שרה גייט ארויס און רבקה קומט אריין.
געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שלענגלט זיך אזוי דער שיירה פון קעמלען איבער די שטויביגע מדבריות ארויס פון חברון, אליעזר האט גוט דורכגעקוט די מאפעס פאר מ'האט זיך ארויסגעלאזט, ער האט זיכער געמאכט אז ער קען גוט דעם לאנגן וועג, ס'שוין דורך כמעט 3 שעה פון ווען מ'האט זיך ארויסגעלאזט און יעצט האט אליעזר מחליט געווען איבערצוגעבן פאר אלע מיטרייזענדע דעם פונקטליכן פלאן:
"הערט זיך צו מורי ורבותי, מיר גייען יעצט אויף א הייליגן שליחות פון אונזער הער אברהם צו טרעפן א פאסיגן שידוך פאר זיין זוהן יצחק, ס'שטייט פאר אונז גאנץ א לאנגער וועג, זיבצן טאג וועלן מיר דארפן רייזן פון כנען ביז ארם נהריים, מיר וועלן דארפן אריבערגיין דעם טייך פרת, ביז מיר וועלן זיך ענדליך נאך צוויי אהאלב וואכן טרעפן אינעם שטעטל חרן דארט ווי אונזער הער אברהמ'ס משפחה וואוינט."
"איך פארשטיי נישט וואס איר רעדט רבי אליעזר," רופט זיך אן איינער פון די חשובע מיטפארער, "וואס איז דער שילד – חרן – וואס איך זעה ביי יענעם טויער, ס'קוקט עפעס אויס ווי גלייך דארט איז דער אריינגאנג קיין חרן."
"וואס רעדט איר נארישקייטן" בייזערט זיך אליעזר, ''מ'זעמיר דאך קוים ארויס דריי שעה צוריק, אונז זענען מיר נאך אין די גרעניצן פון ארץ כנען, מן הסתם האט זיך לעצטנס געמאכט עפעס א דערפל חרן אויך דא אין כנען."
"אבער דאך, אפשר לוינט זיך אריינצוגיין פרעגן?"
"גוט, לאמיר אריינגיין"
נאך זייענדיג אינדרויסן פאר דעם טויער האט שוין אליעזר געהערט רעדן אראמיש, ער האט באלד פארשטאנען אז דא איז געשעהן א געוואלדיגער נס און ער איז טאקע שוין אנגעקומען קיין חרן, ער האט געגעבן א שבח והודי' פארן גרויסן באשעפער און ער איז מיט אלע קעמלען אריין אין שטאט.
אליעזר האט זיך געשטעלט אין א ווינקל ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און ער האט געזאגט:
"גרויסער באשעפער, דער גאט פון מיין הער אברהם, העלף מיר טאקע אין זכות פון אברהם, האסט מיר דאך אנגעהויבן צו העלפן היינט ווען דו האסט מיר געמאכט אזא נס אז איך בין אנגעקומען דא אין איין טאג, העלף מיר שוין צו ביז'ן סוף אז איך זאל קענען טרעפן א שידוך פארן זון מיין הער אברהם. *מדרש רבה
איך ווייס דאך אז יעדער מענטש דארף אנקומען צו וואסער, אן קיין וואסער קען מען נישט לעבן, מוזן דאך אלע שטאטסלייט פריער אדער שפעטער אנקומען צום ברונעם, וועל איך זיך אוועקשטעלן ביים ברונעם ווארטן אויף די ריכטיגע מיידל. *מדרש הגדול.
און איך וועל גיין פארנאכטס ווען אלע מיידלעך קומען שעפן וואסער, אזוי וועל איך זיך קענען צוהערן צו זייערע שמועסערייען און אויפכאפן פון זייערע מעשיות ווער עס איז טאקע אן ערליכע מיידל. *עץ יוסף על מ"ר.
