מרד האט געוואלט ווייזן פאר זיינע חברה אז ער איז א חברה'מאן, האט ער אנגעהויבן חוזק צו מאכן פון נח'ן"
זאג נאר נח, פון וואו גייט דיין מבול קומען, א רעגן פון הימל, צו קוואלן וועלן זיך עפענען פון דער ערד, אויב וועט רעגענען, בין איך דאך העכער 200 פיס, קיין שום רעגן וועט מיר נישט איבערדעקן, און איך קען כישוף צו באשווערן די וואלקענעס אז זיי זאלן אויפהערן צו רעגענען, (י"ד) און אויב וועט קומען פון קוועלער אויף דער ערד וועל איך ארויפלייגן מיין גרויסן פיס דערויף און ס'וועט גלייך ווערן פארשטאפט.
זארג דיך נישט, האט נח אים רוהיג געענטפערט, דער רבש"ע וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט שרעקט זיך נישט פון דיין כישוף, און ער וועט שיקן וואסער צו פארפלייצן די וועלט סיי פון אויבן און סיי פון אונטן... (ט"ו) און אויב דו וועסט וועלן פארשטאפן די קוועלער מיט די פיס, זאלסטו וויסן אז ס'גייט קומען קאכעדיג הייסע וואסער, גיב אכט, קענסט זיך אפבריען... (ט"ז)
און מרד איז נישט שולדיג געבליבן:
דו מיינסט נח אז אויב ס'וועט קומען א מבול וועסטו אזוי שיין אריינשפאצירן אין די תיבה און אונז לאזן אויסשטארבן, אדער וועסטו אונז אריינלאזן אין די תיבה, אדער וועלן מיר קומען מיט העק און צופיצלען דיין גאנצע ארבעט פון די אלע יארן! (י"ז) און דיר וועט מען הרג'נען! (י"ח).
הער זיך איין מרד, דו ווייסט דאך גוט אז נישט נאר די מענטשן האבן געזינדיגט, נאר אויך די בהמות און חיות זענען נשפע געווארן פון די מענטשן און אויך זיי פירן זיך אויף אינגאנצן אנדערש ווי ווען דער רבש"ע האט זיי באשאפן, דעריבער וועלן ביים מבול אומקומען אויך די בהמות און חיות, חוץ 2 פון יעדן מין וואס זיי וועל איך אריינברענגען אין די תיבה.
מרד פלאצט אויס אין א הילכיגן געלעכטער... הייסט עס אז דו בויעסט א זו, א טיער גארטן... גייסט דא צוזאמברענגען בהמות און חיות פון די גאנצע וועלט, און אלע גייסטו אריינפאקן אין דעם קליינעם תיבה'לע... שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטן וויץ... אפילו אין 10 אזעלכע תיבות וועט נישט זיין קיין פלאץ.
וואס האט שם דערציילט פאר אליעזר עבד אברהם פונעם תיבה?
פון וואו האט נח געוואוסט אין די תיבה ווען ס'איז טאג און נאכט?
המשך יבא
מקורות ט...... י. בראשית רבה, י"א, שם. י"ב, ילקוט מעם לועז. י"ג, מעם לועז בשם מהר"ם ן' חביב. י"ד. בראשית רבה, לא, י"ב. ט"ו, מדרש הגדול. ט"ז, בראשית רבה שם. י"ז, ספר הישר נתכנסו מספר גדול של אנשים ובקשו מקום בתיבה, וכו' החליטו לשבור את התיבה. י"ח ברית הי' צריך וגו' שלא יהרגוהו רשעים שבדור, ב"ר לא, יב. י"ט. רש"י ד"ה ותשחת. כ. והקימותי את בריתי אתך. כ"א, רש"י ד"ה עשה לך תיבת בשם הגמ'. כ"ב רמב"ן.
