צו דערציילן ביים שבת טיש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

צו דערציילן ביים שבת טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

צו דערציילן ביים
שבת טיש.

איך האב מחליט געווען יעדע וואך צו שרייבן א מעשה וואס דער עולם זאל קענען דערציילן ביים שבת טיש, אזוי ווי ס'איז שוין שפעט, און איך האב נישט געהאט צופיל צייט זיך פארצוקוקן, און איך האב נישט געוואלט אפשטיפן מיט א וואך (אזוי ווי איך האב געטון פאריגע וואך...) ווייל איך האב מורא געהאט אז איך וועל נישט אויפהערן שטיפן פון וואך צו וואך, האב איך אפגעשריבן א מעשה פון זכרון, איין פראבלעם אבער, כ'געדענק נישט ביי וועלכן צדיק די מעשה איז געווען, ווער ס'ווייסט איז מכובד צו מעלדן.

וזה החלי בעזהשי"ת:

ביים הייליגן מגיד אין שטוב האט געוואוינט א בחור מיטן נאמען נתן.
נתן איז געווען א געהויבענער בחור, א תלמוד חכם און א ירא שמים, לאנגע שעות האט ער געדאווענט יעדן טאג, און דערנאך איז ער געבליבן אין שוהל לערנען מיט גרויס חשק און התמדה, אזוי איז נתן געשטיגן אין רוחניות'דיגע מדרגות העכער און העכער.

איין פראבלעם האט אבער נתן געהאט, ער איז שוין געווען א בחור אין די יארן, אבער קיין שידוך האט זיך אים נישט געמאכט, ליידער איז ער געווען א קיילעכיגער יתום, ער האט נישט געהאט קיין טאטע מאמע, דעריבער איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אונטערנעמען א מכובד'יגער נדן, און אן קיין נדן איז נישטא קיין חתונה, איז נתן געווארן אן עלטערער בחור און קיין שידוך האט זיך נישט געמאכט.

איין טאג האט דער מגיד אריינגערופן נתן'ען, ער האט אים אנגעכאפט די הענט און געזאגט:

נתן טייערער, סאיז געקומען די צייט זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, ס'איז צייט זאלסט חתונה האבן מיט דיין באשערטע, גיי ארויס אין וועג, און דער ערשטער שידוך וואס מ'טראגט דיר אן זאלסטו גלייך מסכים זיין.

נתן האט נישט געפרעגט קיין קשיות, נאכ'ן זיין ביים מגיד אין שטוב אזויפיל יאר'ן איז ער שוין געווען צוגעוואוינט אז דעם מגיד'ס ווערטער ווערן אן קיין צווייפל מקוים, האט ער איינגעפאקט זיין ביסל ארעמע האב און גוטס, און היידע! מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג.

די נאכט האט אנגעהויבן צופאלן, די זון האט זיך געריקט מער און מער צו מערב זייט, און נתן איז אנגעקומען צו א קליין שטעטל, ער האט גלייך געוואנדן זיינע מידע פיס צום אידישן גאסט הויז מיטן ציהל אפצוריען זיינע מידע ביינער.

דער בעל הבית פונעם גאסט הויז איז געווען דער גרעסטער גביר פון שטעטל, א מכובד'יגער איד, א תלמוד חכם, און א גרויסער עושר, צוליב זיינע געשעפטן איז ער פונקט נישט געווען אין שטוב יענע נאכט, נאר זיין איינציגסטע טאכטער, א בת יחידה, זי איז געבליבן אין גאסט הויז אויפנעמען די געסט.

ווען נתן איז אריינגעקומען איז איינגעפאלן פאר איינע פון די באדינער א פרייליכ'ן געדאנק, לאמיר מאכן אביסל לעבעדיג, דא איז דא א בחור, און דער גביר האט א טאכטער, לאמיר שפילן א חתונה... מ'וועט פראווען א סעודה, עסן און טרינקען, און ס'וועט זיין פרייליך...

אומר ועושה, געזאגט און געטון, אלע איבריגע באדינער האבן זיך צוגעכאפט צום געדאנק, איינער איז צוגעגאנגען צו נתן און געפרעגט "אפשר וואלסטו געוואלט חתונה האבן מיט'ן גביר'ס טאכטער?" נתן האט געדענקט וואס דער מגיד האט אים אנגעזאגט, צו טון דעם ערשטן שידוך וואס מ'טראגט אים אן, און נאכדערצו מיט אזא גביר'יש קינד, "זיכער" האט ער געענטפערט, "ס'וועט מיר זיין א גרויס כבוד"

דאס מיידל האט זיך אויך צוגעכאפט צום געשעפט, פארוואס נישט האבן אביסל פאן... מ'האט געדעקט די טישן, פארשאפט א חופה, אבער נתן האט געזאגט אז ער דארף קודם אפשרייבן א כתובה, נו, זאל זיין אזוי, וועט עס אויסקוקן ממש עכט...

נתן איז נישט געווען קיין נאר, ער האט פארשטאנען פונקטליך וואס דא קומט פאר, און ער האט אפגעשריבן א כשר'ע כתובה, די חתן און כלה האבן עס אינטערגעשריבן, דערנאך צוויי עדים, און מ'גייט שוין צו די חופה...

מוזיק האט אונטערגעשפילט, נתן האט זיכער געמאכט אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן להלכה, מ'האט אים געגעבן א רינגל, און ער האט מקדש געווען דעם גביר'ס טאכטער כדת משה וישראל...

וויין האט זיך געגאסן ווי וואסער, אלע באדינער און איינגעשטעלטע פונעם גאסט הויז האבן זיך געלאזט וואויל גיין, מ'האט סערווירט א נארהאפטיגע חתונה סעודה, מ'איז געטאנצען און געשפרינגען אינמיטן די נאכט אריין.

ווען ס'איז געווארן שפעט זענען די באדינער צוגעגאנגען צום חתן און געמאלדן, "דער שפיל איז געענדיגט, יעצט פאק פעק און ציה אפ פון דאנעט!"

"איך גיי נישט אן מיין כלה" האט דער חתן שטייף געענטפערט, איך האב חתונה געהאט כדת משה וישראל און זי איז מיין ווייב, איך וועל איר נישט איבערלאזן שוין די ערשטע נאכט נאך די חתונה...

דער גביר ר' נטע קומט אהיים נאך א גאנצן טאג האנדלען און וואנדלען, ער האט געמאכט אפאר גוטע געשעפטן היינט, זיין געמיט איז דערהויבן, ער איז היבש רייכער געווארן די לעצטע שטיקל צייט, "אה, ווער איז נאך אזוי גליקליך ווי מיר" טראכט ער צו זיך.

אבער ווען ער האט אריינשפאצירט אין שטוב אריין איז ער שוין גארנישט געווען אזוי גליקליך, ווען ער האט געפרעגט וואס איז די שמחה אזוי גרויס דא, האבן אים די באדינער דערציילט אז מ'האט געשפילט חתונה... דער גביר האט גלייך געזעהן אז ס'איז צרות, ער האט פארשטאנען אז ס'איז שוין גארנישט געווען קיין שפיל, איז ער צוגעגאנגען צום חתן און שיינערהייט געבעטן, "איך בעט דיר, די פארשטייסט דאך אליינס אז דא איז פארגעקומען א מיספארשטענדעניש, לאמיר מארגן גלייך צופרי צוגיין צום בי"ד און מסדר זיין א גט"

נתן האט זיך אבער נישט געוואלט לאזן, "איך האב חתונה געהאט מיט א ערליכע געלונגענע אידיש מיידל, פארוואס זאל איך איר סתם אזוי אפ'גט'ן?"

