מכבד געווען מיט א כוסה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

מכבד געווען מיט א כוסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איך לייג אריין דא א שיינע מעשה לכבוד יו"ט.
און כאטש ס'איז מער פאסיג אויף פורים, האף איך אז דער עולם וועט נישט זיין ברוגז, ווייל פאר א גלעזעלע וויין איז אייביג דא צייט...
און דער עיקר סיבה פארוואס איך ברענג עס יעצט איז פשוט, וויבאלד איך האב אצינד געטראפן די שיינע מעשה באשריבן דורך "מנחם מענדל", און ווי אויך פארמאג איך איצט די צייט, געדולד, מוט, מוח און כוח עס איבערצוארבעטן און אפשרייבן. (וואס אז די אלע אינאיינעם זאלן זיך טרעפן ביי מיר אויפאיינמאל, פאסירט ליידער גאנץ זעלטן).
אבער צו וואס זאל איך אייך אויפהאלטן מיט איבריגע נוצלאזע הקדמות? ליינט מיט פארגעניגן.

ר' אייזיק'ל טאטיעווער איז געווען אין טשארטקאוו גאר א היימישער, פון די באליבטע חסידים, און זאגאר דער רבי אליינס האט אויף אים געהאט גאר א גוטע מיינונג.
ווי נאר ר' אייזיק'ל פלעגט קומען קיין טשארטקאוו, איז געווארן אין הויף פרייליך און לעבעדיג. איבעראל איז ער געווען צו געפינען, ספעציעל אין די חסידישע קלויזן. און יעדן איינעם דערפרייט מיט זיינע ווערטלעך און חסידישע מעשיות. די "יושבים" פלעגן זיך דאן רייבן די הענט מיט גרויס שמחה, וויסענדיג אז אויף משקה וועט שוין נישט פעלן. באלד וועט זיך אנהייבן די לאנגע "זיצן", און וויין און ברוינפן וועט זיך גיסן ווי וואסער.
ווייל ר' אייזיק'ל מיט זיינע בא'טעמ'טע ווערטלעך, און פערל'דיגע מעשיות פון די היינטיג און פריערדיגע צדיקים, פלעגט ער צוציען צו זיך אלע פארמעגליכע חסידים ווי א מאגנעט. און קוים האט ער אויפגעמאכט דאס מויל, האט ער ווי פארכישופ'ט אלע צוהערערס, אזוי אז געלט האט מער קיין ראלע נישט געשפילט. מען האט זיך דאן כמעט ווי געבעטן מען זאל קענען געבן משקה, אבי צו זיין צוזאמען מיט ר' אייזיק'לען און זיך צוהערן צו זיינע זיסע פערל רייד.
ר' אייזיק'ל איז אויך געווען דער איינציג'סטער וואס האט געקענט ארויסציען פונעם רבי'ן זעלבסט א שמייכל, און דאדורך אביסל אויפהייטערן דעם צדיק'ס שטענדיג ערנסטע צורה. ער האט געהאט עפעס א באזונדערע פריווילעגיע זיך צו מאכן הלצה'לעך אין דער געגנווארט פונעם הייליגן רבי'ן. א זאך וואס קיין שום חסיד האט זיך נישט דערוואגט צו טוהן.
באזונדער אום יו"ט פורים, פלעגט ר' אייזיק'ל ממש איבערדרייען וועלטן, ער פלעגט זיך פארשטעלן, טאנצן אויפן טיש, שפרינגען ווי א קאצאפ, מאכן "קאזשעלקעס" און באווייזן פארשידענע קונץ שטיקער, אלעס כדי צו דערפרייען דעם שטענדיג פארכטיגן צדיק, און מאכן אים לאכנדיג לכבוד פורים.
אט אזא סארט חסיד איז דאס געווען ר' אייזיק'ל.
וויל אבער די השגחה עליונה, אז דוקא דער דאזיגער שטענדיגער פרייליכער חסיד, דער ליבלינג פונעם רבי'ן און פון אלע חסידים, זאל זיין קינדערלאז ל"ע. אבער ווי א ריכטיגער חסיד וואס האט די ריכטיגע אמונה אין צדיק, און ווייסט אז דער צדיק איז א "צופה נסתרות" וואס ווייסט אליין די בקשות פון זיינע נאנטע נאך איידער זיי פארלאנגען עס פון אים. פלעגט ער טאקע קיינמאל נישט דערקוטשען דעם רבי'ן אויף א ברכה פאר קינדער, ער פלעגט נאר אנשרייבן אין קוויטל "להפקד בזרע של קיימא", ווי דער סדר איז, און מיט דעם האט זיך עס געענדיגט. ער האט זיך צופרידן געשטעלט מיטן רבינ'ס בלויזע אנוואונטשן, אן קיין זיכערן צוזאג. ער האט געוואוסט אז מען טאר נישט זיין קיין דוחק את השעה, און זיין צודרינגליך אויפן צדיק צו ברענגען די ישועה מיט געוואלד פאר די צייט, איז נישט קיין עסק פאר א חסיד.
אבער ווי זאגט דער פסוק, "לכל תכלה ראיתי קץ", יעדע זאך האט זיך זיין גרעניץ. נאך א צייט פון היבש ביסל יארן, האט געפלאצט ר' אייזיק'לס געדולד. צו איז דאס געווען דערפאר וואס זיין רביצין האט אים דערקוטשעט פארוואס ער לאזט דעם רבין צורוה, אדער ער איז שוין אליינס מיד געווארן ווארטענדיג, איז דא נישט קיין אונטערשייד. דער עיקר איז אז ר' אייזיק'ל האט ביי זיך פעסט אפגעמאכט עפעס צו טוהן. און נישט מער זיך לאזן פון רבי'ן אפשטופן מיט א בלויזע ברכה אן א זיכערע צוזאג.
און געוואוסט האט ער אז ביי די פורים סעודה, ווען דער צדיק איז אביסל אויפגעלעבט און א שמייכל באווייזט זיך אויף זיין הייליגע צורה, עפענען זיך אין הימל אלע שערי רחמים און דער צדיק קען מיט איין ווארט באהערשן אלע וועלטן. עס איז א ספעציעלער עת רצון. דער צדיק דארף נאר זאגן און השי"ת איז עס מקיים. דעריבער האט ער אפגעמאכט ביי זיך אויסצונוצן די דאזיגע געלעגנהייט.
***

