פשוט'ער אידל האט געשריבן:
ביי להשיג. און שוין געלאכט א גוטס פון פראדאקטיוו אויך געהערט די פריוויוס און די וועכנטליכע אינטערדוקשנס בין איך איינמאל אריינגעפאלן.
איך זאג נישט, ס'אפשר בעסער פון גארנישט. (פאר די ערשטע חודש דערנאך זיכער).
נו אז דו ביסט נאר געווען ביי להשיג וואס רעדסטו אויף פראדאקטיוו??
איך בין געווען ביי להשיג פאר פיר יאר צוריק, און איך נוץ נאך ביז היינט אין די ביזנעס - טאג טעגליך - די טאאלס וואס איך האב מיר דארט איינגעהאנדלט, און איך האב עטליכע חברים וואס זענען געווען דארט, און האבן זייער שיין מצליח געווען אדאנק די קורסעס.
Professional bookkeeping for your small business [email protected]| 347-708-2079
פשוט'ער אידל האט געשריבן:
בבקשה, הערט אויף רעדן אין די וועלט אריין. איך קום שוין פון דארט. מ'קען זיך נישט טוישן פון קורסן. עבודת המידות איז עמוק עמוק. די אלע שיעורים זענען אויבערפלעכלעך, און בלא בלא בלא.. זיי לערנען אפשר א גוטע קאווער אפ (ביז די קאץ פארגעסט וויאזוי צו שפילן דעם געים..)
מ'טוישט זיך נישט פון קורסען, מ'טוישט זיך פון ארבעטן און נוצען די טאלס וואס מ'גיבט דיר דארט. יעדע ארבעטער און סיי וועלכע פעלד באקומט א טרעיניג קורס ווען ער הייבט אן די דזאב, א מלמד, מגיד שיעור, גייט געווענטליך אדורך א סעריע חיונך שיעורים (מלאכת שמים וכדומה) ווען ער הייבט אן זיין קאריער, קענסטו זאגן די זעלבע זאך, וואס איז ווערט די אלע קורסעס? מ'טוישט זיך ממילא נישט. הצד השוה שבהן איז אז ביי די קורסעס גיבט מען דיר מהלכים, מ'לערנט דיר אויס וויאזוי דו קענסט מצליח זיין, די איבריגע איז תלוי אין דיר, אויב און וויאזוי די וועסט עפלייען וואס מ'לערנט דיר. און ביי להשיג ווייס איך קלאר אז ער מאנעטערט דיין פראגרעס בשעת די 12 וואכן, און אויב ביסטו ממשיך מיט די מהלכים ביסטו מצליח. איך בין געווען דארט, מיט עטליכע חברים. אונז האבן אלע הנאה געהאט, און נוצן נאך די טולס 4 יאר שפעטער.
Professional bookkeeping for your small business [email protected]| 347-708-2079
משיח האט געשריבן:
איך בין געווען ביי להשיג פאר פיר יאר צוריק, און איך נוץ נאך ביז היינט אין די ביזנעס - טאג טעגליך - די טאאלס וואס איך האב מיר דארט איינגעהאנדלט, און איך האב עטליכע חברים וואס זענען געווען דארט, און האבן זייער שיין מצליח געווען אדאנק די קורסעס.
איך האב גערעדט פון פראדאקטיוו און עס איז דא גרויסע חילוקים פון להשיג און פראדאקטיוו .
אפשר קען איינע משלנו וואס זאגן אז מען האט גענוג קאנפידענס צו אריינרעדן.. פארלייגן איינע די טענות/שאלות וואס ווערן דא דערמאנט.. און טשעלענגען די בעל הפראדאקטיוו
הרבה עשו כן ולא הצליחו, אין חבוש מתיר עצמו, כאטש ס'מאכט אייביג עפעס א שינוי לטובה, קומט דאס נישט צו אפס קצהו ווען די זעלבע געדאנקן ווערן פראקטיצירט אין א גרופ סעטינג, אויב ס'איז א גוטע מהלך, מיט פראפעשנעל גייעדענס.