ביי די 500 יאר ווען נח האט געבויט די תיבה האט ער נאך נישט געהאט קיין קינדער ? דעמאלט איז איטערעסאמט צי וויסען ווען ער האט זיי געהאט , ווי אלט זענען זיי געווען ביי די מבול ?
אור החיים-ספר בראשית שנתכוין שיהי׳ הבכיר עדיין לא הגיע לעונש כן מאה שנה כפ״ז ירצ׳ אומרו את האלהי׳ שפט כדין שיהיו פטורים כניו כפי הדין ואז ילדם שלא יענשו כהגיע המבול כי עדיין אינם בני עונשים
מען זעהט אז עס איז היי יאר נישט געווען קיין פרשת בראשית, דער עולם ברענגט נישט דעם אפענעם רש"י: (11) רש"י על בראשית פרק ה פסוק לב (לב) בן חמש מאות שנה - א"ר יודן מה טעם כל הדורות הולידו לק' שנה וזה לחמש מאות אמר הקב"ה אם רשעים הם יאבדו במים ורע (ס"א זרע של צדיק זה) לצדיק זה ואם צדיקים הם אטריח עליו לעשות תיבות הרבה כבש את מעיינו ולא הוליד עד חמש מאות שנה כדי שלא יהא יפת הגדול שבבניו ראוי לעונשין לפני המבול (ב"ר) דכתיב (ישעיה סה) כי הנער בן מאה שנה ימות ראוי לעונש לעתיד וכן לפני מתן תורה:
ליידער האב איך נישט מיטגעהאלטן דעם וויכוח דא איבער נח'ס קינדער, אבער ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.
דאס איז זיכער אז די קינדער זענען אים געבוירן געווארן נאך די 500 יאר, פארוואס טאקע? אויף דעם איז דא כמה טעמים. די מערסטע אנגענומען איז דער רש"י וואס ידידינו הרב קרעמער ברענגט, רש"י בשם בראשית רבה, אז נח האט נישט געוואלט אז די קינדער זיינע זאלן זיין בני עונשים, ווייל סטוט זיך א גרויסע מחלוקה אין די מפרשי התורה צו די בני נח זענען געווען ערליך צו נישט, רוב האלטן אז נישט, דעריבער האט נח געוואלט זיי זאלן זיין אונטער 100 יאר וואס בימיהם איז מען נאכנישט געווען קיין בר עונשים.
אבער ס'איז דא נאך אפאר אינטערעסאנטע טעמים וואס איז כדאי נאכצוברענגען, דער אור החיים הק' ברענגט א מדרש אז נח האט געזעהן (מן הסתם ברוח הקודש) אז זיינע קינדער וועלן נישט זיין ערליך, האט ער געזאגט פארוואס דארף איך קינדער, האט ער נישט עוסק געווען אין פרי' ורבי', ביי די 500 האט ער זיך געמאכט א חשבון הנפש, איך גיי שטארבען אנע קינדער? דער רבש"ע האט דאך געזאגט פרו ורבו! דארף מען טון דעם רצון ה', ''האט ער חתונה געהאט'' און גלייך געהאט 3 קינדער, ממש נאר מקיים צו זיין דעם רצון ה' לקיום המין, עכת"ד, איז אינטערעסאנט ווי ער זאגט אז נח האט הערשט דעמאלס חתונה געהאט. ווייל כמעט דעם לשון האט איך געטראפן אין תנחומא, אבער דארט שטייט נזקק לפרי' ורבי' און דער אוה"ח זאגט ''תיכף נשא ויולד'' לכאורה איז אין רוב מדרשים משמע אז ער האט יא געהאט חתונה געהאט פריער.
דער ספורנו אויפן פסוק ויולד נח, וז"ל, מאז שהתחיל להוכיח בני דורו זכה לבנים, דאס הייסט אז אפילו נח איז געווען א צדיק האט ער געהאט א פגם ווייל ער האט נישט מוכיח געווען דעם דור, אבער ווען ער האט אנגעהויבן צו בויען דעם תיבה האט ער אנגעהויבן מוכיח צו זיין דעם דור האט ער זוכה געווען צו קינדער.