דער גביר האט פרובירט צוצוזאגן א סכום געלט, און ער האט געלייגט גרויס דרוק, האט אים נתן געזאגט, "הער אויס מחותן טייערער, איך בין געקומען אהער אויפן באפעל פון מיין רבי'ן דער הייליגער מגיד, לאמיר גיין צו אים און הערן וואס ער זאגט"

דער גביר האט נישט געהאט קיין ברירה, מ'האט ווידער איינגעשפאנט דעם פערד און וואגן, און מ'איז געפארן צום מגיד.

ביים מגיד אין שטוב האבן ביידע פארגעלייגט זייערע טענות, דער גביר האט גע'טענה'ט אז די גאנצע מעשה איז געווען א טעות, און ער פארלאנגט אז נתן זאל שטילערהייט גיבן א גט נאך פאר די גאס ווערט געוואויר וואס דא איז פארגעקומען, נתן האט גע'טענה'ט אז ער האט כשר חתונה געהאט כדת משה וישראל, און נאך מיט אזא געלונגענע מיידל, און פארוואס זאל ער גיבן א גט.

דער הייליגער מגיד האט זיך פארטראכט, און ער האט געזאגט אזוי:

"דער גביר זאל צאלן צען טויזנט רובל "אפטריט געלט" פאר נתן, און אין 4 וואכן ארום זאל ער צוריק קומען און אפנעמען דעם גט פון נתן.

דער גביר האט תיכף ומיד מסלק געווען דעם סכום, און ער האט געזאגט אז ער וועט צוריקקומען אין די באשטימטע צייט אפנעמען דעם גט.

דער מגיד האט גענומען דאס געלט, און ער האט געלאזט אויפנייען א הערליכן אנצוג פאר נתן, אין די 4 וואכן האט דער מגיד אנגעזאגט נתן ער זאל עסן צו די זעט 3 מאל אין טאג, און ווען דער טאג איז געקומען איז טאקע דער גביר געקומען צו רייטן אין זיין רייכע קארעטע, גרייט צו נעמען דעם גט פאר זיין טאכטער.

דער מגיד האט אים אויפגענומען מיט א שמייכל, "הערט זיך צו ר' נטע, איך האב פאר אייך א גאלדענעם שידוך, דא ביי מיר איז דא א רייכער בחור, ער פארמאגט אסאך געלט, און דערצו איז ער א בעל מידות, א תלמוד חכם, און זייער אן איידעלער, איך מיין ס'וואלט געווען א געלונגענער שידוך פאר דיין טאכטער"

"לאמיר זעהן דעם בחור פון וואס מ'רעדט" האט דער גביר געענטפערט.

מ'האט אריינגעברענגט נתן מיט זיין שיינעם נייעם אנצוג, און דערצו האט ער אויסגעזעהן סאך בעסער ווי מיט 4 וואכן פריער אזוי אז דער גביר האט אים בכלל נישט דערקענט, דער גביר האט זיך גענומען שמועסן מיט אים אין לערנען, און דער בחור האט אים גאר געפאלן, אפאר שעה האט דער גביר פארברענגט מיט נתן, און דערנאך האט ער געמאלדן פארן מגיד, "ווי נאר איך באקום דעם גט פונעם ארעמען שלעפער, בין איך גרייט צו שליסן שידוך מיט דעם געלונגענעם רייכן בחור"

דער מגיד האט אים געמאלדן, "דיין טאכטער דארף בכלל נישט קיין גט, און מ'דארף נישט שליסן שידוך, דער רייכער בחור וואס פארמאגט צען טויזנט גילדן איז שוין דיין איידעם..."

דער גביר וואס האט שוין איינגעזעהן וואס פאר א אויסערגעווענליכער ערליכער און פיינער נתן איז האט אים מיט פרייד אהיימגעטראגן צו זיין טאכטער, און צוגעשטעלט א פעטן נדן פארן אינגען פארל.

פארן זיך געזעגענען האט דער מגיד געזאגט פארן גביר, "איך האב געזעהן אז נתן איז דער ריכטיגער באשערטער זיווג פאר דיין טאכטער, נאר אזוי ווי דו וועסט פונעם אייגענעם ווילן נישט טון דעם שידוך איז געווען א גזירה אז דו דארפסט דערלייגן דיין גאנץ פארמעגן און נפטר ווערן פון די וועלט פריצייטיג, כדי ס'זאל זיין א פאסיגער שידוך, האב איך אויסגעפויעלט אז מ'זאל צופירן דער שידוך זאל געשלאסן ווערן אן דיין וויסן כדי דו זאלסט בלייבן ביים לעבן.
זכותו יגן עלינו.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

זייער גוט! זיי ממשיך.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

שיינע מעשה, איך מיין אז די מעשה איז געווען מיטן רבי'ן ר' הערש פון רימינאוו, דער רבי ר' מענדעלע האט אים (בכוונה) ארויסגעשייגעצט אז ער איז א גנב, און די גאנצע שטאט האט אים נישט געוואלט ארייננעמען, איז ער געגאנגען איבערנעכטיגן אין א דערנעבנדיגן דארף, דער בעה''ב איז נישט דארט געווען נאר זיין טאכטער, אביסל שפעטער זענען אנגעקומען א גרופע סוחרים וואס האבן צוגעשטעלט די גאנצע חתונה. די אויספיר געדענק איך נישט, אפשר האט עס זיידעניו ערגעץ אראפגעשריבן.

שקויעך עניוועי א הערליכע ארבעט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שיינעם דאנק ר' גראדער, אפילו אויב מיר וועלן דאס נישט איבערדערציילן, האבן מיר פארט הנאה געהאט ביים ליינען.
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע:צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

גראדער, טענק יו!!

אזוי ווי קרעמער זאגט, אידער וועי איז עס א גוטע איידיע, צו מען זאגט עס יא איבער ביים שבת טיש צו נישט, איז עס גוט... כ'מיין זאלסט אנהאלטן מיט דיין גוטע אונטערנעמונג.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

א גוטע איידיע גראדער,
איך האב גראדע געפלאנט צו עפענען א מוצאי שבת אשכול, דעמאלטס אידעך אן ענין צו פארציילען מעשיות,
יעצט וועט שוין דאס זיין אנשטאט.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

די נאמען פון די מעשה איז: אז א שידוך איז באשערט...

א גרויסן ישר כח הרב גראדער!
זייער א פיינער געדאנק. זאלסט מצליח זיין אין דיין אונטערנעמונג, און מהנה זיין אידישע קינדער.

מיר ליגט אויך אין זכרון אז די מעשה האט פאסירט ביים הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע זי"ע.


This signature was intentionally left blank
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דאנקע שיין גראדער.
האלט אן
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

הנאה געהאט. שכח
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א גרויסען ישר כוח גראדער פאר מיך דערמאנען די מעשה.
מעגייט די מעשה דערציילען פאר מיינע אייניקלעך וועליכע קומען צו אינז אויף שבת.
the SCY is the limit
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

זייער זייער שיין
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

גוט געדאנק!!!
קיפ איט אפ
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

געווארט אויף אזא אשכול
יישר כח
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

שערקויעך:smile:
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

וואס איז די מקור פון די מעשה? סאיז אביסל אינטערעסאנטליך

אבער גדולים מעשה צדיקים
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

א גרויסן שקויעך גראדער, איך מיטשע מיר יעדע וואך צו טרעפן עפעס א מעשה צו דערציילן מיין ווייב אין קליינע קינדער, קיין תורה איז נאכנישט אינטערסאנט, איז קוק איך ארויס אויף דעם אשכול א ס'זאל אנהאלטן.

