א דאנק דיר יקותיאל.
צו דערציילן ביים שבת טיש
געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
דער אוצר פון ר' אייזיק ב"ר יעקליש
געווען א איד וואס האט געוואוינט אין דער שטאט קראקא מיט דעם נאמען ר' אייזיק. ער איז גועוען א איש תם וישר און א ירא אלקים, אכטונג געגעבן אויף יעדע מצוה קלה כבחמורה. זיינע ווערטער זענען געווען געמאסטען אזוי ווי זיינע טואינגען. ער האט מדקדק געווען אין יעדע זאך וואס איז געווען בין אדם לחבירו, ער האט עוסק געווען כסדר אין מסחר, אבער זיין פרנסה איז געווען זייער בדוחק. אבער ער האט נישט גערעדט קיין ווארט וועגן דעם צו קיינעם. ער האט אכטונג געגעבן אויף יענעמס פרוטה אזוי ווי זיין אייגענע געלט. א דין פון איין פרוטה איז ביי איהם געווען ווי 100 פרוטות. מענטשן האבן געזעהן זיינע גוטע מידות, האט מען איהם זייער שטארק מכבד געווען, אבער ער האט זיך דערווייטערט פון כבוד און אזעלכע זאכן. ער האט געמאכט א נדר נישט הנאה צו האבן פון מענטשן שלא בדרך מסחר. נאר געוואלט אריינברענגען זיין פרנסה וואס איז אנגעשריבן געווארן פאר איהם ראש השנה אויף א גאנץ יאר אפילו זיין פרנסה איז געווען זייער מצומצם. אבער דער מדרש וואס זאגט "יהי מזונותי מרורין כזית בידו של הקדוש ברוך הוא ולא מתוקין כדבש בידי בשר ואדם" האט איהם כסדר באגלייט. אויך זיין פרוי איז געווען אן אשת חיל און זייער א קלוגע, זי האט געוואוסט ווי אזוי צו פירן די שטוב מיט א חשבון אויסגערעכנט יעדע פרוטה. זי איז געווען א טאכטער פון ר' יעקיל פון די גאר חשוב'ע אידן אין קראקא, פון איהם האט זי זיך געלערנט די אלע גוטע מידות צו לעבן א צופרידענע לעבן, און זיין צופרידן מיט וואס מ'האט. זיי האט קיינמאל נישט געזאגט קיין הויך ווארט צו איר מאן, אזוי ווי איר מאמע פלעגט טאן נישט זיין גע'דאגה'ט עס וועט גארנישט העלפען אויב מ'דאגה'ט פלעגט איר מאמע כסדר זאגן. אין די טעג וואס עס איז נישט געווען קיין געלט אין שטוב פלעגט זי נעמען אויף בארג אין די געשעפטען, און דארט האט זי געוואוסט פונקטליך וואס יא צו נעמען און וואס נישט צו נעמען. נאר וואס איז געווען זייער נייטיג פאר'ן שטוב האט זי גענומען. אזוי האט ר' אייזיק און זיין ווייב געלעבט בשלום ושלוה אלע יארן.
עס איז געקומען שווערע צייטן שוין עטליכע חדשים וואס ר' אייזיק האט גארנישט פארדינט, מ'קען נישט באצאלען די בעלי חובות, מ'קען שוין נישט נעמען אויף בארג, אלע מאנען געלט. דער קלייטניק האט געלאזט וויסן אז אויב מ'צאלט נישט אפילו א חלק פון דעם חוב וועט מען ווייטער נישט קענען נעמען אויף בארג. וואס טוט מען?
ווי ר' אייזיק איז אהיים געקומען פון שוהל איין טאג פאר נאכטס ער זעהט זיין ווייב און קינדער ווי זיי שמאכטען פאר הונגער, איז זיין הארץ צוריסן געווארן אויף שטיקער און זיך אנגערופן "רבונו של עולם! שפייז מיר ווי דו שפייזט דעם הונט און דעם רויב-פויגל, איך זאל נישט דארפן אנקומען צו קיין מתנת בשר ודם, און אויב מייינע עבירות האבן דאס גורם געווען, וואס זענען שולדיג מיינע קינדער און ווייב האב רחמנות אויף זיי" ווי ער זאגט די ווערטער האט זיך ארויס געגאסען א טייך טרערן פון זיינע אויגן. ער זעצט זיך אוועק זייער שטיל, זיין ווייב שטייט נעבן איהם און רעדט נישט. ביידע וויינען שטילערהייט. ער זעהט נישט אירע טרערן און זי זעהט נישט זיינע טרערן. זיי האבן געליינט קריאת שמע שעל המטה און שטארק מכוון געווען אז דער באשעפער וואס אלעס געהערט צו איהם זאל זיי שיקן פרנסה פאר זייערע טייערע קליינע קינדער וואס האבן אזעלכע טייערע ריינע נשמות. פון הימל האט מען געזעהן זיייערע טרערן וואס זענען ארויס געקומען מיט אן אמת, האט מען מחליט געווען אריין צו שיקן א ברכה צו זיי אין שטוב, וואס פון די ברכה זאל בלייבן פאר זיי און זייערע קינדער פאר עטליכע דורות.
אין יענע נאכט האט ר' אייזיק געהאט א חלום, ער זעהט ווי אן אלטער מאן שטייט נעבן איהם און זאגט איהם "איך קום צו דיר מיט א גוטע בשורה, דער באשעפער האט געשיקט צו דיר זיין הילף פון הימל". ר' אייזיק פרייד זיך זייער שטארק מיט דעם חלום און די בשורה, ער וועקט זיך אויף און זעהט אז עס איז נשט מער ווי א חלום. ער וויל גלייבן אין דעם חלום און האפט אז דער חלום זאל זיין אמת און די ישועה זאל טאקע שוין קומען וואס שנעלער. עס גייט אריבער עטליכע טעג און ר' אייזיק זעהט ווייטער אין חלום דעם אלטען איד, דער אלטער זאגט צו איהם "גיי קיין פראג, זאלסט קומען צו דעם גרויסן בריק, וואס איז נעבן דער פאלאץ פון דעם קעניג, און דארט וועסטו וויסן וואס דער חלום איז". ר' אייזיק וועקט זיך אויף און ווייסט ווייטער נישט וואס צו טאן ער גלייבט יא ... ער גלייבט נישט... אין דעם חלום. ער שטייט אויף אינדערפריא ער ווייסט נישט וואס צו טאן. ביז דער אלטער מאן איז געקומען צו איהם א דריטער מאהל אין חלום און זאגט צו איהם "גיי קיין פראג, גיי צו דעם בריק, וואס איז נעבן דער קעניגליכע פאלאץ, גיי אראפ אינטען, גראב אין דער ערד וועסטו דארט טרעפן א גרויסע אוצר". ווי ר' אייזיק האט זיך אויפגעוואכט האט ער יעצט פארשטאנען אז דער חלום איז א אמת'ע, ער האט געגלייבט באמונה שלימה אז פון הימל האט מען פאר איהם מגלה געווען א גרויסן אוצר. ווי נאר עס איז געווארן לעכטיג אינדרויסן האט ר' אייזיק זיך געאיילט געוואשן די הענט, געדאווענט שחרית, געפאקט זיין פעקעל און זיך ארויס געלאזט קיין פראג. קיינער האט נישט געוואוסט וואו ער גייט.
אזוי איז ער געגאגנען פון דארף צו דארף און פון שטאט צו שטאט. יעדן טאג איז ער געגאנגען ווייטער, חוץ פון די שבתים און ימים טובים וואס ער איז געבליבן אין די שטעט וואו ער איז אנגעקומען. אזוי האט דאס גענומען גאנצע וואכן און חדשים ביז ער האט געענדיגט דעם לאנגען וועג און איז אנגעקומען צו דער הויפט שטאט פראג וואס איז געווען א קרית מלך רב.
ווי נאר ער קומט אין שטאט איז ער געווען זייער אויסגעמוטשעט און מיעד פון דער לאנגע וועג, אבער ער האט זיך נישט גערוהט, און איז גלייך געגאנגען צו דעם גרויסן בריק. אבער צו זיין מזל האט ער זיך נישט געקענט דערנענטערן צו דעם בריק, ווייל דארט זענען געשטאנען סאלדאטען און וועכטערס ביים עק פון דער בריק וואס האבן נישט געלאזט קיינעם אראפ גיין אינטען דער בריק. ער האט געשפירט א גרויס מידקייט אין אלע זיינע גלידער און מיט זיינע לעצטע כוחות איז ער אנגעקומען צו דער גאסט-הויז וואס האט געהערט צו די אידישע קהילה. ער האט דארט עפעס טועם געווען און זיך געלייגט שלאפן. א שטארקע שלאף איז ארויפגעפאלען אויף איהם, און איז אדורך געשלאפען דעם גאנצע נאכט ביז אינדערפרי. גלייך אינדערפרי האט ער זיך אויפגעוואכט, געדאווענט, געגעסן פת שחרית און זיך ווייטער ארויס געלאזט צו דער ריכטונג פון דעם גרויסן בריק וואס דער אלטער האט איהם געזאגט אין חלום. א גאנצע טאג דרייט ער זיך נעבן דעם בריק, זיינע אויגן קוקן אויף אראפ אינטען, ער זעהט דעם ארט וואו דער אוצר דארף זיין, אבער ער קען זיך נישט דערנענטערן צו דעם ארט. ווייל דער גאנצע ארט געהערט צו דער פאלאץ פון דעם קעניג און איז זייער באוואכט מיט שומרים. און אויב א פרעמדע גייט אריין אין דער ארט וואו מ'טאר נישט, וועט מען איהם גלייך איינזעסן אין תפיסה.
אין דעם דריטן טאג איז ער נאכאמאל אהין געגאנגען, ער דרייט זיך ווייטער דארט נעבן דעם בריק, ער פאנגט זיך אן נאכצופרעגן אויב מ'קען באקומען א ספעציעלע רשות צו קענען גיין כאפען א שפאציר אינטען פון דער בריק, און זעהן וואס טוט זיך דארט? אבער עס האט איהם גארנישט געהאלפען. ער האט פראבירט צו רעדן מיט דעם און מיט יענעם און קיינער האט איהם נישט געקענט געבן קיין עצה. אזוי איז ער סוף טאג צוריק געגאנגען צו דעם גאסט-הויז. ער האט געהאט פיעל צער און עגמת נפש פאר דעם אלעמען, ער פאנגט אן צו טראכטען, אפשר האט ער נישט געדארפט ארויס גיין פון זיין שטאט און גלייבן דעם חלום? נאך דערצו אזא ווייטע וועג, און אזא ארט וואו מ'קען נישט צוקומען. ער האט מחליט געווען נאך צו בלייבן דא עטליכע טעג און דערנאך צוריק אהיים גיין. אזוי האט ער יעדן טאג שפאצירט נעבן דעם בריק און געקוקט אויף אלע וועגן וואס פירן צו אינטער דער בריק. עס דאכט זיך איהם ווי דער אוצר שיינט ארויס צו איהם און רעדט צו איהם, קום נעם מיר, איך בין אנגעגרייט פאר דיר שוין פאר א לאנגע צייט. אבער ער קען דאס נישט טאן. אזוי איז אריבער עטליכע וואכן און קיינער האט איהם נישט באמערקט ווי ער שפאצירט דארט יעדן טאג. די וועכטערס האבן זיך נישט געמאכט וויסענדיג פון דעם פרעמדער מענטש וואס שפאצירט זיך אזוי יעדן טאג אויף דער בריק אהין און צוריק פארטראכט אין מחשבות, קיינער האט איהם נשט געפרעגט וואס ער זוכט דארט.
נאך א לענגערע צייט האט ער זיך צוביסלעך גענומען מער צו דערנענטערן צו דער ארט וואו ער האט געוואלט אנגענומען אינטער דער בריק. די וועכטערס וואס האבן איהם שוין געקענט און געזעהן זיך כסדר דרייען אויף דעם בריק האבן איהם גארנישט געזאגט, אזוי איז ער ידערע טאג געגאנגען אביסל ווייטער פון וואו די וועכטערס האבן געהיטען, און געהאפט אז דער טאג וועט קומען ביז ער וועט אינגאנצען קענען אנקומען ביז אינטען צו דעם אוצר וואס ווארט שוין אויף אים.
איין א שיינעם טאג איז ר' אייזיק געקומען גאנץ פרי און גענומען מאכן זיין שפאציר אהין און צוריק אויף דעם בריק, און כסדר געגאגנען אביסל ווייטער פון די וועכטערס. איינמאל ווי ער שפאצירט דארט אזוי, איז אנגעקומען א גרויסער האר וואס האט אכטונג געגעבן אויף אלע וועכטערס. ער זעהט ווי ר' אייזיק שפאצירט אזוי נאנט צו די וועכטערס, האט ער געמיינט אז ער וויל אפשר זעהן ווי עס בייטען זיך די וועכטערס דורכ'ן טאג. אבער דער האר האט געזעהן אז דער אידל שפאצירט ווייטער אויפ'ן בריק אפילו נאך דעם וואס די וועכטערס האבן זיך געביטן. איז אריין א חשד אין זיין הארץ אז אפשר איז דער איד גאר א שפיאן. האט ער מחליט געווען איהם צו כאפען וואס שנעלער. ער האט באפוילן צוויי סאלדאטען צו שנעל גיין כאפען דעם אידן און ברענגען צו איהם. צוויי סאלדאטען האבן זיך דערנענטערט צו ר' אייזיק איהם אנגעכאפט און צוגעפירט צו דעם גרויסן שר און איהם איבער געגעבן אין זיינע הענט. ר' אייזיק ציטערט און ווייסט נישט וואס צו טאן ער איז זייער דערשראקען געווארן. ווי דער שר זעהט דאס פרעגט ער מיט א שטארקייט "וואס זוכסטו אויף דעם ארט? איך זעה אז דו שפאצירטס דא אהין און צוריק זייער פארטראכט, זאג מיר וואס דיין הארץ טראכט, אויב איך וועל זעהן אז דו זאגסט נישט קיין ליגענט וועל איך דיך באפרייען. האב נישט קיין מורא! איך קען דערקענען אויב דיינע רייד זענען אמת אדער נישט, און לפי די רייד וועל איך דיר משפט'ן".
רופט זיך אן ר' אייזיק מיט א ציטערדיקע קול "אדוני הנכבד! איך וועל דיר דערציילן אלעס מיט דעם גאנצען אמת, דברים כהוויתן, ווי דער זאך איז געשעהן ווייל דו האסט מיר געפרעגט מוז איך דיר דערציילן, און אפשר וועסטו מיר קענען עפעס העלפען אין דער זאך. פאר א האלבע יאר צוריק האב איך געהאט א חלום אז אינטער דעם גרויסן בריק אין פראג וואס איז נאנט צו דעם קעניגליכן פאלאץ, געפונט זיך א גרויסע אוצר, וואס איז באהאלטען געווארן פאר מיר. צום ערשט האב איך געמיינט אז דער חלום איז א פוסטע חלום. אבער דער חלום האט זיך איבער גע'חזר'ט דריי מאל. בין איך געקומען קיין פראג זוכן דעם אוצר, און זוכה זיין אין די גרויסע מציאה וואס מ'גוט צו מיר פון הימל. נאך פיהל מיה בין איך אנגעקומען צו דער ארט, אבער איך קען נישט אראפ גיין אינטער דער בריק, וויחל עס איז דא שומרים בייטאג און ביינאכט אויף דער ארט, דעריבער בעט איך דיר האב רחמנות אויף מיר, און געב מיר רשות איך זאל דארט קענען גיין און זעהן אויב דער חלום איז ריכטיג אדער נישט". ר' איזייק האט אפילו נישט געענדיגט זיינע ווערטער האט דער שר אנגעפאנגען צו לאכען מיט א הויך קול און געזאגט ":געט א קוק אויף דער מענטש וואס איז אזא תמים און א נער און גלייבט אלעס! איך מיין אז איך האב נאך נישט געטראפען א מענטש וואס זאל גיין אזא לאנגע וועג נאר וועגן עפעס א פיסטע חלום. ווער גלייבט היינט אין חלומות? אלע חלומות זענען דאך פאלש, חלומות טוען נאר פארדרייען די מחשבות פון א מענטש, און אויב דו ביזט אינטרעסירט וועל איך דיר דערציילען אויך א אינטרעסאנטע חלום וואס האט זיך מיר גע'חלומ'ט. לעצטע וואך איז דער בעל החלומות געקומען צו מיר אין חלום און געזאגט גיי קיין קראקא קויף דעם הויז פון א איד מיט דעם נאמען ר' אייזיק ר' יעקילס, ווייל דארט אינטער דעם אויווען אזי באגראבען א גרויסער אוצר. און דורך דעם וועל איך ווערן זייער רייך. וואס מיינסטו וועגן דעם חלום זאל איך פארן קיין קראקא? ווייסט דאך אז אלע חלומות זענען נאריש און פוסט. און וואויל איז דער מענטש וואס גייט נישט נאך די אלע נארישע חלומות. און דו, וויסן זאלסטו איך וועל דיר קיינמאל נישט געבן קיין רשות צו קענען גין דארט אינטער דער בריק. גיי שוין אהיים פון וואו דו ביזט געקומען און מער וויל איך דיר נישט זעהן דא. און מאכט דיך נישט נאריש מיט די אלע חלומות".
ווי ר' אייזיק האט געהערט די אלע ווערטער פון דעם שר, האט ער זיך זייער געפרייט, און יעצט איז שוין אלעס קלאר געווארן פאר איהם, אז ער האט געדארפט קומען קיין פראג צו הערן דעם חלום פון דעם שר. ער קומט צו זיין אכסניא זייער פרייליך, ער עסט און טרונקט און בענטשט דעם באעשפער מיט גרויס כוונה, ווייל זיין הארץ האט איהם אנגעזאגט גוטע בשורות.
דעם קומענדיגן טאג האט זיך ר' אייזיק ארויס געלאזט אין וועג פון פראג צוריק צו גיין קיין קראקא. ווי ער קומט אהיים, האט ער נשט גערעדט קיין ווארט, נאר גלייך גענומען א שאוועל און צו געגאנגען צו דער אויווען און זיך גענומען גראבען דארט ווי דער שר האט איהם געזאגט. ער האט דארט געטראפען א גרויסען אוצר. און פון יענע טאג איז ר' אייזיק געווארן א גרויסער עושר וואס ווייניג עשירים אין קראקא האבן זיך געקענט פארמעסטען מיט זיין עשירות. פארשטייט זיך אז ער האט נישט געלאזט וויסן וועגן זיין עשירות אויף איינמאל, נאר צוביסלעך. ער האט ווייטער געהאנדלט אין זיינע זאכן, נאר עס האט אויס געזעהן פאר מענטשן אז די ברכה איז אריין אין זיינע געשעפטן און ער איז געווארן א עושר פון זיינע געשעפטן. זיינע געשעפטן זענען געוואקסן זייער גרויס, און פיהל אידן האבן הנאה געהאט פון זיינע געשעפטן, און פיהל ארבייטערס זענען געווען אידן וואס האבן געהאט פרנסה בשפע פון ר' אייזיק. זיין האנט איז געווארן אויס געשטרעקט פאר יעדן ארימאן און זייגעגעבן נדבות מיט א ברייט הארץ. געטאן צדקה וואו נאר ער האט געקענט, ביז זיין נאמען איז ארויס אין גאנץ פולין פאר דער גרעסטער נדיב צווישן די פוילישע אידן. סוף ימיו האט ער מקדיש געווען א גרויס חלק פון זיין געלט צו בויען א שיינע שוהל אין דער שטאט קראקא, וואס דער שוהל טראגט דעם נאמען "ר'אייזיק ר' יעקלס שוהל". וואס געפונט זיך היינט נאך נעבן דער אלטע בית החיים אין קראקא.
א חבר א קצב
געווען מיט יארן צוריק א גרויסער תלמיד חכם, וואס איז אויך געווען א חסיד און א גרויסע עניו. געזעסן און געלרנט טאג און נאכט, און כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט עולם הזה ענינים. ווען עס פלעגט איהם שווער זיין אין לערנען א געוויסע זאך פלעגט ער כסדר מאכן א שאלת חלום, און על פי רוב פלעגט מען איהם פון הימל ענטפערן אויף אלע זיינע שאלות.
איינמאל האט ער מחליט געווען צו פרעגן אין הימל נעבן וועמען ער וועט זיצן אין עולם הבא לאחר מאה ועשרים שנה. דאס צו פרעגן האט ער געמוזט פאסטן פיהל תעניתים ביז ער זאל געענטפערט ווערן פון הימל אויף דעם. ביז ס'איז געקומען די ריכטיגע צייט, און מ'האט איהם געענטפערט פון הימל אין חלום אינמיטן נאכט, אז פלוני הקצב וועט זיצן נעבן איהם אין גן עדן.
ער שטייט אויף אינדערפריא אן געדענקט דעם חלום, און ווערט זייער באזארגט, ווי קען דאס זיין אז ער זאל זיצן נעבן א פשוט'ע קצב אין גן עדן, ער קען דאך דעם קצב פאר גאר א פשוט'ע מענטש. ער האט געטראכט אפשר איז גאר געווען א געוויסע טעות אין דעם ענטפער, האט ער ווידער געפראוועט געוויסע תעניתים און ווייטער אנגעפרעגט בשאלת חלום אין הימל ווער עס וועט זיין זיין חבר נעבן וועמען ער וועט זיצן אין גן עדן? האט מען איהם געענטפערט, מ'האט דאך דיר שוין געזאגט איינמאל אז פלוני הקצב וועט זיין דיין חבר און זיצן נעבן דיר אין גן עדן!
ער שטייט ווייטער אויף אינדערפיא און נעמט זיך וויינען אויף דעם וואס זיין גן עדן וועט זיין נעבן א גאר פשוט'ע קצב. ער וויינט אזוי שטארק, ביז מ'האט איהם מודיע געווען פון הימל, "אויב דו וואלסט נישט געווען אזא גרויסער חסיד וואלט דיר געקומען מיתה אויף דעם וואס דו וויינסט וועגן דיין ארט אין גן עדן, פארוואס ווילסטו נישט זיצן נעבן דעם קצב, ווייסט דו דען ווער ער איז? ער האט געטאן אזעלכע מעשים טובים וואס קיין מענטש אין דער וועלט האט דאס נאך נישט געטאן, דעריבער איז זיין מעלה אין גן עדן גאר הויך, און דו האסט די זכיה צו קענען זיצן נעבן איהם.
ווי דער חסיד הערט די ווערטער איז ער בארוהיגט געווארן. אבער ער האט דאך געוואלט וויסן די גוטע זאכן וואס יענער קצב האט געטאן, וואס דעריבער האט ער זוכה געווען צו אזא הויכע ארט אין גן עדן. דער חסיד שטייט אויף אינדערפיא און לאזט זיך ארויס צו פלוני הקצב, ער וויל כאפען א שמועס מיט איהם און זעהן מיט וואס איז זיין גרויסקייט אזוי חשוב. ער טרעפט דעם קצב, וואס האט באמת אויסגעזעהן ווי א ריכטיגע קצב, מ'האט גארנישט געקענט באמערקען אויף איהם עקסטרע מער ווי אנדערע מענטשן. אבער דער חסיד גוט איהם שלום עליכם און זאגט צו איהם, איך וויל דו זאלסט מיר דערציילן אביסל וועגן דיין ארבייט און לעבן און דיינע מעשים טובים. דער קצב פארשטייט נישט וואס ער וויל פון איהם און זאגט, איך ארבעט זייער שווער א גאנצע טאג, און די געלט וואס איך לייז יעדן טאג, טוה איך האלב פון די געלט געבן פאר צדקה און די אנדערע האלב נעם איך פאר מיר און מיין פאמיליע אויף צו לעבן. רופט זיך אן דער חסיד און זאגט, עס קען נישט זיין אז וועגן דעם איז זיין מעלה אזוי גרויס, גענוג מענטשן געבן מער צדקה ווי איהם, נאר עס מוז זיין אז ער האט אמאהל געטאן א געוויסע זאך וואס פון הימל איז מען זייער צופרידן געווען וועגן דעם. און וועגן דעם האט ער אזא חשוב'ע ארט אין גן עדן.
דער קצב איז שטיל געבליבן פאר א צייט און נעמט זיך טראכטן וועגן א געוויסע גוטע זאך וואס ער האט געטאן. ער טראכט אזוי א לענגערע צייט ביז עס איז ארויף געקומען אויף זיין געדאנג א געוויסע מעשה וואס איז געשעהן מיט יארן צוריק. ער רופט זיך אן צום חסיד און זאגט, איך טו זיך דערמאנען א געוויסע זאך וואס איז געשעהן מיט מיר יארן צוריק, קען אפשר זיין אז דאס איז וואס איר מיינט. זאגט דער חסיד אדרבא דערציילט אונז דער זאך וועלן מיר זעהן אויב דאס איז דאס וואס מיר האבן געוואלט הערן.
דער קצב נעמט זיך דערציילן, אז מיט יארן לאנג צוריק, ווי איך בין געווען זייער פארנומען מיט מיין ארבעט, איז אננגעקומען אין מארק א גרופע גויים מיט געפאנגענע מענטשן צום פארקויפן אדער אויסגעלייזט ווערן. צווישן די געפאנגענע האב איך באמערקט א מיידל וואס וויינט זייער שטארק. איך האב זיך דערנענטערט צו איר און איר געפרעגט "מיין טאכטער! פארוואס וויינסטו און שרייסט אזוי שטארק"? האט זי מיר געענטפערט אז זי איז א אידישע מיידל, און האט זייער מורא אז זי זאל נישט אנקומען צו די גויים און זיי וועלן ח"ו איר שמד'ן איר מטמא זיין און איר ארויס נעמען פון כלל ישראל. איך וואלט זייער געוואלט אנקומען אין אידישע הענט וואס זענען רחמנים בני רחמנים איך זאל ווייטער קענען לעבן ווי א איד און נישט דארפן ביישטיין די שווערע נסיונות צווישן די טמא'נע גויים. ווי איך האב געהערט די ווערטער, האב איך איר געזאגט אז זי זאל ווארטן א וויילע ביז איך וועל איר אויסלייזן. איך בין גלייך געגאנגען צו איר געפאנגענער איר האר, און זיך געדינגען אויפן פרייז, ביז מ'איז אדורך געקומען אויף גאר א הויכע פרייז פאר מער געלט וואס איך האב פארמאגט, די איבריגע געלט האב איך צוזאם געבארגט און עס האט גענומען יארן לאנג ביז איך האב דאס אפגעצאלט פאר די בעלי חובות. אזוי האב איך איר אויסגעלייזט פון די גויים.
דעמאלט איז די מיידל אלט געווען 12 יאר, איך האב איר אריין געברענגט צו מיר אין שטוב, און זי האט געוואוינט ביי מיר, איך האב איר געקליידעט פון די בעסטע און די שענסטע, אזוי אויך איר געגעבן צום עסן פון די בעסטע און די געשמאקסטע, ביז זי האט זיך געשפירט ווי מיינ'ס א אייגענע קינד. ווען זי איז אונטערגעוואקסן, האב איך געהאט א זוהן וואס איז אלט געווען 21 יאר, האב איך מיין זוהן צוגערופן צו א זייט און גערעדט מיט איהם ווייכע רייד, ער זאל אננעמען מיין באגער וואס איך וויל רעדן מיט איהם. איך זאג איהם, מיין קינד איך בעט דיר נעם אן מיין עצה און טוה מיין באפעל און באגער וועט דיר זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. זאגט מיין זוהן "טאטע! וואס דו ווילסט איך זאל טאן וועל איך טאן, און איך וועל זיך נישט קערן פון דעם אויף רעכטס אדער אויף לינקס". זאג איך פאר מיין זוהן, הער צו מיין געטרייע זוהן, איך וויל אז דו זאלסט חתונה האבן מיט די אידישע מיידל וואס איך האב אויסגעלייזט פון די גויים, און איר נעמען פאר א ווייב, [לאמיר נישט פארגעסן אז א עלענדע מיידל וואס קיינער ווייסט נישט פון וואו זי שטאמט, און נאך דערצו געווען געפאנגען ביי גויים, איז נישט אזוי גרינג צו טרעפן א שידוך] און איך וועל פאר אייך געבן די שענסטע און בעסטע קליידער און צירונגען פון די טייערסטע. מיין זוהן האט גלייך מסכים געווען און געזאגט אז ער איז גרייט אויף דעם. מיין הארץ האט זיך זייער געפרייט מיט זיין ענטפער, איך האב שנעל געלאזט רופן די בעסטע שניידערס פון שטאט, איך האב זיי אנגעזאגט זיי זאלן צוגרייטען די שענסטע קליידער פאר די חתן און כלה, אזוי האב איך צוגעגרייט אלצדונג וואס מ'דארף צוגרייטען פאר א יונג פאר פאלק וואס האבן חתונה, א שטוב צו וואוינען מיט מעיבעל, א.ד.ג.