פון וואו וועל איך טאקע באמת וויסן ווער ס'איז די ריכטיגע מיידל וואס איז פאסיג אריינצוקומען אין אזא הייליגע שטוב, כ'ווייס דאך אז דער עיקר ביי אברהם איז די מידה פון חסד, אז א שניר זאל זיך אריינפאסן אין זיין הייליגע שטוב מוז זי זיין גאר א שטארקע בעלת חסד, וועל איך איר בעטן אביסל וואסער צו טרינקען, אויב וועט זי מיר זאגן אז זי וועט אנטשעפן אויך פאר מיינע קעמלען, וועל איך וויסן אז דאס איז די מיידל וואס דו האסט אויסגעוועלט פארן הייליגן יצחק.
רבש"ע, איך ווייס אז דו וועסט העלפן דעם הייליגן יצחק טרעפן א שידוך, אבער העלף מיר אז איך זאל זוכה זיין צו זיין דער גוטער שליח אויסצופירן דעם שידוך" *אוה"ח.
אליעזר האט נאך געהאלטן אינמיטן מתפלל זיין צום רבש"ע, און רבקה איז שוין ארויסגעגאנגען פון בתואל'ס שטוב.
בתואל איז געווען דער קעניג אין חרן *פרקי דר"א, ער איז געווען פון די גרעסטע עשירים אין שטאט, זייענדיג אויך א גלח פאר די עבודה זרה *בעל הטורים האט אים נישט געפעלט נישט קיין געלט און נישט קיין כבוד, צענדליגער באדינער האבן זיך אפגעגעבן מיט די שטוב ווירטשאפט.
די קליינע רבקה'לע איז פונקט דריי טאג פריער אלט געווארן דריי יאר, *מס' סופרים. זי האט אלעמאל פארברענגט נאר אין זייער גרויסן פאלאץ וואס איז געווען ארומגענומען מיט שיינע פעלדער און גערטנער, קיינער אינדרויסן פון פאלאץ האט איר קיינמאל נישט געזעהן, *כלי יקר. און זיכער איז זי קיינמאל נישט געגאנגען טון די שווערע ארבעט פון שעפן וואסער, אבער פונקט יענעם טאג האט זי באשלאסן אז זי וויל גיין שעפן וואסער.
"רבקה" האבן די באדינער זיך געבעטן, "ס'פאסט נישט פאר אזא חשובע מיידל ווי דו ביזט צו גיין שעפן וואסער"
"דאך וויל איך היינט אליינס גיין צום קוואל און זיך אנשעפן אביסל וואסער."
רבקה האט גענומען א קריגל און זי האט זיך ארויסגעלאזט צום ברונעם
אליעזר שטייט צווישן די ביימער ביי די זייט פונעם ברונעם און ער ענדיגט צו זיין תפלה צום באשעפער, מיטאמאל זעהט ער א מאדנע זאך, א מיידעלע קומט אן צום ברונעם, און אנשטאט זי זאל אראפלאזן איר קריגל אינעם טיפן גרוב ארויפצושעפן וואסער, קומט גאר דער וואסער ארויף צו איר...
אליעזר האט פארשטאנען אז עפעס א הייליג קינד מוז דאס זיין, ער האט מורא געהאט אז זי וועט שנעל אויסטרינקען און נעלם ווערן, איז ער שנעל געלאפן מיט איין אטעם ביזן ברונעם.
"איך בעט אייך גיבטס מיר אביסל וואסער צו טרינקען" האט ער זיך געבעטן ביי איר.
רבקה האט גלייך אנגעשעפט מיט איר קריגל פרישע וואסער, "נעם מיין הער, טרינקט אביסל, איך וואלט אייך גערן אנגעשעפט מער, נאר איך זעה אז איר קומט פון וועג זענט איר אפגעמוטשעט, איז נישט געזונט צו טרינקען איבער די מאס, אבער פאר אייערע קעמלען וועל איך אנשעפן וויפיל וואסער זיי ווילן, איך וועל אנפילן נאך אין נאך וואסער אין שוקת ביז זיי וועלן אויפהערן צו טרינקען." *אוה"ח
אליעזר קען זיך נישט גלייבן וואס ער זעהט, "האט דער אויבערשטער טאקע צוגעהערט מיינע תפלות? צו האט זי געזעהן אז מ'רעדט דא פון א רייכן סוחר און זי וועט נאך בעטן א פעטע מטבע נאכן טרינקען?"

