סגולות לפרנסה

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

סגולות לפרנסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ווען מיר זענען געווען פארוואגלט אינעם באהאלטענעם שפיל-ארט -אויף אלע גוים געזאגט- האט דארט איינער מיטן ניק "טאבאקא" (נישט איך) געשריבן ווי פאלגענד:

און אז מ'רעדט פון מזומן...
צוויי גרינגע סגולות פאר פרנסה:
איינס וואס איך האב אליינס אויספראבירט, ס'שטייט אז עסן פרייטיג צו נאכטס (חקל תפוחין קדישין) א עפל איז א סגולה צו פרנסה, און זייט איך האב אנגעהויבן אזוי צו טוהן זעה איך א שטארקע פארבעסערונג
צוויי א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז ווען ער איז געווען ביים סופר באשטעלן תפילין ביי זיין בר מצוה בחור, האט ער אזוי געקרעכצט אז דער מצב איז שווער וכו', זאגט אים דער סופר ס'שטייט פון ר' הירצקעלע ראצפערטער א סגולה פאר פרנסה צו האבן מזוזה האלטער'ס פון האלץ, דיינע זענען פון האלץ? פרעגט ער אים, זאגט ער ניין ווייל פלעסטיק איז א גרעסערע סגולה ווייל ס'איז אסאך ביליגער... זאגט ער אים איך האב דא זייער שיינע האלצענע פון כינע פאר נישט מער ווי דריי דאלער איינס, ס'לוינט זיך צו פראבירן, נו שוין האט ער גענומען, וואס זאל איך דיר זאגן -פירט אויס מיין חבר- נישט מער ווי פיר טעג נאכן טוישן האט מיר מיין בעה"ב געגעבן א העכערונג אינעם געהאלט אויף וואס איך ווארט שוין צוויי יאר!
(איך פערזענליך האב דאס נישט געקענט פראבירן ווייל איך האב שוין פון לאנג האלצערנע)

איך קאפיר עס דא לתועלת הציבור תושבי הקרעטשמע
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

טאבאקא האט געשריבן: ווען מיר זענען געווען פארוואגלט אינעם באהאלטענעם שפיל-ארט -אויף אלע גוים געזאגט- האט דארט איינער מיטן ניק "טאבאקא" (נישט איך) געשריבן ווי פאלגענד:

און אז מ'רעדט פון מזומן...
צוויי גרינגע סגולות פאר פרנסה:
איינס וואס איך האב אליינס אויספראבירט, ס'שטייט אז עסן פרייטיג צו נאכטס (חקל תפוחין קדישין) א עפל איז א סגולה צו פרנסה, און זייט איך האב אנגעהויבן אזוי צו טוהן זעה איך א שטארקע פארבעסערונג
צוויי א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז ווען ער איז געווען ביים סופר באשטעלן תפילין ביי זיין בר מצוה בחור, האט ער אזוי געקרעכצט אז דער מצב איז שווער וכו', זאגט אים דער סופר ס'שטייט פון ר' הירצקעלע ראצפערטער א סגולה פאר פרנסה צו האבן מזוזה האלטער'ס פון האלץ, דיינע זענען פון האלץ? פרעגט ער אים, זאגט ער ניין ווייל פלעסטיק איז א גרעסערע סגולה ווייל ס'איז אסאך ביליגער... זאגט ער אים איך האב דא זייער שיינע האלצענע פון כינע פאר נישט מער ווי דריי דאלער איינס,

ווער איז דער סופר, אדער וואו קען מען דאס באקומען.
ווי אויך וואלט איך געוואלט וויסן צי עס איז פאראן אן אנדערע ביליגע האלצירנע מזוזה, ווייל די טיפיקל האט מיין פרוי נישט ליב און איך קען עס נישט ארויפלייגן.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך האב געמאכט אמאל א אשכול דא מיטן נאמען שאץ ביים שאץ קאמער - סגולת לפרנסה, א ליקוט פון א ים מיט סגולות לפרנסה, אדרבה איינער זאל דאס אהער ציטירן, (איך ווייס נישט וויאזוי מ'מאכט דאס)
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אויפריכטיג האט געשריבן: ווי אויך וואלט איך געוואלט וויסן צי עס איז פאראן אן אנדערע ביליגע האלצירנע מזוזה, ווייל די טיפיקל האט מיין פרוי נישט ליב און איך קען עס נישט ארויפלייגן.

