רבי חיים יוסף גאטליעב מסטראפקוב זצ"ל - ד’ אדר ב’ תרכ”ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
גרינע לייבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 7:05 am

Re: רבי חיים יוסף גאטליעב מסטראפקוב זצ"ל - ד’ אדר ב’ תרכ”ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע לייבן »

ווער איז דאס?
אין דעעש
דעש -  (1)_533x800.jpg
דעש - (1)_533x800.jpg (71.19 KiB) געזען 248 מאל
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

פליגל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 03, 2021 2:18 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:
מובא בספר אסקפלריה המאירה, אז רבי מאיר'ל פרעמישלאנער האט באפוילן רבי ישראל מנחם בנו של רבי חיים יוסף, ער זאל זיך טיילן פון זיווג ראשון בשביל שהי' חשוך בנים.
מאקאווער האט געשריבן:
נא להעלות כאן ציטוט מזה או מראה מקום
תודה
דעם אספקלריא המאירה האב איך נישט געזען, אבער די מעשה האב איך געהערט אמאל פון הרה"ג ר' אלימלך שווארץ שליט"א פון קרית יואל (א סטראפקאווער אייניקל) בשם זיין טאטן הרה"ג ר' מרדכי ז"ל. עס איז אויך געווען בשמו אין גליון זקניך ויאמרו לך (שע"י תלמוד תורה ק"י) פ' במדבר העעל"ט, וז"ל:

עס דערציילט הרה"ג ר' אלימלך שלמה שווארץ שליט"א (שו"ב).

מיין טאטע הגה״ח רבי מרדכי ז״ל פלעגט אונז אלס מעורר זיין צו צינדן לעכט ביי די יארצייט פון הרה״ק רבי מאיר׳ל פרעמישלאנער זי״ע ביומא דהילולא קדישא ערב ר״ח סיון. זאגנדיג אז מיר זענען נאר דא בזכותו דארפן מיר אים מחזיק טובה זיין.

האט ער דערציילט די מעשה אזוי: אונזער עלטער זיידע הגה״ק רבי חיים יוסף גאטליעב זצ״ל אב״ר סטראפקוב, בעמח״ס טיב גיטין וקידושין מגדולי תלמידי הגה״ק בעל זרע קודש מראפשיץ זיע״א, האט געהאט א זון הגה״צ רבי ישראל מנחם זצ״ל, וועלכער איז געווען זייער א הייליגער איד. ער איז א חתן געווארן ווינטער תקפ״ז, און די חתונה איז געווען בחודש אלול תקפ״ז.

יענעם יאר נאך פסח איז דער סטראפקובער רב געפארן קיין ראפשיץ, דער הייליגער זרע קודש איז געווען זייער שוואך, געציילטע טעג פאר זיין פטירה, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל אנוואונטשן דעם חתן.

דער ראפשיצער רב האט מיט זיינע שוואכע כוחות געזאגט עטליכע ווערטער וואס מ׳האט נישט פארשטאנען, בלויז דער סטראפקובער רב האט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט בזה״ל: ״ביים באווארפן הייבט מען אן צו צוברעכן די קליפות פון חטאת נעורים ר״ל, ווען די כלה גייט ארום דעם חתן אונטער די חופה צוברעכט מען די חומת יריחו וואס די קליפות האבן אויפגעבויעט, ביים מצוה טאנץ גיט מען זיי דעם טויט קלאפ״...

נאך די חתונה האט רבי ישראל מנחם נישט זוכה געווען צו קיין קינדער ל״ע, איז ער געפארן צו רבי מאיר׳ל פרעמישלאנער נאך א ישועה. אבער דער פאטער האט אים אנגעזאגט איידער ער איז געפארן אז ער וועט מוזן פאלגן יעדע זאך וואס רבי מאיר׳ל וועט אים באפעלן. ער איז געפארן אינאיינעם מיט עטליכע חברים וואס זענען געווען זקוקים לישועה.

רבי מאיר׳ל פלעגט אין יענע יארן שוין נישט אויפנעמען קיין מענטשן, נאר ער איז געזעסן אין זיין חדר מיוחד, און ער האט ארויסגעשטעקט צוויי שפיץ פינגער פון אונטערן פירהאנג און אזוי האט ער געזעגענט דעם עולם. דער זיידע פלעגט זאגן אז די פינגער זענען געווען אזוי דין, מ׳האט בלויז געזעהן צוויי דינע ביינער.

ווען דער זיידע האט זיך מזכיר געווען אז ער האט נישט קיין קינדער, האט רבי מאיר׳ל געזאגט ״די פרוי האט א נשמת דוכרא, זי איז נישט דיין זיווג, דו וועסט קיינמאל נישט האבן קיין קינדער מיט די פרוי, דארפסט אהיימגיין איר אפ׳גט׳ן און וועסטו באלד טרעפן דיין שידוך, דיין זיווג ווארט אויף דיר״ און ער האט אויסגעפירט ״דו וועסט נאך האבן א פיוטשעניק מיט קינדער״...

ווי שווער עס איז אים געווען זייענדיג אן איידעם ביי א רייכן שווער וואס האט אים אויסגעהאלטן בהרחבה, האט ער געוואוסט אז ער דארף בלית ברירה פאלגן וואס רבי מאיר׳ל זאגט. ער האט געוויינט אויפן גאנצן וועג אהיים, ער איז אנגעקומען אהיים און ער איז געגאנגען צום בי״ד וואו עס איז געווען דער גט מיט גרויסע בכיות.