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע:אין אפיס
- פארבינד זיך:
יישר כח, שריי איך הויעך, (עה, כ'שרייב, באט שרייבן קענעך נישט צו הויעך...) האק נאך און נאך אז ס'זאל גיין א רויעך, האסט טאקע אנגעפאנגען מיט פרשת נח, זאלסטו דאס ווייטער אנהאלטן אויף די קומענדיגע סדרות אויך.
איין הערה, איך האב מער ליב די נאמבער'ס און די הערות אונטן, די סטאר'ס מיט די מקורות גראד אין די שורות, נעמט אביסל אוועק די אפעטיט פון ליינען, אויב דער עולם וועט האלטן אנדערש, בינעך מבטל מיין דעת.

איך_הער האט געשריבן: איין הערה, איך האב מער ליב די נאמבער'ס און די הערות אונטן, די סטאר'ס מיט די מקורות גראד אין די שורות, נעמט אביסל אוועק די אפעטיט פון ליינען, אויב דער עולם וועט האלטן אנדערש, בינעך מבטל מיין דעת.
שאמר ונעשה רצונו, איך הער וואס איך הער זאגט, און מיר לייגן עס טאקע איבער למלאות רצון קדשו...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
שלענגלט זיך אזוי דער שיירה פון קעמלען איבער די שטויביגע מדבריות ארויס פון חברון, אליעזר האט גוט דורכגעקוט די מאפעס פאר מ'האט זיך ארויסגעלאזט, ער האט זיכער געמאכט אז ער קען גוט דעם לאנגן וועג, ס'שוין דורך כמעט 3 שעה פון ווען מ'האט זיך ארויסגעלאזט און יעצט האט אליעזר מחליט געווען איבערצוגעבן פאר אלע מיטרייזענדע דעם פונקטליכן פלאן:
"הערט זיך צו מורי ורבותי, מיר גייען יעצט אויף א הייליגן שליחות פון אונזער הער אברהם צו טרעפן א פאסיגן שידוך פאר זיין זוהן יצחק, ס'שטייט פאר אונז גאנץ א לאנגער וועג, זיבצן טאג וועלן מיר דארפן רייזן פון כנען ביז ארם נהריים, מיר וועלן דארפן אריבערגיין דעם טייך פרת, ביז מיר וועלן זיך ענדליך נאך צוויי אהאלב וואכן טרעפן אינעם שטעטל חרן דארט ווי אונזער הער אברהמ'ס משפחה וואוינט."
"איך פארשטיי נישט וואס איר רעדט רבי אליעזר," רופט זיך אן איינער פון די חשובע מיטפארער, "וואס איז דער שילד – חרן – וואס איך זעה ביי יענעם טויער, ס'קוקט עפעס אויס ווי גלייך דארט איז דער אריינגאנג קיין חרן."
"וואס רעדט איר נארישקייטן" בייזערט זיך אליעזר, ''מ'זעמיר דאך קוים ארויס דריי שעה צוריק, אונז זענען מיר נאך אין די גרעניצן פון ארץ כנען, מן הסתם האט זיך לעצטנס געמאכט עפעס א דערפל חרן אויך דא אין כנען."
"אבער דאך, אפשר לוינט זיך אריינצוגיין פרעגן?"
"גוט, לאמיר אריינגיין"
נאך זייענדיג אינדרויסן פאר דעם טויער האט שוין אליעזר געהערט רעדן אראמיש, ער האט באלד פארשטאנען אז דא איז געשעהן א געוואלדיגער נס און ער איז טאקע שוין אנגעקומען קיין חרן, (40) ער האט געגעבן א שבח והודי' פארן גרויסן באשעפער און ער איז מיט אלע קעמלען אריין אין שטאט.
