זיס האט געשריבן:
לאמיר אפירנעמען דעם ספר חמדת הימים, לאמיר באטראכטן וואס טוט זיך מיט דעם ספר און פראבירן צו פארשטיין וואס עס האט אזוי אויפגעשטורעמט די וועלט מיט דעם ספר.
ובזה החלו:
וואס איז "חמדת הימים"?
איידער מיר הויבן אן צו רעדן איבער'ן חמדת הימים, לאמיר קודם זען וואס דער ספר איז, וואס עס ענהלט אין זיך.
"ספר חמדת הימים", א סעריע פון פיר בענדער (שבת, ימים נוראים, שלוש רגלים, חנוכה פורים וראש-חודש), איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין איזמיר, אין יאר תצ"א. אין דער הקדמה שרייבט דער מוציא-לאור אז מען האט דאס געפונען אין א כתב-יד אין צפת און מען ווייסט נישט ווער דער מחבר איז.
דער ספר ענטהאלט דברי מוסר, הנהגות און תפילות, און איז מעורר דעם מענטש צו אהבת ה' און יראת ה' און צו גיין אין ערליכע גוטע וועגן. צווישן אנדערע שרייבט ער אז יעדן שבת ביי כתר פלעגט ער פארגיסן טייכן טרערן צוליב דער התעוררות פון זיין נשמה, אבער זיין הארץ פלעגט אים קלאפן צי מען מעג וויינען אום שבת. ער האט דעריבער פראבירט זיך צוריקצוהאלטן, אבער אן ערפאלג; ביז ער האט געפונען די אגדה אז די תלמידים פון רבי עקיבא האבן אים געפונען וויינען און זיי האבן אים געפרעגט ווי אזוי מען מעג וויינען שבת, האט ער זיי געענטפערט אז ער האט אן עונג דורך דעם, ווייל זיין דביקות צום באשעפער האט אים געברענגט צו וויינען.
אינעם ספר ווארפט ער צוזאמען שטיקער פון גמרא בבלי און ירושלמי, אגדה, תנ"ך, און אלע ספרי הזוהר און ר' חיים וויטאל. פונעם ספר איז גאר שטארק קענטיג דעם מחבר'ס למדנות און בקיאות (וואס ער האט באוויזן אן קיין קאמפיוטער).
ווען דער ספר איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל, איז דאס אויפגענומען געווארן נאטירליך ביי כלל ישראל, אזוי ווי יעדער ספר וואס קומט ארויס.
דער שטורעם
עטליכע יאר שפעטער, צווישן די יארן פון תצ"ה און תצ"ז, איז דער ספר איבערגעדרוקט געווארן אין קושטא. דער ספר האט דאן פאראורזאכט א גרויסן שטורעם, וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג. פארשידענע השערות זענען געזאגט געווארן אויף ווער דער מחבר דערפון איז.
טראצדעם וואס דער ספר איז געדרוקט געווארן זעכציג יאר נאך שבתי צבי'ס שמד, זענען נאך פאראן מיינונגען אז דער מחבר פונעם ספר איז נתן העזתי שר"י אדער איינער פון זיינע תלמידים.
אינעם ספר איז פאראן א שיר אין וועלכן די ערשטע אותיות פון די חרוזים ליינען זיך "אני בנימין נתן בן אלישע חיים חזק" – דער נאמען פון דער באקאנטער נתן העזתי, אויך באקאנט אלס נתן הנביא וואס האט מכתיר געווען שבתי צבי אלס משיח, און געשטאנען אונטער דער גאנצער גערודער פון כת ש"ץ (אויף אים אליין וואלט מען געדארפט שרייבן א גאנצער ארטיקל). דער שיר איז לכאורה אן אפענער סימן אז דער ספר האט א שייכות מיט כת ש"ץ. פארט זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן זאגן אז דער ספר שטאמט בעצם פון א הייליגן מקור, נאר מענטשן פון כת ש"ץ האבן אריינגערוקט דארט איינצלנע תפילות און פיוטים.
איינע פון די ראיות אז דער ספר שטאמט פון א שבתאי'שן מקור איז דער פאקט אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער הלכות בין-המצרים און תשעה באב. מאידך גיסא ווערט יא דערמאנט אין הלכות פסח איבער תיקון חצות, א זאך וואס נתן העזתי האט מבטל געווען אין זיין צייט.
