צו דערציילן ביים שבת טיש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

דאקטאר גארדאן ווערט א בעל תשובה

עס איז אמאל אריינגעקומען צום הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע א איד פון ווילנא וואס איז געווען א מתנגד, ער האט נישט געגלייבט אין די חסידישע רביים. ער איז אריין צום מגיד פראווון זעהן ווער דער מגיד איז. ווי ער איז אריינגעקומען האט איהם דער מגיד געזאגט: מיין קינד זאלסט וויסן אז נישט קיין רפואות היילן דעם קראנקן מענטש, נאר די דאקטוירים, ווייל מיט יעדן דאקטאר גייט מיט א מלאך, און מיט דעם גרעסטן דאקטאר גייט דער מלאך רפאל אליין. דער מתנגד האט גארנישט פארשטאנען וואס דער מגיד וויל מיט די ווערטער. ער קלערט ביי זיך, געלויבט השי"ת איך בין געזונט און דארף בכלל נישט קיין דאקטאר!

בקיצור ער איז אוועק פון דארט און איז צוריק אהיים געפארן, ער האט זיך געזוימט אין וועג א דריי חדשים ביז ער איז אהיים געקומען קיין ווילנא. ווי נאר ער איז אהיים געקומען, איז ער געווארן קראנק, קיינער האט נישט געוואוסט פון וואנען די קראנקהייט נעמט זיך. מען האט גענוצט אלע דאקטוירים, און קיינער האט איהם נישט געקענט העלפן. אזוי ווייט אז ער האט שוין געהאלטען ביים שטארבן.

דער איד איז אבער געווען א גרויסער חשוב אין דער שטאט ווילנא, די גאנצע שטאט האט זיך געזארגט פאר זיין לעבן, אז מען האט געהערט אז ער איז שוין א גוסס איז דער גאנצע שטאט זיך צוזאמגעקומן און מ'איז געשטאנען נעבן זיין בעט. ווי זיי שטייען דארט הערן זיי, אז דער פרייסישער קעניג איז געקומען קיין ווילנא. האבן די מענטשן זיך באראטן צו בעטן דעם קעניג אז ער זאל זיי ערלויבן צו שיקן זיין לייב דאקטאר צו באזוכן דעם חולה, אפשר וועט דער דאקטאר קענען איהם ראטעווען! פון די חשובי העיר זענען געגאנגען צום קעניג און בעטן רשות פאר דעם קעניג'ס דאקטאר, דאקטער גארדאן זאל קומען באזוכן דעם חולה.

דער קעניג האט זיי געגעבן די ערלויבעניש, זיי האבן געבעטן דעם דאקטאר אליין און ער איז מיט זיי געגאנגען אין שטוב פון דעם חולה. ער האט א קוק געגעבן אויף דעם חולה, איז ער בייז געווארן פאר וואס מען האט איהם געבראכט צו א מענטש וואס האלט שוין ביים שטארבן. ער האט געזאגט: בין איך דען א ג-ט וואס קען מחיה מתים זיין? ער האט געוואלט ארויס גיין, אבער ער האט זיך נישט געקענט אדורך שטיפן דורך דעם גרויסן עולם וואס איז געווען דארט. עס גייט אריבער א פערטל שעה און דער דאקטאר גוט א קוק אויף דעם חולה זעהט ער אז ער איז בעסער געווארן, זאגט ער אז עס קען מעגליך זיין אז א געוויסע רעצעפט וועט איהם העלפן. האט ער געהייסן דער גאנצער עולם ארויס גיין, ער האט זיך געזעצט און האט אים נאכאמאל באטראכט, און האט אויף געשריבן איין רעצעפט און האט אוועק געשיקט אין דער אפטייק צו נעמען דעם רעצעפט. ער פארזוימט זיך נאך מער ביים חולה און ער זעהט ווייטער אז דער חולה איז פיל בעסער געווארן, און דארף שוין יעצט א אנדערע רעצעפט. האט ער שנעל געשיקט א שליח אומקערן דעם ערשטן שליח, און האט אנגעשריבן א צווייטער רעצעפט.

ווי דער צווייטער שליח איז אוועק פון דארט, האט ער ווייטער געזעהן אז דער חולה ווערט נאך בעסער, האט ער געשריבן א אנדערע רעצעפט. בקיצור עס איז אזוי געווען עטליכע מאהל, דער דאקטאר האט גאר נישט פארשטאנען וואס דאס איז, ער האט קיינמאל אזוינס נישט געזעהן. ווי ער שטייט און וואונדערט זיך אזוי, זעצט זיך אויף דער חולה און זאגט איך בעט אייך בלייבט דא מיט מיר נאך אביסל ווייל איר אליין היילט מיר און נישט די רעצעפטן. ווייל דער רבי האט מיר געזאגט אז מיט דעם גרעסטן דאקטאר גייט מיט דער מלאך רפאל אליין, קען מען געזונד ווערן אן רפואות. איך האב דעמאלט נישט געוואוסט וואס דער מגיד האט געמיינט מיט די ווערטער, און היינט זעה איך אז עס איז טאקע אזוי.

דער דאקטער איז געווען א איד, אבער ווייט פון אידישקייט, ווי ער האט דאס געהערט האט ער איהם געפרעגט ווער איז דער רבי? האט ער אים געזאגט אז דאס איז דער מעזריטשער מגיד. האט דער דאקטאר געזאגט אז ער קען דאס פארשטיין מוז ער זיין איין גרויסער צדיק. דער נאך איז דער דאקטאר אליין געפארן צום הייליגן מגיד. ווי ער איז אריינגעקומען צום מגיד, און באוואוסט איז אז דער מגיד איז געווען א קראנקער אויף די פיס. האט איהם דער מגיד געזאגט, איר זאלט מיר אויסהיילן דעם גוף און איך וועל אייך אויסהיילן די נשמה. אזוי איז דער דאקטאר געווארן א בעל תשובה, און שפעטער פון די חשוב'סטע תלמידים פונעם הייליגן מגיד זי"ע.
לעצט פארראכטן דורך יקותיאל אום דינסטאג יולי 05, 2011 9:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

עס איז דא ב"ה גענוג מעשיות אין סטאק געפינטעלטע מעשיות און נישט געפינטעלט דער עולם זאל לאזן וויסן וואס מען דארף ענדרעש צוביסלעך וועט מען ארויפלייגן נאך און נאך הצלחה און סייעתא דשמיא
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

ריזן דאנק אייך, אין מילים בפי להודות ולהלל!!!

פון מיר אויס איז קיין נפק"מ יא געפינטעלט צו נישט.
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

נאר איין פאטש

א.
דער פאטש

מיט בערך דריי הונדערט יאר צוריק האט אין שאריגראד געלעבט א רב מיט'ן נאמען רבי דוד צבי אויערבאך. ער איז געווען א גרויסער למדן, אבער אויך א גרויסער קפדן – א נוח לכעוס. די הנהגה פונ'ם רב איז געווען אויפצושטיין יעדן טאג בעלות, אפצודאוונען ביחידות ביז "ברוך שאמר". דערנאך זיך זעצן לערנען און ווארטן ביז משה שמש זאל קומען, אנקלאפן אין פענצטער און זאגן: "רבי, דער עולם ווארט!" דעמאלט האט דער רב ר' דוד צבי מפסיק געועון דאס לערנען, אויף גיך זיך אנגעטאן זיין קאפאטע אויף איין ארבל און זיך געאיילט אין בית-המדרש, וואו דער עולם האט אויף אים געווארט ביי "ברוך שאמר".

אט אזוי איז עס אנגעגאנגען פיהל יארן. ר' דוד צבי, דער רב, איז געווען א גרויסער זהיר אין תפילה בציבור און קיינמאל נישט געדאוונט ביחידות. שבת פרשת שמות, האט זיך דער פרנס-חודש געגרייט אויפצורופן, צו דער חתונה פון זיין זון, דעם חתן עולה לתורה זיין, ווי דער מנהג איז פון קדמונים אן. האט ער געשיקט משה שמש צו פערבעטן אלע שענסטע בעלי-בתים פון שטאט. איז דער שמש געווען שטארק טרוד און האט פארגעסן צו רופן אין צייט דעם רב צום דאוונען. קהל האט, ווי שטענדיק, געווארט א שטיקל צייט, און אז מ'האט געזען, אז דער רב קומט נישט, האט מען געמיינט, אז ער איז, חלילה, נישט אינגאנצן געזונד, האט מען מער נישט געווארט און ממשיך געווען דאס דאוונען. ווען מ'האט שוין געהאלטן ביי "ברכו", האט זיך דער שמש געכאפט אויף זיין זכרון, וואס ער האט פארגעסן צו רופן דעם רב, איז ער, מיט גרויס פחד און מורא פארן אלטן רב, געלאפן צו אים און אויפן געוויינטליכן אויפן אנגעקלאפט אין פענצטער: "רבי, דער עולם ווארט!". רבי דוד צבי האט ווי זיין שטייגער שנעל ארויפגעכאפט זיין קאפאטע און זיך געאיילט צום דאוונען. דער שמש איז אים נאכגעגאנגען. ווען דער רב איז צוגעקומען נאנט צום בית-המדרש אין דערהערט, אז קהל זאגט שוין "ברכו", איז ער געווארן מלא חימה אויפן שמש, אים שטארק געזידלט, און ווען דער שמש האט זיך געוואלט פארענטפערן, איז דער רב אריין נאך אין א גרעסערע הקפדה, דערלאנגט דעם שמש א פראסק אין באק, אויף שנעל אריין אין בית המדרש, געשטעלט זיך אויף זיין מקום קבוע, נעבן ארון-הקודש, אייגעהילט זיך אין טלית און אנגעהויבן דאוונען. אבער זיין תפילה, וואס איז שטענדיג געווען מיט התלהבות און גרויס דביקות, איז דאסמאל געווען קאלט און אן א טעם.

ב.
די עלי' פון שלישי

אין יענע צייטן איז געווען דער מנהג אויפצורופן דעם רב יעדן שבת אין אים געבן "שלישי". אויך דעם שבת איז דער רב עולה לתורה געווען צו "שלישי". געמאכט די ברכות מיט גרויס כוונה און זיך מרכז געווען צו הערן און נאכזאגן יעדעס ווארט פונ'ם בעל-קורא. מ'האט געליינט די סדרה "שמות". און פלוצים איז דער רב שטארק דערשראקען געווארן ווען ער האט דערהערט ווי דער בעל קורא ליינט: "ויצא ביום השני והנה שני אנשים עברים נצים, ויאמר לרשע למה תכה רעך" א דערשראקענער איז ער געשטאנען, נאכגעזאגט דעם בעל-קורא ווארט ביי ווארט: "רשע למה תכה רעך", און פאר זיינע אויגן זענען מיטאמאל אויפגעשווימען אלע צעווארפענע מימרא'ס פון תלמוד און מדרשים וואס האבן א שייכות צו דעם פסוק. "ר' חנינא זאגט דאס וואס פאטשט די באק פון זיין חבר איז גלייך ווי ער וואלט געפאטשט די באק פון די שכינה" (סנהדרין נח) "ריש לקיש זאגט דער וואס הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר, אפילו ווען ער האט אים נישט געשלאגן, ווערט אנגערופן רשע" [מדרש רבה, טו] און נאך אזעלכע מאמרים חז"ל.

