דארפסט נישט קריכן ביז כוונת אר"י וכו', ס'האט א פשוטע טעם על פי נגלה, שטייט אין די גמרא סוכה לז ע"ב
אמר רבי יוחנן מוליך ומביא - למי שהארבע רוחות שלו, מעלה ומוריד - למי שהשמים והארץ שלו. במערבא מתנו הכי, אמר רבי חמא בר עוקבא אמר רבי יוסי ברבי חנינא מוליך ומביא - כדי לעצור רוחות רעות, מעלה ומוריד - כדי לעצור טללים רעים
עס איז געווען אמאל א פראסטער איד האט געמאכט די נענועים, האט ער געשאקעלט אזוי, איך האב שונאים פון 'דרום', איך האב שונאים פון 'צפון', איך האב שונאים אין 'מזרח', און איך האב שונאים פון 'מערב'. באשעפער פון 'אויבן', לייג זיי אלע אין דער 'ערד'.
פאריאר איז אינעם גליון "ממייענות התאחדותינו" (סאטמאר-מהר"א). געשטאנען א שיינע מאמר בענין ד' מינים. שטייט דארט שיינע פשוט'ע זאכן וואס אינזינען צו האבן ביי די נענונים. א לינקhttp://www.mysatmar.com/docs/mayu/5770sikkos.pdf
אז דו ווילסט פרעגן איבער די טיפע סודות און כוונות ע"פ כתבי האר"י החי, און פונם אור שבעת הימים הבעש"ט הק' ותלמידיו, פרעג ביטע אין אישית, משום כבוד אלקים הסתר דבר.
אלף בית האט געשריבן:
עס איז געווען אמאל א פראסטער איד האט געמאכט די נענועים, האט ער געשאקעלט אזוי, איך האב שונאים פון 'דרום', איך האב שונאים פון 'צפון', איך האב שונאים אין 'מזרח', און איך האב שונאים פון 'מערב'. באשעפער פון 'אויבן', לייג זיי אלע אין דער 'ערד'.
ווינקל האט געשריבן:
אז דו ווילסט פרעגן איבער די טיפע סודות און כוונות ע"פ כתבי האר"י החי, און פונם אור שבעת הימים הבעש"ט הק' ותלמידיו, פרעג ביטע אין אישית, משום כבוד אלקים הסתר דבר.
די פשוט'סטע כוונה איז אינזין צו האבן דעם לשם יחוד בעפאר, אזוי טוט מען די גרויסע מצוהעל דעתאנשי כנסת הגדולה, התנאים ואמוראים, גאונים וראשונים, קדמונים ואחרונים. וואס דארפסטו מער?
ווינקל האט געשריבן:
אז דו ווילסט פרעגן איבער די טיפע סודות און כוונות ע"פ כתבי האר"י החי, און פונם אור שבעת הימים הבעש"ט הק' ותלמידיו, פרעג ביטע אין אישית, משום כבוד אלקים הסתר דבר.
ווינקל דו ביזט פון די יודעי ח"ן?
צוליב די פילע וואס האבן אנגעפרעגט פריוואט, ביניך מעתיק וואס כהאב געשריבן פריוואט.
ווינקל האט געשריבן:
כהאב נאר געזאגט אז מען קען מיר פרעגן, ענטפערן קען איך נאר וואס איך ווייס. און אז מען לערנט, קען מען. וההיפוך מובן
אגב האב איך הנאה אז א גרויסער עולם דא לעכצט צו הערן דא"ח.
ואגב דאגב, דער יסוד ושורש העבודה שרייבט עטליכע מאל דאכט זיך ביי תקיעת שופר און ביי נאך פלעצער (אויסער וואס דער הייליגער קאמארנער רעדט זייער שארף דערוועגן כידוע) אז עס איז א חיוב אויף יעדן צו פארשטיין טעמים און כוונות ביי יעדע מצוה כפי מדריגתו, און מקען נישט זאגן איך בין פלעין יוצא על דעת מיינע רבי'ס און פארטיג. שטייצעך אז מען קעניש, זאל מען כאטש דאס אינזין האבן (אזוי ווי איך טו). שפיר דיך נאר נישט אזוי שלום עלי נפשי מיט די כוונה...