שוין א וואך פאר די חתונה האט מען גענומען פראווען די סעודת עניים, יעדן נאכט סעודות פאר די ארעמעלייט פון נאנט און ווייט, ווי דער מנהג איז געווען אמאל. מ'האט געמאכט סעודות פאר די רייכע מענטשן אויך, און מ'האט געזעצט די ארעמע מענטשן צוויישן די רייכע זיי זאלן נישט ווערן פארשעמט, און יעדער איינער זאל זיך פירן ווי א מחותן ביי די סעודות. מ'האט געשטעלט די בעסטע און געשמאקסטע עסן, מ'האט געגעבן צו טרונקען די געשמאקסטע גאר אלטע וויין, יעדער איינער וואס איז געווען ביי די סעודות האט זיך אנגעגעסן און געטרונקען און איז ארויס פון דארט מיט א גוט הארץ און געבענטשט אלעמען פאר דעם.
ביי איינע פון די סעודות א נאכט בעפאר די חופה, ווי אלע מענטשן ארעמע און רייכע האבן געגעסן און געטרונקען און זיך געלאזט וואויל גיין, איז אבער געווען איין טיש וואס מ'האט דארט גארנישט געגעסן, אלע וואס זענען געזעסן ביי יענעם טיש האבן נישט צוגערירט צו די עסן און וויין וואס זענען געלעגן אויף יענעם טיש. איך גיי צו נענטער צו יענעם טיש זעהן פארוואס מ'עסט גארנישט פון די עסן וואס ליגן אויפן טיש. איך פרעג די מענטשן פאר וואס עסט איר נישט, אפשר האט איר געטראפן עפעס א פעלער אין די עסן אדער אין די וויין? זאגן זיי חס ושלום, מיר האבן נישט געזעהן קיין בעסערע עסן ווי די עסן אין אונזערע לעבן און געשמאקע . נאר וואס? דא ביים טיש - ווייזן זיי מיט דעם פינגער - זיצט א געוויסע אפגעריסענע ארעמאן און וויינט די גאנצע צייט, און נעמט אוועק פון אונז דעם אפעטיט פון צו עסן און טרונקען. ער קרעכצט און זיפצט די גאנצע צייט, מיר פראבירן רעדן צו איהם, אבער ער ענטפערט גארנישט.
דערציילט ווייטער דער קצב - האב איך צוגערופן דעם ארעמאן אין א זייט און איהם ארויסגערופן אינדרויסן פון דעם זאל ער זאל מיר דערציילן פאר וואס ער וויינט אזוי שטארק און זיפצט אן א אויפהער. אפשר קען איך איהם העלפען מיט דעם. ער איז מיר נאכגעגאנגען. און אינדרויסן האט ער אויפגעהערט פאר א וויילע צו וויינען. איך זאג צו איהם, מיין ברודער! פארוואס טוסט דו דאס פאר מיר און דו טוסט שטערן מיין שמחה דורך דיין געוויין און זיפצן ביים עסן? איך בעט דיר לאז מיר וויסן וואס עס קרענקט דיר אויפן הארץ, און טוה גארנישט פארהוילן פון מיר, אויב דו האסטו עפעס א חוב אויף מיר בין איך גרייט דאס אפצוצאלן, אויב דו ווילסט גאר אן הלואה בין איך אויך גרייט אויף דעם, דער עיקר זאלסט מיר אנטפלעקען וואס עס קרענקט דיר אזוי שטארק אויפן הארץ.
ענטפערט דער ארעמען און זאגט, נישט וואס דו ביזט מיר שולדיג אדער פארקערט, נישט וואס איך דארף אן הלואה וויין איך, נאר איך וויין וועגן די מיידל די כלה וואס גייט מארגן חתונה האבן מיט דיין זוהן. פרעג איך וואס האסטו צו וויינען וועגן די מיידל, דו קענסט דען די מיידל? ענטפערט ער מיר און זאגט ווייטער מיט א געוויין, די מיידל איז פון יענע און יענע שטאט, זי איז געווען מיין כלה און איך האב איר געהאלטן ביים חתונה האבן, אבער בעפאר די חתונה איז זי געפאנגען געווארן דורך רויבערס, ביז זי איז אנגעקומען דא צו דיר אין שטוב. און אויב דו גלייבסט נישט דא האסטו די תנאים וואס איז געשריבן געווארן צווישן מיר און איר. פרעגט איך ווייטער דעם ארעמאן אויב ער ווייסט פון א געוויסע סימן אין די כלה וואס אנדערע ווייסן נישט, האט ער מיר געגעבן א געוויסע סימן. איך האב גלייך געלאזט מ'זאל נאכקוקן אויב ס'איז אמת די סימנים וואס ער האט געזאגט.
ווי איך האב געזעהן אז זיינע ווערטער זיינען באמת ריכטיגע און אז ער איז באמת געווען איר חתן מיט עטליכע יאר צוריק, און וועגן דעם האט ער געוויינט צוקענדיג ווי זי האט חתונה מיט מיינעם א זוהן. האב איך איהם געזאגט אז ער זאל זיין בארואיגט און זאל צוווארטען ביז איך וועל איבער רעדן די זאך מיט מיין זוהן. דער ארעמאן איז געגאנגען אויף א זייט און געווארט ביז איך וועל זיך צוריקערן צו איהם.
דערווייל האב איך צוגערופן מיין זוהן צו א זייט און איהם געזאגט, מיין טייערע זוהן! דו האסט געטאן מיין ווילן דורך נעמען די מיידל פאר א כלה, אן צו וויסן ווער זי איז, ווייל דו האסט געוואלט טאן מיין רצון! יעצט וויל איך מיין זוהן זאלסט ווייטער טאן מיין רצון, ביזטו גרייט אויף דעם?! מיין זוהן ענטפערט מייט א שטאלץ אז ער איז גרייט אויף אלצדונג. אזוי ווי ער האט געהערט צו מיינע ווערטער ביז יעצט וועט ער צוהערן צו מיינע ווערטער ווייטער. און גארנישט טאן אקעגן מיין ווילן. ווי איך הער זיינע ווערטער, ווערט מיין הארץ פיל מיט פרייד, און איך זיך די פאסיגע ווערטער וואס ארויס צו זאגן פון מויל, איהם לאזן וויסן אז ער וועט זיך מוזן שיידן פון זיין כלה, ווייל זי איז שוין א כלה צו א צווייטן בעפאר זי איז אריינגעקומען אין אונזערע שטוב.
און נעם זיך זאגן פאר מיין זוהן "וויסן זאלסט מיין געטרייע זוהן, אז אלעס ווערט געפירט פון הימל, דיין כלה וואס האט געוואוינט ביי מיר אין שטוב איז נישט דיין באשערטע פון הימל, זי איז שוין געווען א כלה בעפאר זי איז אריינגעקומען אין אונזערע שטוב, און דא זענען אירע תנאים מיט וועמען זי איז געווען א כלה מיט עטליכע יאר צוריק בעפאר מ'האט איר געפאנגען. זי איז טאקע געפאנגען געווארן און איך האב איר אויסגעלייזט, אויב מיט דעם אלעמען איז זי נאך אלץ געבינדן צו איר ערשטן חתן דורך די תנאים. דעריבער מיין זוהן בעט איך דיר אז דו זאלסט מיט דיין גאנצן הארצן זיין באוויליגט אפלאזן די כלה כדי זי זאל קענען פרייערהייט צוריק גיין צו איר ערשטע חתן וואס מיר האבן יעצט געטראפן ווער דאס איז. און נישט נאר דאס, נאר אויך די אלע קליידער און צירונגען וואס מ'האט פאר איר צוגעגרייט זאל בלייבן ביי איר און איר מאן, און מיט דעם באשעפער'ס הילף וועל איך טרעפן פאר דיר א כלה וואס איז דיין באשערטע פון הימל.
מיין זוהן האט געהערט די ווערטער, האט ער זיך ווייטער אנגערופן און געזאגט, טייערע פאטער! איך האב געהערט דיינע רייד ביז יעצט וועל איך ווייטער הערן דיינע רייד, און נאך דערצו אז דער שידוך איז נישט מיינע באשערטע ווי קען איך אזא זאך צוריק האלטען, פארקערט ווי באלד די מיידל האט דאך נישט קיין עלטערן אזוי אויך דער חתן, לאמיר דא אויפן ארט זיי חתונה מאכן און שטעלן חופה, און נוצן די אלע קליידער און צירונגען וואס איז געווען צוגעגרייט פאר מיר, אזוי אויך די הויז מיט די מעיבל און אלע אנדערע זאכן וואס מ'האט צוגעגרייט פאר מיר זאל זיין פאר די פאר פאלק, דו ביזט דאך געווען ווי א פאטער צו איר, וועסטו ווייטער זיין א פאטער צו איר, און פאר מיר וועט שוין דער באשעפער זארגן.
ווי איך האב געהערט די ווערטער פון מיין זוהן האט דאס זייער דעפרייט מיין הארץ, און איך האב גלייך געלאזט רופן די כלה, און איר געלאזט וויסן אז איר ערשטע חתן געפונט זיך דא, דערווייל האבן מיר גענומען דעם ערשטן חתן און איהם ארומגעוואשען אנגעטאן שיינע נייע קליידער ווי א חתן דארף גיין אנגעטאן, און ווי זי האט איהם געזעהן האט זי גע'חלש'ט, מ'האט איר גלייך דערמינטערט, און זי האט זיך שטארק געפרייט זיך צו טרעפען מיט איהם. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט און ביז צוויי וואכן האט מען געשטעלט חופה וקידושין פאר די חתן און כלה, און זיי זענען געזעסן ביי מיר און שטוב און געוואוינט דארט פאר עטליכע יאר ווי אייגענע קינדער. מיט די צייט זענען זיי אוועק פון דאנען וואוינען אין א אנדערע שטאט, און מיר האבן שוין פאר א לענגערע צייט נישט געהערט פון זיי. אזוי אויך מיין זוהן האט גלייך נאך די מעשה געטראפן זיין באשערטע א כלה א מושלמת במעלות ובמידות טובות, און נאך דערצו א שווער א רייכער וואס האט זיך געלאזט קאסטן א שיינעם נדן פאר זיין טאכטער, און ב"ה איך זעה פיהל נחת פון מיין געטרייע זוהן. און זיינע קינדער.
ווי דער חסיד האט געהערט די גאנצע מעשה האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט, ברוך אתה ה' גלויבט, ביסטו באשעפער וואס דו האסטו מיר געגעבן אן ארט אין גן עדן נעבן אזא טייערע חשוב'ע איד.
בס"ד
דער גלויבן אין עולם הבא איז דער גרונד פון די ריכטיגע אמונה. פיל לעבנס רעטענישן באקומען גאר אן אנדער זין, ווען מען פארשטייט אז דער עקזיסטענץ פון א מענטש אין די וועלט איז בלויז א טייל פון א גאנצער מהלך, וואס פאנגט זיך אן אסאך איידער זיין געבוירן, און דארף נאך ווייטער פארזעצן פיל נאך זיין טויט.
אין איינע פון די הייליגע אידישע קהילות איז געשען א צופאל וואם האט אויפגשוידערט די גאנצע שטאט און ערוועקט שווערע קושיות איבער די וועגן פון השי"ת - ביי גרויס און קליין.
א יונגע פרוי, א טאכטער צו איינע פון די חשוב'ע משפחות אין שטאט, האט חתונה געהאט צו א סוחר א ירא שמים, רודף צדקה וחסד, פן די צענטער-זיילן אין די קהילה.
די ערשטע יארן האט זיך געפירט דער לעבן פון פארפאלק רואיג און שיין, און זיי האבן געבוירן עטליכע זין און טעכטער. די פרוי האט זיך געפירט מיט גרויס צניעות, זיך שטארק אפגעגעבן מיט ערציען אירע קינדער, געזאגט תהילים און געטון חסד מיט ארעמעלייט. דער מאן איז ארויסגעפארן האנדלען איבערן לאנד, און צוגאב צו קביעת עתים לתורה. זיינע צדקה טאטן זענען פארשפרייט געוועהן איבער עטליכע שטעטעלעך ארום, און טויזענטער ארימעלייט האבן גענאסן פון זיין ברייטע האנט.
פלוצלונג, האט אן אומגליק געטראפן די שטאט. אוואו? דווקא אין די הויז פון דעם באשיידענעם פאר! די שטוב פון וואו עס איז ארויס בלויז צדקה וחסד! פונקט זיי האט פאסירט א שוידערליכער אומגליק! זייער דריי יעריג קינד איז אומגעקומען מיט א מיתה משונה דורך א גוי א שיכור גוי רחמנא ליצלן די גאנצע שטאט איז אויפציטערט געווארן פון דעם שרעקליכן פאל. טויזנטער מענטשן צווישן זיי חשוב'ע רבנים זענען געקומען דורך די 'שבעה' טעג טרייסטן די פארווייטאגטע עלטערן. פיל האבן געפרעגט צו זיך, ווייניגער האבן עס אויסגעדריקט הויך: איז דאס דער שכר פון דעם באשיידענעם פארפאלק אזיף זייערע פיל גוטע מעשים? פארוואס האט זיי השי"ת עס געמאכט? און פארוואס דורך אזא מיתה משונה? אויך טענות און פארדרוס אויף די וועגן פון השי"ת האט זיך אריינגעכאפט אין די הערצער פון א טייל איינוואוינער, וועלכע האבן אפגעשוואכט און צעטומלט זייער אמונה און זיי דערווייטערט פון דרך התורה.
דער פארפאלק האבן רעאגירט אויף דעם פאל מיט אמונה און הכנעה, און אנגענומען די גזירה מיט ליבשאפט. זיי האבן ווייטער פארגעזעצט זייער לעבן ווי פריער, אבער עס איז נישט אדורך פיל צייט, און ווידער האט זיי געטראפן אן אומגליק: א קלאנג איז אריבער אין שטאט: דער סוחר - דער באשיידענער צדיק איז קראנק געווארן, און די דאקטוירים פארזאגן אים פון לעבן. גלייך האבן זיך פארזאמלט אין די שולן מניינים פון תפילות. דער סוחר איז געווען באליבט ביי אלעמען, און פיל האבן נהנה געווען פון זיין ברייטע האנט. נאך מער, ער איז געווען איינער פון די ראשי הקהילה וועלכער האט אנגעפירט פיל אנשטאלטן פון תורה, צדקה וחסד. דעריבער, זענען די תפילות ארויסגעקומען פון טיפסטן הארץ און די געשרייען האבן געשפאלטן הימלען.
די שולן זענען נאך פולער געווארן און דער שטורעם האט זיך פארשטארקט, ווען מען האט זיך דערוואוסט אז די דאקטוירים גיבן אים נישט מער פון א וואך לעבן... דער רב פון שטאט, וואס איז געווען א צדיק און למדן האט דאן גע'פסק'נט: "אזוינס וועט נישט פאסירן! עס וועט נישט געשען קיין שלעכטס פארן צדיק!"
ווי גרויס איז געווען וייער אנטוישונג, און ווי שרעקליך איז געווען דער ווייטאג און בראך פון די שטאטסלייט ווען נאך אפאר טעג איז דער יונגער סוחר געשטארבן. אך טוב וחסד האט ער געטון זיין גאנצן לעבן. ארום פינף און דרייסיג יאר איז ער אלט געוען ביים שטארבן און די יונגע אלמנה, וועלכע האט פארלוירן איר מוט און איר לעבנס קוואל האט נישט געוואוסט ווי צו אנטהאלטן איר געוואלדיגער טרויער.
אלע האבן באקלאגט די גרויסע אבידה, און פיל קושיות האבן אנגעפילט די הערצער: פארוואס איז אוועקגענומען געווארן פון די וועלט דער גוטער מאן, דער צדיק? פארוואס האבן נישט געהאלפן די פיל תפילות? און ווי איז מעגליך אז דער רב פון שטאט האט באפוילן ער זאל לעבן, און דאך איז ער געשטארבן?
צוויי יאר זענען אדורכגעגאנגען פון זיין פטירה. ערב שבת. דער געהייראטער זון פון די אלמנה איז געקומען איר אנוואונטשן א 'גוט שבת. די יונגע אלמנה פרובירט שמייכלען, אבער נישט ווילנדיג רייסן זיך ארויס די טרערן פון אירע אויגן .
"מאמע" - טענה'ט צו איר דער זון - "עס זענען שוין אדורך גאנצע צוויי יאר! גענוג שוין מיט די טרערן! חז"ל האבן באשטימט וויפל צייט מען מעג טרויערן. און ווער עס ציט זיך מיט זיין צער צופיל - גייט זיין טרויער אן ווייטער! מיר זענען דאך מאמינים בני מאמינים, און וואס ווייסן מיר איבער הימלישע חשבונות? וואס השי"ת טוט איז געוויס לטובה! דו ברענגסט אונו אלעמען צו פיל צער, און אויך פאר די נשמה פון דעם טאטן ברענגסטו צער. געוויס באגערט ער זאלסט פארזעצן ווייטער דיין לעבן. שוין זייט עטליכע מאנאט האט מען דיר פארגעשלאגן אן אויסגעצייכנטער שידוך, און דו האלסט זיך אפ. טייערע מאמע! דו מוזט דיר שטארקן אין אמונה, וואס דאס מיינט זיין צופרידן מיט דיין טייל, און פארזעצן ווייטער!".
די יונגע אלמנה האט טיף איינגעאטעמט. גענוג! האט זי באשלאסן. גענוג מיטן טרויער. גענוג מיט די כפירה! צו בין איך דען מער דערבארעמדיג ווי דער באשעפער? השי"ת טוט אלעס לטובה פון יעצט וועל איך מיר מחזק זיין מיט שמחה! אזוי האט די אלמנה פארגענומען זיך. און ווירקליך יענעם שבת נאכט איז זי געווען פרייליך און שמייכלדיג. אירע יונגע זין האבן אפגעאטעמט.
ענדליך ווייזט שוין די מאמע ארויס אן אמת'ע שמחה, אן טרערן וואס גלאנצן אין די אויגן. די מאמע קערט זיך אום צו זיך. זי שטארקט און מוטיגט ווייטער. זיי האבן שוין אויסגעווארט אויף דעם ענדערונג ווי לופט צום אטעמען; נאך איין אזא שבת פון טרויער און טרערן וואלט זי שוין איינגעבראכן גייסטיש.
יענע נאכט, צום ערשטן מאל נאך צוויי יאר, האט זיך די אלמנה געלייגט שלאפן מיט א לייכטע הארץ. צום ערשטן מאל נאך פיל צייט איז זי איינגעשלאפן מיט א שמייכל אויף אירע ליפן. צום ערשטן מאל נאך פיל נעכט איו זי געלעגן רואיג אן זיך דרייען אויפן בעט, אן צו דערמאנען זיך אין איר געשטארבענעם מאן. א זאך וואס איז אויסגעריסן געווען פון איר הארץ, א זאך וואס האט געפעלט אין איר נשמה, האט זיך אומגעקערט צו איר - די אמונה!
און אט חלום'ט זי. אין חלום שטייט זי אין א פראכטיגן גארטן, העל באלויכטן. א ריח גן עדן איז אנגעקומען צו איר, און זי האט פארשטאנען אז זי געפינט זיך אין עולם העליון. צווישן די בוימער אין גארטן האט זי באמערקט אן אלטן מאן מיט אן הדרת פנים, וועלכער שטראלט און לייכט. ער איז צוגעגאנגען צו איר און איר געפרעגט, צו וויל זי באגעגענען איר מאן וואס איז געשטארבן. זי האט צוגעשאקלט מיט איר קאפ, און ער האט איר געפירט צו א גרויסן זאל פול מיט צדיקים וועלכע זיצן און הערן א שיעור תורה פון א יונגן רב. צום ענדע פון שיעור גייט צו צו איר דער יונגער, און אט זעט זי אז עס איז נישט קיין צווייטער נאר איר מאן
"מיין טייערער מאן!" האט זי אויסגערופן גערירט. "פארוואס האסטו מיר אפגעלאזט יונגערהייט? און ווי קומסטו צו אויסלערנען תורה אין גן עדן? ביזט דאך נישט געווען א תלמיד חכם, וויאזוי האסטו דערגרייכט דערצו?.
דער מאן האט זיך צושמייכלט און איר געזאגט: "זיי וויסן, אז איך בין ביים פריערדיגן גלגול געווען א געוואלדיגער גאון, נאר איך האב נישט חתונה געהאט. און ווען איך בין ארויף צו מיין ארט אין גן עדן האט מען גע'טענה'ט קעגן מיר, אז איך קען נישט זיצן אין גן עדן איידער איך וועל מקיים זיין די ערשטע מצווה וואס שטייט אין די תורה - "פרו ורבו". דעריבער, בין איך מגולגל געווארן כדי צו חתונה האבן, ברענגען קינדער אויף די וועלט, ערציען בדרך התורה און מפרנס זיין. און אזוי ווי איך האב חתונה געהאט מיט דיר און מיר האבן געברענגט קינדער אויף די וועלט, ממילא דערמיט וואס איך האב מקיים געווען די מצוה, און ערפילט מיין תיקון איז שוין נישט געבליבן קיין סיבה צו בלייבן אין עולם השפל, און איך בין נפטר געווארן. יעצט געניס איך פון דעם שכר פון מיינון מעשים טובים, און פון די תורה וואס איך האב געלערנט.
"אזוי פיל תפילות האט מען פארלייגט איבער דיר, דער רב פון שטאט האט גוזר געווען זאלסט נישט שטארבן, פארוואם האט דאס אלעס נישט געהאלפן?" האט זי געפרעגט.
האט ער איר געענטפערט: "אלע תפילות וואס איר האט געדאוונט – זענען, אנגענומען געווארן. טייל האבן מיר ארויסגעהאלפן אין דעם פלאץ וואו איך געפין זיך טייל האט מען געניצט כדי צו העלפן כלל ישראל און ראטעווען פון גזירות. אבער, וויבאלד איך האב מער קיין פליכט נישט געהאט אויפצוטון אין די וועלט איז נישט געבליבן קיין מעגליכקייט איך זאלט דארט בלייבן, און דעריבער האט אויך נישט געהאלפן די גזירה פון דעם רב. אבער דו, וואס דו האסט נאך וואס צו טון אויף די וועלט - חתונה האבן מיט א צווייטן זיווג, ברענגען נאך קינדער, און אויך אויפהאדעווען ווייטער אונזערע קינדער - דו האסט נישט געענדיגט דיין אויפגאבע און דו דארפסט דיר מחזק זיין און פארזעצן ווייטער ערפילן דיין שליחות".
"און פארוואס איז געשטארבן אונזער קליין קינד?"
האט ער איר געענטפערט: "אונזער קינד איז געווען א הויכע נשמה פון א הייליגן צדיק. אין פריערדיגן גלגול איז ער פארכאפט געווארן פון זיין וויגל דורך גויים, און זיך געשפייזט דורך א פרעמדע פרוי. דערנאך איז ער אויסגעלייזט געווארן דורך אידן און אויפגעוואקסן אלץ געהויבענער צדיק. ווען ער איז נפטר געווארן האט מען אים געוואלט ארויפברענגען צו א הויכן פלאץ אין גן עדן, אבער די צייט וואס ער האט זיך געשפייזט דורך א גוי האט געלאזט א פלעק אויף זיין לויטערע נשמה. דעריבער, האט מען אים אראפגעברענגט אויף די וועלט, ער זאל זיך שפייזן פון א כשר'ע פרוי, און דו ביזט אויסגעוועלט געווארן צו דעם זכות צוליב דיין צניעות און צדקות".
"אבער פארוואס האט ער געדארפט שטארבן אין אזא שוידערליכע וועג?" האט זי אויסגעשריגן דערמאנענדיג זיך אין דעם שרעקליכן אויסזען פון איר קינד אין די הענט פון דעם שיכור.
האט ער איר געזאגט: "אונזער טייער קינד האט געדארפט שטארבן אזוי צו אזוי, וויבאלד ער האט געענדיגט ויין שליחות אויף די וועלט. נאר אין די צייט, ווען ער האט געהאלטן ביים שטארבן, איז געהאנגען איבער אונזער שטאט א שרעקליכע גזירה פון שמד און פארניכטונג, וואס איז נגזר געווארן צוליב פארזינדיגן זיך בין אדם לחבירו צווישן די שטאסטלייט. און וויבאלד אלענפאלס איז געקומען זיין צייט צו נפטר ווערן, האט זיין נשמה איינגעשטימט צו שטארבן דורך א מיתה משונה כדי צו מכפר זיין אויף די גאנצע שטאט און ראטעווען פיל קינדער און ערוואקסענע פון מיתות משונות און יסורים. און דאס איז זיכער א גרויסע זכות פאר אזא טייערע נשמה, וואס דורך דעם איז אויפגעשטיגן אין אזא הויכן ארט אין גן עדן, וואו קיין באשעפעניש איז נישט ערלויבט אים צו זען, אויסער איך -זיין טאטע. און אויך דו, ווען עס וועט קומען די צייט וועסטו האבן די זכיה צו זיין מיט אים צוזאמען צוליב'ן פיין וואס דו האסט געליטן".
דערנאך האט ער צוגעלייגט: "זיי וויסן נאר נאכדעם וואס דו האסט זיך מחזק געווען מיט שמחה, האט מען מיד ערלויבט זיך צו אנטפלעקן פאר דיר. דורך די גאנצע צייט וואס דו ביזט געווען בצער, האט געהערשט איבער דיר א גרויסער קטרוג, אז דו האסט שיעור נישט פארלוירן נאך א קינד! און אלע מיינע בקשות זיך צו באווייזן פאר דיר זענען נישט געענטפערט געווארן".
ער האט אביסל געשוויגן, און דאן צוגעגעבן מיט א ווייכן טאן: "איך האב שוין געענדיגט מיין תיקון, אבער דו האסט נאך פיל אויפצוטון אין לעבן. גיי האב חתונה מיט דעם וואס מען האט דיר אנגעטראגן און זעץ פאר דיין לעבן בשמחה. א שאד אויף די טייערע צייט, זעץ פאר ווייטער מיט דיין תיקון... גיי... לעב וואויל..,
ער איז פארשוואונדן פון אירע אויגן און זי האט זיך ערוועקט פון איר שלאף. די וועלט האט איר יעצט אויסגעזען ניי און שיין. יעצט האט זי געוואוסט וואס זי האט צו טון. און דער עיקר האט זי איינגעזען, אז אלע קשיות וואס זי און די שטאטלייט האבן געפרעגט, זענען געווען איבעריג און באדייטלאז. אז די תורה האט באשטימט אז השי"ת איז א צדיק וישר איז עס דער אמת און מען טאר נישט אפעלירן דערויף. נישט אלעמאל קען מען באקומען ענטפערס דורך א חלום, און די איינציגע עצה איו זיך צו שטארקן באמונה פשוטה אז אלעס איז מיטן אנפירונג פון באשעפער, און אלעס וואס ער טוט - איז פאר די אייביגע טובה פון יעדן איינעם. ווען יעדער וועט זיך פרייען מיט זיין טייל, וואס דאס איז דער אויסדרוק פון די אמונה אין די השגחה פון באשעפער אויף אים, אז ער, גלויבט אז אלעס איז מיט די אנפירונג פון בורא פאר זיין טובה, נאר דאן וועט ער קענען וויסן זיין וועג און תפקיד אין לעבן.
א מענטש ווייסט נישט, וואס איז ער געקומען מתקן זיין און ערגענצן אין די וועלט - ער ווייסט נישט ווען וועט ער ערפילן זיין תיקון - און ער ווייסט נישט וויאזוי ער וועט אוועקגענומען ווערן פון דער וועלט.
מענטשן פארגעסן אז די וועלט איז נישט דער עיקר, אז דער מענטש קומט דא ערפילן א שליחות. דערפון שטאמען אלע קושיות. אבער ווען מען וואלט געדענקט אז עס איז דא א עולם הבא, און דער מענטש קומט אויף די וועלט בלויז צו מתקן זיין, וואלטן נתבטל געווארן אלע קשיות.
דער גלויבן אין עולם הבא איז דער גרונד פון די ריכטיגע אמונה. פיל לעבנס רעטענישן באקומען גאר אן אנדער זין, ווען מען פארשטייט אז דער עקזיסטענץ פון א מענטש אין די וועלט איז בלויז א טייל פון א גאנצער מהלך, וואס פאנגט זיך אן אסאך איידער זיין געבוירן, און דארף נאך ווייטער פארזעצן פיל נאך זיין טויט.
נעמט'ס אראפ אפאר מינוט אין ליינט די מעשה נורא עס וועט אייך געבן א אנדערע בליק אין לעבן
אין כתבי הרב חיים ויטאל זצ"ל, ווערט געברענגט א מעשה וואס ער האט געהערט פון זיין רבי דער אריז"ל, וועלכע קאנקרעטיזירט עס אין א קלארן אופן:אין איינע פון די הייליגע אידישע קהילות איז געשען א צופאל וואם האט אויפגשוידערט די גאנצע שטאט און ערוועקט שווערע קושיות איבער די וועגן פון השי"ת - ביי גרויס און קליין.
א יונגע פרוי, א טאכטער צו איינע פון די חשוב'ע משפחות אין שטאט, האט חתונה געהאט צו א סוחר א ירא שמים, רודף צדקה וחסד, פן די צענטער-זיילן אין די קהילה.
די ערשטע יארן האט זיך געפירט דער לעבן פון פארפאלק רואיג און שיין, און זיי האבן געבוירן עטליכע זין און טעכטער. די פרוי האט זיך געפירט מיט גרויס צניעות, זיך שטארק אפגעגעבן מיט ערציען אירע קינדער, געזאגט תהילים און געטון חסד מיט ארעמעלייט. דער מאן איז ארויסגעפארן האנדלען איבערן לאנד, און צוגאב צו קביעת עתים לתורה. זיינע צדקה טאטן זענען פארשפרייט געוועהן איבער עטליכע שטעטעלעך ארום, און טויזענטער ארימעלייט האבן גענאסן פון זיין ברייטע האנט.
