שרה גייט ארויס און רבקה קומט אריין.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

שרה גייט ארויס און רבקה קומט אריין.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ב"ה
מדרש חיי שרה

שטייט דער הייליגער תנא רבי עקיבה אין גרויסן בית המדרש, און ער האלט א פייערדיגע דרשה פארן גאנצן ציבור, פלוצלונג זעהט ער ווי אויגן הייבן זיך אן צו פארקלעפן, קעפלעך הייבן אן אנידערצופאלן, דער שר החלומות הייבט זיך אן משתלט צו זיין אויפן ציבור, ער האט זיי געוואלט דערוועקן, האט ער אויפגעהויבן זיין שטימע און ער האט געזאגט אזוי:

"מורי ורבותי, הערט א מעשה!" אלע קעפ האבן זיך פלוצלונג אונטערגעהויבן, די אויגן האבן זיך ברייט צועעפנט, ווער וויל דען נישט הערן א מעשה... "אסתר איז געווארן די מלכה פון אחשורוש, פארוואס פונקט זי האט זוכה געווען צו קעניגן אויף 127 לענדער? נאר די זאך איז אזוי, אסתר איז געווען אן אייניקל פו שרה וואס האט געלעבט 127 יאר, זאל זי קומען און קעניגן אויף 127 לענדער..."

וואס איז טאקע געשעהן מיט שרה ביי די 127 יאר? פארוואס איז די גרויסע צדיקת דעמאלס אוועק פון די וועלט? אט הערט.

גייט זיך א טאטע אויפן וועג מיט זיינע צוויי אויסגעמיטשעטע קינדער, זיי וואנדערן שוין אזוי אפאר טאג, דער עסן האט זיך שוין נעכטן אויסגעלאזט, און דער קריגל וואסער איז שוין אויך ליידיג, "טאטע" בעט זיך דער קליינער "איך בין דורשטיג", "און איך בין אזוי הונגעריג" לייגט דער גרויסער צו, "ווען קומט מען שוין אן צו עפעס א ישוב מ'זאל זיך קענען דערכאפן דאס הארץ אביסל.

"פונדערווייטנס זעה איך א שילד, לאמיר האפן אז ס'זאגט אן די גוטע נייעס אז מ'דערנענטערט זיך צו א שטאט, וועל איך קענען קויפן עפעס צו שטילן ענקער הינגער."

ענדליך זענען זיי אנגעקומען צום שילד, מיט גרויס אינטערעס ליינט דער טאטע דעם אינהאלט:

"קרית ארבע נאך 1 מייל,"

מיט קלענערע אותיות איז געשטאנען נאך אינפארמאציע:

"דער שטעטל ווערט גערופן קרית ארבע צוליב די פאלגענדע סיבות: 1. צוליב די 4 צדיקים וואס וואוינען דא און האבן זיך גע'מל'עט דא, אברהם, ענר, אשכול, ממרא. 2. צוליב די קברים פון די 4 פאר'לעך וואס וועלן זיין דא אינעם מערת המכפלה, אדם וחוה, אברהם ושרה, יצחק ורבקה, יעקב ולאה, 3. צוליב די בעלי בתים פונעם שטאט, פרעזידענט ארבע, און זיינע 3 קינדער אחימן שישי און תלמי, 4. צוליב דעם חשובן איינוואוינער אברהם וואס האט באזיגט די 4 גרויסע קעניגן.

"טאטי איך בין אזוי דורשטיג, ווען ענדיגסטו שוין ליינען"

"אה, מ'גיימיר שוין, אונז קומען מיר טאקע אן אויף א גוט פלאץ, אמאל איז דא געווען א גאר גרויסער הכנסת אורחים צענטער פונעם גרויסן אברהם, אבער לעצטנס האב איך געהערט האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין באר שבע, (שיטת הרמב"ן שגר אברהם בבאר שבע, משא"כ שיטת רש"י שכבר י"ב שנים קודם העקידה חזר אברהם לחברון) אבער דאך וועלן מיר קענען קויפן אין מארק אביסל עסן און טרינקען."

"טאטי, איך זעה שוין די שטאט, לאמיר שנעל גיין קויפן אביסל עסן ווייל איך בין שוין אזוי הונגעריג."

"נו, לאמיר אריינגיין אין מארק."

"אבער טאטי, פארוואס זענען אלע געשעפטן פארמאכט?"

דער טאטע איז אויך פארוואונדערט, ער קען נישט פארשטיין וואס דא קומט פאר, ס'איז אינמיטן טאג און אלע געשעפטן זענען פארמאכט, (מדרש רבה) דער גאנצער מארק איז טויט מ'זעהט ניטאמאל איין מענטש זיך דרייען דארט, וואס האט געקענט פאסירן דא? אפשר עפעס א מגיפה האט זיי אלע אומגעברענגט?"

"טאטי, דארט ווייט זעה איך עפעס מענטשן"

דער טאטע האט זיך שנעל גענומען גיין צו יענעם ריכטונג, אפשר וועט ער דארט טרעפן א תשובה אויף די מאדנע ערשיינונג.

שוין פונדערווייטנס האט ער געהערט קולות, "איך האף נאר אז איך בין נישט אריינגעפאלן דא אינמיטן עפעס א קריגעריי," האט ער געטראכט צו זיך, אבער ווען ער איז נענטער געקומען און דער קול איז העכער געווארן האט ער שוין געהערט אז ס'איז גאר א קול פון געוויין, "וואס וויינט מען דא אזוי? דער גאנצער שטאט שטייט און וויינט?! (2) וואס האט שוין געקענט פאסירן דא?"

"וואס וועט יעצט זיין מיט אונז, ווילאנג די צדיקת האט געלעבט האט אונז גארנישט געפעלט, אלע השפעות זענען אראפגעקומען דא אין שטאט אין איר זכות, וואספארא זכות וועלן מיר יעצט האבן..."