יישר כח טאבאקא! איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין און ארויסהאבן די "קאבאלא" באוועגונג, וואס לערנען זיי? אוןוואס פארשטייען זיי? וואס האבן זיי דערפון? לערנען זיי דען בלויז די אפטייטש פון זוהר און אנדערע ספרים? אויב האב זיי נישט קיין קענטעניסן אין די חלק הנגלה וויאזוי פארטייטשן זיי די אלע ענינים? בקיצור, טאבאקא דו שרייבסט זייער גוט, אויב קענסטו אביסל צוברייטערן די נושא וואלט איך דיר באדאנקט דערויף.
לפני התגלות האר"י איז קבלה געווען ממש א נחלת יחידים, געציילטע מענטשן במשך הדורות האבן אנגערירט די גאנצע טעמע. מיטן התגלות האר"י והחבריא שלו, איז געווארן א שטארקע שינוי אין די וועלט בענין הקבלה, איבעראל האט מען זיך גענומען לערנען קבלה, (אמת, פון אנהויב איז געווען א שטיקל התנגדות קעגן אר"י והענין הקבלה, אבער שפעטער איז עס געווארן א שטארק אנגענומענע זאך) עס איז געווארן כמעט ווי נגלה און יעדער האט עוסק געווען אין די זאכן, ספרדים מער פון אשכנזים, אבער אויך ביי די אשכנזים האט מען פיל עוסק געווען דערין, עד כדי כך אז עס איז שוין מער נישט געווען "נסתר", עס איז שוין באלד געווען דער זעלבער נגלה ווי נגלה אליין.
נאך די מעשה פון שבתי צבי, הזדעזע ארץ ומלואו ת"ק פרסה על ת"ק פרסה, עס איז געווען אזא איבערקערעניש אין די וועלט וואס דער דער חות יאיר שרייבט אין א בריוו: "מעת שנברא העולם לא היתה חרדה כזאת בישראל, ועד היום אין אדם יודע עד מה היה לו... והיה שם משיח הנ"ל: 'רבינו שבתי צבי'." די עיקר סיבה איז געווען ווייל, אנדערש ווי מענטשן טראכטן היינט, זענען רוב רובם פון כלל ישראל מיטגעגאנגען מיט שבתי צבי, וביניהם גדולים וצדיקים גאוני ארץ, און ווען שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט האבן אלע איינגעזען דעם חרבן און צוריקגעקומען צו אידישקייט (אויסער דער באקאנטער כת, באקאנט אלס כת ש"ץ).
דעמאלס האט כלל ישראל געמאכט איר חשבון הנפש, וואס איז געווען דער טעות, וואו האט מען געגרייזט, און געקומען צו די מסקנה אז קבלה קען זיין א חרבן אויב זאל מען עס נישט לערנען ריכטיג, מיט א ריינקייט און ערליכקייט. דעמאלס איז ארויסגעקומען די באקאנטע חרם וואס איז אנגענומען געווארן בכל תפוצות ישראל, אז מען זאל נישט לערנען קיין קבלה ביז די פערציג יאר (וואס דעמאלס איז שוין פאראן א קרירות הדם און מען לערנט עס מער בקדושה און מער מיט ישוב הדעת), ווי אויך אז אלע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן אין די לעצטע הונדערט (דוכט זיך) יאר זאל מען נישט איבערדריקן, ווי אויך זאל מען נישט דרוקן קיין נייע ספרים אין א המשך פון צען (דוכט זיך) יאר, צוליב דעם וואס די מחברים זענען אנגעשטעקט געווען מיט שבתאות און פאלשע קבלה וואס איז נישט אפגעלערנט ריכטיג.
עס זענען געווען גדולים וואס האבן נישט אנגענומען דעם חרם, א שטייגער ווי דער רמח"ל און נאך, דאס האט אויסגערופן א גרויסע מחלוקת און די באקאנטע רדיפות און די החרמות אויפן רמי"ל און זיינע ספרים. אבער מער ווייניגער האט מען אויפגעהערט צו לערנען קבלה אין די ישיבות און בכלל מענטשן אין די יונגע יארן און אפילו אין די עלטערע יארן איז דאס געווארן מער זעלטן.
