בויען קרעדיט ווי אזוי?
דורך שיכוראום זונטאג יולי 04, 2010 7:06 pm
איך האב לעצטענס געטשעקט מיין קרעדיט סקאר
ס'איז געווען 547 זייער א שוואכע נומבער
וואס איז די עצה דאס שנעל אויפצובויען?
איך בין ליגעל א סטודענט
מיין ווייב ארבייט פ"ט 150 א וואך
וואס קען איך טיען למעשה?
===
דורך טראכט גוט וועט זיין גוטאום זונטאג יולי 04, 2010 9:24 pm
האסט א קרעדיט קארד?
ווי כהאב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש, איז די גרינגסטע וועג דורך ארויפצוגיין אויף א צווייטנס קרעדיט קארד אלס א additional user און אנפאנגן צו נוצן אסאך די קרעדיט ק רד. אוטומאטיש באקומסטו קרעדיט מיטן צאלן די פעימענטס
===
דורך למעלה משבעיםאום זונטאג יולי 04, 2010 9:34 pm
וויפיל איך ווייס העלפט נישט אויב מען איז אן עדישענעל, אויב מען איז א דזשוינט אויפן קארד דאן הייבט זיך די קרעדיט.
אבער פארשטייט זיך אז עס אויב דער מיט וועמען מען דזשוינט די קארד זעצט אן שאדט עס פאר די אייגענע קרעדיט אויך.....
===
דורך רעיא מהימנאאום זונטאג יולי 04, 2010 9:42 pm
איך האב שוין א קרעדיט קארט פאר מער פין צוויי יאהר, אין איך נאר 2000 דאלער קרעדיט -לעצטענס האב איך געקאלט די קאמפעני אז איך וויל מער קרעדיט, אין זיי האבען מיר אפגעזאגט. איך ווייס ניש וואס איז פשט. איך האב אייביג געצאלט אין צייט, אין עס איז נישט דא וואס זאל האבען געקענט שעדיגען מיין קרעדיט.
כ'ווייס נישט מיין קרעדיט סקאר,, אבער ס'דארף לכורה זיין גיט ווייל כ'האב אייביג געצאלט אין צייט. גראדע לעצטענס האב איך געמאכט פייער אינשארענס אויף מיין דירה- אין די ענדזשענט האט מיר געזאגט אז איך האב באקימען א בעסערע פרייז ווי געווענטליך באקימען זיין קאסטעמערס ווייל ווי ס'קיקט אויס האב איך א גיטע קרעדיט. וועגען דעם פארשטיי איך נישט וואס ס'גייט פאר?
אפשר ווייסט איינער וויאזוי מען קען העכערען די קרעדיט לימיט אויף א קרעדיט קארט??
===
דורך לאז געמאכטאום זונטאג יולי 04, 2010 11:10 pm
די קרעדיט סקאר איניש דער פוסק אחרון ביי די זאכן, עס ווענט זיך אין נאך פארשידענע פאקט'ן ווי למשל אייער אינקאם.
אויך קוקן פירמע'ס שטארק נאך ווי שטארק איר לויפט נאך קרעדיט אויב איר פארלאנגט כסדר קרעידט דא און דארט זענט איר א גרעסערע ריסק.
עס אידא פירמע'ס וואס גיבן א פונקטליכע רשימה פון אלע פאקט'ן אויף דיין קרעדיט ריפארט וואס ס'איז גוט און וואס נישט, געווענטליך קאסט עס געלט באט מ'קען מאכן פרי טרייעל'ס, מיר האבן דאס שוין אפאר מאל באקומען און קיינמאל באצאלט דערפאר.
===
דורך רעיא מהימנאאום זונטאג יולי 04, 2010 11:18 pm
איך האב פארדעם קיינמאהל נישט געבעטען מער קרעדיט. ס'איז געוועהן די עשטע מאהל!! איך האב אריינגעגעגבן אז איך פארדין בערך 30,000$. איך האב באקימען אימזינסט די רישמה אין אלעס דערויף איז פיין. אייביג באצאלט אין צייט.
===
דורך לאז געמאכטאום זונטאג יולי 04, 2010 11:38 pm
די רשימה איז איין זאך דאס באקומעט מען איינמאל א יאר אומזינסט עמטליך, חוץ דעם אידא א קרעידט סקאר מיט פירושים דאס קאסט געוועטליך געלט
===
דורך שטארק זיךאום מאנטאג יולי 05, 2010 1:17 am
איינער קען אפשר העלפן?
איך האב תמיד געהיטן מיין קרעדיט און מצליח געווען ב"ה, די קרעדיט קארד פירמעס און בענק למיניהן האבן מיר כסדר געגעבן גוטע צינזן, איך האב ערלויבט א קרוב מיינער צו פינאנסירן זיין קאר אויף מיין נאמען, ב"ה יענער צאלט צייטליך וואס דאס העלפט גאר מיין קרעדיט, זה נהנה וזה נהנה.
ביז...
ויהי היום, עימיצער - וואס משום סיבות איז מיר שווער אפצוזאגן - איז ארויף געקראכן אויף מיר, און באשלאסן אז 'מוז' אים קאסיינען אויף א ליעס אויף זיין קאר, כ'האב קיין חשק נישט געהאט אבער וויפיל כ'האב פרובירט זיך ארויסדרייען האט עס נישט געהאלפן.
