ר' משה וויינבערגער אב"ד ביהמ"ד הג' אנשי אונגארן בניו יארק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

ר' משה וויינבערגער אב"ד ביהמ"ד הג' אנשי אונגארן בניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער ארטיקל וואס איך ברענג אהער איז מתחלה געווען געשטעלט ביי דער זכור ימות עולם אפטיילונג אין דער אשכול וואס רעדט איבער דער מצב פון אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות, דאס האב איך ארויף געלייגט אהין אלס א המשך צו א בריוו וואס אחד מבני החבורה א מאסף מיטן נאמען זאמלער האט ארויף געשטעלט, דער בריוו איז געווען געשריבן דורך די ראה"ק פון ביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן איבער א נייער פרעזידענט פאר קהל, דארט לויבן זיי אויס דעם פריערדיגער ראש הקהל וואס האט געטוהן אלעס אויף צו האלטן דעם ביהמ"ד אויף אידישער דרך. דער בריוו איז דערווייל פארלוירן געגאנגען צוליב דעם שרעקליכער קראך וואס מיר האבן געליטן אויף (אייוועלט)

אויף דעם ארויף האב איך געשריבן דעם ארטיקל

ב"ה

אום פסח תרס"ז האבן די אנשי אונגארן געמאכט פורים פון זייערס א רב, ר' משה וויינבערגער. ומעשה שהיה כך היה.

דער שוהל איז באשטאנען פון צוויי באזונדערע פראקציעס, איין פראקציע איז באשטאנען פון די אריגינעלע מעמבערס וועלכע זענען אריגינעל געקומען פון דער פרעשבורגער ישיבה און געוואלט אויף האלטן די טראדיציאנאלע דרך פון פרעשבורג, זיי זענען געווען אמת'ע יושבי אוהל און זיך אפגעגעבן מיט אן עכט אידיש לעבן, שפעטער זענען צוגעקומען נאך מענטשן גראבע עמי הארצים וועלכע האבן זיך גוט געפיעלט צו באלאנגען צו א קהלה, בית המדרש הגדול האט זיי גערן אנגענומען ווייל זיי האבן געקענט באשטיין צו בענעפעטירן פון זייער געלט, ווארום זיי פאר זיך האבן נישט געקענט אויף האלטן דער שוהל.

לכתחלה האבן די ניי געקומענע נאך רעספעקטירט די אריגינעלע בעלים זייערע, אבער עוונטועל ווען זיי האבן זיך געמערט אין צאהל און זיך גוט איינגעזצעט אין דער קהלה האבן זיי אנגעפאנגען צו באלעבאטעווען איבער אלעמען, און בשעת די אלטע חברה האבן געדאוונט און געלערנט און פארלאנגט מער שיעורי תורה, האבן זיך די אנדערע אפגעגעבן מיט פירן געשעפטן און מאנאפאליס צווישן דעם עולם, דער רב הרב וויינבערגער וועלכע איז געווען פראמינענט בארימט מיט זיין כח התורה והיראה האט שטארק אויסגענומען ביי זיינע שוהל מעמבערס און ער האט געפירט די קהלה מיט א שטארקער כח און אוטאריטעט.

די נייע מעמבערס וועלכע זענען מייסטנס באשטאנען פון שניידער האבן דאס נישט געקענט פארטראגן און זיי האבן זיך ארגענעזירט צו צושטערן די שטארקע כח פונעם רב.

הרב וויינבערגער פלעגט יעדן שבת נאכמיטאג פארלערנען פרקי אבות פאר די מעמבערס וועלכע האבן געשלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט, אבער די חברה וועלכע זענען געשטאנען פארנט פונעם שוהל האבן פראבירט מיט אלע מיטלען ארויס צו שלעפן די יונגווארג פון שוהל כדי צו צושטערן די דרשות, און צו יעדע געלעגנהייט ווען עס איז נאר פארגעקומען מיטינגען צוזאמען מיטן רב, און דער רב'ס מיינונג איז נישט געווען איינשטומיג מיט זיי האבן זיי געמאכט פון איהם דאס גענאר.

ספעציעל האט אויסגערופען זייער צארן מיט דעם וואס הרב וויינבערגער האט זייער שטרענג געמוסר'ט די חברה נישט זיך צו באנוצען מיט זייערע געמיינע שטיק אין האנדל, און איבער געלט פארדינערייען וועלכע קומען פון געמיינע וועגן, זיי האבן דערפאר געזוכט אלע וועגן וויאזוי פטור צו ווערן פון איהם איינמאל פאר אלעמאל.

