ווי עס שיינט איז ער אויך א תלמיד פון הרב משה לייב האגער פון אר"י. איך האב געזען זיינע מודעות שוין מיט א לאנגע צייט צוריק, איצט איז ער נאכאמאל אנאנסירט?
אין די טעג קומט פאר אזא סארט שיעור אין וויליאמסבורג, דורך הרב אשר יונה הורוויץ בן ר' אביש מספינקא.
ביטע פארגלייך נישט הרב הגאון ר' יצחק אלעזר'ס שיעורים צו די אנדערע, ביודעי ומכירי קאמינא, ר' יצחק אלעזר'ס שיעור איז אן עכטע יסודות'דיגע זאך, נישט. קיין 'הייסע לופט' באלון...
א ראי' וועסטו האבן אז פון רי"א שיעור וועט קיינער נישט ארויסקומן 'היי'...
חוץ מזה בין איך מוחה אויך דעם אנרופן רי"א אן אפערטוניסט.
דער דריטער, ר' שמואל דוד, פלעגט טאקע צוגיין צום עמוד, און שמועסן מיט די מתפללים אין ביהמ"ד, אבער האט זיך "קיינמאל" נישט אויפגעשטעלט רעדן ברבים, אפילו נישט אין ביהמ"ד ווי ער האט יעדעם געקענט, אין די צייט וואס ס'פלעגט זיין איינגעפירט אז די מתפללים רעדן ביי די ראש חודש סעודות, יארצייט סעודות וכדומה. פארגאנגענעם זומער, איז ער געווען די טשערמאן ביי די דיננער פון זיין זוהנ'ס תלמוד תורה...
די אלע דריי אידן קען איך פערזענליך, און דאס איז נאר איין פרט אויף וואס מ'ארבעט דארט.
איך האב זיך שוין געהאט פארבינדען מיט די מכון זיך איינצושרייבן, נאר ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז איך וועל ברויכען פארפעלן עטליכע וואכן, האב איך מחליט געווען אז מ'וועט גיין קומענדיגע מאל אי"ה. אבער דו האסט שוין פארפאסט, די יעצטיגע מחזור האט זיך שוין אנגעהויבן. איך מיין אז סוף ווינטער אדער אנהייב זומער וועט זיין אי"ה נאך א מחזור. די שיעורים קומען פאר אין בארא פארק איינמאל א וואך, דינסטאג אווענט, 12 וואכן איינס נאכן אנדערען, 4 שעה יעדע שיעור.
אויפריכטיג האט געשריבן:
ווי עס שיינט איז ער אויך א תלמיד פון הרב משה לייב האגער פון אר"י.
פארשריבן האט געשריבן:
(איך בין נאכנישט געווען ביי קעען איינע פון די צוויי, און איך פלאן נישט צו גיין. נאר מיינער א באקאנטער איז געווען ביי האגער און ער איז ממש משוגע געווארן פון אים, און ער האט נישט אויפגעהערט צו רעדן דערפון פאר צוויי חדשים נאכאנאנד. ב"ה לעצטענס האט עס שוין אביסל נאכגעלאזט און מ'קען שוין רעדן פון אנדערע נושאים אויך).
ערשטענס, ר' יודל איז טאקע א תלמיד פון האגער, אבער ער איז א תלמיד המחכים את רבו במלוא מובן המילה, ער האט ארויס די נושא אסאך בעסער, און האט שוין אליין אינוועסטירט הונדערטע שעות זיך צו פארברייטערען און פארמערן זיינע ידיעות אין דעם פעלד. האגער איז געווען אויף מער א ווילדע אופן, לענגערע שיעורים אין א קורצע צייט אפשניט וכו', און קען זיין פארדעם איז אייער חבר געווען אביסל אנגעשטעקט פון אים, אבער ר' יודל איז אויף א מסודר'דיגע אופן, א תקופה פון 3 חדשים.
א חבר מיינער וואס איז געווען ביי ביידע האט דאס מיר געזאגט, אז ער האט סאך מער הנאה געהאט פון מעלבער.