נאכאמאל! א גרויסן שקויעך, גיטער איידיע.

מגלגלין זכות ע"י זכאי.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כליפ כליפ... כ'דערמאמעך... זיידעניו פלעגט אמאל שרייבן מעשיות, און יעדע וואך מוצאי שבת פלעגעך ליינען זיינע זאכן, און אויב מעגליך, איבערדערציילט פאר דעם קליינעם...

אבער ומפני חטאינו.... קיצר ער איז מער נישטא... און זייט דעמאלטס ווארט איך שוין איינער זאל עם איבערנעמען... (אדער ער זאל צוריקקומען)

גראדער, טענקס סאו מאטש! ס'איז א געוואלדיגע איידיע, קיפ איט גאוינג...

נ.ב. וועלקאם טו דע קלאב! איך פארגעס אויך אייביג נעמען פון צדיקים ווען ס'קומט צו מעשיות...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

כ'שעמעך צו בעטן פון דיר, וויל באמת מוזטעכעס בכלל נישט טון, אבער אז די טוסטעסשויניא אויב מעגליך ביטע שרייבן עפעס וואסק ען זיין אינטרעסאנט פאר אביסעל קלענערע קינדער אויך,
שקויעך עניוועיס ס'איז א געוואלדיגע זאך וואס די טוסט, קיפ איט אפ!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

גראדער
וואויל געשריבן, גוט דערציילט.

דוכט זיך דער מעשה איז געבאקן געווארן דורך ניסן מינדל, דער שרייבער פון The STORYTELLER אין ענגליש, און "דערצייל מיר א מעשה" אין אידיש.
זיינע ווערק זענען געלאפן אין די אויסגאבעס פון חב"ד "שמועסן מיט יוגענד", וואו ער פלעגט שרייבן זיינע מעשה'לעך. ער זעלבסט שרייבט אין זיין הקדמה, דאס טייל מעשה'ס האבן ווירקליך פאסירט, און טייל האבן געקענט פאסירן, אבער די מוסר השכל איז אמת..

ס'איז דא גאנץ אן ענליכע מעשה פון רבי ר' מענדעלע מרימאנאוו, מיט זיין תלמיד רבי ר' הערש, וועלכע בעילאוט דערמאנט. אבער ס'איז נישט דאס.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח גראדער, הנאה געהאט;

אינטי:
דער ניסן מינדל איז געווען א געוואלדיגער פראדוצירער, כ'באלעק מיך מיט זיינע ווערק, איין געוויסע מייסעלע זיינע פארצייל פאר די קינדערלאך איטליכער שבת נאכמיטאג, בתנאי זיי לייגן שיין אראפ; די חברה ווערן נישט נמאס דערפון....
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

וואויל גראדער, זייער וואויל
כ'קיק ארויס אויפן הצלחה פינעם אשכול
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

זיך פרייען מיט א מצוה.

זיצט דער הייליגער חתם סופר ביי זיך אין ספרים צימער, אויפן טיש זענען אנגעהויפנט בערג מיט ספרים, און צו די זייט ליגט א הויפן פאפירן אנגעפילט מיט חידושי תורה, און אויפן בענקל זיצט דער גרויסער תורה ריז פון וועם די גאנצע וועלט רעש'ט, און זיין הייליגער מח איז איינגעזינקען אינעם טיפן ים התלמוד.

א שוואכער קלאפ אויפן טיר האט איבערגעהאקט זיינע הייליגע מחשבות, דער קלאפ איז געווען אזוי שטיל ווי גלייך דער קלאפער האט מורא געהאט אז איינער וועט עס הערן... דער הייליגער חתם סופר שפיצט אן די אויערן, און אט הערט ער טאקע נאך א קלאפ, אריין! האט דער חתם סופר אויסגערופן, און ווי גרויס איז געווען זיין וואונדער צו זעהן גאר דעם גרויסארטיגן ראש הקהל.

ר' לייב איז געווען א למדן, אן עושר, פון די חשוב'סטע בעלי בתים אין פרעשבורג, צוליב זיינע פילע עסקנות און אנדערע שטאט'ס און ראש הקהל טעטיגקייטן איז ער כסדר געקומען צום שטאט'ס רב, דער הייליגער חתם סופר איז שוין געווען צוגעוואוינט צו זיינע פעסטע קלאפן אין טיר, דעריבער איז זיין וואונדער געווען גאר גרויס ווען ר' לייב האט אויסגעקוקט אזוי צוזאמגעבראכן.

ר' לייב האט זיך אוועקגעזעצט אויפן בענקל קעגן איבער דעם חת"ס, און מיט א צובראכענע שטימע האט ער אנגעהויבן צו דערציילן די סיבה פון זיין אומגעראכטענעם באזוך.

איך מוז דעם רב אויסזאגן א סוד וואס קיינער אין שטאט ווייסט נאכנישט, אפילו מיין ווייב האט נישט קיין באגריף דאס וואס איך גיי דעם רב דערציילן, און איך האף אז דער רבי וועט מיר קענען גיבן אן עצה אדער כאטש א ברכה.

צופיל האט ער שוין נישט געדארפט זאגן, דער חת"ס האט שוין אלעס אליין פארשטאנען, אבער דאך האט ער געלאזט ר' לייב'ן זיך אויסגיסן זיין צובראכן הארץ.

"הער זיך צו רבי", הייבט אן דער ראש הקהל, "איך זאג דעם רב בסוד גדול, איך בין היינט א בלוטיגער ארומאן! אין די לעצטע צייטן בין איך דורכגעפאלן מיט אפאר שלעכטע געשעפטן, און ליידער בין איך צוגעקומען צו א מצב וואס איך האלט ממש פאר באנקראט, רבי איך האלט נישט אויס! יעצט ווייסט נאך קיינער נישט, אבער נאך אפאר טאג קומט דער גרויסער לייפציגער יריד, און אויב איך וועל נישט פארן וועט יעדער גלייך וויסן, און דער מצב וועט זיין ביטער, און איך קען אפילו נישט טראכטן פון פארן, ווייל איך פארמאג ניטאמאל די פאר גראשן פאר די הוצאות פון די נסיעה..."

דער הייליגער חתם סופר האט פארקנייטש זיין הייליגן שטערן, ער האט געטראכט פאר א קורצע צייט, און פלוצלונג האט זיין צורה אויפגעלאכטן, "הער זיך צו ר' לייב, איך האב דא ליגן א פעקל מיט צען טויזנט רייניש וואס ליגט גרייט פאר מיין טאכטערס חתונה, אזוי ווי די חתונה וועט פארקומען אין אפאר חדשים ארום, קען איך אייך פארלייען דאס גאנצע געלט! נעמט די צען טויזנט רייניש, פארטס אויף לייפציג, און דעם ערשטן געשעפט וואס מ'שלאגט אייך פאר זאלט איר שליסן אין א מזל'דיגע שעה!"

ר' לייב האט מורא געהאט צו נעמען די געלט, "איך בין היינט נישט אין דעם מצב איך זאל קענען גאראנטירן אז איך וועל האבן אפצוגעבן די געלט, וויאזוי קען איך לייגן אין סכנה די געלט וואס מ'דארף האבן צו די חתונה?"

"און איך זאג אייך איר וועט מצליח זיין!" האט דער חתם סופר געענטפערט, "נעמטס די געלט, און פארטס לחיים ולשלום."

