בלאט 2פון 2

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 12:18 pm
דורך צום פוינט
יאצמעך האט געשריבן:
צום פוינט האט געשריבן: אמאל געהערט בשם מורה הוראה מפורסם אז זיי זענען זיך מייאש

איך מיין אז די גראסערי איז אחריות דערויף

זיי זענען מקבל אויף זיך אחריות מיט א קנין ??? אויב יא ביסטו אפשר גערעכט
אבער דאן ווערן די גראסערי לייט פאררעכענט אלס פושעים אין די שמירה ווייל בדרך כלל לאזן זיי דאס הפקר

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 2:16 pm
דורך שוועמל
בענקעל האט געשריבן: Attention all #GoldenFlow customers!!

Due to תשעה באב, we will be delivering the milk to your retail store for the next 2 weeks in shopping bags, until we collect all of our milk crates from all Shuls.

Have a easy fast.
IMG_20160811_002903.jpg

ולהוי ידוע א מילך קעסטל איז העכער דריי טפחים.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 2:28 pm
דורך נודה לך
שוועמל האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן: Attention all #GoldenFlow customers!!

Due to תשעה באב, we will be delivering the milk to your retail store for the next 2 weeks in shopping bags, until we collect all of our milk crates from all Shuls.

Have a easy fast.
IMG_20160811_002903.jpg

ולהוי ידוע א מילך קעסטל איז העכער דריי טפחים.


איך מיין עס ווענדט זיך וועלכע שיעור. און ביי דרבנן קען מען מקיל זיין. איך מיין אזוי שרייבט הרב הארפענעס.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:42 am
דורך לחיים טובים ולשלום
האסט אפגעמאסטן א מילך קעסטל אז די שרייבסט אזוי גלאט?

צום קעפל

געשריבן: זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:53 am
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
אזוי ווי איך קויף אסאך מאל א גאנצע קעסטל מילך אויף איין מאל, שיקט מיר די גראסערי טייל מאל די מילך און א קעסטל.
בין איך מחויב צוריק צונעמען די קעסטלעך צום געשעפט?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:01 pm
דורך געשמאקער
פרעג א דיין

מיין דעת בעה"ב איז אז ס'לכאורה די געשעפט'ס אחריות

געשריבן: זונטאג אוגוסט 14, 2016 2:04 pm
דורך משיח
פרידן האט געשריבן: ווייל מילך איז שווער אין עס ליגט אין פרידשעדער סיי אין ווערהאוז סיי די טראק אין פעפערנע באקסעס איז די נאסקייט פין די פרידשעדער צוזאמען מיט די שווערקייט וואלט די באקס זיך צוריסן
חוץ דעם איז עס מער פראקטיש ווייל עס זעצט זיך אריין אין אין די אנדערע


אויך ווייל ס'דארף צוקומען די קאלטע לופט איבעראל.

Re: מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2020 7:31 pm
דורך יידישע קהילות
וויפיל קאסט אזא קעסטל?
איך וויל - באמת - אריינשיקן א טשעק צו גאלדן פלאו לקיים מה שכתוב בתורה והשיב את הגזילה אשר גזל...

Re: מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2020 7:57 pm
דורך טרעוולער
זיי בעטן 5$

Re: מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2020 9:01 pm
דורך טשעירמאן
מען דערציילט אז קאשויער רב (דער וואס איז לעצטענס אוועק) איז אמאל אנגעקומען צו א מסיבה, און ער האט נישט געוואלט ארויפגיין צום אויבנאן - סאיז געווען אויסגעלייגט ג''פ מילך קעסטליך אזוי ווי טרעפ - זאגענדיג סאיז גניבה, און מען האט געדארפט אויפקומען מיט אן אנדערע וועג וויאזוי די עלטערער רב זאל אנקומען אויפן הויכן סטעיזש..

Re: מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2020 9:55 pm
דורך יידישע קהילות
טרעוולער האט געשריבן: זיי בעטן 5$

איך בין נישט זיכער. אבער דוכט זיך אז $5 איז אויך גניבה. עס קאסט נישט אזויפיל.

Re: מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2020 10:18 pm
דורך פישל דער פישער
יידישע קהילות האט געשריבן:
טרעוולער האט געשריבן: זיי בעטן 5$

איך בין נישט זיכער. אבער דוכט זיך אז $5 איז אויך גניבה. עס קאסט נישט אזויפיל.


איך מיין מ'קען עס קויפן אים האום דיפאט עס קאס דארט אין די $8 רענדזש

Re: מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2020 10:38 pm
דורך יוראפ
ג"פ נוצט נאך אייגענע? וויפיל יאר צוריק האסטו עס שוין גענומען?

Re: מילך קעסטל, מעג מען זיך באנוצן דערמיט?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:53 pm
דורך טרעוולער
יוראפ האט געשריבן: ג"פ נוצט נאך אייגענע ?

יא
זיי האבן לעצטענס נאר אייגענע.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: