די היסטארישע לענדסלייט אין העווערסטראו 1906
בן בוזי: אייוועלט דאט קאם
אידן קומען קיין העווערסטראו – העווערסטראו א פלאץ פון פרנסות
העווערסטראו וועלכע געפונט זיך אין די ראקלענד קאונטי געגענט אוואו אנדערע דערפישע געגענטער אין אמעריקא האט אויך געהאט די זכי' אז מיט יאהרן צוריק ווען אידן האבן געזוכט א מקלט ווי צו מאכן א נייער היים איז זי אויך אויסגעקליבן געווארן דורך א קליינע געמיינדע אידן איר צו באזעצן.
עס איז מסתמא נישט געווען קיין צופאל, ווייל ווי עס גייט דאס ווערטל: גיבט זיך א איד שטענדיג אן עצה, און וויפיל אן עצה איז דרינגנד צו יעדער צייט, איז דאס פיל מער וויכטיגער געווען יענע יאהרן אין אמעריקא פארן פארפלאגטער אידישער אימיגראנט, דעריבער ווערט אנגעוויזן אז ווי אימער אין אמעריקא עס איז געווען א העפטיגער עקאנאמיע פון פראדוקציע זענען די אידן געווען הויפט קאנדידאטן אנצונעמען דארט די ריכטיגע פאסטענס, און אזוי ארום האבן פון ווי צי ציהען חיונה אין שטוב אריין, טאקע דערפאר זענען פילע שטעט און דערפער איבער אמעריקא געווארן באוואוינט מיט אידן.
נישט נאר האבן די אידן זיך פארנומען מיט די פראדוקציע ארבעט, נאר דערמיט וואס די קאמפאניס האבן געהאט זייער קווארטיר אויף א געוואוסער פלאץ האט דאס אין רעזולטאט געברענגט אז ס'איז געווארן א גרויסע פאפולאציע אין יענער געגנט אזוי ארום האט זיך אויסגעפעלט ווער עס זאל צושטעלן פאר זיי די לעבנס מיטל געברויכן, אויף דעם זענען די אידן אויך געווען גוט געאייגנט און דאס איז געווען א גרויסער חלק פון די פרנסות וועלכע האבן באשעפטיגט די אידן.
דער שטעטל העווערסטראו איז אין די אמאליגע יאהרן געווען בארימט מיט איר ציגל פראדוקציע, עס האבן לויט היסטאריקער דארט געארבעט איבער דריי טויזנט ארבעטער און פראדוצירט א יערליכע פאנטאסטישע קוואנטום פון דריי הונדערט און פופציג מיליאן ציגל! איז פארשטענדליך אז אידן, כאטש נישט אין א גרויסער צאהל, האבן אויסגעקליבן העווערסטראו אלס א פלאץ ווי מ'קען וואוינען אהן דעם וואס מ'זאל דארפן אויסגיין פאר הונגער, עס איז געווען צייטן ווען כמעט אלע געשעפטן אין העווערסטראו האבן באלאנגט פאר אידישע אייגנטומער.
אין די מיטעלע 1800 יאהרן זענען די ערשטע אידן געקומען אהין זיך צו באזעצן רוב פון זיי זענען געווען פון דייטשלאנד, זיי זענען נישט געווען זייער פרום אבער דאך אידיש, זייערע קינדער אבער זענען מיט די צייט געווארן אסימילירט צווישן די אמעריקאנער באפעלקערונג.
אין די שפעטע 1800 יאהרן זענען געקומען אהין רוסישע אידן, די אידן זענען געווען פיל ערליכער און אין 1891 (תרנ"א) האבן זיי געגרינדעט די ערשטער קהלה 'קאנגרעגעישאן בני יעקב', זייערע קינדער זענען יא געבליבן עהרליך און דער קהלה איז אנגעגאנגען אלע יאהרן אלס אן ארטאדאקסישער קהלה, אין די 1920-30 יאהרן האט דער שוהל פארמאגט א שטיקל תלמוד תורה, אין 1967 האבן זיי אויף געבויעט א נייער שוהל אויף 37 קלאוו סטריט, דער שוהל שטייט נאך עד היום און ווערט באנוצט אלע וואכן פארייטיג צונאכטס און שבת בייטאג, א באזוך אויפן בית עולם צייגט אויך אויף דער פאקט אז ס'האט זיך געפירט אלע יאהרן זייער אידישליך.