איז אים בשעת'ן ליינען קלאר געווארן, אז ער איז באגאנגען א גרויסע עוולה און אז מן השמים איז מען אים מרמז, אז ער איז א זינדיקער... איז ווי אזוי וועט ער קענען קוקן דעם שמש אין פנים אריין? ווי אזוי וועט ער, דער רב, קענען ווייטער זיין דער מורה-הוראה, און מורה-דרך פון זיין עדה אידן? די גמרא זאגט דאך בפירוש: "אויב א רב איז נישט געגליכן צו א מלאך, טאר מען נישט פארנעמען קיין תורה פון זיין מויל" [מועד קטן יז]. ער האט זיך אבער באלד געשטארקט, געטראכט, עס איז שבת היינט, טאר מען זיך נישט מצער זיין – דער באשעפער וועט זיך דערבארעמען. דער בעל-קורא האט געענדיקט די פרשה, דער רב האט געמאכט די צווייטע ברכה, אראפ פון דעם באלעמער, פארענדיקט דאס דאוונען, אהיימגעגאנגען און אנגעהאלטן דעם שבתדיקן געמיט צושטאנד ביז נאך הבדלה.

ג.
דער רב גייט אין גלות

יעדן מוצאי-שבת פלעגט דער שמש קומען צום רב זיך נאכצופרעגן וועמען מ'דארף מזמין זיין צו א דין תורה, אדער טאן א אנדער שליחות בית-דין. איז אויך דעם מוצאי שבת דער שמש, ווי אלעמאל, געקומען צום רב אין הויז. דאס הארץ האט אים געקלאפט, ער האט זיך געריכט אויף א עונש פונ'ם רב, דער קפדן, פאר דעם מכשול, וואס ער האט אים גורם געווען עובר צו זיין דעם זמן-התפילה. באלד אבער ווי דער רב האט אים דערזען, האט ער אים אריינגערופן אין זיין חדר מיוחד, אנגעהויבן זיך בעטן ביי אים מיט טרערן אין די אויגן, אז ער זאל אים מוחל זיין פאר דעם וואס ער האט אויף אים געהויבן די האנט. ער וועט נישט קענען ווייזן זיין פנים פאר קהל, אויב ער וועט אים נישט מוחל זיין פאר זיין רשעות, - האט דער רב זיך געבעטן מיט טרערן.

וואס מער אבער דער רב האט זיך ביי אים געבעטן, אלץ מער איז דער שמש מבולבל געווארן, ער האט בשום אופן נישט געקענט באגרייפן ווי אזוי איז דאס מעגליך, אז דער רב, דער למדן, דער קפדן, וואס די גאנצע שטאט איז אונטערטעניק צו אים און ציטערט פאר זיינעם א ווארט, אז ער דער רב זאל גאר שטיין און זיך בעטן מיט טרערן און תחנונים, אז ער, דער שמש, דער פראסטאק, זאל גאר אים מוחל זיין. אדרבא, דער שולדיקער איז דאך ער און נישט דער רב!

עפענט זיך ביים שמש א קוואל פון טרערן און ער צווויינט זיך און בעט ביים רב רחמים אויף זיך און אויף זיינע בני-בית, ער זאל אים נישט מעביר זיין פון זיין שמשות. ער איז גרייט צו נעמען אויף זיך יעדן עונש, וואס דער רב וועט אויף אים ארויפלייגן, אבי נישט צו פארלירן זיין מקור פון פרנסה.

- "רבי! כ'האב חלילה קיין בייז נישט געמיינט! בלויז צוליב גרויסער טירדה פון די שמחה האב איך זיך מסיח-דעת געווען! רבי, האט רחמנות!".

און בשתע מעשה האט ער זיך באגאסן מיט זודיקע טרערן און געכליפעט אויפן קול ווי א קליין קינד.

אט אזוי זענען זיי געשטאנען איינער אנטקעגן צווייטן איבער א שעה. דער רב בעט מחילה ביים שמש און דער שמש בעט א תשובה ביים רב. עס האט זיך דעם רב בשום-אופן נישט איינגעגעבן ארויס צו קריגן פונ'ם שמש, אז ער איז אים מוחל.

אויף מארגן, זונטיק, אזי די גאנצע שטאט שאריגראד געגאנגען אויף רעדלעך: דער אלטער רב איז נישטא! מ'האט אים שוין געהאט געזוכט אין בית-מדרש, אין מקוה, אויפן הייליקן ארט, אינ'ם ביקור חולים, אינ'ם הקדש, און אין אנדערע קהל'ישע ערטער, אבער אין ערגעץ אים נישט געפונן.

האט מען פארשטאנען, אז נישט אומזוסט איז דער רב פארשוואונדן, מסתמא איז ער אוועק אפצוריכטען גלות. האבן אלע באדויערט, וואס זייער מורה-דרך האט זיי פארלאזן, און מ'האט געהאפט, אז עס וועט לאנג נישט דויערן ביז דער אויבערשטער וועט זיך מרחם זיין אויף די פאריתומטע קהילה, און צוריק ברענגען זייער רב, דעם צדיק.

ד.
דער אורח ביים פרנס

און ר' דוד צבי איז טאקע אוועק אפריכטן גלות. ווי געאגט – נישט גענכטיקט, און וואו גענעכטיקט – נישט געטאגט. געוואנדערט מעיר לעיר ומכפר לכפר. אין א קורצער צייט איז זיין שיינער גרויער קאפ און זיין הדרת-פנימדיקע בארד געווארן ווילד פארוואקסן, זיין ליכטיקער איידעלער צורה – געווארן פיל מיט קנייטשן און אפגעצערט. זיינע קליידער צעריסן אויף פיצלעך, קרוע ובלוי – דאך האט מען דערקענט אין אים דעם תלמיד-חכם און אים אומעטום נוהג כבוד געווען.

אזוי זענען אריבער דריי יאר.

נאכדעם ווי די דריי יאר זענען אריבער, האט דער רב געזאגט צו זיך אליין: "שוין דריי יאר ווי איך בין נע-ונד און עס איז מיט מיר נישט געשען אזעלכעס, וואס כ'זאל קענען באטראכטען ווי א עונש אויף מיין גרויסן חטא, איז דאך מסתמא דער רצון פון דעם באשעפער, אז כ'זאל מקבל זיין מיין עונש, דווקא אויפן ארט פונ'ם חטא, וועל איך זיך דעריבער אומקערן אהיים, און ווארטן אין דערהיים אויף מיין עונש. און דער, וואס עפענט דעם טויער פאר די וואס קלאפן אן מיט תשובה, וועט איינזען מיין פיין און וועט מיך נישט פארלאזן אין דער צייט פון מיין זקנה.

ערב שבת, פרשת שמות, פאר ליכט-בענטשן, איז ער אנגעקומען צוריק קיין שאריגראד, אריינגעגאנגען אינ'ם גרויסן בית-המדרש. וואו ער האט געדאוונט אלע יארן פון זיין רבנות. אוועקגעלייגט דאס פעקעל אין פאליש און א בארוהיגטער זיך געשטעלט דאוונען אין א ווינקעל, פיל מיט האפענונגען, אז די טעג פון זיין פיין וועלן לאנג נישט דויערן.

קיינער האט אים נישט דערקענט, מ'האט אים אנגענומען ווי א געוויינטליכן ארעמאן, א חוזר על הפתחים. נאך קבלת שבת האט דער שמש, ווי דער מנהג איז געווען אין יענע צייטן, צושטעלט די אנגעקומענע ארעמעלייט, די פרעמדע אורחים צווישן די בעלי-בתים מתפללים. חשובע ארעמעלייט האט ער געשיקט צו חשוב'ע בעלי בתים, און די פראסטע ארעמעלייט צו פשוט'ע בעלי בתים. איז דער שמש צוגעגאנגען צום רב און געזאגט: "ר' איד, די היינטיקע סעודה וועט איר עסן ביים פרנס, אט דארטן גייט ער, גייט אים נאך".

איז ר' דוד צבי נאכגעגאנגען דעם פרנס. אריינגעקומען גלייך מיט אים אין הויז, געזאגט "גוט-שבת" און נאכן "שלום עליכם" האט מען, כנהוג, געמאכט קידוש, געזונגען זמירות און צווישן איין געריכט און צווייטן גערעדט דברי-תורה. האט דער פרנס געזען, אז זיין אורח איז א בר-אוריין, א איד א תלמיד חכם, האט ער נאכן עסן צו אים אזוי געזאגט: "ווי וועט איר אין אזא קאלטער, פראסטיקער נאכט ארומזוכן דעם "הכנסת אורחים" צום שלאפן. עס איז גאנץ ווייט פון דאנען, נעכטיקט-זשע איבער שוין דא ביי מיר און אים ירצה השם, מארגן אין דערפרי, וועלן מיר צוזאמען גיין אין בית המדרש דאוונען און איר וועט שוין אויך עסן ביי מיר די אנדערע צוויי שבת'דיקע סעודות".

מ'האט אויסגעבעט א געלעגער, טאקע אינ'ם עס צימער, און ר' דוד צבי האט זיך א מידער געלייגט שלאפן.

ה.
א פאטש פאר א פאטש

דער שבת פרשת שמות, איז אויך דער שמש אינדערפרי געקומען צו פארבעטן די פרוי פונ'ם פרנס מיט איר יונגער שנור, וואס האט חתונה געהאט מיט איר זון מיט דריי יאר צוריק צו א שמחת שבע ברכות ביי איינעם פון די גאר חשוב'ע בעלי בתים. דער שמש האט זיי געזאגט זיך נישט צו זוימען לאנג, ווייל מ'וועט ווארטן אויף זיי צו פירן די כלה אין שול אריין. האט מען אויף שנעל אפגעטרונקען די שבת'דיגע קאווע און זיך גענומען אנטאן אין די בגדי שבת. ווען די יונגע שנור האט געהאלטן אין אנטאן איר צירונג, האט זי זיך געכאפט, אז דאס שנירל פערל, די מתנה פון איר שווער, - פעלט. זי געדענקט קלאר, אז נעכטן אוונט האט זי אנידערגעלייגט דאס שנירל אונטערן טישטאך, נעבן די זילבערנע לייכטער און איצט איז עס נישטא.

מורמלט מען – אפשר האט די דינסט געגנבעט. זאגט די באלעבאסטע, די פרוי פון פרנס, ניין! דאס איז נישט מעגליך. צוואנציק יאר, אז זי באדינט אונז, זי האט מיינע קינדער דערצויגן, מיר פארלאזן זיך אויף איר ווי אויף א כשרער אידישער טאכטער. ניין, זי האט דאס נישט געטאן, זי וועט ביי אונז נישט גנבענען.