למעשה איז פאראן אין אנהויב פונעם ספר א הסכמה פון רבי יעקב בן רבי יום-טוב אלגאזי זצוק"ל, בעמח"ס שלמי ציבור ועוד, אן אנגענומענער גדול בישראל. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא גדול זאל געבן א הסכמה אויף א ספר וואס האט א שמעק פון שבתאות.
בעילום שם
מיר געפינען דעם ספר אין א נייעם דרוק, אין וועניציע, שנת תקי"ח. מאיזה סיבה שטייט נישט דער פלאץ וואו מען האט עס געדרוקט און די נעמען פון די דרוקערס, איינצלהייטן וואס ווערן דערמאנט כמעט אין יעדן ספר. דאס אליין ווייזט שוין אז עפעס ליגט דערין; ווי טייל טייטשן עס אפ, איז דאס צוליב דעם טומל וואס דער ספר האט אנגעמאכט. אנדערע שרייבן עס אבער צו צום חרם וואס איז ארויסגעגעבן געווארן נאך שבתי צבי'ס שמד, אז מען זאל נישט דרוקן קיין נייע ספרים וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין די פארגאנגענע הונדערט יאר.
(מיר האבן שוין דערמאנט פריער אין אשכול, מיר וועלן עס נאר איבער'חזר'ן, כדאי מען זאל אביסל פארשטיין וואס דא האט זיך געטאן: נאך דער הסתלקות פונעם אריה"ק האט רבי חיים וויטאל אנגעהויבן פארשפרייטן דעם דרך הקבלה צווישן אידן. קבלה איז דאן געווארן א לימוד ווי אלע אנדערע לימודים, און יונגע קינדער אין בחורים האבן גענומען עוסק זיין דערין. נאך שבתי צבי'ס שמד האבן די גדולי ישראל איינגעזען אז דאס לערנען קבלה אין די יונגע יארן קען ברענגען גרויסע חורבנות, ווי עס האט טאקע פאסירט מיט שבתי צבי. עס זענען דעריבער ארויסגעקומען דאן עטליכע גזירות פון די רבנים פון אה"ו, צום-ביישפיל, יונגעלייט אונטער פערציג יאר זאלן נישט לערנען קבלה, און אז מען זאל עס לערנען בקדושה ובטהרה. צווישן אנדערע האט מען אויך גוזר געווען אז מען זאל נישט דרוקן קיין ספרים וועלכע זענען נתחדש געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר, וויבאלד זיי פארמאגן פיל קבלה'דיגע מושגים, און אויך ווייל פיל פון זיי ענטהאלטן גאר שבתאי'שע רמזים. פערציג רבנים פון איטאליע האבן אונטערגעשריבן די גזירות, און עס זענען אנגענומען געווארן אין אלע אידישע קהילות. אין בערלין איז ארויסגעקומען אן ענליכע גזירה, נישט צו דרוקן ספרים פון די פארגאנגענע זיבעציג יאר, דאס-מיינט פון יאר תכ"ה – דאס יאר פון דער התגלות פון שבתי צבי ימ"ש.
ביי חסידים איז אנגענומען אז עס האט געהערשט א קטרוג אין הימל אויפן דרך פון אריז"ל, ווייל די תורות און כוונות פון קבלה ברענגען נישט ארויס דעם למעשה'דיגן חלק פון דער עבודה. צוליב דעם האט מען געשיקט פון הימל די מעשה מיט שבתי צבי, וואס זאל ווייזן פארן דור אז עס איז נישט אזא פשוט'ע זאך. שפעטער איז געקומען דער הייליגער בעל-שם-טוב און מתקן געווען דעם ענין, דורך דעם וואס ער האט ארויסגעברענגט דעם דרך פון אריז"ל אויף למעשה.)
די מתנגדים פונעם ספר
אצינד לאמיר צונעמען און זען וועלכע גדולים עס האבן זיך קעגנגשטעלט דעם ספר, און ווער עס האט יא מחשיב געווען דעם ספר.
אין ציצת נובל צבי שרייבט דער מחבר אז אין חמדת הימים ווערט אויף יעדן דף דערמאנט רמזים פון שטות איבער שבתי צבי ימ"ש.