אויפריכטיג האט געשריבן:
לויט וויפיל איך האב געהערט פון די שיעורים, זאגן כמעט אלע אז אלעס וועפט אויס ביז צוויי חדשים.
א חידוש וואס דו זאגסט, ווייל ביי די 3 וואס איך האב פריער פארציילט האט עס בכלל נישט אויסגעוועפט, נאר ס'האט זיי געטוישט און אויפגעבויעט אויף אייביג!
און אזויווי מי יודע זאגט גוט:
מי יודע האט געשריבן:
די שיעורים זענען נישט קיין מעזדשיק, ס'איז סך הכל א לימוד, און א לימוד אויב חזר'ט מען עס נישט וועפט עס אויס. ווערי סימפל
ס'איז נישט א שיעור וואס מ'הערט זיך צו צו א רעדנער און נאכדעם קענסטו טוהן וואס דו ווילסט. די שיעורים זענען זייער שטארק געבויעט אויף פרעקטעס, מ'דארף טוהן, סיי ביי די שיעורים טוען די משתתפים פארשידענע מיטלען וואס עפענט זיי אויף, בויעט זיי אויף וכו', און אזוי אויך צווישן די שיעורים איז דא געוויסע היימארבייט וואס מ'דארף טוהן, וואס דאס לאזט א השפעה אויף די מענטש, און "אויב מ'חזר'ט יא און מ'טוט יא, וועפט עס נישט אויס".
Professional bookkeeping for your small business [email protected]| 347-708-2079
שטארק זיך האט געשריבן:
ביטע פארגלייך נישט הרב הגאון ר' יצחק אלעזר'ס שיעורים צו די אנדערע, ביודעי ומכירי קאמינא, ר' יצחק אלעזר'ס שיעור איז אן עכטע יסודות'דיגע זאך, נישט. קיין 'הייסע לופט' באלון...
ביסט געווען ביי ביידע און מחליט געווען אז דאס איז יסודות און דאס איז א הייסע לופט באלון?
שטארק זיך האט געשריבן:
א ראי' וועסטו האבן אז פון רי"א שיעור וועט קיינער נישט ארויסקומן 'היי'...
ביטע זיי מסביר. שכועך
Professional bookkeeping for your small business [email protected]| 347-708-2079
חסרונות: עס קוראזשירט מענטשן צו טוהן פעולות וואס זיי זענען נישט געאייגענט (בעל תפילה, בעל דרשן), אריינרעדן אין נושאים וואס זיי פארשטייען נישט, אגב, נישט זעלטן אויפ'ן חשבון פון אנדערע.
ועוד, עס נעמט אוועק די נאטורליכע גדרים פון בושה און דרך ארץ ביז חוצפה ועזות, פרעמדקייט ביז היימישקייט, ניין! עס איז נישט אלץ א מעלה אז "יעדער" ראצער קען צוגיין צו "יעדעם" און רעדן פון "אלעמען".
און משיח טייערער: עס איז נאך זייער פרי צו זאגן אזא פעסטע סטעיטמענט: "עס בויעט אויף אויף אייביג", ווען דער קורס קורסירט דערווייל בסך הכל דריי יאר.
איך קריג נישט קיין קאמישען, און איך האב -דערווייל- נישט קיין שום פריוואטע נגיעות צו די שיעורים,
נאר דיינע באמבעס וואס דו ווארפסט אויף מיר, אז מאשקאוויטש איז געוואלדיג, און להשיג איז גארנישט, זענען אביסל צו איבער געטריבן.
איבער מאשקאוויטשעס שיעורים האב איך נישט קיין אהנונג, איך ווייס נישט וואס דאס איז בכלל, אויב איז דאס "שיעורים" איז דאס זיכער געוואלדיג, ווייל ר' יצחק אלעזר איז א געוואלדיגע גוטע רעדנער און מחנך, און פונקט ווי א גוטע שלום בית פארשטייער צו א מנחך נפלא וועלכע קען גוט ארויסגעבן א זאך קען געבן שיעורים אויף זיין פעלד, און קען ארויסהעלפן מענטשענס שלום בית/חינוך אויף אייביג, קען ר' יצחק אלעזר געבן שיעורים אויף א זאך וואס ער האט זיך אריינגעלייגט דערין. איך האב עס בכלל נישט אוועקגעמאכט.
