ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן: יישר כח הר"ר גרשון פאר די ענטפער.
למעשה עדיין יש לדון בזה, למשל אין חומש תורה ברורה האב איך באמערקט ווי ער וועט קיינמאל נישט טייטשן "און" ביי א ו' המהפך.
נאך א גוטע דוגמא וואס איך האב יעצט באמערקט אין פ' בשלח "עזי וזמרת קה 'ויהי' לי לישועה". לויט רש"י "די שטארקייט און די פארשניידונג פונעם אייבירשטן, דאס איז געווען פאר מיר פאר א הילף", אן די "און".
וז"ל רש"י: עזי וזמרת יה "הוא היה" לי לישועה. ארויסגענומען דעם 'ו' ווייל ער האט גענוצט א פשוט'ער 'עבר'.
און אזוי איז רש"י ממשיך ווייטער: ואל תתמה על לשון ויהי שלא נא' היה, שיש לנו מקראות מדברים בלשון זה וזה דוגמתו (מ"א ו) את קירות הבית סביב להיכל ולדביר ויעש צלעות סביב, היה לו לו' עשה צלעות סביב, וכן (דה"ב ו) ובני ישראל היושבים בערי יהודה וימלוך עליהם רחבעם, היה לו לומר מלך עליהם רחבעם, (במדבר יד) מבלתי יכולת ה' וגו' וישחטם, היה לו לו' שחטם, (שם לו) והאנשים אשר שלח משה וגו' וימותו, מתו היה לו לו', (שמות ח) ואשר לא שם לבו אל דבר ה' ויעזוב, היה לו לומר עזב.
פון דעם אלעם זעהט מען קלאר אז א עתיד וואס נתהפך געווארן צו אן עבר דורך א ו' המהפך (וכן להיפוך), איז עס במקום דעם עבר אן א ו', און די משלים וואס רש"י ברענגט איז דוגמאות ווי מ'קען פשוט נישט אנדערש טייטשן, אבער דוק מינה אויף אנדערע פלעצער ווי מ'וואלט יאר געקענט טייטשן און, צ.ב.ש ויאמר וידבר. וכן נוהג החומש תורה ברורה.
אויב וואלט א ו' נישט געמיינט און, וואלט רש"י'ן גארנישט שווער געווען, און ער וואלט נישט געזאגט אז ס'וואלט געדארפט שטיין אנדערש, ווייל ס'דארף דאך נישט.
בעצם האבן מיר נישט קיין מחלוקת, איך שטים צו אז נישט אלעמאל קען מען אזוי טייטשן. די שאלה איז וואס ס'מיינט בוכשטעבליך. איך קלער אז ס'וועט אלעמאל שטיין אויף עפעס וואס איז א המשך צו פריער, אזוי ווי דו קענסט זען אין די אלע דוגמאות וואס רש"י ברענגט. ס'שטייט נישט " ומבלתי יכולת ה' וגו' וישחטם", ווייל דארט איז א נייער ענין, און אזוי אויך ביי אלע אנדערע. ס'איז דעריבער נאר אז מיר קענען דאס שווער טייטשן, ווייל מיר רעדן נישט אזוי. (דער פסוק "עזי וזמרת י-ה" איז אביסל שווערער. זע אבן עזרא.)