משה חיים - יאשע קאלב

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

משה חיים - יאשע קאלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

איך ווייס נישט צו עס באלאנגט אין זכור ימות עולם. צו אפשר גאר אין ידיעות התורה צו אפשר אין על הצדיקים. אבער א שטיקל היסטאריע איז עס... אויב עס נישט אויף די ריכטיגע פלאץ יבואו האחראים ויסדרו הכל על מקומו.

די מעשה האט בשעתו אויפגערודערט א וועלט, עטליכע תשובות איז פארהאן דערוועגן, און איז באקאנט געבליבן מיטן נאמען יאשע קאלב.

בערך אין תרכ"ז האט ר' יהושע'לע קאמינקער זיך משדך געווען מיט ר' צמח רבינוביץ משידלאווצע. ר' צמח'ס זון משה חיים, מיט ר' יהושע'לע קאמינקערס טאכטער יענטא. דער משה חיים איז בשעתו אלט געווען בערך 15-16 יאר.

נאך די חתונה איז משה חיים געבליבן עסן קעסט ביים שווער אין קאמינקע. נאך א יאר צייט בערך האט משה חיים איבערגעלאזט זיין רעביצין אין קאמינקא, און ער איז צוריק אהיימגעפארן צו זיין טאטן קיין שידלאווצע. אפאר חדשים איז ער געבליבן דארט אין שידלאווצע, און זיין טאטע האט כסדר פרובירט אים משכנע צו זיין אז ער זאל צוריקפארן קיין קאמינקא צום ווייב. ענדליך האט ער געלאזט וויסן אז ער איז מסכים צוריק צופארן, אבער אויפן וועג גייט ער זיך אפשטעלן אין צאנז ביים דברי חיים. ער איז אנגעקומען קיין צאנז. און נאך א קורצע וויילע אין צאנז. איז ער נעלם געווארן, און קיינער האט נישט געוואוסט וואו אהין ער איז פארשוואונדן געווארן.

בערך צעהן יאר איז ר' יהושע'לע קאמינקערס טאכטער געבליבן אן עגונה. זומער תרמ"ב איז ארויס א קלאנג אז מען האט געזעהן משה חיים ארומגיין מיט א גרופע בעטלערס וואס גייען ארום אויף די שטעטלעך.

אפאר קאמינקע חסידים זענען ארויס אויף די יארכע, און נאך אפאר וואכן האט מען אים געטראפן און דערקענט. מען האט אים געפרעגט צו ער איז משה חיים, האט ער גענטפערט יא. מען האט אים אויסגעטוהן די בעטלערישע קליידער און אנגעטוהן ווי עס פאסט פאר א איידעם פונעם רבין. און מען האט אים געפירט צום שווער וואס איז דעמאלסט געווען אויף קור אין קרעניץ.

זעלבסטפארשטענדליך אז במשך די יארן וואס ער האט געפעלט איז געווארן פארשידענע שינויים אין זיין אויסזעהן, און נישט יעדער איינער האט אים דערקענט. אבער ווען ר' יהושע'לע קאמינקער האט אים געפרעגט ווער ער איז, האט ער געענטפערט משה חיים און אז ער איז זיין טאכטערס מאן, און ער האט אפילו געגעבן גוטע סימנים אז דאס איז ער, סימנים וואס נאר די עכטע מאן האט געקענט וויסן, למשל, די פלאץ ווי ער האט געלייגט די טאבאק פושקע וואס ער האט באקומען פאר דרשה געשאנק, די קאליר פון די בעקישע פון די כלה'ס ברודער ביי איר חתונה, און אפילו וואס ער האט גערעדט מיט איר די נאכט פון די חתונה. אין קורצן, ער האט געגעבן אלע נויטיגע סימנים, עס איז שוין נישט געווען קיין צל של ספק אז דאס איז דער פארלוירענע משה חיים.

ר' יהושע'לע קאמינקער האט באפוילן מען זאל אים אויפהאלטן דארט אין קרעניץ, און ער האט געשיקט מודיע זיין פארן מחותן ר' צמח אז זיין משה חיים איז דא געזונט און פריש, און ער וויילט יעצט אין קרעניץ.