אין מדרש רבה (י"ד י"ב) שטייט אזוי, דער רבש"ע האט געמאכט אזא חשבון, אויב נח וועט האבן קינדער פרי וועט סיי וואס זיין א פראבלעם, וועלן זיי זיין רשעים (בני עונשים) וועלן זיי אומקומען אין מבול, און נח דער צדיק וועט האבן צער, און אויב וועלן זיי זיין צדיקים און זיי וועלן אלע האבן קינדער אין אייניקלעך וועט דאך נישט זיין קיין פלאץ אין די תיבה פאר אלעמען, דערפאר האט דער רבש"ע אים נישט געגעבן קיין קינדער ביז די 500 יאר.
נאך זאגט דער מדרש, נח האט געזעהן ברוח הקודש אז ס'קומט א מבול, האט ער געטראכט פארוואס האבן קינדער אז זיי זאלן אויסשטארבן ביים מבול, אבער ווען דער רבש"ע האט אים געזאגט אז ער וועט אים ראטעווען מיט די תיבה, האט ער חתונה געהאט און געהאט קינדער, (דער מדרש שטימט יא מיטן אוה"ח, שטייט קלאר נשא אשה והוליד בנים)
צו זיי זענען למעשה געווען צדיקים איז א אריכות, שם איז זיכער געווען א צדיק, חם איז זיכער געווען א רשע, יפת קוקט אויס איז געווען ערגעץ אינדערמיט, ס'איז דא דעות לכאן ולכאן, אפשר איברעס יאר אי"ה...
נח'ס שווער האט געהייסן למך, כמבואר בפסוק בראשית ד יט ויקח לו למך שתי נשים, שם האחת עדה ושם השנית צלה, ובפסוק כב וצלה גם היא ילדה את תובל קין וגו' ואחות תובל קין נעמה פרש"י היא אשתו של נח. זעהט מען אז נח'ס שווער האט געהייסן למך בן מתושאל.
נח'ס טאטע האט אויך געהייסן למך כמבואר בפסוק בראשית ה כח ויחי למך וגו' וילד בן, ויקרא את שמו נח, האט נח'ס טאטע געהייסן למך בן מתושלח
האבן די מקאאבאלים פון יענע צייט געזאגט וויבאלד ביידע מחותנים האבן דעם זעלבן נאמען קענען זיי נישט האבן קיין קינדער...
טויזנט זעקס הונדערט זעקס און פופציג יאר נאך בריאת העולם.
ענדליך כאפט זיך נח דעם אטעם, צום ערשטן מאל אין 120 יאר רוהט ער זיך אפ, די תיבה איז שוין פארטיג, עס שטייט שוין הערליך און פראכטיג, א דרייסיג אמה הויעך (בערך 6 שטאק) 300 אמה די לענג (בערך 600 פיס – 200 מעטער) 50 אמה די ברייט, (בערך 100 פיס, 33 מעטער). נח קוקט נאכאמאל איבער דעם גאנצען אויסשטעל פון די תיבה, אויף יעדן שטאק האט ער געבויעט 300 שטיבעלעך, (כ"ג) אריינצונעמען אלע בהמות און חיות, און צו האלטן די עסענווארג.
ווען ער קוקט אן די עסענווארג וואס ער האט אנגעגרייט קאסט עס אים א שמייכל, וויאזוי אזא קליינע קוואנטום עסן זאל זיין גענוג פאר זיין גאנצע משפחה אויף גאנצע 12 חדשים קען ער נאך פארשטיין, אבער ווי דער פלאן איז דארפן אנקומען צום תיבה נאך טויזענטער בהמות, חיות, פייגלען, ווערים און שלענג, און גאנצע צוועלעף חדשים וועט מען זיי דארפן געבן צו עסן צו די זעט, אפילו דער גאצער תיבה זאל זיין פול מיט עסן וועט עס נישט זיין גענוג קום אויף איין חודש, און נח איז קיין גרויסע עושר נישט געווען, סיי ער האט נישט געהאט די געלט צו פארשאפן נאך עסנווארג, און סיי אין די תיבה איז נישט געווען צופיל פלאץ פאר אזויפיל עסנווארג.