אויך דער יעב"ץ (חלק ב' סימן פג) שרייבט צו זיין תלמיד:
אבל מה ענין ספר מירוס חמדת הימים לדברי חכמי המשנה קדושי עליון אבות העולם, אך דבר זה יצא מפי איש הרוח העזתי המזוהם ומטונף בצואה רותחת, על האשפה ההיא בנה כמוש טירות כזב של ספרו מקור משחת, לא מהם ולא מהמהם ולא בהם נחת, ה' ישמור רגלי חסידיו מלכד בפחת והיה מקום איתי להאריך בזה אלא שאין פנאי...
אין אידישע איבערזעצונג:
אבער וואס איז דער שייכות פון דעם ספר חמדת הימים צו די רייד פון די חכמי המשנה קדושי עליון? דער ספר איז ארויס פון דעם לופטיגן מויל פון דעם עזתי, דער שמוציגער פון צואה רותחת. אויף די מיסט האט ער געבויט זיינע פאלשע בנינים פון זיין ספר וועלכער איז פון א מושחת'דיגן מקור. נישט פון דעם קען מען געפינען נחת, דער אויבערשטער זאל אפהיטן די טריט פון זיינע קנעכט פון ווערן אריינגעכאפט אין דעם נעץ. איך האב נאך געוואלט מאריך זיין דערמיט אבער איך האב נישט קיין צייט...
ווער איז טאקע דער מחבר?
אין ספר כבוד חכמים (ירושלים תרנ"ו) איז ער מחולק מיט דער השערה פון רבי יעקב עמדין, און ער טענה'ט אז דער ספר איז נישט פון נתן העזתי. אין ספר חמשה מאמרים (הרה"ק ממונקאטש זצוק"ל) איז פאראן דארט א מאמר "משיב מפני הכבוד", דארט ענטפערט ער בנוגע דעם חמדת הימים אז עס קען זיין אז דער מחבר איז געווען א הייליגער מענטש אבער עס איז נישט קיין ספק אז עס איז דארט אריינגעפאלן זאכן וואס טויגן נישט. צווישן אנדערע ברענגט ער אראפ וואס עס שטייט דארט אויף די כוונות פון פסח, אז דער בכור בן הצנועה איז נתגדל געווארן איז ליל התקדש חג הפסח און דערנאך איז נשפך געווארן זיין בלוט בעצם היום וכו', אז עס איז א רמז אויפן אותו-איש ימש"ו, וועלכער איז גע'הרג'עט געווארן אום פסח, און ער רופט אים אן "בן הצנועה", ווייל דער אותו-איש איז געבוירן געווארן דורך א זינד פון זיין מאמע און די נוצרים שעמען זיך דערמיט, דעריבער שרייבן זיי אז ער איז א "בן הצנועה" עפ"ל.
אין תעלימות ספר (א. יערי) איז ער משער אז דער מחבר איז רבי בנימין הלוי, דער מקובל פון צפת, א תלמיד פון רבי חיים וויטאל, דער תלמיד פונעם אר"י-הק'. ער בויט זיין סברה אויף דעם וואס אלע ספרים פון רבי בנימין זענען באזירט אויף דעם ווארט חמדה, צום-ביישפיל: "חמדה גנוזה", "חמדת הלבבות", "ארץ חמדה", "מחמד עין", "חמדת ישראל" און נאך. דאס איז אבער נאר א השערה, וואס האט נישט קיין קראנטער מקור אדער יסוד.
אנדערע השערות זענען פאראן אז דער מחבר איז רבי חייא דיין, פון די רבנים פון איטאליע, וועלכער האט מרמז געווען זיין נאמען אינעם נאמען פון ספר. רבי חייא איז צוערשט געווען אן אנהענגער פון שבתי צבי, און האט שפעטער צוריקגעצויגן, ווי רוב מנין ובנין פון כלל ישראל. אינצווישן זענען זיינע חיבורים פארלוירן געווארן און ער האט נישט געקענט מבאר זיין די שבתאי'שע שטיקלעך, אדער האט ער יא געקענט, אבער וויבאלד די שירים און מאמרים זענען מעורר אידישע קינדער האט ער נישט געפונען פאר וויכטיג זיי צו מבאר זיין, טראצדעם וואס ער האט געוואוסט ווער דער מחבר דערפון איז.
