חתימות הקדשות הערות והגהות אין אלטע ספרים
איבער ספרים און מחברים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
חתימות הקדשות הערות והגהות אין אלטע ספרים
טויזענטע אלטע ספרים דרייען זיך היינט, צווישן זיי הונדערטע הונדערטע וואס פארמאגען חתימות, הקדשות, און סתם הערות אדער נאטיצען אויף די גליונות פון פארענט אדער צום סוף. אפט מאל ווערט פארוואלגערט צווישן זיי פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות'לעך בעקיפין.
איך האב זיך דערטראכט צו עפענען א אשכול ארויף צו ברענגען קאפיעס פון פארשידענע אינטערעסאנטע אזאלכע הערות'לעך וכדו', מיט האפענונג אויף דאפעלטע תועלת: א) דער ליינער קען טרעפען פארשידענע נעמען צווישן די חתימות וואס ער וועט דערקענען דארט זיינע זיידעס, פעטערס, משפחה מיטגלידער, רבני'שע גזע וכדו', וואס קען ברענגען תועלת. ב) דער ארויפברענגער קען באקומען הילף פון די ליינער אין אנטדעקען פארשידענע חתימות און מפענח זיין ידיעות איבער דעם בעל החתימה וכדו'.
בקיצור זה נהנה וזה נהנה
איך הייב אן און איך לאדען אייך אלע איין הערצליך זיך משתתף זיין און העלפען בויען דעם אשכול
איך האב געפונען היינט צווישן מיינע אוצרות א ספר דברי שלמה מר' שלמה מעהר אבד"ק בראיולוב דפוס מאראמאראשסיגעט תרסו
עס האט אויף זיך די חתימה: 'משה טייטלבוים מ' סיגהעט' 2 סארטן זיגלעך
מעבר לדף השער שטייט ווי פאלגענד: 'נתתי מתנת משמ"נ? להב' המופלג כמר משה שטאקהאמער נ"י מלערדענא, מנאי הק' משה טייטלבוים א' ויק"פ פה סיגעט יע"א תרצ"א לפ"ק"
און דערנאך א נאטיץ פון דער מקבל י. משה שטוקהמר אז ער האט דאס באקומען מיט חרוזים וכו' - כאשר עיניכם תחזינה מישרים
ווי עס שיינט רעדט מען דא פון הרה"ק בעל ברך משה זצ"ל, פאר שטאקהאמער וואס איז געווען א עסקן פאר אגודת ישראל נאכן קריג (לויט א שנעלע זוכעניש אין גאגעל) [מעגליך דער טאטע פון הרב אבישי?]
איז דאס טאקע די חתימה פון ברך משה?
איך בעט פון די ליינער מעיין זיין אין די קאפי, און זיך לאזען הערן זייער מיינונג און ידיעות

- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5400
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

זאמלאער א גוטע נושא, עס קען זיין גאר איטערעסאנט, עס איז דיר ארויסגעפאלן די "מ" פון די ווארט מתנת ביים טייפען קענסט עס פארעכטן מיט א קוועטש אויפן פאריכט קנעפל און א קנאק אויפן קיבארד.
די וועלט זאגט במקום שאין מאשקע איז סושי נישט קיין פיש, וועל איך ניצען זיין סלאגאן עס ווערט נייטוג געזוכט א באס צוריק צום נושא אבער שוין איצט.

דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
למעשה, קען נאך איינער באשטעטיגען אז דא רעדט זיך פון חתימת הברך משה?
איך גיי ווייטער, אבער דאך מוכן צו הערן ידיעות פון די חברים איבער די פריערדיגע
די פאלגענדע אויפשריפט האב איך געפונען אין דעם ליידיגען בלאט פון אנהויב פון ספר 'חבת ירושלים' מר' חיים הלוי הורוויטץ (דפוס תרצ"ג סאטו-מארע):
ב"ה זה הספר שייך להב' מנחם מענדיל טויב א' תבא תרצ"ז נתנה לו {לי?} אמי {אמו?} הרבנית הצ' תחי', אויך א זיגעל ווי פאלגענד מנחם מענדל טויב בהגה"צ מראזלי ז"ל מארגיטא
אויך צום סוף ספר שטייט: זה הספר נתן לי אמי הצדיקת הכשרה הק' מנחם מענדיל טויב בן הצדיק אב"ד דק"ק ראזלא והגליל זצ"ל
ווי עס שיינט רעדט זיך דא פון דעם היינטיגען קאליווער רבי פון א"י שליט"א. איך בין נישט צו באקאנט מיט די גזע.
ווער עס קען צולייגן קלארקייט וכדו' ווערט געבעטן צו קאמענטירן
דא איז א קאפיע פון ערשטן בלאט