פלוצלונג, האט אן אומגליק געטראפן די שטאט. אוואו? דווקא אין די הויז פון דעם באשיידענעם פאר! די שטוב פון וואו עס איז ארויס בלויז צדקה וחסד! פונקט זיי האט פאסירט א שוידערליכער אומגליק! זייער דריי יעריג קינד איז אומגעקומען מיט א מיתה משונה דורך א גוי א שיכור גוי רחמנא ליצלן די גאנצע שטאט איז אויפציטערט געווארן פון דעם שרעקליכן פאל. טויזנטער מענטשן צווישן זיי חשוב'ע רבנים זענען געקומען דורך די 'שבעה' טעג טרייסטן די פארווייטאגטע עלטערן. פיל האבן געפרעגט צו זיך, ווייניגער האבן עס אויסגעדריקט הויך: איז דאס דער שכר פון דעם באשיידענעם פארפאלק אזיף זייערע פיל גוטע מעשים? פארוואס האט זיי השי"ת עס געמאכט? און פארוואס דורך אזא מיתה משונה? אויך טענות און פארדרוס אויף די וועגן פון השי"ת האט זיך אריינגעכאפט אין די הערצער פון א טייל איינוואוינער, וועלכע האבן אפגעשוואכט און צעטומלט זייער אמונה און זיי דערווייטערט פון דרך התורה.
דער פארפאלק האבן רעאגירט אויף דעם פאל מיט אמונה און הכנעה, און אנגענומען די גזירה מיט ליבשאפט. זיי האבן ווייטער פארגעזעצט זייער לעבן ווי פריער, אבער עס איז נישט אדורך פיל צייט, און ווידער האט זיי געטראפן אן אומגליק: א קלאנג איז אריבער אין שטאט: דער סוחר - דער באשיידענער צדיק איז קראנק געווארן, און די דאקטוירים פארזאגן אים פון לעבן. גלייך האבן זיך פארזאמלט אין די שולן מניינים פון תפילות. דער סוחר איז געווען באליבט ביי אלעמען, און פיל האבן נהנה געווען פון זיין ברייטע האנט. נאך מער, ער איז געווען איינער פון די ראשי הקהילה וועלכער האט אנגעפירט פיל אנשטאלטן פון תורה, צדקה וחסד. דעריבער, זענען די תפילות ארויסגעקומען פון טיפסטן הארץ און די געשרייען האבן געשפאלטן הימלען.
די שולן זענען נאך פולער געווארן און דער שטורעם האט זיך פארשטארקט, ווען מען האט זיך דערוואוסט אז די דאקטוירים גיבן אים נישט מער פון א וואך לעבן... דער רב פון שטאט, וואס איז געווען א צדיק און למדן האט דאן גע'פסק'נט: "אזוינס וועט נישט פאסירן! עס וועט נישט געשען קיין שלעכטס פארן צדיק!"
ווי גרויס איז געווען וייער אנטוישונג, און ווי שרעקליך איז געווען דער ווייטאג און בראך פון די שטאטסלייט ווען נאך אפאר טעג איז דער יונגער סוחר געשטארבן. אך טוב וחסד האט ער געטון זיין גאנצן לעבן. ארום פינף און דרייסיג יאר איז ער אלט געוען ביים שטארבן און די יונגע אלמנה, וועלכע האט פארלוירן איר מוט און איר לעבנס קוואל האט נישט געוואוסט ווי צו אנטהאלטן איר געוואלדיגער טרויער.
אלע האבן באקלאגט די גרויסע אבידה, און פיל קושיות האבן אנגעפילט די הערצער: פארוואס איז אוועקגענומען געווארן פון די וועלט דער גוטער מאן, דער צדיק? פארוואס האבן נישט געהאלפן די פיל תפילות? און ווי איז מעגליך אז דער רב פון שטאט האט באפוילן ער זאל לעבן, און דאך איז ער געשטארבן?
צוויי יאר זענען אדורכגעגאנגען פון זיין פטירה. ערב שבת. דער געהייראטער זון פון די אלמנה איז געקומען איר אנוואונטשן א 'גוט שבת. די יונגע אלמנה פרובירט שמייכלען, אבער נישט ווילנדיג רייסן זיך ארויס די טרערן פון אירע אויגן .
"מאמע" - טענה'ט צו איר דער זון - "עס זענען שוין אדורך גאנצע צוויי יאר! גענוג שוין מיט די טרערן! חז"ל האבן באשטימט וויפל צייט מען מעג טרויערן. און ווער עס ציט זיך מיט זיין צער צופיל - גייט זיין טרויער אן ווייטער! מיר זענען דאך מאמינים בני מאמינים, און וואס ווייסן מיר איבער הימלישע חשבונות? וואס השי"ת טוט איז געוויס לטובה! דו ברענגסט אונו אלעמען צו פיל צער, און אויך פאר די נשמה פון דעם טאטן ברענגסטו צער. געוויס באגערט ער זאלסט פארזעצן ווייטער דיין לעבן. שוין זייט עטליכע מאנאט האט מען דיר פארגעשלאגן אן אויסגעצייכנטער שידוך, און דו האלסט זיך אפ. טייערע מאמע! דו מוזט דיר שטארקן אין אמונה, וואס דאס מיינט זיין צופרידן מיט דיין טייל, און פארזעצן ווייטער!".
די יונגע אלמנה האט טיף איינגעאטעמט. גענוג! האט זי באשלאסן. גענוג מיטן טרויער. גענוג מיט די כפירה! צו בין איך דען מער דערבארעמדיג ווי דער באשעפער? השי"ת טוט אלעס לטובה פון יעצט וועל איך מיר מחזק זיין מיט שמחה! אזוי האט די אלמנה פארגענומען זיך. און ווירקליך יענעם שבת נאכט איז זי געווען פרייליך און שמייכלדיג. אירע יונגע זין האבן אפגעאטעמט.
ענדליך ווייזט שוין די מאמע ארויס אן אמת'ע שמחה, אן טרערן וואס גלאנצן אין די אויגן. די מאמע קערט זיך אום צו זיך. זי שטארקט און מוטיגט ווייטער. זיי האבן שוין אויסגעווארט אויף דעם ענדערונג ווי לופט צום אטעמען; נאך איין אזא שבת פון טרויער און טרערן וואלט זי שוין איינגעבראכן גייסטיש.
יענע נאכט, צום ערשטן מאל נאך צוויי יאר, האט זיך די אלמנה געלייגט שלאפן מיט א לייכטע הארץ. צום ערשטן מאל נאך פיל צייט איז זי איינגעשלאפן מיט א שמייכל אויף אירע ליפן. צום ערשטן מאל נאך פיל נעכט איו זי געלעגן רואיג אן זיך דרייען אויפן בעט, אן צו דערמאנען זיך אין איר געשטארבענעם מאן. א זאך וואס איז אויסגעריסן געווען פון איר הארץ, א זאך וואס האט געפעלט אין איר נשמה, האט זיך אומגעקערט צו איר - די אמונה!
און אט חלום'ט זי. אין חלום שטייט זי אין א פראכטיגן גארטן, העל באלויכטן. א ריח גן עדן איז אנגעקומען צו איר, און זי האט פארשטאנען אז זי געפינט זיך אין עולם העליון. צווישן די בוימער אין גארטן האט זי באמערקט אן אלטן מאן מיט אן הדרת פנים, וועלכער שטראלט און לייכט. ער איז צוגעגאנגען צו איר און איר געפרעגט, צו וויל זי באגעגענען איר מאן וואס איז געשטארבן. זי האט צוגעשאקלט מיט איר קאפ, און ער האט איר געפירט צו א גרויסן זאל פול מיט צדיקים וועלכע זיצן און הערן א שיעור תורה פון א יונגן רב. צום ענדע פון שיעור גייט צו צו איר דער יונגער, און אט זעט זי אז עס איז נישט קיין צווייטער נאר איר מאן
"מיין טייערער מאן!" האט זי אויסגערופן גערירט. "פארוואס האסטו מיר אפגעלאזט יונגערהייט? און ווי קומסטו צו אויסלערנען תורה אין גן עדן? ביזט דאך נישט געווען א תלמיד חכם, וויאזוי האסטו דערגרייכט דערצו?.
דער מאן האט זיך צושמייכלט און איר געזאגט: "זיי וויסן, אז איך בין ביים פריערדיגן גלגול געווען א געוואלדיגער גאון, נאר איך האב נישט חתונה געהאט. און ווען איך בין ארויף צו מיין ארט אין גן עדן האט מען גע'טענה'ט קעגן מיר, אז איך קען נישט זיצן אין גן עדן איידער איך וועל מקיים זיין די ערשטע מצווה וואס שטייט אין די תורה - "פרו ורבו". דעריבער, בין איך מגולגל געווארן כדי צו חתונה האבן, ברענגען קינדער אויף די וועלט, ערציען בדרך התורה און מפרנס זיין. און אזוי ווי איך האב חתונה געהאט מיט דיר און מיר האבן געברענגט קינדער אויף די וועלט, ממילא דערמיט וואס איך האב מקיים געווען די מצוה, און ערפילט מיין תיקון איז שוין נישט געבליבן קיין סיבה צו בלייבן אין עולם השפל, און איך בין נפטר געווארן. יעצט געניס איך פון דעם שכר פון מיינון מעשים טובים, און פון די תורה וואס איך האב געלערנט.
"אזוי פיל תפילות האט מען פארלייגט איבער דיר, דער רב פון שטאט האט גוזר געווען זאלסט נישט שטארבן, פארוואם האט דאס אלעס נישט געהאלפן?" האט זי געפרעגט.
האט ער איר געענטפערט: "אלע תפילות וואס איר האט געדאוונט – זענען, אנגענומען געווארן. טייל האבן מיר ארויסגעהאלפן אין דעם פלאץ וואו איך געפין זיך טייל האט מען געניצט כדי צו העלפן כלל ישראל און ראטעווען פון גזירות. אבער, וויבאלד איך האב מער קיין פליכט נישט געהאט אויפצוטון אין די וועלט איז נישט געבליבן קיין מעגליכקייט איך זאלט דארט בלייבן, און דעריבער האט אויך נישט געהאלפן די גזירה פון דעם רב. אבער דו, וואס דו האסט נאך וואס צו טון אויף די וועלט - חתונה האבן מיט א צווייטן זיווג, ברענגען נאך קינדער, און אויך אויפהאדעווען ווייטער אונזערע קינדער - דו האסט נישט געענדיגט דיין אויפגאבע און דו דארפסט דיר מחזק זיין און פארזעצן ווייטער ערפילן דיין שליחות".
"און פארוואס איז געשטארבן אונזער קליין קינד?"
האט ער איר געענטפערט: "אונזער קינד איז געווען א הויכע נשמה פון א הייליגן צדיק. אין פריערדיגן גלגול איז ער פארכאפט געווארן פון זיין וויגל דורך גויים, און זיך געשפייזט דורך א פרעמדע פרוי. דערנאך איז ער אויסגעלייזט געווארן דורך אידן און אויפגעוואקסן אלץ געהויבענער צדיק. ווען ער איז נפטר געווארן האט מען אים געוואלט ארויפברענגען צו א הויכן פלאץ אין גן עדן, אבער די צייט וואס ער האט זיך געשפייזט דורך א גוי האט געלאזט א פלעק אויף זיין לויטערע נשמה. דעריבער, האט מען אים אראפגעברענגט אויף די וועלט, ער זאל זיך שפייזן פון א כשר'ע פרוי, און דו ביזט אויסגעוועלט געווארן צו דעם זכות צוליב דיין צניעות און צדקות".
"אבער פארוואס האט ער געדארפט שטארבן אין אזא שוידערליכע וועג?" האט זי אויסגעשריגן דערמאנענדיג זיך אין דעם שרעקליכן אויסזען פון איר קינד אין די הענט פון דעם שיכור.
האט ער איר געזאגט: "אונזער טייער קינד האט געדארפט שטארבן אזוי צו אזוי, וויבאלד ער האט געענדיגט ויין שליחות אויף די וועלט. נאר אין די צייט, ווען ער האט געהאלטן ביים שטארבן, איז געהאנגען איבער אונזער שטאט א שרעקליכע גזירה פון שמד און פארניכטונג, וואס איז נגזר געווארן צוליב פארזינדיגן זיך בין אדם לחבירו צווישן די שטאסטלייט. און וויבאלד אלענפאלס איז געקומען זיין צייט צו נפטר ווערן, האט זיין נשמה איינגעשטימט צו שטארבן דורך א מיתה משונה כדי צו מכפר זיין אויף די גאנצע שטאט און ראטעווען פיל קינדער און ערוואקסענע פון מיתות משונות און יסורים. און דאס איז זיכער א גרויסע זכות פאר אזא טייערע נשמה, וואס דורך דעם איז אויפגעשטיגן אין אזא הויכן ארט אין גן עדן, וואו קיין באשעפעניש איז נישט ערלויבט אים צו זען, אויסער איך -זיין טאטע. און אויך דו, ווען עס וועט קומען די צייט וועסטו האבן די זכיה צו זיין מיט אים צוזאמען צוליב'ן פיין וואס דו האסט געליטן".
דערנאך האט ער צוגעלייגט: "זיי וויסן נאר נאכדעם וואס דו האסט זיך מחזק געווען מיט שמחה, האט מען מיד ערלויבט זיך צו אנטפלעקן פאר דיר. דורך די גאנצע צייט וואס דו ביזט געווען בצער, האט געהערשט איבער דיר א גרויסער קטרוג, אז דו האסט שיעור נישט פארלוירן נאך א קינד! און אלע מיינע בקשות זיך צו באווייזן פאר דיר זענען נישט געענטפערט געווארן".
ער האט אביסל געשוויגן, און דאן צוגעגעבן מיט א ווייכן טאן: "איך האב שוין געענדיגט מיין תיקון, אבער דו האסט נאך פיל אויפצוטון אין לעבן. גיי האב חתונה מיט דעם וואס מען האט דיר אנגעטראגן און זעץ פאר דיין לעבן בשמחה. א שאד אויף די טייערע צייט, זעץ פאר ווייטער מיט דיין תיקון... גיי... לעב וואויל..,
ער איז פארשוואונדן פון אירע אויגן און זי האט זיך ערוועקט פון איר שלאף. די וועלט האט איר יעצט אויסגעזען ניי און שיין. יעצט האט זי געוואוסט וואס זי האט צו טון. און דער עיקר האט זי איינגעזען, אז אלע קשיות וואס זי און די שטאטלייט האבן געפרעגט, זענען געווען איבעריג און באדייטלאז. אז די תורה האט באשטימט אז השי"ת איז א צדיק וישר איז עס דער אמת און מען טאר נישט אפעלירן דערויף. נישט אלעמאל קען מען באקומען ענטפערס דורך א חלום, און די איינציגע עצה איו זיך צו שטארקן באמונה פשוטה אז אלעס איז מיטן אנפירונג פון באשעפער, און אלעס וואס ער טוט - איז פאר די אייביגע טובה פון יעדן איינעם. ווען יעדער וועט זיך פרייען מיט זיין טייל, וואס דאס איז דער אויסדרוק פון די אמונה אין די השגחה פון באשעפער אויף אים, אז ער, גלויבט אז אלעס איז מיט די אנפירונג פון בורא פאר זיין טובה, נאר דאן וועט ער קענען וויסן זיין וועג און תפקיד אין לעבן.
א מענטש ווייסט נישט, וואס איז ער געקומען מתקן זיין און ערגענצן אין די וועלט - ער ווייסט נישט ווען וועט ער ערפילן זיין תיקון - און ער ווייסט נישט וויאזוי ער וועט אוועקגענומען ווערן פון דער וועלט.
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע:בין גברא לגברא
פון די מעשה פון ר' אייזיק ר' יעקלס פלעגט דער רבי ר' בונם זצ"ל לערנען א מוסר השכל
אז אוצרות דארף מען נישט זוכען אין דער ווייטענס
נאר ביי זיך אליין ליגט די כחות אויס צו ארבעטען
איך האב אמאהל געטייטשט אזוי דער פסוק
ובקשתם משם, פון דארט ווי מען שטייט, ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך, ווייל דו וועסט גראבען אין דיין הארץ און זעלע....
אז אוצרות דארף מען נישט זוכען אין דער ווייטענס
נאר ביי זיך אליין ליגט די כחות אויס צו ארבעטען
איך האב אמאהל געטייטשט אזוי דער פסוק
ובקשתם משם, פון דארט ווי מען שטייט, ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך, ווייל דו וועסט גראבען אין דיין הארץ און זעלע....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
די מעשה איז געשטאנען די וואך אין די עונג שבת אויסגאבע אזוי ווי עס איז נוגע צו אונזער געשעעניש לייג איך דאס ארויף אהער
אין ספר ילקוט סיפורים, ווערט געברענגט פון ספר המעשיות פון רבינו נסים גאון פון א מדרש דער פאלגענדער סיפור:רבי יהושע בן לוי האט אמאל געבעטן פון אויבערשטן ער זאל אים ערקלערן, פארוואס זעט מען צומאל אויף דער וועלט א צדיק ורע לו, א צדיק וואס גייט אים שלעכט, און ווידער פארקערט, א רשע וטוב לו, א רשע וואס ס'גייט אים גוט?
אין א שיינעם טאג האט זיך אנטפלעקט פאר אים אליהו הנביא. האט אים רבי יהושע בן לוי געבעטן רשות אז ער זאל אים לאזן מיטגיין מיט אים און אפשר וועט ער דורך אים קענען פארשטיין די וועגן פון באשעפער. האט אליהו הנביא מסכים געווען אבער מיט איין תנאי, אז אויב ער וועט זען ביי אים אומפארשטענדליכע זאכן זאל ער אים נישט בעטן קיין ערקלערונג דערויף, ווייל אויב ער וועט אים בעטן אן ערקלערונג אויף די מאדנע זאכן וואס ער וועט זען ביי אים, וועט ער זיך מוזן צושיידן פון אים.
רבי יהושע בן לוי האט איינגעשטימט און ביידע האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג. פארנאכטס זענען זיי אנגעקומען צו אן ארימע הייזקע, נעבן די הייזקע האט געפאשעט א קוה. אן אלטער מענטש מיט זיין אלטע ווייב זענען ארויס פון די הייזקע, און געבעטן אז זיי זאלן דארט נעכטיגן. אליהו האט מסכים געווען, די צוויי האבן זיך באמיט, טראץ זייער גרויס ארימקייט, צו מכבד זיין די געסט מיט אלעם וואס זיי האבן געקענט.
איידער זיי האבן פארלאזט די ארימע הייזקע, האט זיך אליהו געשטעלט דאווענען. ווי פארוואונדערט איז רבי יהושע בן לוי געווארן, ווען ער האט געהערט ווי אליהו בעט אין זיין תפילה אז דער באשעפער זאל הרג'ענען די איינציגע קוה וואס די צוויי האבן פארמאגט.
זיי האבן זיך קוים דערווייטערט עטליכע טריט פון הויז, און רבי יהושע בן לוי האט נאך אספעיעט צו הערן דעם וויי געשריי פון די אלטיטשקע: אוי וויי, אונזער איינציגע קוה איז געשטארבן!
רבי יהושע בן לוי האט געדענקט דעם תנאי וואס אליהו האט מיט אים געמאכט, און האט זיך איינגעהאלטן פון בעטן אן ערקלערונג צו זיין מאדנע תפילה.
פון דארט זענען זיי געגאנגען צו א הערליכע הויז פון א גרויסן גביר. זיי האבן געקלאפט אויף די טיר, אבער קיינער האט נישט געעפנט. האט אליהו געזאגט: אפשר האט מען נישט געהערט אונזער קלאפן, לאמיר אריינגיין. זיי זענען אריין אין הויז, און דערזען דעם בעל הבית מיט זיין ווייב זיצן ביי א רייכן טיש, באצירט מיט הערליכע טייערע כלים, און ארום זיי זענען געשטאנען באדינער זיי צו באדינען. ווען דער בעל הבית האט דערזען די צוויי פרעמדע מענטשן אין זיין הויז, האט ער זיי נישט געשענקט קיין אויפמערקזאמקייט. ער האט זיי נישט אנטפאנגען מיט א א ברוכים הבאים און האט זיי נישט פארבעטן צו קומען צום טיש. ער האט זיך מיט כעס אויסגעדרייט צו זיין ווייב און געפרעגט: ווער האט אריינגעלאזט די צוויי קבצנים?! מ'דארף זען אז די טיר זאל זיין גוט פארשפארט.
דער בעל הבית, וועלכער איז געווען א גרויסער קמצן, איז געווען יענעם טאג זייער שטארק גערעגט, ווייל א וואנט אין זיין טייערע הויז איז איינגעפאלן, און די בעלי מלאכה וואס ער האט גערופן צו פארריכטן די וואנט זענען נישט געקומען. ווען די געסט האבן אים געבעטן ער ואל זיי לאזן איבערנעכטיגן אין הויז, האט ער זיי קוים ערלויבט צו בלייבן אויף א באנק אין הויף, און האט זיי נישט געגעבן גארנישט צו עסן און טרינקען.
צומארגנס האט רבי יהושע בן לוי געבעטן אליהו'ן אז זיי זאלן שנעל פארלאזן דאס הויז, ווייל ער האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן דאס רשעות פון דעם בעל הבית. אליהו האט מסכים געווען, אבער האט פארגעשלאגן אז מ'זאל דאווענען איידער מ'לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג, ווידער האט רבי יהושע געהערט א מאדנע תפילה. אליהו האט געבעטן אז דאס וואנט וואס איז איינגעפאלן, זאל ווערן צוריק אויפגעבויט דורך א נס פון הימל. און אט האט רבי יהושע דערזען, ווי דער וואנט ווערט טאקע צוריק אויפגעבויט דורך א נס. רבי יהושע פארשטייט נישט פארוואס קומט זיך פאר דעם שלעכטן מענטש אזא נס, ער האלט זיך אבער ווידער איין פון פרעגן, און שווייגט.
זיי לאזן זיך ווידער ארויס אויפ'ן וועג, און קומען אן פארנאכטס צו א גרויסע שטאט. לאמיר גיין אין שוהל - שלאגט פאר אליהו.
זיי גייען אריין אין שוהל, און זעען פאר זיך א גרויסע פרעכטיגע שוהל. עס איז געווען קענטיג, אז די איינוואוינער פון שטאט זענען גאר רייכע מענטשן. יעדער איינער איז געזעסן אויף זיין באשטימטע ארט, און האט אכטונג געגעבן אז קיינער זאל זיך נישט זעצן אויף זיין פלאץ, קיינער פון די מתפללים איז נישט צוגעקומען צו די צוויי געסט, מכבד צו זיין צו זיצן. זיי האבן קוים געטראפן א ווינקל וואו צו זיצן, און פון זייער ווינקל האבן זיי דערהערט ווי איינער זאגט פאר'ן צווייטן: ווידער זענען דא געקומען צוויי שנארערס, ווער וועט זיי געבן צו עסן?
און דער צווייטער האט געענטפערט: מ'דארף זיי נישט איינלאדענען אין שטוב, עס איז גענוג מ'זאל זיי ברענגען אהער אין שוהל אביסל ברויט מיט וואסער. די אנדערע מתפללים האבן אויך נישט באמערקט די צוויי געסט, און יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג. זיי האבן זיך באגנוגענט מיט עטליכע פרוטות וואס זיי האבן געגעבן פאר'ן שמש, אז ער זאל זיי קויפן אביסעל ברויט.
די צוויי זענען געבליבן בלית ברירה נעכטיגן אין שוהל, און צופרי האבן זיי נאכ'ן דאווענען שחרית, זיך געזעגענט פון די מתפללים. אליהו האט זיי געבענטשט: יהי רצון אז איר זאלט אלע זיין פירער און חשוב.
ווידער האט זיך רבי יהושע געוואונדערט, פארוואס קומט זיך פאך אזעלכע שלעכטע מענטשן אז אליהו זאל זיי בענטשן. אבער ער האט געדענקט דעם תנאי, זיך פארביסן די ליפן און נישט געפרעגט קיין קשיות.
פארנאכטס זענען זיי ווידער אנגעקומען אין א שטאט, וואו זיי האבן באקומען גרויסארטיגע קבלת פנים. מ'האט זיי איינקוואטירט אין א הערליך הויז און מ'האט זיי געברענגט די שענסטע און בעסטע מאכלים. זיי האבן זיך אויך צוגעזעצט נעבן זיי, און זיי פרובירט משמח צו זיין מיט וואס זיי האבן געקענט. פאר'ן געזעגענען זיך, האט זיי אליהו געבענטשט: יהי רצון אז איר זאלט האבן איין פירער.
ווידער האט רבי יהושע נישט פארשטאנען אליהו הנביא'ס מאדנע ברכה, עס האט אים אויסגעזען אז די שלעכטע מענטשן פון דו פריערדיגע שטאט האבן באקומען א פיל בעסערע ברכה ווי די פיינע מענטשן. ער האט זיך שוין נישט געקענט מער איינהאלטן, און ארויסגייענדיג פון שטאט האט ער געבעטן פון אליהו אז ער זאל אים ערקלערן זיין מאדנע אויפפירונג. איך קען מער נישט צוקוקן אזא מאדנע אויפפירונג, פאר די שלעכטע מענטשן גיסטו ברכות אוז פאר די גוטע - קללות, איז א יושר, איך וויל באקומען אן ערקלערונג אויף אלעם.
האט אים אליהו הנביא געזאגט: וויבאלד דו האסט נישט איינגעהאלטן דעם תנאי וואס איך האב מיט דיר געמאכט, וועלן מיר זיך מוזן צעשיידן, אבער איידער מיר וועלן זיך צעשיידן, וועל איך דיר ערקלערן אלעס וואס דו האסט געזען: איך האב געוואוסט אז ס'איז נגזר געווארן אויף די אלטע ארימע פרוי אז זי זאל שטארבן, האב איך געבעטן אז זייעך קוה זאל זיין א כפרה פאך איר, און זי זאל בלייבן לעבן. ריכטיג, אז דאס שטארבן פון זייער איינציגע קוה האט זיי פארשאפט פיל צער,
אבער זאג דו אליין, וואלט ער נישט מוותר געווען מיט'ן גאנצן הארץ אויף זיין קוה כדי צו ראטעווען זיין ווייב? זיין ווייב מיט איר אריכות ימים וועט אים ברענגען פיל מער נוצן ווי די קוה;
דער קארגער גביר האט נישט געוואוסט אז אונטער די וואנט וואס איז איינגעפאלן ליגט באגראבן א גרויסער אוצר, און אויב ער וואלט דאס אליין אויפגעבויט וואלט ער געטראפן דעם אוצר, האב איך געבעטן אז די וואנט זאל ווערן אליין אויפגעבויט, אז ער זאל נישט טרעפן דעם אוצר. צו דערצו וועט די וואנט בקרוב ווידער איינפאלן, און דאן וועט דער גביר שוין האבן אנדערע דאגות, און נישט קענען אינזינען האבן דעם וואנט;
די שלעכטע מענטשן פון די ערשטע שטאט האב איך געבענטשט אז אלע זאלן זיין פירער, ווייל דורך דעם וועלן זיי זיך שטענדיג קריגן, יעדער פון זיי וועט וועלן זיין א פירער. ווידער די גוטע מענטשן פון די אנדערע שטאט האב איך געבענטשט אז זיי זאלן האבן נאר איין פירער, ממילא וועלן זיי לעבן בשלום ובאחדות.
די מעשה איז א מוסר השכל פאר אונז, אז נישט אלעס וואס מיר זעען אויף דער וועלט אלס גוטס, איז טאקע גוט, און אזוי אויך פארקערט, נישט אלעס וואס קוקט אויס צו זיין שלעכט איז טאקע שלעכט. צומאל דורך א שלעכטע זאך ווערט מען ניצול פון פיל א גרעסערן אומגליק, און ווידער א זאך וואס קוקט אויס פאר אונז ווי גוט, שטערט דעם מענטש פון באקומען א פיל גרעסערע טובה.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 33539
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- i follow
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 426
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
- לאקאציע:מען געט נישט ארויס
Keep it up
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה
http://join.robinhood.com/joelf26
פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה
http://join.robinhood.com/joelf26
פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
א מעשה פון אן עגונה
געווון אמאל אין דער שטאט ארם צובה וואס געפונט זיך אין סיריען ווען די טערקען האבן דארט געוועלטיגט. האט דארט געוואוינט א איד א גרויסער ירא שמים, אלע מענטשן האבן איהם זייער ליעב געהאט פאר זיין תמימות און ישרות. דער פאחע וואס האט דעמאלט געוועלטיגט אין סיריען האט איהם באשטימט צו זיין דער שומר פון זיין אוצר. אין יענע צייט זענען אלע געלטער נאך געווען אין גאלד און זילבער און אזוי אויך אין קופער, און קיין פאפירנע געלט איז דעמאלט נאך נישט געווען. אין איינע פון די צימערן פון דער רעגירונג איז געווען א פארפאנצערטע צימער, מיט אן אייזערנע טיר, און פענצטער באדעקט מיט אייזערנע גראטעס אזוי אז קיין גנבים זאלן זיך נישט קענען אריינברעכן אין דעם אוצר. די אלע געלט וואס איז אריינגעקומען האט מען אריין געלייגט אין אזעלכע טעפ, יעדער געלט צו זיין מין. באזונדערע טעפ פאר די גאלדענע מטבעות, פאר די זילברענע מטבעות און אזוי ווייטער. אזוי אויך באזונדערע טעפ פאר יעדער גרויסקייט פון מטבע. ווען מ'האט געדארפט ארויס נעמען פון דארט געלט פאר געוויסע אומשטענדן וואס דער רעגירונג האט געדארפט האבן, זענען געקומען געוויסע פארוואלטער פון דער רעגירונג און געמאסטען און גענומען די געלטער.
