חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו
אויף די אינטערנעט איז געווארן ארויף געלייגט א גאנצער ארכיוו מיט בריוון וואס ער האט געשריבן צו גדולי ישראל און האט אויך באקומען פון זיי ענטפערס די בריוון זענען אין שטארק א מסודר'דיגער אופן און אנטהאלט ידיעות נפלאות בתורה און נאך מער אינטערעסאנטע און קוריאזע דין ודברים'ס מיט די רבנים.
די חברה דא האבן פשוט נישט קיין צייט צו עפענען אן אשכול איבער איהם ווייל זיי זענען פארנומען איבער צו קוקן די קוריאזע בריוון ווי ער שרייבט זיך מיט א רייע רבנים פון די גרעסטע ביז די קלענסטע, פירט מלחמות מיט אגודת הרבנים, שרייבט זיך מיטן פויבסט און פאנטאזירט א וועלט, איך קען פון מיין קאמפיוטער נישט צוקומען דערווייל צו די סחורה דאס וואס כ'האב יא עספיעט צו זעהן איז דורך אן אנדערע קאמפיוטער דעריבער נעם איך יא די צייט אין מיה אויף צו שטעלן א ספעציעלער אשכול צו צונעמען די בריוון זיינע טעאריעס אא"וו, כ'האף אז די חשובע חברים וועלן זיך אנרופן.
פון די ביכער וואס זענען פארהאן אויף היברו בוקס זענען: דע מה שתשיב (א בריוו צום פויבסט איבער געוואוסע ענינים אינעם תלמוד), קים ריב את ההרים (קעגן הרב הענקין און די אגודת הרבנים מיט וועמען ער איז מתחלה געווען אין נאנטע באציאונגען אבער נאך א דין תורה האט ער זיך מיט זיי מיאוס צופליקט), קובץ מכתבים מקוריים מהבעש"ט ז"ל ותלמידיו זי"ע, מאשרים תועים ומתעים (אויף געוואוסע מכשולים אין טרפות), אבן מקיר תזעק (נגד הרב הענקין)
די בריוון זענען דא צו טרעפן אין די ארכיוון http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 9/mode/2up