אינמיטן אלע צובראכענע שטאטסלייט שטייט אברהם אבינו, דער מאן פון די פארשטארבענע צדיקת, און ער טרייסט גאר די גאנצע שטאט, "וויינט נישט אזוי שטארק, יעדער מענטש דארף אמאל אוועק גיין פון די וועלט, אפילו די גרעסטע צדיקים גייען אויך ארויף אין זייער באשטימטע צייט צום עולם האמת."

דער דורכגייער האט גערופן אין א זייט איינעם פון די פארזאמעלטע און ער האט אים געפרעגט "וואס גייט דא פאר? וואס איז דער געוויין אזוי גרויס ווען א 127 יעריגע פרוי גייט אוועק פון די וועלט?"

"וואס ווייסטו ווער די שרה איז געווען? זי איז דאך געווען אזא גרויסע צדיקת, ניינציג יאר האט זי נעבעך געווארט אויף קינדער, און דאך איז זי אלעמאל געבליבן פרייליך, קיינמאל האט מען נישט געזעהן זי זאל ווערן צוקלאפט, (3) און דא נעבעך אזא פלוצלונג צו ווערן אוועק געריסן."

"איך בין טאקע נישט קיין חברונ'ער, אבער דאך האב איך געהערט פון די גרויסע צדיקת, דערצייל מיר וויאזוי זי איז אוועק."

"איך וויל באמת נישט פארפאסן דעם שמועס דארט צווישן אברהם מיט די בני חת, אבער אויפן שפיץ גאפל וועל איך דיר זאגן, ווייסט דאך אוודאי די מעשה ווי דער אויבערשטער האט געהייסן אברהם ברענגען זיין זון יצחק, דער וואס איז געבוירן געווארן ביי די 100 יאר, פאר א קרבן עולה, אברהם האט נישט געטראכט קיין צוויי, ער האט געזאגט פאר שרה אז יצחק גייט לערנען אין ישיבה (4) אין ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג מקריב צו זיין יצחק'ן"

"איך האב גארנישט געהערט דערפון, אזא מין מסירות נפש, און דער יצחק איז דאך שוין גארנישט קיין קליין אינגעלע, ווי איך פארשטיי איז ער שוין א 37 יעריגער בחור, ער האט זיך געלאזט?"

"איך זעה אז דו קענסט נישט דעם יצחק, צו ער האט זיך געלאזט פרעגסטו? ער האט נאך אנגעזאגט דעם טאטן אז ער זאל אים גוט צובינדן כדי ער זאל אים גוט קענען שחט'ן."

"למעשה הער איך דאך אז יצחק לעבט, עכ"פ וואס האט די מעשה מיטן טויט פון די מאמע?"

"איך וועל דיר זאגן וואס מ'שמועסט דא, דער שטן איז געקומען צולויפן צו שרה און ער האט איר דערציילט אז אברהם האט שוין גארנישט גענומען יצחק אין ישיבה אריין, ער האט אים גאר גענומען צום הר המורי' און ער האט אים ארויפגעלייגט אויף א מזבח, און ער וויל אים גאר שחט'ן פאר א קרבן, דער שטן האט זיך נאך געמאכט רחמנות'דיג, דיין יצחק'ל וויינט מיט ביטערע יללות, אבער דער טאטע זיינער וויל פון גארנישט הערן, ער גרייט זיך אים צו שחט'ן. (5)

"און וואס האט די מאמע שרה געטון דערצו?"

"זי האט נישט געוואלט גלייבן דעם שטן, איז זי שנעל געלאפן צו די ריזן, אחימי שישי און תלמי, און זי האט זיך געבעטן ביי זיי:

"איר זענט דאך גאר הויכע מענטשן, קענט איר זעהן גאר ווייט, קוקט ביטע ארום צו איר זעהט נישט ערגעץ אן אלטן מאן מיט דריי מענטשן ארום זיך"

די ריזן האבן זיך ארומגעקוקט, און איינער פון זיי האט זיך אנגערופן, "יא איך זעה זיי אויף עפעס א בארג, דער קינד ליגט געבינדן אויף א מזבח, און דער אלטער האלט א מעסער אין די האנט." (6)

איר הארץ האט עס נישט געקענט אריבערטראגן, און זי האט גלייך אויסגעהויכט די נשמה, זי האט שוין נישט געהערט אז צום סוף האט מען נישט גע'שחט'ן יצחק'ן."

"און וואס איז דער גאנצער צוזאמקום יעצט דא?"

"גלייך אינדערפרי ווי נאר אברהם האט געהערט די ביטערע בשורה איז ער געקומען צו לויפן פון באר שבע, אינטערעסאנט איז אז אפילו יעדן אינדערפרי דאווענט ער אזא הארציגן שחרית האט ער נאך היינט נישט געדאוונט, (7) . און ער איז נאר פארנומען צו טרעפן א קבר פאר זיין פרוי, לאמיר טאקע צוגיין צו די קופקע און הערן וואס דער שמועס דארט איז, אברהם רעדט יעצט."

"הערט זיך צו בני חת, איר האט זיך יעדער איינער א באזונדערע חלקה אינעם בית הקברות ווי איר באערדיגט אייערע טויטע, און אין א באזונדערע פלאץ באגראבט איר די פרעמדע וואס שטארבן דא אין שטאט, אבער איך בין דאך א פרעמדער וואס האט זיך דא באזעצט, האב איך נישט קיין שטיקל ערד וואו צו באגראבן מיין שרה, פארקויפט מיר דעריבער א שטיקל פעלד וואס איך זאל קענען מאכן דערפון א בית הקברות פאר מיין משפחה." (8)

די בני חת האבן איינשטימיג געענטפערט פאר אברהם "הער זיך צו אונזער הער, די ביזט א געטליכער פירער ביי אונז אין שטאט, מיר וועלן בשום אופן נישט נעמען קיין געלט ביי אייך צו פארקויפן א קרקע פאר א קבר, ברענג די נפטרת צום בית הקברות און מ'וועט איר באערדיגן אויבן אן דארט ווי די חשוב'סטע שרים ליגן." (9) אברהם האט אבער נישט מסכים געווען דערצו, אברהם האט שוין געהאט געלייגט אן אויג אויפן מערת המכפלה נאך ווען דער קעלבל זיינער איז אריינגעלאפן דארט 37 יאר פריער פאר די סעודה פון די מלאכים, יעצט ווען עס איז געקומען דערצו אז ער האט געדארפט באגראבן שרה אמנו האט ער געוואלט אפקויפן דעם פלאץ.

"הערט זיך איין" האט זיך אברהם געבעטן ביי זיי, "איך דארף נישט איר זאלט מיר געבן א קרקע אומזיסט, דער גביר (10) עפרון בן צוחר האט א הייל ביים סוף פון זיין פעלד, איך בין גרייט עס אפצוקויפן פארן פולן פרייז, גייט ביטע צו עפרונ'ן און בעט אים ער זאל מיר עס פארקויפן, זאגט אים אז ער וועט נישט שאדן האבן דעם גאנצן פעלד, איך דארף נישט מער ווי דעם הייל ביים עק." (11) .

"און פארוואס קענט איר אים נישט אליינס בעטן?"

"איך וועל אייך מסביר זיין, איר קענט דאך עפרונ'ן, ער האלט זיך דאך פאר א גרויסער גביר און א איש מכובד, ס'וועט אים נישט פאסן אז מ'זאל מיינען אז ער דארף צוקומען צו געלט דעריבער פארקויפט ער א שטיקל פעלד וואס איז זיינע בירושה שוין פון דורות, דעריבער אויב די חשובע מענטשן פון שטאט וועלן זיך בעטן ביי אים, פאר כבוד וועט ער עס ענדערש פארקויפן. (12) און אברהם איז טאקע געווען א גוטער מבין אויף דעם עפרונ'ן, ביים אנפאנג האט ער זיך פרובירט אהערשטעלן ווי געלט האט בכלל נישט קיין ווערט ביי אים, "ר' אברהם מאכט אייך נישט נאריש, נעמט אייך נישט נאר דעם הייל נאר דעם גאנצן פעלד אויך, (13) איך זאג אייך, איך שפיר ווי גלייך איך האב עס אייך שוין לאנג געגעבן"

"און איך בעט אייך עפרון נעמט יא דאס געלט ביי מיר, ס'ליגט שוין אין זעקל אנגעגרייט, זאגט נאר א פרייז און דאס געלט איז ביי אייך, איך האב א פלאן, אויב ווילט איר מיר דווקא געבן דעם פעלד א מתנה, וועל איך עס גערן נעמען פון אייך, אבער מיט איין תנאי, נעמט פון מיר א מתנה א בינטל געלט..." (14)

עפרון האט זיך צוגעכאפט צום פלאן... "הערט זיך צו רבי אברהם, לויט די גרויסקייט פונעם פעלד איז דער פרייז דערפון 400 גאלדענע שקלים, און מיינע עלטערן האבן עס טאקע געקויפט פאר דעם פרייז, (15) צווישן אזעלכע גוטע פריינט און אזעלכע עשירים וואס מיר זענען וואס שפילט דען אזא סכום א ראלע, לייגט אראפ דאס געלט און דער פעלד איז אייערס."

אברהם האט זיך געפרייט אז עפרון פארקויפט אים נישט נאר דעם הייל נאר דעם פעלד אויך, (16) , האט ער שנעל געשיקט ברענגען דאס געלט, "אז איר באצאלט שוין יא" האט עפרון נאכגעשריגן, "ברענג פון די גוטע געלט, די וואס אלע סוחרים נעמען אן"

"טאטי דו הערסט וואס דא קומט פאר, אזא קארגער דער עפרון, קודם רעדט ער פון גיבן אומזיסט, דערנאך דארף ער "נאר" פיר הונדערט שטיקער גאלד, און נאכדעם דארף ער שוין די טייערע געלט..."

"קינד מיינס, לערן זיך נישט אפ פון אים, ער האט א גרויס מויל, ער רעדט אסאך און ניטאמאל ווייניג האלט ער איין, לערן זיך ענדערש אפ פון דעם צדיק אברהם, דער רבש"ע האט אים צוגעזאגט אז ארץ ישראל וועט זיין זיינס, און דא דארף ער זיך אזוי בעטן צו קויפן א שטיקל ערד צו באגראבן זיי פרוי, און ניטאמאל פאלט אים ביי צו פרעגן קשיות..." (17)

דער סופר פון שטאט האט ארויסגענומען א שטיקל פארמעט און ער האט אנגעשריבן דעם שטר מכירה:

א' תשרי ב' אלפים פ"ה לבריאת העולם.
אין דעם טאג האט דער גרויסער הייליגער נשיא אלקים אברהם אפגעקויפט פון עפרון דעם פעלד מיטן דאפעלטן הייל, פון היינט און ווייטער געהערט עס פאר אברהם צו באגראבן דארט זיינע מתים פאר אים און פאר זיינע קינדער ביז אייביג.
דער פארקויפונג איז פארגעקומען פאר די אויגן פון אלע שטאטסלייט אז קיינער זאל נישט קענען קומען שפעטער מיט קיין טענות.

מיר אונטערגעשריבענע זענען עדות אויף די מכירה.
אמיגל בן אבישוע החיתי.
אליחרן בן אשונש החיוי.
עבדון בן אחירע הגמרי.
עקדיל בן אבודיש הצידוני. (18)

אברהם האט באשטעלט בעלי מלאכה זאלן צוגרייטן א קבר אינעם הייל, מ'האט אויסגעקאלעכט די ווענט, (19) און יעצט האט מען זיך גענומען צוגרייטן די גרויסע לוי'.

אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן די חשובסטע מלכים און שרים פון די גאנצע געגענט, אט איז א טיילווייזע רשימה: שם בן נח, עבר, אבימלך, ענר, אשכול, ממרא, און נאך, צום ערשט האט אויפגעטרעטן שם מיט א הארציגן הספד:

"מורי ורבותי, מיר זענען זיך צוזאמגעקומען מספיד זיין די צדיקת שרה, ווען ס'גייט אוועק אזא חשובע פרוי פון די וועלט דארף מען לאזן טרערן און באוויינען דאס וואס מיר וועלן שוין נישט האבן די זכי' זיך אפצולערנען פון אירע מעשים טובים, איר גאנץ לעבן איז נאר געווען א שטיק חסד, סיי בגשמיות וואס זי האט ארויסגעהאלפן איר מאן אברהם מיט די געוואלדיגע הכנסת אורחים, און סיי ברוחניות וואס זיי האט געזאגט שיעורים און געהאלטן דרשות מעורר צו זיין די פרויען צו גלייבן אינעם גרויסן באשעפער, דעריבער טאקע איז זייער פאסיג אז זי ווערט באגראבן אינעם מערת המכפלה.

איך וועל אייך דערציילן א סוד, ווער מיינט איר האט געבויעט דעם מערת המכפלה? אדם הראשון! פארוואס האט ער עס געבויעט? פארוואס האט ער געדארפט דווקא א דאפעלטער הייל? הערט אויס וואס ער האט געוואלט דערמיט, אדם הראשון האט זיך געמאכט א חשבון אז נאך זיין טויט קענען זיין מענטשן וואס וועלן נעמען זיין קערפער און עס מאכן פאר אן אפגאט, אזא קערפער וואס איז געקנעטן געווארן ממש דורכן אויבערשטן אליינס קען זיין אז מענטשן וועלן דינען דערצו, האט ער געגראבן א הייל אין א הייל אז מ'זאל אים גוט באהאלטן מענטשן זאלן נישט דינען קיין עבודה זרה, (20)

דעריבער איז אזוי פאסיג פאר שרה וואס האט אלע אירע טעג אויך געזוכט משפיע צו זיין אויף מענטשן נישט צו דינען עבודה זרה צו ווערן באערדיגט אינעם זעלבן הייל מיט אדם וחוה, זאל דער אויבערשטער העלפן איר זכות זאל מגין זיין פאר איר זוהן יצחק ער זאל טרעפן א גוטן שידוך, און אונז אלע זאלן מיר געהאלפן ווערן מיט וואס מ'דארף.

יצחק האט אויפגעטרעטן מיט גאר קורצע געזעגענונגס ווערטער:

"אוי מאמע, הייליגע מאמע, שרה אמנו, דו ביזט אויסגעגאנגען פון גרויס פרייד אז די האסט די זכי' אז דיין איינציגער זון לאזט זיך שחט'ן פאר רבש"ע, (21) אזא הויכע מדריגה.

מאמע, ווילאנג דו ביזט געווען אין שטוב האט דער ליכטל וואס דו האסט געצינדן פרייטאג צו נאכטס געברענט ביז דעם אנדערן שבת, ס'איז אריינגעקומען א ברכה אין די טייג, א וואלקן איז אלעמאל געווען העכערן געצעלט צו ווייזן אז די שכינה רוהט דא, ווען וועלן מיר שוין נאכאמאל זוכה זיין צו האבן אין שטוב א פרוי מיט אזעלכע הייליגע מדריגות.

מאמע, אזוי ווי אויף די וועלט האסטו זיך אזוי געזארגט איך זאל זיך נישט אפלערנען פון ישמעאל און בלייבן ערליך, בעט פאר מיר אויך אויף יענע וועלט, איך גיי יעצט לערנען אין די ישיבה פון שם ועבר, בעט פאר מיר איך זאל מצליח זיין, און העלף מיר איך זאל זיך קענען טרייסטן נאך דעם שרעקליכן פארלוסט פון אזא טייערע מאמע."

אלע אויגן זענען שוין געווען אדורכגעווייקט פון טרערן, מיט א הייליגקייט איז אברהם צוגעגאנגען צום מיטה און אנגעהויבן זיין הספד:

"באמת דארף מען נישט מספיד זיין, אויף די הייליגע שרה דארף מען נישט וויינען, זי איז נאר ארויס פון די וועלט און אריבער צום גן עדן אויף יענע וועלט וואו עס ווארט איר אפ דער גוטער שכר אויף די אלע גוטע מעשים און מצוות וואס זי האט געטון דא אויף די וועלט, בפרט אז זי האט קיינמאל נישט געזוכט קיין איבריגע הנאות אויף די וועלט, איז איר שכר געבליבן גאנץ אויף יענע וועלט.

נאר וואס דען, זי האט געהייסן שרה ווייל זי איז געווען א שר אויף די גאנצע וועלט, די גאנצע וועלט האט הנאה געהאט פון איר חכמה, וויי פאר די וועלט וואס האט פארלוירן אזא חשוב'ע צדיקת. (22) . ביי די הונדערט יאר אירע איז זי געווען אזוי ריין פון עבירות ווי א צוואנציג יעריגע וואס מען רעכנט נאך בכלל נישט קיין עבירות, און מיט דעם זכות האט זי באשיצט אויף אייך אלעמען.

זאל דער בוכ"ע העלפן אז איר זכות זאל ביישטיין פאר מיר, פאר מיין יצחק וואס קען זיך אזוי שווער טרייסט נאך די מאמע, און פאר אלע גרים וואס זענען געווען אזוי צוגעבינדן צו איר, און פאר אלע שטאטסלייט און די גאנצע וועלט.

און די לוי' האט זיך גענומען שלענגלען צום מערת המכפלה...

מקורות
1. מדרש רבה. 2. מדרש הגדול. 5 פרקי דר"א פל"ב 6. ת"ש בשם שפתי כהן חיי שרה. 7. גמ' ברכות 8. רמב"ן 9. ספורנו. 10. רמב"ן 11. ספורנו 12. רמב"ן 13. רשב"ם. 14. אוה"ח. 15 רמב"ן 16 רמב"ן 17 מדרש הגדול. 18. ספר הישר. 19 אוה"ח. 20 פרקי דר"א פ"כ 21 ת"ש בשם ריב"א, 22. כלי יקר
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

מיר קענען דיר נישט אויפהערן דאנקן!
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע:דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

אוקעי אלעס אין א זייט אלעס איז יעצט געשטארבן...

