אזוי ווי ארענדער האט שוין פראקלאמירט פאר ארץ ומלואה אז ס'קומט אן א נייער קרעטשמע בשעה טובה ומצלחת, וואלט איך געוואלט מציע זיין אן המצעה וואס אויב ס'מעגליך בכלל עס צו טון האלט איך אז ס'וואלט שטארק צוגעגעבן צום רייכקייט פונ'ם קרעטשמע און דער געשמאקייט צו שמועסן דערינען.
כ'וויל אבער קודם קלאר מאכן אז כ'מיין חלילה נישט צו לייגן קיין שום פרעשור אויפ'ן געטרייען ארענדער וואס האט איבער'ן קאפ אן דעם אויך, און זייער מעגליך ער דארף נישט מער. אבער אויב איז מען בכלל גרייט צו הערן הצעות, פאר א מעגליכקייט עס בכלל צו איינפלאנצען ברוב הימים איז דא א גוטע פלאץ עס צו דורכשמועסן (אויב ס'נאכנישט דא אזא אשכול ערגעצוואו אינ'ם קרעטשמע).
קודם כל די בענק דא זענען לעצטענס אנגע'חזר'ט מיט ביר און וויין, כ'וואלט געטראכט אז ס'וואלט בעסער געווען אז די נייע בענק זאלן נישט געמאכט ווערן מיט א קישן. איבער דער פרידזש איז דא א ליעק פונ'ם קאווע שטוב פון אויבן אין ס'רינט כסדר אריין אראנדז דזשאוס געמישט מיט פיינעפל סאדע. גרוזי'ס בארד ווערט כסדר פארקניפט דורך די קען אפענערס און ס'מאכט א חורבן אינ'ם פאלוש פון בית יאנאש. די קיען אינ'ם גארטען אינדרויסען טענה'ן אז ס'שוין נישטא קיין גראז דער אנדערע זייט.
אקעי, לאמיר רעדן ערענסט: Embedding אויב ס'וואלט מעגליך געווען צו ערמעגליכן דער מושג פון עמבעדדן ווידאוי, מוזיק און וואס נישט. (אפשר וואלט אפילו געקענט עמבעדדען יוטוב ווידאויס?)
דאס איז בלויז (פינף) [איינס] הצעה וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן קאפ, אויב האט איינער נאך עפעס אפשר וואלט עס געווען כדאי צו שרייבן.
איך האב אסאך מאל ווען איך טראכט אוי אשאד איך קען נישט דרוקן Mark as unread.
אז איך גיי אריין אין א אשכל און איך וויל פאר סיי וואספארא סיבה צירוק קומען דערצו שפעטער, למשל, פריער בון איך אריין אין א אשכול און אינמוטן בינעך אנגעקומען צו א לאנגע תגובה וואס איך וויל עס שפעטער ליינען סא וויל איך ס'זאל בלייבן א אומגעליינטע הודעה. בקיצור...
אהא. אנטושלדיגט. מיינע אויגן האבן מיר געפאפט, ס'האט מיר געדאכט כאילוי האסט געשריבן אז דו ווילסט האבן א Mark as read פיעטשער. יא, כ'האלט אויך ס'וואלט גוט צוניץ געקומען!
נו, פונקט ווי ס'איז שוין דא יעצט עטליכע לינק'ס, וואס מקען טוען פונעם אימעיל, קען זיין נאך א לינק, 'צייכן אן ווי גלייך דאס איז שוין געליינט', איך וואלט אויך שטארק הנאה געהאט פון דעם,
און אויך פון דעם
הערשי קניהויז האט געשריבן:
איך האב אסאך מאל ווען איך טראכט אוי אשאד איך קען נישט דרוקן Mark as unread.
אז איך גיי אריין אין א אשכל און איך וויל פאר סיי וואספארא סיבה צירוק קומען דערצו שפעטער, למשל, פריער בון איך אריין אין א אשכול און אינמוטן בינעך אנגעקומען צו א לאנגע תגובה וואס איך וויל עס שפעטער ליינען סא וויל איך ס'זאל בלייבן א אומגעליינטע הודעה. בקיצור...