ר' צמח איז געקומען צו פארן, און אנקוקנדיג דעם פארשוין וואס האט זיך פארגעשטעלט אלס משה חיים, האט ער תיכף געזאגט אז דאס איז נישט זיין זון. לויט זיין אויסזעהן איז ער נישט זיין משה חיים, ווייל זיין משה חיים האט געהאט אזעלכע קריצן אויף זיין קאפ נעבן די שטערן, און דער פארשוין האט עס נישט. און אויך האט משה חיים געהאט א גלאטע פנים, ווידעראום דער יעניגער האט א פנים פול מיט קריצן.

ווען מען האט געפרעגט דעם באטרעפנדן אליינס, וואס איז פשט אז זיין פנים זעהט אויס אנדערש. האט ער גענטפערט, אז במשך די יארן וואס ער האט ארום געוואנדערט, איז ער אמאל קראנק געווארן אויף א בלאטערן מחלה, און די קריצן אויף זיין פנים איז צייכענעס וואס איז אים געבליבן פון יענע מחלה. איינמאל האט ער געזאגט אז בשעת זיין קרענק איז ער געווען אין די אידישע שפיטאל אין בריסק, און א צווייטע מאל האט ער געזאגט אז ער איז געווען אין שפיטאל אין ביאלאסטאק.

מען האט גובה עדות געווען. טייל האבן אים דערקענט אלס משה חיים, און א טייל האבן אים דערקענט אלס יאשע קאלב פון שטאט קראסניבראד.

יאשע קאלב, איז געווען איינער פון שטאט קראסניבראד וואס האט חתונה געהאט און זיך גע'גט. און דער פארשוין וואס מען האט געטראפן מיט די בעטלערס, האט פאר מאנכע פארציילט אז ער איז יאשע קאלב, און ער האט איבערגעגעבן דעטאלן פון יאשע קאלב'ס פערזענליכע פריוואטע לעבן, וואס נאר די ריכטיגע יאשע קאלב האט געקענט וויסן.

איינער וואס האט קודם געוואוינט אין שידלאווצע און נאכדעם האט ער זיך געצויגן קיין קראסניבראד, האט פארציילט אז ער האט גוט געקענט דעם משה חיים און ער האט באמת אויסגעזעהן זייער ענליך צו דעם יאשע קאלב פון קראסניבראד, סיי און געשטעל און סיי אין פנים. אבער זענען געווען מענטשן וואס האבן אים דערקענט אלס משה חיים, און לעומת זה זענען געווען וואס האבן אים דערקענט אלס יאשע קאלב.

און די עיקר פראבלעם איז געווען, אז דער פארשוין אליינס, האט איינמאל געזאגט אז ער איז משה חיים, און איינמאל אז ער איז יאשע קאלב........ ער האט ארומגעדרייט לויט זיין גוסטע, איין טאג איז ער געווען משה חיים, דער פארלוירענע מאן, און געגעבן אלע סימנים, און א צווייטן טאג איז ער געווארן יאשע קאלב, און דארט אויך אנגעגעבן אלע ריכטיגע סימנים.

איז דא געווארן א ריזן שאלה, ווער איז דער פארשוין ? איז ער משה חיים ? צו איז ער יאשע קאלב ?

די מעשה מיט דעם יאשע קאלב איז געווען אזוי. ער איז געווען אן אייניקל פון איינעם מיטן נאמען רפאל פון קראסניבראד, דער זיידע פלעגט מיטנעמען דעם אייניקל יאשע ווען ער פלעגט אוועקפארן. איין מאל אונטערוועגנס האט זיך דער זיידע אויפגערעגט אויפן אייניקל און ער האט אים אנגעשלאגן. דער אייניקל – יאשע קאלב, איז אנטלאפן פון אים, און ער איז פארשוואונדן. נאך א תקופה האט דער זיידע ווידער געטראפן זיין אייניקל אין בולגערייא און ער איז אהיים געגאנגען מיט אים.