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36815
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- ביקסאד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע:נעבן סאטמאר
זאמלער האט געשריבן: די פאלגענדע אויפשריפט האב איך געפונען אין דעם ליידיגען בלאט פון אנהויב פון ספר 'חבת ירושלים' מר' חיים הלוי הורוויטץ (דפוס תרצ"ג סאטו-מארע):
ב"ה זה הספר שייך להב' מנחם מענדיל טויב א' תבא תרצ"ז נתנה לו {לי?} אמי {אמו?} הרבנית הצ' תחי', אויך א זיגעל ווי פאלגענד מנחם מענדל טויב בהגה"צ מראזלי ז"ל מארגיטא
אויך צום סוף ספר שטייט: זה הספר נתן לי אמי הצדיקת הכשרה הק' מנחם מענדיל טויב בן הדיק אב"ד דק"ק ראזלא והגליל זצ"ל
ווי עס שיינט רעדט זיך דא פון דעם היינטיגען קאליווער רבי פון א"י שליט"א. איך בין נישט צו באקאנט מיט די גזע.
ווער עס קען צולייגן קלארקייט וכדו' ווערט געבעטן צו קאמענטירן
שושלת קאלוב
ועמך כולם צדיקים
איך האב געטראפן אינעם ספר דברי שלום על התורה מאת הרב שלום גאלדענבערג ז''ל אז חברה קנין ספרים פין שאמלוי געט עס א מתנה פאר החתן בנש''ק חתן בן הרב הגאון אב''ד דפה שאמלוי יע''א כש''ת מו''ה חיים האלבערשטאם שליטא ע''י הגבי יקותיאל יודא ווייס ווער עס האט ידיעות איבער דעם בן הרב אדער דעם חתן ביטע זיך לאזען הערן דא
איך האב אויך אנגעפרעגט אין 'על הצדיקים'
viewtopic.php?p=373769&sid=0d90f1fdce8ae0f13b5de9fe8377eac7#p373769

זאמלער האט געשריבן: ידידינו הרב מילער והרב בן הרחמן, הערצליכע דאנקן פאר אייער הילף
און אז מיר האבען שוין יא די זכיה צו האבען דא הרב מיללער'ן, לאמיר אייך ארויף ברענגען דא א חתימה פון אן אלטען הרב מיללער, הכר נא איז דאס פילייכט אייער זיידע וועמען איר זענט ממלא מקום?
חתימת 'ר' עמרם ישי מיללער אב"ד מיליאגד באראד והגלילות'
זעה דא:
viewtopic.php?p=190686&sid=5b0b48fbeef05661d4c9114495fcb1ce#p190686
ווי דער ר' עמרם ישי באשרייבט אלס בחור די פרעשבורגער ישיבה
הוא היה בן האב"ד פעטראשאני ונכד ר' עמרם ישי בילליצער אב"ד סערענטש
זאמלער
א פיינער אשכול
אקעי צוריק צום נושא
די כת"י קוקט שטארק אויס צום ברך משה'ס כת"י
דער ר' עמרם ישי מיללער איז א זון פונעם פעטריזשאנער רב ר' אנשיל מיללער וואס זיינע קינדער האבן ארויסגעגעבן פון אים די "עולמו של אבא"
ר' אנשיל איז געווען א איידעם פון סערענטשער רב ר' פינחס הלוי בילליצער מח"ס גבעת פינחס
א זון פון ר' עמרם ישי בילליצער וואס הרב "מילער" האט דערמאנט
בליקנדיג אזוי אין דעם ספר גבעת פינחס זע איך דערמאנט דער מו"ל ר' יששכר דוב בילליצער (נ"י ?ז"ל?) טאקע דעם ר' עמרם ישי מיללער "וביראת הכבוד אזכיר את מורי ורבי המובהק ה"ה הרה"ג רבי עמרם ישי מילער הי"ד האב"ד מעזו-טעלעגאד (בנו של הרה"ג בעל לחם אשר) שלמדתי בישיבתו הרמה".