גיימיר זיך אוועק זעצן ליינען. 
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

גוט און הארציג, קיפ אפ.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מאסיוו!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יוי ביסטו פאני, האסט מיך אריינגעפירט אין די מעשה אזוי טיף... אבער נישט סתם, איך האב שוין פאנטאזירט וויזוי דער שמש רופט אויס אברהם צו זיין הספד... איך האב שוין געטראכט צו ער האט אנגעהויבן מיט די פסוק "ויבא אברהם לספוד לשרה ולבכתה" פארוואס שטייט א קליינע כ'...

עניוועי גראדער, דאס אז ס'איז געוואלדיג ווייסטו אליין, נאר אויב כעל דיר עס נישט זאגן האבעך מורא אז נעקסטע וואך וועסטו נישט שרייבן, סאו לאזעך דיך קלאר וויסן אז איך קוק ארויס אויף ווייטער.
לעצט פארראכטן דורך וויכטיג מאכער אום דינסטאג אקטאבער 26, 2010 7:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

שוין ווייטער איז ער דא!!! מיטן פולן קראפט!!!

קיפ איט אפ.....;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מנה יפה לשבת
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

דער גראדער איז דאך עפעס אויסערגעווענליך! זיינע ארטיקלען זענען מעכטיג! פרעכטיג!
זעה נאר ווייטער אנצוהאלטן.

איך קלער אז ס'איז שוין צייט צו מאכן א באזונדערע אפטיילונג פון "פרשת השבוע עם פירושו של גראדער".
וואס זאגט איר?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אויב גראדער האט אן אריקעל, גייט מען עס גראד פרינטין. שקויעך פון פאראויס. כ'באלעק זיך די איגן מיט דיינע געשמאקע רייכע ווערק.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

האב איך עס נעכטן ארויסגעפרינט און אהיימגעברענגט.

איך האב דורכגליינט און די זעלבע די עזר כנגדו.

וואס זאל איך זאגן. מיר האבן זיך ממש באלעקט די פינגערס.

אזא גוטע שפראך פששששששששששששששששיהאאאאאאאאאאאאאא
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ע"פ בקשת הרב גראדער שליט"א הנני בזה להודיע לכל הקהל הקודש הזה שנהנתי מאד מסיפורו הנפלא!

יישר כחכם וחילכם להרמת קרן התורה!

ידידך יושב בקרן זוית
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ניחום אבלים: אצל אברהם אבינו, נא שלא לבא בשעות 3-5..

ערנסט גערעדט; מוראדיג מוראדיג גוט געשמאק אראפגעלייגט. מחלקך יהא חלקי. האסט א געוואלדיגן זכות הרבים.

אוודאי שטייטזעך אז דער קעפל הייסט: שרה גייט רבקה קומט, ווארטן מיר אויף רבקה'ן בכליון עינים.

נו, אליעזר, ס'חלומסטו? שפאן איין 10 קעמלן, אזוינע "מגמלי אדוניו"-מיט די מויל שלעסער דערויף! [דו גראדער: דו עפן נאר דיין מויל..]
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

יישר כח הרב גראדער.
אויב איך מעג פרעגן,
ווי אלט איז געווען די 'זיידע' פון שרה, שם בן נח ביים מספיד זיין זיין יונגען אייניקעל פון בלויז 127 יאר?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

דער זיידע ז"ל שם בן נח איז געבוירן געווארן אלף תקנ"ח לבריאת העולם, און די באבע שרה ע"ה איז נפטר געווארן ב' אלפים פ"ה, איז ער אלט געווען 527 יאר.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נעבעך, אזוי יונג פארלוירן א אייניקל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גראדער, געוואלדיג, יישר כחכם, מיר האבן זייער הנאה פון אייערע ווערק.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

טעג וואכן און יארן זענען אריבער, אבער יצחק האט זיך נישט געקענט טרייסטן נאך זיין הייליגע מאמע, ער איז געזעצן אין די ישיבה פון שם ועבר, אזוי דורכן זיך אריינטון אין די הייליגע תורה האט ער אביסל פארגעסן פון זיין צער.

אברהם גייט איין טאג אין גאס, און א באקאנטער טרעפט אים, "א גוט יאר ר' יצחק, וואס מאכט איר?"

"אנטשולדיגט" ענטפערט אים אברהם, "מיין זון יצחק לערנט פלייסיג אין ישיבה, איר רעדט יעצט צו זיין טאטן אברהם."

"אוי, איר קוקט דאך אויס ממש אייניג, ווי צוויי טראפן וואסער,"

"יא, חסדי ה', דאס איז א נס וואס דער בוכ"ע האט געמאכט אז מיין זון יצחק זאל אויסקוקן ווי מיר, האסט דאך אוודאי געהערט וואס איז געווען ווען ער איז געבוירן, די ליצים האבן זיך ארומגעדרייט זאגן אז ער איז אבימלך'ס זוהן, האט דער רבש"ע אים געמאכט אויסקוקן פונקט ווי מיר, אזוי ווייסט יעדער אז יצחק איז מיין זון."

"איך הער, אבער ס'מאכט א געוואלדיגע צעמישעניש, דו ביזט דאך הונדערט יאר עלטער פון אים, מ'וואלט געמעגט דערקענען כאטש עפעס א חילוק צווישן אייך."

"וואס קען מען טון, אזוי האט דער רבש"ע באשאפן די בריאה, זיכער איז עס לטובה."

אין די זעלבע צייט קומט יצחק אריין אין בית המדרש, און שם - דער ראש ישיבה - שטעלט זיך אויף מלא קומתו, "אה, שלום עליכם רבי אברהם! אזא גאסט! זיכער זענט איר געקומען באזוכן אייער יצחק'ל."

"וואס האט פאסירט רבי?" פרעגט יצחק, "איך בין דאך יצחק, נישט מיין טאטע."

"אוי, שוין ווידעראמאל האב איך זיך טועה געווען, קוקסט דאך אויס פונקט ווי דיין הייליגן טאטן, מ'דערקענט גארנישט אז ס'דא א הונדערט יעריגער חילוק צווישן ענק."

אזוי האבן זיך מענטשן טאג טעגליך טועה געווען צווישן דעם הונדערט פערציג יעריגן אברהם, און דעם פערציג יעריגן יצחק, מ'האט נישט דערקענט קיין שום עלטערקייט אין אברהם, ביז אברהם האט איין טאג געבעטן דעם רבש"ע:

"מענטשן זענען זיך טועה צווישן יונג און אלט, צווישן טאטעס און קינדער, ס'וואלט געווען א גוטע זאך ווען דו גרויסער באשעפער וואס דו האטס דאך באשאפן יעדע זאך אין די וועלט זאלסט מאכן עפעס א סימן מ'זאל דערקענען ווער ס'איז אן עלטערער מענטש, מ'זאל אים וויסן צו מכבד זיין."

דער רבש"ע האט צוגעהערט זיין תפילה, און ער האט אים געענטפערט, "יא אברהם, איך וועל מאכן אז מ'זאל דערקענען ווער ס'איז אן אלטער איד, און פון דיר וועט זיך עס טאקע אנהויבן."

אברהם האט זיך געלייגט שלאפן יענע נאכט ווי געווענליך מיט זיין פעך שווארצע בארד, פארטאגס ווען אברהם איז אויפגעשטאנען צו דינען דעם הייליגן בורא האט אים אליעזר שוין אפגעווארט מיטן טעגליכע קאווע, ווי נאר ער האט געזעהן אברהם אריינקומען האט אים באפאלן אזא שרעק אז די קאווע איז ארויסגעפאלן פון זיינע הענט, "מיין הער אברהם, וואס האט פאסירט, דיין גאנצע בארד איז ווייס געווארן!... אפשר דארף מען רופן א דאקטאר..."

"זארג זיך נישט אליעזר מיין קנעכט" האט אים אברהם געענטפערט, "דער אויבערשטער האט צוגעהערט מיין תפלה, און פון היינט און ווייטער וועט יעדער עלטערער מענטש ווייס ווערן.(23)

"נאך א מזל, ווייל אויך אין מיר האבן זיך מענטשן טועה געווען און געמיינט אז ס'איז דער הער אברהם, איך קוק דאך אויך אויס גאר ענליך צו דיר, יעצט וועט מען שוין דערקענען ווער אברהם איז." (24)

"הער זיך צו מיין קנעכט אליעזר" האט אים אברהם געזאגט, "איך האב עפעס וויכטיג אדורכצושמועסן מיט דיר, קום זעץ זיך אוועק און לאמיר רעדן."

"זיכער הייליגער רבי, אלעס וועל איך טון וואס דו הייסט."

"גיב א קוק אליעזר" הייבט אברהם אן, "איך ווער שוין ב"ה אלט, טאקע נישט פון צרות, ס'פעלט מיר ב"ה גארנישט אויף די וועלט, מיט אלעם האט מיר דער רבש"ע געבענטשט, אלע ברכות וואס דער רבש"ע האט מיר צוגעזאגט האט ער מקיים געווען, מיין נאמען איז ב"ה גרויס דא אין לאנד (25) ס'פעלט מיר ב"ה נישט קיין געלט און כבוד, איך האב זוכה געווען צו אריכות ימים, און צו אזא טייערן זון יצחק, און וואס נאך קען זיך א מענטש וואונטשן בעסער ווי איך האב. (26)

אפי' דאס האט מיר דער רבש"ע געהאלפן אז איך האב נישט קיין טאכטער, וואס וואלט איך געטון אין אזא פארדארבענע וועלט מיט א טאכטער, וואו וואלט איך געטראפן א גוטן איידים וואס וועט נישט פארשלעפן מיין טאכטער צו עבודה זרה, איז ער דאך אזוי גוט דער באשעפער אז קיין טאכטער האט ער מיר נישט געגעבן." (27) .

"איך ווייס דאך די אלע זאכן" זאגט אליעזר, "דער רבש"ע האט דאך אזוי ליב דעם הער, וואס ווילט איר מיר זאגן מיט דעם?"

"הער זיך צו אליעזר, ווייסט דאך אז מיין יצחק איז דאך שוין א בחור אין די יארן, לעצטנס דרייען מיר די שדכנים אראפ דעם קאפ, יעדער וויל זיך משדך זיין מיט מיר, יעדער וויל אריינכאפן מיין יצחק'ן פאר אן איידים, (28) און איך ווער דאך שוין אלט, ווער ווייסט ווי לאנג איך וועל נאך זיין דא צו קענען זיך זארגן א שידוך צו טון מיט אים, וויל איך דיר מאכן פאר א שליח און דיר באשווערן צו טרעפן א פאסיגע כלה פאר יצחק, איך ווייס אז אפילו איך וועל שוין נישט זיין דא וועט יצחק דיר פאלגן, (29) בפרט אז ער וועט וויסן אז איך האב דיר אנגעזאגט וואס צו זוכן."

"איך פארשטיי נישט רבי, וואס איז דער גרויסער פראבלעם, מלכים און שרים ווילן זיך מיט דיר משדך זיין, מ'דארף נאר מחליט זיין וועם אויסצוקלויבן און דער שידוך איז געשלאסן, ליתר שאת איז גוט אז דער רבי זאל וויסן אז איך האב אויך א געלונגענע טאכטער, ס'וועט זיין א שיינער שידוך דער רבי מיטן ראש ישיבה... ממש ענבי הגפן בענבי הגפן..."