דער פארשוין וואס האט געזאגט אז ער איז משה חיים האט פארציילט אזוי, אז נאכדעם ווי דער יאשע איז אנטלאפן פונעם זיידן, האט דער זיידע אים – משה חיים – געטראפן אין א שטעטעלע, האט ער אים אפירגעהאלטן, דו ביסט מיין אייניקל יאשע, וואס ביסטו אנטלאפן פון מיר ? איך האב דיר איינמאל געשלאגן לויפסטו שוין אוועק ? קום אהיים מיט מיר. און ער האט אים אנגעכאפט מיט געוואלד און אהיימגעטראגן צוריק קיין קראסניבראד. נאכדעם האט דער זיידע א שידוך געטון מיט דעם משה חיים\יאשע קאלב, אבער ער האט זיך נישט פארטראגן מיט זיין ווייב, איז ער אנטלאפן, נאך אפאר יאר האבן אים מענטשן פון קראסניבראד געטראפן און מען האט אים צוריק אהיימגעברענגט צו גט'ן זיין ווייב. און ער האט דארט גע'גט זיין ווייב וואס ער האט חתונה געהאט זייענדיג יאשע קאלב, אבער באמת איז ער משה חיים...

אין שו"ת מאורות נתן פון לימנובער רב איז דא א תשובה
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=81

אין שו"ת מנחת אלעזר ברענגט ער א תשובה פונעם זיידן דער שם שלמה
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=61

אין ספר דרך המלך אויף רמב"ם. (אין די הערה)
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=68

אין בית יצחק איז דא א תשובה, איך האב עס נישט געטראפן אויף היברו בוקס

אין שו"ת מהרי"א הלוי פון לעמבערגער רב, ר' יצחק אהרן איטינגא איז דא א תשובה
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 56&hilite=

אין שו"ת דבר אליהו פון ר' אליהו לערמאן, רב אין וואנוואליץ איז דא א תשובה. (דרך אגב, איז דאס דער וואנוואליץ וואו מען האט געליינט פורים די מגילה ביום ט"ו ? )
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 69&hilite=

(די אלע מקורות, קרעדיט: הראשון לשושלת בריסק)


מתוך די תשובות קומט ארויס נאך פארשידענע דעטאלן צו די מעשה. יעדער איז מכובד צוצולייגן נאך פרטים און אנעקדאטן צו דעם אינטערסאנטן געשיכטע.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ישר כח הרב "סאדע באטל" פאר די הערליכע היסטארישע באשרייבונג.

עפעס איז די שינאווער רב אויך געוועהן פארמישט דערין
כ'ציטיר פון א אנדערן אשכול

והוא פלאי האט געשריבן: עס איז באקאנט א מעשה אז דער בעלזער רב ר' יהושע'לע איז אריינגעקומן צום שינאווער רב, און דער שינאווער רב האט געהאלטן אינמיטען לערנען חק, און ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט צו אים, שפעטער האט ער זיך פארענטפערט פאר ר' ישכר דוב, (ויש בזה סיפור ארוך ואכ"מ רק הנוגע לענייננו), אז ער איז יעצט צוריקגעקומן פון ארומפארן צוליב פרשת משה חיים\יאשע קאלב, און עס האט זיך כסדר געמאכט טירדות אז ער האט נישט געקענט לערנען, און ער האט זיך מקבל געווען אז ער גייט לערנען חק יעדען טאג בלי הפסק
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

ישר כח הרב סאדע
סתם נייגעריג וואס איז געווארען צים סוף מען האט זיך פארלאזט אויפען גט צי נישט?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7977
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לויט ווי איך געדענק האט זי נישט חתונה געהאט נאכאמאל.

אן אמת'ע דאנק ר' ווישי וואסער פלעשל פאר'ן אראפברענגען אט די שטורמישע פרשה וואס האט בשעתו אויפגערודערט דעם גאליציאנעם, פוילישן און אונגארישן אידענטום. הערליך באשריבן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בילד ביטע...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קרעמער האט געשריבן: בילד ביטע...


העי, גילוי...
ער האט הפנים געהאט מער ווי איין ניק... משה חיים ... יאשע קאלב... דארפסט נאך א בילד?...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

א עכטע בילד פון אים, צווייפל איך צו עס איז דא.