"אפשר דער שמייסער, דער פערד טרייבער?" – האט מען געפרעגט, "ניין! עס איז דאך היינט שבת, און שבת קומט ער נישט!" – האט דער בעל הבית אינפאמירט. "אפשר דער אלטער שומר, דער גוי וואס איז געקומען איינהייצן דעם אויוון?". "דאס קען אויך נישט זיין" – טענה'ט דער פרנס – "ער איז מיין באליבסטער דינער שוין פון כמה יארן, פאר אים קען איך גאראנטירן!".

בקיצור דער טומל איז גרויס. די שנור וויינט, די שוויגער טרייסט איר. די דינסטן און משרתים זוכן אין אלע פארבארגענע ווינקעלעך. דער פרנס, ר' דן, בארוהיגט אלעמען און זאגט צו דער שנור, צו קויפן איר א אנדער שנירל פערל און בעט זיך: "הערט אויף צו וויינען און האבן צער, עס איז שבת היינט, טאר מען זיך נישט מצער זיין, און נאך מער טאר מען נישט חושד זיין בכשרים!". דערווייל זיצט ר' דוד צבי דער רב אין א זייט און זאגט תהלים, דערווייל איז איינער פון די אנגעשטעלטע צוגעגאנגען צו ר' דוד צבי'ן און גיט ביי אים א פרעג: "פעטער, אפשר ווייסט איר וואו די פערל זענען אהינגעקומען? אפשר האט איר באמערקט ווער עס איז גאנץ פרי דא געווען? איר זענט דאך די גאנצע צייט נישט ארויס געגאנגען און געזעסן זענט איר דא אליין!".

ר' דוד צבי האט געענטפערט מיט עניוות און מיט א געבראכן הארץ, אז ער האט די פערל נישט געזען. עס איז טאקע אמת, אז ער איז פון ארט נישט אפגעטראטן, אבער ער האט נישט געזען, אז אימיצער זאל זיי האבן גענומען. האבן די משרתים אנגעהויבן צו מורמלען: "אפשר טאקע דער אורח?...".

אינמיטן פון דעם אלעמען לויפט גיך אריין דער שמש און הויבט אן שרייען אויפן קול: "איילט זיך, איילט זיך! די כלה און אלע ווייבער ווארטן אויף אייך מיט פירן זי אין שול אריין. אויך קהל ווארט מיטן דאוונען. איילט-זשע זיך, זייט מוחל, און קומט שנעל!".

אז מ'האט אים געזאגט, אז דאס שנירל איז פארלארן געווארן, האט ער זיך צובייזערט מיט א געשריי: "נו, איז וואס! וועט זיין גוט אן די פערל. די שנור פונ'ם פרנס וועט מען אויפנעמען מיט גרויס כבוד אויך אן דעם שנירל פערל. קומט! קהל ווארט! מ'טאר נישט מעכב זיין!".

דערווייל האט ער דערהערט ווי מ'שושקעט זיך וועגן אלטן ארעמאן. די משרתים ווארפן א חשד אויף אים. האט ער זיך אריינגעמישט און א זאג געטאן: "ס'לייגט זיך אויפן שכל, אז עס איז זיין ארבעט, ווייל ווער דען האט דאס געקענט צונעמען אויב נישט ער? לאזט נאר מיך רעדן מיט דעם תמעוואטען אידן, איך קען זיי, די חברה. זיי קענען מאכן דעם אנשטעל פון אומשולדיגע רחמניות'דיגע מענטשן!".

און משה שמש איז מיט א כעס צוגעגאנגען צו ר' דוד צבי'ן, אים אנגעכאפט ביי דער בארד און געזאגט מיט א רוגזה: "ר' איד, איך קען אייער גלייכן און איך ווייס אלע אייערע גנבישע שטיק. פאלגט מיך בעסער און גיט אפ ברצון דאס שנירל פערל, און טאקע באלד, תיכף ומיד, ווייל אויב נישט, וועל איך אייך דערלאנגען ווי עס בעדארף צו זיין!".

און נאך איידער ר' דוד צבי האט ארויס גערעדט א ווארט האט דער שמש אויפגעהויבן די האנט, אים דערלאנגט א פראסק אין באק און זיך געגרייט צו דערלאנגען אויך א צווייטן. דא האט זיך ר' דוד צבי געגעבן א שטעל אויף אין זיין פולער הויך, אנגעכאפט דעם שמש ביי דער האנט און אויסגעשריגן: "האלט, משה שמש! מער ווי איין פאטש קומט מיר נישט!"...

אלע זענען געבליבן דערשטוינט, מ'האט געקוקט מיט שרעק אויפן אורח. ר' דוד צבי האט געקוקט אויף אלעמען מיט אפענע ליכטיקע אויגן. זיין פנים האט געלויכטן מיט קדושה. ער האט אנגענומען משה שמש ביים אקסל און געזאגט מיט גרויס הקפדה: "משה שמש! זאלסט וויסן זיין, אז דוד צבי, דער רב פון שאריגראד און אומגעגנט, לעבט נאך! איך בין נאך אלץ שאריגראדער רב, לכן בין אויף דיר גוזר בגזירת הרב, זאלסט תיכף ומיד אומקערן די גנבה, דאס שנירל פערל, וואס דו האסט געגנבעט היינט אינדערפרי ווען דו ביסט געקומען פארבעטן די נשים צו פירן די כלה אין שול אריין!..."

משה שמש איז געבליבן שטיין ווי א דונער וואלט אים געטראפן. ער האט באלד אויסגעבראכן אין א יאמערלעכן געוויין. זיך מודה געווען, אז ווען ער איז געקומען אין דער פרי און קיינער איז נישט געווען אין דער גרויסער שטוב, און דאס שנירל פערל האט ארויסגעשטעקט פון אונטערן טישטעך, האט ער געמיינט, אז דער אורח שלאפט, האט ער נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און די פערל צוגענומען. ער האט נישט אויפגעהערט צו וויינען און גיסן טרערן. האט אים דער רב ארומגענומען, באפוילן אויפצוהערן וויינען: "מ'טאר נישט פארשטערן דעם שבת". ער האט אלעמען געהייסן זיך צואיילן, כדי נישט צו מעכב זיין קהל פון תפילה, ער אליין אין זיינע צעריסענע בגדים איז געגאנגען אין בית מדרש אריין. פארנומען זיין בכבודיק ארט, וואס איז די גאנצע דריי יאר געשטאנען ליידיג, מ'האט אים ווידער גערופן עולה לתורה צו זיין שלישי, און די גאנצע שטאט האט זיך געפרייט מיט זייער צוריק געקומענעם רב.

ו.
איינער נעבן דעם אנדערן

אויף מארגן האט רבי דוד צבי גערופן צו זיך די פרנסים מיט די חשוב'ע פירער פון קהל, זיי דערציילט צוליב וואס ער האט אפגעריכט גלות און וואס עס איז מיט אים אין משך די דריי יאר געשען. ער האט מפציר געווען נישט מרחיק צו זיין משה שמש פון זיין חזקה אויף שמשות, און אויך געבעטן נישט צו באשטראפן אים פאר די גניבה.

ר' דוד צבי האט צוליב דעם מכשול מער נישט געוואלט טראגן די קרוין פון רבנות. האט ער איבערגעגעבן זיין חזקה צום איידעם זיינעם, א מוסמך להוראה, זיך מער נישט געמישט אין קהלישע ענינים, אינגאנצן זיך איבערגעגעבן צו תורה ועבודה, ער האט זוכה געווען צו אריכת ימים און זיין משמש איז כל ימיו געווען טאקע דער זעלבער משה שמש.

ווען ער האט דערפילט, אז בא קצו, זיין סוף איז נאנט, האט ער גערופן צו זיך די ראשי הקהל און אנגעזאגט, אז מיט זיין קבורה זאל זיך מטפל זיין – משה שמש און אז לאחר מאה ועשרים שנה זאל משה שמש געפינען זיין אייביקע רו נישט ווייט פון זיין קבר.

האבן זיך געפונען טאקע די ביידע קברים איינער נעבן צווייטן. די מצבות שוין האלב איינגעזונקען. די אויפשריפטן אפגעריבן און אפגעשווענגט פון די שטורעמס און רעגנס, וואס זענען אייבער זיי אריבער אין משך פון אזויפיל יארן. אבער די מעשה וועגן רב און זיין משמש זענען געווען נאך פריש אין זכרון פון די זקני-שאריגראד, פון וועמענס מיילער די מעשה איז פארשריבן געווארן אויף א אייביגע זכרון.
לעצט פארראכטן דורך יקותיאל אום דינסטאג יולי 05, 2011 9:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פשיהא! א גיס אויס געגעבן אן אוצר....

איך מיין ס'איז פראקטישער צו לייגן לכבוד שבת איינס אבער צוויי א וואך.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זיכער איז דא א דימענד! מ'האמערעס יעצט ארויסגעפרינט און מ'גיימערעס (איך מיט מיין ווייב און מיין זוהן) ליינען אי"ה דעם שבת.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

שוין איינמאל דא א דימענד, מיינע קינדער האבן זיך דערקוויקט די וואך מיט איינע פון די מעשות דא, זיי געבן נישט אויף פארלאנגן אויף קומענדיגע וואך נאך איינס.

יש"כ יקותיאל!
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הערליכע מעשיות!

איך בין נאר נייגעריג פון וואו די מעשה מיט קידוש לבנה - דוד המלך קומט, איז דא א מקור אויף די מעשה?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: הערליכע מעשיות!

איך בין נאר נייגעריג פון וואו די מעשה מיט קידוש לבנה - דוד המלך קומט, איז דא א מקור אויף די מעשה?



פון יפה בעתו
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שכח יקותיאל, אבער דאס האסטע שוין געשריבן אויבן, מיין קשי' איז, וואס איז זיין מקור?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

ער שרייבט נישט כמעט קיינמאל א געהעריגע מקור פון ספרים ער נעמט די מעשיות
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

גראדער האט געשריבן: מיר וועלן פרובירן, בלי נדר.
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע:אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

די מעשה פון משה משמש וואס יקותיאל האט צום לעצט אראפגעברענגט האב איך געליינט אלס קינד אין איינע פון מנחם מנדל׳ס בוכער מיטן נאמען ׳דער כח פון בטחון׳ דארטן איז די קעפל פאר די מעשה ׳א פאטש פאר א פאטש׳
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

מעשה נורא פון מהר"מ גאלאנטי

די מעשה איז געשעהן אין שטאט דמשק פון מוה"ר רבי משה גאלאנטי זצוקלה"ה, ער איז געווען דער רבי פון דעם הייליגן פרי חדש און פון מוהר"א יצחקי זצ"ל. ער האט מחבר געווען די ספרים: אלף המגן שו"ת וענינים, הגהות על הרמב"ם, קרבן חגיגה, וזבח שלמים. געווען אן איידעם פון מוהר"ם חביב זצ"ל.