אונזער איד וואס איז געווען דער שומר, האט געהאט געוויסע שעות אין טאג וואס דעמאלט איז דער חדר פון דעם אוצר געווען אפען, וואס דעמאלט האט מען געברענגט אדער גענומען פון דארט געלט. זיין הויפט תפקיד איז געווען צו היטן אויף דעם שליסל, און קיין צווייטע ארבייט האט ער נישט געהאט דארט. אזוי פלעגט ער ארבייטען בנאמנות יעדן טאג עפענען און פארמאכן דעם אוצר, און צוריק גיין צו זיין פריוואטע ארבעט וואס ער האט געהאט. דער איד האט אנגעהאלטן אין דער ארבעט צו זיין א שומר ביז סוף ימיו, אפילו עס האבן זיך געביטן כסדר די פאחעס און מושלים, איז ער נאך אלץ געבליבן דער באגלייבטער און שומר פאר אלעמען. ויהי היום דער איד אז געגאנגען לבית עולמו. האט דער פאחע באשטימט זיין זוהן אויף זיין ארט. דער זוהן איז געווען ווי דער טאטע א ירא שמים און א באגלייבטער פאר אלעמען. ער האט שטארק מצליח געווען אין זיינע פריוואטע געשעפטן אויך, און איז געווארן א גרויסער עושר.
די נאנטע מענטשן פון דעם פאחע האבן שטארק מקנא געווען אין זיין הצלחה, און האבן אנגעפאנגען צו רעדן לשון הרע אויף איהם, אז זיין הצלחה קומט דאס וואס ער גנב'עט כסדר געלט פון דעם אוצר. דער פאחע לאזט איהם רופן, און פרעגט איהם וויפיל געלט ליגט אין דיינע געשעפטן? ענטפערט דער איד, אז ער פירט נישט זיינע חשבונות נאר ער ארבעט כסדר און דער באשעפער שיקט אריין כסדר הצלחה אין זיין ארבעט, דעריבער ווייס איך נישט קיינמאל וויפיל געלט אין האב. פרעגט ווייטער דער פאחע, אויב ער ווייסט וויפיל געלט עס ליגט אין דער קעניגליכן אוצר? ענטפערט דער איד, אז ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין חשבון פון דעם, ווייל דאס איז בכלל נישט זיין ארבעט, ער דארף נאר היטן אויף די צייט ווען די טויערן פון דעם אוצר זענען אפען און נישט מער. פרעגט ווייטער דער פאחע, וויפיל געלט האסטו גענומען פון דעם אוצר? – אפילו נישט איין פרוטה – ענטפערט דער איד מיט א שטארקייט. דער פאחע ווערט שוין אביסל נערוועז, און זאגט - דאס קען נישט זיין, ווי אזוי ביסטו אנגעקומען צו אזא גרויס עשירות אויב נישט וואס דו האסט געגנבעט פון דעם אוצר!. – אנטשולדיג – ענטפערט דער איד, ס'איז א טעות צו זאגן אזוי, אין האב קיינמאל נשט געגנבעט און איך זאג נאר דעם אמת. דער קעניג האט אבער נישט געואלט גלייבן זיינע ווערטער, האט ער געהייסן מ'זאל איהם בינדן אין קייטן די הענט און פיס און אריינלייגן אין געפענגעניש וואו די נדונים למות געפונען זיך. דער קעניג האט נאך צוגעשריבן א בריוו צו דעם היטער פון דער געפענגעניש אז ער זאל זייער שטארק אכטונג געבן אויף דעם געפאנגענעם ווייל ער איז זייער מסוכן, און מארגן וועט דער קעניג לאזן וויסן וואס מ'זאל טאן מיט איהם.
דער שומר האסירים האט באקומען דעם בריוו, האט ער אריינגעלייגט דעם איד אין א באזונדערע צימער. אבער ווי דער שומר האסורים קוקט אויף דעם איד, זעהט ער אז פאר איהם שטייט א נארמאלע מענטש וואס איז נישט קיין פארברעכער. פרעגט דער שומר דעם איד וואס איז זיין זונד וואס ער איז געברענגט געווארן אין געפענגעניש? דער איד האט איהם דערציילט אלעס אויף וואס מ'איז איהם חושד. דער שומר האט גלייך פארשטאנען אז דער איד איז גערעכט, און דא איז דא עפעס א טעות אדער ביים קעניג אדער ס'איז א פאלשע מסירה. על כל פנים דער איד האט געפונען ליבשאפט אין די אויגן פון דער שומר בית האסורים.
דעם קומענדיגן טאג האט דער שומר פון תפיסה באקומען א בריוו פון דעם פאחע, אז ער מוז שוין דער נאכט ארויס נעמען דעם איד פון תפיסה און איהם הענגען, און נישט ווארטן ביז אינדערפרי, ווי מ'ווארט פאר אנדערע נידונים למיתה. כדי דער איז זאל נישט האבן קיין צייט צו בעטן חנינה ביים פאשע. און דאס מוז געטאן ווערן אינמיטן נאכט בחצות הלילה.
דער שומר האט זיך דערשראקען פון דעם בריוו. ער דערציילט דאס דעם איד. דער איד איז דערציטערט געווארן פון דעם, אבער ער האט מקבל געווען די גזירה מיט א רוהיקייט. ער זאגט צום שומר: "וויסן זאלסט דו, אז אומשילדיגע בלוט טוט מען דא פארגיסן פאר קיין שום זינד נישט" ער פרעגט איהם אויב ער קען איהם עפעס העלפן זיך צו ראטעווען און ער איז גרייט איהם צו צאלן פיהל געלט פאר דעם, ווייל ער האט אין זיין קעשענע א גרויס סכום געלט. דעיר שומר ווערט פארטראכט און ענטפערט נישט. פלוצלונג לייכט אויף די אויגן פון דעם שומר און זאגט צום איד. איך האב א גוטע עצה, דיך צו ראטעווען אבער בתנאי אז דו טארסט זיך נישט באווייזן אין דער לאנד ווי לאנג דער פאחע אדער איך לעבן. דעמאלט קען איך דיר פארזיכערן אז איך וועל דיר ראטעווען. ווייל גלייך מארגן אינדערפרי דארף איך ארויס נעמען א צווייטן צו די תליה, וואס איך וועל טאן, איך וועל יענעם אנטאן דיינע קליידער, און יענעם הרג'ענען אינמיטן נאכט, און אין זיין צימער וועל איך אויפברעכען די פענסטער, אזוי אז מ'זאל מיינען אז יענער איז אנטלאפן, און דיך וועל איך ארויס נעמען צו א זיכערן ארט, אבער דו מוזט מיר שווערן ביי אלעס וואס איז הייליג ביי דיר אז דו וועסט פאלגען וואס איך האב אויסגענומען מיט דיר. דער איד האט צוגעזאגט און געשוואוירן אויף דעם און איבער געגעבן דעם שומר זיין בייטל מיט געלט, דער שומר האט זיך נישט געזוימט און גליילך איבער געביטן די קליידער פון דעם אנדערן גוי מיט דעם איד'ס קליידער. און דעם איד האט ער אריינגענומען אין דעם גוי'ס צימער וואו די פענצטער זענען שוין געווען אויפגעבראכן, און דער שומר זאגט צום איד, אז אינדערפרי ווען די שומרים טוען זיך בייטען, געפונען זיך אלע שומרים אין א געוויסע צימער און טרונקען קאווע, דעמאלט וועל איך דיר געבן א סימן זאלסט קענען אנטלויפן דורך דעם פענצטער.
דער איד האט געדאנקט דעם שומר, זיי האבן זיך געזעגענט און דער איד האט געווארט בכליון עינים ביז עס וועט טאגן, יעדע מינוט האט אויסגעזעהן ווי א שעה און יעדע שעה ווי א טאג. אבער סוף סוף איז געקומען דער מארגן שטערן, און די שומרים האבן זיך געביטן, ווען דער איד האט געהערט דעם צייכן פון דעם שומר, איז ער שנעל ארויס דורך דעם פענצטער און אנטלאפען פון דער שטאט, ווייט ווייט.... אין מדבר אריין.
אינמיטן טאג האט דער שומר מודיע געווען דעם פאחע, אז דעם איד האט ער גע'הרגע'ט אינמיטן נאכט, אבער דער צווייטער וואס מ'האט געדארפט הרגע'נען איז אנטלאפן דורך א אויפגעבראכענע פענצטער אין זיין צימער. דער פאחע האט דערווייל געשיקט צו די חברא קדישא זיי זאלן קומען צו איהם. ער זאגט צו זיי אז זיי זאלן גייען אין די תפיסה און נעמען די קערפער פון דעם איד וואס מ'האט געהרגעט און איהם באגראבן אין דעם אידישן בית החיים. זאגט דער ראש החברא קדישא צום פאחע, אז לפי די אידישע געזעצען קען מען נישט באגראבן א געהרגעטען פון א קעניג צוזאמען מיט די מענטשן וואס זענען געשטארבן נארמאל. דער קעניג האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט. זיי זענען געגאנגען צוזאמען מיט דעם שומר צו דער תפיסה, דארט האט ער זיי איבער געגעבן א קאסטן וואס א טויטע קערפער איז דארט געלעגען. זיי האבן גענומען דעם קאסטען, אפילו נישט געעפענט און דאס באגראבן אזוי ווי עס גייט און שטייט אין דעם אידישן בית החיים. (ווייל א נידון למלכות איז דא שיטות אז מען מאכט נישט קיין טהרה). אבער מ'האט דאס באגראבן נעבן גדר און נשט צווישן אלע אנדערע מתים.
די ווייב פון דעם איד האט געטרויערט אויף איר מאן א גאנץ יאר, נאכ'ן יאר איז זי געגאנגען צום בית דין מ'זאל איר ארויס געבן א היתר צו קענען חתונה האבן נאכאמאל. די אלע דיינים נאך דעם וואס זיי האבן חוקר ודורש געווען ביי די חברא-קדישא ווי אזוי זיי האבן באקומען דעם נפטר, און ווי זיי האבן איהם באגראבן, און אזוי אויך דאס זיי האבן אלע געקענט דעם איד האבן זיי געוואלט ארויס געבן א היתר פאר די פרוי זי זאל קענען חתונה האבן. אבער דער ראב"ד דער הויפט רב הרב מרדכי לבטון ז"ל האט אבער נישט געוואלט חתמ'ענען אויף דעם היתר ביז ווי לאנג ער וועט פארזענליך חוקר ודורש זיין די מענטשן פון די חברא קדישא.
דער רב האט געלאזט רופן צו זיך אינדערהיים די חברא קדישא, ער האט יעדעם איינעם באזונדער אויסגעפרעגט אלע פרטים ווי אזוי זיי האבן באקומען דעם נפטר און ווי אזוי זיי האבן איהם באגראבן. דער רב פרעגט אויב איינער פון זיי איז געווען בעת די תליה? ניין – האבן זיי גענטפערט. האט איר געזעהן זיים פנים? האט מען געקענט דערקענען זיין פנים נאכ'ן תליה? פרעגט דער רב. ווייטער ענטפערן זיי ניין, נאר ווי אזוי זיי האבן באקומען דעם קאסטן אזוי האבן זיי דאס באגראבן נישט צו עפענען. האט דער רב זיך געווענדעט צו די פרוי און איר געזאגט, איך פיהל זיך זייער שלעכט אז איך קען דיר נישט מתיר זיין צו חתונה האבן נאכאמאל, ווייל קיינער איז נישט געווען דארט בשעת די תליה. אויב איך וועל האבן נאך ראיות צו קענען מתיר זיין וועל איך דיר לאזן ויסן.
די פרוי איז ארויס פון דעם רב מיט זייער א צובראכן הארץ, זי האט פארשטאנען אז יעצט וועט זי בלייבען אן עגונה פאר אייביג. אזוי איז אריבער פון די תליה איבער צוויי מיט א האלב יאר, איז זי געקומען ווייטער צום רב מיט א געוויין און געזאגט: "אלע דיינים האבן שוין גע'חתמ'עט אויף דעם היתר, חוץ פון דער רב אליין, ווי לאנג נאך וועל איך דארפן ליידען. די מעשה איז געווען גלייך נאך פסח. האט דער רב געענטפערט צו איר, ווייסט וואס קום צו מיר נאך סוכות וועל איך זעהן אויב איך וועל דעמאלט חתמ'ענען, און מתיר זיין צו חתונה האבן נאכאמאל.
די פרוי איז אהיים געגאנגען מיט א הפענונג אז אין א האלב יאר וועט זי זיכער באקומען א היתר פון דעם רב. די צייט איז גאנץ שנעל אדורך געלאפן, ס'איז שוין געווען מוצאי שמחת תורה.
אין די נאכט פון מוצאי שמחת תורה, איז דער רב אויפגעשטאנען ביי חצות ווי זיין שטייגער איז צו אפרעכענען תיקון חצות אין שטוב, און נאך דעם פלעגט ער גיין אין שוהל ווען דער שמש פלעגט איהם קומען רופן. אינמיטן נאכט הערט דער רב ווי איינער קלאפט אין טיר. פון אנפאנג האט דער רב געמיינט אז דאס איז דער שמש וואס קומט איהם רופן אין בית המדרש אריין, אבער דער רב קוקט אויפן זייגער זעהט ער אז ס'איז נאך אינמיטן נאכט אין די נידריגע שעות פון די נאכט. ער טראכט אפשר איז זיין זייגער נישט גוט, אבער מיט דעם אלעמען איז ער צוגעגאנגען צום טיר און דאס געעפענט. ווי דער רב עפענט דעם טיהר איז ער זייער דערשראקען געווארן, זעהנדיג א מענטש באוואקסען מיט האר זייער ווילד, מיט צוריסענע קליידער. דער רב איז צוריק געשפרינען פאר שרעק. דער מענטש רופט זיך אן צום רב און זאגט: "דער רב זאל זיך נישט שרעקן, איך בין פלוני בן פלוני". ווי דער רב האט געהערט דעם נאמען האט ער זיך בארווהיגט. ער נעמט איהם אריין אין זיין פריוואטען צימער, גוט איהם א גלאז טיי זיך צו דערקוויקען.
דער רב זעצט זיך נעבן איהם און בעט איהם ער זאל דערציילען אלעס וואס איז געשעהן מיט איהם, פון די ערשטע מינוט ביז יעצט. ער דערציילט דעם רב ווי אזוי ער איז ניצל געווארן פון די תליה, און ווי אזוי ער האט געוואוינט ביז יעצט אין א מדבר אין נישט א באוואוינט ארט, ווי ער האט צוגעזאגט דעם שומר פון די תפיסה נישט זיך צו באווייזען פאר מענטשן כל זמן ער אדער דער פאחע לעבט. דארט האט ער געטרונקען וואסער פון די קוועלער און געגעסן גראז, און דער באשעפער האט איהם געהיטן פון די אלע ווילדע חיות וואס געפונען זיך דארט. נאר איין טאג האט ער געזעהן פון דערווייטענס א גרויסע קעניגליכע לויה, האט ער זיך דערנענטערט צו די לויה און געפרעגט א קינד וועמענס לויה דאס איז? האט דער קינד געענטפערט אז דער פאחע איז געשטארבן און דאס איז זיין לויה, וואס מ'פירט איהם צו זיין געבורטס-שטאט צו באגראבן. ווי איך האב דאס געהערט האב איך פארשטאנען אז מיין שבועה איז שוין מותר און מעג זיך שוין באווייזן אין שטאט. בין איך יעצט געקומען גלייך צום רב, און דער רב זאל מיר זאגן וואס איך האב צו טאן יעצט...
דעם רב'ס אויגן זענען אויפגעלאכטן געווארן, וואס דער באשעפער האט איהם געהיטען נישט ווערן נכשל מתיר צו זיין אן אשת איש צו חתונה האבן מיט א צווייטן, דער רב האט געדאנקט דעם באשעפער פאר דעם. און זאגט צו דעם איד. דו בלייב דא אין דעם צימער און גיי נישט ארויס פון דא ביז איך וועל מסדר זיין אלע ענינים על צד היותר טוב.
דער רב איז געגאנגען דאוונען אין שוהל, נאכ'ן דאוונען האט דער רב גערופן איינער פון די מתפללים וואס איז א גוטע שערער ער זאל גיין אין געשעפט ברענגען זיין ארבייט געצייג און קומען צו איהם אהיים. דער רב האט אריינגעברענגט דעם שערער אין דעם צימער וואו אונזער גאסט איז געווען. דער שערער איז קודם דערשראקען געווארן זעהנדיג א ווילד באוואקסענע מענטש פאר זיך. אבער אן ווערטער האט ער געטאן וואס דער רב האט איהם געהייסן און שיין אפגעשוירן דעם איד. ביז ער האט באקומען א מענטשליכע צורה. דער רב האט איהם געגעבן פרישע קליידער זיך אנצוטאן. דער שערער האט גלייך דערקענט ווער דאס איז... אבער דער רב האט איהם דערווייל באשווואוירען ער זאל קיינעם נישט דערציילען וואס ער האט געזעהן.
דער רב האט נאך נישט געענדיגט עסן פרישטיג, הערט ער ווי מ'קלאפט אויפן טיהר. מ'עפענט דעם טיהר, און עס באווייזט זיך די פרוי די עגונה. זי האט געהאלטען ווארט און געקומען תיכף נאך סוכות צום רב בעטן א היתר. דער רב האט געהייסון זי זאל צו ווארטן ביז ער וועט ענדיגן עסן. די פרוי האט צוגעווארט. דערנאך פרעגט דער רב די פרוי, אויב די אנדערע חתימות פון די אנדערע דיינים געפונט זיך ביי איר? יא! ענטפערט די פרוי. ער פרעגט די נעמען פון די אלע דיינים וואס האבן גע'חתמ'עט אויף דעם, און זי זאגט קלאר די אלע נעמען.. זאגט דער רב.. בסדר... זאג מיר נאר פאר וואס איילסטו זיך אזוי שנעל חתונה צו האבן? ענטפערט זי ווייל ס'איז שוין דא א געוויסע מאן וואס איז גרייט חתונה האבן מיט איר גלייך נאכ'ן היתר. און איך בין אויך גרייט חתונה צו האבן מיט איהם. זאגט דער רב: דאס איז נישט גוט, אפשר צו דעם מענטש איז פאר דיר אסור חתונה צו האבן, אבער איך בין מסכים צו חתמ'ענען נאר אויב דו וועסט חתונה האבן מיט דעם מענטש וואס איך וועל פאר דיר אויסקלייבן. די פרוי ווערט זייער פארביטערט און זאגט, ווי קען דאס זיין אזוי! דער היתר דארף זיין גוט איך זאל קענען חתונה האבן מיט וועמען איך וויל, און נישט מיט וועמען דער רב וויל!!! גערעכט זאגט דער רב, אבער דער שידוך וואס איך וויל רעדן וועט דיר יא געפעלן... דערווייל גיי צו די אלע דיינים וואס האבן גע'חתמ'עט און זאג זיי זאלן אלע קומען דא צו מיר אין שטוב אריין.
אלע דיינים זענען שוין געווען דארט, דער רב בעט פון די פרוי דעם כתב פון די חתימות, זי גוט דאס פאר דעם רב. דער רב פרעגט אלע דיינים אויב אלע האלטען ווייטער אז די פרוי איז מותר חתונה צו האבן, און אויב קיינער האט נישט קיין חרטה אויף זיין חתימה? אלע ענטפערן פה אחד אז זיי זענען אלע מסכים צו דעם היתר און האבן נישט קיין חרטה.
דערנאך פרעגט דער רב די פרוי, אויב זי האט שוין מחליט געווען חתונה צו האבן? יא ענטפערט די פרוי. זאגט דער רב איך וועל דיר ברענגען א מאן וואס וועט דיר געפעלען און דו זאלסט חתונה האבן מיט איהם... זאגט די פרוי: איך האב דאך שוין געזאגט פאר דעם רב אז איך קען איינעם וואס וויל חתונה האבן מיט מיר... מיט דעם אלעמען זאגט דער רב, איך וועל דיר ווייזען דעם מענטש וואס איך וויל.... און אפשר וועסטו גארנישט פארלירען דורך דעם....
דער רב האט גערופן הויך דעם נאמען פון איר מאן וואס איז געזעסן אין די צווייטע צימער. אלע רבנים האבן זיך זייער געוואונדערט אויף דעם... און פלוצלונג קומט אריין דער איד איר מאן בכבודו ובעצמו. ווי די פרוי זעהט איהם איז זי געפאלן און גע'חלש'ט. מ'האט איר בארואיגט און אויפגעוועקט. ווי אלע זענען געקומען צו זיך האט דער רב געבעטען דעם איד ער זאל דערציילן אלעס וואס האט פאסירט מיט איהם פון דעם ערשטן טאג ביז היינט. ער האט אלעס דערציילט ביז די צייט פון ביינאכט ווען ער האט זיך באוויזן צום רב.
אלע האבן געדאנקט דעם רבונו של עולם וואס דער איד איז געראטעוועט געווארן דורך גרויסע ניסים, און דאס וואס די פרוי איז נישט נכשל געווארן חתונה צו האבן נאכאמאל ווען איר מאן לעבט נאך. די פארפאלק איז אהיים געגאנגען און ווייטער געלעבט א גליגליכן לעבן.
דאס אלעס איז געווען אין די זכות פון דער רב הראשי הרב מרדכי לבטאן ז"ל וואס איז געווען דער ראב"ד און געווען א גרויסע בקי אין די הלכות, אשרי דער דור וואס האט א אזא רב ואס זאל מגין זיין אויף דעם דור.
א קעניג פאר 4 שעה
א.
אין די צייטן פון דער קעניג ראדאלפוס דער ערשטער, איז אויפגעשטאנען א שטארקער מענשט א גבור חיל און האט ווידער געשפעניגט אין איהם. ער האט ארום גענומען ארום זיך ווילדע מענטשן און פריצים, און פארשידענע פראסטע פארביטערטע מענטשן, ביז ער האט געהאט מיט זיך איבער 1,000 מענטשן. אלע מיט שווערדן. ער רופט זיך אן צו זיי און זאגט: " מיינע פריינד און ברודער!~ לאמיר אויפשטיין און ארויף גיין אין איינע פון די אפענע שטעט און איר בארויבען" אלע ענטפערן צוזאמען "דו וועסט זיין אונזער הויפט, וואס דו וועסט אונז באפעלען נעשה ונשמע וועלן מיר טאן". זיי נעמען זיך און גייען ארויף אויף א שטאט, בעפאר זיי קומען נאנט צום שטאט מלחמה האלטען, האבן זיי קודם געלאזט שיקן אויב מ'וויל שלום מאכען מיט זיי? דער הויפט פון די מורדים האט געשיקט א בריוו צום מושל פון דער שטאט וואס דארט איז געשטאנען: " געב פאר אונז דער שטאט, איך מיט מיינע מענטשן זאלן דארט קענען זיך באזעצען, אויך זאלסטו אונז אויסהאלטען מיט אלע אונזערע געברויכן ווי לאנג מיר וועלן זיין אין שטאט, אויב דו ווילסט הערן צו אונזערע קול איז גוט, אבער אויב נישט, וועלן מיר מלחמה האלטען מיט דער שטאט ביז עס וועט נישט בלייבן קיין שריד ופליט."
דער מושל לאזט צוריק ענטפערן "איך וועל דיר נישט איבער געבן דעם שטאט, ווייל איך בין דער געוועלטיגער פון דעם קעניג אכטונג צו געבן אויף דער שטאט אקעגן די וואס ווילן איר באפאלן, אבער אויב דו ווילסט פירן א מלחמה, בין איך גרייט זיך צו טרעפען אינדרויסן ביים שלאכט-פעלד". פארשטייט זיך אז נאך דער בריוו האט מען צוגעגרייט א מלחמה איינער אקעגן דעם צווייטן, דער מורד מיט זיינע מענטשן האבן זיך געשטארקט איבער דעם קעניגס מענטשן און געהרג'עט דעם ארמעי פון דעם קעניג וואס זענען געווען אין דער שטאט, דער מושל אליין איז אנטלאפען און זיך געראטעוועט.
דער מורד איז אריין אין שטאט מיט א גרויס צארן, גערויבט וואס נאר ער האט געקענט, און די מענטשן פון דארט גענומען פאר קנעכט. אזוי האט ער פארגרעסערט זיין ארמעי. ער איז געבליבן אין דער שטאט עטליכע טעג, ער האט אויסגעקליבן פון זיינע מענטשן וואס זאלן ווייטער פירן דער שטאט. צו זיין די שופטים ושוטרים ביי די טויערן פון שטאט.
ער איז ווייטער געגאגנען מיט זיינע מענטשן און האט איינגענומען נאך א שטאט אזוי ווי דעם ערשטען שטאט און געטאן די זעלבע ווי פריער. קודם האט ער געלאזט אויסריפן פאר שלום, ווען דאס איז נשט געגאנגען האט ער מלחמה געהאלטען און איר איינגענומען. אזוי איז ער געגאנגען און האט אייגנענומען שטאט נאך שטאט ביז ער האט שוין געהאט אינטער זיך 4-5 גאנצע לענדער מיט שטעט, פון די לענדער וואס האבן געהערט צו דעם קעניג ראדאלפוס דער ערשטער. זיין ארמעי איז געוואקסען און איז שוין צוגעקומען ביז 20,000 מאן מיט שווערדן אלע גבורי חיל געלערנטע פאר מלחמה. זיין נאמען איז געהערט געווארן אין אנדערע שטעט און לענדער און אלע האבן זיך שטארק דערשראקען און געציטערט פאר איהם. זיין פחד איז אריין אין אלע מענטשן, בפרט די וואס האבן געוואוינט אין די אפענע שטעט. אזוי ווייט, אז בעפאר ער איז נאר נאנט געקומען צו א שטאט האבן די מענטשן פון שטאט גלייך געלאזט וויסן אז זיי ווילן נאר שלום מיט איהם. אזוי האט ער איינגענומען גאנצע לענדער אן מלחמות.
געווען איין טאג ווען ער איז געקומען נאנט צו א געוויסע שטאט, וואס אין דער שטאט האבן געוואוינט זייער סך אידן, ער דערנענטערט זיך צום שטאט און לאזט וויסן דעם מושל אויב ער וויל מאכן שלום מיט איהם. אבער דער מושל האט צוריק געענטפערט מיט עזות, און איהם געלאזט וויסן, דו ביזט א מורד במלכות און פארגיסט אומזיסטע בלוט, און פאר אזעלכע מענטשן איז נישט דא קיין שלום". ווי דער מורד האט געהערט די שארפע רייד, האט זיין צארן גענומען ברענען ווי א פייער, און האט באפעלט אלע זיינע מענטשן: גרייט אייך צו א גרויסע מלחמה! שטארקט אייך ווייזט אייער גבורה אין די מלחמה פון דער שטאט! אויב מיר וועלן מנצח זיין און אריין קומען אין די טויערן פון דער שטאט, גוב איך אייך רשות פאר 4 שעה צו קענען רויבען און טאן וואס איר ווילט אין דער שטאט". אלע ענטפערו "מיר זענען גרייט צום באפעל". די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען. קודם איז דאס געגאנגען גאנץ שווער, אבער שפעטער האבען די מענטשן פון דעם מורד געהאט דעם אויבער-האנט און מנצח געווען דעם ארמעי פון דעם קעניג, אן געהר'געט וויפיל מענטשן עס האט זיך נאר געלאזט, און די איבערגעבליבענע זענען אנטלאפען. די זיגערס קומען אריין אין שטאט מיט גרויס פאמפ און רעש ווייטער צו הרג'נען און רויבען אין דער שטאט. אויף אלע איינוואוינערס איז געפאלען א גרויס פחד און האבן נישט געוואוסט ווי זיך אן עצה געבן מיט די אלע רויבערס. אלע אידן וואס זענען געווען אין דער שטאט אנשים נשים וטף האבן פארלאזט זייערע הייזער צוזאמען מיט זייערע פארמעגען און האבן זיך אלע צוזאמגעקליבן און געגאנגען אין דעם גרויסן שוהל, דארט האבן זיי אויסגעגאסן זייערע הערצער צו רבונו של עולם ער זאל זיי ראטעווען און באשיצן פון די מורדים. דער באשעפער וואס איז א שומע בעת צרה, האט צוגעהערט די תפילה פון די אידן. און האט אריינגעגעבן אין דעם הארץ פון דעם הויפט פון די מורדים ער זאל נישט טאן קיין שלעכטס צו די אידן. ןוייל ער האט געוואוסט אז די אידן האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט דעם מושל וועגן שלום אדער וועגן מלחמה. וואס האט ער געטאן? ווי נאר ער איז אריין אין שטאט האט ער זיך נאכגעפרעגט וואו די אידן זענען "ער האט געזאגט זיינע מענטשן אז די אידן זאל מען נישט הרג'נען ווייל זיי זענען נישט שולדיג, און זיי קענען נישט זאגן דעם מושל וואס צו טאן". ווי ער האט געהערט אז אלע אידן האבן פארלאזט זייערע הייזער און זענען אלע אין דעם גרויסן בית הכנסת, האט ער זיך זייער געפרייט און געזאגט "זייער גוט, יעצט וועט זיין גרינגער פאר מיר צו היטן אויף די אידן ווייל אלע געפונען זיך אויף איין ארט".