ר' לייב האט נישט געקענט אפזאגן דעם בפירושע ברכה-הבטחה פון זיין גרויסן רבי'ן, מיט ציטערדיגע הענט האט ער אריינגעלייגט דעם זעקל אין טאש, זיך באדאנקט פארן חתם סופר, און זיך געגרייט צום נסיעה קיין לייפציג.

דער רייכער סוחרישער קארעטע האט אפגערייזט קיין לייפציג, און אזוי ווי דער חתם סופר האט געזאגט האט מען טאקע אנגעטראגן א גוטן געשעפט פאר ר' לייב, און במשך דעם יריד האט ר' לייב געשלאסן איין גוטן געשעפט נאכן צווייטן געקויפט און פארקויפט ביז ער האט אפאר מאל געדאפלט דעם סכום געלט מיט וואס ער איז אנגעקומען.

פאר ער איז אהיימגעפארן האט ר' לייב געטראכט צו זיך, די גאנצע הצלחה איז דאך מיר געקומען אינעם זכות פונעם חתם סופר, זיין ברכה האט דאך מיר ממש געראטעוועט פון בזיונות און מיר צוריקגעברענגט מיין עשירות, קען איך דאך נישט צוריקקומען צו אים מיט ליידיגע הענט, פונקט האט ר' לייב דורכשפאצירט א סוחר וואס האט פארקויפט צירונג, "אה, איך וועל קויפן א שיינע רינגל פאר'ן רב'ס טאטכטער לכבוד די חתונה!"

ר' לייב האט אויסגעקליבן א הערליכער רינגעל באצירט מיט שיינענדיגע דיאמאנטן, און מיט א פרייליך הארץ איז ער אהיימגעפארן קיין פרעשבורג.

דאסמאל זענען שוין געהערט געווארן די קלאפעס ביז א גאס אוועק... ר' לייב וואס האט שוין צוריקבאקומען זיין גביר'ישע שטאלץ האט מיט א שמחה אריינשפאצירט צום חתם סופר אין שטוב, דער רב האט פונקט געהלאטן אינמיטן זיך מפלפל זיין אין לערנען מיט צוויי תלמידים, די בחורים האבן זיך געריקט אין די זייט, און געלאזט דעם ראש הקהל נעמען שלום ביים ראש ישיבה.

ר' לייב נעמט ארויס א פעקל מיט צען טויזנט רייניש, און ער גיבט אפ זיין חוב פארן חתם סופר, דערנאך זאגט ער מיט שטאלץ, "רבי, איך האב געברענגט א הערליכע מתנה פאר די כלה!" און דערביי נעמט ער ארויס דעם גלאנציגן דיאמאנט רינגל.

דער חתם סופר האט אויפגעלאכטן, ער האט געכאפט דעם רינגל, געלאפן דערמיט צום פענסטער, מיט א פרייד באטראכט די גלאנציגע גאלד, און ווי די דיאמאנטן בליטשקען, ער האט עס געדרייט אויף אלע זייטן...

די צוויי תלמידים שטייען אין די זייט און זיי קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן, רבש"ע, ר י ב י ת! דער הייליגער רבי נעמט ריבית?! און ער פרייט זיך גאר אזוי שטארק?! ווי קען דאס זיין?

אבער זייער וואונדער האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, נאך געציילטע מינוטן האט זיך דער חת"ס צוריק ארפגעזעצט, און ער האט צוריקגעגעבן דעם רינגל פאר ר' לייבן, "ראש הקהל טייערער, די תורה לאזט נישט נעמען קיין ריבית!" האט אים דער חת"ס געזאגט.

ווען ר' לייב איז ארויסגעגאנגען האט זיך איינער פון די תלמידים גענומען די שטארקייט און געפרעגט, "אויב דער רבי האט נישט געפלאנט צו נעמען די מתנה פון ר' לייב, פארוואס האט זיך דער רבי אזוי געפרייט דערצו?"

"איך וועל אייך דערציילן א מעשה" האט דער חת"ס געענטפערט.

איך מיינע אינגע יארן האב איך געלערנט אין פראנקפורט ביי מיין גרויסן רבי'ן דער הייליגער רבי נתן אדלער זצ"ל, האט זיך איינמאל געמאכט אינמיטן ווינטער אז מיר האבן געדארפט ערגעץ פארן, אינדרויסן האט געבוזשעוועט א שניי און א פראסט, אבער ווען ס'איז געקומען צו א דבר מצווה האט מיין רבי נישט געקוקט אויף גארנישט, מען האט געדונגען א קוטשער וואס האט פארשטייט זיך געלאזט באצאלן א פעטן פרייז צו פארן אין אזא צייט, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו מקיים זיין די מצוה.

די גאנצע צייט פונעם וועג האב איך געהאט די זכי' צו רעדן אין לערנען מיט מיין גרויסן רבי'ן אזוי אז מיר האבן ניטאמאל געשפירט די שניידעדיגע קעלט, די תורה האט אונז דערווארימט, אבער פלוצלונג האט זיך דער וואגן געגעבן א שטארקן שאקל, און עס האט זיך געגעבן א האסטיגן אפשטעל!

ווען איך האב ארויסגעקוקט צו זעהן וואס דא קומט פאר, האב איך געזעהן ווי דער פויער שטייט און שרייט קולות וברקים אויף די צוויי דערשראקענע פערד, זיי זענען נעבעך אריינגפאלן אין א זומפ, און די קללות פונעם פויער האבן זיי בכלל נישט געהאלפן זיך ארויסשלעפן דערפון, מיר האבן זייער שנעל זיך איבערצייגט אז מ'וועט דארפן הילף זיך ארויסצודערזעהן פון דארט, האבן מיר געמוזט צוזאגן פאר'ן פויער א סכום געלט ער זאל צוגיין צום נאנטן דארף און דינגען נאך אפאר פערד וואס זאלן צוהעלפן ארויסצושלעפן אונזער וואגן פון זומפ.

אפאר שעה זענען מיר געזעצן אינעם פארפרוירענעם וואגן און זיך מפלפל געווען אין לערנען, ענדליך האט מען שוין געזעהן פונדערווייטנס ווי דער גוי קומט צו גיין מיט אפאר בהמות, פלוצלונג איז דער רבי ארויסגעשפרינגען פון וואגן, און מיט א געוואלדיגע שמחה זיך גענומען טאנצן אין די שניי... איך האב נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, וואס עפעס איז דער רבי פלוצלונג געווארן אזוי פרייליך, "רבי, וואס איז די שמחה" האב איך געפרעגט, "דו זעהסט נישט, דער גוי ברענגט קיען! ס'דאך כלאים! מ'טאר נישט איינשפאנען צוויי סארט בהמות צו איין וואגן, ווען אין מיין לעבן איז מיר אויסגעקומען צו נזהר זיין אין כלאים!" אין דער רבי איז ווייטער געטאנצן פאר פרייד...

דער גוי האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט, ער האט אבער נישט געהאט קיין ברירה, פאר גרויס געלט האט ער זיך צוריק געשלעפט און דארף און ענדליך פארשאפט נאך צוויי פערד ארויסצושלעפן דעם וואגן פון זומפ.

אבער איך האב זיך געלערנט דעמאלס פון מיין רבי'ן א מורא'דיגע זאך, איך האב געזעהן וואס עס הייסט אן אמת'ע שמחה של מצוה, וואס עס הייסט זיך אמת'דיג פרייען אז מען האט די געלעגנהייט מקיים צו זיין דעם רצון פון באשעפער אויף אזוי ווייט אז דער רבי ר' נתן אדלער זצ"ל איז געטאנצן אין די פראסטיגע שניי!... זיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר שמחה אז ער האט די געלעגנהייט נזהר צו זיין אין דעם איסור פון כלאים.