דער סיבה פארוואס העווערסטראו איז געווארן אזוי באקאנט מיט איר ציגל פראדוקציע איז וויבאלד די בערגיגע ראיאן אויף וואס זי זיצט וועלכע גרעניצט זיך מיטן טייך האדסאן פארמאגט ארונטער זיך א ריזיגע אוצר פון ליימענע ערד, די זאמדיגע ערד אויפן אויבער פלאך איז בלויז דרייסיג פיס טיף, און גלייך דערונטער געפונט זיך שוין פון די בלויע ערד, נאכמער דערפון איז, אז דער קוואליטעט פון דער ערד איז ספעציעל געאייגנט צו פראדוצירן גוטע און פעסטע ציגל.
פאר יאהרן לאנג האבן די קאמפאניס זיך אפגעגעבן מיטן אויסקראצן די ליים, זיי האבן אויסגעקראצט ווי זיי האבן נאר געקענט, און וויבאלד זיי זענען שוין געווען אזוי שטארק אבסעסד צו א שטייגנדער עקאנאמיע האבן זיי זיך נישט צוריק געהאלטן פון ארונטער גראבן אפילו באוואוינטע ערטער.
צייכנס פון א לענדסלייד באווייזן זיך
דאס איז געווען גאר א געפארפולע שריט, אבער ווי געזאגט איז דאס נישט קיין סאך אנגעגאנגען פאר די ציגל קאמפאניס, און אפילו ווען עס זענען שוין יא געווען צייכענעס וועלכע האבן פאראויס געוויזן אז דאס וועט סוף כל סוף זיין קאטאסטראפיש, האט דאס גאר ווינציג באוויזן צו באוועגן די קאמפאניס פון זיך איינהאלטן.
דער ערשטער וואס האט פארגעזאגט אז ס'וועט זיך אויסלאזן זייער נישט צום גוטן איז געווען א פאליסמאן, דער פליסמאן איז ארום געגאנגען אין שטאט אויף א געווענטליכע רוטין ווען ער האט באמערקט א שפאלט אויף א הייזקע און אלס רעזולטאט פונעם שפאלט האט ער גענומען אין אכט ווי א שוואכער ציגל גליטשט זיך ארויס צו דער ערד, דער פאליסמאן איז צוגעגאנגען צום אייגנטומער און איהם פארציילט וואס ער האט בייגעוואוינט, דערביי האט ער איהם געזאגט אז לויט ווי עס קוקט אויס איז צום ערווארטען אז די ערד וועט זיך דא איינברעכן, און אויב דאס וועט פאסירן וועט עס אריינפאלן צו א טיפקייט פון הונדערט און אכציג פוס טיף ווייל אזוי טיף האבן שוין די קאמפאניס אויסגעגראבן.
אזא בשורה האט שרעקליך צושוידערט דעם הויז אייגנטומער און ער האט ארויס געלאזט א ווארענונג צו אלע שכנים אז ס'איז ערווארטעט א שרעקליכע געפאר, אבער די איינוואוינער זענען שוין געווען צו שטארק איינגעגלידערט אין די הייזער, און עס האט זיך שווער אנגעלייגט ביי זיי די השגה פון דארפן פארלאזן זייערע וואוינונגען.
שטארקע צייכענעס אז א קאטאסטראפע איז אויפן שוועל פון פאסירן איז שוין באמערקט געווארן אזוי פרי ווי אין די אנפאנג 1890'יגער יאהרן, ווען עס זענען שוין אפילו באריכטעט געווארן עטליכע פעלער ווי דער ערד האט זיך געעפנט.
