעהליך לידעלע
און דוד המלך מיט זיין פידעלע
וועט זיך שפיעלן א פרעהליך לידעלע
ישראל'קה איז נאך ניי געבוירן
ישראל מיין קיינד גייט ניט פארלוירן
זינגט מיט מיר אט דעם שיר צו דעם לעבעדיגען גאט יא
זינגט מיט מיר אט דעם שיר צו דעם לעבעדדיגען גאט יא
לעצט פארראכטן דורך ניגון עתיק אום מיטוואך יאנואר 08, 2014 6:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע:מיט העדפאונס אויפען קאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיקאליש »

נאטינג פערסענאל אבער ס'דא אסאך ספעלינג מיסטעיקס
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....
אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

א גלעזעלע לחיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תקווה »

אַ גלעזעלע לחיים עס שאַדט ניט נעמען היַינט,
ווען מען זיצט ביַי אַ יום-טובדיקן טיש;
אַ גלעזעלע לחיים פאַר פריַינדשאַפט און פאַר פריַינד,
מע זאָל שטענדיק נאָר מונטער זיַין און פריש!

אַ גלעזעלע לחיים פאַר אַלט און יונג וואָס זיצן דאָ,
און פאַר יעדערן באַזונדער, וואָס זיַינען היַינט מיט אונדז ניטאָ!
אַ גלעזעלע לחיים - דער בעכער פול מיט וויַין
פאַר דער זון, זי זאָל שטענדיק מיט אונדז זיַין!

אַ גלעזעלע לחיים טרינקען מיר (מיין טאָסט וועט זיין) אַצינד,
נאָר אויף שמחות ביַי יעדערן פון איַיך!
אַ גלעזעלע לחיים פאַר מוטער און פאַר קינד,
אַז מיט נחת די מאַמע זאָל זיַין ריַיך!

אַ גלעזעלע לחיים - ניט אָפּשטיין זאָל פון איַיך די שיַין,
קיין שוואַרצער טאָג אין לעבן אין דער משפּחה זאָל ניט זיַין!
אַ געזעלע לחיים איז אויסטרינקען כּדאַי,
ווען מע זעט זיך מיט פריַינד אויף דאָס ניַי!

אַ גלעזעלע לחיים פאַר אונדזער גרויסן (שיינער) לאֶנד,
איבער אונדז זאָל דער הימל העלן (קוקן) ריין!
אַ גלזעלע לחיים – איך ווינטש איַיך נאָר, זאָל זיין, (נאָך אַנאַנד)
מיט אַ שמייכל אויף די ליפּן זאָלט איר גיין!

אַ גלעזעלע לחיים באַגלייטן זאָל אונדז שטענדיק גרייט!
מיט ליַיבלעכע און נאָענטע מע זאָל קיין מאָל ניט זיַין צעשיידט!
אַ גלעזעלע לחיים – פאַר אַלץ, וואָס אונדז באַהעלט!
און פאַר שלום אויף (גאָר) דער גאַנצער וועלט!
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

Re: אלטע אידישע לידער געזינגען דורך בארימטע חזנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

דא איז מן הסתם די ריכטיגע פלאץ צו פרעגן אויב ווייסט איינער פון א לידל וואס הייבט זיך אן עפעס אזוי
און דאס אידעלע קענען אלע, קליין און שוואך איז ער גאר
און דאך שפילט ער די גרעסטע ראלע פון פילע טויזנט יאהר
א.א.וו.

יישר כח
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

הבט משמים - דוד רויטמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

טאבאקא האט געשריבן: גאנץ א באוואוסט ליד, געזינגען דורך "דוד רויטמאן" (#16)
"הבט משמים"
ווי אויך ווערט דאס געזינגען אויפן סי די "טובים השניים" (נועם הפקות) דורך בן ציון מילער יעקב מוצען, וואס זיי זינגען דארט נאך א שטיקל וואס ער זינגט נישט

הבט משמים וראה כי היינו וכו'

הבט משמים וראה
קוק אראפ פון הימל און זעה
דיינע קינדער קלאגט מען
דיינע קינדער פלאגט מען
מ'מאכט א תל פון זיי

נעם פון זיי ראכע געשווינד
פאר דיין בלוט פון דיין ארימע קינד
טוה אונז איבערצייגן
אז דו וועסט זיי מער נישט שווייגן
הבט משמים וראה

ביז דא פארמאג דערווייל, האפענטליך וועט מען טרעפן די איבריגע בעזהשי"ת


א געוואלדיג שטיקל! [פאסיג פאר'ן היינטיגן טאג]. אפשר קען זיך איינער מרחם זיין און משלים זיין דאס איבריגע? דא איז דאס ליד בשלימות. אבער סאם האו קען איך נישט כאפן געוויסע ווערטער פון די צווייטע האלב, [בעיקר ביי 2:42-2:50].
אגב, ווייסט איינער וואס "ראכע" מיינט?
לעצט פארראכטן דורך מה אנו אום דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”