"די זעלבע זיין מיינע טייערע תלמידים" האט דער חת"ס אויסגעפירט, "איך בין דאך נישט קיין סוחר, דעריבער קומט מיר קיינמאל נישט אויס דער נסיון פון ריבית, דעריבער ווען עס איז מיר אזוי אומגערישט אונטערגעקומען אזא געוואלדיגע מצוה, זיך צוריקהאלטן פון נעמען ריבית, האב איך נישט געקענט צוריקהאלטן מיין פרייד מקיים צו זיין אזא מצוה."
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

לכבוד שבת קודש פרשת מטו"מ שנת תש"ע לפ"ק


דער רבי מיט די בערן

אין די שטאט בודאפעסט אין אונגארן זענען אנגעקומען א באנדע ציגאנער, און נישט סתם ציגאנער, די ציגאנער האבן געהאט מיט זיך א גאנצע באנדע בערן ''קונצן מאכער'', זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין צענטער פון שטאט, אויפגעשטעלט א גרויסע פלאטפארמע, ארויפגעשטעלט די בערן דערויף, און די בערן האבן געטאנצן און געשפרינגען און געמאכט אלע סארטן קונצן.

אין די צייט וואס די ציגאנער האבן געארבעט אנצוגרייטן דעם סטעידש אינמיטן מארק, איז דער אנפירער זייערער ארומגעפארן אין שטאט אויף א ווייסן פערד און אויסגערופן:

"בודאפעסטער שטאטס לייט, ווילט איר הנאה האבן פון א קינצליכן שפיל, פארפאסט נישט די געלגענהייט, קומט שוין אין מארק און איר וועט נישט גלייבן וואס איר זעהט, קינצן וואס מ'גלייבט נישט נאר ווען מ'זעהט עס מיט די אייגענע אויגן!"

אלע בודאפעסטע גוים זענען געווארן לעבעדיג, פארוואס נישט, גיין מיטהאלטן אזא אינטערעסאנטע לעבעדיגע שפיל, זענען זיי אלע געלאפן צום מארק מיטהאלטן דעם שפיל, אבער קיין ערליכע אידן האט מען נישט געזעהן לויפן, סתם אזוי אין א גרינעם דינסטאג גייען נישט אידן צו קיין ציגאנערישע שפילן, אידן זיצן אין ביהמ"ד און דינען דעם אויבערשטן.

אין איינע פון די בודאפעסטע שוהלן איז דעמאלס געזעצן און געדינט דעם אויבערשטען דער הייליגער צדיק ר' מרדכי'לע נאדבורנער זצוק"ל, ער איז פונקט דאן געקומען אויף א קורצן באזוך קיין בודאפעסט.

נאך שחרית הערט ר' מרדכי'לע עפעס רעש'ט זיך, פרעגט ער איינע פון די מקורבים זיינע וואס איז דער גערודער אין גאס, זאגט ער אים, ''ס'גארנישט, עפעס א ציגאנערישע גרופע האט געברענגט א באנדע בערן וואס טאנצן און מאכן קונצן, און די גוים מאכן א גאנצן עסק דערפון.''

''א גרויסע גרופע געלערנטע בערן?'' זאגט דער צדיק נאך די ווערטער, דער הייליגער רבי ר' מרדכי'לע ווערט שטארק פארטראכט, ער פארטיפט זיך אין זיינע הייליגע געדאנקען, בשעת אלע ארומיגע שטייען מיט יראת הכבוד און ווארטן צו זעהן וואס דא גייט פאסירן.

פלוצלונג דערוועקט זיך דער רבי פון זיין דביקות, און צום וואונדער פון אלע חסידים רופט ער זיך אן, ''א גרופע געלערנטע בערן? לאמיר גיין זעהן...''

ארום רבי מרדכי'לע זענען געשטאנען ווארימע דורכגעווייקטע חסידישע אידן וואס האבן גוט געקענט דעם רבי'ן און האבן געוואוסט ווי שטארק ער איז אויסגעטון פון אלע הבלי עולם הזה, זיי האבן פארשטאנען אז זיכער איז דא עפעס א העכערע סיבה פארוואס ר' מרדכי'לע וויל גיין זעהן דעם בערן טאנץ, זענען זיי אלע מיטגעגאנגען מיט די האפענונג זיך צו דערוויסן וואס עס ליגט אונטער דעם.

אינמיטן מארק אין א גרויסן שטייג זענען געווען פיל בערן, רוב פון זיי אינגע בערעלעך, דער עולם האט געפאטשט, און די בערן זענען געטאנצען און געשפרינגען, אבער צווישן זיי איז געווען איין אלטער בער, ער איז געווען עפעס אויסערגעווענליך בשמחה... ער איז געטאנצן אפילו ווען קיינער האט נישט געפאטשט, ער האט נישט אויפגעהערט צו טאנצן און שפרינגען און מאכן אלע סארטן טענץ, רוב שטאטישע ליידיגייער זענען געווען פארזאמעלט ארום דעם אלטן בער.

דער רבי ר' מרדכי'לע פארטראכט זיך אביסל אויף דעם בער, דערנאך גייט ער צו צום שטייג און ער רופט אויס הויעך, ''ישראל, שוין גענוג געטאנצט! גענוג איז גענוג''

צום וואונדער פון אלע פארזאמעלטע האט דער בער פארענדיגט זיין טאנץ און ער האט שיינערהייט זיך אראפגעזעצט אויף דער ערד.

דער צדיק האט געהייסן רופן דעם הויפט פון די ציגיינער גרופע, און ער פרעגט אים, ''פאר וויפיל פארקויפט איר מיר אט דעם בער?''

די חסידים שטייען פארוואונדערט, זייט ווען קויפט דער רבי בערן?... אבער דער ציגאנער וואונדערט זיך נישט אזוי שטארק, קוקט אויס אז ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איינער וויל אפקויפן דער בער, ער לאזט וויסן דעם רבי'ן דער בער שטייט נישט צום פארקויפן! אויף אלע אנדערע בערן קען מען פארהאנדלען, אבער דער בער איז דער עיקר פון אונזער פארשטעלונג, ער טאנצט די בעסטע פון אלע בערן, און איך קען זיך נישט ערלויבן אים צו פארלירן.

דער רבי לאזט נישט נאך, ''ער איז דאך אן אלטער בער, ווי לאנג וועט ער נאך טאנצן, זאגט א פרייז פאר וויפיל איר זענט גרייט אים צו פארקויפן.''

''ס'קומט נישט אין באטראכט'' מעלדט דער ציגאנער. ''אנדערע בערן טאנצן נאר ווען מיר מאכן א געוויסן צייכן, אבער דער בער טאנצט מיטן גאנצן הארץ פון צופרי ביז ביינאכט, מ'דארף אים גארנישט הייסן, ער ציעט די מערסטע אויפמערקזאמקייט און פאטשערייען פון אלע פארזאמעלטע, בשום אופן וועל איך אים נישט פארקויפן.''

אבער ווי מער דער ציגאנער עקשנ'ט זיך, אלץ העכער ווערט דער פרייז וואס דער רבי ר' מרדכי'לע שלאגט פאר, ענדליך האט ר' מרדכי'לע געזאגט א פרייז וואס דער גוי האט נישט געקענט אפווארפן, און צום וואונדער פון די חסידים האט דער רבי געשלאסן דעם מקח מיטן ציגאנער אפצוקויפן דעם בער.