ווארענונגען ווערן נישט גענומען ערנסט
נאכאלץ איז דאס נישט געווען א שטארקער צייכן פאר די איינוואוינער אז זיי זאלן צייטליך פארלאזן זייערע היימען, ווארום זיי זענען שוין געווען צי שטארק אריינגעגלידערט אין די געגענט אז ס'זאל זיך זיי לייגן אויפן שכל צו פארלאזן דאס פלאץ, און ווי די סדר פון מענטשן זענען האבן זיי עס אפגעשטופט אויף שפעטער.
די איינוואוינער האבן בלויז געלייגט שטארקע דרוק אויף די ציגל פאבריקן אז זיי זאלן אויף הערן מיט די געפארפולע ארבעט, אבער די קאמפאניס ווי דערמאנט זענען געווען צו שטארק פארנומען מיט מאכן געלט אז זיי האבן נישט געוואלט אין אכט נעמען די ווארענונגען, נאר כסדר פארזיכערט פאר די איינוואוינער אז אלסדינג ווערט קאנטראלירט און גארנישט קען נישט פאסירן.
די שרעקליכע קאטאסטראפע
אין 1904 האט זיך אנגעזעהן א שפאלט אין די ערד ביי ראקלענד סטריט וואס איינוואוינער האבן באשולדיגט אז דאס האט צו טוהן מיט די גראבונגען, און דאס אויך האבן די ציגל קאמפאניס אוועק געמאכט, אבער אום יאנאוואר 8, פון יארע 1906 (י"א-י"ב טבת שנת תרס"ו) ארום פיר אזייגער נאכמיטאג איז באמערקט געווארן אז דער שפאלט האט זיך היבש פארברייטערט, און ס'איז שוין נישט געווען קיין ספק אז דאס איז דער לאנג ערווארטעטע קאטאסטראפע.
נישט קיין סאך מענטשן זענען דאן געווען אויפן גאס צו באמערקן אז עפעס קומט פאר, ווארום ס'איז געווען א פראסטיגער ווינטער פארנאכטס, געוואוסע הויז אייגנטומער וועלכע האבן זיך דערפון דערוואוסט האבן צייטליך פארלאנגט פון זייערע איינוואוינער צו פארלאזן די הייזער, אבער טאקע נישט צו יעדן האט דערגרייכט דער רוף, און פיל מענטשן האבן ווייטער פארברענגט די נאכט אינדערהיים, און נאך אנגעהייצט די אויוונעס בעפארן זיך לייגן שלאפן.
ויהי בחצי הלילה ותפתח הארץ את פיה, ס'געווען עלעף אזייגער ביינאכט, און מיטאמאל האט זיך דער ערד געגעבן אן עפען אויף איר מויל און ספאנטאן איינגעשלינגן גאנצעטע הייזער מיטנעמענדיג מיט זיך אירע איינוואוינער, די אנגעהייצטע אויוונס האבן זיך איבער געבראכן און העלישע פייערן האבן אויסגעבראכן מאכנדיג די מצב נאכמער כאאטיש.
אנדערע האבן געמיינט אז דאס איז עס און בעפאר זיי טראכטן פון איבער לאזן דעם ארט זענען זיי צוריק געלאפן צו זייערע הייזער בכדי ארויס צו ראטעווען מכל הבא לידם איידער זיי כאפן זיך מיט מיטן פייער, אבער ליידער האט אום 11:20 דער ערד זיך נאך ברייטער צועפענט, און איינגעשלינגן נאך הייזער און אויך זיי ארויף געברענגט אין פלאמען.
אויב דאס איז נאכנישט געווען גענוג האט אום 11:31 דער לאך זיך נאכמער און ענדגילטיג פארשפרייט צוענדיגנדיג איר גרויזאמער ארבעט.
דער ערד איז יעצט גרויס געווען צוויי בלאקן ברייט ביי הונדערט און פופציג פוס טיף און דרייצן הייזער זענען פארשלעפט געווארן אין די טיפעניש פונעם תהום.