דער רבש"ע האט אנגעזאגט פאר נח ער זאל קויפן די עסן נאר פון זיין אייגן געלט, נח זאל נישט מיינען אז היות ביז אפאר טאג וועלן ממילא אלע מענטשן אויסשטארבן, און זיי וועלן ממילא פארלירן זייער גאנצע געלט און עסן, זאל ער שוין מעגן יעצט נעמען אביסל דערפון, האט אים דער רבש"ע ספעציעל אנגעזאגט, קויף נאר פון דיין אייגן געלט, האט דער ארימער נח נישט געקענט קויפן צופיל עסן, אבער נח איז רוהיג, ער ווייסט אז דער זעלבער באשעפער וואס וועט מאכן דעם נס אז אלע טויזענטער באשעפענישן וועלן האבן פלאץ אינעם תיבה, וועט מאכן אז די ביסל עסנווארג זאל זיין גענוג פאר אלע חיות א גאנץ יאר. (כ"ד)
געענדיגט פארפאקן די עסנווארג נעמט זיך נח צום צהר, יוצא צו זיין אלע שיטות האט ער געמאכט סיי א פענסטער פון דיקן גלאז אז די וואסער זאל נישט קענען אריינקומען, און סיי ער האט אריינגעלייגט אין די תיבה א הערליכן גרויסן שטיין, ער האט עס אויפגעהאנגען אינמיטן די תיבה, און אונטער דעם איז געווען לעכער אראפ צו די אונטערשטע שטאקן אז די ליכטיגקייט זאל אנקומען איבעראל, (כ"ה)
ס'איז שוין כמעט י' חשוון, דער דאטום ווען דער מבול האט זיך געדארפט אנהייבן, נח לויפט ארום זיכער מאכן אז אלע פיטשעווקעס קלאפן, ס'נאך דא אסאך וואס צו טון, מ'דארף פארשאפן זעקס פארלעך פון אלע טהור'ע בהמות, דאס האט ער געוואוסט אז 2 פון יעדעס באשעפעניש וואס פעלט זיך אויס כדי ס'זאל פארבלייבן פון דעם מין אויף די וועלט וועלן קומען פון זיך אליינס, (כ"ו) אבער די טהור'ע בהמות וואס ס'דארף זיין 7 פארלעך, איז נח אליינס ארומגעלפן פאנגען נאך 6 פארלעך, כדי ער זאל האבן מקריב צו זיין קרבנות נאכן מבול, (כ"ז), אין א גרויסן געצעלט אין חצר פון זיין דירה האט ער צוביסלעך איינגעזאמעלט די אלע הונדערטער בהמות צו זיין גרייט אויפן באשטימטן טאג ווען מ'דארף אריינגיין אין די תיבה.