ער קומט אריין און שטעלט זיך אוועק ביים טויער פון דעם בית הכנסת מיט אן אויסגעשטרעקטן שווערד, און לאזט קיינער פון זיינע מענטשן נישט צו גיין נאנט צום שוהל. אזוי איז ער געשטאנען דארט פאר די קומענדיגע 4 שעה די צייט וואס זיינע מענטשן האבן געהאט צייט צו קענען רויבען און טאן וואס זיי ווילן אין דער שטאט. ווי דער צייט האט זיך געענדיגט און אלע סאלדאטען זענען צוריק צו זייער לאגער און אין דער שטאט איז שטיל געווארן, האט דער ראש המורדים פארלאזט זיין ארט נעבן דעם שוהל, און איז אריין אין דעם מושל'ס פאלאץ און זיך דארט געזעצט אויף דעם קעניגליכן שטוהל און געלאזט רופן די הויפט פון די אידישע קהילה. ער זאגט צו זיי "גייט אלע אהיים צו אייער הייזער, האט נישט קיין מורא פון קיינעם, קיינער וועט אייך נישט טאן קיין שלעכטס, מארגען זאלט איר צוריק קומען צו מיר און לאזן וויסן אלע זאכן וואס מ'האט געגנב'עט און גערויבט פון אייערע הייזער וועל איך דאס צוריק צאלן פאר אייך". די ראשי הקהילה האבן צוריק געענטפערט און געזאגט "יחי אדוננו, וואס דו האסט געראטעוועט אונזערע מענטשן פון דעם זיכערן טויט, מיר האבן נישט גענוג ווערטער דיר צו דאנקען, דער באשעפער זאל דיר צוריק צאלן פאר וואס דו האסט געטאן מיט אונז". די ראשי הקהילה זענען ארויס און געלאזט וויסן יעדן איינעם אז יעדער איינער זאל ברענגען א חשבון פון וואס עס פעלט אים אין זיין שטוב. דעם צווייטן טאג האבן די אידן געברענגט א רשימה פון אלס וואס מ'האט גערויבט באזיי, און דער ראש המורדים האט געלאזט צאלען פאר יעדן איינעם ביז צו די לעצטע פרוטה.
ב.
מ'האט דערציילט פאר דעם קעניג ראדאלפוס דער ערשטער, אז ביי די אנדערע עק פון זיין מלכות געפונט זיך א מורד וואס האט ווידער געשפעניגט אין דעם קעניג און ער נעמט איין איין לאנד נאך די אנדערע, אוון הרג'עט די אלע מושלים ושרים וואס זענען דארט פון דעם קעניג. דער קעניג האט זיך זייער אויפגערעגט ווען ער האט דאס געהערט, זיין צארען האט געברענט אין איהם, ער האט צוזאמען געקליבן גאר א גרויסער ארמעי, פון מענטשן און רייטערס מלחמה צו האלטען מיט דעם מורד. דער קעניג האט באפוילן אז מ'זאל דעם מורד ברענגען לעבעדיג צום קעניג. דעם קעניגס ארמעי האבן זיך ארויס געלאזט מלחמה האלטען מיט דעם מורד, עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט ביז זיי האבן מנצח געווען דעם מורד'ס ארמעי, און זיי אלע געהרג'ט נאר דעם ראש המורדים האט מען געברענגט צום קעניג. דער קעניג האט באפוילן מען זאל איהם הרג'נען און צושניידען אויף שטיקער און ארום שיקען די שטיקער אין אלע זיינע לענדער צו ווייזן וואס געשעהט צו איינער וואס איז א מורד במלכות. אלע שטעט און לענדער זענען צוריק צום קעניג און ס'איז געווארן שלום ושלוה אין לאנד.
יעצט לאמיר פארלאזן דעם קעניג מיט דעם מורד און לאמיר זיך צוריק קערן צו דער שטאט וואו דער מורד האט איינגענומען און נישט געלאזט מ'זאל דארט הרג'נען די אידן, און האט נאך צוריק געצאלט פאר זיי אלעס וואס מ'האט גערויבט פון זיי.
אין דער שטאט איז געווען א איד א גרויסער חסיד א ירא שמים וואס האט זיך מתפרנס געווען פון זיין אייגענע הענט. ער האט קיינמאל נישט געוואלט נעמען קיין מתנות פון אנדערע מענשטן, פון צייט צו צייט פלעגט ער זיך ארויס לאזען אין אנדערע שטעט און לענדער קויפן סחורה וואס מ'קען אין זיין שטאט פארקויפן און שיין פארדינען. אזוי איז ער געזעסען אין זיין געשפט און פארקויפט די סחורה און האט מפרנס געווען זיין משפחה בכבוד.
איינמאל איז דער חסיד געפארען אין איינע פון די ווייטע לענדער במדינות הים צו קויפן סחורה, ווי ער איז אזוי געפארן אויף דעם שיף עטליכע טעג, האט דער באשעפער געשיקט א שטארקע שטורעם ווינט אויף דער ים, דער שיף האט זיך צובראכן, און די מענטשן האבן זיך פראבירט צו ראטעווען יעדער איינער זיך אנהאלטען אין עפעס וואס איז געבליבן פון די צובראכענע שיף. אויך דער חסיד האט געטראפען א ברעט פון דער שיף, האט ער זיך אנגעהאלטען אין דעם ברעט און איז אזוי געשווימען מיט דעם ברעט אויף דער ים פאר צוויי טעג און צוויי נעכט מיט זיינע לעצטע כוחות, ביז דער ים האט איהם ארויס געווארפען ביים ברעג ים וואו עס איז געווען דארט א טרוקענע מדבר. ער גייט אין דעם מדבר און זוכט גראז צום עסן, און ער טרעפט נישט. אזוי איז ער געגאנגען פאר דריי טעג און דריי נעכט, די גאנצע וועג האט ער נישט געזעהן קיין שפיר פון קיין חיות אדער בהמות. אויך דערנער און גראז האט ער נישט געזעהן. נאך דריי טעג זעהט ער פון דערווייטענס א גרויסע שיינע פאלאץ. ער פרייט זיך זייער שטארק און זאגט צו זיך "אט איז דא א באוואוינטע ארט, איך וועל צוגיין צו דער פאלאץ, זיכער זענען דארט דא מענטשן וואס וועלן רחמנות האבן אויף מיר און מיר געבן צו עסן". ער גייט אזוי מיט אלע זיינע כוחות ביז ער קומט אן צו דער פאלאץ. ער זעהט ווי דער טויער איז אפען, ער גייט דארט אריין און זעהט ווי אלע צימערן זענען אנגעפילט בכל טוב מיט פארשידענע עסן פון די בעסטע וואס קען נאר זיין. געבאקענע ברויט און קיכענס, געשטאפטע גענז געבראטענס און געקאכטסט, עס האט גאר נישט געפעלט. ער גייט ארויף אין דעם צווייטען שטאק און זעהט ווייטער ווי אלע צימערן זענען שיין באצירט און אלע טישן זענען גרייט מיט מעדני מלכים. עס גלוסט זיך אים צו עסן, און זוכט פון זאכן וואס זענען כשר. אבער ער האט מורא צו נעמען פון טיש, ווייל ער האט נאך נישט געטראפן א מענטש דארט וואס זאל איהם געבן רשות צו עסן. אבער ווי זיין הונגער האט זיך געשטארקט אין איהם, האט ער געטראכט בייזיך, נישט אומזוסט זענען אלע עסן אזוי שיין מסודר אויף די טישן, אויב עפעס וועט פעלען, זאל מען דאס גלייך קענען דערקענען, און פלוצלונג קען דער בעל הבית אנקומען און מיך הרג'נען. ער זוכט ווייטער צו טרעפען עפעס כשר'ס. ביז אין א ווינקעל האט ער געטראפען א קליינע קאסטען, ער עפענט אויף דעם קאסטען האט ער געזעהן ווי דארט ליגט א גאנצע ברויט מיט א פלעשל וואסער, און צוויי שיסלען, אין איין שיסל איז געועון א געקאכטע האן, אין די צווייטע געקאכטע רייז. ער טראכט ביי זיך "איך ועל נאר עסן פון די ברויט און זעהן וואס וועט זיין" ער נעמט דעם פלעשל וואסער און וואשט זיך די הענט, און עסט פון דעם ברויט מיט גרויס כונה ביז ער איז זאט געווארן, ער לייגט צוריק די איבערגעבליבענע פון די ברויט אין דעם קאסטען און פארמאכט דאס. נאך עטליכע שעה קומט ער צוריק צו דער קאסטען עפענט דאס אויף זעהט ער ווי דער קריגעל וואסער איז פיל, און דער ברויט איז גאנץ. ער וואונדערט זיך זייער ער פארשטייט נישט וואס דאס איז. ער זאגט צו זיך "נסתרים דרכי ה', ס'איז איינע פון די וואונדער פון דעם באשעפער, און איך מוז מקבל זיין אויף מיר אלעס סיי די שלעכטס און סיי די גוטס, יעצט האב איך נישט בעסער פאר דעם, איך וועל ווייטער טרונקען און עסן און בענטשן צום באשעפער".
ג.
נאך דעם אלעס האט ער געזוכט אן ארט וואו זיך אפצורוהען אין א ווינקעל, ער לייגט זיך שלאפען און איז געשלאפען זייער געשמאק. אינדערפרי שטייט ער אויף, ער וואשט די הענט און דאווענט שחרית, גייט ווייטער צו דעם קעסטיל און נעמט ארויס די ברויט און עסט ווייטער, ער נעמט פון דעם שיסל רייז און עסט פון דעם אביסל צו דערקוויקן זיין הארץ און לייגט אלעס צוריק אין דער קעסטיל. ער טרונקט אויך פון די וואסער וואס איז דארט געווען.
ווי נאר עס איז געקומען אינמיטן טאג, חצות היום, און דער חסיד זיצט אין דער פאלאץ און אלעס ארום איהם איז זייער שטיל, פלוצלונג הערט ער קולות פון פערד און וועגענער פון דערווייטענס, ער הייבט אויף זיינע אויגן זעהט ער ווי א גרויסע מחנה א גרויסע ארמעי קומט און דערנענטערט זיך צום פאלאץ. ער האט שטארק מורא געהאט און געזוכט און ארט וואו ער קען זיך באהאלטען און האט נישט געטראפען. ביז ער האט זיך באהאלטען אינטער די טרעפ דארט האט ער געטראפען א גוט ווינקעל, פון וואו ער האט געקענט זעהן אלעס.
דער גרויסער ארמעי איז אריינגעקומען אלע רייטענדיג אויף שיינע שטארקע פערד, מיט דעם גרעסטען פאראד זענען געגאנגען אויך אן ארמעי פון פיס גייערס, און אינטער זיי איז געווען אין א רייטוואגען א קעניג אנגעטאן מיט מלוכה'דיגע קליידער, מיט א גרויס גאלדענעם קרוין אויף זיין קאפ. מ'האט אים אראפ גענומען פון דעם רייטוואגען, און געזעצט אויף דעם קעניגליכן שטוהל, מיט חשוב'ע הארען אויף זיין רעכטע און לינקע זייט. אלע האבן זיך גענומען טרונקען און עסן מיט גרויס שמחה. ווי מ'האט געענדיגט די סעודה האט זיך דער קעניג געזעצט אויף א כסא משפט און גענומען משפט'ן דעם פאלק. יעדער איינער וואס האט געהאט א משפט, האט דער קעניג ארויס געגעבן דעם ריכטיגן משפט. איינער פאר מלקות, איינער צום הרג'נען און אזוי ווייטער. אזוי האט זיך די גאנצע זאך געצויגן פאר גאנצע 4 שעה. ווי נאר עס האט זיך געענדיגט די 4 שעה, האבן די אלע מענטשן וואס זענען דארט געווען גענומען זיך מורד זיין אין דעם קעניג, מ'איז באפאלען דעם קעניג איהם אראפ גענידערט פון זיין קעניגליכע שטוהל מיט גרויס בושה, איהם געשלאגען ביז מ'האט איהם געהרגעט. מ'האט איהם צושניטען אויף שטיקער און געווארפען צו די אלע 4 עקען פון דער וועלט, אלע האבן זיך אויפגעשטעלט געזעצט אויף זייערע פערד און זענען ארויס פון דארט און געגאנגען ווייטער.
דער חסיד זיצט די גאנצע צייט אין זיין באהאלטענע ארט און זעהט דאס אלעס, זיינע קניען נעמען זיך קלאפען איינע צו די אנדערע פון רוב פחד און שרעק. ער האט מורא ארויס צו גיין, אויב עס איז נישט איבער געבליבן דארט עטליכע פון די מענטשן. אבער נאך א וויילע ווי ער זעהט אז אלעס איז שטול ארום איהם איז ער ארויס מיט גרויס זהירות און קומט אריין אין דער פאלאץ אינעווייניג, זעהט ער אז קיינער איז נישט געבליבן דארט. ער טרעפט אבער ווי אלע צימערן זענען צוריק שיין מסודר און געדעקט מיט די שענסטע מאכלים אזוי ווי נעכטען כאילו קיינער וואלט דארט נישט געווען. ער וואונדערט זיך נאך מער אויף דעם אלעמען און שרעקט זיך זייער. ווי ער איז הונגעריג געווארן איז ער ווייטער צוגעגאנגען צו דעם קליינעם קאסטען און ווייטער ארויס גענומען פון דארט די וואסער און ברויט און געגעסן און געטרונקען און געלויבט דעם באשעפער אויף אלעמען וואס ער טוט מיט איהם. ווי עס איז געקומען נאכט איז ער ווייטער געגנאגען שלאפן ביז אינדערפרי האט ער זיך אויפגעוואכט, געדאווענט ותיקין און ווייטער געגעסן ברויט און רייז פון דעם קליינעם קעסטיל וואס איז דארט געווען.
ווי עס איז געקומען חצות היום האט זיך ווייטער געהערט קולות פון א גרויסע מחנה אינדרויסן, דער חסיד איז ווייטער אנטלאפן און האט זיך באהאלטען אינטער די טרעפ מ'זאל איהם נישט זעהן. און עס איז אריינגעקומען די זעלבע פון נעכטען א גרויסע מחנה פון ארמעי מיט דעם קעניג אנגעטאן בבגדי מלכות, זיי האבן זיך געזעצט צו א סעודה, נאך די סעודה האט דער קעניג גע'משפט דעם פאלק ווי נעכטן און נאך 4 שעה האט זיך איבער גע'חזר'ט די זעלבע ווי נעכטן, די מענטשן האבן מורד געווען אין דעם קעניג און איהם גע'הרגעט, און אלע זענען ארויס פון דארט, אזוי האט זיך די זאך איבער גע'חזר'ט פאר עטליכע טעג. דער חסיד איז דארט געזעצן מיט גרויס שרעק און נישט געוואוסט און פארשטאנען וואס דאס איז. און ווי אזוי קען ער זיך ארויס ראטעווען פון דעם ארט.
ווי עס האבן זיך פארלענגערט זיינע טעג דארט, האט ער געטראכט בייזיך "ביז ווי לאנג וועל איך זיין אין דער געפענגעניש אין דער וויסטער ארט! וואס קיין מענטש גייט דא נישט אריבער" געוואלד וואס וועט זיין מיט מיר! מיינע קינדער שמאכטען פון הונגער אין מיין שטאט, און איך זיץ דא און ווייס נישט ווי צו אנטלויפן פון דא". ער האט נישט געוואוסט וואס צו טאן, ארויס צו קומען פון דער וויסטער ארט. ביז עס איז אריין א מחשבה אין זיין קאפ, אז ווען דער קעניג וועט קומען בחצות היום און וועט משפט'ן יעדן איינעם זאל ער אויך צו גיין צום קעניג און בעטן איהם אן עצה ווי ארויס צו גיין פון דעם ארט. דער חסיד טראכט, דער קעניג איז דאך א מלך ישר, און זיינע משפטים זענען דאך זייער ריכטיג איך וועל פאלען צו זייע פיס און דערציילן וואס עס איז אריבער אויף מיר אפשר וועט ער מיר קענען העלפען אז איך זאל קענען צוריק קומען צו מיין געבורטס שטאט.
ד.
אין דעם פערטן טאג ווי עס איז געקומען דער צייט וואס דער קעניג מיט זיין ארמעי קומט צו גיין, האט זיך דער חסיד באהאלטען אויף זיין ארט און געווארט ביז זיי וועלן אלע ענדיגן עסן און טרונקען. דער קעניג איז געזעסן אויף זיין קעניגליכע שטוהל מיט זיין גאלדענעם קרוין אויפן קאפ, און אלע שטיין ארום איהם פון רעכטס און לינקס. און מ'פאנגט אן צו קומען צו איהם צום משפט. דעמאלט איז דער חסיד ארויס פון זיין באהאלטענע ארט און האט זיך געשטעלט צווישן די מענטשן וואס מ'דארף משפט'ן. ווי ער איז שוין געשטאנען בעפאר דעם קעניג, האט ער זיך אראפ געווארפען אויף דער ערד און גענומען דערציילען דעם קעניג אלעס וואס איז געשעהן מיט איהם פון ווען ער איז ארויס פון זיין שטאט ביז יעצט. דער קעניג הערט אלע זיינע ווערטער, ווען ער ענדיגט רעדן פרעגט איהם דער קעניג " דו ווייסט ווער איך בין?" ענטפערט דער חסיד, "אדוני המלך! איך ווייס אז דו ביזט א קעניג, און א גרויס ארמעי שטייט ביי דיין זייט דיר צו באדינען, אבער דיין פנים דערקען איך נישט, איך האב אין מיין לעבן נישט געהאט קיין שייכות מיט מלכים, ווי אזוי זאל איך דעקענען דעם קעניג!" זאגט דער קעניג "אפשר געדענקסט דו וועגן עפעס א מלחמה וואס איז געווען אין דיין שטאט?" זאגט דער חסיד, "יא איך געדענק אז פאר יארן צוריק איז אויפגשטאנען א מורד במלכות און האט ווידער געשפעניגט אין דעם קעניג". פרעגט דער קעניג "און וואס האט דער מורד במלכות געטאן?" זאגט דער חסיד, "ער האט ארום גענומען ארום זיך אלע שלעכטע מענטשן און געגאנגען פון שטאט צו שטאט און זיי איינגענומען. געוויסע שטעט האט ער איינגענומען בשלום און געוויסע שטעט נאר נאך א ביטערע מלחמה, ווייל די שרים און מושלים וואס זענען געווען אויף די שטעט זענען געווען באשוואוירען פון דעם קעניג צו זיין געטריי צו איהם, אבער ווי דער מורד איז אנגעקומען צו אונזער שטאט האט דער מושל נישט געוואלט עובר זיין אויף זיין שבועה צום קעניג, האט ער מלחמה געהאלטען מיט דעם מורד ביז דער מורד האט מנצח געווען. און ער מיט זיינע מענטשן זענען אריין אין שטאט און דארט גערויבט פון אלעס גוטס. ווי דער קעניג האט געהערט פון דעם מורד האט ער געשיקט גאר א גרויסע ארמעי ביז מ'האט איהם געהרג'עט. און פון דעמאלט איז שלום אין לאנד”.
פרעגט ווייטער דער קעניג "און וואס האט דער מורד געטאן מיט די אידן אין דיין שטאט?" זאגט דער חסיד, דעם אמת וועל איך זאגן אז ער האט געטאן גאר א גרויס חסד מיט די אידן, ער האט געראטעוועט זייערע לעבן מיט זייער געלט. אזוי איז דאס געווען, ווען ער האט איינגענומען דער שטאט, האט ער געגעבן רשות פאר זיין ארמעי צו קענען רויבען פאר די קומענדיגע 4 שעה. אבער ער אליין איז געשטאנען מיט א אויסגעשטרעקטע שווערד נעבן דעם שוהל וואו אלע אידן זענען געווען און אכטונג געגעבן אז קיינער זאל נישט הרג'נען די אידן. און שפעטער האט ער צוריק געגעבן די אלע רויב וואס מ'האט גערויבט פון די אידן. זאגט דער קעניג ווייטער אויב אזוי פארוואס זאגסטו אז דו דערקענסט מיר נישט? זאגט ווייטער דער חסיד, איך ווייס נאך אלס נישט ווער דו ביזט אדוני המלך!. זאגט צו איהם דער קעניג "וויסן זאלסטו אז איך בין דער מורד, איך בין שוין אלנג אויף יענע וועלט און איך לעב נישט אויף דער וועלט. יעדן טאג טוט מען מיך שטראפען אין גיהנם מיט שרעקליכע יסורים אויף אלעס וואס איך האב געטאן, אבער וועגן דער זכות פון די אידן וואס איך האב אכטונג געגעבן אויף זיי 4 שעה, לאזט מען מיך זיין א קעניג יעדן טאג פאר 4 שעה. ווי עס ענדיגט זיך די 4 שעה, הרגעט מען מיר און מ'פירט מיר צוריק אין גיהנם. אזוי טוט מען מיט מיר יעדן טאג. זאלסט וויסן אז איך קען דיר צוריק אהיים ברענגען אין גאר א קורצע צייט און דיר צוריק געבן אלעס וואס דו האסט פארלוירן אויף דעם וועג, אבער איך וויל דו זאלסט מיר צוזאגען אז דו וועסט מתפלל זיין פאר מיין זינדיגע נשמה איך זאל האבן א ריכטיקען תיקון או מ'זאל אוועק נעמען פון מיר די שווערע יסורים פון גיהנם". דער חסיד האט צוגעזאגט פאר דעם קעניג דאס צו טאן אז ווי נאר ער וועט צוריק קומען אין זיין לאנד וועט ער דאס טאן און מתפלל זיין פאר זיין נשמה אין יענע שוהל ווי דער מורד האט געהיטען די אידן.
נאך די רייד האט דער קעניג געזאגט פאר דעם חסיד ער זאל מאכן א חשבון וואס עס פעלט איהם פון די נסיעה אלע געלט און סחורה, דער איד האט געמאכט דעם פונקטליכן חשבון, און דער קעניג האט איהם דאס אלעס צוריק געגעבן. נאך דעם פרעגט דער קעניג איינער פון זיינע משרתים ווער קען צוריק ברענגען דעם מענטש צו זיין שטוב אין די קורצטע צייט? ענטפערט איינער איך קען דאס טאן אין איין יאר! זאגט דער קעניג ניין. זאגט א צווייטער איך קען דאס טאן אין א האלב יאר. ניין זאגט ווייטער דער קעניג. אזוי איז דאס געגאנגען ביז איינער האט געזאגט אז ער קען דאס טאן ביז א האלבע שעה. האט דער קעניג געזאגט פאר דעם מענטש, נעם דעם מענטש און ברענג איהם אהיים לחיים טובים ולשלום. דו וועסט זיין פאראפנטליך פאר דעם מענטש און זיין פארמעגן. דער חסיד פאלט אראפ אויף דער ערד און קישט דעם קעניגס הענט און פיס און געזעגנט זיך.
דער סאלדאט האט גענומען דעם חסיד ארויס פון דער פאלאץ און פירט איהם אויף זיינע אקסלען און זאגט איהם, פארמאך דיינע אויגן און עפען זיי נישט אויף ביז איך געב דיר רשות. דער חסיד האט פארמאכט זיינע אויגן. נאך א האלבע שעה האט דער חסיד געעפענט זיינע אויגן און געזעהן ווי ער געפונט זיך ביי די טויערן פון זיין שטאט. ער איז געווען שלם בגופו ושלם בממונו. ער קומט אהיים מיט גרויס שמחה און דערציילט אלעס וואס איז אריבער אויף איהם, די גאנצע שטאט האט געהערט די שמחה אלע האבן זיך מיט געפרייט מיט איהם, ווייל זיי האבן דאך געוואוסט אז ער איז פארלוירן געווארן אין וואסער. ער האט געמאכט א גרויסע סעודת הודי' און דערציילט אלע נסים וואס ער איז אטיבער. נאך דעם זענען אלע אידן זיך צוזאם געקומען אין דעם גרויסן שוהל און מ'האט מתפלל געווען פאר די נשמה פון דעם מרוד וואס האט געראטעוועט די אידן פון דער שטאט.
א מעשה מיט א בלבול
א.
משה'לע איז געווען א בן יחיד צו זיין פאטער, א יונגער רב אין א קליין פויליש שטעטל. זיינע עלטערן האבן אים זייער ליב געהאט - ווי עלטערן האבן ליב זייער ערשטן קינד, און זיי האבן זיך געגרייט צו פראווען זיין אפשערעניש צו זיין דריטן געבורטס- טאג. אבער דער נחת איז זיי נישט באשערט געווען. איינמאל, אן ערב-שבת, ווען די יונגע רביצין איז געווען פארנומען אין קיך, און דער רב איז נאך געווען אין בית-מדרש, איז משה'לע, וועלכער האט זיך געשפילט נעבן שטוב, פלוצלונג פארשוואונדן געווארן.
די פארצווייפלטע מאמע האט אלאמירט די שכנים, דער פאטער איז געקומען צולויפן פון בית-מדרש, דאס גאנצע שטעטל האט זיך געשטעלט אויף די פיס. מ'האט ארומגעזוכט משה'לען אין אלע ווינקעלעך, און מ'האט כסדר געהאלטן אין איין רופן: "משה'לע! משה'לע!" אבער משה'לע האט זיך נישט אפגערופן - ווי אין וואסער אריין. א גאנצן טאג האט מען אים ארומגעזוכט, ביז עס איז געקומען די צייט פון ליכט-בענטשן. יענער שבת איז שוין געווען א פארשטערטער, נישט נאר פאר די אומגליקלעכע עלטערן, נאר פאר אלע אידן פון שטעטל. די עלטערן האבן געטרויערט נאך זייער פאר- שוואונדענעם בן-יחיד און האבן זיך נישט געקענט טרייסטן. אין שטעטל האט מען נישט אויפגעהערט צו ריידן וועגן משה'לען און וואס עס האט מיט אים געקענט פאסירן. איינער האט געזאגט, אז יענעם ערב-שבת זענען דורכגעגאנגען ציגיינער און מסתם האבן זיי אים צוגעכאפט. אויב אזוי, איז געווען א שוואכע האפענונג, אז משה'לע זאל זיך ווען אויפזוכן.
און דאס איז טאקע וואס עס האט פאסירט. די וואנדערנדיקע ציגיינער, דערזעענדיק א שיינע אינגעלע אליין, האבן זיי אים געגעבן א צוקערל און האבן אים אריינגענארט אין זייער וואגן. וואו ער האט זיך גענומען שפילן מיט די ציגיינער-קינדער פון זיין עלטער. ווען ער האט זיך געכאפט, אז ער געפינט זיך צווישן פרעמדע, האט ער גענומען ווויינען און רופן "מאמע, מאמע!" אבער די ציגיינער זענען שוין געווען ווייט פון שטעטל און האבן זיך נישט אפגעשטעלט. משה'לע איז געבליבן באזיי אין די הענט.
וואכן לאנג האבן די ציגיינער געוואנדערט אלץ ווייטער און ווייטער און משה'לע האט צוביסלעך גענומען פארגעסן וועגן זיין טאטע-מאמע. די ציגיינער האבן אים ענדלעך געבראכט צו א רייכן פוילישן פריץ, וואס האט קיין קינדער נישט געהאט. זיי האבן משה'לען פארקויפט צום פריץ. דער פריץ און די פריצטע, שוין נישט קיין יונגע מענטשן, האבן זיך זייער דערפרייט מיט דעם שיינעם אינגעלע, און האבן אים געהאדעוועט ווי אן אייגן קינד. משה'לע האט אינגאנצן פארגעסן, אז ער איז א אידיש קינד. זיין נאמען איז איצט געווען יאנוש, און ער איז אויס- געוואקסן א יונגער פריץ. ווען דער אלטער פריץ איז געשטארבן, האט יאנוש גע'ירש'נט זיין גאנץ פארמעגן און אלע זיינע גיטער. צוזאמען דערמיט האט ער אויך גע'ירש'נט זיין שנאה צו אידן.
יאנוש האט געפירט א לוסטיק און זארגלאז לעבן, מיט הוליאנקעס און פארוויילונגען, ווי אנדערע פריצים פון דער פוילישער אפשטאם. ער איז געווארן דער ליבלינג פון דער פוילישער אריסטאקראטיע. מיט דער צייט איז ער באשטימט געווארן אלס גובערנאטאר פון דעם גאנצן געגנט. ער האט אנגעווארפן אן אימה אויף די אידן, וועלכע האבן געלעבט אונטער זיין הערשאפט, און זיי האבן אפט געליטן פון זיינע גזירות און רדיפות.
ב.