אליעזר האט זיך געשטעלט אין א ווינקל ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און ער האט געזאגט:
"גרויסער באשעפער, דער גאט פון מיין הער אברהם, העלף מיר טאקע אין זכות פון אברהם, האסט מיר דאך אנגעהויבן צו העלפן היינט ווען דו האסט מיר געמאכט אזא נס אז איך בין אנגעקומען דא אין איין טאג, העלף מיר שוין צו ביז'ן סוף אז איך זאל קענען טרעפן א שידוך פארן זון מיין הער אברהם. (41)
איך ווייס דאך אז יעדער מענטש דארף אנקומען צו וואסער, אן קיין וואסער קען מען נישט לעבן, מוזן דאך אלע שטאטסלייט פריער אדער שפעטער אנקומען צום ברונעם, וועל איך זיך אוועקשטעלן ביים ברונעם ווארטן אויף די ריכטיגע מיידל. (42)
און איך וועל גיין פארנאכטס ווען אלע מיידלעך קומען שעפן וואסער, אזוי וועל איך זיך קענען צוהערן צו זייערע שמועסערייען און אויפכאפן פון זייערע מעשיות ווער עס איז טאקע אן ערליכע מיידל. (43)
פון וואו וועל איך טאקע באמת וויסן ווער ס'איז די ריכטיגע מיידל וואס איז פאסיג אריינצוקומען אין אזא הייליגע שטוב, כ'ווייס דאך אז דער עיקר ביי אברהם איז די מידה פון חסד, אז א שניר זאל זיך אריינפאסן אין זיין הייליגע שטוב מוז זי זיין גאר א שטארקע בעלת חסד, וועל איך איר בעטן אביסל וואסער צו טרינקען, אויב וועט זי מיר זאגן אז זי וועט אנטשעפן אויך פאר מיינע קעמלען, וועל איך וויסן אז דאס איז די מיידל וואס דו האסט אויסגעוועלט פארן הייליגן יצחק.
רבש"ע, איך ווייס אז דו וועסט העלפן דעם הייליגן יצחק טרעפן א שידוך, אבער העלף מיר אז איך זאל זוכה זיין צו זיין דער גוטער שליח אויסצופירן דעם שידוך" (44)
אליעזר האט נאך געהאלטן אינמיטן מתפלל זיין צום רבש"ע, און רבקה איז שוין ארויסגעגאנגען פון בתואל'ס שטוב.
בתואל איז געווען דער קעניג אין חרן (45) ער איז געווען פון די גרעסטע עשירים אין שטאט, זייענדיג אויך א גלח פאר די עבודה זרה (46) האט אים נישט געפעלט נישט קיין געלט און נישט קיין כבוד, צענדליגער באדינער האבן זיך אפגעגעבן מיט די שטוב ווירטשאפט.
די קליינע רבקה'לע איז פונקט דריי טאג פריער אלט געווארן דריי יאר, (47) זי האט אלעמאל פארברענגט נאר אין זייער גרויסן פאלאץ וואס איז געווען ארומגענומען מיט שיינע פעלדער און גערטנער, קיינער אינדרויסן פון פאלאץ האט איר קיינמאל נישט געזעהן, (48) און זיכער איז זי קיינמאל נישט געגאנגען טון די שווערע ארבעט פון שעפן וואסער, אבער פונקט יענעם טאג האט זי באשלאסן אז זי וויל גיין שעפן וואסער.
"רבקה" האבן די באדינער זיך געבעטן, "ס'פאסט נישט פאר אזא חשובע מיידל ווי דו ביזט צו גיין שעפן וואסער"
"דאך וויל איך היינט אליינס גיין צום קוואל און זיך אנשעפן אביסל וואסער."
רבקה האט גענומען א קריגל און זי האט זיך ארויסגעלאזט צום ברונעם.
