שמעק_טאביק האט געשריבן: שאלה:
איך וויל אפלייען פאר א קרעדיט קארטל פאר מיין ווייב, זי באקומט כסדר אפפערס.
וואס פיל איך אריין ביי "יערליכע פארדינסט"?
איך וויל נישט שרייבן קיין ליגנט ח"ו (ווייל אין תפיסה איז נישט אייביג דא כשר'ס), אבער זי ארבעט דאך נישט!
קען איך שרייבן מיין פארדינסט ביי איר? אדער שרייבן אז זי איז א מאמע פון קינדער און דער מאן איז דער ברויט געבער?
וואס שרייבט איר אריין?
גראדע ווען מיין ווייב האט געדארפט ווערן עפראוועד בא טשעיס פאר קרעדיט האבן זיי מיר קלאר געזאגט אז אויב איז זי דער אחראי אויפן קארטל דאן דארף עס זיין אירע אייגענע אינקאם...
אבער רוב ציבור שרייבט די פאמיליע אינקאם, איך גלייב שווער אז פאר אזא ליגענט/טעות קען מען לאנדען אין תפיסה...