דער רב מיט זיין איידלקייט און שטארקע ליבע פאר שלום איז גרייט געווען איינצוגיין אויף סיי וואספארא אפמאך אלסדינג אז ס'זאל הערשן שלום צווישן די מעמבערס, אויף אזוי ווייט אז ער האט צוגעזאגט זיך צו האלטן פאסיוו צו זייער אויף פירונג און מער נישט אויס'מוסר'ן די מעמבערס.

איז געווען דארט איינער וואס פאר בלויז עטליכע יאהר פריער איז ער געווען ארעם ווי דער נאכט, און נאך עטליכע פעלערהאפטיגע געשעפטן איז איהם ענדליך געלונגען זיך ארויף צו דראפן אויפן שטאפל פון רייכטוהם אזוי אז ער האט פארמאגט פילע הייזער איבער די לאוער איסט סייד, מיט א זוהן זיינער וועלכע איז געווען א פאליטיקאנט, די ביידע האבן נישט אויסגעהאלטן דעם רב'ס אנוועזנהייט און פראבירט איהם אן צו מאכן צרות צרורות, די ביידע צוזאמען האבן געפארעמט א קליקע פון געמיינע נידריגע יונגען.

זיי האבן אבער געהאט א פראבלעם אז לעגאל איז הרב וויינבערגער געווען דער איינציגסטער אנערקענטער אוטאריטעט פון דער קהלה, זענען זיי אויף געקומען מיט א פלאן וועלכע האט געזאלט זיין א געמיינער שפיצל, אויף עוועניו בי ביי די פיפטע עוועניו איז געשטאנען א קירכע, און דער פארשוין האט פארקויפט פאר די מעמבערס אז דער קירכע שטייט צום פארקויפן און ס'איז מעגליך צו מאכן א גוטער דיעל, אבער כדי צו קענען מאכן דאס געשעפט מוז מען צום אלעם ערשטן פארקויפן דער איצטיגער שוהל אויף ווילעט סטריט, נו, דער עולם האט זיך צוגעכאפט צום געשעפט און מ'האט געפונען א קונה וועלכע האט באצאלט דערפאר א שבוש פון בלויז $42,000 בשעת דער אמת'ער ווערד איז געווען נישט ארונטער $55,000 דאס איז געווען א גרויסער דיפערענס בימים ההם, ווען דער געשעפט איז געווען פארטיק האט ער מגלה געווען זיין פרצוף אז להד"ם, און ער האט זיך אויף געשטעלט זאגן רבותי, דער קירכע איז קיינמאל אויף דער מארקעט נישט געווען צום פארקויפן, ממילא שטייען מיר יעצט אהן א שוהל, אויב אזוי לאמיר אויף געבן דאס רבנות פון הרב וויינבערגער וועלכע האט ממילא נאר א פיר יעהריגער קאנטראקט, ליידער איז קיין אנדערע ברירה נישט געבליבן ווארום ס'איז געווארן אויס קהל.

אז דער רב האט זיך ארום געזעהן אהן א פרנסה האט זיך געמאכט א חשבון אז ער קען אליין אריין גיין אין ביזנעס און ער האט זיך געעפענט א מצה בעקעריי, אבער דא איז ער ווייטער אויסגעשטאנען צו די געמיינע שטיק פון זיינע געוועזענע אונטערטאנען, ביז דאן האבן עטליכע פון מעמבערס פארפיגט איבער א מצה בעקעריי און זיי האבן כאילו געהאט א מאנאפאלי דערויף, און דא אז דער רב האט זיך אייגנס געעפענט אזא געשעפט איז דאס געווען ווי פירן א מלחמה מיט זיי, און דאס האבן זיי בשום אופן נישט געוואלט דערלאזן, און זיי זענען איהם דערגאנגען די יאהרן מיט צרות משונות און כל מיני געמיינע און נידריגע טאקטיקן וועלכע האבן צוגעטרעטן צום געזונט צושטאנד פונעם רב.

דאן איז אויף געקומען דער יום טוב פסח, און שמיני עצרת וואס האט באדארפט צו זיין דער לעצטער טאג איידער די קהלה האט געברויכט פארלאזן די געביידע, האט הרב וויינבערגער געהאלטן אלס פאסיג צו זאגן עטליכע ווערטער אלס א געזעגענונגס דרשה, אבער דא האבן זיך ווידער די קליקע אויף געוועקט און געהאלטן פאר וויכטיג אפצוגעבן פארן רב זיין לעצטער כבוד ווי עס באדארף צו זיין, און זיי האבן זיך גענומען צו בונטעווען און שטערן דעם רב'ס רעדע, און ס'האט אויסגעבראכן ראיאטן אינערהאלב די שוהל.