אליעזר שטייט צווישן די ביימער ביי די זייט פונעם ברונעם און ער ענדיגט צו זיין תפלה צום באשעפער, מיטאמאל זעהט ער א מאדנע זאך, א מיידעלע קומט אן צום ברונעם, און אנשטאט זי זאל אראפלאזן איר קריגל אינעם טיפן גרוב ארויפצושעפן וואסער, קומט גאר דער וואסער ארויף צו איר...
אליעזר האט פארשטאנען אז עפעס א הייליג קינד מוז דאס זיין, ער האט שנעל געהייסן אלע מענטשן זיך באהאלטן כדי ער זאל קענען בעטן זי זאל אים אנשעפן וואסער און ס'זאל נישט אויסקוקן מאדנע פארוואס ער בעט נישט איינעם פון די קנעכט, (49) ביזדערווייל האט ער געזעהן ווי זי האט שוין געענדיגט טרינקען און זי גרייט זיך שוין צו גיין, (50) איז ער שנעל געלאפן מיט איין אטעם ביזן ברונעם.
"איך בעט אייך גיבטס מיר אביסל וואסער צו טרינקען" האט ער זיך געבעטן ביי איר.
רבקה האט גלייך אנגעשעפט מיט איר קריגל פרישע וואסער, "נעם מיין הער, טרינקט אביסל, איך וואלט אייך גערן אנגעשעפט מער, נאר איך זעה אז איר קומט פון וועג זענט איר אפגעמוטשעט, איז נישט געזונט צו טרינקען איבער די מאס," (51) רבקה האט געווארט מיט געדולד ביז אליעזר ענדיגט טרינקען, דערנאך זאגט זי אים "אבער פאר אייערע קעמלען וועל איך אנשעפן וויפיל וואסער זיי ווילן, איך וועל אנפילן נאך אין נאך וואסער אין שוקת ביז זיי וועלן אויפהערן צו טרינקען."
אליעזר קען זיך נישט גלייבן וואס ער זעהט, "האט דער אויבערשטער טאקע צוגעהערט מיינע תפלות? צו האט זי געזעהן אז מ'רעדט דא פון א רייכן סוחר און זי וועט נאך בעטן א פעטע מטבע נאכן טרינקען?"
אליעזר האט נישט אויסגעטרינקען דעם גאנצן קריגל וואסער, רבקה האט נישט געקענט מחליט זיין וואס צו טון מיט די איבריגע וואסער, צוריק גיסן אין קוואל איז נישט קיין עצה, קען זיין אז דער מענטש טראגט עפעס א קרענק מיט זיך, זעהסט דאך אז ער זיצט נעבן קוואל און ער בעט איינער זאל אים אנשעפן, אויסגיסן די איבריגע וואסער איז אויך נישט קיין עצה, ער וועט זיך דאך פארשעמען, נו וואס טוט מען? (52)
רבקה איז אבער געווען זייער א קלוגע, איז זי אויפגעקומען מיט א פלאן, אנשטעלנדיג א פנים ווי זי וויל שנעל אנטרינקען די קעמלען איז זי אזוי געלאפן צום קוואל אז דער קריגל האט זיך ארויסגעגליטשט פון אירע הענט און די וואסער האט זיך אויסגעגאסן... (53)
רבקה פוילט זיך נישט, זי לויפט נאכאמאל און נאכאמאל פונעם שוקת צום קוואל אהין און צוריק, די קעמלען האבן א גוטן אפעטיט, אנצוטרינקען צען קעמלען איז גאנץ א שווערע ארבעט, אבער רבקה מאכט עס בזריזות, ביז דער שוקת איז שוין פול, און ס'קוקט שוין נישט אויס ווי די קעמלען וועלן עס אויסליידיגן.