רבי מרדכי'לע דרייעט זיך אויס צו די חסידים, און ער זאגט זיי: הערטס אויס טייערע אידן, עטס האטס יעצט א גלעגנהייט מקיים צו זיין די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים, מ'דארף שוין צוזאמשטעלן דעם סכום געלט און ווי פריער עס גיבן פארן ציגאנער פאר ער ציעט צוריק פונעם גאנצן געשעפט, יעדער זאל שנעל נעמען א חלק אין די זעלטענע מצוה.

איינער פון די חסידים איז גלייך געשטעלט געווארן אלס הויפט עסקן, מ'האט געמאכט מסיבות הצלת הבער... און ביז געציילטע שעה'ן איז פארגעקומען דער מקח, דער חסיד האט געברענגט דעם גאנצן סכום, דער ציגאנער האט באקומען די געלט, און דער חסיד... דעם אלטן בער.

דער חסיד האט אין אנפאנג מורא געהאט פונעם בער, אבער דער ציגאנער האט אים איבערגעגעבן צוגעבינדן מיט א שטארקן שטריק, דער חסיד ציעט דעם שטריק און דער בער גייט נאך אים מיט גרויס הכנעה, צוביסלעך האט זיך דער חסיד אויסגעלערנט נישט מורא צו האבן, און ער האט צוגעפירט דעם בער צום אכסניא פון רבי'ן.

דער רבי האט געהייסן מ'זאל פארן בער צוגרייטן א מכובד'יגן פלאץ אין פעלד, און מ'זאל אים גיבן צו עסן דריי מאל א טאג, און מ'זאל אכטונג געבן קיינער זאל אים נישט טשעפען, די נשמה האט זיך שוין גענוג געפייניגט און געפלאגט, ס'שוין צייט ער זאל אביסל רוען...

נאך א קורצע צייט איז דער בער געשטארבן, און דאן האבן די חסידים גענומען די שטארקייט צו פרעגן דעם רבי'ן וואס דא איז פארגעקומען מיט דעם בער.

דער רבי ר' מרדכי'לע וואס איז געווען באקאנט מיט זיין גרויסע עבודה צו העלפן פארווארפענע נשמות האט אנגעהויבן צו דערציילן:

דער ר' ישראל איז געווען איינער פון די ראשי קהלה אין שטאט, ער איז געבענטשט געווען מיט תורה וגדולה במקום אחד, ער איז געווען גאר רייך און אויך א תלמוד חכם, דערצו האט ער געהאט גאר א גוט הארץ און יעדער צובראכענער איד האט געטראפן ביי אים א ווארום הארץ גרייט צו העלפן, ער איז באמת געווען א מושלם מיט אלע מעלות, נאר איין פראבלעם, ''ער'' האט אויך אנערקענט זיינע אלע מעלות...

ער פלעגט זאגן, געווענטליך איינער וואס איז רייך קען נישט לערנען, און איינער וואס קען לערנען איז נישט רייך און אפילו ווען איינער האט שוין יא ביידע אינאיינעם איז ער דאך נישט אזוי קלוג ווי מיר... און אפילו ווען יא איז דער דאך נישט אזא בעל צדקה, הקיצור ער איז געווען א גרויסער חסיד פון זיך אליינס,און ער האט פארשטאנען אז פשוט אלס ''כבוד התורה'' דארף מען אים גאר שטארק מכבד זיין.

און די שטאט מענטשן האבן אים טאקע מכבד געווען, פארשטייט זיך בעיקר די וואס האבן געדארפט אנקומען צו זיינע טובות... און ווען ר' ישראל איז געקומען צו א שמחה איז ער דאך געווען א חכם המכיר את מקומו און ער האט גלייך ארויפשפאצירט צום אויבן אן, פשוט מכבד צו זיין די תורה... און דערצו האט ער געהאט א מורא'דיגע קפידה נישט צו טאנצן ביי קיין חתונות, אפילו ביי גאר מכובד'יגע חתונות פלעגט ער מסביר זיין בטוב טעם ודעת, ווער בין איך צו מבזה זיין מיין כח התורה דורך ארויסגיין אין א טענצל מיט אנשים פשוטים... מעג איך דען פארקוקן דעם כבוד התורה צוליב א נארישן טאנץ?...

די זעלבע ווען ס'איז פארגעקומען א הכנסת ספר תורה, האט ער געהאלטן דעם ספר און געלאזט יעדן זיך דרייען און טאנצן ארום אים, ער אליין וועט דאך נישט מבזה זיין דעם כבוד התורה און זיך שטעלן טאנצן...

פארשטייט זיך אז דער עולם האט זיך צוגעוואוינט דערצו, און מ'האט אים שוין רוהיגערהייט געלאזט זיצן במנוחה נכונה אויפן אויבן אן, קיינער האט אים שוין נישט געמוטשעט צו טאנצן.

איין טאג איז פארגעקומען א ספעציעלע חתונה אין שטאט, געהאנדלט האט זיך עס פון א חתן כלה ביידע קיילעכיגע יתומים, די גאנצע שטאט האט זיך באטייליגט אין די הכנות צו די חתונה, סיי מיט געלט פאר נדן און שטאפיר, און סיי מיט צוגרייטן די סעודת החתונה וכו', פארשטייט זיך אז פון ר' ישראל האט מען נישט פארגעסן, און א שיין חלק פון די מזומנים וואס האט זיך אויסגעפעלט האט ר' ישראל מסלק געווען.

בשעת די חתונה האט זיך די גאנצע שטאט געשפירט ווי מחותנים, אלע זענען געקומען מיט די בגדי שבת, און מ'האט זיך משמח געווען און געטאנצן מיט'ן גאנצן הארץ, דער חתן האט זיך געשפירט זייער דאנקבאר פאר די שטאטסלייט וואס האבן אים אזוי גוטהארציג צוגעשטעלט די גאנצע חתונה, איינס ביי איינס האט ער אריינגענומען יעדן איינעם אינמיטן רינג און געטאנצן מיט יעדן עקסטער א פייערדיגע רקידה.

שעה'ן גייען אדורך, די חתונה האלט זיך שוין אט אט ביים ענדיגן, און דער חתן קוקט זיך גוט ארום, ער וויל מאכן זיכער אז ער האט זיך פאר יעדן באדאנקט און ער האט מיט יעדן געטאנצן אינמיטן ראד, פלוצלונג פאלן זיינע אויגן אויפן אויבן אן, דארט זעהט ער ר' ישראל'ן זיצן זיך אומקוקנדיג אויף די טענץ.

דער חתן כאפט זיך ביים קאפ, דעם ראש הקהל האב איך אינגאנצן פארגעסן, ער האט דאך געגעבן אזא שיינע נתינה פאר די חתונה, קומט זיך אים א ספעציעלער טאנץ, מיט א שמייכל פון אויער צו אויער און מיט אויסגעשפרייטע הענט לויפט ער צו צום אויבן אן, און ער שרייעט אויס, ''ר' ישראל ערלויבט מיר דעם גרויסן כבוד אייך איינצולאדענען אויף א טענצל...''

ר' ישראל האט זיך גענימען קאכן און זידן פאר כעס, יעדער ווייסט דאך מיין שטעלונג אז איך בין נישט מבזה מיין כבוד התורה פאר א נארישן טאנץ, און דער יתום, דער גארנישט, דער וואס האט געדארפט אנקומען צו מיין נדבה האט די חוצפה מיר אזוי צו פארשעמען!