עס איז מידוואך פארטאגס (צרור המור), א' תרנ"ו לבריאת העולם, י' חשון, נח כאפט זיך אויף, אלע אברים ציטערן אים, היינט איז דער טאג וואס דער מבול דארף זיך אנהייבן, ער קוקט ארויס צום פעלד נעבן אים וואו די תיבה שטייט, ער וויל זעהן צו די בהמות און חיות הייבן שוין אן צו קומען, אבער ניין, אלעס איז טויט שטיל, חוץ אפאר מידע קולות פון די ציגן אין פעלד וואס האבן זיך שוין אויפגעוועקט הערט מען גארנישט, נח ווערט פארוואונדערט, דער רבש"ע האט דאך אים קלאר געזאגט אז אינעם טאג וואס דער מבול דארף זיך אנהייבן וועלן די בהמות וחיות קומען אליינס, נח'ס שכן פון די אנדערע זייט גאס האט אויך נישט געקענט שלאפן, קוקט אויס אז נאכן זעהן נח'ן בויען א תיבה 120 יאר האט ער דאך מורא געהאט אז עפעס ליגט אין זיינע ווערטער, ער קומט ארויס אויף די פרישע לופט, און ער זעהט ווי נח שטייט אזוי פארטראכט, ער פלאצט גלייך אויס אין א שטורעמישן געלעכטער, "זאג מיר נח, וואו איז דיין מבול? הא? 120 יאר שטייסטו נעבעך און דו בויעסט דיר א תיבה, און יעצט איז דער טאג שוין אנגעקומען און ס'נישטא קיין זכר פון גארנישט. (כ"ח)
נח שטייט נאך און טענה'ט זיך מיט שכן, ווען פלוצלונג באמערקן זיי עפעס גאר אינטערעסאנט, די זון הייבט אן אויפצושיינען, אבער עפעס קומט עס פון די פארקערטע זייט! אנשטאט פון מזרח קומט די זון מערב זייט, (כ"ט) נח שפרינגט אויף, דו זעהסט נישט וואס דא טוט זיך? עפעס אויסערגעווענליך קומט פאר! דער באשעפער הייבט אן צו דרייען מיט די סדרי בראשית, ער האפט אז איר וועט זיך כאפן באצייטנס און תשובה טון!
ווי נאר מרד האט געענדיגט זיינע ווערטער האבן זיך די גאנצע חברה ארויסגעלאזט מיט א געשריי צום תיבה, זיי זענען געווען זיכער אז ביז אפאר מינוט איז די תיבה אונטער זייער קאנטראל, זיי זענען אפשר געווען גרייט מלחמה צו האלטן מיט נח, אבער זיי האבן נישט געוואוסט אז דער רבש"ע האט אוועקגעשטעלט א גאנצן מיליטער פון לייבן און אנדערע חיות טורפות צו באשיצן נח מיט די תיבה (מ)
מרד איז געגאנגען אונטער זיין מיליטער, ער האט זיך נישט געוואלט ארויסשטעלן גלייך אויפן פראנט, ער האט קודם געוואלט זעהן וואס פאסירט מיט די אנדערע מענטשן, פון די אנדערע זייט איז געשטאנען נח אויפן תיבה און געקוקט מיט שרעק אויף די מאסן רשעים וואס האבן ארומגענומען די תיבה.
צו לאנג האט די גאנצע זאך נישט אנגעהאלטן, א באנדע לייבן זענען אן פחד אנטקעגן געלאפן די גאנצע באוואפענטע גרופע, און ביז אפאר מינוט איז נישט געבליבן מער ווי א הויפן ביינער פון זיי, די לייבן האבן זיי אלע אויפגעגעסן. די לייבן האבן אבער אויך נישט געוואלט שטארבן, זענען זיי צוגעלאפן צו די תיבה און פרובירט עס צו צובייסן און צוברעכן, אויך די אנדערע חיות וואס האבן געווענטליך מורא און אנטלויפן פונעם לייב האבן זיך דא אויסגעמישט מיט די לייבן פון גרויס פחד וואס זיי האבן געזעהן אז זיי גייען שטארבן אינעם מבול, האבן זיי אלע צוזאמען פרובירט צו צוברעכן דעם תיבה, אבער דער אויבערשטער האט געמאכט א נס און זייערע ציינער זענען ווייעך געווארן, מרד האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און ער האט אנגעהויבן צו לויפן צו די תיבה, ער האט געהאפט אז אפשר דאך וועט ער זיך קענען אריינכאפן, אבער אזוי לויפענדיג האט ער זיך אויסגעגליטשט אין די וואסער וואס האט שוין אנגעהויבן צו קומען, און ער האט זיך אפגעבריעט דערפון און געשטארבן. (מ"א)