עס זענען פאראן אזעלכע וואס טענה'ן אז עס קען נישט זיין אז דער גאנצער ספר איז נתחבר געווארן דורך נתן העזתי, ווייל עס זענען פאראן דערין שטיקלעך וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל אז עס זאל קומען פון נתן. צום ביישפיל, עס ווערט דארט געברענגט אז דער מחבר האט זיך מפלפל געווען מיט מהר"ש הלוי, און דער מהר"ש הלוי איז נפטר געווארן איידער נתן איז געבוירן געווארן... עס זענען דעריבער דא וואס האלטן אז נתן האט אנגעהויבן מיט דעם חיבור און אן אנדער חכם האט עס צוגעענדיגט, אדער אז דער חיבור קומט נישט פון נתן נאר עס זענען אריינגערוקט געווארן שטיקלעך פון נתן העזתי.
ברענגען דעם ספר
עס זענען פאראן אויפן ספר פיל מימינים און מישמאלים. עס זענען דא וועלכע טענה'ן אז מען טאר נישט לערנען דעם ספר; אנדערע, ווידער, זענען נישט חושש דערין און שרייבן אז עס איז א גוטער ספר.
אין סידור "חסד לאברהם", פון רבי אברהם טוביינא זצ"ל, וואס איז געבויט אויף כוונת האר"י, ברענגט ער פיל אראפ דעם ספר חמדת הימים. אויך אין סידור "עבודת תמיד", פון רבי אלישע חבילייוו זצ"ל, ברענגט ער אים אראפ, אבער צום סוף איז ער זיך מתנצל און שרייבט אז אצינד איז ער געוואויר געווארן אז דער בעל חמדת הימים איז געווען חשוד בנגע הצבי, און ער האט חרטה פארן אראפברענגען זיינע רייד.
קובע זיין א שיעור
למעשה ברענגט אים אראפ דער מקדש מלך אויפן זוהר איבער פופציג מאל, ווי אויך דער משנת חסידים ברענגט אים אראפ און פסק'נט להלכה ווי אים, כאטש עס איז קעגן שולחן ערוך. אויך ברענגען אים אראפ דער חיד"א, רבי חיים אבואלעפיא, דער חתם-סופר, רבי אהרן קארלינער און נאך.
דער יסוד ושורש העבודה שרייבט אז דער ספר חמדת הימים איז ראש וראשון לכל ספרי המוסר, דערנאך קומט דער ספר ראשית חכמה און דערנאך אלע אנדערע מוסר ספרים. ענדליך ברענגט דער בעל שמן משחת קודש אין דער צוואה פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן קובע זיין א שיעור אין ספר חמדת הימים און ראשית חכמה.
עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן געהייסן לערנען דעם ספר חמדת הימים, זאגנדיג אז מען קען נישט שפירן קיין טעם אין שבת און יום טוב אן לערנען דעם ספר.
דער חמדת הימים איז זיך נוקם
רבי חיים פלא'גי שרייבט אז ווען עס זענען ארויסגעקומען עוררים אויפן חמדת הימים, איז אנגעקומען פון ארץ-ישראל קיין איסקאפה, טערקיי, א שד"ר מיטן נאמען ר' שבתי ווינטוריי. דער מנהג דארט איז געווען אז ווען אן אדם גדול האט באזוכט די שטאט האבן אלע איינוואוינער אים באגלייט אויפן וועג צוריק, און וויבאלד דער בית-החיים האט זיך געפונען אינדרויסן פון שטאט האט דער ציבור זיך דאן משטתח געווען אויף קברי צדיקים.
ווען ר' שבתי איז דורכגעפארן דעם בית-החיים און זיך משטתח געווען אויף די קברים, האט מען אים געוויזן אויף אן ארט אז עס איז מקובל אז דא ליגט דער חמדת הימים. הערנדיג דאס האט ער געגעבן א מאך מיט דער האנט, ווי איינער וואס זאגט אז עס איז נישט אינטערעסאנט. פון דארט איז ער ווייטער געפארן.
ארויספארנדיג פון שטאט איז ער אראפגעפאלן פון אייזל און זיך צובראכן די האנט. ר' שבתי האט געהאלטן אז דאס איז א קפידה פונעם חמדת הימים, און איז צוריקגעפארן צו דעם קבר, אים איבערגעבעטן און זיך פארגענומען צו זאגן יעדן טאג אכצן קאפיטלעך תהילים לעילוי נשמתו.
מיט יארן שפעטער איז ר' שבתי'ס זון, ר' אברהם, אנגעקומען קיין איסקאפה, און אין דער ערשטער נאכט פון זיין באזוך איז ער נסתלק געווארן. נאך דער לוויה האט מען באמערקט אז מען האט אים באהאלטן נעבן דעם חמדת הימים. דאן האבן זיך די זקנים דערמאנט אין דער מעשה, און באוואונדערט ווי די השגחה האט צוגעפירט אז זיין זון זאל ליגן נעבן דעם חמדת הימים.