דער הייליגער רבי משה גאלאנטי זצ"ל איז געווען אן אמת'ער איש צדיק וחסיד. ער איז געווען א חכם אין אלע זיבן חכמות פון דער וועלט וואס איז נאך נישט געווען אזא איינער וואס האט דאס אלעס געקענט אין זיין דור, חוץ פון א געוויסער גוי אן אראבער וואס איז געווען אויך א חכם אין אלע זיבן חכמות פון דער וועלט, אבער דער גוי האט געהאט איין מעלה מער ווי ווי מהר"ם גאלאנטי, יעדער איינער וואס האט געהאט א חולה באזיך אין שטוב, און איז געקומען צו דעם גוי וואס איז געווען א "שעי"ך" און געבעטן ער זאל מתפלל זיין אויף דעם חולה, האט דער שעי"ך זיך אפגעזונדערט פון מענטשן פאר א האלבע שעה און מתפלל געווען אויף דעם חולה און פלעגט ארויס קומען זאגען גלייך אויב דער חולה וועט בלייבן לעבן אדער ער וועט שטארבן, ממש להבדיל ווי עס פלעגט זיין ביי רבי חנינא בן דוסא, און זיינע ווערטער איז אייביג מקויים געווארן. די זאך איז אנגעקומען צו די אויערן פון ר' משה גאלאנטי, און ער האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, ער טראכט ביי זיך אין הארץ, איז דען דער גוי מער הייליגער און ריינער ווי מיר וואס מ'טוט איהם פון הימל מגלה זיין די ספרי חיים און ספרי מתים? איך דין דאך דעם באשעפער טאג און נאכט און לערן די הייליגע תורה און טו זיינע מצוות יעדן טאג, פארוואס זאל איך נישט האבן דעם זעלבען כוח ווי דער שעי"ך האט? אזוי איז דער ווייטאג פון ר' משה כסדר געווארן שטערקער און שטערקער, היתכן אז דער גוי האט אזא הויכע כח פון הימל. ר' משה האט געזוכט א וועג ווי אזוי ער זאל קענען באזוכן דעם גוי און ווערן נענטער מיט איהם, און אפשר דורך א גוטן שמועס וועט ער געוואויר ווערן און דער שעי"ך וועט איהם אנטפלעקן דעם סוד פארוואס ער האט זוכה געווען צו אט די מעלה.

ר' משה האט געלאזט רופן דעם אידישן פרנס פון שטאט און באפעלט איהם אזוי, גיי צום אראבישן שעי"ך און זאג צו איהם די ווערטער: דער רבי פון די אידן האט געהערט דיין גוטע נאמען און ער האט זייער שטארק זיך געוואלט טרעפען און מקבל זיין דיין פנים אויב ער וועט געבן רשות צו דעם. ווייל דער שעי"ך איז געווען זייער גרויס העכער ווי אלע אנדערע הארן אין דער לאנד, אלע גרויסע הארן האבן געמוזט איהם ברענגען מתנות כדי צו קענען זוכה זיין צו זעהן זיין פנים, זיי פלעגען קומען זיך בוקן פאר איהם צו באקומען פון איהם א ברכה. ער פלעגט קיינמאל נישט ארויס גיין פון זיין הויז און האט זיך נישט באוויזן צו דער המון עם אינדרויסן.

דער פרנס פון שטאט איז געגאנגען צום שעי"ך און איהם איבער געגעבן די אלע ווערטער פון דעם רב. האט דער שעי"ך איהם צוריק געענטפערט, איך האב אויך געהערט פון אייערע רב אז ער איז א גרויסער חכם און איך וויל איהם אויך זייער גערן זעהן, דעריבער גיי זאג דעם רב אז ער זאל שוין קומען און זיך נישט פארשפעטיגן. דער פרנס איז צוריק צום רב און איבער געגעבן די רייד פון דעם שעי"ך.

דער רב ר' משה האט זיך אויפגעשטעלט און איז געגאנגען אהין צו דעם שעי"ך. ווי דער שעי"ך האט געזעהן דעם רב, האט ער באקומען ליבשאפט אין זיינע אויגן, ער האט איהם מקבל געווען מיט גרויס כבוד און מיט א סבר פנים יפות. ער האט איהם געזעצט פאר זיך, געפרעגט אין זיין פרידן. אינצווישן די ווערטער האט דער שעי"ך געפרעגט דעם רב און אזוי געזאגט: איך האב געהערט אז דו ביזט א גרויסער חכם, און דו האסט אויך א ידיעה אין יענע געוויסע חכמה. ענטפערט דער רב, מיין האר, דער באשעפער האט מיך באשאנקען אביסל פון אט די חכמה. דער שעי"ך האט אנגעפאנגען צו פריוון דעם רב זעהן אויב דער רב קען טאקע יענע חכמה, און דער רב האט כסדר צוריק געענטפערט אלע תירוצים מיט גרויס חכמה. דער שעי"ך האט געזעהן אז דער רב איז מלא וגדוש אין די חכמה, און דא האט דאך דער שעי"ך געטראכט ביי זיך אז עס איז נישט דא אזא איינער ווי ער אליין, און דא זעהט ער די חכמה פון דעם רב, האט דאס איהם זייער שטארק געפאלען, אז ער האט געטראפען א מענטש וואס איז פיל מיט חכמה ווי ער אליין, האט ער זיך פארבינדן מיט דעם רב מיט גרויס ליבשאפט, און געזאגט צום רב די ווערטער: מיין ברודער מיין פריינד, וויסן זאלסטו אז דו האסט מיר זייער דערפרייט היינט מיט דיין גרויס חכמה, דעריבער וויל איך בעטן פון דיר אז דו זאלסט זיך נישט צוריק האלטען פון קומען צו מיר לכל הפחות איינמאל א וואך מיר זאלן קענען ווייטער פארברענגען אין פארשידענע חכמות. דער שעי"ך האט אוועקגעשיקט און באגלייט דעם רב מיט גרויס כבוד.

ווי עס איז אריבער געגאנגען צוויי טעג, האט דער שעי"ך זיך נישט געקענט איינהאלטן פון זיך צו טרעפען נאכאמאל מיט דעם רב, האט ער געשיקט צוויי חשוב'ע מענטשן, צוזאמען מיט א שיינעם פערד, צו ברענגען דעם רב צו איהם מיט גרויס כבוד. דער רב האט זיך אויפגעשטעלט און איז געגאנגען מיט די צוויי הארן צום שעי"ך. דער שעי"ך האט איהם ווייטער מקבל געווען מיט גרויס כבוד, איהם ארומגענומען און געקושט, און געזאגט צו איהם: זאלסט וויסן מיין פריינד אז פון ווען מיר האבן זיך געשיידט, איז מיין זעהל אנגעבינדן געווארן אין דיין זעהל און איך האב זיך מער נישט געקענט איינהאלטען און ווארטען, דעריבער האב איך געשיקט צו דיר אז דו זאלסט קומען צו מיר, צו איינשטילען מיין גרויסע תשוקה וואס ברענט אין מיר. דער שעי"ך פרעגט ווייטער דעם רב אויב אין יענע [א אנדערע] חכמה איז דער רב אויך באקאנט? האט דער רב געענטפערט מיט גרויס עניוות, אז דער באשעפער האט איהם געשאנקען אויך צו וויסן יענע חכמה, זיי האבן אנגעפאנגען צו רעדן זייערע טיפע ענינים אין יענע חכמה, און דער שעי"ך האט ווייטער געזעהן אז דער רב איז מלא וגדוש, ער האט זיך זייער שטארק געפרייט, און געזאגט צום רב, אויב איך האב געפונען ליבשאפט אין דיינע אויגן בעט איך פון דיר זאלסט קומען צו מיר יעדע צווויי טאג.

אזוי האט דער רב טאקע געטאן, ווייל דער רב האט דאך געוואלט צוקומען צו דעם תכלית וואס ער וויל פון דעם שיע"ך ווי מיר האבן פריער געשריבן צו וויסן די חכמה ווי אזוי דער שעי"ך ווייסט וועגן קראנקע אויב זיי בלייבן לעבן אדער נישט. אזוי פלעגט דער רב קומען צום שעי"ך יעדע צוויי טאג, ביז דער שעי"ך האט געזעהן אז דער רב איז א בקי אין אלע זיבן חכמות פון דער וועלט. נאר איין זאך האט דער שעי"ך געזעהן אז אין די הקדמה פון די זיבעטע חכמה פעלט איהם עפעס, וואס אן די הקדמה וועט ער נישט קענען גרונטליך די זיבעטע חכמה, האט דער שעי"ך געפרעגט דעם רב אויב ער קען גוט די זיבעטע חכמה? ענטפערט דער רב, געלויבט השם יתברך אז די חכמה קען איך אויך אינגאנצען. דעמאלט איז דער שעי"ך געפאלען צו די פיס פון דעם רב און געזאגט צו איהם, אויב איך האב געפונען ליבשאפט אין דיינע אויגן לערן מיר אויס די חכמה, ווייל זי איז נאך פארהוילען פון מיר. האט דער רב געענטפערט, מיין האר ווען איך האב געלערנט די אלע חכמות, איז דאס מיר אנגעקומען זייער טייער און איך האב דאס נישט געלערנט אומזוסט, דעריבער וועל איך דיר אויך נישט לערנען די חכמה אומזוסט!

זאגט דער שעי"ך אדרבא זאל דער רב זאגען א פרייז וואס ער וויל צו לערנען מיט מיר די חכמה וועל איך איהם דאס געבן, ווייל אין אנדערע חכמות בין איך גאנץ, און אויב איך וועל אוועק געבן פיהל גאלד און זילבער צו אויך קענען די חכמה וועט מיר דעמאלט גארנישט פעלען. זאגט איהם דער רב, חס ושלום אז איך זאל דיר אוועק געבן די חכמה פאר גאלד און זילבער, נאר מיר קענען מאכן א בייט איין חכמה פאר א אנדערע חכמה. זאגט דער שעי"ך איז דען דא א חכמה וואס דער רב ווייסט נישט? איך זעה דאך אז דער רב ווייסט אלעס און איז נאך א גרעסערע בקי ווי מיר, וועלכע חכמה איז דאס וואס דער רב ווייסט נישט!? זאגט דער רב, דו האסט א געוויסע חכמה וואס איז ווייט פון מיר צו פארשטיין. וועלכע חכמה איז דאס? פרעגט דער שעי"ך. זאגט דער רב, דאס וואס דו טוסט כסדר מתפלל זיין אויף די קראנקע און ווייסט צו זאגען אויב זיי וועלן בלייבן לעבן אדער נישט, די חכמה איז פארהוילן פון מיר. אויב דו וועסט מיר איבער געבן די חכמה וועל איך דיר צוריק געבן די חכמה וואס פעלט דיר. ענטפערט דער שעי"ך: האסט געבעטען זייער א שווערע זאך פון מיר, די סוד קען איך נישט אנטפלעקען פאר קיין שום נברא אין דער וועלט. זאגט איהם דער רב, אויב אזוי וועל איך דיר אויך נישט אנטפלעקען די חכמה וואס דו ווילסט, נאר אויב דו ווילסט זיך בייטען אין די חכמות.