רבקה זעצט זיך אוועק אפריען, און אליעזר ווארט נאך, ער גייט נאכנישט צו צו איר, אפשר טוט זי עס נישט פון גוטסקייט, אפשר וועט זי נאך קומען בעטן עפעס געלט, אבער ווען די קעמלען האבן שוין געענדיגט טרינקען און רבקה גרייט זיך שוין צו גיין איז אליעזר געווען איבערצייגט אז יא, דער נס האט פאסירט, דער רבש"ע האט צוגעהערט זיין תפלה און די מיידל איז זיכער פון אברהם'ס משפחה.
אן פרעגן ווער זי איז האט אליעזר ארויסגענומען די כלה מתנות וואס אברהם האט מיטגעשיקט מיט אים, ער איז געווען אזוי זיכער אז דער אויבערשטער האט אים געהאלפן אין אברהם'ס זכות אז ער האט איר געגעבן דעם גאלדענעם נאז באנד, און ער האט איר אנגעטון אויף די האנט דעם הערליכן דאפעלטען ברעיסלעט, און וואונדער איבער וואונדער, דער ברעיסלעט איז פונקט געווען די ריכטיגע מאס פאר אירע הענט... ס'האט פונקט גוט געפאסט אויף איר.
"יעצט לאז מיר הערן מיידעלע, וועמענס טאכטער ביזטו? קען מען אפשר איבערנעכטיגן איין נאכט ביי אייער טאטן אין שטוב?"
"איך בין א טאכטער פונעם קעניג בתואל, און מיין טאטע איז א זון פון מלכה און נחור"
"נחור אברהם'ס ברודער? און מלכה אברהם'ס ניכטע?"
"יא יא, תרח איז מיר א דאפעלטע זיידע. און וועגן נעכטיגן ביי אונז, זיכער קענט איר קומען, און נישט נאר איר אליינס, נאר אויך די אלע מענטשן וואס זענען מיטגעקומען מיט אייך און אויך אייערע קעמלען, און נישט נאר שלאפן נאר אויך עסן פאר אייך און פאר אייערע קעמלען האבן מיר גענוג און נאך, איר קענט קומען איינשטיין ביי אונז ווי לאנג איר ווילט, מיר האבן א ספעציעלע פלאץ פאר געסט." (54)
ווען אליעזר האט דערהערט אז די מיידל וואס ער האט נארוואס מקדש געווען פאר יצחק איז טאקע ממש א גאר נאנטע משפחה מיט אברהם, און אויף אזא וואונדערליכע וועג האט דער מסבב כל הסיבות צוגעפירט אז פונקט זי וואס איז נאך קיינמאל נישט ארויס שעפן וואסער איז געקומען פונקט די מינוט וואס ער האט מתפלל געווען און זי האט געטון פונקט דאס וואס ער האט געבעטן פון אויבערשטן, און פון אירע מעשים זעהט מען קלאר אז זי איז טאקע די פאסיג פרוי פאר יצחק, איז זיין הארץ געווארן פול מיט לויב און דאנק צום גרויסן באשעפער וואס פירט די וועלט מיט אזא פונקטליכע השגחה פרטית.
ער איז געפאלן אויף דער ערד, זיך געבוקט, געלויבט און געדאנקט דעם אויבערשטן פאר זיינע גרויסע ניסים און חסדים.
רבקה איז שנעל געלאפן דערציילן איר מאמע פונקטליך וואס איז פארגעקומען ביים קוואל, לבן איר ברודער האט זיך אונטערגעהערט די גאנצע מעשה און ער איז געווארן גאר אנגעהיצט.
"ווער ווייסט וואס דער פרעמדער וויל דא טון מיט מיין שוועסטער" האט ער געשריגן, "איך וועל שוין צוזאמנעמען מיין חברה רוצחים און איך וועל כאפן דעם חברה'מאן." (55)
אינמיטן וועג טראכט לבן צו זיך "ס'קוקט דאך אויס ווי דער פרעמדער האט געלט, אפשר לוינט זיך מיר יא גוט צו ווערן מיט אים און ארויסדערווישן עפעס א מטבע פון אים, (56) גוט, איך וועל שוין מחליט זיין ווען איך וועל אים זעהן."