אשכנזים און ספרדים
צווישן די אשכנזים האט מען זיך על-פי-רוב צוריקגעהאלטן פון לערנען אין חמדת הימים. הגם עס זענען פאראן פון די תלמידי הגר"א וועלכע ברענגען אים אראפ, און עס זענען אויך פאראן השערות אז דער גר"א אליין האט זיך פארלאזט אויף אים אין זיינע פסקים, האבן רוב אשנז'ישע גדולים זיך דאך צוריקגעהאלטן פון לערנען דעם ספר. דאקעגן צווישן ספרדים ברענגען רוב גדולים יא אראפ דעם חמדת הימים.
עס איז אינטערעסאנט צוצוברענגען וואס איינער פון די גדולי ספרד, רבי יהודה פתייה זצ"ל, שרייבט, אז איינמאל, פארן גיין שלאפן, האט ער מעיין געווען אין ספר חמדת הימים, מגילת אנטיוכוס, און אין חלום האט מען אים מגלה געווען אז דער מחבר פון ספר חמדת הימים איז געווען א רשע.
אונטערן טיש
צווישן די חסיד'ישע גדולים הערשט א צעמישעניש אין דעם ענין, און עס איז נאכנישט געהעריג אויסגעפארשט געווארן.
אין שבחי בעל-שם-טוב ווערט געברענגט אז דער מחבר איז געווען ביים תולדות אויף שבת, און האט דארט געהערט אז דער בעל-שם-טוב איז געווען אויף שבת פרשת נח אין שאריגראד. מוצאי שבת האט דער בעל-שם-טוב זיך געפירט צו זאגן אלע זאכן וואס ער האט געזען יענע וואך אויבן אין הימל. יענע וואך האט ער געזאגט אז אין דער פארגאנגענער וואך איז נסתלק געווארן דער מעשה רוקח, דער רב פון אמסטערדאם. דערנאך האט דער בעל-שם-טוב געזאגט ווי פאלגנד: "דעם קומענדיגן יאר וועט ארויסקומען א נייער ספר, דער נאמען פון דעם ספר ווייס איך נאכנישט ווייל עס האט נאכנישט קיין נאמען. דער מחבר פונעם ספר איז איינער פון כת-ש"ץ ימ"ש. עס וועט זיין געשריבן אויף א געשמאקער שפראך און מענטשן וועלן עס גלייכן און דאס וועט אראפברענגען א טמאה אויף דער וועלט."
יענעם יאר איז ארויסגעקומען דער ספר "חמדת הימים". רבי יואל, דער מגיד פון נעמירוב, האט געקויפט דעם ספר. איינמאל איז דער בעל-שם-טוב געווען אין נעמירוב ביי רבי יואל'ן, און זעענדיג דעם ספר האט ער געזאגט: "א ספר פסול ליגט אויף דיין טיש?" דער בעל-שם-טוב האט דאן גענומען א שמוציגע שמאטע, איינגעוויקלט דעם ספר דערין און עס געלייגט אונטערן טיש.
די מעשה איז נישט מדיוק, ווייל דער מעשה רוקח איז נסתלק געווארן אין יאר תק"ב, בעת דער חמדת הימים איז געדרוקט געווארן אין יאר תצ"א, איבער צען יאר פריער.
דער שמד חלום
נאך ווערט געברענגט אין שבחי בעל-שם-טוב, אז איינמאל האט דער בעל-שם-טוב גע'חלומ'ט אז איינער פון זיינע תלמידים וועט זיך שמד'ן רח"ל. דער חלום האט זייער באזארגט דעם בעל-שם-טוב, האט ער גענומען נאכזוכן ביי זיינע תלמידים, ביז איינער פון זיינע תלמידים, רבי אליעזר פון טאניספאלי (וועלכער איז, אגב, געווען א שארפער לוחם קעגן כת ש"ץ) האט אים געזאגט אז ער האט מעיין געווען אין ספר חמדת הימים איידער ער איז געגאנגען שלאפן, און דער בעל-שם-טוב האט געזאגט אז דאס איז דער פשט פון דעם חלום.