די מצב אין שוהל איז ארויס פון קאנטראל, און מ'האט געמוזט אריין רופן פאלייציאישע הילף צוריק צו שטעלן די רוהיגקייט, ווען די פאליציי זענען אנגעקומען האבן זיי געפונען דעם רב שטיין אויף דער בימה מיט צוזאמען געלייגטע הענט, און די מאסן צוהיצט מאכנדיג אומבאנומענע קולות, די פאליציי האט זיך מיט שוועריקייט צוגעשטופט צום באלעמער און פראבירט מיט אלע כוחות צוריק צו שטופן דעם עולם פון ארום איר.

נאך ערגער איז דער מצב געווארן ווען מיטאמאל האבן זיך די פרויען, וועלכע האבן זיך ביז יעצט געפונען סעפערירט אויבן אויף די גאלערי, זיך אראפ געלאזט צו די מענער שוהל און אינאיינעם אנגעפירט מיט די שלעגערייען.

די פאליציי זענען געווען ערמאטערט און ס'איז געווען אוממעגליך צו פירן די זאך אונטער קאנטראל, דאן איז איינער אריבער געלאפן צו דער פאליציי סטאנציע און ארויס גערופען די פאליצייאישע רעזערוון צו קומען צו הילף.

אינדרויסן אויף די גאס האבן זיך שוין דעמאלטס אנגעזאמעלט א ריזיגע מאסן פון טויזנטער מענטשן וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן דעם ספעקטעקאל און סענזאציע, און ס'איז זייער שווער געווען פאר די פאליציי זיך אפצוגעבן מיט דעם שטראם.

דער רב האט דאן געבעטן פון די פאליציי אז זיי זאלן רעדן צום עולם איהם צו ערלויבן בלויז צו זאגן אייניגע ווערטער, און אז ווער עס וויל נישט אויסהערן קען פרייוויליג איבער לאזן די שוהל און אהיים גיין, די פאליציי האט דאן מיט שווערע כוחות ענדליך באוויזן איינצושטעלן ארדענונג און ארויסגעטריבן די מאסן ארויס אויף די גאס, נאר ערלויבנדיג פאר די שטילע מעמבערס זיך צוריק צו קערן צו זייער ערטער און ווייטער הערן דעם רב'ס רייד.

מיט טרערן אין די אויגן האט דער רב געשילדערט וויאזוי ער האט מיט קנאפע אכטצען יאהר צוריק אויף געבויעט דער שוהל, אבער יעצט צוליב די געמיינע טאקטיקן און נידריגע שפיצלעך וואס מ'האט איהם אפגעטוהן וועט ער איינגיין אויף זיין באשלוס צו פארלאזן זיין פאסטן אויפן פארלאנג פון די געמיינע מעמבערס, אבער ליידער איז זיין רעזיגנאציע אויף גענומען געווארן מיט גרויס פרייד אינערהאלב די גרעסערע פראקציע פון מעמבערס וועלכע האבן סוף כל סוף באוויזן זיך צו באפרייען פון אונטער זיין רבנישער יאך.

ביים ענדיגן זיינע רייד האט דער רב פארלאזט די שוהל צו זיין היים אין באגלייטונג פון צוויי פאליציאנטן, מאסן מענשטן זענען נאך געלאפן פאר נאך עטליכע גאסן, און הייס פארשפראכן מער נישט איבער צו טרעטן דער שוועל פון די שוהל וואס ער האט אליינס אויף געשטעלט.

לחרפה ולדראון עולם
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

בן בוזי האט געשריבען אום פסח תרס"ז האבן די אנשי אונגארן געמאכט פורים פון זייערס א רב, ר' משה וויינבערגער. ומעשה שהיה כך היה וכ''ו.