יענעם פורים האט זיך ר' אייזיק'ל פארשטעלט פאר א אלטן גויאישן בעטלער, און געמאכט אזעלכע מאדנע מינעס און העוויות, אז דער רבי האט נישט נאר געשמייכלט, נאר טאקע הארציג געלאכט. א זאך וואס מען האט ביים אלטן צדיק גאר גאר זעלטן געזעהן. דעם צדיק'ס צורה האט ממש געלויכטן פאר שמחה, אין א בחינה פון "מוחין דגדלות".
"שטעל אויף די טארבע אלטיטשקער, וועל איך אריינווארפן א שטיקל קויליטש" – האט דער רבי אים געזאגט מיט א שמייכל'דיגע מינע. ר' אייזיק'ל האט גוט געוואוסט וואס דאס מיינט. דער רבי וויל אים מכבד זיין מיט פרנסה בריוח. אבער דער אלטער בעטלער שווייגט. ער גיבט זיך קיין ריר נישט, ווי נישט אים מיינט מען.
"עפן אויף די טארבע וועל איך דיר אריינווארפן א מטבע" - האט דער רבי געזאגט. איצט האט אים דער רבי געוואלט מכבד זיין מיט עשירות. אבער ווייטער מאכט ער זיך נישט וואוסענדיג.
אבער מיטאמאל איז ר' אייזיק'ל געווארן אויס בעטלער, און ער האט אנגעהויבן רעדן צום רבי'ן אין א פשוט'ן אידיש. לאמר, אזוי צו זאגן: הייליגער רבי, וואס טויג מיר פרנסה בהרחבה, צו וואס טויג מיר עשירות, אז איך האב נישט קיין קינדער? א ברכה וויל איך היינט פונעם רבי'ן, אויף א זוהן א יורש.
דער שמייכל פונעם צדיק'ס ליפן איז מיטאמאל פארשוואונדן. זיין הייליגע צורה האט אנגענומען א ערנסטע מינע. און ער האט זיך אנגערופן: אויך דו אייזיק'ל? דו ווייסט דאך יא אז מ'דארף זיך צושטעלן צום רצון פונעם רבוש"ע. דו ווייסט דאך יא וואס מיין פאטער פלעגט כסדר צו זאגן אויף דער ברכה וואס מיר זאגן יעדן טאג אינדערפריה, "שעשה לי כל צרכי". אז וואס מען ברויך צו האבן, האט מען. און אז מען האט עס נישט, איז א באווייז א מען דארף עס טאקע נישט צו האבן.
אבער ר' אייזיק'ל בעט זיך ווייטער, ווי נישט אים מיינט מען. "האט רחמנות הייליגער רבי, גיבט מיר א ברכה, עס דרוקט מיר שוין ביז צו דער טיפעניש פון די נשמה!".
יהי רצון אז השי"ת זאל ערפילן דיין וואונטש – האט דער רבי געזאגט, און גלייך דערנאך געגעבן א מאך מיט די האנט, אלס צייכן אז ער זאל אפטרעטן.
צום יאר האט זיין רביצין געבוירן א בן זכר.
אבער שפעטער האט ער זיך געכאפט, אז ער האט געזאגט "א זוהן א יורש", אנשטאט "א זוהן א קדיש". אבער עס איז שוין געווען צו שפעט.