חסידי'שע רביים מיטן חמדת הימים
פון דער אנדערער זייט איז באקאנט אז דער בעל תיקוני שבת, וועלכער איז געווען מקורב צו חסידי'שע רבי'ס, ברענגט דעם ספר חמדת הימים עטליכע מאל. אויך דער בית אהרן פון קארלין ברענגט אים, און דער מקדש מלך, אויף וועלכן דער בארדיטשובער רב זצוק"ל גיבט א הסכמה, שרייבט נאך פון חמדת הימים. ווען הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשובער זצוק"ל פלעגט לערנען אינעם ספר מקדש מלך האט ער אויסגעלאזט יעדן שטיקל וואו עס איז געווען דערמאנט דער חמדת הימים, זאגנדיג "בהדי הוצא לקי כרבא".
אין ספר תורת חיים (מהרה"ק ר' חיים מקאסוב זצוק"ל), ברענגט ער א שטיקל פון מקדש מלך, בנוגע יום-טוב שני של גליות. דער מקור דערפון איז פונעם חמדת הימים, אבער דער תורת חיים שרייבט נישט ארויס אז עס קומט פונעם חמדת הימים. פון איין זייט זעט מען אז דער תורת חיים ברענגט פון דעם ספר, אבער פון דער צווייטער זייט דערמאנט ער נישט דעם חמדת הימים.
עס וועט זיין א ליצנות
ווי באקאנט זענען פאראן דריי סידורים פונעם אר"י הק': סידור אר"י לר' שבתי, סידור אר"י לר' קאפיל, און סידור אר"י שתיקן ר' אשר (פון די חכמי בראד).
ווען מען האט געדרוקט דעם סידור אר"י פון ר' אשר, איז מען געקומען צום עטרת צבי אז ער זאל געבן זיין הסכמה דערויף. בלעטערנדיג אין סידור האט ער געזען ביי תשליך א תפילה וואס איז גענומען פון ספר חמדת הימים, האט ר' הערשעלע געזאגט אז מען זאל נישט אריינלייגן די תפילה, ווייל אויב יא וועט עס זיין א ליצנות. למעשה האבן די מדפיסים יא אריינגעלייגט די תפילה, און הפלא ופלא, צום סוף פון דער תפילה שטייט "יהיו לרצון אמרי פי", אבער דא איז בטעות ארויסגעפאלן דער ר' פון "לרצון", און עס איז אויסגעקומען "לצון". די קפידה פונעם עטרת צבי האט געשאדט און עס איז טאקע געווען א ליצנות...
היינט מעג מען עס שוין לערנען
עס איז מקובל אז א חסיד האט אמאל געפרעגט דעם עטרת צבי פון זידיטשוב אויב ער זאל קויפן דעם חמדת הימים, און דער עטרת צבי האט אים געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. יארן זענען אריבער און דער חסיד האט נאכאמאל געוואלט קויפן דעם ספר, און צו זיין וואונדער האט דער רבי אים געגעבן ערלויבעניש עס צו קויפן. אויף זיין פראגע פארוואס אמאל האט ער עס נישט געלאזט קויפן און היינט לאזט ער יא, האט ר' הערשעלע געענטפערט אז עס איז אראפגעקומען א צדיק אויף דער וועלט, וועלכער איז א גלגול פונעם בעל חמדת הימים, און ער האט שוין מתקן געווען די נשמה פונעם חמדת הימים.
דאס זעלבע ווערט געברענגט פון הרה"ק משינאווא זצוק"ל אין נאמען פונעם ראפשיצער רב זצוק"ל, אז וויבאלד עס איז אראפגעקומען אויף דער וועלט א געוויסער צדיק מעג מען שוין לערנען אינעם חמדת הימים, ווייל יענער צדיק איז געווען דער גלגול פונעם חמדת הימים און ער האט שוין מתקן געווען זיין נשמה.
רבי חיים פאלא'גי, וועלכער פארטיידיגט שטארק דעם ספר חמדת הימים, שרייבט אז עס איז מקובל אז דער חיד"א האט געהאט א ניצוץ נשמה פון דעם חמדת הימים.
לדוד ה' אורי
א פרשה פאר זיך איז דער מנהג פון זאגן לדוד ה' אורי וישעי אין די טעג פון חודש אלול און תשרי. עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט, האלטנדיג אז דער מנהג שטאמט פונעם חמדת הימים. אזוי האט זיך געפירט כ"ק מרן בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל און דער מנהג ווערט נאך אנגעהאלטן ביי זיינע ממשיכים, די אדמור"י צאנז, באבוב. מאידך גיסא איז פאראן א שמועס פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מצאנז-קלויזנבורג זצוק"ל, אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט א זאך וואס שטייט נישט אין שלחן-ערוך, דערפאר זאגט מען נישט "לדוד ה' אורי" ווייל עס ווערט נישט אראפגעברענגט אין שלחן ערוך.