איין טאג דערויף זענען געקומען שדכנים מיט גוטע הצעות, און ער איז באלד א חתן געווארן און חתונה געהאט בשטומ״צ, און אויפגעשטעלט א דור ישרים ווי עס איז געווען די הייליגע ברכה פון רבי מאיר׳ל פרעמישלאנער זי״ע ״דו וועסט נאך האבן א פיוטשעניק מיט קינדער״, פון וועמען עס איז געבליבן אסאך שיינע דורות.

זכותם יגן עלינו.
די מעשה מיט ראפשיצער רב... אינו תואם כי אחיו מנשה ואפרים שהיו מבוגרים ממנו נולדו בשנת תקפ"ג [על פי הרשימות], ור' ישראל מנחם אחריהם לפחות בתקפ"ד, ואיך נשא אשה בתקפ"ז? אתממה?
זיכער? מיר ליגט אין קאפ דאס ער'ז געווען דער צווייטער קינד. די צווילינג זענען געווען אינגער.
אצלנו במשפחה גם כן מקובל כזה סיפור, אך להפך שהרבנית הלכה לבקש ישועה, ובירך אותה, כשחזרה לביתה שאל אותו בעלה אם בקשה גם עליו, והיא אמרה שברור הדבר שזה לשנינו יחדיו, אך למעשה הוא נפטר היא נישא בזוו"ש להרב משה וואקס, ומזיווג זה היה לה בנים.
לעצט פארראכטן דורך זאקעלעווער צדיק אום מאנטאג יוני 10, 2024 4:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור הרה"ח ר' אהרן יהודא בן מלכה פירחהועבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: רבי חיים יוסף גאטליעב מסטראפקוב זצ"ל - ד’ אדר ב’ תרכ”ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איך פארשטיי נישט. וועמענס רביצין האט געבעטן א ישועה?
ווער איז נפטר געווארן?
ווער האט געהאט קינדער פון וועם?
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: רבי חיים יוסף גאטליעב מסטראפקוב זצ"ל - ד’ אדר ב’ תרכ”ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

פליגל האט געשריבן: מוצ"ש יוני 08, 2024 11:43 pm
איך פארשטיי נישט. וועמענס רביצין האט געבעטן א ישועה?
ווער איז נפטר געווארן?
ווער האט געהאט קינדער פון וועם?
אשתו של אחד מבניו של הגאון ר' חיים יוסף גאטליעב זצ"ל [איני יודע איזה מהם], כמה שנים אחד שנישאו ולא נפקדו רח"ל בזש"ק, הלכה היא, אל צדיק אחד מן אותו הדור, ובקשה היא את ברכת הצדיק, להיפקד בדבר ישועה ורחמים, ויזכו לזש"ק, והצדיק בירך רק אותה ולא אותם יחדיו, אחרי שחזרה היא אל ביתה, שאל אותה בעלה [ה"ה אחד מבינו של הגאון הנ"ל], אם הזכירה את שמו ג"כ, או רק את שמה. ואמרה היא, כשהיא מבקשת על עצמה הכוונה ג"כ לבעלה, ואמר הוא, שזה לא כן, וחבל על אבדין.
וכן כך הוה, שהוא נסתלק לבית עולמו, והיא נישא שוב שנית עם אדם אחר ושמו ר' משה וואקס מטרויבע, וממנה נולדו צאצאיו.

ואולי זה בנו ר' ישראל מנחם, והסיפור היה איתו שהוא הלך להרה"ק ר' מאיר'ל מפערמישלאן זי"ע, ואח"כ נתפרדה החבילה, ונישאו שניהם לאנשים אחרים, ולכל אחד נולד זש"ק משלו???.

אך כנ"ל שמעתי מאבותי כמקובל במשפחתינו, נסיתי קצת לברר כעת, ולא היה מי שיתן לי תשובה מדויקת.
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור הרה"ח ר' אהרן יהודא בן מלכה פירחהועבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
אוועטאר
שפתותי שושנים
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:30 pm

Re: רבי חיים יוסף גאטליעב מסטראפקוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפתותי שושנים »

dovidal האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 9:10 pm
ספר מתולדותיו
אויף אוצר החכמה איז ארויסגענומען די חלק פונעם ספר איך ווייס נישט פארוואס קענסט אפשר ארויפלייגן די גאנצע מעשה
אוועטאר
שפתותי שושנים
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:30 pm

Re: רבי חיים יוסף גאטליעב מסטראפקוב זצ"ל - ד’ אדר ב’ תרכ”ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפתותי שושנים »

איך האב געזען א מעשה אין עטליכע פלעצער אז די מהר"ם שיק האט אים געוואלט אויפנעמען אלס דיין אין חוסט נאר ער האט נישט געוואלט
ווייסט איינער א מקור אדער סיי וועלכע בריוו ןכד' צו אינטערשטיצן די מעשה?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי חיים יוסף גאטליעב מסטראפקוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

שפתותי שושנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:39 pm
dovidal האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 9:10 pm
ספר מתולדותיו
אויף אוצר החכמה איז ארויסגענומען די חלק פונעם ספר איך ווייס נישט פארוואס קענסט אפשר ארויפלייגן די גאנצע מעשה
דאס איז זייער אסאך בלעטטער
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”