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודע האט געשריבן: זאמלער
"די כת"י קוקט שטארק אויס צום ברך משה'ס כת"י
א דאנק אייך מי יודע דאס האב איך באקימען אין אישי וואס באשטעטיגט אויך דאס
.
כ'האב איבערגעגעבן פאר די עורכים פון ספר "ומשה היה רועה" די קאפי וואס די האסט ארויפגעלייגט ווי מען זעהט די חתימה פון מרן בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל וואס ער האט גע'חתמ'עט אויף א ספר נאך אלץ בחור, זיי האבן מורא'דיג הנאה געהאט דערפון.
אז דו האסט נאך פון רבי'ן בעל ברך משה לייג עס ארויף להנאת הציבור
דרך אגב איך האב א ספר מיט די חתימה פון ר' אפרים הלוי בילליטצער דומ''ץ דק''ק בעטלען ער שרייבט קבלתי במתנה מתלמידי הבחור הנחמד כמר אברהם פייג נ''י מביטשקעב
וואס איז די שייכות מיט דעם סערענטשער רב ר' פינחס הלוי בילליצער אין ר' עמרם ישי בילליצער
- אברהם שלמה
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
- פארבינד זיך:
יישר כח זאמלער פאר די חתימה פון ר' אפרים הלוי בילליטצער.
פון א אבארבנל על התורה ד5339
איך קען בלויז לייענען די ווערטער; לחודש שמרבי בו שמחה הוא אדר

http://lichtensteinheritage.blogspot.com
" onclick="window.open(this.href);return false;
מי יודע האט געשריבן: ר' אפרים בילליצער איז דער זון פון ר' פינחס בילליצער הנ"ל, ר' אפרים האט איבערגעלאזט א געוואלד מיט ספרים וואס א גרויס חלק איז נאכנישט געדרוקט
דוכט זיך ער איז אוועק ביי די מלחמה
הוה היה חתנו של ר' יהודא ליכטענשטיין אב"ד בעטלאהן בנו של ר' יעקב קאפל ל"ש אחיו של ר' הילל מקאלאמייא זצ"ל, שימש כדיין בעיר בעטלאהן ונספה בשואה חיבר ספרי 'יד אפרים'.
הנה תמונתו בהבלוג של אברהם שלמה יקירינו:
http://lichtensteinheritage.blogspot.co ... html#links
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע:אויפן רעקליינער
אברהם שלמה האט געשריבן: יישר כח זאמלער פאר די חתימה פון ר' אפרים הלוי בילליטצער.
פון א אבארבנל על התורה ד5339
איך קען בלויז לייענען די ווערטער; לחודש שמרבי בו שמחה הוא אדר
די ערשטע שורה שטייט =[ספ]ר נחמד קניתי מן הר"ר הירש מאריססעל?
צווייטע שורה כנ"ל= לחודש שמרבי' בו שמחה הוא אדר
דריטע שורה =שנת? תק"ד\ה ל'[פ"ק] הק' דוד ב"ר אשר ז"ל
פערטע שורה איז לכאורה א נאמען פון א שטאט נאר צוויי אותיות זענען אביסל אפגעמעקט קען איך נישט אויסליינען, אפשר א קלארערע און פארגרעסערטע בילד וועט העלפן צצו בעסער זעהן.
- אברהם שלמה
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
- פארבינד זיך:
א גרויסער יישר כח בן הרחמן אין זאמלער! איך וועל ב"ה שטעלן א פארגרעסערטער בילד.
עמעצער ווייסט ווי פיל אזא ספר איז ווערט? ביטע ענטפער בפרטי.