אבער אקטיארן וואס שפילן משה חיים - יאשע קאלב איז דא גאר גאר אסאך.... עס איז געווען עטליכע שפילן אין טיאטער אפשפילנדיג די געשיכטע...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' אברהם י' טווערסקי האט געשריבען א ביכעל וועגען זיין זיידע ר' מאטעלע הורניסטייפלער זצוק"ל.
און דער ביכעל איז דא א פרק איבער דער פרשה פון יאשע קאלב.
ער שרייבט וואס ער ווייסט פון זיין משפחה אז ר' מאטעלע ז"ל האט געהאט געשריבען א תשובה אז ער האלט אז דער גט וואס 'משה חיים' האט געגעבען פאר די 'יענטעלע'איז א גוטער גט וועגען געבען א גט און דער נאך האט ער אוהר געשוקט א פריוואטע מעסעדש פאר די 'יענטעלע' אז זי זאל נישט נאכאמאל חתונה האבען מיט דער גט

איך שטעל דא די עטליכע בלעטער פונעם ביכעל
אטעטשמענטס
zrm0.jpg
zrm0.jpg (21.03 KiB) געזען 7452 מאל
zrm1.jpg
zrm21.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

המשך
אטעטשמענטס
zrm22.jpg
zrm31.jpg
zrm32.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

לעצטע חלק
אטעטשמענטס
zrm4.jpg
the SCY is the limit
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

scy4851 האט געשריבן: הרב ספרינט,
זיי מסביר וואס די ווילסט מרמז זיין מיט דו צוויי תגובות.
עס זעהט נישט אויס אז עס האט שייכות מיטען נושא פון אינזער אשכול.


גערכט טעות לעולם חוזר
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואלט געקענט אזא מעשה פאסירן היינטיגע צייטן?

איך מיין, איך גיי אריין אין גרויסן סאטמארן שול און איך זעץ מיך אוועק אויפן אויבן-אן טענה'נדיג חי וקים איך בין דער סאטמאר'ער רבי.
ס'וועלן זיין מענטשן וואס וועלן מיך דערקענען אלס סאטמאר'ער רבי און ס'וועלן זיין אנדערע וואס וועלן מיך דערקענען אלס פאפא'ער רבי, איז דאס א מעגליכקייט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קענסטו בעסער מסביר זיין דיין שאלה?
טעאריעס וואס איז דארט געווען בפועל איז געווען בשעתו אסאך
אבער גדולי ישראל, עיין בהתשובות לעיל, האבען זיך נישט געפארעט מיט קיין נארישקייטן,
וידוע אז דער שינאווער רב האט געהאט זיין סברא וואס איז געשען בפועל נאך ארום פארן א לאנגע צייט, (ועד כדי כך אז ער איז אנגעקומען קיין בריסק-ווי דער פארשוין איז געווען אין שפיטאל)
אז צוויי מענטשען האבן ענליכקייטן הערט מען כהיום אויך, אז א מענטש ווערט פארעלטערט און באקומט פאקען הערט מען אויך.
ויש השערה, שבפעם השני כשנתחתן כיאשע קאלב (היינו אחר שזקינו מצאו, שהי' קצת מטורף) הי' באמת משה חיים,
למה זה תשאל לשמי...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שוועמל וואס פארשטייסטו נישט לדוגמא דו זאלסט יעצט עפענען א נייע ניק מיט'ן נאמען "זעמל" און טענה'ן אז דו ביזט "שוועמל" און דערנאך צוריקשרייבן מיט דיין אלטע ניק אז דו ביזט נישט "זעמל".........
hotwire
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 08, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hotwire »

בספר שו"ת צבי תפארת ב"כ שהופיע לאור לאחרונה ובו לוקטו גם תשובות אביו השם שלמה, הדפיסו מחדש את התשובה בתוספת הערות וכו'
hotwire
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 08, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hotwire »