אליעזר איז נאך געשטאנען ביים ברונעם אינמיטן אנגרייטן די קעמלען צו גיין צו רבקה'ס שטוב, ווען פונדערווייטנס זעהט ער א גאנצע באנדע רוצחים קומען צו לויפן אין זיין ריכטונג, ער האט פארשטאנען אז עפעס איז נישט גוט דא, איינער וויל אים זיכער שעדיגן, האט ער געגעבן א זאג א שם, און ביז א סעקונדע זענען אלע קעמלען געווען אין די לופטן און אליעזר העכער זיי... (57)
ווען לבן איז נענטער געקומען און ער האט געזעהן אליעזר האט ער זיך געגעבן א כאפ, "אוי, דער מענטש קוקט דאך אויס ווי דער געמאלנער בילד וואס מיר האבן פון אונזער קרוב דער גרויסער עושר אברהם, (58) דא אין פעלד וועל איך אים זיכער נישט קענען הרג'נען, לאמיך אנשטעלן א שיין פנים, אים אריינברענגען צו אונז אהיים און דארט וועל איך אים שוין פאר'סמ'ען. (59)
"געבענטשטער מענטש, פארוואס זאלסטו שטיין דא אינדרויסן? איך האב דאך שוין אנגעגרייט אונזער שטוב פאר דיר און פאר דיינע קעמלען," האט לבן געזאגט, "אויך אלע געטשקעס האב איך ארויסגענומען פון שטוב, איך ווייס דאך אז דו ביזט נישט קיין חסיד פון זיי, קום מיט מיר, איך וועל דיר צייגן וואו מיר וואוינען."
אליעזר האט געזעהן אז לבן מיינט נישט קיין שלעכטס האט ער זיך אראפגעלאזט פון די לופטן און ער איז נאכגעגאנגען לבן ביז זייער שטוב.
א הערליכער קעניגליכער פאלאץ האט זיי אפגעווארט, לבן וואס האט געוואלט געווינען אליעזר'ס ציטרוי האט אליינס אראפגענומען די מויל שלעסער פון די קעמלען, (60) און דא האט אים אפגעווארט א גרויסע איבערראשונג, לבן פרובירט אריינצופירן די קעמלען אין שטאל, אבער זיי גייען נישט, ער שמייסט, טרייבט, שרייעט, שלעפט, אבער ניין, די קעמלען האלטן נישט דערביי...
לבן לויפט צו אליעזר, "וואס גייט פאר, פארוואס האלטן די קעמלען נישט ביים אריינגיין אין שטאל? דער שענסטער שטאל פון גאנץ חרן האב איך זיי צוגעשטעלט און די קעמלישע קעפ זענען נישט צופרידן!"
"שרייעט נישט אזוי לבן" זאגט אים אליעזר, "לאמיר טראכטן מיט קאפ, אפשר איז דא עפעס געטשקעס אין שטאל?"
"וואאאאס? איך האב פארשטאנען אז דו גייסט נישט אריין אין קיין שטוב וואו ס'איז דא עבודה זרה'ס, אבער די קעמעלן? וואס ווייסן זיי פון געטשקעס צו זאגן?"
"נו, קוק גוט וועסטו זיך איבערצייגן, נעם ארויס די געטשקעס וועסטו זעהן ווי די קעמלעך וועלן פון זיך אליינס אריינגיין אין שטאל." (61)
לבן איז געווארן נאכמער איבערצייגט אז דער איז א געטליכער מענטש, "מ'מוז ווי שנעלער פטור ווערן פון אים!" האט לבן באשלאסן.
