איך קום נישט אן צופיל מאריך צו זיין, עכ"פ וועל איך שרייבן בקיצור איבער רבי אברהם היכיני און ווער ער איז געווען.
ווער איז רבי אברהם היכיני?
רבי אברהם איז געווען דער מגיד משרים אין שטאט קאנסטונאנטפול, ער איז געווען א תלמיד פונ'ם רבי יוסף מטראני (א זוהן פונעם מבי"ט פון צפת), און מהר"י וועלכער האט געדינט אלס רב אין קאנסטאנטינאפל. רבי אברהם איז געווען א גרויסער תלמיד-חכם און זייער באליבט ביי די ארטיגע אידן, און האט געהאט א חוש מעורר צו זיין אידישע הערצער צו תשובה דורך זיינע דרשות וואס ער פלעגט כסדר געבן אלס מגיד אין שטאט. ער האט מחבר געווען א ספר מיטן נאמען "הוד מלכות", וואס ענטהאלט הונדערט-און-פופציג מזמורים, די זעלבע צאל ווי דעם ספר תהילים. עס איז אויך פאראן פון אים א ספר מיטן נאמען "חופת אליהו" וואס פיל ספרד'ישע גדולים ברענגען אים אראפ. אויך האט ער מחבר געווען א גאונות'דיגע ספר אויף תוספתא, אבער עס איז פארלוירן געגאנגען מיט די צייט. ער איז אויך געווען א גרויסע מקובל, מחבר געווען פארשידענע חיבורים אויף קבלה, צווישן זיי "ספר רזי לי" און ספר "ווי העמודים" (נישט די באקאנטע), "ווי העמודים" איז א שטארק שבתאי'שע ספר, מיט פיל שבתאי'שע רמזים און געדאנקען.
זיין מיינונג אויף שבתאות
רבי אברהם איז געווען א הייסער שבתאי, אבער פארט האט ער אנגעקוקט שבתאות מיט אביסל אן אנדערן בליק ווי אנדערע שבתאים.
אין די צייטן פון שבתי צבי האט רבי אברהם זיך צוגעשטעלט צו שבתאות אויף אלע הונדערט פראצענט, און שבתי צבי האט אים מכתיר געווען אלס "שלמה המלך", זאגנדיג אז ער פארמאגט די נשמה פון שלמה המלך און ווען ער (שבתי צבי) וועט נתגלה ווערן אלס משיח, וועט ער זיין שלמה המלך.
אפילו נאכן שמד האט רבי אברהם היכיני אנגעהאלטן זיין אמונה אין שבתי צבי, אבער דא האט ער געהאט אן אנדערע מיינונג ווי אנדערע שבתאים, און אפילו געפירט וויכוחים מיט זיי אין דעם ענין.
רבי אברהם האט געהאלטן אז שבתי צבי'ס שמד איז א ניסיון פון הימל, שבתי צבי האט זיך באמת קיינמאל נישט גע'שמד'ט נאר עס איז אזא אנבלענדעניש פון הימל צו זען אויב אידן וועלן ווייטער מיטגיין מיט שבתי צבי אדער נישט. רבי אברהם האט דאס פארגליכן מיטן עגל, ווען מען האט געזען משה רבינו אין הימל כאילו מלאכים פירן זיין בעטל און אז ער לעבט שוין נישט. רבי אברהם האט געהאלטן אז דאס איז דער ניסיון פון דור און מען מוז נאכגיין שבתי צבי אפילו ווען עס קוקט אויס פונדרויסן אז ער האט זיך גע'שמד'ט.
זיין מיינונג אין דעם ענין איז געווען גענצליך פארקערט פון אנדערע שבתאים, ובראשם פון נתן העזתי. זיי האבן געזאגט מיט א קלארקייט אז שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט און דאס איז גרויסע זאכן, ארויסצונעמען קליפות וואס זענען פארלוירן געווארן ביי די ישמעאלים. נתן העזתי האט כסדר געשריגן אז דאס איז גרויסע ענינים און סודות און שבתי צבי האט געטאן א הייליגע זאך מיטן זיך שמד'ן (עפ"ל), ער האט אפילו געהייסן אנדערע שבתאים אים נאכטון און זיך אויך שמד'ן. פון די אלע משומדים איז שפעטער געגרינדעט געווארן דער רעליגיע מיטן נאמען "דונמא" - דא איז אן אריכות פאר זיך, און עס איז נישט יעצט דער פלאץ דערפאר.
רבי אברהם האט אבער קלאר נישט אזוי געהאלטן. לויט זיין מיינונג האט שבתי צבי זיך קיינמאל נישט גע'שמד'ט. ער האט אויך אפגעהאלטן אנדערע שבתאים וואס האבן זיך געוואלט שמד'ן אזוי ווי שבתי צבי, און האט זיי אפגערעדט דערפון.