איך האב געטראפן א בוך, וואס ציטירט פון א בוך וואס א געוויסער משה וויינבערגער א געבוירענער אין אונגארן, האט אין יאר 1887 ארויסגעגעבען א בוך "היהודים והיהדות בניו יורק", ווי ער באקלאגט זיך אויף די הנהגה פונעם אמעריקאנעם עולם כלפי יידישקייט, א רב, וכדומה. ער שרייבט אין הקדמה אז די הכנסה פון דעם בוך איז געגאנגען פאר די "מחזיקי תלמוד תורה".
קורצע ציטאטן:
אומעטום האבן יידן שטארק מקפיד געווען ביים אויסקלייבן זייערע פירערס, אבער ניט אין אמעריקע. די קוואליפיקאציעס פון א יידישן פירער אין אמעריקע זיינען געווען "א בייז אויג, חוצפה, א צונג וואס רעדט גרויס, די מידה פון שטופן זיך און שלעכטע מאנירן".
צוליב עפעס א סיבה האבן די דאזיקע קוואליפיקאציעס זיך געפונען אין א גרויסער מאס ביי "שניידערס, שוסטערס און גארבערס", און דערפאר האבן זיי זיך דערשלאגן צו אנפירנדיקע פאזיציעס.
...דער רב און דרשן.. האט געמוזט האבן א צאל קוואליפיקעציעס. ער האט געמוזט זיין "א משלים-זאגער, באשאנקען מיט נארישקייט און ווינט-יאגעניש". און געמוזט שפייזן דעם עולם מיט "פוסטע און אויסגעדראשענע פראזעס". פאר אזא מין טאלאנט האט מען ניט באדארפט קיין לאנגע יארן פון לערנען, אדער ערנסטע מי. די באזיצערס פון אזא מין טאלאנט האבן על כן געהאט א מעגלעכקייט צו פארברענגען זייער צייט "אין תענוגים און אין הוליען".
עד כאן פון יענעם ביכעל.
ס'איז אינטערעסאנט צו וויסן צו קען דאס זיין דער זעלבער "הרב משה וויינבערג" וואס איז געפלויגען 20 יאר דערנאך פון זיין אייגן שול?
לעצט פארראכטן דורך זאמלער אום דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 7:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35947
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יא, דאס איז בלי שום ספק דער זעלביגער, דעם בוך האט עמיצער איבערגעדרוקט און דערפאר קאנען מיר עס נישט לייענען אויף גוגל בוקס, ווייסט איינער וואו מען קאן דאס קריגן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

אפשר דערפאר האבען זיך די שניידערס נוקם געווען אין אים
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

למעשה ווער איך געוואויר אז דער רבי משה וויינבערגער איז געווען פאר א שטיקל צייט אויך רב אין סקרענטאן פאר בערך צוויי יאהר, נאך פאר ער איז געווארן רב אין ניו יארק, זעהט אין זיין ספר דרש דרש משה וואו די ערשטע דרשה דארטן איז די דרשה וואס ער האט געזאגט בפר' תולדות שנת תרנ"א לפ"ק ווען ער איז געווארן רב אין סקרענטאן, אזוי אויך דרוש ז' איז מה שנשאתי לטובת הגולים האומללים מארץ רוסיא בבהכ"נ המפואר אשר לעדתי ק"ק בני ישראל אנשי אונגארן בעיר סקרענטאן יע"א בשבת פר' שופטים תרנ"א לפ"ק, אויך דרוש ה' איז געזאגט אין סקרענטאן בשנת תרנ"ב לפ"ק, ווידער אין הו"ר שנת תרנ"ג איז ער שוין געווען רב אין קהל אוהב שלום ד'פילאדעלפיא אזויווי מען זעהט דארט אין דרוש ו' (אויך דרוש ד' וואס איז דרשת הספד על רבו הגאון ר' מאיר פערלס זצ"ל, איז געווען אין פילאדעלפיא), און הערשט בשנת תרנ"ה איז ער געווארן רב אין ניו יארק, זעהט די צווייטע דרשה אינעם ספר וואס איז פון ל"ג בעומר שנת תרנ"ה ווען ער איז געווארן רב אין ניו יארק.

למעשה זעהט מיר עפעס אויס ווי ער האט געעפנט עטליכע אנשי אונגארן שוהלען אין פארשידענע פלעצער, ווא מען זעהט אין זיין ספר הנ"ל בדרוש י"ב, וואס ער שרייבט דארט: אמרתי בחינוך ביהכ"נ של קהלתי המפוארה אמונת ישראל אוהב שלום אנשי אונגארן בפילאדעלפיא בעוד הייתי רב בסקרענטאן בחודש אלול תרנ"א לפ"ק. זעהט אויס ער האט געמאכט אזעלכע טשעין שוהלען לאנשי אונגארן.

אויך איז דא דארט עטליכע דרשות לסיום הש"ס פאר די לומדים אין זיין שוהל אין ניו יארק

בן בוזי האט געשריבן:
ב"ה
...

ספעציעל האט אויסגערופען זייער צארן מיט דעם וואס הרב וויינבערגער האט זייער שטרענג געמוסר'ט די חברה נישט זיך צו באנוצען מיט זייערע געמיינע שטיק אין האנדל, און איבער געלט פארדינערייען וועלכע קומען פון געמיינע וועגן, זיי האבן דערפאר געזוכט אלע וועגן וויאזוי פטור צו ווערן פון איהם איינמאל פאר אלעמאל.

ער האט טאקע ארויסגעגעבן א ספר מיט א תשובה ופסק להלכה איבער דעם ענין פון השגת גבול ויורד לאומנתו של חברו מיטן נאמען הלכה למשה http://hebrewbooks.org/9248 , זעהט דארט אינעם אויף וואס די שאלה באציהט זיך עפעס מיט שוחטים און בעלי בית השחיטה.