אצינד וועלן מיר זיך אומקערן צו משה'לעס עלטערן. דער רב מיט די רביצין האבן אנגעפירט זייער באשיידענעם לעבן מיט א טיפער וואונד אין הארצן, וואס איז נישט פארהיילט געווארן אויך נאכדעם ווי דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט מיט אנדערע קינדער, צוויי אינגעלעך און צוויי מיידעלעך, פון וועמען זיי האבן געשעפט פיל אידישע נחת.
אין שטעטל איז געווען א "שבת-גוי", ווואס פלעגט אריינקומען אין אידישע הייזער אראפנעמען די לייכטער פון טיש. ער פלעגט אויך אריינקומען אין די וואכנטעג, וואו איינצוהייצן דעם אויוון, וואו אריינטראגן וואסער פון ברונעם, אדער ארויסהעלפן מיט אנדערע ארבעט. באזונדערס האט ער ליב געהאט אריינצוקומען אין הויז פון רב, וואו די רביצין האט אים שטענדיק מכבד געווען מיט א פארציע חלה, אביסל צימעס, א.ד.ג.
איינמאל האט אים די רביצין געכאפט בא א גניבה און האט זיך נישט וויסנדיק געמאכט. אבער ווען זי האט אים געכאפט בא א גניבה א צווייטן מאל און א דריטן מאל, האט זי אים משלח געווען און פארבאטן אריינ- צוקומען אין שטוב. אויך אנדערע אידן אין שטעטל האבן אים געכאפט בא גניבות און האבן אים ארויסגעטריבן, דער גוי איז געווארן אין כעס אויף די אידן און האט געשווארן צו נעמען נקמה.
באלד נאך פורים, ווען אידן האבן זיך גענומען גרייטן צו פסח, איז דער גוי אוועק אויף דעם גויעשן בית -הקברות, וואו א טאג פריער איז באגראבן געווארן א קריסטלעך קינד. אין דער פינצטערניש פון דער נאכט האט ער אויסגעגראבן דעם פרישן קערפער, איבערגעשניטן אים דאס האלדז און האט אים באגראבן אין הויף פונם רב. אויף מארגן איז ער אוועק צום מאגיסטראט און האט דערציילט, אז ער האט געזען ווי אידן גראבן אויס דעם פרישן קערפער פון א קריסטלעך קינד, האבן אפגעצאפט בלוט פון אים פאר פסח און האבן באגראבן דעם קערפער אין הויף פונם רב.
אין יענער צייט האבן פיל גויים געגלויבט, אז אידן באנוצן קריסטלעך בלוט אין זייערע מצות און וויין פאר פסח. דערהערנדיק די "עדות" פון דעם גוי, איז דער מאגיסטראט תיכף געקומען צום רב אין דער באגלייטונג פון פאליציי, און זיי האבן אויס- געגראבן דעם קערפער. מ'האט באלד ארעסטירט דעם רב און די חשוב'סטע בעלי-בתים פון שטעטל, און מ'האט פארפירט א פראצעס קעגן זיי.
עס האבן נישט געהאלפן די טענות פון רב און פון די אנדערע אידן, אז די תורה האט שטרענג פארבאטן אידן צו באנוצן בלוט, אפילו אראפ- צושלינגען א בלוטסטראפן פון אן איי, און אז די גאנצע באשולדיקונג איז א מיאוסער בילבול פון א גוי א גנב, וואס וויל זיך נוקם זיין פון די אידן, דערפאר וואס זיי האבן אים פארטריבן פאר זיינע גנבות. די ריכטער, וועלכע זענען אויך נישט געווען קיין אידן-פריינט, האבן אנגענומען די עדות פון דעם גוי און האבן פאר'משפט דעם רב צום טויט און די אנדערע באשולדיקטע אידן צו לעבנסלענגלעכער תפיסה. דערביי האבן זיי אויך ארויפגעלייגט א שווערע געלטשטראף אויף די אידן פון שטעטל. די אידן זענען געווען הילפסלאז קעגן דער בלוטיקער שנאה פון זייערע קריסטלעכע שכנים. די איינציקע האפענונג איז געווען, אז אזוי ווי דער אורטייל דארף נאך באשטעטיקט ווערן פון גובערנאטאר, וועט אפשר מעגלעך זיין צו ווירקן אויף אים צו באגנעדיקן די פאראורטיילטע. אבער וויסנדיק, אז דער גובערנאטאר איז א שונא -ישראל, איז דאס געווען גאר א שוואכע האפענונג. נאר א נס מן השמים קען זיי ראטעווען, און די אידן האבן געפאסט און תפילה געטאן צום אויבערשטן צו טאן א נס און ראטעווען זיי פון אומגליק.
ג.
יענע נאכט האט דער גובערנאטאר נישט געקענט איינשלאפן. פאר- שידענע געדאנקן האבן זיך אים געטומלט אין קאפ, און כאטש ער איז געווען שטארק מיד נאך א דריי-טאגיקן געיעג אויף הירשן אין זיינע וועלדער, האט ער נישט געקענט צומאכן אן אויג. דער עיקר האט ער זיך נישט געקענט ארויסשלאגן פון קאפ די באגעגעניש מיט א דעלעגאציע פון אידישע שתדלנים, וועלכע זענען געקומען צו אים, גראדע ווען ער האט זיך געקליבן אויף יאגד, מיט דער בקשה אז ער זאל זיך אריינמישן אין דעם פראצעס און נישט דערלאזן א הימל- שרייענדע אומרעכט קעגן אומ- שולדיקע אידן פון די פארווארפענע שטעטלעך אין זיין גובערניע. דער גובערנאטאר האט דאם אפילו נישט געוואלט אויסהערן זייערע טענות. ער האט זיי באהנדלט נישט שיין, אומ- געדולדיק און אן שום מיטגעפיל. "איך פארלאז זיך אויף די ריכטער, און וועל ווארטן אויף זייער אורטייל", האט ער זיי קורץ און שארף געענטפערט און האט דערמיט פארענדיקט דעם ענין.
איצט, ווי ער איז געלעגען אין בעט האט ער זיך אריינגעטאן אין יענער באגעגניש, ער האט באקומען א אומרואיקייט. ער האט גענומען טראכטן גאר איז עס אפשר יא א פאלשער בלבול, אפשר נישט, ער האט זיך נישט געקענט באפרייען פון דעם געדאנק, ער דרייט זיך אויף זיין געלעגער פן רעכטס אויף לינקס און פארקערט און קען נישט איינשלאפן. ער טרונקט אביסל וויין, אבער עס גייט נישט... ערשט פארטאג איז אויף אים אנגעפאלן אן אומרואיקער שלאף און עס האט זיך אים גע'חלומ'ט א שרקעקליכע חלום...
יאנוש איז ארויסגעפארן אויף יאגד אין איינעם פון זיינע געדיכטע וועלדער. רייטנדיק אויף זיין פלינקן פערד, האט ער זיך געלאזט יאגן נאך א הירש, איבערלאזנדיק הינטער זיך זיין גאנצע סוויטע פון באגלייטער און באדינער. פלוצלונג איז זיין פערד אויפגעשפרינגען און האט זיך געשטעלט אויף זיינע הינטערשטע פיס, שיער נישט אראפווארפנדיק פון זיך זיין רייטער. דער גובערנאטאר איז געווארן שרעקלעך בייז אויף זיין פערד. ווען ער געפינט זיך נישט אליין אין טיפן וואלד, וואלט ער אים דערשאסן ווי א משוגענעם הונט. אבער מיטאמאל האט ער דערזען פאר זיך א גרייז-גרויען אידן, וועלכער איז געשטאנען רואיק, אנגעשפארט אויף זיין שטעקן.
צוערשט האט זיך יאנוש געכאפט פאר דער ביקס מיט א ווילדער רציחה אויף דעם אידן, וואס האט געהאט די חוצפה צו שטעלן זיך אין אין וועג און איבערשרעקן זיין פערד. אבער די אויסערגעוויינלעכע געשטאלט פון דעם אידן האט אויף אים אנגעווארפן אן אימה, און ער האט זיך צוריקגעהאלטן.
"ווער ביסטו, און וואס ווילסטו?!" האט דער גובערנאטאר אויסגערופן. "איך בין דיין זיידע, און איך בין געקומען דיר זאגן, אז ס'איז שוין צייט, משה, דו זאלסט זיך אומקערן צו דיין פאלק", האט דער אלטער געענטפערט.
"ס'איז א ליגן, א בילבול, א פאלשער בילבול!" האט דער גובערנאטאר אויסגערופן. "איך בין נישט קיין איד, אן מיין נאמען איז נישט מאשקע, נאר יאנוש. טראג זיך אפ פון דאנעט, איידער איך פארליר מיין געדולד!"
"א פאלשער בילבול איז דער בילבול וואס מ'האט געמאכט אויף מיין זון, דיין אומשולדיקן טאטען. דו אליין קענסט אים ראטעווען. האב רחמנות אויף דיין אלטן טאטען און האב רחמנות אויף זיך, אויף דיין אומגליקלעכער אידישער נשמה!" האט דער אלטער געדונערט.
דער גובערנאטאר האט זיך אזוי דערשראקן פון די רייד, אז ער האט זיך באלד אויפגעכאפט מיט א קלאפנדיק הארץ. "א בייזער חלום!" האט ער א ברום געטאן, און איז באלד ווידער איינגעשלאפן.
די צווייטע נאכט האט זיך דער אלטער איד ווידער באוויזן צום גובערנאטאר אין חלום. ער איז אריינגעקומען צו אים אין שלאף-צימער און האט אים אויפגעוועקט: "משה, משה! רעד זיך נישט איין, אז ס'איז א חלום. אומשולדיקע לעבנס ליגן אין דיינע הענט! ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט צו טאן תשובה... קער זיך אום צו דיין פאלק..."
דער גובערנאטאר האט זיך אויפגעכאפט, באדעקט מיט קאלטע שווייס. "איך האב צופיל געטרונקען", האט ער צו זיך געמורמלט, און איז ווידער איינגעשלאפן.
די דריטע נאכט חלומ'ט זיך אים, אז ער זיצט בא זיך אין קאבינעט און ליינט דעם אורטייל פון די ריכטער, וואס ער דארף באשטעטיקן מיט זיין אונטערשריפט. ער נעמט דאס גענדזן-פעדער אין האנט, טונקט עס איין אין טינטער, און וויל זיך אונטערשרייבן. פלוצלונג דערהערט ער א שטרענגע שטימע: "ווארט! דו קענסט נישט אונטערשרייבן אזא פאלשן אורטייל!" ער האט דערקענט די שטימע פון דעם אלטן אידן.
"ווי אזוי קען איך וויסן, אז ס'איז א פאלשער אורטייל?" האט דער גובערנאטאר געפרעגט. "דאס איז זייער לייכט. פאר אראפ אין שטעטל און גיב א באפעל, אז מ'זאל דעם פאלשן עדות, דעם שבת-גוי, געבן שמיץ, וועט ער זיך באלד מודה זיין. איך זאג דיר נאכאמאל, און צום לעצטן מאל - באפריי דיין אלטן טאטען פון דעם בלוט-בילבול, און ראטעווע דיין נשמה. גוואלד, משה! שוין גענוג געהוליעט אויף דער וועלט. דו ביסט א כשר אידיש קינד. ציגיינער האבן דיך אוועקגערויבט פון דיינע טייערע אידישע עלטערן, וועלכע האבן דיך עד-היום נישט פארגעסן. די ציגיינער האבן דיך פארקויפט צום פריץ, וואס דו מיינסט אז ער איז געווען דיין פאטער..."
"גיב מיר א סימן, אז וואס דו זאגסט איז אמת", האט דער גובערנאטאר קוים ארויסגערעדט. "אז דו וועסט זוכן צווישן די זאכן וואס דער אלטער פריץ האט איבערגעלאזן, וועסטו געפינען א קליינעם ארבע-כנפות'ל, וואס דו האסט געטראגן בשעת די ציגיינער האבן דיך פארקויפט צום פריץ, וועסטו זען די ציצית און וועסט זיך דערמאנען..."
דער גובערנאטאר האט זיך אויפגעכאפט, און איז שוין מער נישט איינגעשלאפען. ער איז ארויס- געשפרינגען פון בעט און האט גענומען נישטערן צווישן די אלטע זאכן. ענדלעך האט ער אין א קליין זעקעלע געפונען דעם ארבע- כנפות'ל... דער גובערנאטאר האט אויפגעשוידערט. און פלוצלונג האט ער זיך דערמאנט וואס עס האט מיט אים פאסירט ווען ער איז געווען קוים דריי יאר אלט. ווי די ציגיינער האבן אים פארנארט אין זייער וואגן, און ווי ער האט שפעטער געוויינט און געבעטן זיך זיי זאלן אים אפ-פירן צו זיין טאטע-מאמע, ביז ער האט שוין נישט געוואגט זיי צו דערמאנען. און ווי צופרידן ער איז געווען ווען זיי האבן אים געבראכט צו אן אלטן פריץ, וואס האט זיך גוט באצויגן צו אים און ער האט אים גענומען רופן "טאטע"...
ד.
אויף מארגן גאנץ פרי, איז דער גובערנאטאר געזעסן בא זיך אין קאבינעט, פארזונקען אין זיינע געדאנקען. א באאמטער האט אנגעקלאפט אין טיר און האט מיטגעטיילט, אז א ספעציעלער שליח איז געקומען מיט א וויכטיקער שליחות.
"זאל ער אריינקומען", האט ער געזאגט. דער שליח איז אריינגעקומען און האט דעם גובערנאטאר דערלאנגט א פארזיגלטן דאקומענט. "מ'האט מיר געזאגט צו ווארטן אויף דעם גובערנאטאר'ס אונטערשריפט", האט ער געזאגט.
דער גובערנאטאר האט אויפגעריסן דעם זיגל און האט איבערגעליינט דעם אורטייל פון די ריכטער. ער האט גענומען דעם גענדזן-פעדער אין האנט, האט אים איינגעטונקט אין טינטער און האט עפעס אנגעשריבן. דאן האט ער געזאגט צום שליח: "פאר צוריק און זאג די ריכטער, אז איך וועל אליין ברענגען דעם אורטייל!"
דער שליח האט זיך צוריקגעקערט אין שטעטל און האט געבראכט די נייעס אז דער גובערנאטאר קומט. עס איז געווארן א מהומה, און מ'האט זיך געגרייט אויפצונעמען דעם גובערנאטאר מיט גרויס כבוד. צוויי טעג שפעטער איז אנגעקומען דער גובערנאטאר אין זיין שיינער קארעטע, באגלייט פון א סוויטע רייטער. נישט פארלירנדיק קיין צייט, האט דער גובערנאטאר געהייסן צוזאמענרופן די ריכטער, די עדות און די באשולדיקטע. ווען אלע זענען געווען פארזאמלט אין געריכט-צימער, איז דער גובערנאטאר אריינגעקומען און אלע האבן זיך פאר אים אויפגעשטעלט מיט גרויס יראת-כבוד. ער האט געווארפן א בליק אויף דעם אלטן רב און אן אינערלעכער ציטער האט אים דורכגענומען. ער איז געווען זייער ענלעך צו דעם אלטן מאן וואס ער האט געזען אין חלום. דער גובערנאטאר האט זיך באערשט און האט געהייסן דעם הויפט-עדות איבערזאגן דאס וואס ער האט עדות-געזאגט ביים פראצעס.
שטייענדיק איצט פאר דעם גובערנאטאר, האט זיך דער שבת-גוי שטארק דערשראקן. די צונג האט זיך אים גענומען פלאנטערן און ער האט קוים געקענט איבערזאגן זיין עדות. מיט דער הילף פון די ריכטער, וועלכע האבן אים אביסל געצויגן פאר דער צונג, האט ער ענדלעך פארענדיקט זיין עדות-זאגן. און האט געשווארן, אז אלץ איז געווען פונקט ווי ער האט געזאגט.
"דו ביסט א ליגנער!" האט דער גובערנאטאר שטרענג א זאג געטאן צו אים. "גיט אים שמיץ און שינדט פון אים די הויט, ביז ער וועט זיך מודה זיין!" האט דער גובערנאטאר אויסגערופן.
...דער שבת-גוי האט זיך געווארפן צו די פיס פון דעם גובערנאטאר און האט געקושט זיינע שטיוול, בעטנדיק רחמנות "איך, איך.. האב זיך נאר, נאר גע-גע-געוואלט נוקם זיין פון די זשידעס..." האט ער געשטאמלט.
"נעמט אוועק דעם הונט פן דאנעט!" האט דער גובערנאטאר באפוילן. "זעצט אים אריין, ביז ער וועט באקומען זיין פארדינטע שטראף".
דאן האט ער שארף אויסגערעדט די ריכטער, וואס האבן זיך געלאזט פארפירן פון זייער בלינדע שנאה צו אידן. ער האט צעריסן דעם אורטייל פאר זייערע אויגן. "ווייסט איר נישט, אז דער בלוט-בילבול איז אינגאנצן אן אויסגעטראכטער ליגן? איר זאלט מער נישט וואגן צו פארפירן אזעלכע פאלשע פראצעסן קעגן אומשולדיקע מענטשן!"
און נאכדעם ווי ער האט געהייסן באפרייען די באשולדיקטע פון די קייטן, האט ער צו זיי געזאגט: "מיר בעטן אייך איבער פאר דער עוולה וואס איז באגאנגען געווארן קעגן אייך. איר זייט אומשולדיקע קרבנות פון א בלינדן אידן-האס, אלס פארגיטיקונג פאר אייערע ליידן און צרות, באפריי איך די קהילה פון שטייערן במשך פון צען יאר".
דאן האט ער זיך געווענדעט צום אלטן רב: "ווערטער קענען נישט פארגיטיקן פאר די ליידן און טויט-שרעק וואס איר האט דורכגעמאכט. אויב איר ווילט מיר פארשאפן דעם כבוד, וואלט איך וועלן אייך באזוכן פערזענלעך היינט אוונט". "אוודאי, אוודאי, מיט פערגעניגן", האט דער רב געענטפערט און טרערן פון פרייד און דאנקבארקייט האבן זיך אים געשטעלט אין די אויגן.
ה.
אין אוונט איז דער גובערנאטאר געקומען אין רב'ס הויז, אליין, אן באגלייטער. די רביצין האט צוגעגרייט כיבוד פאר דעם חשוב'ן אורח, אבער ער האט זיך נישט צוגערירט צו קיין זאך. ער האט לאנג געקוקט אויף דעם צעקנייטשטן פנים פון זיין מוטער, און עס האט זיך אים געוואלט ווארפן איר אויפן האלדז און פארכליפן זיך: "מאמע, מאמע..." ער האט זיך אבער באערשט און האט געזאגט צום רב, אז ער וויל מיט אים עפעס רעדן אונטער פיר אויגן.
זיי זענן אריין אין דערבייאיקן שטיבל, וואו עס איז געשטאנען א לאנגער טיש אנגעלייגט מיט ספרים און די ווענט זענען געווען פארשטעלט מיט ספרים-שרענק און פאליצעס. זיי האבן זיך געזעצט און דער גובערנאטאר האט זיך גענומען פאנאנדערפרעגן וועגן רב'ס משפחה. דער רב האט אים דערציילט וועגן זיינע קינדער, די זין און טעכטער, וועלכע זענען שוין ב"ה טאטעס און מאמעס און וואוינען אין פארשידענע שטעטלעך.
"און מער קיין קינדער האט דער רב נישט געהאט?" האט דער גובערנאטאר געפרעגט. דער רב האט טיף אפגעזיפצט און האט אים דערציילט וועגן משה'לען, וואס איז פארשוואונדן געווארן ווען ער איז קוים דריי יאר אלט געווען.
..."איך ווייס וואו משה'לע איז" האט דער גובערנאטאר געזאגט. דער רב איז אויפגעשפרינגען. "משה'לע לעבט? וואו איז ער? איז ער נאך אלץ א איד?"
"משה'לע לעבט, אבער ער האט זיך אויפגעהאדעוועט צווישן גויים. איצט וויל ער נעמען לעבן ווי א איד. אויב זיינע עלטערן וועלן אים נישט אפשטויסן פון זיך, וועט ער צוריקקומען..."
"אפשטויסן? חלילה! דער אויבערשטער שטויסט קיינעם נישט אפ... וואו איז ער? ברענג אים צו מיר" - האט זיך דער רב געבעטן מיט טרערן אין די אויגן...
..."ער שטייט דא פאר דיר, טאטע... דאס בין איך, משה'לע..."
אן אויגנבליק איז דער אלטער רב געבליבן ווי פארשטיינערט און דאן האט ער אויסגעשטרעקט זיינע ארעמס. טאטע און זון האבן זיך ארומגענומען און צעקושט. "משה'לע... משה'לע..." ,טאטע, טאטעניו..." זענען געווען די איינציקע ווערטער וואס זיי האבן געקענט ארויסריידן.
ווען זיי האבן זיך ענדלעך בארואיקט, האט דער רב געזאגט: "איך וועל גיין צוגרייטן דיין מאמען צו דער גוטע בשורה, און וועל זי אריינרופן, דערנאך וועלן מיר רעדן וואס מיר האבן צו טאן. ער איז ארויסגעגאנגען און האט זיך געזאמט א היבשע וויילע, וואס האט זיך משה'לען אויסגעדוכט ווי אן אייבייקייט. ענדלעך איז די מאמע אריינגעלאפן אין צימער. "מיין משה'לע, טייערער משה'לע..." האט זי נישט אויפגעהערט צו שעפטשען ווארפנדיק זיך אים אויפן האלדז א קושנדיק אין מיט הייסע טרערן, ווי זי וואלט אים איצט וועלן אפגעבן די גאנצע מוטערלעכע ליבשאפט וואס האט זיך אנגעקליבן אין איר הארצן זינט ער איז פארשוואונדן געווארן... און משה'לע האט זיך צום ערשטן מאל אין זיין לעבן, זינט ער איז אנגעקומען צום פריץ, צעוויינט ווי א קינד.
א היבשע צייט האט גענומען ביז זיי האבן זיך אלע בארואיקט, און זיי האבן זיך געזעצט צום טיש טרינקען א גלאז טיי. משה האט דערציילט זיינע עלטערן, ווי אזוי ער האט זיך דערוואוסט וועגן זיין אפשטאם, וועגן זיידען וואס איז אים געקומען צום חלום אין צוזאממענהאנג מיט דעם בילבול, און ווי אזוי דער קליינער ארבע-כנפות'ל האט אים צוריקגעבראכט זיין זכרון...
"ביסטו טאקע גרייט אויפצוגעבן דיין איצטיקן לעבן פון עשירות און כבוד און דיין הויכן אמט אלס גובערנאטאר, כדי צו זיין, און לעבן, ווי אן אמת'ער איד?" האט דער רב געפרעגט זיין צוריקגעפונענעם זון.
"צווייפלסטו דען אין דעם טאטע?" האט משה געענטפערט. פלוצלונג האט זיך ארויס געכאפט פון זיינע ליפן די ווערטער: "תורה צוה לנו משה" און ער האט זיך אליין געוואונדערט, ווי אזוי ער האט זיך איצט דערמאנט די לעצטע ווערטער וואס דער טאטע האט מיט אים געלערנט, איידער די ציגיינער האבן אים צוגעכאפט.
דאן האבן זיי זיך צוזאמענגערעדט וועגן א פלאן, וואס קיינער אויסער זיי דריי טארן דערפון נישט וויסן: דער גובערנאטאר וועט ארויסרייטן אויף יאגד, ווי געוויינלעך, און וועט זיך אפזונדערן פון זיין סוויטע, טיף אין וואלד. נעבן א טייך וועט ער איבערלאזן זיינע קליידער און דעם פערד, עס זאל הייסן, אז ער איז אריין אין טייך באדן זיך, און איז דערטרונקען געווארן. ער וועט זיך איבערטאן אין פשוט'ע קליידער, וואס ער וועט צוגרייטן פון פריער, און וועט אויסוואנדערן קיין אמסטערדאם. אין א שטעטל דערביי, וואו זיין פאטער'ס ברודער איז רב, וועט ער קומען און ברענגען דעם פעטער א בריוול פון טאטען, און ער וועט ווערן א בעל תשובה און זיצן על התורה וועל עבודה אזוי לאנג ווי דער אויבערשטער וועט אים שענקען יארן.
עס איז שוין געווען האלבע נאכט ווען משה האט זיך געזעגנט מיט זיינע עלטערן. "איך ווייס נישט אויב עס וועט אונז אויסקומען זיך צו זען נאכאמאל אויף דער וועלט", האט דער אלטער רב געזאגט צו זיין זון, "אבער מיר וועלן זיך זיכער זען אין גן-עדן. דער אויבערשטער זאל דיר מצליח זיין".
מקור פון אן אלטער מנהג
ווען דער גרויסער גאון וצדיק דער הייליגער בעל "דרכי תשובה" פון מונקאטש זי"ע איז צוריק געקומען פון די לויה פון דעם הייליגן בעל "קדושת יום טוב" [דער פאטער פון רבינו בעל דברי יואל מסאטמער זצ"ל]וואס איז געווען אין דער שטאט סיגוט ווי דער קדושת יו"ט איז דארט געווען דר רב. איז דער "דרכי תשובה" געקומען צו זיין אכסניא דארט אין דער שטאט סיגוט. און געהייסן מ'זאל ברענגען לעקעך און בראנפען פאר לחיים. מ'האט געברענגט לעקעך און בראנפען און דער מונקאטשער האט געטיילט פאר דעם עולם וואס איז דארט געווען די לעקעך און בראנפען און מ'האט זיך געוואונטשען לחיים. בשעתן טיילן די לעקעך און בראנפען, רופט זיך אן דער מונקאטשער: "אזוי איז דאס שוין גאר אן אלטער מנהג, צו טיילן בראנפען און געבעקס פאר די באגלייטער, וואס קומען צוריק פון א לויה רח"ל". האט מען איהם געפרעגט, וואס איז דער מקור פון דער מנהג? האט ער געענטפערט און געזאגט: "דער מקור פון דער מנהג ממש ווייסט ער נישט, אבער ער האט געהערט אז דאס נעמט זיך פון די צייטן ממש נאך די באוואוסטע גירוש שפאניע וואס מ'האט פון דארט פארטריבן אלע אידן. ומעשה שהיה כך היה:
מדינת ספרד [ש]פאניען] איז געווען גאר א ברייט לאנד, עס האט דארט גארנישט געפעלט פאר די אידן וואס האבן דארט געוואוינט. צווישן די אידן זענען געווען גרויסע סוחרים און אזוי אויך גרויסע תלמידי חכמים מפורסמים. זיי זענען אלע געזעסען במנוחה, דער גביר מיט זיין מסחר און דער תלמיד חכם מיט זיין עבודה. אלע האבן געדינט דעם באשעפער און עוסק געועון בתורה ובחכמה און אין אלע סארט מלאכות. אין איין שיינעם טאג נאכדעם וואס גאנץ קאסטיליע איז אריבער געגאנגען פון די אראבער צו שפאניען, און שפאניע האט יעצט געקעניגט איבער דעם גאנץ האלב אינזל פון שפאניע. האט דער באוואוסטער פארשאלטענער גלח טארקאמאוואדע ימ"ש איינגערעדט דעם קעניג פערדינאנד ימ"ש און זיין ווייב די קעניגן איזיבעלא ימ"ש אז איצט איז די בעסטע צייט וואס זיי קענען אויך ריין מאכן שפאניע פון די אידן, אזוי ווי מ'האט ריין געמאכט שפאניע פון די אראבער. זיי האבן זיך געלאזט איינרעדן פון דעם גלח, ווייל זיי אליין זענען אויך געווען גרויסע שונאי ישראל, און זיי האבן ארויס געגעבן א דעקרעט א גזירה אז ביז תשעה באב אין יענע יאר מוז זיך יעדער איינער שמד'ן רח"ל און אויב נישט מוז מען פארלאזן דעם לאנד, און קיין איין איד טאר נישט איבער בלייבן אין גאנץ שפאניע, און אויב יא, אחת דתו להמית, וועט מען איהם פארברענען אויף דעם שייטער הויפן.
וויפיל השתדלנות די אידן האבן פראבירט צו מבטל זיין די ביטערע גיזירה האט נישט געהאלפן, און ליידער איז די גזירה געבליבן, און תשעה באב שנת רנ"ב האבן איבער 300,000 אידן פארלאזט שפאניען, גענומען דעם וואנדער שטעקן אין האנט, און געגאנען זוכן אנדערע ערטער וואו צו וואוינען.
פאר א קורצע צייט האבן פיהל אידן געטראפן אביסל מנוחה אין פארטיגאל וואס איז נעבען שפאניע, אבער שפעטער ווען דער קעניג פון פארטיגאל האט זיך משדך געווען מיט דער קעניג פון שפאניען, איז געווען איינע פון די הסכמים אין דער שידוך אז פארטיגאל מוז אויך פאראטרייבן אלע אידן פון איר לאנד. אוזי איז געווען, און די אידן וואס זענען געווען אין פארטיגאל האבן ווייטער געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקען אין האנט און וואנדערן ווייטער. אזוי האבן די אידן פון שפאניען געוואנדערט פון לאנד צו לאנד, פיהל זענען אומגעקומען דורך די ים-רויבערס און פיהל דורך אנדערע מחלות וואס איז געקומען אויף זיי אינטער וועגענס. פיהל אידן זענען אנגעקומען קיין אמסטערדאם, קיין אפריקע און א גרויס עולם איז אנגעקומען קיין טערקיי ווי דארט האט מען די אידן אויפגענומען מיט אפענע הענט, ווייל מ'האט געוואוסט אז צו מסחר האנדלן איז זייער גוט צו האבן אידן.