מיסטעריע ארום אברהם היכיני
רבי אברהם היכיני איז פארבליבן צווישן אידן ווי א מיסטישע פערזאן, עס איז זייער צומישט ארום אים און קיינער קען נישט הוגה דעת זיין אויף אים:
פון איין זייט ברענגט מען אים אראפ אין די ספרי קודש טראצדעם וואס ער איז געווען א שבתאי, בפרט דער ילקוט מעם לועז ברענגט אים זייער פיל אראפ. אפילו דער ציצת נובל צבי, דער גרעסטער לוחם אויף שבתאות דערמאנט אים בדרך כבוד, און אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן - ווען ער רעדט איבער די מגילת התנינים - שרייבט ער אז ער איז א תלמיד-חכם און ער פארשטייט נישט פארוואס ער האט געטאן אזא משוגעת.
מאידך גיסא: אפילו אין די צייטן וואס ער איז נאך געווען הייס אנגענומען ביי כלל ישראל, נאך איידער שבתי צבי איז ארויפגעקומען, האט ער שוין פארמאגט מאדנע זאכן. קודם כל איז וויכטיג צו באמערקן אז ער האט זיך מצרף געווען צו שבתי צבי, נאך גאנץ אין אנהויב, נאך פאר נתן העזתי האט געוויסט איבער שבתי צבי. אין יענע צייטן איז שבתי צבי נישט געווען באוויסט אין די וועלט און אין די שטעט וואו ער האט געוואנדערט האט ער געהייסן א משוגע'נער, קיינער האט אים נישט אנגעקוקט און מען האט חוזק געמאכט פון אים, אבער רבי אברהם - דער מגיד משרים אין שטאט - האט אין אים געזען א גרויסער מענטש.
די משוגע'נע חלומות
נאכמער; עס איז פאראן כתבי ידות פון רבי אברהם וואס מען האט קיינמאל נישט געדרוקט. די כבתי ידות זענען מאדנע באשרייבונגען און זאכן פון רבי אברהם, און דאס איז נישט געדרוקט געווארן פאר א סיבה, ווייל דער שיגעון דערפון איז אזוי גרויס אז עס איז שווער משיג צו זיין. איך וועל דא אראפברענגען צוויי חלומות וואס רבי אברהם שרייבט אז ער האט גע'חלומ'ט, און אויב די הנהלה באשליסט אז עס קומט נישט דא, זאלן זיי עס ביטע אויסמעקן: {פארמעקט}
בדרך לצנותא דע"ז, קען אפשר זיין אז בשעת רבי אברהם היכיני האט זיך מחיה געווען אין זיין חלום, איז דער קעמל געווען אין צווייטן צימער און געקייעט מיט א געשמאק די בלעטער פון זיין ספר אויף תוספתא... אזוי האט ער אים צורי-געלאזט... איך וויל נאר מוסיף זיין תוך כדי דיבור, אז אויב מען טאר נישט חוזק מאכן פון רבי אברהם, צי איך שוין צוריק... ווייל דער אמת איז אז עס איז זייער צומישט, גרויסע ברענגען אים אראפ פון איין זייט, און פון די צווייטע זייט איז ער געווען א שבתאי מובהק, סא, איך ווייס נישט וואס צו זאגן...
חכמת שלמה רבתי
איך וויל דא קלארשטעלן, און אביסל צוריקציען פון וואס איך האב פריער געשריבן, אז דער בנות רחל שרייבער איז נישט לגמרי פאלש ווען זי שרייבט אז רבי אברהם היכיני האט מחבר געווען דער ספר "חכמת שלמה רבתי", הגם ער האט עס נישט מחבר געווען, אבער דאס איז א ספר מיט א פירוש אויף דער מגילת התנינים, און דער נאמען פונעם ספר "חכמת שלמה רבתי" נעמט זיך דערפון וואס שבתי צבי האט אים מכתיר געווען אלס "שלמה המלך" און וויבאלד ער האט געפינען די מגילה, הייסט דאס "חכמת שלמה רבתי". אבער עס איז אינטערעסאנט אז פון אלע ספרים וואס רבי אברהם האט מחבר געווען האט די שרייבערין אויסגעקליבן פונקט דער ספר, וואס נישט רבי אברהם איז דער מחבר דערפון.
לסיכום:
איך האב שטארק מקצר געווען במקום שאמרו להאריך, עס איז נאך דא פון אים פיל וואס צו רעדן און שמועסן, נאר די צייט יעצט איז אביסל אנגעשטרענגט, ברוך השם אז עס איז פאר געלט סיבות און פאר פאזעטיווע זאכן - דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן בעסער און שענער. עכ"פ לויט ווי עס קוקט אויס, איז רבי אברהם ממקורו געווען אן ערליכער (אויב מען מעג אזוי זאגן), נאר א היבש איינגערעדטער מענטש מיט פיל דמיונות און מאדנע זאכן, וואס צוליב דעם איז ער פארכאפט געווארן אין שבתאות. עס קען אפשר זיין אז די משוגעת'ן קומען שטענדיג מיט מיט א דזשיניעס קאפ, אזוי ווי אלע גרויסע קעפ זענען פיל מאל זייער מאדנע, און אזוי איז געווען רבי אברהם.
דאס אלעס שרייב איך נאר אויב מען מעג, ווייל עס איז זייער צומישט און מען קען נישט וויסן וואס דארט איז געווען מיט אים. עס איז נאך דא פיל מאריך צו זיין און יעדער קען מוסיף זיין כיד ה' הטובה.