--

איך זעה אויך אז דער ר' משה וויינבערגער איז געווען זייער אקטיוו אין ניו יארק מיט הרבצת התורה און געעפנט א ישיבה, זעהט אינעם קונטרס'ל תורה אור וואס איז א באשרייבונג איבער די חברת מרביצי תורה וישיבת אור החיים.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בןהרחמן האט געשריבן: למעשה ווער איך געוואויר אז דער רבי משה וויינבערגער איז געווען פאר א שטיקל צייט אויך רב אין סקרענטאן פאר בערך צוויי יאהר, נאך פאר ער איז געווארן רב אין ניו יארק, זעהט אין זיין ספר דרש דרש משה וואו די ערשטע דרשה דארטן איז די דרשה וואס ער האט געזאגט בפר' תולדות שנת תרנ"א לפ"ק ווען ער איז געווארן רב אין סקרענטאן, אזוי אויך דרוש ז' איז מה שנשאתי לטובת הגולים האומללים מארץ רוסיא בבהכ"נ המפואר אשר לעדתי ק"ק בני ישראל אנשי אונגארן בעיר סקרענטאן יע"א בשבת פר' שופטים תרנ"א לפ"ק, אויך דרוש ה' איז געזאגט אין סקרענטאן בשנת תרנ"ב לפ"ק,


עיין באשכול הסקרענטאני שמורינו הרב מסקרענטאן כבר העיר על הרב וויינבערגער ששה בסקרענטאן.

--

בכלל זעהט אויס ווי ערליכע רבנים האבן אסאך זיך געוואלגערט אין די היזיגע שטעט, ווייל רוב ציבור האט נישט געוויסט ריכטיג אפצושאצן זייער גרויסקייט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן: יא, דאס איז בלי שום ספק דער זעלביגער, דעם בוך האט עמיצער איבערגעדרוקט און דערפאר קאנען מיר עס נישט לייענען אויף גוגל בוקס, ווייסט איינער וואו מען קאן דאס קריגן?

http://agmk.blogspot.com/2009/03/hungar ... erica.html
אטעטשמענטס
DSCF6366.JPG
DSCF6366.JPG (23.63 KiB) געזען 4207 מאל
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

הרב משה וויינבערגער

קרעדיט: בן בוזי
אטעטשמענטס
moshe weinberger.jpg
moshe weinberger.jpg (22.51 KiB) געזען 4202 מאל
לעצט פארראכטן דורך פונקטליך אום דינסטאג אוגוסט 17, 2010 2:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מעת שהפנה לי ידידי מפארשלאפן יצ"ו להספר היהודים והיהדות בניו יארק הנ"ל שנכתב ע"י הרב ר' משה וו"ב מאנשי אונגארן, לא זזה הספר מתוך ידי עד שקריתי אותה מעבר לעבר, תשוח"ח להנ"ל על אדיבתו, הנה הלינק:
http://www.hebrewbooks.org/44167

ובאשר מה שנוגע להגאון הנ"ל (עי' בהמכתב שבסוף הספר לידידו בלי שם מאונגארן). מבחינת ביוגרפיות למדתי פרטים מובחרים;
נולד לאביו ר' ישכר בעריש וויינבערגער שבעת כתיבת המכתב היה גר בעיר זאבארא במחוז שאראש, כשהגיע לפרקו נשא את בת הגביר צבי (הערמאן) דעגען מעיר קניזען במחז ציפס, ושם התגורר עד בואו לארה"ב.
היה תלמידם של הגדולים
*הרה"ג ר' שמואל עהרענפעלד אב"ד מאטעסדארף ה'חתן סופר' זצ"ל שר' משה הנ"ל הספידו בבית מדרשו הגדול אנשי אונגארן אחרי השמועה הרחוקה שאבד את רבו ומורו וכותב שזכה להיות ממעתיקי שמועה של רבו הלזה.
*הרה"ג ר' מאיר פערילס מקראלי ז"ל, רבו ר' מאיר פערילס הנחיל לו חיבור בכתב יד שנאבד לו פה בניו ניארק, חבל על דאבדין, ר' משה מספר בשבחו של רבו זה עד להפליא (
*הרה"ג ר' אליעזר לעוו ב"ר ירמי' מאיהעל, בהמכתב הנ"ל מביע שמחתו מהבשורה שרבו הזה נתקבל כראב"ד בק"ק אונגוואר.
*הרה"ג ר' משה סופר (?) אשר כותב שנתקבל לאב"ד הומנא, המחבר כותב שהוא היה רבו הראשון.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