אלע בהמות, חיות, ועופות, שקצים, רמשים, נח'ס משפחה, יעדער זיצט שוין אין תיבה אויף זיין באשטימטע פלאץ, אויך עוג מלך הבשן האט זיך שוין אוועק געזעצט אויפן דאך פונעם תיבה, דער וויזלטיער האט שוין אריינגעשטעקט זיינע הערנער, אלעס איז שוין גרייט, אבער נח שטייט נאך ביים טיר, ער וויל נאך נישט אריינגיין, ער קען זיך נאך אלץ נישט גלייבן אז אט אט גייט עס פאסירן, 120 יאר האט ער זיך געמיטשטעט ביטער שווער צו בויען די תיבה כדי מענטשן זאלן זעהן און תשובה טון, צענדליגער יארן האט ער נישט אויפגעהערט צו זאגן מוסר און מעורר מענטשן תשובה צו טון, דאך האט ער נישט געקענט גלייבן אז ס'גייט באמת פאסירן, ער האט געטראכט אז אפשר מאכט דער אויבערשטער די גאנצע זאך נאר צו דערשרעקן די רשעים זיי מעורר צו זיין צו תשובה, אבער ביים סוף וועט דער מבול נישט קומען, אדער האט ער געהאפט אז ווען די רשעים וועלן זעהן אז דער מבול קומט טאקע וועלן זיי צום סוף יא תשובה, טון, (מ"ד) ער האט זיך נישט געקענט גלייבן אז ''יא'' דער מבול גייט טאקע חרוב מאכן די וועלט.
א צווייטער אין נח'ס פלאץ, וואלט גלייך אריינגעלאפן אין די תיבה, ס'קומט א מבול, לאמיר זיך ראטעווען, ער וואלט זיך געקענט שפירן רוהיג, ס'איז גענוג 120 יאר צו ווארענען מענטשן, אז זיי האבן נישט געוואלט תשובה טון איז עס זייער פראבלעם, אבער נישט דער צדיק נח, זיין רחמנות'דיג הארץ האט געבלוטיגט, ווי קען מען לאזן א גאנצע וועלט אויסשטארבן, אינעם גאס רעגן איז ער נאך ארומגעלאפן שרייען און בעטן מ'זאל באצייטנס תשובה טון, אבער ווען די וואסער איז שוין געווארן צו הויעך איז ער בלית ברירה אריין אין תיבה. (מ"ה) און דער מבול האט זיך אנגעהויבן.
המשך יבא דעם קומענדיגן יאר אם ירצה השם...
טייערע חברים, ס'איז מיר גאר אינטערעסאנט צו הערן וואס די קינדער זאגן אויף דעם, ס'ליגט דערין אסאך ארבעט און לויט די תגובות ווענדט זיך צו מ'זאל ממשיך זיין, ביטע אל תמנע טוב מבעליו דערציילט עס אדער גיבט עס צו ליינען פאר די קינדער, און זאגט מיר צו די קינדער האבן הנאה געהאט דערפון. יישר כח און א גוטן שבת
מקורות כ"ג במדרש רבה לא, יא, יש ב' שיטות, ר' יהודה אומר 360 חדרים (120 בכל קומה) ר' נחמי' אומר 900 חדרים הי' (300 בכל קומה) כ"ד, כלי יקר. כ"ה, ילקוט מעם לועז. כ"ו, רש"י ד"ה באו אל נח, מאליהן. כ"ז, רמב"ן, כי הבאים להנצל באו מאליהם, ואשר לצורך קרבן טרח במצוה. כ"ח מע"ל בשם כסף מזוקק. היו מלגלגים על נח וכו'. כ"ט. תוספתא סוטה י, ויהי לשבעת הימים, מלמד ששינה הקב"ה סדרו של עולם, והיתה חמה יוצאת ממערב ושוקעת במזרח, שמא יבינו ויתראו ויעשו תשובה. ל, א-ב דבן סירא ס. ל"א, רש"י בשם גמ' סנהדרין ק"ח. ל"ב, כלי יקר, כמו שכל ק"ך שנה המתין להם שמא יחזרו בתשובה, כך המתין שבעת ימי אבל אלו וכו' כי ע"י האבל וההספד החי יתן אל לבו וכו'. ל"ג, ימע"ל בשם חופת אליהו. ל"ד, ימע"ל בשם הש"ך. ל"ה, רמב"ן, הוא קבצן ברגע אחד. ל"ו, בראשית רבה. ל"ז, אבן עזרא, עץ קל הוא על פני המים. ל"ח, אבן עזרא. ל"ט, בראשית רבה לא יא. מ, בראשית רבה לב ח. מ"א ספר הישר, ומדרש רבה. מ"ד, ילקוט מעם לועז. נ, ימע"ל בשם חופת אליהו.
