עס איז אמאל אריינגעקומען צום הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע א איד פון ווילנא וואס איז געווען א מתנגד, ער האט נישט געגלייבט אין די חסידישע רביים. ער איז אריין צום מגיד פראווון זעהן ווער דער מגיד איז. ווי ער איז אריינגעקומען האט איהם דער מגיד געזאגט: מיין קינד זאלסט וויסן אז נישט קיין רפואות היילן דעם קראנקן מענטש, נאר די דאקטוירים, ווייל מיט יעדן דאקטאר גייט מיט א מלאך, און מיט דעם גרעסטן דאקטאר גייט דער מלאך רפאל אליין. דער מתנגד האט גארנישט פארשטאנען וואס דער מגיד וויל מיט די ווערטער. ער קלערט ביי זיך, געלויבט השי"ת איך בין געזונט און דארף בכלל נישט קיין דאקטאר!
בקיצור ער איז אוועק פון דארט און איז צוריק אהיים געפארן, ער האט זיך געזוימט אין וועג א דריי חדשים ביז ער איז אהיים געקומען קיין ווילנא. ווי נאר ער איז אהיים געקומען, איז ער געווארן קראנק, קיינער האט נישט געוואוסט פון וואנען די קראנקהייט נעמט זיך. מען האט גענוצט אלע דאקטוירים, און קיינער האט איהם נישט געקענט העלפן. אזוי ווייט אז ער האט שוין געהאלטען ביים שטארבן.
דער איד איז אבער געווען א גרויסער חשוב אין דער שטאט ווילנא, די גאנצע שטאט האט זיך געזארגט פאר זיין לעבן, אז מען האט געהערט אז ער איז שוין א גוסס איז דער גאנצע שטאט זיך צוזאמגעקומן און מ'איז געשטאנען נעבן זיין בעט. ווי זיי שטייען דארט הערן זיי, אז דער פרייסישער קעניג איז געקומען קיין ווילנא. האבן די מענטשן זיך באראטן צו בעטן דעם קעניג אז ער זאל זיי ערלויבן צו שיקן זיין לייב דאקטאר צו באזוכן דעם חולה, אפשר וועט דער דאקטאר קענען איהם ראטעווען! פון די חשובי העיר זענען געגאנגען צום קעניג און בעטן רשות פאר דעם קעניג'ס דאקטאר, דאקטער גארדאן זאל קומען באזוכן דעם חולה.
דער קעניג האט זיי געגעבן די ערלויבעניש, זיי האבן געבעטן דעם דאקטאר אליין און ער איז מיט זיי געגאנגען אין שטוב פון דעם חולה. ער האט א קוק געגעבן אויף דעם חולה, איז ער בייז געווארן פאר וואס מען האט איהם געבראכט צו א מענטש וואס האלט שוין ביים שטארבן. ער האט געזאגט: בין איך דען א ג-ט וואס קען מחיה מתים זיין? ער האט געוואלט ארויס גיין, אבער ער האט זיך נישט געקענט אדורך שטיפן דורך דעם גרויסן עולם וואס איז געווען דארט. עס גייט אריבער א פערטל שעה און דער דאקטאר גוט א קוק אויף דעם חולה זעהט ער אז ער איז בעסער געווארן, זאגט ער אז עס קען מעגליך זיין אז א געוויסע רעצעפט וועט איהם העלפן. האט ער געהייסן דער גאנצער עולם ארויס גיין, ער האט זיך געזעצט און האט אים נאכאמאל באטראכט, און האט אויף געשריבן איין רעצעפט און האט אוועק געשיקט אין דער אפטייק צו נעמען דעם רעצעפט. ער פארזוימט זיך נאך מער ביים חולה און ער זעהט ווייטער אז דער חולה איז פיל בעסער געווארן, און דארף שוין יעצט א אנדערע רעצעפט. האט ער שנעל געשיקט א שליח אומקערן דעם ערשטן שליח, און האט אנגעשריבן א צווייטער רעצעפט.
ווי דער צווייטער שליח איז אוועק פון דארט, האט ער ווייטער געזעהן אז דער חולה ווערט נאך בעסער, האט ער געשריבן א אנדערע רעצעפט. בקיצור עס איז אזוי געווען עטליכע מאהל, דער דאקטאר האט גאר נישט פארשטאנען וואס דאס איז, ער האט קיינמאל אזוינס נישט געזעהן. ווי ער שטייט און וואונדערט זיך אזוי, זעצט זיך אויף דער חולה און זאגט איך בעט אייך בלייבט דא מיט מיר נאך אביסל ווייל איר אליין היילט מיר און נישט די רעצעפטן. ווייל דער רבי האט מיר געזאגט אז מיט דעם גרעסטן דאקטאר גייט מיט דער מלאך רפאל אליין, קען מען געזונד ווערן אן רפואות. איך האב דעמאלט נישט געוואוסט וואס דער מגיד האט געמיינט מיט די ווערטער, און היינט זעה איך אז עס איז טאקע אזוי.
דער דאקטער איז געווען א איד, אבער ווייט פון אידישקייט, ווי ער האט דאס געהערט האט ער איהם געפרעגט ווער איז דער רבי? האט ער אים געזאגט אז דאס איז דער מעזריטשער מגיד. האט דער דאקטאר געזאגט אז ער קען דאס פארשטיין מוז ער זיין איין גרויסער צדיק. דער נאך איז דער דאקטאר אליין געפארן צום הייליגן מגיד. ווי ער איז אריינגעקומען צום מגיד, און באוואוסט איז אז דער מגיד איז געווען א קראנקער אויף די פיס. האט איהם דער מגיד געזאגט, איר זאלט מיר אויסהיילן דעם גוף און איך וועל אייך אויסהיילן די נשמה. אזוי איז דער דאקטאר געווארן א בעל תשובה, און שפעטער פון די חשוב'סטע תלמידים פונעם הייליגן מגיד זי"ע.