וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע
ווי יעדער פון אייך ווייסט אוודאי, איז אונזער סערווער פון אידישע וועלט אינטערגעגאנגן פארגאנגענע וואך מיטוואך אינמיטן די נאכט, צום ערשט האט מען ניטאמאל געוואוסט וואס עס האט פאסירט, הערשט נאך עטליכע שעה האט מיך גאו-דעדי (וואו מיר האלטן די סערווער) געלאזט וויסן אז דאס מאל איז דער פארבלעם גאר א שווערער, און די גאנצער סערווער איז דערנאך, לויט זיי איז די פייל סיסטעם געווארן קארופטעט, יס האט גארנישט צו טוהן מיט קיין העקערס אדער וואס, נאר כך הוא סדר הקאמפיוטערס אז עס מאכט זיך אז די הארדווער מיספונקציענירט,א זאך וואס איז טאקע נישט קיין מילתא דשכיחא אבער פארט קען זיך עס מאכן.
די איינציגסטע אפשען איז געווען ארויף צו לייגן א נייעם סערווער, וואס פארשטייט זיך דאס מיינט אנהייבן פון דאסניי, און לגבי די קארופטעט אלטע סערווער האבן זיי פאר געלט צוגעטשעפעט צום נייעם.
פארשטייט זיך אז מיר האבן גלייך זיך גענומען ארבעטן צו רעקאווערן די אינפארמאציע פונעם אלטן סערווער, און דא מוז איך מיך באדאנקען פאר די אלע (סיי וואס האבן ניק'ס דא און סיי וואס נישט) וואס זענען אונז געשטאנען און געהאלפן שלא על מנס לקבל פרס, אבער ווי מען האט גלייך געזעהן וועט דאס נישט זיין קיין גרינגע אדער שנעלע ארבעט, דעריבער האבן מיר גלייכצייטיג געארבעט אויף א צייטווייליגע פארום וואס זאל האבן אלע אינפארמאציע וואס מיר האבן פון ביז אביסל מער ווי דריי וואכן צוריק.
דאס פאר זיך איז אויך נישט קיין שנעלע זאך אבער פארט שנעלער ווי די רעקאווערי, עס איז אויך נישט 100% גרייט אבער כאטש עפעס, און ווי איר וועט אליין זעהן איז עס נישט 100% פון וואס איז געווען און נישט אלעס ארבעט, דאס איז וואס איז געווען.
גייענדיג פאראויס.
מיר האבן איצטערט גע-עפענט די פארום אז עס זאל זיין א פאלץ וואו צו פארברענגען ביז ווען מען ענדיגט די דעטע ריקאווערי, אלע פארום'ס זענען פארמאכט פון שרייבן נאר צום ליינען זענען זיי אפען, אויסער די פארום, אין די פארום קען מען אלעס שרייבן אבער אויב וועט מען קענען צוריק ברענגען אלע אלטע דעטע וועלן די אשכולות פון דא נישט אריין גיין דערין, עס וועט נישט פארלוירן ווערן, מען וועט עס לאזן אפען פאר עטליכע וואכן אויף א צווייטע פלאץ כדי דער עולם זעל קענען קאפירען דערפון אריין צו די געהעריגע.
דעריבער אויב ווילט איר שרייבן איבער א געוויסע נושא וואס האט באמת אן עקסטערע פארום, דאן שרייבט אין קעפעל [נושא] און דאס קעפל (טוישט נושא מיט למשל "נגינה")
דערווייל טוהן מיר ווייטער ארבעטן צו רעקאווערן אלע דעטע ביז'ן קראך, אויב וועלן מיר בעז"ה זיין סוקסעפול וועלן מיר עס אפדעיטן און איר וועט קענען קאפירן וואס איר האט געשריבן אינעם צייטווייליגען פארום און אלעס וועט זיין כשורה, אויב נישט דאן וועלן מיר מוזן פאראויס גיין מיט וואס מיר האבן, און מען וועט קענען אריינריקן די אשכולות פונעם צייטווייליגען פארום וואו זיי קומען.
וואס מיר האבן זיך געלערנט און וואס מיר גייען פארעכטן.
דאס נישט האבן קיין אפטע בעקאפ פון די אינפאמאציע איז א געפערליכע עולה, און פון היינט אן וועט אי"ה יעדע נאכט ווערן די דעטע אוועקגעלייגט אויף א זיכער ארט (נישט דאס זעלבע וואו די סייט),
גאו-דעדי איז נישט די בעסטע און שנעלסטע צו פארעכטן פראבלעמען ווען עס מאכט זיך, און זענען נישט צופיל ווערט צו העלפען, חוץ וואס זיי ווילן מיר נישט שיקן די אלטע סערווער צו קענען טוהן די ריכטיגע דעטע ריקאווערי צוליב זייער קאמפאני פאליסי, דעריבער וועלן מיר בקרוב אריבער גיין צו א בעסערן האוסטינג פירמע מיט פול בעסערע הילף, על כל צרה שלא תבוא.
די גאנצע סיסטעם ווי אזוי די סייט באט ביז איצט געארבעט איז נישט געווען די בעסטע, (ניצענדיג דריי פארשידענע פראגראמען מיט איין באנוצער באזע), דעריבער וועלן מיר אי"ה בקרוב (אדער מיט די פולע ריקאווערטע דעטע אדער אן) אריבערגיין צו א נייע פאלטפארמע וואס וועט זיין גרינגער און בעסער צום ניצן פאר אלע, באנוצער, אחראים, מנהלים.
--
און איצטערט אביסל וויכטיגע אינפארמאציע איבער די צייטווייליגע פארום'ס.
אויב קענט איר נישט אריינסיינען, וועט איר מוזן קוועטשן אויף "איר האט פארגעסן אייער פעסווארד" און די סיסטעם וועט אייך שיקן א נייער פעסווארד און א לינק, איר מוזט קודם קוועטשן דעם לינק און דערנאך קענט איר אריין סיינען מיט דעם נייעם פעסווארד, דערווייל קען מען "נישט" טוישן קיין פעסווארד'ס דעריבער מאכט זיכער אוועקצולייגן דעם נייעם פעסווארד איר זאלט קענען אריין קומען, (מיר ארבעטן אז מען זאל יא קענען טוישן די פעסווארד).
אויב דערנאך האט איר נאך אלץ א פראבלעם אריינצוקומען ביטע שיקט מיר אן אישית אדער אימעיל.
נישט אלע פונקציעס, ארבעטן דא, ווצבש"פ תגובה מהירה, וכדומה. אזוי אויך אלע לינק'ס ווצבש"פ צו זעהן אלע אשכולות אויפאמאל, ארבעטן אויך דערווייל נישט, (מיר ארבעטן דערויף).
אזוי קען זיך אויך מאכן נאך זאכן וואס ארבעטן נישט, אויב באגעגענט איר אזא זאך ביטע שרייבט עס אריין אין דעם ספעציעלן אשכול וואס מען וועט דערפאר צוגרייטן.
פאר אלע אנדערע פראבלעמען ביטע פארבינד זיך מיט אונז אין אימעיל.
מיר וועלן ווייטער האלטן דעם עולם אינפארמירט כסדר, סיי אויף טוויטער און סיי דא.
מיט אנטשולדיגונג.