איך זאג נאר אז די שיעורים פון להשיג, זענען נישט בלויז שיעורים, נאר דאס איז שיעורים מיט ארבעט, א מהלך וויאזוי צו ארויפבויען א מענטש.
די שיעורים זענען עלטער ווי דריי יאר... די יסודות און די צוגאנג וויאזוי דאס ארבעט, ווערן אויסגעארבעט און גענוצט דורך פארשידענע גרויסע קאמפעניס אין אמעריקא, זיי האבן אסאך ביכער און אנדערע מאטריאל (וואס דארט האט זיך האגער געלערנט), און עקזעסטירט שוין אסאך יאר, (און איך בין נישט זיכער אז ס'איז ווייניגער רעליווענט ווי די מקורות פון ווי הרב מאשקאוויטש נעמט זיינע סחורה)
חסרונות: עס קוראזשירט מענטשן צו טוהן פעולות וואס זיי זענען נישט געאייגענט (בעל תפילה, בעל דרשן), אריינרעדן אין נושאים וואס זיי פארשטייען נישט, אגב, נישט זעלטן אויפ'ן חשבון פון אנדערע.
ועוד, עס נעמט אוועק די נאטורליכע גדרים פון בושה און דרך ארץ ביז חוצפה ועזות, פרעמדקייט ביז היימישקייט, ניין! עס איז נישט אלץ א מעלה אז "יעדער" ראצער קען צוגיין צו "יעדעם" און רעדן פון "אלעמען".
מיינע אויבענדערמאנטע חברים זענען נישט געווען אין קיין מייזן לאך...
איינער איז געלונגענע סעילס מאן פאר א פירמע, שיין מצליח ב"ה, אין א בית המדרש פון 70-80 אידען איז נישט דא קיין סיבה אז א עוורידז יונגערמאן זאל נישט צוגיין צום עמוד וואנס אין א ווייל, אדער ווען ער מאכט א שמחה, איך האב קלאר געשריבן אז איך וואלט נישט געצאלט קיין געלט פאר א קאנצערט ווי ער זינגט, ווייל ער איז יעצט נישט פלוצלינג געווארן א הערליכע זינגער אדער חזן, נאר פשוט די ליסטע פון בעלי תפילות פון א פשוטע שבת קודש האט זיך אביסל פארגרעסערט.
דער צווייטער איז נישט געווארן א בעל דרשן וואס גייט ארום געבן פרקי אבות שיעורים אדער משא המעמד ביי א דיננער, ער איז געווען טשערמאן ביי א דיננער, און ער האט גראדע געזאגט שיינע נקודות (קען זיין א צווייטער האט פארגעשריבן. איך ווייס נישט). עס האט אים בלויז געפעלט אביסל קוראדז זיך צו עפענען.
און דער דריטער איז נישט געווארן קיין רעדנער אויף א טאלק שאו... ער האט נאר נישט קיין פראבלעם מער מיט צו שמועסן ביי א קופקע, אדער צוגיין צו א גאסט אין בית המדרש און אים מאכן פילן באקוועם.
איך דארף מיר אביסל מער אינטרעסירן אויף פרטים איך האב מיר איינגעשריבן צו גיין צו הרב מעלבערס שיעורים אויף די קומענדיגע מחזור, און איך האף אז בשם ה' נעשה ונצליח
אפשר קען מען בעטן פון די תלמידי "מכון להשיג" אז זיי זאלן -לתועלת הציבור - אבידן מיט טיילן דא פון זייער עקספיריענס, כדי אז דער עולם זאל האבן א קלארקייט וואס דאס איז.
דוב בערמאן האט געשריבן:
אפשר קען מען בעטן פון די תלמידי "מכון להשיג" אז זיי זאלן -לתועלת הציבור - אבידן מיט טיילן דא פון זייער עקספיריענס, כדי אז דער עולם זאל האבן א קלארקייט וואס דאס איז.