הרב גראדער שליט"א: עס איז באקאנט די מעשה, איך געדענק נישט אויפ'ן מאמענט ביי וועלכן צדיק. ער האט געליינט די מגילה, האט זיין רבי זיך אנגערופן: איך האב שוין כמה פעמים געהערט די מעשה פון די מגילה, אבער אזוי שיין ווי דער אינגערמאן האט דאס אראפגעלייגט, האב איך נאך נישט געהערט. א ריזיגער ישר כח מעומקא דליבאי. האסט מחי' געווען אסאך אידישע שטיבער! דער אייבערשטער זאל העלפן, זאלסט שטענדיג האבן א שכל 'הישר' און מזכה זיין אידישע קינדער. --- וועסט דאך מסתמא דאס ארויסגעבן אין הארטע דעקלעך, ווי קרעמער האט שוין פארלאנגט. איז כדי עס זאל זיין נקי מכל, טו איך אויפמערקן א קליינער טעות. (אפשר איז עס מרד'ס טעות...). ווען מרד האט גערעדט צו זיין גרופע האט ער געזאגט אז די תיבה איז באשמירט מיט 'ליים', עס איז געווען באשמירט מיט 'פעך'.
גראדער האט געשריבן:
בדרך צחות קען זיין אזוי:
נח'ס שווער האט געהייסן למך, כמבואר בפסוק בראשית ד יט ויקח לו למך שתי נשים, שם האחת עדה ושם השנית צלה, ובפסוק כב וצלה גם היא ילדה את תובל קין וגו' ואחות תובל קין נעמה פרש"י היא אשתו של נח. זעהט מען אז נח'ס שווער האט געהייסן למך בן מתושאל.
נח'ס טאטע האט אויך געהייסן למך כמבואר בפסוק בראשית ה כח ויחי למך וגו' וילד בן, ויקרא את שמו נח, האט נח'ס טאטע געהייסן למך בן מתושלח
האבן די מקאאבאלים פון יענע צייט געזאגט וויבאלד ביידע מחותנים האבן דעם זעלבן נאמען קענען זיי נישט האבן קיין קינדער...
דער ווערטל ווערט שוין געברענגט בשם רבי שלום קאמינקער זי"ע. איינמאל שבת בראשית איז דער הייליגער קאמינקער געווען אין בעלזא ביים שר שלום, עס זענען געווען דארט 48 רבנים, האט דער קאמינקער געזאגט אז דא זענען דא רבנים כמנין 'חם'... זענען דארט געווען צווישן די רבנים צוויי מחותנים וועלכע האבן געהאט די זעלבע נאמען, האט דער קאמינקער געפרעגט: וואו זעען מיר אין די תורה 2 מחותנים מיט'ן זעלבן נאמען? כדי צו מאכן גרינגער זאגט ער, עס איז די וואך (בראשית) אין די סדרה. דערנאך האט ער מפרש געווען, ווי גראדער האט שוין געשריבן, אחות תובל קין נעמה וכו', זעען מיר 2 מחותנים מיט'ן זעלבן נאמען, דער איז א למך און דער איז א למך...