''מעגסט זיך שעמען!'' שרייעט ר' ישראל אויפן חתן אזוי אז מ'זאל עס הערן אין גאנצן זאל, ''ווען גרעסערע און חשובערע פון דיר האבן מיר געבעטן צו טאנצן האב איך נישט מבזה געווען דעם כבוד התורה און איך האב נישט געטאנצן מיט זיי, זאל איך יעצט צוליב אזא ארימער יתום ווי דו, פאר אזא גארנישט זאל איך זיך מבזה זיין?''

ר' ישראל האט נאך געהאט וואס צוצולייגן, אבער דער עולם איז שנעל געקומען צו לויפן, מ'האט אוועק גענומען דעם חתן, און מ'האט פרובירט צו בארוהיגן ר' ישראל'ן, ער האט אבער נישט געוואלט הערן פון גארנישט, ער האט געהאלטן אז דער חתן דארף אים איבערבעטן אויף די חוצפה...

ווי גרויס ער האט זיך געהאלטן, און וויפיל ער האט אנערקענט זיינע מעלות האט עס אים אבער גארנישט געהאלפן ווען ער איז געקומען צום בית דין של מעלה... פארקערט גאר, נאכדעם וואס מ'האט אוועקגעשטעלט אלע זיינע גוטע מעשים, אלע זיינע צדקות, איז אבער געקומען דער מדת הגאווה און מקטרג געווען אז ער האט זיך געהאלטן אזוי גרויס אז ער האט קיינמאל נישט געוואלט זיך משתתף זיין אין קיין שמחת חתן וכלה, אדער לכבוד התורה, און די גרעסטע ראי' איז געווען די מעשה ווי ער האט אזוי מבזה געווען א חתן בשעת זיין חתונה.

האט דער בי"ד של מעלה ארויסגעגעבן דעם פסק, ווייל צוליב זיין גרויס גאווה האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טאנצן, זאל ער מגולגל ווערן און א בער, און ער זאל טאנצן און טאנצן און ווערן צו שאנד און צו שפאט פאר יעדן איינעם... און דאס וועט זיין א תיקון פאר זיין זינדיגע נשמה.

ווען איך האב אים דערזעהן - האט דער רבי ר' מרדכי'לע צוגעענדיגט – האב איך געזעהן אז כאטש וואס ער טאנצט שוין אזויפיל יארן, האט ער נאך א היבשע צייט צו טאנצן, האב איך אויף אים גרויס רחמנות באקומען, האב איך אויסגעפויעלט אז ער זאל שוין האבן זיין ריכטיגן תיקון, און דער לעצטער חלק פון זיין תיקון איז אז איך דערצייל אייך יעצט דעם מעשה איר זאלט זיך אפלערנען דעם גרויסן זינד פון מבזה זיין אידן, אפילו דער ר' ישראל האט געהאט תורה ומצוות ומעשים טובים, האט ער דאך געדארפט אפקומען אזוי שווער ווייל ער האט זיך געהאלטן גרעסער און פארשעמט אנדערע אידן.

לאמיר זיך אפלערנען פון דעם קיינמאל נישט מבזה צו זיין א צווייטן איד, און (אי"ה נאך די דריי וואכן...) וועלן מיר לעבעדיג טאנצן אויף חתונות...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

לכבוד שבת קודש פרשת דברים תש"ע לפ"ק.

טאקע א גנב, אבער דאך א איד!

אין שטאט שפאלע ליגט דער הייליגער צדיק וקדוש ר' ארי' לייב פון שפאלע זצוק"ל וואס ווערט גערופן ''דער שפאלער זיידע'', נעבן דעם קבר פונעם צדיק איז דא אן אלטע מצבה, די שטאטס לייט רופן עס דער קבר פונעם קדוש ''יאסעלע גנב''... זייט ווען איז א גנב א קדוש? און פארוואס האט דער הייליגער שפאלער זיידע אויסגעוועלט צו ליגן נעבן ''יאסעלע גנב''? הערט וואס דער שפאלער זיידע אליינס דערציילט.

אזוי ווי אין יעדן שטאט איז אויך אין שפאלע געווען א באנדע גנבים, ווען ס'איז צוגעפאלן די נאכט און די שטאטס לייט האבן אראפגעלייגט זייערע מידע ביינער אויפן געלעגער זיך אויסצורוען פונעם שווערן טאג ארבעט, הערשט דאן האבן די גנבים אנגעהויבן זייער ארבעט... יעדע נאכט האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויף א צווייטן געגנט און פאכמאניש זיך אריינגע'גנב'עט אין די שפאלע הייזער, און ארויסדערווישט פון דארט יעדע ווערטפולע זאך.

ויהי היום, ס'איז געקומען א טאג וואס די גנבים האבן מחליט געווען אז יעצט איז געקומען די רייע אויפן שטאטישן קלויסטער, פונקט אינמיטן שטאט איז עס געשטאנען, א שיינער הויכער בנין, ארומגענומען מיט א הויכע מויער, און אינעווייניג... די גנבים האבן גוט געוואוסט וואס טוט זיך אינעווייניג, גאלדענע צלמים, טייערע שטיינער, און גאר אסאך ווערטפולע חפצים, "נאך אזא גניבה וועלן מיר האבן אויף יום טוב צו מאכן" האט זיך אויסגעדרוקט דער פירער פון די באנדע.

איין גרויסער פראבלעם האבן זיי אבער געהאט, און דאס איז געווען דער גרויסער הויכער מויער וואס האט ארומגענומען דעם קלויסטער, געווענטליך איז דער אריינגאנג צום קלויסטער געווען דורכ'ן טיר, איז די הויעכקייט פון מויער נישט געווען קיין פראבלעם, אבער ווען מ'וויל זיך אריינבאקומען אינמיטן די נאכט דורכצופירן א גניבה איז פארשטענדליך דער טויער נישט דער פאסיגער אריינגאנג... דארף מען טרעפן אן עצה וויאזוי זיך אריינצובאקומען אין קלויסטער פון אן אנדערע אריינגאנג.

און דא איז יאסעלע גנב אריינגעקומען אין בילד, יאסעלע איז שוין געווען א טאטע פון צוויי קינדער, אבער נאך אלץ איז ער געבליבן דער קליינער יאסעלע, זיין קליינער אויסגעמאגערטער געשטעל האט אים בארעכטיגט דעם נאמען "יאסעלע" און זיין גאר געשיקטע פלינקקייט ביים דורכפירן גניבות האט אים צוגעגעבן דעם טיטל ''גנב''...

די גנבים האבן מחליט געווען אז דא דארף מען צוקומען צו די ארבעט פון יאסעלע גנב, נאר ער וועט זיך קענען אריינבאקומען אין קלויסטער אן קיין פראבלעמען, געזאגט און געטון, מ'האט זיך צוזאמגעזעצט אויף אן אסיפה, און צוזאמען מיט יאסעלע האט מען אויסגעארבעט אלע פונקטליכע פרטים וויאזוי די גניבה וועט צוגיין, יאסעלע וועט ארויפקריכן אויפן מויער, און פון דארט אריינשפרינגען אין קלויסטער, אין די צייט וואס די גאנצע באנדע וועט ווארטן אינדרויסן ביים מויער וועט ער צוזאמנעמען אלע ווערטפולע זאכן, און ווען ער וועט זיין גרייט וועט ער ארויסשרייען דעם אפגעשמועסטן סימן, און מיט א שטריק וועט ער אראפלאזן אלע זאכן, דערנאך וועט ער אליינ'ס זיך ארויסזעהן פון דארט.

דער פלאן האט אויסגעקוקט גוט, האט מען געווארט ביז סוף חודש וועט די לבנה שיינט נישט, און אין די טינקלקייט פון די נאכט האט מען זיך גענומען צו די ארבעט.