כאפ א באזוך אין יעדע געשעפט וואס פארקויפט תשמושי קדושה, אנגעהויבן פון אייכלערס אין ב"פ, און געענדיגט ביי דורן אין ק"י, און אפי' אין מסורה אין לאנדאן... וועסטו טרעפן א גרויסער אויסוואל פון האלצערנע מזוזה האלטערס מיט פארשידענע סייזעס און דיזיינס.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יא יא, כ'האב שוין באמערקט. מיין לאקאלער ספרים געשעפט האט אויך א גאנצע אויסוואל באלד וואו מען קוומט אריין אין געשעפט, איך האב עס קיינמאל נישט באמערקט, צוליב דעם וואס עס איז מיר נישט געווען נוגע.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

אין נארוואס ארויסגעקומענער ספר "נפלאים מעשיך ח”ב" (עמ' ל') ברענגט ער גאנץ א 'לייכטער' סגולה פאר פרנסה...

ר' פרץ זז"ג פארציילט, ער האט געהערט פון זיין רבין דער פאיער רב ז"ל, אז דער ייטב לב זי"ע האט אמאל געזאגט צו פארענטפערן די באוואוסטע פראגע פארוואס מען זאגט פרייטיג צו נאכטס ביי די זמירות מתוך "מיעוט" עוונות, פארוואס בעט מען נישט מ' זאל גארנישט זינדיגן?
האט דער ייטב לב געענטפערט, אז מיעוט עוונות דארף מען האבן, ווייל דאס איז א סגולה פאר פרנסה... ע"כ.

ר' פרץ זז"ג ברענגט דארט א געשמאק פשט דערויף, אדרבה קוק דארט אריין העסט הנאה האבן...
וואס, האסט נישט דעם ספר? נו קויף עס!...

כאנישט יעצט קיין צייט מעתיק צו זיין וואס ער שרייבט דארט, אפשר באלד...
שכל קומט מיט די יארן...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אויף אזוינס האב איך זיך נישט געראכטן, איבערהויפט אין די איצטיגע סליחות טעג!...
העמער פרעגן שאץ צי ער האט שוין געהערט דערפון?
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

נו, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?....

אדער ווי מיין דיין דריקט זיך שטענדיג אויס:
"וואס טוט מען נישט פאר די 'זינדיגע' פרנסה?..."
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויפריכטיג האט געשריבן: יא יא, כ'האב שוין באמערקט. מיין לאקאלערספרים געשעפט האט אויך א גאנצע אויסוואל באלד וואו מען קוומט אריין אין געשעפט, איך האב עס קיינמאל נישט באמערקט, צוליב דעם וואס עס איז מיר נישט געווען נוגע.

דער פראבלעם איז נאר אז דאס געשעפט איז בכלל נישט לאקאל...
מקום הניחו לך לפתוח חנות של ספרים בשכונתינו המפוארה
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זושאלע האט געשריבן: ר' פרץ זז"ג פארציילט, ער האט געהערט פון זיין רבין דער פאיער רב ז"ל, אז דער ייטב לב זי"ע האט אמאל געזאגט צו פארענטפערן די באוואוסטע פראגע פארוואס מען זאגט פרייטיג צו נאכטס ביי די זמירות מתוך "מיעוט" עוונות, פארוואס בעט מען נישט מ' זאל גארנישט זינדיגן?
האט דער ייטב לב געענטפערט, אז מיעוט עוונות דארף מען האבן, ווייל דאס איז א סגולה פאר פרנסה... ע"כ.