ער האט מיר איינגערעדט אז עס שאדט נישט פאר מיין קרעדיט אפילו לא יהא ער צאלט נישט צייטליך, ער פארשטייט נישט פארוואס איך בין אז 'רשע' און לאז אים נישט נוצן מיין 'הענקאק'.
איין טאג זאג איך אים, " דו מוטשעסט אומזיסט ווער זאגט אז מיין נאמען וועט דורכגיין?
איך גיב אים מיין אינפארמאציע און הייס אים 'פולן' מיין קרעדיט.
ער קומט צוריק א צוויי טעג דערויף, יא , מיין קרעדיט איז גוט, אבער ער איז וין מסודר, ער דארף מער נישט מיין קרעדיט.
ב"ה, איך בין געווען א פיינער, און סוף סוף דארף איך ריזיקירן מיין קרעדיט.
ביז איינמאל ווען איך דורך געגאנגן מיינע לעגאלע ענינים, ווער איך געוואר אז 'מזל טוב' איך האב נאך א קאר, איך רוף יענעם אן, ער לייגט דאס, פארשטייט זיך, אן אויפ'ן דילער, און וואס קען איך אים טוהן...
ויהי היום, איך האב מאיזה סיבה געדארפט 'פולן' מיין קרעדיט, און, יא איר האט צוגעטראפן..... אנגעזעצט, וואס איז? מיין חברה'מאן, האט "דרייצען" מאל באצאלט לעיט פעימענט..... במשך דריי יאר!!!!
איך רוף אים אן איידעלערהייט און פרעג אים פשט דערין.... נאכן באשולדיגן זיין סעקרעטערי איז ער מיר מסביר אז 'האנדע' האט קיינמאל נישט קאמפלעינט.....
רבותי, אן עצה.
===
דורך שיכוראום דינסטאג יולי 06, 2010 4:08 pm
איך האב שוין א קרעדיט קארד און איך באצאל ווי א טאטלע
למעשה האלט נאך אלס מיין קרעדיט סקאר ביי 547
וואס קען איך טיען למעשה דאס ארויפצורוקן?
איז דא ספעשל קרעדיט קארד קאמפעניס וואס אויב מצאלט פאר זיי
ריפארטן זיי מער פאר די קרעדיט סקאר קאמפעניס ?
אדער איז דא אנדערע עצות?
===
דורך דארפסמאןאום דינסטאג יולי 06, 2010 7:15 pm
ביי א קאר זענען זיי זייער שטרענג, איך האב מיטגעהאלטן ווי איינער האט געליסט א קאר און געהאט א גרויסע עושר פאר א קאו סיינער און במשך די 3 יאר ליעס האט ער 2 מאל געצאלט שפעט און ער האט מיטגעשיקט די לעיט פי LATE FEE ממש א פאר טעג שפעטער, למעשה ווען די עושר האט געוואלט ארויסנעמען א קאר פאר זיך האבען זיי אים אפגעזאגט וועגן די צווי מאל שפעט, למעשה האט ער עס באקומען ווייל ער האט אריין געשיקט זיינע פיינעטשילס מיט זיינע ביזנעסער, אבער עס איז געווען אפאר וואכען קאפ ווייטאג, און אויב ער וואלט נישט געהאט אזוי פיל גיטע פיינעטשילס וואלט ער נישט געקענט ליעסן
===
דורך דער קוטשעראום זונטאג יולי 11, 2010 4:49 pm
שיכור האט געשריבן:איך האב שוין א קרעדיט קארד און איך באצאל ווי א טאטלע
למעשה האלט נאך אלס מיין קרעדיט סקאר ביי 547
וואס קען איך טיען למעשה דאס ארויפצורוקן?
איז דא ספעשל קרעדיט קארד קאמפעניס וואס אויב מצאלט פאר זיי
ריפארטן זיי מער פאר די קרעדיט סקאר קאמפעניס ?
אדער איז דא אנדערע עצות?
אדער האט דיר שוין איינער דא געשריבן, זאלסט בעטן איינעם וואס האט א גוטע קרעדיט, ער זאל דיך צולייגן אלס נאך א סיינער.
אדער איז בעסער, זאלסט אריינגיין צו א באנק, איך מיין אז עפל טוט עס, אין בעט זיי א לאון פון אפאר דולר, לאמיר זאגן 500 דולר, און זעה עס צו באצאלן צייטליך, מאך זיכער זיי צו פרעגן אויב זיי ריפארטן עס צו די קרעדיט ביורא.
ס'קען זיין די וועסט מוזען אנשטאט דעם אריינלייגן די זעלבע סכום אין א סעיווינג'ס אקאונט, ווייל אז נישט וועלן זיי דיר נישט וועלן בארגן, און עס וועט דיר נישט שאטן די קליינע סכום סעיווינגס פאר שטאטישע זאכן, אויב איז עס שייך.
דאס באצאלן די לאון, וועט דיר בעז"ה הייבן דיין קרעדיט סקאר, נישט אז עס מאכט צו פיל אויס היינט צוטאג'ס, אבער אנצוהייבן איז עס וויכטיג און גוט.
===
דורך איך וויל פארשטייןאום דינסטאג יולי 13, 2010 3:19 pm
ביי עפל באנק איז דא אזא זאך ווי א סטאדענט קרעדיט קארד זיי געבן די א קרעדיט קארד מיט ווייניג געלט און אז די באצאלסט און צייט הייבט זיך דיין קרעדיט און מען געט דיר מער געלט