האט דער שעי"ך צוריק געזאגט, וויסן זאלסטו מיין חבר אז איך בין באשוואוירן פון מיינע עלטערן נישט צו אנטפלעקן די חכמה פאר קיין שום מענטש נישט אין דער וועלט. זאגט דער רב – איך בין אויך באשוואוירן נישט צו אנטפלעקן די חכמה פאר קיין שום מענטש נישט, אבער איך זאג, וויבאלד ס'איז דאך פאר מיין טובה וועגן צו לערנען א אנדערע חכמה וואס איך האב נישט, איז זיכער מותר דאס צו טאן און די שבועה איז נישט חל. דאס זעלבע איז מיט דיר, מעגסט איבער געבן די חכמה, ווי באלד דו טוסט דאך נישט פארקויפן די חכמה פאר געלט, נאר מיט א צווייטע חכמה וואס דו ברויכסט זאלסט זיין א מושלם אין אלע חכמות. ענטפערט דער שעי"ך, יא ביזט גערעכט, אבער איך האב מורא וועסט נישט קענען דערגיין מיין חכמה, וועסטו נישט קענען טאן אלעס וואס מ'דארף טאן דאס צו וויסן דעם גרויסן סוד. האט דער רב געענטפערט, איך בין גרייט אויף אלעמען אויף די שווערסטע זאך, איך זאל נאר וויסן לערנען די חכמה. אויב אזוי זאגט דער שעי"ך הער מיר צו וואס איך טו דיר באפעעלן צו טאן, יעצט שטיי אויף און גיי אהיים גרייט זיך צו היינט ביינאכט און עס גענוג זאלסט קענען פאסטען צוויי גאנצע טעג, ביי די סעודה זאלסטו נישט עסן קיין פלייש אדער טרונקען וויין, נאך די סעודה זאלסט דו גיין אין מקוה און זיך אנטאן ווייסע לינענע קליידער. די קומענדיגע צוויי טעג ווען דו וועסט פאסטען זאלסטו גיין אין מקוה אינדערפרי און אין אווענט, זאלסט מפשפש זיין אין דיינע מעשים ווייל ס'איז דאך נישט דא קיין צדיק אויף דער ערד וואס האט נישט געזינדיגט.

ווי דער רב האט געהערט די ווערטער פון דעם שעי"ך, האט זיין הארץ אנגעפאנגען צו פלאמען, און טראכט ביי זיך אז ער וועט אזוי טאן ווי דער שעי"ך האט איהם באפוילן. זיי געזעגענען זיך און דער שעי"ך זאגט איהם אז אין דעם דריטן טאג זאל ער קומען צו איהם וועט ער איהם דעמאלט אנטפלעקען דעם גרויסן סוד. דער רב שטייט אויף און גייט אהיים מיט א צובראכן הארץ און טוט אלעס וואס דער שעי"ך האט איהם באפוילן, ער טובל'ט זיך און טוט זיך אן ווייסע קליידער, ער האט געפאסט די קומענדיגע צוויי טעג, און אפילו דער דריטער נאכט און אזוי אינדערפריא גלייך נאך דעם דאווענען איז ער געגאנגען צום שעי"ך. דער שעי"ך הייבט אויף זיינע אויגן און זעהט ווי דער רב קומט צו גיין אן קיין כוחות, ער איז איהם שנעל אקעגן געלאפן און געזאגט בא ברוך ה' פון דיין פנים זעה איך אז דו האסט אלעס געטאן וואס איך האב דיר געהייסן. דער רב לייגט צו און זאגט אז ער האט נאך נישט אויסגעפאסט. זאגט דער שעי"ך זייער גוט יעצט קום מיט מיר וועל איך דיר ווייזען דעם גרויסן סוד.

ער גייט נאך איהם אריין אין א צימער וואס דער שליסל פון דעם צימער איז נאר ביים שעי"ך. דער שעי"ך עפענט דעם טיר, ביידע גייען אריין, דעם טיר האט מען פארשפארט פון אונטער זיך א פרעמדער זאל נישט קענען אריין קומען. פון דעם צימער גייען זיי אריין אין א שיינעם גארטען, אינמיטן דעם גארטען איז געווען א גרוב פון פרישע קוואל וואסער, נעבן דעם גרוב איז געווען א באנק, אויף דער באנק איז געווען צוויי פאר פון ווייסע פרישע קליידער, איינס פאר דעם רב און איינס פאר דעם שעי"ך. דער שעי"ך זאגט פאר דעם רב לאמיר קודם זיך טובל'ן בעפאר מיר גייען אריין אין דעם גאר הייליגן ארט. ביידע טובל'ן זיך און טוען אן די פארישע ווייסע קליידער, ביידע גייען ביז צום עק פון דעם גארטען. דער רב וואונדערט זיך וואס גייט דא זיין דער סוף! דער רב הויבט אויף זיינע אויגן און זעהט ווי ביים סוף גארטען אזי געבויט גאר א שיינע הויז די טירן זענען פון ריין זילבער באפוצט מיט שיינע געשניצטע בילדער וואס מ'טרעפט נישט אין א קעניגליכע פאלאץ אזוינס. ווי דער שעי"ך דערנענטערט זיך צו עפענען דעם טיר, זאגט ער פאר דעם רב זיי געווארענט אריין צו גיין אין דעם הויז מיט א גרויס מורא און פחד, זאלסט טאן אלעס וואס איך טאן. מ'עפענט דעם טיר און מ'זעהט ווייטער פון דארט א גרויסע שיינער היכל, ביי דער ענד פון דעם היכל איז געווען א קלענערע גאר שיינעם היכל, אויף דעם היכל האט געהאנגען א פרוכת געוועבט מיט די טייערסטע שטיינער און פערלשטיינער. דער שעי"ך גייט אריין אין צימער מיט א גרויס פחד, און בוקט זיך אקעגן דעם פרוכת זיבן מאהל.

דער רב האט זייער געציטערט, ווער ווייסט אויב ח"ו אינטער דעם פרוכת איז דא דארט א צלם, וואס זאל ער טאן! ער מוז זיך אויך בוקן ווי דער שעי"ך האט איהם באפוילן. דער רב האט פארמאכט זיינע אויגן און געטראכט די ווערטער פון "שויתי ה' לנגדי תמיד" און זיך געבוקט זיבן מאהל, און א גרויס פחד איז געפאלען אויף דעם רב. דער שעי"ך זאגט איהם גיי נענטער צו דעם היכל עפען דעם פרוכת וועסטו וויסן דיין באגער, דאס האט דער שעי"ך געזאגט מיט א נידריגע קול און א צובראכן הארץ. דער רב האט זיך דערנענטערט צום היכל, געעפענט דעם פרוכת און דעם טיר וואס איז געווען פון ריין גאלד. ער זעהט אינעווייניג א גרויסע גאר שיינע טאוועל, אין דעם טאוועל איז געווען איפגעקריצט א צורה פון די מנורה, און העכער דעם איז געשטאנען געשריבן "שויתי ה' לנגדי תמיד", און די אותיות פון ה' זענען געווען גאר גרויס. ווי דער רב האט דאס געזעהן האט ער זיך זייער געפרייט אז זיין בוקן איז טאקע אינגאנצען געווען לשם שמים, דער רב טרעט אויף צוריק ער בוקט זיך נאכאמאל און ביידע גייען צוזאמען ארויס.

אינדרויסן רופט זיך אן דער רב צום שעי"ך און זאגט, דו האסט דאך מיר געזאגט אז איך וועל געוואויר ווערן די חכמה, ס'איז גאר קיין נייעס נישט אנטפלעקט געווארן צו מיר, נאר וואס איך האב געזעהן! זאגט דער שעי"ך זאלסט וויסן מיין ברודער אז די גא גרויסע אותיות וואס דו האסט געזעהן, איז דער נאמען פון דער באעשפער פון די גאנצע וועלט, ער איז דער בורא פון אלעמען. דער שעי"ך האט געמיינט אז קיינער אין דער וועלט ווייסט נישט דעם נאמען פון דעם באשעפער. און דער שעי"ך לייגט צו און זאגט זאלסט וויסן מיין ברודער ווען א מענטש קומט איך זאל בעטן פאר א חולה, גיי איך זיך טובל'ן, און קום אריין אין דער שטוב מיט א גרויס פחד און איך דאווען דארט, נאכ'ן דאווענען עפען איך דעם פרוכת, אויב איך זעה אז דער שם הוי"ה דער הייליגער נאמען פון דעם באשעפער איז ליכטיג און שיינט שטארק ווייס איך אז יענע וועט בלייבן לעבן, אבער אויב איך זעה א וואלקען ארום דעם נאמען דעמאלט ווייס איך אז יענער וועט שטארבן. זעה איך האב דיר מגלה געווען אזא זאך וואס קיין באשעפעניש אין דער וועלט ווייסט נישט...

דער רב איז צוריק אהיים געגאנגען, און גענומען לאזן גיסן פון זיך טייכן טרערן און געזאגט, אוי וויי איז צו אונז פון דעם יום הדין, מאדאך דער גוי וואס ווייסט אז דאס איז דער נאמען פון דעם באשעפער טוט אוזיפיהל כבוד אפגעבן פאר איהם, און נאך דערצו מיט אזא פחד ואימה ווען ער גייט דארט אריין, און דעריבער איז דער גוי צוגעקומען צו זיין כבוד, וואס זאלן מיר אידן ענטפערן אויף דעם, וויפיל דארפן מיר זיך צוגרייטען ווען מיר דערמאנען דעם שם ה'.

פון די מעשה קען מען זיך ארויס לערנען גאר א גרויסע מוסר השכל ווי געהיטען א מענטש דארף זיין יעדער מאל ווען ער זאגט ארויס דעם הייליגן נאמען פון דעם באשעפער.
לעצט פארראכטן דורך יקותיאל אום דינסטאג יולי 05, 2011 9:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

מעשה נורא פון דעם בעל "מקדש מלך"

דער בעל "מקדש מלך" הרב שלום באזגלאו האט געוואוינט אין לאנדאן. בסוף ימיו האט ער מחליט געווען צו פארן קיין ארץ ישראל און דארט פארברענגען זיינע לעצטע יארן על התורה ועל העבודה. זיין פלאן איז געווען צו גיין וואוינען אין דער הייליגער שטאט צפת וואו עס האבן זיך געפונען דארט די גרויסע בעלי מקובלים און גדולי הפוסקים פון יענע דור.