"הער זיך איין אליעזר, מיט די אלע כנעניים דא, און אפילו מיט מיינע פריינט די צדיקים ענר אשכול און ממרא וויל איך זיך נישט משדך זיין, דו ווייסט דאך אז דער זיידע ענקרער, חם, האט אריינגעכאפט א קללה פונעם זיידן נח, קען איך זיך דאך נישט משדך זיין מיט קיין פארשאלטענע, און בנוגע דיין טאכטער, דו אליינס דורכ'ן מיר באדינען אזוי געטריי ביזטו טאקע שוין פטור פונעם קללה, (30) דיין טאכטער איז טאקע אן אמת'ע בת תלמיד חכם, דו זיצט דאך דא אגאנצן טאג אין ישיבה און דו ביזט עוסק בתורה, (31) אבער דיין טאכטער איז נאך יא אינעם קללה, און מיין יצחק, א געבענטשטער קינד, קען מען נישט משדך זיין מיט קיין פארשאלטענע."

"אויב פון די מלכים נישט, פון ענר אשכול און ממרא נישט, מיט מיר נישט, מיט וועם קען מען זיך יא משדך זיין?"

"אה, דו פרעגסט גוט, דאס האב איך דיר טאקע געוואלט בעטן, גיי קיין חרן, דארט וואו מיין משפחה וואוינט, איך הער דאך אז מיין ברודער נחור האט גאנץ פיינע אייניקלעך דארט, און טרעף מיר עפעס א שידוך פאר יצחק."

"און אויב דאס מיידל וועט נישט וועלן קומען אהער, אפשר זאל מען אהיימרופן יצחק פון ישיבה איך זאל אים קענען מיטנעמען קיין חרן, איך גלייב ווען מ'וועט זעהן זיין הייליגע צורה וועל איך גרינגער טרעפן א שידוך פאר אים."

"ניין, חס ושלום! איך וויל דיר באשווערן אז דו זאלסט אזאנס קיינמאל נישט טון! מיין יצחק וואס איז געווארן א קרבן עולה פארן אויבערשטן טאר נישט ארויסגיין פון ארץ ישראל, איך גלייב אז דער באשעפער וואס האט מיר צוגעזאגט אז פון יצחק וועט ארויסקומען דער גאנצער כלל ישראל האט אים זיכער באזארגט מיט א פאסיגע פרוי, אויב דו וועסט נישט קענען טרעפן א פרוי וואס וויל אהערקומען, ביזטו פריי פון מיין שבועה אים צו נעמען א פרוי, און איך פארלאז זיך אז דער רבש"ע וועט אים שוין אויף עפעס א וועג צושיקן זיין באשערטע פרוי. (32)

דיר צו העלפן גרינגער מ'זאל זיך וועלן צוכאפן צום שידוך וועל איך דיר מיטגעבן גאר א ווערטפולע צעטל, אברהם האט ארויסגענומען א פעדער, און אפגעשריבן א שטר אז ער גיבט אוועק זיין גאנץ פארמעגן פאר זיין זון יצחק! נישט ישמעאל, און נישט אויב ער וועט האבן שפעטער נאך קינדער, קיינער האט נישט קיין חלק אינעם ריזיגן פארמעגן, "נו, מיט אזא רייכן בחור ווער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין" האט אברהם אויסגעפירט.

אליעזר האט זיך גענומען גרייט צו די נסיעה, אזא וועג פון חברון קיין חרן האט געדארפט צו נעמען גאנצע זיבעצן טאג, (33) האט אליעזר זיכער געמאכט צו נעמען גענוג צידה לדרך, און כדי דער עולם אין חרן זאל זיך צוכאפן משדך צו זיין מיט אברהם האט ער אנגעלאדענט צען קעמלען מיט די בעסטע דיאמאנטן און אנדערע פארמעגנס, אברהם איז דאך געווען א גרויסער עושר, און אליעזר האט געפירט דעם גאנצן פארמעגן, האט ער געוואוסט פון די בעסטע סחורה מיטצונעמען, ער האט טאקע גענומען די שטערקסטע קעמלען זיי זאלן קענען שלעפן אסאך סחורה. (34)

אליעזר צוזאמגענומען צען מענטשן וואס זאלן אים באגלייטן, כדי ער זאל האבן א מנין ביים מקדש זיין די צוקונפטיגע כלה, (35) און נישט סתם מענטשן, נאר די חשוב'סטע תלמידים פון די ישיבה. (36) זיי זענען זיך געגאנגען געזעגענען פון אברהם, און אברהם האט זיי געגעבן א ווארימע ברכה:

"דער הייליגער באשעפער פון הימל וואס ער האט מיר גענומען פון מיין טאטנ'ס תרח'ס שטוב און געברענגט דא אויף ארץ ישראל, און ער האט מיר צוגעזאגט און געשוואוירן ביים ברית בין הבתרים אז דער לאנד וועט ער געבן פאר מיינע קינדער, איז דאך זיכער אז ער וועט מקיים זיין זיין שבועה און ער וועט שיקן זיין מלאך וואס זאל ענק באגלייטן אויפן וועג און העלפן איר זאלט טרעפן דעם ריכטיגן שידוך פאר מיין זון יצחק."

מ'האט פארשפארט די מויל שלעסער פון די אייזלען, אליעזר האט געגעבן א שמייס מיט די לייצעס, און היידע! א וואלקן פון שטויב האט זיך צושפרייט, די קעמלען האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין חרן.

"איך קען אייך נישט פארשטיין" האט ענר געזאגט פאר אברהם, "מ'נעמט א קנעכט און מ'שיקט אים נעמען א פרוי פאר א איינציג קינד, ווען דו שיקסט אים ווען נאר זיך נאכפרעגן, נאר טרעפן דעם שידוך, פארשטיי איך נאך, אבער האסט דאך אים ממש געמאכט פאר א שליח מקדש צו זיין די פרוי, דאס הייסט אז וועלכע מיידל אליעזר וועט יעצט מקדש זיין ווערט גלייך די פרוי פון יצחק, וויאזוי קען מען זיך אזוי פארלאזן אויף א פשוטן קענכט?"