דברי שלום ואמת מר' משה וויינבערגער

איך מיין אז קיינער האט עס נאך נישט דערמאנט דא
אטעטשמענטס
IMG_2788.jpg
פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלדמאן »

אין יאהר'ן תרנ''ז – תרס''ב האט אויסגעבראכען צוויי מחלוקת'ן צווישען הרה''ג ר' משה וויינבערגער ז''ל מיט הרה''ג ר' הלל דר קליין ז''ל א' באקאנטער אונגארישער רב וואס איז אויך געווען פין בי''ד פין דער רב הכולל ז''ל וואס ביידע מערכות זענען געווען בנוגע די שוחטים יוניאן חברה מלאכת הקודש, וואס הרב וויינבערגער האט זיך ציגעשטעלט צי די צד קעגן די יוניאן, הרב וויינבערגער האט ארויסגעגעבן צווי קונטרסים הלכה למשה אין הואיל משה (ביידע איז דא אויף היברו בוקס ) הרב קליין האט מפרסם געווען עטליכע גאר שארפע בריווען אין א' צייטונג וואס דער רעדאקטער איז געווען הרב משה וועכסלער א אונגארישע רב אין ניא יארק .
אין ספר שו''ת מי יהודה סי' צב להרה''ג ר' יודא אלטמאן אב''ד טשטאה חתנו ומ''מ בעל נטע שורק (דא אויף היברו בוקס ) נעמט ער זיך אן אויף הרב וויינבערגער אין אין סי' צג שרייבט ער צי הרב וועכסלער ער זאל אויף הערן משמץ זיין הרב וויינבערגער אין ער זאל נישט מפרסם זיין די בריווען פין הרב דר' קליין וועגן בזיון ת''ח
זע אויך אין שו''ת נטע שורק צו הרב וויינבערגער בנוגע די אנדערע סיכסוך וויל איך אפעלירען צי די חושבע חברים אויב איינער קען פארשאפען די בריעף פין דר' קליין , ווי אויך די צייטונג פין וועכסלער ווייל אלץ אן אייניקל פין משפחות וועבערמאן וואס מיין זיידע ר' משה וועבערמאן ז''ל איז געווען אן איידעם ביי הרב ר' פנחס אהרן ברודער ז''ל שו''ב אין בארדיוב וואס איז ארויס געקימען קיין ניא יארק בשנת תרל''ז אין איז געווען יאהרן א' שו''ב דא אין ניא יארק ווערט אפשר דערמאנט אין די מערכה , אין הואיל משה ווערט דערמאנט השו''ב המפורסם לשם ולתהלה מו''ה פנחס אהרן ני''ו אין ער דערמאנט נישט זיין לעצטע נאמען, אין אין הלכה למשה פעדש 54 ווערט דערמאנט השו''ב מו''ה פ.א. נ''י
דער צווייטער שוחט וואס האט געארבעט קעגען די יוניאן איז געווען הרב פייש צבי גראס ז''ל פין באטור במח''ס נחלת צבי – עטרת צבי ער האט הסכמות פין רבני אונגארן ובתוכם הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין קראלי בשנת תרצ''ג

בנוגע די מערכה מיטן ארויס ווארפן הרב וויינבערגער פין ביהמ''ד הגדול וואס בן בוזי שרייבט אז עס איז געפירט געווארן דורך עמי הארצים אין גראבע יונגען וואס האבן נישט געוואלט זיין עהרליך , וויל איך קאמענטירן, הגם ס'איז שווער צי זאגן א' דעה אין אזאך וואס איז פארלאפען איבער הינדרעט יאר ציריק אין נישט איך אין נישט בן ביזי זענען דארט געווען.
ערשטענס האט מען אויף גענימען נאך איהם א' רב א גדול בתורה ובהוראה פין יוראפ נישט קיין אמעריקאנער ראביי הרה''ג רבי אלתר שאול פעפער ז''ל במח''ס שו''ת אבני זכרון
צווייטענס זענען געבליבען מעמבערס אין ביהמ''ד הגא''א ת''ח ואנשי מעשה מיט חתימת זקן ווי הר''ר משה קלאפטער ז''ל מו''ה אלי דוד העלד ז''ל מו''ה ר' משה וועבערמאן ז''ל אין דער גבאי איז געווען מיין זיידע מו''ה מאיר עהערנפעלד ז''ל מוהל מומחה אין א' תלמיד פין כתב סופר זצ''ל (עיין בהקדמת תביאות השדה להרה''ג מבאניהאד ז''ל וואס ער שרייבט וועגן די אונגארישע אידן און ניא יארק)
ווי ס'זעט אויס איז געווען א' מחלוקה מיט משפחות האראוויטץ מארגערעטען פין די גרעסטע מצה בעקערס אין אמריקע וואס זענען געווען מתפללים אין ביהמ''ד הגא''א אין הרב וויינבערגער האט געעפענט זיין אייגענע בעקעריי
אין ליידער א' מחלוקה קען זיך צי פייערן ר''ל זייער מיעס וי מ'זעהט בימינו אויך כאטש ביידע צדדים קענען זיין עהרליך.
די גוישע צייטונג די סאן שרייבט אויך אז די מחלוקות איז געווען איבער די מצות, לאנגע יארן שפעטער זענען אונגעגאנגען קארט קעסעס צווישען האראוויטץ מארגערעטען אין הרב וויינבערגער
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א דאנק אייך הרב פעלדמאן:

ראשית שלום עליכם אייך, און עס איז מיר א כבוד צו רעדן מיט אן אייניקל פון הרב פנחס אהרן ברודער וואס ווי איך האב שוין קאמענטירט אויף קברים.קאם איז ער לכאורה א יחיד וועלכע האט איבער געלאזט אונטער זיך 7 דורות פון אידן יראים ושלמים, דאהי אין אמעריקא.

בנוגע וואס דו שרייבסט אז מען האט אויף גענומען נאך איהם האב פעפער, און די אנדערע אינטערעסאנטע אינפארמאציע וואס דו שרייבסט, ס'איז שוין ערווענט געווארן כמה פעמים אז לכאורה איז די רעדע פון עטליכע אנשי אונגארן שוהלן, נישט אז איך אדער די אנדערע האבן דאס באשטעטיגט, נאר אזא סברה האבן מיר געוואלט זאגן, דעריבער וואלט איך אייך -אלס איינער וואס האט ווי דערמאנט א שייכות צו די היסטאריע- געבעטן אויב איר קענט מברר זיין דער ענין.

א דאנק אייך
בן בוזי, סיראקיוזער מסדר קידושין
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רוימט מיר ידידי האספן הדגול אריין אין אויער אז איך זאל ארויף שטעלן דעם בייגעלייגטער בריוו.

וואס מיר זעהען דא איז אז די הורוויץ און מארגארעטן'ס (איך האף נאר אז ר' שמחה הערט זיך נישט צו צו אונזער שמועס...) זענען די מאכערס אינעם ביהמ"ד הגדול, אויב אזוי מאכט סענס אז דער דאזיגער בריוו איז יא דער ביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן אין א שפעטערע תקופה. איז די שאלה אויב ר' אלתר שאול איז געווען רב אין "דער" שוהל.
אטעטשמענטס
Chevre.jpg
מורשת חכמי אמעריקא
abraham
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abraham »

געווען אן איידעם אין מ''ם פין הרב פעפפער RABBI MAX SCHAI אויף די לינקע זייט פון דיין בריוו אויבן שטייט
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

abraham האט געשריבן: געווען אן איידעם אין מ''ם פין הרב פעפפער RABBI MAX SCHAI אויף די לינקע זייט פון דיין בריוו אויבן שטייט

הרב ר' מיכאל שאי איין פרעסבורגער תלמיד . אין איידעם פין ר' אלטר שאול פעפער . געווען רב המכשיר פין האראוויץ -מארגארעטען מצות .
געווען דער רב פין דיא שוהל ביז דיא לעצטע מינוט . איין חבר באגודת הרבנים . זעך זעהר גיט געהאלטען מיט דיא רבנים וואס זענען אריבער
געקימען פין אירופא ספעציעל דעם מאטערסדארפער רב מיט זיין ישיבה חתן סופר אויף דיא לאוער איסט סייד. געווען אין פרעזדיום פין דיא
פרעשבורגער ישיבה אין ירושלים . זייער איין אנשטעדיקער בראווער יוד . איבער געלאזט פיינע קינדער . דעם דריטען חלק פין זיין שוועהר תשובות
האט עהר ארויס געגעבען .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הרב שכיהן אצלינו כבד"ץ כבר כתב אודותיו, מ"מ יש בדבריך כמה נקודות חשובות.
מורשת חכמי אמעריקא
abraham
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abraham »

בן בוזי איך האב דיר געשריבן וועגן ראביי שעי צו פאר ענטפערן דיין שאלה צו הרב פעפער איז געווען רב אין די קהלה
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כ'פארשטיי, און דאס טוט טאקע ריכטיג אנדייטן אז הרב פעפער האט דארט געדינט, נאר איך האב זיך באצויגן צו רבבה, און כ'האב זיך טאקע דערמאנט אז בכמה מקומות האט הרב בד"ץ שוין דערוועגן געשריבן.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בן בוזי האט געשריבן: רוימט מיר ידידי האספן הדגול אריין אין אויער אז איך זאל ארויף שטעלן דעם בייגעלייגטער בריוו.