ער האט געקויפט א קארטע אויף א געוויסע שיף וואס האט זיך ארויס געלאזט פון לאנדאן פארענדיג קיין ארץ ישראל. ס'איז געווען ערב שבת האבן די מאטראזן דערזעהן א אינזעל נישט ווייט, האבן זיי מחליט געווען צו אנקערן די שיף פאר א קליינע וויילע זיך אפצורוהען און דערנאך צו פארן ווייטער. אלע מענטשן זענען אראפ פון דער שיף און אזוי אויך דער בעל "מקדש מלך". פארשטייט זיך אז די אלע גויים האבן זיך נישט דערווייטערט פון די האפן און דער שיף, זיי האבן דארט אנגעצינדן א פייער און פארברענגט און געהוליעט ווי די שטייגער פון גויים איז. אבער אונזערע הייליגער צדיק וואס איז געווען זייער פארטיפט אין זיינע הייליגע און ריינע מחשבות האט שפאצירט אויף דעם אינזעל ווייטער אוועק פון די גאנצע עולם. ער האט אזוי שפאצירט קודם אין דעם אפענעם פעלד, און נישט זעהענדיג איז ער אריין אין א וואלד און האט אזוי ווייטער שפאצירט. און וואס ווייטער האט ער שפאצירט, האט ער זיך אלץ מער דערווייטערט פון די מענטשן פון דער שיף.

אבער ווי ער כאפט זיך אויף פון זיינע הייליגע מחשבות, זעהט ער אז ער געפונט זיך אינמיטן א וואלד, ער נעמט זיך שנעל צוריק גיין אויף צוריק צו די האפן וואו דער שיף האט געאנקערט, עס נעמט נישט קיין לאנגע צייט און ער איז אנגעקומען צו יענע ארט וואו דער שיף האט געאנקערט פון פריער. אבער צו זיין גרויס עשטונונג זעהט ער אז די שיף איז מער נישט דא און אזוי אויך די אלע גויים זענען מער נישטא. דער שיף האט פארלאזט דעם אינזעל צוזאמען מיט אלע מענטשן און יא ווילענדיג אדער נישט ווילנדיג האבן זיי איבער געלאזט דעם הייליגן "מקדש מלך" איינער אליין אויף דעם אינזעל און יעצט איז ערב שבת.

ער קוקט זיך ארום און וואונדערט זיך וואו ער וועט יעצט פארברענגען דעם הייליגן שבת. ער זעהט נישט קיין שום צייכן פון א באוואוינטען ארט פון מענטשן. אבער האט מחליט געווען וויייטער צוריק אריינגיין אין דעם וואלד וואו ער האט שפאצירט פריער און דארט אינמיטן וואלד וועט ער מקבל שבת זיין איינער אליין.

ער קומט אן אין וואלד, דער זון שטייט שוין העכער די ביימער, אט אט קומט שוין שבת קודש. ער קוקט זיך ארום און צום באוואנדערן זעהט ער אין וואלד פון דערווייטענס א גרויסע בנין מיט א מויער ארום גענומען ארום און ארום. ער ווייסט קודם כל נישט אויב ער זאל דארט גיין אדער נישט, ווער ווייסט וואספארא מענטשן עס געפונען זיך דארט, קען דאך זיין אז גאר רויבערס און באנדיטן זענען דארט. ווי די שטייגער איז אז באנדע רוצחים געפונען זיך כסדר אין די פארווארפענע ערטער און אינזלען. ווי ער טראכט וואס ער זאל טאן, כאפט איהם אן א גרויס שרעק און ציטערניש, און אט זעהט ער ווי גאר א גרויסער אדלער קומט איהם אנקעגן צו פליען און דערנענטערט זיך צו איהם, און די אדלער האט זיך אראפ געזעצט נעבן איהם אויף דער ערד, מיט אויסגעשפרייטע פליגלן, ווי די אדלער וואלט זיך געבעטן ביי איהם ער זאל ארויף גיין און רייטען אויף איר.

ער האט פארשטאנען דעם וואונק, און האט זיך ארויף געזעצט אויף דעם אדלער, די אדלער האט זיך געהויבן אין דער לופט און זיך גענומען פליען צוזאמען מיט דעם בעל "מקדש מלך" אויף איר, הויך אין די ליפטן, ביז די אדלער האט זיך אפגעשטעלט אוף דער ערד גלייך ביים טויער פון דעם גרויסען בנין וואס ער האט געזעהן פריער פון דערווייטענס. דער בעל "מקדש מלך" אזי אראפ פון דעם אדלער, און די אדלער איז באלד צוריק אוועק געפלויגן ווייטער. ער שטייט אין פארענט פון דעם גרויסן פאלאץ און באוואונדערט איר שיינקייט זייער שטארק. מיט גרויס ציטער גייט ער צו דעם טויער און פראבירט איר צו עפענען, און צום באוואונדערן האט זיך דער טויער געעפענט. ער גייט אריין, נעמט זיך גיין פון איין צימער צו די צווייטע און זעהט נישט קיין איין מענטש. אלעס איז געבויט פון די שענסטע און די בעסטע, די ווענט געבויט פון עלעפאנט ביין, באצירט מיט די שענסטע בריליאנטען און פערל-שטיינער. אלע שטאנגען זענען באדעקט מיט ריין גאלד, פארשידענע כלים פון גאלד און זילבער זענען געלעגען אויף די טישן, וואס אזוינס האט ער אין זיין לעבן נאך נישט געזעהן. ער האט גלייך פארשטאנען אז ער געפונט זיך יעצט נישט מער ווי אין "גן עדן התחתון" וואס געפונט זיך אויף דער וועלט. און ער דארף גארנישט מער טאן נאר בעטן פון דעם באשעפער ער זאל קענען דא פארברענגען דעם הייליגן שבת.

ער טראכט ביי זיך אז יעדן ערב שבת איז ער דאך צוגעוואוינט צו גיין איןמקוה און דא זעהט ער נישט קיין מקוה, אבער ווי ער טראכט נאר די ווערטער, זעהט ער בעפאר זיינע אויגן א צימער מיט א מקוה וואס האט גערינען פון א שמעקעוודיגע קוואל וואסער. ער טובל'ט זיך אין די מקוה לכבוד שבת, ער קומט ארויס פון וואסער און ווישט זיך אפ, ווייטער טראכט ער ביי זיך אז יעדן שבת איז ער געוואוינט צו גיין מיט בגדי לבן... ווי ער טראכט אזוי זעהט ער פאר זיינע אויגן די 4 בגדי לבן וואס ער איז געוואוינט צו גיין אלע שבת. ער טוט אן די קליידער און גייט ארויס פון די מקוה צימער אין דעם גרויסן זאל.

ער זאגט אז ער האט א מנהג יעדע ערב שבת צו לערנען מסכת שבת נאך די מקוה. ווי ער זאגט די ווערטער זעהט ער א גמרא מסכת שבת מיט גאר א שיינעם באנד פון לעדער מיט גאלד באצירט. ער זעצט זיך לערנען אין די גמרא און שפירט ממש א טעם גן עדן בשעת'ן לערנען. נאכ'ן לערנען זאגט ער ווייטער צו זיך אז ער איז געוואוינט יעדן ערב שבת צו מאכן א "טועמיה" טועם זיין פון די מאכלי שבת קדוש. ווי ער זאגט די ווערטער זעהט ער אין פראנט פון זיך א גאלדענעם טאץ מיט די בעסטע און גרעסטע פיש. ער האט טועם געווען פון די פיש, און ווייטער געלערנט אין די גמרא. ער האט אויסגעזעהן מיט די ד' בגדי לבן ממש ווי א מלאך. ער האט געלרנט אין די גמרא און מחדש געווען חידושים נפלאים בשעת'ן לערנען.

נאכ'ן לערנען זעהט ער אויפן טיש לעכט צום אנצינדן לכבוד שבת. ער צינדט אן די לעכט און איז גרייט צו מקבל שבת זיין. ווי נאר ער איז געווען גרייט צו מקבל שבת זיין, הערט ער פון דעם אנדערן צימער ווי מענטשן קומען אריין און גרייטן זיך צו מקבל שבת זיין. ער גייט צום טיהר פון יענעם זאל און וויל דאס עפענען דארט אריינגיין, אבער ער קען נישט עפענען יענע טיר. האט ער פארשטאנען אז ער האט נישט קיין רשות דארט אריינצוגיין. האט ער זיך צוריק געקערט צו זיין ארט צום טיש וואו ער האט געצינדן די לעכט.

אבער ער הערט פון דעם אנדערן זאל ווי מ'האט זיך געשטעלט דאוונען מנחה, ער האט זיך איינגעהילט מיט א טלית לבן וואס ער האט דארט געטראפן און מיטגעדאוונט מנחה מיט זיי. נאך מנחה האט ער מיטגעדאוונט מיט זיי קבלת שבת צוזאמען מיט מעריב ביז מ'האט געענדיגט דאוונען. ווי מ'האט געענדיגט דאוונען, הערט ער ווי אלע מענטשן זענען ארויס פון דארט. ער קוקט זיך ארום זעהט ער ווי אויפן טיש איז געדעקט די שענסטע און בעסטע מאכלים חלות פלייש מיט פיש וכל מיני מטעמים. ער עסט די שבת'דיגע סעודה מיט גרויס קדושה און חשק, און שפירט כאילו ער וואלט געגעסן פון דעם שור הבור און דעם לויתן און געטרונקען ווייין פון דעם יין המשומר. ער זינגט זמירות שבת, און שפירט ווי ער איז ממש אין גן עדן.

נאכ'ן עסן האט ער ווייטער געלערנט, ווען ער איז געווארן מיעד, האט ער געזעהן א געדעקטע בעט מיט קישענעס און קאלדרעס ווי עס דארף צו זיין. ער לייגט זיך שלאפן, ער שלאפט זייער געשמאק און זיס, און שטייט אויף גאנץ פריה און נעמט זיך גרייטן צו דאוונען שחרית צוזאמען מיט מוסף. ווייטער הערט ער א רעש ווי מענטשן קומען אריין צום דאוונען. מ'דאווענט בקול נעימה מיט א זיסקייט און א געשמאקייט, ער דאוונט מיט, אבער ער האט אבער נישט געקענט אריינגיין אין דער זאל וואו דער מנין איז געווען.

ביי קריאת התורה הערט ער ווי מ'רופט אויף די אלע שבעה רועים, אנגעפאנגען מיט אהרן הכהן דערנאך מיט משה פאר לוי און אזוי ווייטער ביז דוד המלך איז געווען דער לעצטער. א גרויס ציטער כאפט איהם אן און זאגט "מה נורא המקום הזה אין זה כי אם בית אלקים". נאכ'ן דאווענן איז ווייטער דער טיש געווען גרייט מיט אלע שבת'דיגע מאכלים צו די צווייטע סעודה. ער עסט און לערנט, און לייגט זיך צו אפרוהען לכבוד שבת. ווען ס'קומט מנחה זענען ווייטער געקומען די מענטשן אין דעם אנדערן צימער און ער האט מיט געדאוונט מיט זיי פון זיין צימער. נאכ'ן דאוונען איז דער טיש געווען געדעקט מיט שלוש סעודות. ער פראוועט די שלוש סעודות מיט גאר פיהל התרגשות, ער שפירט ממש וואו ער געפונט זיך אין גן עדן ממש.