גם ידוע הסיפור אז שהרב משינאווא נסע אז לבריסק ונפגש עם אב"ד העיר ר' חיים שקבלו בכבוד גדול, ולפי גירסא קבלו עם נרות דולקים, וכששמע מהרב משינאווא שרוצה לנסוע פנימה יותר בערי ליטא מנע בעדו, כי פחד שלא יכבדוהו לפי כבודו הרם
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

ממו''ר הרה''צ רשי''ש רבין הלברשטאם מצישנוב-טאמאשאוו שמעתי שאע''פ שהרה''ק משינאווא זצ''ל סבר שהוא משה חיים והגט כשר לכתחילה . אך כדי שלא יאמרו חסידי ס........ שלהרה''ק מקאמינקא יש נכדים ממזרים ביקש אותה שלא תתחתן ובזכות זה הבטיח לה אריכות ימים וכן הווה שהאריכה ימים עד המלחמה .וע''כ בהיתר מאה רבנים- גט של בא.... ומע.... הכניס את עצמו הרה''ק משינאווא
בכל גופו להתיר . כדי שלא יאמרו והדברים ארוכים
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

רבבה האט געשריבן: חסידי ס........ מהו? גט של בא.... ומע.... מהו?
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

על הראשון, מן הסתם הכוונה של רבבהעל סאנדז . . .

על השניה, בהראשון היה צריך לרמוז וויש.... שאז עוד טרם נתקבל לרב ב'בא...

וכבר כתבתי פעם,
ביקסאד האט געשריבן: דא
עיינו בשו"ת באר משה [ירושלימסקי] ח"ב שיו"ל ע"י מכון ירושלם

כמו"כ יש שמה כמה תשובות אודות הגט מהרב"צ מ'באבוב מבת הקדושת נפתלי מ'מעליץ.
ועמך כולם צדיקים
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

ביקסאד האט געשריבן: על הראשון, מן הסתם הכוונה של רבבהעל סאנדז . . .

על השניה, בהראשון היה צריך לרמוז וויש.... שאז עוד טרם נתקבל לרב ב'בא...

וכבר כתבתי פעם,
ביקסאד האט געשריבן: דא
עיינו בשו"ת באר משה [ירושלימסקי] ח"ב שיו"ל ע"י מכון ירושלם

כמו"כ יש שמה כמה תשובות אודות הגט מהרב"צ מ'באבוב מבת הקדושת נפתלי מ'מעליץ.

מיין פריינט ר' ''בי''קסד נישט געטראפען . אפריילעכען תמיד
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

רבבה, ס.... = ס"ג?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וואזשע דען, ומילתי היתה אמורה בלשון ס"נ.
ועמך כולם צדיקים
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

hotwire האט געשריבן: גם ידוע הסיפור אז שהרב משינאווא נסע אז לבריסק ונפגש עם אב"ד העיר ר' חיים שקבלו בכבוד גדול, ולפי גירסא קבלו עם נרות דולקים, וכששמע מהרב משינאווא שרוצה לנסוע פנימה יותר בערי ליטא מנע בעדו, כי פחד שלא יכבדוהו לפי כבודו הרם

ריכטיג, אין י"ג אורות פארציילט ער וועגן דעם.

---

יישר כח פאר סאדע באטלפארן עפענן אזא שיינעם היסטארישן אשכול. תשוא"ח חן לך.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

hotwire האט געשריבן: גם ידוע הסיפור אז שהרב משינאווא נסע אז לבריסק ונפגש עם אב"ד העיר ר' חיים שקבלו בכבוד גדול, ולפי גירסא קבלו עם נרות דולקים, וכששמע מהרב משינאווא שרוצה לנסוע פנימה יותר בערי ליטא מנע בעדו, כי פחד שלא יכבדוהו לפי כבודו הרם

נישט ר' חיים, נאר דער פאטער דער בית הלוי.

דער בית הלוי האט באגלייט דעם שינאווער רב מיט בגדי שבת.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

י"ג אורות
אטעטשמענטס
Yoshe Kalb - Moshe Chaim 01.jpg
Yoshe Kalb - Moshe Chaim 02.jpg
Yoshe Kalb - Moshe Chaim 03.jpg
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”