און וואס טוט מען אין נאדווערנע, אוואו מען זאגט "רוב זכיות" ?
ועמך כולם צדיקים
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וואס איז דער פראבלעם?
מען דארף דאך פונקט אזוי פארשטיין פארוואס מען זאגט נישט ובכל כולו זכיות...
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איינער האט מיר צוגעשיקט א לינק און ער זאגט אז מ'רעדט דארט פון דעם סגולה
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_ ... m_id=16386
איך בין נישט אריין דארט, ווייל פארן יו"ה, וויל איך נישט באזוכן א פלאץ וואס איז פול מיט מחלוקת ול"ה, (די קרעדיט קומט זיך פאר "שאץ מאץ" אין זיין ארטיקל "וואס באדייט צו זיין א ש"ץ ימים נוראים", און איך גיב אים טאקע א עפנטליכן דאנק פארן מעורר זיין, אבער לדעתי איז איי וועלט נישט אין כלל)
ווי אויך האט ער מיר געגעבן א סעל נומער וואו מ'קען באשטעלן פאר ביליג האלצערנע מזוזה האלטערס, אויב איינער איז אינטרעסירט, ביטע זיך ווענדן צו מיר פריוואט.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

די מ"מ איז דער ספר נועם שיח (סאלקא, עמוד קנ"א) ער זאגט דעם טעם ווייל ע"ץ איז בגי' כס"ף
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

קרעמער האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן: יא יא, כ'האב שוין באמערקט. מיין לאקאלערספרים געשעפט האט אויך א גאנצע אויסוואל באלד וואו מען קוומט אריין אין געשעפט, איך האב עס קיינמאל נישט באמערקט, צוליב דעם וואס עס איז מיר נישט געווען נוגע.

דער פראבלעם איז נאר אז דאס געשעפט איז בכלל נישט לאקאל...
מקום הניחו לך לפתוח חנות של ספרים בשכונתינו המפוארה

וואס מיינט איר צו זאגן, דא אויף איי וועלט? איך גיב מיין פולע שטיצע צו דעם געדאנק.

זושאלע האט געשריבן: אין נארוואס ארויסגעקומענער ספר "נפלאים מעשיך ח”ב" (עמ' ל') ברענגט ער גאנץ א 'לייכטער' סגולה פאר פרנסה...

ר' פרץ זז"ג פארציילט, ער האט געהערט פון זיין רבין דער פאיער רב ז"ל, אז דער ייטב לב זי"ע האט אמאל געזאגט צו פארענטפערן די באוואוסטע פראגע פארוואס מען זאגט פרייטיג צו נאכטס ביי די זמירות מתוך "מיעוט" עוונות, פארוואס בעט מען נישט מ' זאל גארנישט זינדיגן?
האט דער ייטב לב געענטפערט, אז מיעוט עוונות דארף מען האבן, ווייל דאס איז א סגולה פאר פרנסה... ע"כ.

ר' פרץ זז"ג ברענגט דארט א געשמאק פשט דערויף, אדרבה קוק דארט אריין העסט הנאה האבן...
וואס, האסט נישט דעם ספר? נו קויף עס!...

כאנישט יעצט קיין צייט מעתיק צו זיין וואס ער שרייבט דארט, אפשר באלד...


מיר גלוסט צו הערן דעם געשמאקן פשט, דער באלדאיז שוין פונלאנג פאריבער...

אז מ'רעדט פונעם מיעוט עוונות. ליגט מיר אין קאפ א וועלטס ווערטל, אז דאס גייט ארויף אויף אזעלכע "עבירות", ווי "ס'איז אן עבירה יענעם צו שטיצן", אדער "א מצוה יענעם צו באגראבן", און ענליכעס...

דרך אגב דערמאן איך זיך אצינד א אינטרעסאנטע מעשה וואס מען פארציילט נאך פון הייליגן צאנזער רב זצ"ל, (איך געדענק עס נישט פונקטליך, איך שרייב עס בלויז נאך פון זיכרון).
זיין זון דער הייליגער גארליצער רב זצ"ל איז אמאל געווען ביי אים - און ווי באקאנט איז דער גארליצער רב געווען גאר א שארפער מענטש - און דערביי גערעדט אויף דעם און אויף יענעם. האט זיך אנגערופן צו אים זיין פאטער דער הייליגער רב, איך האב דיר א ראי' אז ס'איז נישט קיין מצוה צו באגראבן א רשע, ווייל אין מצרים האבן די אידן ביים סוף פון מכת חושך באגראבן אלע רשעים וואס האבן נישט געגלייבט אין משה רבינו, און דעריבער זענען זיי געשטארבן אין מכת חושך. און שפעטער שטייט ואת עירום וערי' אז זיי זענען געווען ערום בלא מצוות, בלויז די מצוות פון פסח און מילה דאס האבן זיי פארמאגט. נו אויב זאל ווען זיין א מצוה צו באגראבן א רשע, וואלטן זיי דאך געדארפט פארמאגן די דאזיגע מצוה?...
האט דער גארליצער רב געענטפערט כדרכו מיטן גאנצן שארפקייט, א טויטער רשע איז דען א מצוה צו באגראבן? א לעבעדיגער רשע איז א מצוה צו באגראבן!...
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