נאך פיהל יארן זענען געווען צוויי פרומע אידן וואס האבן געפירט גרויסע געשעפטן, האבן זיי מחליט געווען צו גיין קיין שפאניען צו מאכן דארט געשעפטן. און וויבאלד אידן האבן דאך דארט נישט געמעגט זיין, האבן זיי זיך פארשטעלט און אנגעטאן אנדערע קליידער און האבן אויסגעזעהן ווי גוי'עשע סוחרים, אויך זייערע שפראך האבן זיי אכטונג געגעבן נישט צו רעדן ווי אידן. אזוי זענען זיי געקומען קיין שפאניען אין איינע פון די שטעט דארט צו האנדלן און מאכן מסחר. זיי האבן זיך געדינגן אן אכסניא א הויז פאר זיך אליין וואו זיי האבן געקענט דארט האלטען כשרות און עסן נאר כשר, און אזוי אויך דאווענען ווען קיינער וועט נישט זעהן.
אזוי האבן זיי געטאן די גאנצע צייט וואס זיי זענען געווען אין שפאניען. יעדן אינדערפרי פלעגען זיי אויפשטיין גאנץ פרי, נאך בעפאר עלות השחר, זאגן תהלים, לערנען גמרא. און ווען עס איז ליכטיג געווארן האבן זיי געדאוונט. געגעסן פת שחרית, געבענטשט אריין אין שטאט און געפירט מסחר מיט פארשידענע מענטשן. נאך אווענט צייט זענען זיי צוריק צו זייערע אכסניא געדאוונט מנחה און מעריב, געגעסן נאכט-מאל. אלע עסן האבן זיי צוגעגרייט מיט זייערע אייגענע הענט, אזוי אז אלע זייערע עסן איז געווען כשר בתכלית הכשרות. די בעסטע וואס קען נאר זיין. אזוי האבן זיי זיך פארזוימט דארט עטליכע חדשים, ביז זיי האבן פארדינט א שיינע סומע פון געלט, און זיי האבן מחליט געווען זיך צוריק צוקערן אהיים צו זייערע שטוב וואס איז געווען אין א אנדערע לאנד. אזוי האבן זיי געטאן און געלעבט א גאנץ יאר פון די געלט וואס זיי האבן דארט געמאכט. און יעדע יאר פלעגען זיי ווייטער קומען קיין שפאניען און איינשטיין אין דעם זעלבן אכסניא און האנדלן פאר עטליכע חדשים ביז זיי האבן געמאכט גענוג געלט פאר א גאנצע יאר. און קיינער פון שפאניען האט נישט געהאט דעם קלענסטן חשד אויף זיי אז זיי זענען אידן, קיינער האט נישט געוואוסט פון וואנען זי זענען אפילו.
אזוי האבן זיי זיך גפירט פאר יארן לאנג, דריי חדשים זענען זיי געזעסן אין שפאניע און די איבריגע צייט אינדעהיים צוזאמען מיט זייערע משפחות. און גארנישט איז געשעהן צו זיי די גאנצע צייט. אבער נישט אלע צייטן זענען גלייך. איינמאל ווען זיי ביידע זענען געווען אין שפאניען נאך מסחר, איז איינע פון די צוויי חברים קראנק געווארן. ער ליגט אין בעט איין טאג, נאך א טאג, און עס ווערט נישט בעסער פאר איהם. זיין מחלה ווערט נאר ערגער און זיין חבר שטייט נעבן זיין בעט און פראבירט איהם צו העלפען מיט וואס נאר ער קען איהם העלפען. אבער מ'זעהט נישט קיין שום פארבעסערונג אין זיין מחלה. נאר עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג. ווי דער חולה האט געזעהן אז זיינע טעג זענען שוין געציילטע און ער ווערט שוואכער פון טאט צו טאג. האט ער געבעטן זיין חבר ער זאל מיט איהם טאן א ריכטיגע חסד של אמת. ער וויינט און זאגט איהם: "איך בעט דיר מיין ברודער און חבר! זאלסט נישט צוריק ווארפען מיין געבעט, און זאלסט מקבל זיין אויף זיך מיין לעצטע געבעט, אז דו זאלסט מיר ברענגען צו קבר ישראל. איך ווייס אז עס וועט נישט זיין גרינג פאר דיר דאס צו טאן, די סכנה איז זייער גרויס, אבער מיט דעם אלעמען בעט איך דיר אז דו זאלסט דאס טאן פאר מיר. און אזוי ווי מיר זענען געווען איבערגעגעבן איינער פאר דעם אנדערן ווען מיר ביידע האבן געלעבט צוזאמען, געווען שותפים אין אלע געשעפטן, און געדינט דעם באשעפער מיט אן אמת און געטריי צוזאמען מיט א מסירות נפש, אזוי זאלסטו זעהן צו זיין באגלייבט ביי מיר נאך מיין טויט און מיר ברענגען צו קבר ישראל. דער באשעפער, וועט זיכער שטיין אויף דיין רעכטע האנט און דיר העלפען דאס קענען אויספירן, און ע ר וועט דיר צוריק באצאלען פאר דעם". וויבאלד איין חבר איז געווען זייער צוגעבינדן צו דעם צווייטען בבחינת "ונפשו קשורה בנפשו" האט דער צווייטער חבר נישט געטראכט קיין סך, און איהם צוגעזאגט מיט א תקיעת כף צו זעהן איהם צו ברענגען צו קבר ישראל נאך זיין טויט.
נאך א קורצע וויילע האט דער קראנקער חבר אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה, אין א פרעמד פארשאלטענע לאנד אין שפאניען. זיין חבר איז פון גרויס צער אראפגעפאלען אויף דער ערד, און שטארק געוויינט. ווי ער ליגט אויף דער ערד, גיסט ער אויס זיין הארץ צום באשעפער און זאגט: "רבונו של עולם! העלף מיר, איך האב צוגעזאגט מיין חבר דער נפטר איהם צו ברענגען צו קבר ישראל, איך בין גרייט צו מקיים זיין מיין צוזאג, אבער די סכנה איז זייער גרויס דאס צו טאן, דעריבער בעט איך פון דיר באשעפער, זיי מיט מיר די גאנצע צייט, פארלאז מיר נישט, און היט מיין נפש אין דער וועג וואס איך וועל גיין" אזוי איז ער געליגן אויף דער ערד, און געוויינט זייער שטיל, און שטארק מתפלל געועון ביז עס איז פרי געווארן.
ווען דער מארגן שטערן האט גענומען אויפלייכטן, האט ער שיין געמאכט זיין קליידער, פארשפארט דעם צימער וואו דער נפטר איז געווען, און ארויס אין שטאט. ווי ער גייט אין שטאט באגעגענט ער אן אלטער ארעמאן, איינע פון די עלצטע אין שטאט, ער האט זיך גענומען סתם פירן א שמועס מיט דעם אלטען מאן, ביז ער האט איהם דעם אלטען מאן אריינגעברענגט אין א שענק-הויז. ווי זיי זענען אריינגעקומען אין דער שענק הויז, האבן זיך בידע אראפ געזעצט ביי א טיש אין א ווינקעל, או ן ער איד האט מכבד געווען דעם אלטען ארעמאן מיט גוטע משקה צום טרונקען. ביידע האבן געטרונקען לחיים און זיך געוואונטשען אינער דעם אנדערן. ביידע האבן אזוי געשמאק געשמועסט און פארברענגט ביז זיי זענען געווארן זייער נאנט איינער צו די אנדערע. ממש ווי גוטע אלטע חברים.
אזוי אינמיטן שמועס האבן זיי געשמועסט וועגן אלע סארט ענינים וועגן דער מדינה און די היסטאריע פון די מדינה, ביז זיי זענען געקומען רעדן וועגן די אידן. דער אלטער מאן דערציילט אז ער געדענקט נאך די אידן וואס האבן דא אמאהל געוואוינט בעפאר מ'האט זיי פארטירבן. אז צווישן די אידן זענען געווען גוריסע דאקטוירים און גרויסע געלערנטע מענטשן און גרויסע סוחרים און חכמים אין אלע חכמות, זיי האבן זייער שטארק מצליח געווען אין אלעס. אבער ווען ער איז געווען א קליין קינד האט מען די אידן פארטריבן פון דער שטאט און לאנד, מ'האט מחרים געווען אלע זייערע פארמעגענס, און די אידן זענען ארויס פון לאנד בעירום ובחוסר כל אינגאנצן נאקעטיג. די אלע שיינע שוהלען וואו זיי פלעגען דאווענען יעדן טאג, איז פארוויסט און אפגעלאזט געווארן, און נשט מער ווי דער נישט גוטער הערשט אין זיי.
ווי דער איד דער סוחר הערט זיך צו די רייד פון דעם אלטען גוי, זאגט ער פאר איהם אז ער וואלט זייער שטארק געוואלט זעהן די ערטער וואו די קלוגע מענטשן די אידן האבן אמאהל געוואוינט, אוזי אויך זייערע שוהלען און אזוי ווייטער. דער איד זאגט נאך צו דעם גוי, אויב ער וועט איהם ווייזען די אלע אינטרעסאנטע ערטער וועט ער איהם געבן א שיינע מטבע.
דער אלטער גוי וואס איז געווען גוט אנגעטרונקען האט גלייך געענטפערט, איך בין גרייט צו טאן וואס דו ווילסט, קום מיט מיר וועל איך דיר אלעס ווייזען די אלע אלטע שיינע בנינים אין אונזערע שטאט, ווייל דאס איז מין פאך צו ווייזען אלע אלטע זאכען פאר פרעמדע מענטשן וואס קומען אין דער שטאט.
ביידע הייבן זיך אויף און דער סוחר שעפשעט שטילערהייט א תפילה צום באשעפער אז ער זאל מצליח זיין אין זיין וועג. דער אלטער גוי נעמט פירן אונזער סוחר ארום דער שטאט און ווייזט איהם אלע אלטע גאסן, די אלטע שוהלען פון די אידן, וואס פיהל פון זיי זענען געווארן תיפלות פאר די גויים. ער זעהט אפילו אידישע פסוקים אויף געוויסע טויערן פון די שוהלן, אבער ער גוט זיך אכטונג מ'זאל נישט באמערקען זיין אויפמערקזאמקייט. ווי זיי ענדיגען ארומגיין אין שטאט און האבן שוין געזעהן אלע אלטע שוהלען, פרעגט דער סוחר דעם גוי אויב ס'איז דא נאך וואס צו זעהן. זאגט דער גוי אז נאך שיינע בניינים פון די אידן איז מער נישט דא אבער ס'איז דא א גרויסע בית הקברות, וואס דארט האבן די אידן באגראבן זייערע טויטע מענטשן, דער בית הקברות איז זייער א גרויסע, און איז ארום גענומען מיט א הויכע מויער ארום און ארום, און די טויערן זענען פארשלאסן מיט שטארקע שלעסער. דער בית הקברות געפונט זיך ווייט אינדרויסן פון שטאט, אויב דו וועסט מיר צאלן נאך געלט – זאגט דער גוי – וועל איך דיר פירן און ווייזן דעם בית הקברות וועסטו זעהן א זאך וואס דו האסט אין דיין לעבן נאך נישט געזעהן.
ווי אונזער סוחר הערט די ווערטער, כאפט איהם אן א ציטער אין אלע זיינע ביינער, אוון זאגט דעם גוי "גוט איך וועל דיר צאלן נאך געלט, און גיין זעהן דעם בית הקברות וואס דו זאגסט, ווייל עס וואונדערט מיר צו זעהן א בית הקברות וואו טויטע ליגן זאל זיין אזוי שטארק פארמאכט און פארפאנצערט מיט א הויכע מויער ווי דו זאגסט". ביידע נעמען זיך גייען אינדרויסן פון שטאט, ביז פון דערווייטענס האבן זיי געזעהן דעם בית הקברות. ווי זיי האבן זיך דערנענטערט צום בית הקברות, האבן זיי טאקע געזעהן ווי גאר א הויכע מויער נעמט ארום דעם אלטען בית הקברות, און אין דער מויער זענען דא טויערן וואס זענען זייער שטארק פארשלאסן. דער איד האט געצאלט די געלט פאר דעם אלטען גוי און האט זיך געזעגענט מיט איהם, דער אלטער האט איהם שטארק געדאנקט פאר די געלט און איז צוריק אריין אין שטאט.
ווי דער סוחר איז יעצט געווען אליין אינדרויסן נעבען דעם אידישן בית החיים, האט ער גענומען ארום רינגלען דעם בית החיים ארום און ארום אפשר וועט ער קענען טרעפן אן ארט ווי אריינצוגיין אין דער בית החיים. אבער ער קען נישט טרעפען קיין ארט און וועג צו קענען אריינגיין אינעווייניג אין דעם בית החיים דורך וואו ער זאל קענען אריינפירן זיין חבר דעם נפטר דארט. אבער ער האט זיך נישט מייאש געווען, נאר פארקערט ער האט זיך שטארק געשטארקט און איז צוריק אריינגעקומען אין שטאט.
ער קומט אין שטאט און גייט גלייך צו זיין אכסניא, ער האט מטהר געווען דעם נפטר כדת וכדין, אריינגעלייגט אין א זאק, און אינמיטען נאכט האט ער דעם זאק געלייגט אויף זיינע פלייצעס, און געברענגט ביז צום בית הקברות און דארט אנידערגעלייגט נעבן דעם פארשפארטען טויער פון דעם בית הקברות. ער שטייט נעבן דעם טויער, און נעמט זיך אויסגיסן זיין הארץ צום באשעפער, ער וויינט און בעט אז מ'זאל רחמנות האבן אויף איהם פון הימל, און דער טויער זאל זיך עפענען כדי ער זאל קענען באגראבן זיין חבר דארט, ווי ער האט איהם צוגעזאגט מיט א תקיעת כף בעפאר ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה. ווי ער שטייט און דאוונט אזוי פלוצלונג הערט ער א רעש, דער גרויסער טויער האט זיך גענומען עפענען. ווי דער טויער איז שוין געווען ברייט אפען, האט ער אנגעכאפט דעם נפטר אין דעם זאק, אריין אין דעם בית החיים, ער האט דארט געטראפן א שאוועל מיט ברעטער, ער האט זיך גלייך גענומען גראבען א גרוב, און האט באגראבען זיין חבר דארט כדת וכדין בקבר ישראל אזוי ווי ער האט איהם צוגעזאגט בעפאר זיין פטירה.
ווי ער האט געענדיגט זיין ארבעט האט שוין אנגעפאגנען צו טאגען, ער האט געשפירט גאר א גרויס מידקייט אויף זיך, אזוי איז ער אויך געווען זיער הונגעריג, ווייל ער האט האט שוין נישט געגעסן א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט. ער הייבט אויף זיינע פיס גייענדיג צום גרויסען טויער ארויסצוגיין פון דארט, אזי ער אראפ געפאלען אויף דער ערד פון גרויס שוואכקייט, און זיך נישט געקענט רירן פון ארט. ער ליגט אזוי אויף דער ערד רופט ער זיך ווייטער אן צום באשעפער "אוי! רבונו של עולם! וואס וועט יעצט זיין מיט מיר? מיט מיין חבר האב איך זיך געפארעוועט און איהם געברענגט לקבר ישראל, אבער ווער וועט זיך פארעווען מיט מיר אויב איך וועל אויסגיין דא אויף דעם ארט נעבען דעם טויער?" ווי ער ענדיגט רעדן די ווערטער, זעהט ער ווי אין דער פענצטער פון דעם גרויסן טויער איז דא א פלעשל בראנפען, ער שטרעקט אויס זיין האנט, נעמט דעם פלעשל, און מאכט א ברכה און טרונקט פון דעם, ווי ער טרונקט פון דעם זענען זיינע אויגן ליכטיג געווארן, ער ווארט צו נאך אביסל, און שטעלט זיך אויף און גייט ארויס פון דעם טויער , ווי נאר ער איז ארויס פון דעם טויער האט זיך דער טויער פארמאכט אויף צוריק, ער איז צוריק געקומען צו זיין אכסניא געזונטערהייט. ער האט גלייך איינגעפאקט זיינע חפצים צוזאמען מיט זיין חבר'ס חפצים און ארויס פון דער שטאט, פון דער לאנד, מער נישט אויף צוריקצוקומען דארט.
ווי ער איז אהיים געקומען האט ער געמאכט א גרויסע סעודת הודיה, און צוזאמען גערופן אלע מענטשן פון שטאט און זיי דערציילט אלעס וואס איז געשעהן מיט איהם און מיט זיין חבר אין שפאניע און די אפענע ניסים וואס ער האט געהאט דארט. ווי ער האט זוכה געווען צו ברענגען זיין חבר לקבר ישראל אין א פרעמד ארט. פון דעמאלט האט מען מתקן געווען אז מ'זאל טיילען משקה און לעקעך פאר די מענטשן וואס קומען צוריק פון א לויה "רחמנא ליצלן". פירט אויס דער "דרכי תשובה" אז פון דעם נעמט זיך דער אלטער מנהג צו טרונקען לחיים נאך א לויה.
א שידוך פון הימל
געווען א מעשה אין אינע פון די גרויסע שטעט אין אייראפע, דארט האט געוואוינט א גרויסער גביר וואס איז אויך געווען דער פרנס פון דער אידישער קהילה אין יענע שטאט. חוץ וואס ער איז געווען א גרויסער גביר און געטיילט צדקה לרוב, פאר יעדן איינעם, און זיין הויז איז געווען א אפענע הויז פאר הכנסת אורחים, וואס ער מיט זיין ווייב האט יענען איינעם באדינט זיער ווארעם, און יעדער איינער האט זיך געשפירט זייער היימיש באזיי אין הויז, איז דער גביר אויך געווען א גרויסער תלמיד חכם. אויפגעשטאנען פארטאגס און געלערנט עטליכע שעה פאר'ן דאוונען, אזוי אויך ביינאכט פאר'ן גיין שלאפן ווען זיין ווייב האט זיך געקימערט מיט די אורחים האט ער געלערנט. אזוי אז עס איז מקויים געווארן ביי איהם דאס וואס חז"ל האבן געזאגט "תורה וגדולה במקום אחד".
די ביידע, דער גביר און זיין פרוי זענען שוין געווען איבער די זיבציג יארן, און זיי האבן געהאט א מיידל א בת יחידה וואס איז געבוירן געווארן צו זיי אין די שפעטערע יארן. די מיידל איז געווען א מושלמת אין אלעס, שיין און קלוג. איינמאל אין א געוויסע שבת נאכמיטאג זיצט דער גביר מיט זיין ווייב, און די טאכטער איז געאגאנען באזוכן א חברת'ע, האבן זיי זיך צושמועסט וועגן דער תכלית פון זייער טאכטער. דער גביר זאגט צו זיין פרוי, מיר זענען שוין אין די עלטערע יארן, און מיר ווייסן נישט ווען עס וועט קומען דער טאג פון אונזערע שטארבן, דעריבער דארפן מיר טראכטן דעם ריכטיגן תכלית פאר אונזערע טאכטער וואס איז שוין געקומען אין די יארן צו זוכן א שידוך פאר איר. פאר וועמען זאלן מיר איר געבן, א חתן וואס זאל אויך פארמאגן די אלע שיינע מעלות וואס זי האט? די פרוי רופט זיך אן און זאגט, ביסט גערעכט מ'דארף טאקע זייער ערנס טראכטן וועגן די זאך. זאגט דער גביר איך האב אליין שוין אריינגעטראכט אין דער זאך און איך בין געקומען צו אן החלטה, אז מיר זאלן איר חתונה מאכן מיט מיינס א שוועסטערס א קינד, וואס סיי וואס ער איז א גביר און האט אויך זייער שיינע און גוטע מדות. זאגט אבער די פרוי, אויב מיר דארפן איר חתונה מאכן מיט א קרוב אונזערע, דעמאלט איז שוין בעסער איר חתונה מאכן מיט מיין ברודערס א זוהן, הגם דאס ער איז נישט קיין גביר, אבער ער איז זייער א קלוגע און לערנט זייער פיין. אבער דער מאן רופט זיך אן האלט זיך ביי זיינס און זאגט, מיין שועסטערס זוהן איז בעסער פאר איהם, ער איז אויך א בן תורה און נאך דערצו א גביר., און אונזערע טאכטער וועט זיכער זין צופרידן מיט ביידע סיי מיט די תורה וואס ער פארמאגט און סיי מיט די עשירות וואס ער האט. אבער זי האט זיך געהאלטען ווייטער ביי אירס, אז מ'זאל איר חתונה מאכן מיט איר ברודערס א זוהן. זייהאבן נישט געקענט קומען צו אן החלטה צו וועמען מ'זאל געבן די טאכטער.
נאך עטליכע טעג האט דער גביר געמאכט א גרויסע סעודה, און געלאזט רופן זיינע בעסטע חברים אן ידידים וואס זענען געווען אנשים חכמים ויראי שמים, אזוי אויך האט ער געלאזט רופן צו די סעודה די צוויי בחורים , זיינס א פלומעניק און זיין ווייב'ס א פלומעניק. כדי די מענטשן זאלן זיך באקענען מער נענטער מיט די צוויי בחורים. אזוי האט מען געפראוועט א סעודה, און די צוויי בחורים האבן ביידע געזאגט שיינע דרשות, און דער עולם האט שטארק הנאה געהאט פון ביידע. נאכ'ן סעודה האט דער גביר געהייסן די צוויי בחורים אז זיי קענען צוריק אהיים גיין, ווייל ער דארף עפעס אדורך שמועסן מיט די מענטשן. אזוי האט ער אויך געהייסן זיין טאכטער זי זאל גיין צו איר אייגענע צימער.
ווען די בחורים זענעון שוין דארט נישט געווען אזוי אויך נישט די טאכטער, רופט זיך אן דער גביר צו זיינע ידידים און זאגט, רבותי! איר ווייסט דאך שוין אז איך מיט מיין ווייב זענען שוין אין די עלטערע יארן, און אונז ווילן זייער שטארק חתונה מאכן אונזערע טאכטער, אבער עס איז דא חילוקי דיעות צווישן מיר און מיין ווייב צו וועמען מ'זאל איר חתונה מאכן. איך וויל איר חתונה מאכן צו מיין פלומעניק, און זי וויל איר חתונה מאכן צו איר פלומעניק. יעצט האט איר זיך באקאנט מיט די ביידע בחורים וואס זענען געווען דא, איר האט געשמועסט מיט זיי און געהערט זייערע דרשות, אדרבא, זאגט איר וואס איר זענעט חכמים און בעלי נסיון, צו וועמען פון די צוויי בחורים זאל איך געבן מיין טאכטער די בת יחידה? און וואס איר וועט זאגן וועל איך מיט מיין ווייב טאן און מסכים זיין.
דער גביר איז ארויס פון צימער פאר א וויילע און די מענטשן האבן זיך גענומען טראכטן און רעדן וועלכע בחור איז מער פאסיג פאר די טאכטער פון דעם גביר. זיי האבן נישט זיך געקענט געבן אן עצה ביז נאך א שעה האבן זיי אריינגערופן דעם גביר און איהם געזאגט. הער אויס מיר האבן מחליט געווען צו טאן א פראווע מיט די צוויי בחורים, זעהן ווער איז די פאסיקסטע פאר אייערע טאכטער. ביידע בחורים זענען באמת גוט און פיין אין אלע מעלות, און פאר יעדער איינער באזונדער איז ווערד צו געגעבן ווערן אייער טאכטער, אבער ווי באלד מיר קענען נישט מחליט זיין פאר וועמן דעריבער האבן מיר אדורך געטאן די גאנצע זאך, און מיר זענען געקומען צו א פשרה, אז מ'זאל געבן פאר יעדער בחור באזונדער 200 גאלדענע רענדלעך, זאלן זיי גיין אין די ווייטע לענדער און קויפן סחורה און פירן מסחר מיט די געלט, יעדער איינער לפי זיין אייגענע פארשטאנד, און דער וואס וועט צוריק קומען מיט די בעסטע סחורה און די מערסטע געלט, איז א סימן אז די מיידל איז זיין באשערטע.
די עצה איז זייער געפאלען געווארן פאר דעם גביר מיט זיין ווייב, זיי האבן געלאזט רופן די צוויי בחורים, און זיי געזאגט "דא האט איר יעדער איינער באזונדער צוויי הונדערט גאלדענע רענדלעך, און גרייט אייך צו ארויס צו גיין ווייט אין וועג איינצוקויפן סחורה מיט די געלט, און דער וואס וועט צוריק קומען מט די בעסטע סחורה, פאר איהם וועט אונזערע טאכטער זיין באשערט, גייט לחיים טובים ולשלום און זייט מצליח".
ביידע האבן זיך ארויס געלאזט אין וועג, און יעדער איינער האט געטראכט בייזיך באוזנדער אז צו איהם וועט פאלן די גורל פון די חשוב'ע מיידל פאר א כלה. ביידע זענען געקומען אין א גרויסע שטאט וואס דארט איז געווען צו קויפן פארשידענע סארט סחורה, ביליגע און טייערע. דער פלומעניק פו דעם גביר הנט איינגעקויפט מיט די געלט א גרויסע זאק פן טייערע וואל און טייערע סחורה פון זייד. אבער דער פלומעניק פון די בעל הבית'טע האט אייגנעקויפט מיט די געלט טייערע איידל שטיינער און בריליאנטן וואס מ'קען טראגן אין די קעשענעס.
ווי ביידע האבן זיך געגרייט צוריק צו גיין אהיים, זענען זיי איינגעשטאנען אין א גאסט הויז צו נעכטיגן. אין דער גאסט-הויז איז אבער ליידער געווען אויך מענטשן נישט גוטע, גנבים און ליצנים און פושעים. זיי האבן געזעהן די צוויי בחורים, האבן זיי זיך דערנענטערט צו זיי און גענומען זיך שמועסן מיט די צוויי בחורים. אזוי ווייט ביז די צוויי בחורים האבן זיך נישט גוט געהיטן און האבן דערציילט פאר די מענטשן די מטרה פארוואס זיי זענען געקומען אין דער שטאט, און וואס זיי האבן איינגעקויפט.
אינמיטן נאכט ווען די צוויי בחורים זענען גוט געשלאפן, זענען אריין די גנבים אין זייערע צימער, און פון דער וואס האט געקויפט די בריליאנטן האבן זיי צוגע'גנב'ט דעם גאנצן זעקיל פון בריליאנטן, אבער פון דער וואס האט איינגעקויפט סחורה פון זייד און וואל, האבן זיי נאר גענומען עטליכע שטיקלעך פון דעם און די איבריגע האבן זיי איבער געלאזט.
ווי די צוויי בחורים האבן זיך אויפגעוואכט אינדערפי און האבן באמערקט די גניבה וואס איז געווען באזיי. האט זיך דער בחור פון די בריליאנטן זייער שטארק געערגעט וואס מ'האט צוגענומען זיין גאנצע סחורה וואס ער האט איינגעקויפט, אבער דער צווייטער בחור איז געווען פריילעך וואס מ'האט נאר אביסל צוגענומען פון די סחורה וואס ער האט איינגעקויפט און כמעט די גאנצע איז נאך געבליבן. און ער רופט זיך אן צו דעם אנדערן בחור און זאגט, קום לאמיר שנעל אהיים גיין אין אונזערע שטאט, ווייל דארט איז בעסער פאר אונז צו זיין ווי דא בלייבן. דער בחור האט נישט געקענט איינהאלטן אין זיך זיין שמחה צו ווערן בקרוב דער איידעם פון דעם גרויסן גביר. אבער דער צווייטער בחור וואס האט איינגעקויפט די בריליאנטן רופט זיך אן צו איהם און זאגט, הער אויס! איך גיי מער נישט מיט דיר צוזאמען, ווייל מיר האבן שוין מער נישט קיין שייכות איינער מיט די אנדערע. לאמיר זיך צוטיילן און יעדער איינער זאל גיין זיין וועג.
דער בחור מיט די איבערגעבליבענע סחורה פון וואל און זייד איז אהיים געקומען אין שטאט, און מ'האט איהם געפרעגט וואו איז זיין חבר דער אנדערע בחור, האט ער זיך אנגערופן און געזאגט "השומר אחי אנכי" און האט זיי נישט דערציילט וואס עס איז געשעהן מיט די סחורה פון זיי ביידע. אויך האט ער נישט דערציילט פאר וואס ער האט זיך געשייד פון דעם אנדערן בחור. דא האט זיך דער גביר אנגערופן און געזאגט אויב ביז זעקס חדשים וועט דער צווייטער בחור נישט אהיים קומען, דעמאלט וועט ער געבן זיין טאכטער פאר דעם בחור פאר א כלה. דער בחור האט זיך זייער געפרייט, אזוי אויך זיין פעטער דער גביר. אבער די בעל הבית'טע איז געווען אביסל פארזארגט, זי האט דאך אבער יא געוואלט דעם אנדערן בחור איר פלומעניק, זי האט זיך זייער מצטער געווען פאר וואס ער איז נאך נישט אהיים געקומען, אבער זי האט זיך געטרייסט אז עס איז דאך דא נאך צייט ביז זעקס חדשים ביז ווען ער זאל אהיים קומען. און דערווייל וועט זי מתפלל זיין צום באשעפער אז דער באשעפער זאל באקליגן זיינע וועגן און ער זאל שטארק מצליח זיין אין זיינע געשעפטן.