"אים רופסטו אן א פשוטער קנעכט?" וואונדערט זיך אברהם, "איך קען אליעזר שוין זיבן און אכציג יאר, (37) ער האט דעם יצר הרע אין די הענט, ער ווערט נישט נכשל אין קיין שום עבירה, (38)

איך וועל אייך זאגן נאך מער, איך וואוין דאך דא מיט די כנעניים, ס'דא צווישן זיי אזעלכע וואס שטעלן אן א פרום פנים, אבער דו ווייסט דאך אז איך קען זעהן טיפער ווי דאס וואס מ'שטעלט זיך אהער, און איך זאג אייך איך זעה וואס טוט זיך ביי זיי אין הארצן, אפילו איינער איז נישטא קיין ערליכער דא, (39) אבער דער אליעזר איז דאך אזא ערליכער."

"קען טאקע זיין אז ער איז ערליך" איז ענר ממשיך, "אבער דאך פאר געלט ווערט יעדער פארלוירן, איינער וועט אים נאך אינטערשמירן מיט אפאר גראשן, און ער וועט ענדיגן עפעס א הינקעדיגן שידוך פאר דיין בן יחיד'ל."

"הער זיך איין ענר, דו ווייסט דאך אז איך בין נישט קיין ארימאן, איך האב גאר א גרויס פארמעגן, שאף, רינדער, גאלד און זילבער און וואס נישט, דער אליעזר גיבט זיך אפ מיט אלע געלטער מיט אזא איבערגעגעבנקייט, און איך זעה קלאר ווי ער ווערט נישט פארלוירן פאר קיין געלט, ער האט בכלל נישט קיין תאוה פאר קיין געלט, דעריבער בין איך רוהיג מיט אים אז ער וועט ערליך אויספילן זיין שליחות."

"גוט, לאמיר האפן בקרוב זאל זיין א מזל טוב ביי אייך אין שטוב, ס'שוין צייט ס'זאל אביסל אויפלעבן, זייט שרה איז נפטר געווארן האט מען זיך נאכנישט בארוהיגט פונעם פארלוסט, לאמיר האפן אז די נייע שניר וועט אביסל אויפלעבן און איבערנעמען דעם פלאץ פון שרה."
"אמן"

מקורות
23. כמה מדרשים. 24. מדרש רבה. 25. רמב"ן. 26. אבן עזרא. 27. רמב"ן. 28. רשב"ם. 29. רמב"ן. 30. מדרש רבה, ס, ז. 31. גמ' יומא כ"ח. 32. רמב"ן. 33. פרקי דר"א. 34. אוה"ח. 35. חזקוני. 36. רשב"ם. 37. קיבל אליעזר במתנה מנמרוד באור כשדים כשהי' בן חמשים. 38. מדרש רבה, שולט ביצרו. 39. כלי יקר.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פיין, האב איך היינט אריין געכאפט א דאבל פארשן, און גראדער א דאבל תגובה.

א שיינעם דאנק הרב גראדער, און א הארציגן יישר כח.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווינקל האט געשריבן: ע"פ בקשת הרב גראדער שליט"א הנני בזה להודיע לכל הקהל הקודש הזה שנהנתי מאד מסיפורו הנפלא!

יישר כחכם וחילכם להרמת קרן התורה!

ידידך יושב בקרן זוית

נו זאג ווייטער...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דער גראדער איז עפעס מעכטיג! (1) (2) (3) (4)

מקורות (1) קוק די אשכול פרשת נח, (2) קוק די אשכול פרשת לך, (3) קוק די אשכול פרשת וירא, (4) קוק די אשכול פרשת חי שרה.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ריזיק געוואלדיג, ממש זיך מחי' געווען. און ווי יאכער זאגט, אריינגעכאפט א דאבל פארשן, און פארשפארט א תגובה.

יישר כוח אגעין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

בעיאטעפאל!!!

ס'איז אימעזינג וויאזוי הרב גראדער קען פון אזא פשוט'ער רש"י פון "אברהם הוליד את יצחק"מאכן א גאנצע מעשה!!

גראדער יא אר עמעזינג!!!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פרינט גראד נאכאמאל. ביזט ווערט אלע געלטער, א שיינעם ריזיגן הערצליכן ישר כוח מעמקא דמיכאל, כ'מיין דליבא.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

גראדער; איך מוז דיר זאגן, איך בין נבהל ונשתומם פון דיינע כשרונות, איך שרייב אינטערן רושם פון דיינע פריערדיגע ארטיקלן פון פ' נח און לך וואס איך האב יעצט - 8:45 צופרי - געענדיגט ליינען [איך האב עס ארויסגעפרינט און הערשט היינט נאכן דאווענען געליינט], איך מוז מיך באדאנקן פאר די פריערדיגע, און פאר די פרישע, חילך לאורייתא!!

ווי נעמט מען אזויפיל צייט, אזויפיל שעה'ן, דאס איבערצושרייבן די אלע מדרשים אויף אזא שיינעם סדר דבר דיבור על אופניו, יעדעס קלייניגקייט אזוי גוט צו בארירן, שטארק זיך און האלט אן, ס'איז א דבר טוב מאוד.

*
איינער האט בארירט פאריגע וואך די פראבלעם פון ליינען פון צעטליך, שבת ביים טיש. איז מיר פייגעבאלן [קרעדיט:חברינו ב'קרעטשמע], צו קויפן די "חידושי תורה" מיט ליידיגע בלעטער דערינען, און ארויספרינטן די בלעטער און אביסל א קלענערע סייז ס'זאל דארט אריינפיטן.

עניוועי, דו גראדער, דו האלט אן, מיר וועלן זיך שוין ברעכן די קעפ וויאזוי עס צו ליינען אין שטוב.

חזק ואמץ בה"א הידוע...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”