די שרעק אז די קאטאסטראפע איז נאכנישט פאראיבער איז געווען גאר גרויס און ביי פילע ערטער האט זיך שוין געדאכטן אז אט זענען זיי נעקסט און עס האט זיך געטוהן אן אוועקיואציע אויף פילע ערטער, ביי אנדערע ערטער זענען יעצט שוין געשטאנען אויף דער וואך מענטשן וועלכע האבן זיך אומגעקוקט אכט צו נעמען אויב עס מאכן זיך ערגעץ ווי שפאלטענעס אין די ערד, כדי זיי זאלן קענען אנווארענען די איינוואוינער אויב עפעס זעהט זיך אהן.
אידישע קרבנות – דער רב פון שטאט ווערט נישט פארשוינט
יהושע העשיל (העריס) מיט זיין זוהן בעריל (בענדזשעמין) נעלסאן וועלכע האבן פארמאגט א 'פָּאון שאַפּ' (א געשעפט וועלכע פארבארגט הלואות דורך דעם וואס מ'לייגט איין ביי איר משכונות) זענען אויך געווען פון די וואס זענען בעפארן צווייטער לענדסלייד צוריק געלאפן צום געשעפט אין א פראוו צו ראטעווען וואס מ'קען, בעריל זעלבסט איז געווען א מיטגליד פון די פייער סטאנציע.
צו די נעלסאנ'ס האט זיך אויך צוגעשטעלט דער ארטיגער רב ר' אלימלך עדלין, ר' אלימלך א רוסישער אימיגראנט איז געווען גאר א געראטענער מענשט א גרויסער חכם און ירא שמים, ער האט געהאפט אנצופאנגען א ניי לעבן אין אמעריקא, און די קהל בני יעקב דהעווערסטראו האבן מיט בלויז עטליכע מאנאטן פריער איהם געגעבן דאס רבנות.
הרב עדלין איז געווען אנוועזנד בעת דער ערשטער אינצידענט און ווען ער האט באמערקט זיינס א מתפלל פראבירט צו ראטעווען זיין פארמעגן האט ער צי פיהל נישט געטראכט נאר געלאפן צו די נעלסאן געשעפט און העלפן מיט די רעטונג פון זייער פארמעגן, ליידער אבער איז געקומען די צווייטער לענדסלייד וועלכע האט מיטגענומען מיט זיך דער רב מיט זיינע צוויי מעמבערס טאטע און זוהן.
צווישן די אומגעקומענע זענען געווען נאך עטליכע אידן וואלף פראוויטש, שרה רבקה זילבערמאן מיט איר זוהן אברהם, אויך איז פונקט געווען אנוועזנד אין שטאט א ברוקלינער פעדלער דוד איידנבוים וועלכע האט ליידער אויך מיטגעטיילט מיט דער ביטערע גורל.
כאאס און צושטערונג
דער כאאס איז געווען שרעקליך דער קאלטער פרעסט איז געווען אומדערטרעגליך דער פייער האט דערווייל געבוזשעוועט און ס'איז נישט מעגליך געווען צוצוקומען צום פלאץ, די פייער קאמפאניס האבן מיט די הילף פון עטליכע הונדערט פריי וויליגע הילפס לייט פראבירט צו קעמפן קעגן די פייער, אבער זיי זענען כסדר געווארן אנגעשטויסן און פראבלעמען, די פייער פאמפס זענען געפרוירן געווארן, דערנאך זענען עטליכע וואסער ליניעס איבער געהאקט געווארן אז די פרעשור פון די וואסער איז געווארן זייער שוואך, צום מזל האט זיך א שניי שטורעם אראפ געלאזט און באדעקט די דעכער פון אלע הייזער מיט א דיקע שיכט פון שניי, וואס דאס האט צוריק געהאלטן דעם פייער פון זיך אויסשפרייטן איבערן גאנצן דארף, עווענטועל מיט די הילף פון פילע אגענטורן איז זיי געלונגען צו ברענגען די זאך אונטער קאנטראל, מיט דעם אלעם האט נאך די פייער געברענט דעם קומענדיגער טאג.