ווי עס קומט מוצאי שבת שפירט ער ווי א שטארקע שלאף פאלט אויף זיינע אויגן, ער פראבירט מיט אלע כוחות נישט איינשלאפן, אבער עס העלפט נישט און ער איז איינגעשלאפן זיצענדיג ביים טיש נאכ'ן פראווען די שלוש סעודות.

ער שלאפט און חלומ'ט ווי ער געפונט זיך יעצט אויף דעם עולם העליון דארט וואו עס געפונט זיך דער בית דין של מעלה און מ'איז דן אלע נשמות וואס זענען געקומען פון עולם הזה די וואך בעפאר שבת. ער זעהט ווי די נשמות גייען אריבער בעפאר דעם בית דין של מעלה און מ'איז יעדען איינעם דן, ווען ס'איז דא א צדיק ווערט א גרויס שמחה און מ'רופט אויס "פנו מקום בגן עדן" מ'זאל צוגרייטן אן ארט אין גן עדן. צווישן די אלע נשמות איז אריבער א נשמה פון א מענטש וואס איז אלט געווען אכציג יאר אויף דער וועלט וואס האט געהאט א שענק נעבן דער שטאט צפת עיר הקודש. ער פלעגט זיך פירן זייער ארנטליך און ערליך און איז נפטר געווארן דעם שבת. ווי מ'האט איהם דן געווען האט מען געזעהן אז ער איז א צדיק און מ'האט שוין אויסגערופן מ'זאל צוגרייטען אן ארט פאר איהם אין גן עדן. אבער פלוצלונג קומט צו פליען א געוויסע שלעכטע שווארצע מלאך מיט א שרקעוודיגע צורה או זאגט אז דער מענטש וואס מ'האט יעצט דן געווען האט אין זיך א געוויסע עבירה. ווייל איינמאל שבת איז געקומען צו זיין הויז אן אראבער און געבעטן פון איהם ער זאל איהם פארקויפן א געוויסע משקה וואס דער אראבער מעג טרונקען. פארשטייט זיך אז ס'איז געווען שבת און דער איד האט נישט געוואלט פארקויפן פאר דעם אראבער קיין שום משקה. אבער דער אראבער האט געזאגט אז אויב דער איד וועט איהם נישט געבן די משקה וואס ער וויל וועט ער איהם הרג'ענען. האט דער איד געזאגט צום אראבער אז ער קען אליין נעמען וויפיל משקה ער וויל, אבער ער פארקויפט דאס איהם נישט נאר ער געט דאס איהם אוועק בחנם. דער איד האט ארויס געברענגט צו דעם אראבער די משקה און דער אראבער האט דאס גענומען און איז זיך אוועק געגאנגען. רופט זיך אן דער מלאך און זאגט "א שטיקל חילול שבת איז דא יא געועון דעריבער קען דער איד נאך נישט אריינגיין אין גן עדן"

די בית דין של מעלה האט זיך גענומען ווייטער דן זיין וואס מ'טוט יעצט, ווייל דער איד האט דאך נישט גענומען קיין געלט אויף די משקהף אזוי אויך איז ער געווען געצווינקען מיט זיין לעבן צו געבן די משקה, אבער ווי באלד דער איד איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, איז דאס אויך א פגם פאר זיין נשמה דעריבער האט בית דין געפסק'נט אז די נשמה דארף זיך קודם וואלגערן זיבן יאר ביז זי וועט קענען אנקומען צו איר ריכטיגע מנוחה אין גן עדן.

דער הייליגער "מקדש מלך" הערט דעם פסק דין טוט ער זיך זייער וואונדערן, ווייל אפילו ביי רשעים שטייט איז זייער משפט נישט מער ווי 12 חדשים, און דא פאר אן אונס קומט 7 יאר? ער האט דאס נישט געקענט פארטשיין און אויסהאלטן. ער האט זייער רחמנות געהאט אויף די נשמה, און האט זיך אוועק געשטעלט בעפאר דעם בית דין של מעלה און געזאגט "נפשי תחת נפשו" איך בין גרייט צו נעמען אויף זיך דעם עונש פון זיין נע ונד פאר זיבן יאר אנשטאט די נשמה פון דעם אלטן איד. און די נשמה זאל קענען אריינגיין אין גן עדן. דער בית דין האט אנגענומען זיין הצעה, און מ'האט דעם אלטן אריינגעלאזט אין גן עדן.

יעצט האט בית דין זיך ווייטער געזעצט דן זיין וואס מ'טוט דא מיט דעם בעל "מקדש מלך" וואס האט זיך יעצט מוסר נפש געווען צו ליידן זיבן יאר גלות פאר א נשמה וואס ער האט אפילו נישט געקענט. בית דין טראכט אריין פארוואס זאל אזא הייליגע צדיק ווי דער מקדש מלך ליידן זיבן יאר גלות, פאר אן עבירה וואס ער האט נישט געטאן נאר א צווייטער. נאכ'ן דן זיין איז ארויס א פסק פון בית דין אז יום לשנה איין טאג וועט זיין ווי א יאר, און דער מקדש מלך דארף גיין אין גלות נישט מער ווי זיבן טעג וואס וועט ווערן גערעכנט ווי זיבן יאר. און ווי באלד דער אלטער איד וואס איז אריין אין גן עדן האט געהאט זיבן זוהן, דעריבער דארף דער בעל "מקדש מלך" נעכטיגן ביי יעדע זוהן איין נאכט און אזוי וועט זיין גלות זיין פארטיג. כאילו ער וואלט געווען אין גלות זיבן יאר. און דערנאך קען ער בלייבן וואוינען אין דער הייליגער שטאט צפת לאורך ימים.

נאך די אלע רייד האט זיך דער בעל "מקדש מלך" אויפגעכאפט פון זיין שלאף, ער זעהט ווי ער געפונט זיך אינמיטן א פעלד, נישטא קיין וואלד, קיין וואסער, קיין פאלאץ אדער מויער. ער וואונדערט זיך וואו ער געפונט זיך. ער טראכט איבער אלעס וואס איז אריבער איהם דעם שבת און וועגן דעם מורא'דיגע חלום וואס ער האט געהאט. ווי ער נעמט זיך גיין, און ווייסט אליין נישט וואו ער גייט זעהט ער ווי א גרויסע גרופע מענטשן קומען צו גיין פון א פעלד מיט לאטערנעס אין די הענט צו באלייכטען די וועג. ער דערנענטערט זיך צו זיי און פרעגט זיי ווער זיי זענען און וואו זיי געפונען זיך יעצט? האבן זיי איהם דערציילט אז זיי געפונען זיך יעצט אינדרויסן פון דער בית החיים פון דער הייליגער שטאט צפת. זיי פרעגן איהם ווער ער איז? און פון וואו ער קומט? האט ער געזאגט זיי זאלן איהם נישט פרעגן קיין שאלות. אבער ער פרעגט זיי וואס זיי טוען דא אין פעלד אינדרויסן אינמיטן נאכט. האבן זי איהם דערציילט אז שבת נאכט איז נפטר געווארן א גרויסער צדיק וואס האט געהאט א שענק, און יעצט האבן זיי איהם געפירט למקום מנוחתו אויפ'ן פעלד אינדרויסן פון צפת. און יעצט קומען זיי צוריק פון די קבורה. דער בעל "מקדש מלך" ווערט זייער פארוואונדערט, ווי מ'האט איהם געפירט פון הימל ביז דא אזוי שנעל. ער דערציילט קיינעם נישט ווער ער איז, ער ווייסט נישט וואו צו גיין נעכטיגן די נאכט, אבער דער היילייגער צדיק, דער נפטר, האט איבער געלאזט 7 זוהן וואס זענען אויך געווען גרויסע צדיקים און בעלי הכנסת אורחים, ווי זיי האבן דערזעהן א פרעמדער גאסט ביי די לויה, האט יענער איינער איהם געבעטען ער זאל קומען צו זיין שטוב דארט איינשטיין ביז ער וועט טרעפען א ארט צום וואוינען. די ברידער האבן זיך גענומען קרוגן ווער עס זאל האבן די זכיה צו האבן דעם פרעמדן מענטש פאר א גאסט אין זיין הויז, ביז דער בעל "מקדש מלך" איז צוגעגאנגען צו זיי און זיי געזאגט, איר דארפט זיך נישט קרוגן, איך וועל יעדע נאכט פון די קומענדיגע וואך איינשטיין ביי א צווייטען פון די אלל ברידער, אנפאנגענדיג ביים עלצטן און ענדיגן ביים יונגסטן, אזוי וועלן אלע האבן די זכיה מיר צו האבן פאר א גאסט.

דורך דעם וואס דער בעל "מקדש מלך" איז געשלאפן ביי אלע ברודער אין די ערשטע וואך, איז אראפ גענומען געווארן דער עונש פון איהם צו ליידן גלות פאר זיבן יאר.

מיט דער צייט איז מען געוואויר געווארן אין צפת אז דער גאסט איז א איש קדוש מאוד. ער האט געוואוינט אין צפת זיינע לעצטע יארן און איז דארט נסתלק געווארן, אבער "ולא נודע מקום קבורתו" ווי נאך אנדערע צדיקים. אין די הקדמה פון זיינע פירושים אויף מסכת שבת שרייבט ער אז רוב פון די חידושים האט ער מחדש געווען דעמאלט ווען ער האט זיך געפונען בגן עדן של מטה יענעם שבת אין דעם פארווארפענעם אינזעל. זי"ע.
לעצט פארראכטן דורך יקותיאל אום דינסטאג יולי 05, 2011 9:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

א ריזיגע ריזיגע יישר כח אייך, א ברכה אויף אייער קעפעלע.
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

אמן
איך וויל פרעגן צו מען איז אינטערסירט אויך אין לשון הקודש מעשיות - אויב יא לאז עס דא וויסן און מען וועט פרובירן מיט השי"ת הילף עפעס ארויף צו לייגן
הצלחה און סייעתא דשמיא
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

פון מיר אויס, איז לשה"ק אויך גוט.
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

די וואך שבת די יארצייט

[center]הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל
ראש בית דין, ומגיד מישרים ד'בראד
נפטר ל' סיון א' דר"ח תמוז תרכ"ט
[/center]


