עמביט ענערגיע - ambit energy
א נייע מעשה צו מאכן געלט....
עמיצער מיט מער אינפארמאציע?
קוקט אויס ווי עס גייט זיך נעמען גיסן פון די גרינע ביים היימישן עולם...
===
דורך משה קאפויעראום מאנטאג יולי 05, 2010 11:28 am
עס איז גארנישט קיין נייע מעשה... עס איז שוין אלט ארום צוויי צו דריי יאר.
===
דורך טעלעפאןאום מאנטאג יולי 05, 2010 1:28 pm
עס איז דא עפעס וואס ווערט נישט דערמאנט.
אויב מען ברענגט אריין 15 קאסטומערס אונטער זיך צו עמביט באקומט מען free energy. דאס הייסט נישט ממש, אבער אויב דער עווערעדזש ביל פון די 15 איז $140 א חודש באקומט מען א קרעדיט אויפן (אייגענעם) ביל פאר די סומע. אויב נוצט איר ווייניגער ווי אייער סומע וואס איר זענט בארעכטיגט גיבן זיי נישט צוריק קיין געלט, ד.ה. עס גייט נישט ווייטער ווי 0.00
אויך באקומט מען פוינטס פארן רעפערן און ווי אויך פאר לויט וויפיל לעקטער מען נוצט. זיי אפערן שוין היינט אויך גאז.
===
דורך תרנגולאום מאנטאג יולי 05, 2010 1:36 pm
טעלעפאן, איך קום שוין פון דארט, עצה טובה קמ"ל: מיש אריבער די פעידזש, ודי...
===
דורך thefactאום מאנטאג יולי 05, 2010 2:10 pm
תרנגול האט געשריבן:טעלעפאן, איך קום שוין פון דארט, עצה טובה קמ"ל: מיש אריבער די פעידזש, ודי...
וואס הייסט?
איר רעדט פון די קליינע אותיות?
===
דורך תרנגולאום מאנטאג יולי 05, 2010 2:23 pm
וואס איך מיין צו זאגן איז, זוך דיר א צווייטע פלאץ פון ווי צו מאכן געלט.
===
דורך משה קאפויעראום מאנטאג יולי 05, 2010 2:26 pm
טעלעפאן האט געשריבן:עס איז דא עפעס וואס ווערט נישט דערמאנט.
אויב מען ברענגט אריין 15 קאסטומערס אונטער זיך צו עמביט באקומט מען free energy. דאס הייסט נישט ממש, אבער אויב דער עווערעדזש ביל פון די 15 איז $140 א חודש באקומט מען א קרעדיט אויפן (אייגענעם) ביל פאר די סומע. אויב נוצט איר ווייניגער ווי אייער סומע וואס איר זענט בארעכטיגט גיבן זיי נישט צוריק קיין געלט, ד.ה. עס גייט נישט ווייטער ווי 0.00
אויך באקומט מען פוינטס פארן רעפערן און ווי אויך פאר לויט וויפיל לעקטער מען נוצט. זיי אפערן שוין היינט אויך גאז.
תרנגול האט געשריבן:טעלעפאן, איך קום שוין פון דארט, עצה טובה קמ"ל: מיש אריבער די פעידזש, ודי...
איך האב געהאט אונטער מיר 4 עדזשענטס און עטליכע 70 קאסטומער וואס איך האב איבערמידליך געשוויצט זיי אריינצוברענגען, און חוץ פון דערלייגן 400 דאלער - ווען איך האב אויסגעצאלט פאר איינעם זיך איינצושרייבן אלס עדזשענט, מיט די האפענונג אז עס וועט זיך שנעל אויסצאלן ווען יענער וועט ווייטער ארבעטן און ברענגען אנדערע - האב איך גארנישט געהאט דערפון.
===
דורך תרנגולאום מאנטאג יולי 05, 2010 2:29 pm
משה דערמאנטסט מיר גוטע צייטן...
===
דורך וויכטיג מאכעראום מאנטאג יולי 05, 2010 2:40 pm
אינטערעסאנט, מיין שוואגער האט יא געמאכט געלט פון עמביט.
===
דורך וואס די זאגסטאום מאנטאג יולי 05, 2010 5:11 pm
איז עס טאקע ביליגער ווי קאן עדיסאן?
===
דורך רעיא מהימנאאום מאנטאג יולי 05, 2010 5:13 pm
אסאך האבען יא געמאכט געלט פין עמביט, אין אסאך נישט.
===
דורך לב טובאום מאנטאג יולי 05, 2010 5:19 pm
וואס די זאגסט האט געשריבן:איז עס טאקע ביליגער ווי קאן עדיסאן?
יא זיי גאראנטירן צו זיין 2% ביליגער ווי קאן עדיסאן, און אויב שטעלט זיך ארויס סוף יאר אז זיי זענען נישט געווען 2% ביליגער שיקן זיי דיר א טשעק מיט די סומע וויפיל דו האסט איבערגעצאלט די 2% (בדידי הוה עובדא)
דאס בילד מוז זיין גרויס 0 פיקסעלס אין די ברייט, 0 פיקסעלס אין די הייעך, און נישט מער ווי 600 פיקסעלס אין די ברייט און 600 פיקסעלס אין די הויעך.....
===
דורך תרנגולאום מאנטאג יולי 05, 2010 5:32 pm
רעיא מהימנא האט געשריבן:אסאך האבען יא געמאכט געלט פין עמביט, אין אסאך נישט
דו מיינסט צו זאגן אז אסאך מאכן נאך יעצט געלט? (יעדן חודש)
===
דורך וויכטיג מאכעראום דינסטאג יולי 06, 2010 3:45 am
איך האב שוין 2 מאל באקומען א טשעק סוף יאר פון עמביט, ווייל זיי זענען נישט געווען מיט 1 פראצענט ביליגער וואו זיי האבן צוגעזאגט.