ווען דער בעל שם טוב איז געקומען האט ער צוריק אריינגעבלאזן א רוח החיים אין קבלה, פארשטייט זיך נישט אין אפענע קבלה אזוי ווי אמאל, אבער אזוי ווי טאבאקא האט בארירט אז מען זאל זיך פירן על פי קבלה אבער נישט געמאכט דערפון דער עיקר לימוד (שפעטער ביים מגיד איז דער קבלה חלק מער אריינגעברענגט געווארן, און אין חב"ד נאך מער שפעטער מיטן בעל התניא וממשיכי דרכו, אבל אין כאן מקומו להאריך בזה). עס איז באקאנט וואס דער מאור ושמש שרייבט אויף א פלאץ אין דעם ענין אז נאכן אר"י הק' האט מען געלערנט קבלה שלא בטהרה און נישט געגאנגען אין מקוה און צוליב דעם איז ארויסגעקומען דער חרבן פון שבתי צבי "והיה העולם שמם, עד שבאו שני מאורות הגדולים מורינו הבעל שם טוב ואדמו"ר הרב רבינו אלימלך נבג"ם, והם פתחו שער לה' צדיקים יבואו בו שלא יהרהר אדם שום הרהור תורה עד שיטבול עצמו לקריו."
הרה"ק ר' צדוק הכהן מלובלין זצ"ל שרייבט ענליך צו דעם אין זיין ספר דברי סופרים (דף ל"ב ע"ד), נאכברענגענדיג אין נאמען פון א ספר: "די תלמידים פון שבתי צבי האבן עוסק געווען אין קבלה נאך איידער זיי האבן זיך אויסגעלייטערט פון זייערע תאוות. דאס האט גורם געווען אז זיי האבן מגשם געווען די תורה, און מגשם געווען די מושגים פון קבלה, פון יחוד קדשא ברוך הוא ושכינתיה, שילוב הוי' אדנ', מען האט מגשם געווען די בחינות פון זעיר אנפין ועטרה דלעילא, זיווג פנים אל פנים, סבים דרחמי, זקנה ובחרות, און נאך און דאס געמאכט אויסקוקן ווי ערדישע מושגים וואס יעדער קען פארשטיין און דורך דעם צוגעקומען צו דעם חרבן. שפעטער איז געקומען דער בעל שם טוב און אויסגעלערנט ווי אזוי צו נוצן די מושגים אן נתגשם ווערן און דאס האט געראטעוועט כלל ישראל."
אין ספר סור מרע ועשה טוב, פון דעם רבי'ן ר' הערשעלע זידיטשובער זצוק"ל, ווערט געברענגט אז עס האט געהערשט א קטרוג אין הימל אויפן דרך פון אריז"ל, ווייל די תורות און כוונות פון קבלה ברענגען אז מען זאל מכוון זיין הויכע כוונות און צוקומען צו השגת אליהו אבער עס איז נישט מכניע דעם חומר און די מידות פון דער מענטש. דאס האט גורם געווען אז מענטשן זאלן ליגן אין קבלה אבער זיך גארנישט מזכך זיין דעם גוף. צוליב דעם האט מען געשיקט פון הימל די מעשה מיט שבתי צבי, וואס זאל ווייזן פארן דור אז עס איז נישט אזא פשוט'ע זאך. דאס איז למעשה געווען א טובה, וויבאלד עס האט געברענגט די רבנים ארויסצוגעגעבן א חרם נישט צו לערנען קבלה ביז די פערציג יאר, ווען א מענטש איז מער באזעסן און ווייסט ווי אזוי זיך צו פירן. שפעטער איז געקומען דער הייליגער בעל-שם-טוב און מתקן געווען דעם ענין, דורך דעם וואס ער האט ארויסגעברענגט דעם דרך פון אריז"ל אויף למעשה, ווי אזוי צו צוברעכן די מידות רעות און מעורר זיין דעם מענטש צו מצוות און מעשים טובים.