***

ר' אייזיק'ל האט זיך שפעטער אוועקגעצויגן פון טאטיעוו, קיין בראד. און ווען זיין בחור איז אויפגעוואקסן האט ער אים געשיקט קיין לעמבערג, צו לערנען אין דער דארטיגער ישיבה פון ר' אהרן ליטוואק.
זייענדיג אין לעמבערג, האט ער דארט באקומען שייכות צו א געוויסע חברה גימנאזיסטן, און דורך זיי איז ער ליידער נחמץ געווארן. און אנשטאט צו לערנען אין ישיבה, האבן זיי אים אנגערעדט ער זאל ליבערשט גיין שטודירן און ווערן א לייט. ער האט זיי געפאלגט, אוועקגעווארפן דאס חסידות און געווארן א משכיל, וואס האט דאן געמיינט, אן אפיקורס, און א פורק עול מלכות שמים.
פארשטייט זיך אז זיין פאטער האט געהאט דערפון גרויס צער און עגמת נפש. ער האט געטוהן אלע ערליי מיטלען וואס איז געווען אין זיין מעגליכקייט, כדי אים אומצוקערן אויפן גוטן ערליכן וועג. אבער אן ערפאלג.
איך וויל נישט אויסוואקסן אזא בטלן ווי דו – איז געווען דער חוצפה'דיגער ענטפער פון זיין זון – איך וויל נישט אז מיינע כשרונות זאלן אין מיר פארקריפלט ווערן, אזוי ווי דיינע. דאס איז מיין לעצטער ווארט, און דיינע אלע רייד צו ענדערן מיין מיינונג זענען פשוט ארויסגעווארפענע.
זאלסט טאקע נישט דערלעבן אויפצואוואקסן – איז געקומען דער פארווייטאגטער ענטפער פונעם פאטער – אוי לי ואוי לנפשי, וויי צו מיינע יארן אז איך האב דערלעבט צו הערן אזעלכע טריפה'נע ווערטער פון מיין בן יחיד. איך בין עס אבער ווערט, ווייל איך האב נישט געוואלט מקבל זיין דעם רבינ'ס הייליגע ווערטער, וואס ער האט דאס פאראויס געזעהן.
און א דערשלאגענער איז געגאנגען צו זיך אהיים, געריסן קריעה, און זיך געזעצט שבעה נאך זיין "בענאק", וואס ער האט פון דאן אן באטראכט פאר א געשטארבענעם, נישט וועלנדיג דערמאנען זיין נאמען און הערן וואס ער טוט. און עס האט אים אפי' נישט אינטרעסירט צו ער לעבט בכלל.
זייט דעמאלט האט ער מער נישט דערמאנט זיין זוהן'ס נאמען אין קוויטל וואס ער פלעגט געבן פארן רבין. און דער צדיק האט אים אויך קיינמאל נישט איבערגעפרעגט דערוועגן.