הגאון המפורסם רבי שלמה קלוגער זצ"ל האט געשטאמט פון גרויס יחוס, זיין טאטע איז געווען הצדיק המקובל וואס האט שטענדיג געגעסן "חולין בטהרה" (הקדמת ספר החיים), רבי שלמה קלוגער איז געווען פאררעכנט אלץ א "רבן של כל בני הגולה" בפרט סוף ימיו (משנת ת"ר) נאכדעם וואס עס זענען נסתלק געווארן די גאוני ופוסקי הדור דער "חתם סופר" דער "ישועות יעקב" [לעמבערגער רב] דער "חמדת שלמה" [ווארשאווער רב].
(תולדות שלמה)
רבי שלמה קלוגער האט געהאט געוואלדיגע כשרונות, אלץ קינד פון זעקס יאהר האט ער שוין מחדש געוועהן חידושים בהלכה וואס מען האט זיי באוואונדערט! די גדולי ישראל פון זיין דור האבן באוואונדערט זיין גרויסקייט אין לערנען, ווען ער איז אנגעקומען קין "בראד" און ער האט גערעדט אין לערנען מיט דעם מאור הגולה הגאון הקדוש רבן של ישראל רבי אפרים זלמן מרגליות [בעמח"ס שו"ת בית אפרים "מטה אפרים" ועוד] איז ער אזוי נתפעל געווארן אז ער האט אויף אים געזאגט אז רבי שלמה קלוגער איז א "ספר תורה ממש" און ער שרייבט אויף אים "סיני ועוקר הרים, שלמה שמו ושלימה משנתו" דער צאנזער רב זי"ע שרייבט אויף אים (שו"ת ד"ח, אה"ע ח"ב סימן קל"ד) "גאון הדור המגיד" דער מופת הדור הגאון האמיתי הישועות יעקב, זצ"ל האט זייער שטארק געהאלטין פון אים, אויך הרה"ק רבי אליעזר'ל פון דזיקוב זי"ע וואס איז געווען אלץ יונגערמאן אין די שטאדט ראווא, וואס אויך רש"ק איז געווען דארט, האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים אז זיין (רש"ק) תורה שיינט אין הימעל,
דער קדוש עליון רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע האט אים זייער שטארק מחשיב געווען און געזאגט אז אין מתיבתא דרקיעא פסק'נט מען ווי רבי שלמה קלוגער... (אכמ"ל עוד בשבח כל גדולי ישראל עליו)
זיינע ספרים
עס איז געווען אנגענומען אין די וועלט אז רבי שלמה קלוגער האט מחבר געווען ספרים כמנין שלמ"ה 375 אבער די וועלט האט נישט געוואוסט וואס איז דער חשבון און ווי זענען די פילע ספרים אהינגעקומען כאטש רבי שלמה קלוגער האט אליין געשריבען (בשנת תר"ד) [פינף און צוואנציג יאר פאר זיין פטירה] אז ער לויבט השי"ת אז ער האט הונדערט פופצן!! (115) גרויסע חיבורים אויף תנ"ך אויף גאנץ ש"ס שולחן ערוך און שאלות ותשובות (ובחרת בחיים סי' כ"ט) אבער מען האט נישט געוויסט ווי זענען די אלע ספרים ווייל עס איז נישט געווען געדרוקט נאר בערך צוואנציג (20) ספרים. אבער לעצטענס האט מען געפונען א גאנצן אוצר פון רבי שלמה קלוגער'ס "כתבי ידות" אין אלע מקצועות התורה, ש"ס ופוסקים, הלכה ואגדה אויף תורה אליין איז ניין און זעכציג ספרים עס קומט ארויס אויף יעדע "פרשה" באזונדער א דיקע באנד ""חכמת התורה" וואס האט איבער זעקסט הונדערט עמודים! אויך אויף יעדען יום טוב קומט ארויס א גאנץ ספר מכתבי יד.
זיין איינקל שרייבט! אז יעדען טאג האט מען אים געברעגט פאסט צווישען דרייסיג און פערציג בריעף וואס מען האט אים געפרעגט שאלות פון די גאנצע וועלט.
זיין צדקות, ענוה, קדושה
ווען מען האט אים געברענגט געלט, ווייל ער האט געהאלפין "עגונות" דורך זיינע "פסקים" האט ער בשום אופן נישט גענומען, ער איז געוועהן אן אמת'דיגער "שונא בצע" ער האט געלעבט מיט גרויס דחקות, אבער ער האט געהאלפין אנדערע, און אוועק געגעבן כל אשר לו.
ער איז געווען א "גודר גדר ועומד בפרץ" טאמער האט ער זיך" דערוויסט אז מען וויל משנה זיין פון די פריערדיגע דורות האט ער לוחם געווען במסירת נפש ער איז געווען א גרויסער לוחם קעגן די משכילים,ווען עס איז געווען די שאלה צו מען מעג עסן "מאשין מצות" אין פסח, האט ער עס גע'אסר'ט און עס זענען צו געשטאנען מיט אים די גדולי וצדיקי הדור, דער "דברי חיים" און דער "חידושי הרי"ם ועוד.
ער פלעגט נישט צו שלאפין אויף איינמאל, מער ווי א שעה ער פלעגט אויפשטיין און לערנען ער האט אויסגעזאגט יעדען טאג גאנץ תהלים ער האט געהייסן אז מען זאל אים באהלטין מיט זיין טלית וואס דער טלית קען מעיד זיין אויף אים אז ער האט קיינמאהל נישט געהאט קיין מחשחבה זרה בשעת זיין דאווענען ...
ועל כולם איז די ענוה פון רש"ק געווען העכער פון דעם "שכל אנושי" [מענטשליכען באגריף] ער האט זיך דערווייטערט פון יעדען טראפ כבוד, ער פלעגט נישט האבן קיין גבאים, אדער באגלייטערס.
ער האט באפוילן אז מען זאל אים נישט מספיד זיין מיט קיין שבחים, מען זאל נישט שרייבן אויף זיין מצבה קיין שבחים.

אריינגעכאפט א דאפעלטע ברכה
און וויען האט נאך די ערשטע וועלט קריג געוואוינט אן אלטער יוד וועלכער האט אלץ בחור משמש געוועהן בקודש אלץ הויז בחור ביי ר' שלמה קלוגער פלעגט דער יוד דערציילן די מעשה:
אין מיין יוגנד בין איך געוועהן א משמש ביים בראדער מגיד- ר' שלמה קלוגער, ר' שלמה קלוגער האט געהאט א מנהג אז ער אליין בכבודו ובעצמו פלעגט צוגרייטן און קאכן די פיש לכבוד שבת קודש מיט די אייגענע הענט פלעגט ער צושניידן די פיש אויסרייניגן זאלצען און אויפשטעלין קאכן אזוי ווי די גמרא דערציילט אין קידושין אויף רבא (רבא מלח שיבוטא)
איינמאהל אין א פרייטאג- ערב שבת קודש איז געקומען צום בראדער מגיד זייער א שווערע שאלה וואס האט געפאדערט א באלדיגן ענטפער מ'האט נישט געקענט אפשטופן האט דער מגיד צו מיר געזאגט "איך גיי אריין אין צימער מעיין זיין אין די שאלה איך האב נישט קיין צייט צו צוגרייטן די פיש אזוי ווי געווענטליך, דערפאר גיי דו צוגרייטען די פיש אנשטאט מיר, און איך האב מיך טאקע גענומען גרייטן די פיש.
ווען ר' שלמה קלוגער האט שפעטער געענדיגט מעיין זיין אין די שאלה האט ער שוין געטרפאן די פיש אין טאפ בשעת'ן קאכן רופט ער זיך אן צו מיר "האסט זיכער ארייגעשניטן אין די גאל ביים אויפשניידען די פיש!(יענע פיש אז מ'האט זיי אריינגעשטנצען אין די גאל זענען זיי געווארן ביטער און מ'האט עס שוין נישט געקענט עסן) האב איך אים געענפערט "ניין רבי איך האב אכטונג געגבען נישט אריינצושניידען אין די גאל אבער פארוואס איז דער רבי מיך אומזיסט חושד? ווייל איך בין אן אלטער בחור און דערצו א פארלאזטער יתום קומט דער רבי מיט מיר טשעפען פארוואס קומט דאס מיר? אזוי האב איך אויסגעגאסען מיין ביטער הארץ אויף דעם ווערטל וואס ער האט מיט מיר געמאכט.
ווען ער האט דאס געהערט האט ער מיך גענומען איבערבעטן אויף אלע אופנים אבער ס'האט גארנישט געהאלפען און איך האב מיך נישט געלאזט איבערבעטן, ביז ענדליך האט ער מיר געפרעגט וואס ווילסטו איך זאל פאר דיר טוהן כדי דו זאלסט מיך מוחל זיין? האב איך אים געענפערט "איך בין אן אלטער בחור, א יתום, און ס'גייט מיר נישט קיין שידוך אויב דער רבי וועט מיך בענטשן אז איך זאל שנעל ווערן א חתן און אז איך זאל דערצו לעבען א גוט לעבן מיט נחת און אריכת ימים וועל איך אייך מוחל זיין, דער רבי האט מיך געבענטשט מיט אלע ברכות און איך האב אים מוחל געוועהן.
די ברכה איז באלד מקוים געווארן ס'האט נישט לאנג געדויערט און איך בין געווארן א חתן איך האב ב"ה געלעבט א גוט לעבן מיט פרנסה בריוח און אלעס גוטס.
א צייט שפעטער בין איך געוועהן מיט א קוויטל ביי רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע און איך האב אים דערלאנגט דאס קוויטל אזוי ווי ער האט נאר אריינגעקוקט אין קוויטל האט ער זיך צו מיר אנגערופען "דו האסט דאך שוין א ברכה פונ'ם בראדער מגיד! נאר מאיר וועט צולייגן: מיט די ווייב אינאיינעם!
די מעשה האט דער יוד דערציילט שנת תרע"ט ווען ער איז דעמאלט אלט געוועהן הונדערט און דריי יאהר און זיין ווייב האט נאך געלעבט !
זכותו יגן ועל כל ישראל, אמן !
לעצט פארראכטן דורך יקותיאל אום דינסטאג יולי 05, 2011 9:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

יש"כ יקותיאל, האמיר ארויס געדריקט איין מעשה עס צו דערציילן ביים סעודה פאר די קינדער.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שכוח יקתואל גיין אן,
לכתחילה איז בעסער צו לייגן די לשה"ק אין א פריש אשכול.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הערליך, טענקס יקותיאל...

איך האלט ווי לייבי, אויב לשון קודש, מאך א עקסטערע אשכול. א דאנק!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

אריבערגעלייגט אין אשכול דערציילן ביים שבת טיש לשון קודש
לעצט פארראכטן דורך יקותיאל אום מאנטאג יולי 11, 2011 4:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

געעפענט א אשכול פאר דיר

אבער ביטע פארגעס נישט פון די דאזיגע אשכול, לייג אריין דא אויך אידישע מעשיות, בתודה מעיקרא.
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

יישר כח פארן עס עפענען איך האב שוין אריינגעלייגט 2 מעשיות דארטן צוביסלעך וועט מען צולייגן נאך אי"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”