למעשה זענען געווען געציילטע חסידי'שע הויפן וואס האבן נישט חושש געווען פון קבלה נאך די צייטן פון דער בעל שם טוב, דאס איז געווען אין זידיטשוב, קאמארנא, קאסן, ועוד, אבער עס איז מער געווען להלכה ולא למעשה... עס איז קיינמאל נישט געווארן אזא מאוומענט ווי איידער די צייטן פון שבתי צבי.
היינט איז איבעראל אנגענומען דער חרם אויף ביז פערציג יאר, צווישן די חסידים פירט מען זיך מער ווייניגער על פי דרך הבעל שם טוב, זיך צו פירן מיט קבלה'דיגע הנהגות אבער נישט עוסק זיין דערין. עס זענען פאראן יחידי סגולה, חסידי'שע אידן וואס האבן רוב יארן געזעצן באהלה של תורה, וואס אויף די עלטערע יארן וועלן זיי זיך אביסל אריינלייגן דערין, אבער נישט מפרסם זיין ברבים, עס וועט בלייבן בינו לבין קונו.
צווישן די פרייע און גוי'שע קרייזן איז לעצטנס געווארן אן אויפוואכונג אין קבלה, אזוי ווי מר טאבאקא האט ארויסגעבערנגט, דארט איז ממש א חרבן, מען איז ממש מגשם די זאכן כפשוטן, שוין אפגערעדט אז מען לערנט עס שלא בטהרה... לאמיר האפן אז עס וועט נישט ארויסקומען קיין חרבן דערפון.
דאס איז מער ווייניגער די היסטאריע פון קבלה במשך די דורות.
אלף בית האט געשריבן:
עס איז געווען אמאל א פראסטער איד האט געמאכט די נענועים, האט ער געשאקעלט אזוי, איך האב שונאים פון 'דרום', איך האב שונאים פון 'צפון', איך האב שונאים אין 'מזרח', און איך האב שונאים פון 'מערב'. באשעפער פון 'אויבן', לייג זיי אלע אין דער 'ערד'.
עיין בחמדה גנוזה, איך שהדברי חיים הסביר שזהו כוונת האריז"ל.
אויפריכטיג האט געשריבן:
איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין און ארויסהאבן די "קאבאלא" באוועגונג, וואס לערנען זיי? אוןוואס פארשטייען זיי? וואס האבן זיי דערפון? לערנען זיי דען בלויז די אפטייטש פון זוהר און אנדערע ספרים? אויב האב זיי נישט קיין קענטעניסן אין די חלק הנגלה וויאזוי פארטייטשן זיי די אלע ענינים? בקיצור, טאבאקא דו שרייבסט זייער גוט, אויב קענסטו אביסל צוברייטערן די נושא וואלט איך דיר באדאנקט דערויף.
וואס זיי האבן דערפון? פונקט ווי יעדע גוי וואס לערנט סיי וואספארא וועלטליכע חכמה, ער פילט א סיפוק אז ער ווייסט עפעס וואס נישט יעדער ווייסט. אבער "איינקעשן" קען ער עס לכאורה נישט אין ערגעץ. ס'איז בלויז פאר זיין עיגא און נייגער. (לגבי דער פרייער איד איז יא מסתבר אז זיין נשמה ציעט אים צו העכערס)
איך וואלט נישט צוברייטערט דא אויף א היימישן פלאץ פונקטליך וואס זיי לערנען און ווי אזוי זיי זענען מסביר די אלע הייליגע הויעכע מושגים. און עס לוינט נישט זיך צו פארטיפן דערין, איר וועט גארנישט דערגרייכן דערמיט. ליבערשט זעצט אייך לערנען א שטיקל גמרא. אבער אז איר ווילט דוקא וויסן, מאכט א סוירטש אויף די אונטערנעץ, איך זאג אייך בנאמנות, אז אלץ חרדישער איד וועט אייך כאפן א שוידער ווי וויייט די נידריגע ברואים זענען מגשם אונזער הייליגע תורה. (אין קלאמערן וועל איך געבן ברמיזא א דוגמא ליודעי ח"ן, וואס האט מיר געכאפט א שוידער ווי אזוי זיי זענען מסביר דאס ענין פון "דו פרצופין" און די הייליגע "כרובים" פון קדשי קדשים ודי)