גדר מתעסק לגבי מלאכת שבת
באמת וואלט איך געדארפט צוגיין צום ספרים שאנק און זיך זעצן דורכטוהן די הלכה, נאר היות כ'זיץ יעצט דא פארנט פונעם קאמפיוטער וועל איך פארלייגן דא מיין שאלה.
ווען איינער גייט אריין שבת אין א טונקעלע צימער און פון "געוואוינהייט" גיט ער א צינד אן די לייט סוויטש, מה דינו? א שוגג צי א מתעסק?
ס'הייסט מ'רעדט נישט דא פון איינעם וואס האט פארגעסן א ס'איז שבת אדער אז אנצינדן א לייט איז א מלאכה אסורה. גאנץ מעגליך אז ניטאמאל האט ער אזוי וויכטיג געדארפט די לייט. נאר פשוט אזוי איז די געוואוינהייט אין די וואכן ווען מ'קומט אריין אין א טונקעלע צימער צינד מען די ערשטע זאך אן די לייט און יעצט אום שבת זייענדיג פארטראכט האט ער עס פון געוואוינהייט אויס אנגעצינדן. זאג איך אז למעשה ווען ער וואלט יענע רגע געדענקט אז ס'איז שבת וואלט ער עס ווען נישט אנגעצינדן און דעריבער הייסט ער א שוגג, אדער זאג איך אז למעשה וויבאלד ער האט נישט פארגעסן אז ס'איז שבת נאר ער איז פשוט געווען פארטראכט הייסט ער א מתעסק?
די נפק"מ למעשה וועט כאפן צי מ'מעג הנאה האבן פון די מלאכה. און צי ער ברויך א כפרה.