וואס מיר זעהען דא איז אז די הורוויץ און מארגארעטן'ס ( איך האף נאר אז ר' שמחה הערט זיך נישט צו צו אונזער שמועס...) זענען די מאכערס אינעם ביהמ"ד הגדול, אויב אזוי מאכט סענס אז דער דאזיגער בריוו איז יא דער ביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן אין א שפעטערע תקופה. איז די שאלה אויב ר' אלתר שאול איז געווען רב אין "דער" שוהל.

אזנים לכותל

הרב בן בוזי,
בנוגע וואס די האסט מיר געפרעגט און אישית אויב איך ווייס עפעס וועגען ר' אלתר שאול און און וועליכע שוהל איז ער געווען רב.

איך האב שוין עטליכע מאל ערווענט אז מיין שווער ע"ה איז געווען פון משפחת מארגארעטען. נאר ער איז ארויסגעקומען מיט 3 ברודערס דא אויף אמעריקע ערשט נאך די מלחמה.

עס זענען שוין דא געווען מארגארעטען משפחה מיטגלידער פון פריערט. איינער איז געווען ר' חיים יצחק בן הר"ר יואל מארגארעטען ע"ה, זיין ווייב איז געווען א האראוויטץ. זיי זענען געווען מיין שווער'ס פעטער און מומע.

יעצט לגבי צו זיי האבען געהאט שייכות מיט ר' אלתר שאול. איך בין נישט זיכער אבער עס דאכט זיך מיר אז יא.

פון מיין שווער ע"ה זיידע, ר' יואל מארגארעטען ז"ל איז געווען דא און אמעריקע פארשידענע חיבורים כתבי יד, על התורה ועל סוגיות הש"ס. מיין שווער'ס א עלטערע ברודער האט איינמאל באזוכט א גלאטשטיין משפחה מיטגליד (אויך א הראוויטץ אייניקעל) און יענער האט אוהם געגעבען א גאנצע פאק מיט ספרים און אלע כתבי יד. צווישען די ספרים איז געווען א 'ספר עברונות' געדרוקט בשנת רנ"באון 'ריוא דטרינטא'. אינווענדיג אויפען דעקעל איז דא א זיגעל פון ר' אלתר שאול ז"ל. דער ספר האט אמאל באלאנגט צו אוהם.
די שאלה איז וויא אזוי איז דער ספר אהנגעקומען צו די האראוויטץ מארגארעטען משפחה, אויסער אויב זיי האבען געהאט א שייכות מיט אוהם, אוויא 'רבבה' האט שוין געשריבען.

(די כתבי יד זענען אלע ביי מיר. עטליכע פון די ספרים זענען אויך ביי מיר וויא למשל א יערות דבש, כתנות אור, ספר המנהיג. דער ספר עברונות איז ביי מיין שוואגער און מאנסי)
the SCY is the limit
פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלדמאן »

אין בית המדרש הגדול אנשי אונגארין פון זיבעטע סט. ווי הרב פעפער איז געווען רב איז קלאהר הרב וויינבערגער געווען זייער ערשטע רב זע http://www.nyc.gov/html/lpc/downloads/p ... ungarn.pdf PAGE4
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

אין מיין נאמען אין דעם נאמען פין דעם גאנצען פובליקום ווילן מיר אייך שטארק דאנקען פאר דעם ארטיקעל . זאל אייך דער אייבירשטער
באצאלען פאר דעם מיט געזינט פרנסה אין נחת פין דיא קינדער ...זייא זאלען גיין בדרך הישר .
בייא דיא וועי איז דא באשרייבינגען פין נאך שהילען פין דיא אינטרשטע טייל פין דער באקאנטער איסט סייד ...דיא אזוי גערופענע מזרח טייל
פין נעוו יארק
א דאנק אין פאהר אויס
פין אייער פארהערער
פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלדמאן »

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

די לינק ארבעט נישט, אבער אז וועסט זיך אישית מיט מיר פארבינדען וועל איך דיר שיקן א פי די עף פון יענער ארטיקל (ס'איז צו גרויס צו קענען ווערן אטעטשד דא), ס'זענען פארהאן צוויי ארטיקלען.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

בן בוזי וועלכע לינק ארבעט נישט?

שכוח פעלדמאן פאר די סחורה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שכוח הרב פעלדמאן, ביידע לינקס ארבעטן פיין (פאר סאם ריעזאן, הייסט ער ר' משה וויינבערג [נישט וויינבערגער] אינעם סאן ארטיקל)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”