דריי טעג יום טוב
עס איז פאראן אסאך ענינים צו רעדן, ווי עירוב תבשילין און נאך.
איך וועל אנהייבן מיט די ענין פון גיין אין מקוה יום טוב וואס איז ערב שבת.
פארגאנגענע יאר פאר פסח איז ארויסגעקומען א קונטרס "קנה בשם" לפסח, מיט די פסקים פון הגאון הגדול ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל. דארט שטייט בזה"ל:
בשבת ערב יום טוב אסורלילך למוקה לכבוד יו"ט משום דהוי כמכין משבת לחול, גם עצם הדבר לטבול עצמו בשבת לכבוד הרגל הוי זלזול גדול בכבוד יום השבת. וכן ביום טוב שחל בערב שבת אין לילך ביו"ט למקוה לכבוד השבת או משום הכנה או מטעם שהוא זלזול יו"ט לטבול ביו"ט לכבוד שבת.
אזוי שרייבט ער אויך אין שו"ת שנה בשם ח"ג סימן כ"ב כ"ג.
דאס זעלבע שטייט אויך אין ספר אמרי פנחס בשם ר"ר פנחס מקאריץ זי"ע. (איך האב נישט דעם ספר תחת ידי צו מעתיק זיין)