***

עס איז ווידער פורים, דער צדיק זיצט פארטיפט אין זיינע געדאנקען. ר' אייזיק'ל אלס פארשטעלטער, זוכט דורך פארשידענע מיטלען ארויסצוציען א שמייכל פונעם רבי'נס לעפצן. ער זאגט ווערטלעך און שיסט חכמה'לעך, און דערביי קוקט ער זיך כסדר איין אינעם צדיק'ס צורה.
און ווען ער האט דעזעהן אז אויפן רבינ'ס פנים פארמירט זיך א שמייכל, איז ער זיכער געווען אז עס איז אצינד א עת רצון. און דאן האט ער געפאסט א מורא'דיגן באשלוס.
רבי, הייליגער רבי – רופט ער אויס מיט התרגשות – האט רחמנות, און נעמט אייך צוריק די מתנה וואס איר האט מיר אמאל געגעבן ביי די פורים סעודה. ער איז א בן סורר ומורה, עס קומט אים סקילה.
הערענדיג די דאזיגע רייד, איז דער רבי ווי אויפגעציטערט געווארן. און א טרויעריגער וואלקן האט זיך פארצויגן אויף זיין ליכטיגע געזיכט.
וואס זאגסטו, אייזיק'ל? מיר זאלן צוריק נעמען? חלילה! מיר זענען נותנים נישט קיין מקבלים. מיר האבן דיר דעמאלט געווארנט, און דו האסט זיך איינגעשפארט. איצט זיי מקבל די יסורים באהבה. עס שטייט דאך יתמו "חטאים", די זינד זאלן פארטיליגט ווערן, אבער נישט די "חוטאים", די זינדיגע.
אבער רבי, ער איז נישט נאר א חוטא, ער איז אויך א מחטיא, ער רעדט אן אנדערע.
אבער דער צדיק האט אים נישט געלאזט אויסרעדן. און ער האט אים איבערגעהאקט, זאגנדיג צו אים: "אייזיק'ל, איך זעה אז דו פילסט זיך אומגליקליך, טא וועלן מיר מקיים זיין דעם פסוק: תנו שכר ויין למרי נפש. לאמיר דיר מכבד זיין מיט א גלאז וויין".
מיט זיינע אייגענע הענט האט דער רבי זעלבסט אנגעגאסן א גרויסן גלאז וויין, און האט דערמיט מכבד געווען ר' אייזיק'לען ער זאל עס אויסטרינקען.
איינער פון די אנוועזנדע חסידים וועלכער איז געשטאנען דערנעבן, האט געגעבן א ציה ר' אייזיק'ל ביים ארבל, אלס צייכן ער זאל דעם וויין נישט טרינקען. ער האט הפנים פארשטאנען וואס דער כיבוד באדייט.
אבער ר' אייזיק'ל האט צו אים שטילערהייט א זאג געטוהן: איך פארשטיי עס אויך, אבער אויב ס'איז אזוי דעם רבי'נס ווילן, בין איך עס מקבל באהבה.
ר' אייזיק'ל האט געמאכט א ברכה, טועם געווען אביסל, געוואונטשן צום רבין "לחיים", און דערנאך אויסגעטרונקען דאס גאנצע כוס.
דער צדיק האט אים דערמיט מכבד געווען מיט דער "כוסה", אבער נישט מיט שכרות.
זינט דעמאלטס, האט ער כמעט ווי אויפגעהערט צו עסן. ער איז שטענדיג געזעסן - וואו אימער ער האט זיך נאר געפינען - אין דער שענק און געטרינקען מעד אדער וויין. ברוינפן האט ער כמעט גאר נישט געטרינקען. און משקה האט אים יעדער געגעבן ברצון הטוב, ווייל ביים טרינקען פלעגט ער דערציילן שטוינענדע סיפורים פון צדיקים. עס האט זיך ממש געגאסן פון אים ווי פון א קוואל. שיכור איז ער אבער קיינמאל נישט געווען. טאקע שטארק מבושם, אבער שטענדיג ביים שכל. און אז ער איז שוין אמאל געווארן גאר בגילופין'דיג, האט ער געכאפט א דרימל דארט וואו ער האט זיך געפינען - ביים שענק טיש, אדער אין קלויז - האלטענדיג דאס גלאז אין די האנט. און נישט לאנג דערנאך האט ער זיך אויסגעטשוכעט, געווארן פריש ווי א בלום, בלויז כדי ווידער צו טרינקען, און ווייטער דערציילן מעשיות, און שיטן מיט זיסע ווערטלעך און וויצן, וואס דערפרייען אלע ארומיגע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א דאנק פארן אפשרייבן די מעשה

יעצט שטעל די בילדער...
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

קרעמער, ראנג עדרעס.
פארדעם דארפט איר אייך ווענדן צו הרב "ספרינט"...
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24286
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מכבד געווען מיט א כוסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גאר שיין
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מכבד געווען מיט א כוסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
שכח ר' נח
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 1:09 pm

Re: מכבד געווען מיט א כוסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכח ר' נח »

שרייבסט אזוי זאפטיג מקען מיינען דער זאפטיגער חסיד רבי אייזיקל האט עס געשריבן
דאנק דעם אייבערשטן!
איבעצייגט אייך אליינס ס'גוט ס'זיס. ווען סאיז גוט און ווען סאיז נאך בעסער אייביג!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”