אויפריכטיג האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן: ווען מיר זענען געווען פארוואגלט אינעם באהאלטענעם שפיל-ארט -אויף אלע גוים געזאגט- האט דארט איינער מיטן ניק "טאבאקא" (נישט איך) געשריבן ווי פאלגענד:

און אז מ'רעדט פון מזומן...
צוויי גרינגע סגולות פאר פרנסה:

צוויי א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז ווען ער איז געווען ביים סופר באשטעלן תפילין ביי זיין בר מצוה בחור, האט ער אזוי געקרעכצט אז דער מצב איז שווער וכו', זאגט אים דער סופר ס'שטייט פון ר' הירצקעלע ראצפערטער א סגולה פאר פרנסה צו האבן מזוזה האלטער'ס פון האלץ, דיינע זענען פון האלץ? פרעגט ער אים, זאגט ער ניין ווייל פלעסטיק איז א גרעסערע סגולה ווייל ס'איז אסאך ביליגער... זאגט ער אים איך האב דא זייער שיינע האלצענע פון כינע פאר נישט מער ווי דריי דאלער איינס,

ווער איז דער סופר, אדער וואו קען מען דאס באקומען.ווי אויך וואלט איך געוואלט וויסן צי עס איז פאראן אן אנדערע ביליגע האלצירנע מזוזה, ווייל די טיפיקל האט מיין פרוי נישט ליב און איך קען עס נישט ארויפלייגן.


איך וואלט ענדערש געוואלט וויסן ווער עס איז זיין בעה"ב.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך האף אז דו פארשטייסט יא וואס דו האסט געשריבן...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מהאמיר שוין געשריבען דערוועגן די בעסטע סגולה לפרנסה איז צי דריקען זאופארט אלט + F4
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

פאטאקי די דארפסט פ..ע...ט...ש.... ???
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

דעם שבת ביים ליינען האט עמיצער איבערגעלאזט דעם ספר "קימו וקיבלו" נעבן מיר (זעהט אויס ער דרייט זיך נישט אין קרעטשמע, און האט נישט געהערט "איכער'ס" געבעט אז מ'זאל צוריקלייגן די ספרים...), און איך האב אביסל מעיין געווען דערינען, האב איך געטראפן דעם מקור.
אונטערן קעפל "האוכל תפוח בליל שבת מובטח בפרנסתו בשבוע הבא", ברענגט ער נאך פון חמדת צבי אמור, ששמע מהחסיד ר' משה וואליער ז"ל, ששמע מהרה"ק בעל חידושי הרי"ם ז"ל, "קבלה מהמגיד הקדוש מקאזניץ שאם אוכל בסעודת הלילה תפוחין, מובטח שיהי' לו פרנסה בשובע זו".
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

שאץ מאץ האט געשריבן: עסן עפל פרייטאג צונאכטס ביי סעודת חקל תפוחי"ן.
(החי' הרי"מ א' בשם המגיד מקאזניץ)


דעם פארגאנגענעם שבת ביי א קידושא רבא, האט מיר עמיצער נאכגעזאגט פונעם קרעטשניפער רבין זצ"ל בזה"ל:

עפל, איז מסוגל אויף פרנסה. עפל 'קוגל', איז מסוגל אויף עשירות!
חיס
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

פרנסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיס »

קוק דא וואס די רוקח שרייבט ..... א פחד
אטעטשמענטס
החדש.png
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

CAM01749.jpg
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

חיס האט געשריבן: קוק דא וואס די רוקח שרייבט ..... א פחד

וואו איז דאס
green sunday
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
CAM01749.jpg

שוין געהערט נאכזאגן, נישט געוויסט ווי עס ווערט אראפגעברענגט, ש'כח
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”