לאמיר צוריק גיין צו דעם בחור וואס האט אלעס פארלוירן, די בעל הבית'טעס פלומעניק און זעהן וואס איז געשעהן מיט איהם ווייטער, נאך דעם וואס ער האט זיך אפגעשייד פון זיין חבר וואס איז שוין אהיים געקומען.
דער בחור האט נישט געהאט וואס צו טאן, האט ער זיך גענומען גיין ארויס פון שטאט, ביז ער האט אנגעטראפן א גרויסע וואלד, ער האט זיך ארום געדרייט אין דער וואלד פאר דריי טעג און דריי נעכט און נישט געקענט טרעפן א וועג ווי אזוי ארויס צו גיין פון דער וואלד. דער הונגער האט איהם גענומען מוטשענען, אט זעהט ער פון דערווייטענס א פרוכט בוים פון שיינע עפלעך. ער גייט גלייך צו דער בוים און נעמט אראפ אן עפל, מאכט א ברכה און עסט דעם עפל, אבער צו זיין ערשטוינונג געט ער א קוק אויף זיין קערפער זעהט ער ווי זיין גאנצע קערפער איז פיל געווארן מיט קרעץ. ער איז זייער פארביטערט געווארן אויף דעם שיקזאל וואס האט איהם יעצט געטראפן. ער גייט אזוי ווייטער זייער מיט א צובראכן הארץ און אט זעהט ער ווידער א שיינע פרוכט בוים מיט עפלעך, טראכט ער ביי זיך אז ער וועט נעמען און עסן פון די עפלעך אויך, אזוי וועט ער ענדיגן זיין לעבן און פטור ווערן פון זיינע יסורים. און ווי נאר ער האט גענומען אן עפל אין די האנט און גענומען זיך עסן פון דעם עפל, זענען זיינע אויגן אויפגעלאכטן געווארן, און וואונדער איבער וואונדער ער געט א קוק אויף זיין קערפער און זעהט ווי די גאנצע קרעץ איז פארשוואונדען געווארן, און זיין לייב זעהט יעצט אויס ווי די לייב פון א פריש געבוירן קינד. ער האט גלייך גענומען לויבן דעם באשעפער אויף זיינע גרויסע חסדים וואס ער האט געטאן מיט איהם. דער באשעפער האט איהם אריינגעגעבן שכל אין קאפ אז ער זאל מיט זיך מיט נעמען פון ביידע עפלעך באזונדער. אזוי האט ער געטאן ער האט אריין געלייגט אין צוויי זעקלעך, אין יעדער זאק אביסל פון די נישט גוטע עפל וואס פון דעם ווערט מען קרעציג און אין דעם צווייטן זעקל פון די גוטע עפל וואס היילט אויס די קרעץ, און ער האט געטראכט באזיך אז אפשר וועט דאס איהם נאך צונוץ קומען מיט דער צייט.
ער נעמט זיך וואנדערן אין וואלד ביז ער איז ארויס געקומען פון וואלד, ער קומט אן אין א גרויסער שטאט פיל מיט מענטשן, אבער ער זעהט און באמערקט ווי אלע מענטשן גייען ארום מיט דעם קאפ געבויגען און זענען זייער טרויעריג. ער וואונדערט זיך אויף דעם, ביז ער פרעגט איינעם פארוואס יעדער איינער איז אזוי טרויעריג. האט מען איהם דערציילט, אז דער קעניג פון דער אלנד וואס איז זייער א גוטע קעניג, איז ליידער קראנק געווארן מט א געוויסע קרעץ וואס קיינער קען דאס נישט היילן, מ'האט שוין געברענגט דאקטוירים פון פארשידענע לענדער אבער קיינער האט גארנישט געקענט טאן צו היילן דעם קעניג פון זיינע קרעץ. און דעריבער וויינען מיר טאג און נאכט אויף דעם שיקזאל פון אונזערע טייערע און גוטע קעניג. רופט זיך אן דער בחור און זאגט, אויב מ'וועט מיר ברענגען צום קעניגליכן פאלאץ בין איך זיכער מיט דעם באשעפער'ס הילף אז איך וועל קענען היילן דעם קעניג. רופט זיך אן דער מענטש פון שטאט, און זאגט, איך גלייב נישט אז א מענטשליכע האנט קען היילן דעם קעניג, אבער אויב דו ווילסט דוקא וועלן מיר דיר ברענגען צום קעניגליכן פאלאץ.
מ'האט געפירט דעם בחור צום קעניגליכן פאלאץ, מ'האט איהם אריינגעלאזט צום קעניג וואס איז געלעגן אין בעט באדעקט מיט קרעץ פון קאפ ביז צום פיס. דער בחור פאלט צו די פיס פון דעם קעניג און זאגט, פרידן זאל זיין מיט דעם קענ יג! דער קעניג רעד צו איהם מיט גרויס צער און פרעגט איהם אויב ער קען איהם ארויס העלפען פון זיינע קרעץ? נאכדעם וואס אלע דאקטוירים האבן דאס נישט געקענט טאן? זאגט דער בחור אז מיט דעם באשעפערס הילף האפט ער צו היילן דעם קעניג און וועט פריוון דאס צו טאן.
דער בחור האט ארויס גענומען אן עפל פון די נישט גוטע עפל, ער האט אראפ געשניטן א שטיקל פון דעם, ארויף געלייגט אביסל האניג אויף דעם און דאס געגעבן פאר דעם קעניג צו עסן. ווי נאר דער קעניג האט געגעסן אביסל פון דעם האט זיך זיין קרעץ זיך פארשטארקט, און זיינע שמערצן זענען געוארן גאר שטארק נישט אויס צוהאלטן. אבער דער בחור פארלירט זיך נישט און זאגט פאר דעם קעניג דאס איז א גוטע סימן, אז אזוי ווי די קרעץ האט זיך פארשטארקט אזוי וועט דאס באלד אויך אוועק גיין. דער בחור האט שנעל גענומען א צווייטע עפל פון די גוטע עפל, ארויף געלייגט אויף דעם אביסל האניג, און געגעבן פאר דעם קעניג צום עסן, ווי נאר דער קעניג האט גענומען איין ביס פון דעם עפל, האט ער געשפירט ווי זיינע שמערצן זענען אוועק ממש אין עטליכע סעקונדעס, און וואונדער איבער וואונדער ער געט א קוק אויף זיין קערפער און זעהט ווי די אלע קרעץ זענען פארשוואונדן געווארן און עס איז נישט דא קיין זכר פון זיי, און זיין לייב זעהט אויס ווי די לייב פון א קינד. דער קעניג האט זיך זייער געפרייט אזוי אויך אלע מענטשן פון שטאט וואס דער קעניג איז אויסגעהיילט געווארן. און די טרויער פון שטאט איז איבערגעדרייט געווארן לששון ולשמחה.
שפעטער רופט דער קעניג צו דעם בחור אין א זייט און זאגט צו איהם, איך זעה אז דו ביסט גאר א גרויסער דאקטער, בעט פון מיר וואס דו ווילסט און איך וועל דיר דאס געבן עד חצי המלכות בין איך גרייט דיר אוועק צו געבן פאר'ן אויסהיילן מיר. רופט זיך אן דער בחור און זאגט, הער אויס אדוני המלך, אין דעם קעניג'ס לאנד איז דא א קליין שטעטיל וואס דארט וואוינען מיינע עלטערן וואס זענען נישט רייך, דעריבער בעט איך פון דעם קעניג אז ער זאל מיר מאכן דער פארוואלטער און גאווערנער פון דער שטאט, אזוי וועל איך קענען שפייזן מיינע עלטערן מיט גרויס כבוד.
דער קעניג האט גלייך געלאזט שיקן די עדוואקאטן, אן מ'האט איבער געשריבן אז דער שטאט גייט יעצט אינטער די הענט פון דעם בחור, און ער וועט פון יעצט און ווייטער זיין דער שר ומושל אויף יענע שטאט. דער קענ יג האט אראפ גענומען זיין רינגל און דאס געגעבן פאר איהם, אוזי אויך האט דער קעניג אנגעטאן א גאלדענע האלדז-באנד אויף זיין האלדז, און איהם געשיקט צו זין שטאט מיט 400 רייטערס וואס זאלן איהם באגלייטן ביז זיין שטאט, צוזאמען מיט גאלד און זילבער ער זאל קענען שפייזן דעם שטאט. אזוי אויך האט דער קעניג געלאזט וויסן מיט א שנעלער שליח צו דער שטאט, אז עס קומט צו גיין א נייער מושל אין דער שטאט און אלע זאלן איהם זייער שיין אויפנעמען און מאכן פאר איהם א שיינער קבלת פנים.
ווי די מענטשן פון שטאט האבן געהערט אז עס קומט צו גיין א נייער מושל, זענען זיי אלע ארויס איהם מקבל פנים זיין, אוזי אויך האבן די אידן געשיקט די הויפט פון זייער געמיינדע מקבל פנים זיים דעם נייעם שר. מיט ברעגנען מיט זיך א שיינע מתנה פאר דעם שר.
ווי דער שר איז אנגעקומען אין שטאט, איז דער משלחת פון די אידן איהם געגאנגען מקבל פנים זיין מיט דעם שיינעם מתנה, זיי האבן איהם נישט דערקענט, ווייל ער איז יעצט געגאנגען אנגעטאן אין טייערע שיינע קעניגליכע קליידער. די אידן האבן זיך געבוקט צו איהם און איהם איבער געגעבן די מתנה און איהם געבענטשט אז ער זאל פירן דעם שטאט מיט גרויס גנאדע און דער באשעפער זאל כסדר זיין מיט איהם. דער שר קוקט אויף די משלחת פון די אידן און באמערקט זיין פאטער צווישן די מענטשן, רופט ער זיך אן צו די ראשי הקהילה און זאגט, די מתנה זאלט איר געבן צו דעם מענטש דארט און ווייזט מיט דעם פינגער אויף זיין פאטער. און זאגט "איך זעה אז דער מענטש איז זייער ארעם דעריבער איז שיין צו געבן פאר איהם די מתנה". נאך א זאך וויל איך פון אייך אידן זאגט דער שר, ווען עס וועט פארקומען א חתונה ביי אייך אין שטאט זאלט איר מיר רופן, ווייל איך וואלט זייער שטארק געוואלט זעהן ווי אזוי עס גייט צו די צערעמאניע פון א אידישע חתונה. דא רופט זיך אן דער ראש הקהל און זאגט: אדוני השר! איך מאך חתונה מיין טאכטער די קומענדיגע וואך, און עס וואלט געווען א גרויס כבוד פאר מיר אז דער שר וואלט געקענט זיך באטייליגן אין די חתונה.
אזוי איז געווען דער גרויסער גביר וואס מיר קענען שוין וואס איז אויך געווען דער ראש הקהל האט זיך געגרייט צו די חתונה פון זיין טאכטער מיט זיין פלומעניק, אלעס איז שוין געווען גרייט צו די חופה, מ'האט צוגעגרייט א שיינעם ארט פאר דעם שר וואס דארף קומען צו די חופה. דער שר איז אנגעקומען אין זיין קעניגליכע קארעטע און מ'האט איהם געזעצט אויף זיין בכבוד'יגן ארט נעבן די חופה. ווי די חתן כלה זענען שוין געווען אינטער די חופה, בעפאר דער חתן האט מקדש געווען די כלה, האט זיך דער שר אויפגעשטעלט און האט זיך אנגערופן און געזאגט "ווארט אביחל ווייל איך וויל רעדן עטליכע ווערטער צו אייך". אלע שטייען אויף און ווילן הערן די ווערטער פון דעם שר. דער שר הייבט אויף זיין קול און רופט זיך אן "די כלה וואס שטייט דא איז באמת מיין באשערטע כלה! איך בין איר קאזינע איר מוטער'ס ברודערס זוהן, וואס איז אוועק געפארן מיט 200 גאלדענע רענדלעך צו זוכן גוטע סחורה, יעצט קענט איר אליין זעהן די גוטע סחורה און צו וואס איך בין צוגעקומען. ער האט זיך גענומען דערציילן די גאנצע מעשה פון די עפל און אלעס וואס ער האט געהאט מיט דעם קעניג ביז דער קעניג האט איהם געמאכט פאר א שר אויף דעם שטאט.
דער חתן וואס איז געשטאנען אינטער די חופה האט איהם גלייך באמערקט און דערקענט, ער האט אראפ געלאזט זיינע אויגן און געזאגט יא! יא! ער איז גערעכט צו איהם געהערט די כלה ווייל ער איז צוגעקומען צו אזא שיינע פאסטען מיט זיין חכמה. דער שר האט גלייך מקדש געווען די כלה, און די גאנצע עולם האט זיך זייער שטארק געפרייט מיט די חתן וכלה. און די מערסטע האבן זיך געפרייט די עלטערן פון ביידע וואס זיי האבן זוכה געווען צו דעם אלעמען. און ווער עס האט נישט געזעהן אזא שמחה אין שטאט האט נאך נישט געזעהן קיין ריכטיגע שמחה אין שטאט.
דער שר איז נישט געבליבן שטיל, און האט גלייך אויפגעזוכט ביי איינע פון די שענסטע גבירים אין שטאט א כלה אויך א מושלמת פאר דעם אנדערן בחור, און זיין חתונה איז אויך געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר, און דער שר האט זיך געשפירט ווי דער הויפט מחותן.
גאווה איז א מיאוסע תאווה
א.
אין די צייטן פון דעם הייליגען בעל-שם-טוב האט אין א געוויסער שטעטל געלעבט א גרויסער גביר. דער גביר איז געווען א גרויסער בעל-צדקה. ווער ס'איז אריין צו אים אין הויז א הונגעריקער איז ארויס א זאטער. מיט א פיינער נדבה דערצו. ווער עס האט זיך גענויטיקט אין א גמילת-חסד האט עס באקומען פונם גביר מיט א פריינטליכן פנים. און אויב האט אימיצער געדארפט האבן פון אים סתם א טובה, האט אים דער גביר דאס גערן געטאן.
נאר איין שוואכקייט האט דער גביר געהאט. ער איז געווען א בארימער. ער האט ליב געהאט זיך צו בארימען מיט די אלע גוטע מעשים טובים וואס ער פלעגט טאן. איז אריינגעקומען צו אים א משולח קלייבן געלט פאר א ישיבה, פלעגט ער אים געבן א שיינע נדבה, אבער דערביי פלעגט ער זיך בארימען, אז ער האט מיט א פאר טעג פריער געגעבן א משולח אזא נדבה פאר אן אנדער ישיבה. אבער ער גיט מיטן פולן הארצן. פלעגט אריינקומען אן ארעמער קרעמער בעטן א גמילת-חסד, פלעגט ער א צופרידענער א זאג געבן "דאס איז שוין היינט די דריטע מצוה וואס דער אויבערשטער האט מיר צוגעשטעלט", אדער ענלעכע ווערטער. אט אזא תאווה האט ער געהאט צו גאווה. און האט אפילו נישט געפילט, וווי מיאוס און נישט שיין דאס איז.
אין א געוויסן טאג איז צום גביר אריינגעקומען א איד א דורכפארער. ער האט דעם גביר געזאגט, אז ער קלייבט געלט פאר אן ענין פון "פדיון שבויים", אויסצולייזן אן ארעמען קרעטשמער, וועמען דער פריץ האט אריינגעזעצט אין תפיסה, ווייל ער האט די ארענדע נישט געקענט באצאלן. דער גביר האט אים געגעבן א שיינע נדבה, און דערביי אים געזאגט, ווי געשמאק ס'איז פאר אים צו געבן אויף צדקה און גמילות-חסדים, און אז קיינער גייט נישט ארויס פון זיין הויז מיט ליידיגע הענט, און אז ער האט שוין יענעם טאג געטאן די און יענע גוטע זאכן, און אזוי ווייטער, ווי זיין שטייגער איז געווען.
דער משולח האט בא אים גענומען די נדבה און ער האט צוגעוואונטשן, אז דער אויבערשטער זאל אים העלפן אויך ווייטער צו טאן צדקה און מעשים-טובים מיט א ברייטער האנט.
דער משולח איז געווען פון די פארבארגענע מענטשן פון די צדיקים נסתרים פון דעם בעל-שם-טוב, דורך וועלכע דער בעש"ט פלעגט דורכפירן פארשידענע ענינים שטילערהייט, אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון, ווען ער האט זיך צוריקגעקערט צום בעל-שם-טוב און האט אויפן טיש אוועקגעלייגט די געלט וואס ער האט אנגעזאמלט, האט ער אין א באזונדער טיכל אויך אוועקגעלייגט דעם גביר'ס נדבה, וועלכע איז טאקע געווען די גרעסטע וואס ער האט פון אימיצן באקומען.
דער בעש"ט האט געווארפן א בליק אויף דאס טיכל מיטן געלט און האט זיך פארטראכט, דאן האט ער א זאג געטאן: "עס טראגט זיך עפעס נישט קיין געשמאקער ריח פון די געלט", און האט געפרעגט דעם משולח פון וועמען ער האט דאס באקומען, דער משולח האט דעם בעש"ט שדערציילט, אז ער האט דאס באקומען פון יענעם גביר.
"ס'איז א רחמנות אויף א אידן", האט דער בעש"ט ווייטער געזאגט, "אין הימל איז געווארן א קיטרוג צוליב דאס וואס זיין עשירות האט אים אריינגעבראכט אין גאווה, און מ'וויל בא אים צונעמען זיין גאנצע עשירות, סיידן ער וועט תשובה טאן. מ'דארף אים העלפן".
דאן האט דער בעש"ט געזאגט זיין משולח, אז ער זאל צוריקפארן צו יענעם גביר און זאל נישט פארלאזן זיין הויז, ביז ער וועט ווערן אויסגעהיילט פון זיין מיאוסער תאווה צו גאווה. "אז ער וועט זיך נעמען בארימען מיט זיין עשירות, זאלסטו אים איבערשלאגן די רייד און זאגן, אז מ'וועט נאך שמועסן..." האט אים דער בעש"ט אנגעזאגט, "און אזוי כסדר, ביז ער וועט אויפהערן זיך צו בארימען".
ב.
דער משולח איז געקומען צום גביר, און דער גביר האט אים ווידער פריינטלעך אויפגענומען, און געפרעגט, אויב עס פלעט אים נאך אויס געלט צו דער נוטיקער סומע פאר דעם ענין פון "פדיון שבויים", דער משולח האט אים געענטפערט, אז ער איז דאס מאל נישט געקומען בעטן געלט, נאר וואלט וועלן אויסרוען זיך אביסל פון וועג.
"וועל איך דאך קענען פראווען די מצוה פון הכנסת אורחים!" האט זיך דער גביר דערפרייט, און האט אנגעהויבן דערציילן ווי גערן ער האט די דאזיקע מצווה... דער משולח האט זיין ווערטער איבערגעשלאגן, און געזאגט, אז איצט איז ער מיד פון וועג, און מ'וועט נאך שמועסן וועגן דעם.
ווען זיי האבן זיך געזעצט צום טיש עסן, האט דער גביר גענומען דערציילן, ווי דער אויבערשטער האט אים מצליח געווען, און אז ער פירט גרויסע געשעפטן און אונטערנעמונגען פאר דער מלוכה, אז ער האט וועלדער, פעלדער, מילן און מיאנטקעס...
וודיער האט אים דער משולח איבערגעשלאגן די רייד: "מ'וועט נאך שמועסן..."
אין אוונט צו וועטשערע, האט זיך דער גביר ווידער נישט געקענט איינהאלטן, און האט צו זיין גאסט געזאגט: "אלע טאג זאגן מיר אין דאוונען - והעושר והכבוד מלפניך – עשירות און כבוד איז ביים אויבערשטן אין די הענט. אוודאי אזוי, אוודאי, אבער עס פאלט מיר איין א געדאנק, קען דאן אמאל זיין די מציאות, אז איך זאל מיטאמאל פארלירן מיין 'גאנצע' עשירות און כבוד? טאמער חלילה ברענט אפ א וואלד, אדער א מיל, האב איך דאך נאך וועלדער און מילן און מיאנטקעס, און..."
דער משולח האט אים ווידער איבערגעשלאגן: "מ'וועט נאך שמועסן...איצט בין איך מיד, מ'דארף גיין שלאפן".
דער גביר האט דעם אורח געגעבן א פיינעם צימער, און איז אליין אוועק צו זיך אין שלאפצימער און האט זיך געלייגט שלאפן.
ג.
אינם שלאף חלומ'ט זיך דעם גביר, אז ער הערט א קלאפ אין טיר. ער איז אראפ פון בעט און האט אויפגעעפנט די טיר, און האט דערזען פאר זיך דעם גובערנאטאר מיט א גאנצער סוויטע באגלייטער. זיי זענען פארבייגעפארן זיין הויז, האט אים דער גובערנאטאר געזאגט, און ער האט באשלאסן מאכן בא אים א באזוך און דערווארעמען זיך מיט א גלאז טיי. אגב האט ער מיט אים צו ריידן וועגן א וויכטיגע געשעפטלעכע ענין.
דער גביר האט גערן אויפגענומען די חשוב'ע געסט, און האט דעם גובערנאטאר אליין דערלאנגט א גלאז טיי. דער גובערנאטאר האט אבער נישט באוויזן אויסצוטרינקען דאס גאנצע גלאז טיי, ווען ער איז פלוצלונג געפאלן א טויטער.
"דו האסט פאר'סמ'ט דעם גובערנאטאר!" האבן די באגלייטער אויסגערופן מיט א גרויס צארן.
געשמידט אין קייטן האט מען דעם גביר אוועקגעפירט, און מ'האט אים געשטעלט צו א געריכט. דער געריכט האט אים געפונען שולדיק אין מארד און האט אים פאר'משפט צם טויט דורך הענגען.
און אט שטייט ער שוין בא דער תלי', און דער תלין איז גרייט דורכצופירן דעם טויט אורטייל. פלוצלונג אזי אויסגעבראכן א ערד-ציטערניש. די הייזער ארום האבן זיך גענומען וואקלען, פלאמען האבן ארומגעכאפט די הייזער ארום. עס איז געווארן א פאניקע, מענטשן האבן גנעומען שרייען און לויפן. אין דעם טומל האט מען פארגעסן וועגן דער תלי', און דער גביר האט זיך אויסגעמישט מיט'ן המון און איז ענדלעך אנטלאפן וואו די פיס האבן אים געטראגן.
ווי לאנג ער איז געלאפן האט דער גביר נישט געוואוסט, אבער ענלדעך איז ער אנגעקומען אין א דארף, דא האט ער באמערקט א שטוב מיט א מזוזה אויף דער טיר, און איז אריינגעקומען אין שטוב.
אין שטוב אזי געווען א אידענע מיט קינדערלעך. דער בעל-הבית איז נישט געווען אינדערהיים. די אידענע האט דעם אויסגעמאטערטן אורח געגעבן עפעס איבערצובייסן, און דערביי זיך גענומען פאנאנדערפרעגן, ווער ער איז און פון וואנעט ער קומט. דער גביר האט מורא געהאט צו זאגן ווער ער איז, ער האט געזאגט, אז ער איז א פארבייגייער, א וואנדערער, זוכט צו פארדינען זיין ברויט מיט וואס פאר אן ארבעט עס מאכט זיך, און אפשר וואלט ער אויך דא געקענט געפינען עפעס אן ארבעט צו פערדינען זיין ברויט?
די דארפס-אידענע האט אים געענטעפרט, אז איר מאן פארנעמט זיך מיט פירן האלץ אין שטאט. און אז ער דארף טאקע אינגיכן קומען אהיים. מסתם וועט ער זיין צופרידן, אז אימיצער זאל אים צוהעלפן אין דער שווערער ארבעט. דערוויילע האט זי געזאגט דעם אורח – דער גביר – ער זאל ארויפקריכן אויפן אויוון אנווארעמען זיך ביז דער מאן וועט קומען.
דער גביר האט טאקע אזוי געטאן. די ווארעמקייט איז זיך צוגאנגען איבער אלע זיינע גלידער, און כאטש דער אויוון איז געווען הארט, האט ער נאך קיינמאל נישט געהאט אזא הנאה פון זיין געלעגער, אפילו ווען ער פלעגט זיך לייגן אין זיינע ווייכע פערענעס און קישנס אין זיין גבירישער היים, ער האט באלד איינגעדרעמלט.
עס האט לאנג נישט געדויערט ביז דער דארפסמאן איז געקומען אהיים. זיין ווייב האט פאר אים צוגעגרייט דעם טיש צום עסן, און דערביי האט זי דעם מאן דערציילט, אז עפעס א בעטלער איז געקומען מיט א פאר שעה צוריק און זי האט אים געגעבן עסן און האט אים געהייסן גיין שלאפן אויפן אויוון. "ער וואלט וועלן דיר ארויסהעלפן אין דיין ארבעט און פארדינען זיין ברויט" האט זי צוגעגעבן.
דער גביר האט זיך דערוויילע אויפגעכאפט און האט זיך צוגעהערט צום שמועס.
"הער זיך צו א מעשה נורא", האט דער דארפסמאן גענומען דערציילן זיין ווייב. "עס טומלט זיך אין שטאט מיט דעם גביר וואס איז אנטלאפן פון דער תלי'. ספעציעלע פאליצאנטן מיט הונט זענען אנגעקומען פון דער גובערנאטאר-שטאט און מ'האט אויסגערופן אין אלע גאסן, אז ווער עס וועט ברענגען א ידיעה וועגן דעם אנטלאפענעם פארברעכער, וועט באקומען א גרויסע באלוינונג פון דער מלוכה. מ'האט אויך געוויזן אן אנגעצייכטן בילד ווי דער פארברעכער זעט אויס. ווען איך קען פאקן דעם חברה-מאן, וואלטן מיר שוין געווען באזארגט מיט פרנסה כיד המלך ביז הונדערט און צוואנציק יאר!"
דער גביר איז פארציטערט געווארן. דא איז ער א פארפאלענער. ער מוז וואס שנעלער אנטלויפן פון דאנעט. ער האט זיך קוים דערווארט, ביז דער דארפסמאן און זיין ווייב זענען אוועק שלאפן. אין מיטן דער נאכט, איז ער שטילערהייט אראפגעקראכן פון אויוון און האט זיך ארויסגעשארט פון שטוב.
ער האט ווידער גענומען לויפן וואו די פיס האבן אים געטראגן. ער איז געלאפן און איז געפאלן, און ווידער געלאפן, אן עס האט זיך אים שטענדיק געדוכט, אז מ'לויפט אים נאך, און אט, אט כאפט מען אים און מ'פירט אים ווידער צו דער תלי'... א פארצווייפלטער לויפט ער מיט די לעצטע כוחות, עס נעמט גיסן א שלאקס-רעגן און ער ווערט דורכגעווייקט, און עס ווארפט אים אין קעלט און אין היץ. פלוצלונג דערזעט ער פאר זיך דעם משולח און ער פאלט צו אים צו און בעט זיך רחמים: "ראטעוועט מיך..."
ד.
דער גביר האט זיך אויפגעכאפט פון זיין בייזן חלום, באגאסן מיט א קאלטן שווייס. א וויילע איז ער געבליבן ליגן אין בעט און האט דורכגעלעבט דעם בייזן חלום מיט א שוידער. עס האט שוין גענומען טאגן. ער איז אראפ פון בעט, געוואשן נעגל-וואסער, האט זיך אנגעטאן, און איז ארויס אין גאסט-צימער. דארט האט ער שוין געפונען דעם משולח, וועלכער איז ארומגעגאנגען און האט אונטערגעזונגען "לבד הנשמה הטהורה.." צוגרייטנדיק זיך צום דאוונען.
דערזעענדיק דעם גביר, האט צו אים דער משולח געזאגט: "און איצט, אויב איר ווילט, קען מען שמועסן..."
"מה נאמר ומה נדבר, איך האב שוין געהאט איינמאל א שמועס!" האט אים דער גביר געענטפערט, און האט אים דערציילט זיין חלום מיט אלע זיינע שוידערלעך פרטים, און טרערן האבן זיך געגאסן פון זיינע אויגן.
איצט האט אים דער משולח ענדלעך דערציילט זיין שליחות:
"זיי וויסן, אז דער בעל-שם-טוב הקדוש האט מיך געשיקט אהער צו העלפן דיר ווערן א בעל-תשובה. דאס וואס מ'האט דיר באוויזן אין חלום, האט דאך געקענט פאסירן גענוי אזוי אין דער ווירקלעכקייט. איצט פארשטייסטו שוין דעם פשט פון "והעושר והוכבוד מלפניך", אלץ איז דאך א מתנה פון דעם אויבערשטן, איז מיט וואס קען זיך א מענטש בארימען?"
ס'איז איבעריק צו זאגן, אז דער גביר איז פון דאן אן פולשטענדיק אויסגעהיילט געווארן פון זיין בארימעריי-קרענק. ער האט ווייטער געטאן, און נאך מער, צדקה און מעשים טובים, אבער קיין איין ווארט פון בארימעריי איז נישט אריבער זיינע ליפן, און איז אים אפילו אין געדאנק נישט איינגעפאלען, ער האט געטאן אלע גוטע זאכן מיט דער גרעסטער עניוות און האט זיך ספעציעל אפגעגעבן מיט צדקה בסתר.