פלינק ווי א קאץ האט יאסעלע זיך ארויפגעדראפעט אויפן מויער, ער האט געגעבן א שפרינג אריבער צום קלויסטער, אויסגעשאסן דעם פענסטער און ער איז אינעווייניג... שטילערהייט האט ער צוזאמגענומען אלע גאלדענע צלמים, אויסגעליידיגט אלע פושקעס, אלע טייערע מתנות וואס מענטשן האבן געברענגט פאר די גלחים, אלעס אלעס האט ער אריינגעלייגט אין א זאק.

אין די זעלבע צייט זענען די שטאט וועכטער ארומגעגאנגען אויף זייער רוטינע פאטראל, די גנבים באנדע אינדרויסן פון מויער האבן געזעהן די וועכטער און פארשטייט זיך זיי האבן געמאכט א ויברח... זיי האבן אלע געמאכט פליטה אין וואלד אריין, און יאסעלע איז געבליבן איינער אליין אין קלויסטער.

יאסעלע האט פון גארנישט געוואוסט, ער האט געענדיגט איינפאקן די סחורה איז ער צוגעלאפן צום פענסטער און ארויסגעשריגען דעם אפגעמועסטן סימן...

ווען ער האט געזעהן אז קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג האט ער געשריגן העכער, און העכער, און נאך העכער, ביז ענדליך האבן די וועכטער אים דערהערט... קודם האבן זיי נישט געכאפט ווער עס שטייט ביים פענסטער פון קלויסטער און שרייט, אבער ווען זיי האבן דערזעהן יאסעלע גנב האבן זיי שוין פארשטאנען פונקטליך וואס דא קומט פאר, און זיי זענען שנעל אריינגעלאפן אין קלויסטער אויפוועקן די גלחים.

די וועכטער האבן ארומגערינגלט דעם גאנצן קלויסטער, און די גלחים האבן אנגעהויבן צו זוכן אינעם בנין, און פון די קולות האבן זיך אסאך גוים אויפגעוועקט און זענען געקומען צו לויפן זעהן וואס קומט פאר דארט, ווי ערשטוינט זענען זיי געווען צו זעהן ווי אלע ווערטפולע זאכן פון קלויסטער זענען נישט אויפן פלאץ, און יאסעלע שטייט מיט א זאק ביים פענסטער...

מיט גרויסע בזיונות האט מען ארויסגעפירט יאסעלע גלייך צום פאליציי סטאנציע, און נאך יענעם טאג איז פארגעקומען דער משפט.

ביים משפט האט זיך פארזאמלט דער גאנצער שטאט, נישט יעדן טאג פאר'משפט מען א איד וואס האט זיך איינגעבראכן אין קלויסטער, אבער יאסעלע גנב איז אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע טענה.

"די מעשה איז געווען אזוי" האט יאסעלע גע'טענה'ט, "איך האב געדארפט א ישועה, האב איך געוואלט זעהן צו דער גאט אין קלויסטער קען מיר העלפן... איך האב מיך געבעטן און געבעטן, אבער דער גאט ענקערער האט זיך ממש נישט וואוסענדיג געמאכט... וויפיל איך האב געוויינט פאר אים האט ער נאר געשוויגן, נישט געענטפערט קיין ווארט... האב איך מחליט געווען צו נעמען אלעס וואס ער פארמאגט און אזוי וועל איך געהאלפן ווערן... און יעצט דארפט איר מיר אלע דאנקען אז איך האב ענק אויפגעוויזן אז אייער גאט איז גארנישט ווערד..."

פארשטייט זיך אז די שופטים האבן נישט אפגעקויפט וואס יאסעלע האט געזאגט, און זיי האבן אים פאר'משפט צום טויט! דער הויפט ריכטער האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעליינט דעם אורטייל:

"אזוי ווי דער גנב יאסעלע האט פארשעמט אינזער שמייליגע קירכע, און ער האט געהאט די חוצפה צו גנב'נען די שמייליגע צלמים פונעם קלויסטער, וועט ער פארברענט ווערן אינמיטן שטאט! אבער אזוי ווי מיר זענען רחמנות'דיגע מענטשן, גיבן מיר אים א געלעגנהייט תשובה צו טון, אויב יאסעלע וועט מסכים זיין אנצונעמען דעם קריסטליכן גלויבן, וועט ער בלייבן לעבן!"

אלע אויגן זענען געווען אויף יאסעלע, וואס וועט ער טון? קיין גרויסער צדיק איז ער נישט געווען, וועט ער ראטעווען זיין לעבן?

יאסעלע האט זיך געגעבן א שטעל אויף, ער האט זיך אויסגעגראד דעם ריקן, און מיט א שטייפע שטימע האט ער דערקלערט: "איך יאסעלע גנב האב אסאך עבירות געטון אין מיין לעבן, אבער א איד בין איך געבוירן, און א איד וועל איך שטארבן! בשום אופן וועל איך נישט אויפטוישן א גאט וואס לעבט אויף אייביג, די תורה וואס מיינע זיידעס האבן מקבל געווען אויפן בארג סיני מיט 3000 יאר צוריק, די אמונה וואס מיינע זיידעס האבן זיך געלאזט ווארפן אין פייער דערפאר, וועל איך נישט בייטן מיט א שטיקל פארפוילטע האלץ וואס האט זיך נישט געקענט ראטעווען פון מיינע הענט..."
די גוים האבן אים געוואלט פארשטיינערן אויפן פלאץ, אבער די פאליציי האבן אים שנעל ארויסגענומען פון זאל, און עס איז באשטימט געווארן דער מארגענדיגער טאג אויסצופירן דעם אורטייל.

ווען עס איז געקומען די צייט אויסצופירן די גזירה האבן זיך צוזאמגעזאמלט א ריזן מאסן פון גוים, יעדער האט געוואלט מיטהאלטן ווי מען הרג'עט דעם קלויסטער גנב. מען האט געברענגט א גרויסן פאס ברענעדיגע פעך, און דער גלח האט אנגעהויבן מיטן פראצעדור, מ'האט ארויפגעברענגט יאסעלע גנב אויפן בימה, און דער גלח האט אים געזאגט, דא שטייט א ברענדיגער פאס פעך, דו גייסט פארברענט ווערן אין דעם פאס, דו האסט די ברירה זיך צו ראטעווען דאס לעבן דורך אננעמען אונזער גלויבן.

יאסעלע האט אים ניטאמאל געלאזט ענדיגן רעדן, "ניטאמאל זאלסטו חלומ'ן דערפון, יאסעלע איז טאקע א גנב, ער האט טאקע געטון עבירות, אבער א איד בין איך, און א איד וועל איך בלייבן!"

מען האט אריינגעלייגט זיין הענט אינעם פאס, יאסעלע האט געשפרינגן פון יסורים, און יאסעלע האט זיך גענומען שרייען: "יאסעלע גנב וועט ליידן יסורים! יאסעלע גנב וועט פארברענט ווערן! יאסעלע גנב וועט אבער נישט ווערן אויס איד! און מיט די קולות איז זיין נשמה ארויף אין הימל...

מ'האט אים באגראבן אויפן שפאלער בית החיים, און העכער אים האט מען געלייגט דעם שטיין וואס די שפאלער אידן רופן ''די מצבה פונעם קדוש יאסעלע גנב'' און נעבן אים האט דער הייליגער שפאלער זיידע אויסגעוועלט צו ליגן.

א גוט שבת.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

ב"ה די קרטעשמע איז דא צירוק. האמיר שוין א מעשה פאר שבת, אבער נישט סתם א מעשה, א מעשה פון גראדער!!!
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”