זוכעניש נאך די קערפער פון די אומגעקומענע
ווי שטענדיג איז פון אנפאנג נישט געווען קלאר וויפיל מענטשן עס זענען אומגעקומען און מ'האט מורא געהאט פון בלויז טראכטן צו וואספארא נומער עס קען דערגרייכן, מאנכע האבן פראבירט צו מאכן א ליסטע פון אלע וואס פעלן און ס'האט דערגרייכט ביז דרייסיג, אבער דאס איז געווען פאר מ'האט באשטעטיגט אז טייל פון די וואס האבן געפעלט זענען פערצופאל געווען אויסערן שטאט בשעת די געשעעניש, די ענדגילטיגער ליסט איז ניינצן מענטשן זענען אומגעקומען.
מען איז געווען זיכער אז עס וועט אוממעגליך זיין צו געפונען די קערפער נאך אזעלכע פייערן און נאכדערצו אונטער אזויפיל וואג פון ליים, איבער צוויי הונדערט וואלונטירן האבן זיך אנגעשלאסן אין די זוכעריי אקציע פראבירנדיג צו טוהן וואס מעגליך בכדי צו טרעפן די טויטע קערפער, די ארבעט איז אנגעגאנגען פאר עטליכע טעג.
מיט יעדער טאג וואס איז פארביי געגאנגען האט מען געפונען נאך א קערפער און נאך א קערפער, ס'איז כמעט אוממעגליך געווען זיי צו אידענטיפיצירן צוליב די אומשטענדן אין וואס עס האט פאסירט, אז ווען מ'האט נאר געפונען א קערפער האט זיך געטוהן אזא שטופעניש צווישן די ארבעטער אלע האבן געוואל זעהן און אידענטיפיצירן, אז מ'האט מורא געהאט אז ס'וועלן זיין נאך אומגעקומענע.
די אידישע קערפער האט מען באגראבן אין א נייער אפטיילונג וואס מ'האט אפגעקויפט לעבן דער גויישער בית הקברות, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האט מען נאר די קערפער פון דער פעדלער ר' דוד איידנבוים אהיים געשיקט קיין ברוקלין, עס ליגן דארט די אלע אויבן דערמאנטע אידן וועלכע זענען ליידער אומגעקומען דארט, עטליכע פון די גויים האט מען טאקע נישט געפונען.
אויפן מציבה פונעם רב שטייט אויסגעקריצט
איש רב בחכמה וצעיר לימים
לא רבים יחכמו כמהו גבר תמים
ימי שני חייו מעטים ורעים
מארץ רוסיא בא לגור בתוך הבאים
לא עלתה לו שנתו מיום נעשה רב לעדתו
כל עין ידמע על אבדה נפש יקרה ע"י אסון
נורא אשר קרה להקדוש הר"ר
אלימלך ב"ר מנחם נחום
אשר נבלע ונקבר חיים תחת
מפולת הבתים ביום המר י"ט טבת תרס"ו לפ"ק
ת' נ' צ' ב' ה'
REV. ELIMELECH EDLIN
קאמפענסאסיע
עס איז געווען קלאר אז דאס איז נישט בלויז א נאטורליכע געשעעניש און עס האבן זיך פארמירט העפטיגע אנקלאגערייען קעגן די ציגל קאמפאניס, עווענטועל זענען די עקזעקיוטיוון פון דריי ציגל פאבריקן געפונען געווארן שולדיג אויף די פאברעכן וואס זיי זענען באגאנגען און ווי עס קוקט אויס האבן זיי געדארפט באצאלן קאמפענסאסיע פאר די באטראפענע, די רעבעצין עדלין אבער האט פאר א לאנגע צייט שטארק געקעמפט אין געריכט קעגן די עקסעלסיור בריק קאמפאני, און עס איז געגאנגען צו אן אפעלאט געריכט עטליכע מאל, די קאמפאני האט געטענה'ט אז הרב עדלין איז פריי וויליג אריין געלאפן אין די סכנה און דערפאר האבן זיי זיך געוואלט ארויס דרייען פון די סכנה, למעשה איז מיר נישט באקאנט וואס דער געריכט האט ענדגילטיג באשלאסן, אבער ס'איז זיכער אז די פארלוסט פון איר מאן האט מען פאר קיין געלט נישט געקענט קאמפענסירן.