מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?
אז איר וועט קוקן אויפן מילך קעסטל (לאמיר רעדן פון די היימישע פירמע גאלדען פלאו) שטייט דארט קלאר "אומאויטאריזירטע באנוצונג איז אויסגעשטעלט צו קנסים לויטן געזעץ".
מיר וואונדערט וואס איז די היתר מיט וואס אזויפול אידן באנוצן זיך מיט די קעסטלעך וואס איז אויסדרוקליך נכסי גאלדען פלאו, און דעזיגנירט צו ליפערן מילך??
דאס איז חוץ דעם וואס זיי זענען געצווינגן צו באשטעלן נאך קעסטלעך און דאדורך הייבן די פרייזן פון די מילך.
פאר עטליכע יאר איז געווען עפעס א מעשה א פאליציי מאן האט געגעבן א טיקעט פאר א היימלאזער פארן חטא פון זיצן אויף א מילך קעסטל, די מידיא האט דאן געקאכט צי די שופט וועט טאקע באשטראפן דעם פאלעצער.
ואנן מה נענה אבתריה...