צווישן די צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט געפינען מיר דעם חוזה פון לובלין, אוהב ישראל מאפטא, זרע קודש מראפשיץ, יהודי הקדוש מפרשיסחא, הצדיקים לבית זידיטשוב, קאמארנא, ספינקא, ועוד.
הגה"צ רבי פנחס חיים טויב זצ"ל מראזלא שרייבט אין א בריוו אז ער איז אמאל געווען אין קארלסבאד, וואו עס האט זיך דאן געפונען הגה"צ מפאריסיב זצ"ל, און ער האט געהערט פון אים אז ער האט מקובל איש מפי איש פון זיין זיידן דער יהודי הקדוש אז ער האט נישט געזאגט לדוד, ווייל אזוי האט זיך געפירט זיין רבי, דער חוזה פון לובלין, וויבאלד דער מנהג שטאמט פון ספר חמדת הימים. נאך האט ער צוגעלייגט, אז די צדיקים וואס האבן דאס יא געזאגט האבן זיכער נישט געוואוסט אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים, וויבאלד זיי האבן דאס געזען אין סידור אריז"ל, און זיי האבן געמיינט אז עס שטאמט פונעם אריז"ל; אבער דער אמת איז אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים.
באמת געפינען מיר שוין דעם מנהג נאך פארן חמדת הימים, אבער פון דעם אז מען זאל עס זאגן בציבור אין בית-המדרש איז דער חמדת הימים דער ערשטער מקור.
אנגענומענער ספר
רוב חסידי'שע גדולים ברענגען צו דעם חמדת הימים, צווישן זיי אדמור"י חב"ד, סאטמאר, זידיטשוב, גור, און נאך. כ"ק מרן אדמו"ר מהרמ"מ מליובאוויטש זצוק"ל האט געזאגט פאר איינעם וועלכער האט אים געפרעגט צי ער זאל לערנען אינעם חמדת הימים, דער רבי האט אים געענטפערט בלשון תמוה: "איר האט שוין אלעס געלערנט אז יעצט ווילט איר שוין דאס לערנען?".
אין ספר מושיען של ישראל ברענגט ער אראפ בשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל, אז ער האט בקבלה פון זיין טאטע'ן אז דער מחבר פון ספר חמדת-הימים איז געווען אן איש קדוש. אין ספר ויגד משה ברענגט ער בשם דעם ברך משה זצ"ל אז ער האט געהאט א ספר חמדת הימים, בירושה פונעם ישמח משה זצוק"ל.
עס זענען פאראן וועלכע ברענגען אים אין ראשי-תיבות, ווי "חמדה"י", "חמד"י" אדער "חמ"י" און אפילו "ח"י" צי "חה"י". עס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס ברענגען אים אן דעם נאמען פונעם ספר, נאר סתם "בספר אחד" א.א.וו.
אין גליון אור ישראל איז געווען געדרוקט עטליכע מאמרים איבער דעם ענין. ער קומט צו דער מסקנה אז דער ספר "חמדת הימים" איז א ליקוט פון עטליכע ספרים און דער מחבר האט נישט געקוקט פונקטליך פון וואו ער נעמט.
למעשה זענען פאראן פיל תפילות און מנהגים וועלכע מיר זאגן היינט פון וועלכע דער מקור איז דער חמדת הימים. אינ'אמת'ן אבער קען מען נישט פונקטליך וויסן, ווייל עס קען זיין אז דער חמדת הימים ברענגט עס סתם צו און דער מקור איז שוין א פריערדיגער.
סוף כל סוף איז דער ספר אנגענומען צווישן אידן אלס א הייליגער ספר, הגם עס זענען געווען וועלכע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון לערנען דערין (בעיקר די אשכנז'ישע גדולים).
די פרשה פונעם חמדת הימים איז נאך ווייט פון קלאר ווערן, מיר האבן דעריבער געברענגט נאר דעם אויבערפלאך מיט די דעת פון גדולי ישראל, מיר וועלן זיך דעריבער דא אפשטעלן און לאזן יעדן אננעמען לויט זיין מנהג.