לבן האט גערופן איינעם פון די באדינער אין די זייט, און ער האט ארויסגעגעבן א באפעל, "גרייט שנעל צו א סעודה, אינעם טעלער זופ פונעם גאסט לייג אריין גאר א שארפער סם וואס זאל אים גלייך אומברענגען, אבער מאך עס שנעל, איך וויל אים גיבן צו עסן נאך פאר ער האט צייט צו טראכטן, נאך פאר ער הייבט אן עפעס פארדעכטיגן." (62)
אבער אליעזר האט יא פארדעכטיגט, דער באדינער איז אריינגעקומען צום הערליכן געדעקטן טיש וואו עס זענען געזעצן דער קעניג בתואל, דער משנה למלך לבן, (63) אליעזר מיט אלע באגלייטער, און רבקה די כלה.
פאר יעדעם האט מען אראפגעלייגט א הערליכן טעלער מיט פיינע ווארימע זופ, און דער קעניג האט זיך אויפגעשטעלט באגריסן די געסט:
"חשובע פארזאמעלטע, ס'איז אונז א גרויס כבוד צו האבן דא ביי אונז אונזער קרוב משפחה אברהם העברי, דעריבער פאר מיר וועלן הערן די סיבה פארוואס ער האט אונז געגעבן דעם כבוד און געקומען באזוכן בעט איך מ'זאל זיך קודם דערכאפן דאס הארץ מיט די ברייטע סעודה וואס מ'האט צוגעשטעלט."
אליעזר וואס האט שוין חושד געווען אז עפעס איז נישט אזוי גלאטיג מיט די עסן דא (64) האט געבעטן רשות צו זאגן אפאר ווערטער.
"מיטן רשות פונעם גרויסן קעניג בתואל, ערשטנס וויל איך אייך מודיע זיין אז איך בין נאר דער קנעכט פון אברהם, מיין נאמען איז אליעזר, איך בין דער ראש ישיבה אין די ישיבה פון אברהם, אויך פיר איך אן מיט אלע ברייטפארצווייגטע געשעפטן."
דער היציגער לבן איז געווארן צופלאמט, "ס'קען נישט זיין, ברענגט אפיר דעם בילד וואס מיר האבן דא פון אברהם, (65) ס'קוקט דאך אויס ממש ווי דו?"
"יא, אין געשטאלט זעה איך טאקע אויס ווי מיין הער, א מתנה פון אויבערשטן פארן אזוי געטריי באדינען אברהם, יעצט בעט איך אייך לאזט מיר קודם זאגן צוליב וואס איך בין געקומען, דערנאך קען מען זיך זעצן עסן."
"גוט, רעד."
אליעזר האט געוואוסט פונעם מלאך וואס האט אים באגלייט אז בתואל גייט שטארבן בקרוב, האט ער געוואלט אריינכאפן צו רעדן ווילאנג בתואל לעבט נאך. (66)
"ווי איר ווייסט אוודאי האט דער גרויסער באשעפער געבענטשט מיין הער אברהם מיט אלעם אויף די וועלט, ס'פעלט אים נישט קיין שאף און רינדער, גאלד און זילבער, קנעכט און דינסט, קעמלען און אייזלען, איין זאך האט אים אבער יא געפעלט יארן לאנג, און דאס איז א קינד, ענדליך אויף די עלטער האט זיין פרוי שרה געהאט א בן יחיד, יצחק, פארשטייט זיך אז זיי האבן אים גאר שטארק ליב, דא האט איר א שטר ווי אברהם פארשרייבט זיין גאנצן גרויסן פארמעגן נאר פאר זיין זון יצחק.
דער יצחק איז זייער א פיינער בחור, דער גרעסטער מתמיד אין ישיבת שם ועבר, א ירא שמים וואס האט זיך אפילו געלאזט שחט'ן פארן אויבערשטן, א עובד ה' וואס האט אפילו פארפאסט א ספעציעלע תפלה צו דאווענען יעדן נאכמיטאג, מנחה הייסט עס, בקיצור א בחור מיט אלע מעלות.
דער גאנצער לאנד כנען רעש'ט מיט אים, און יעדער וויל אים כאפן פאר אן איידעם, (67) אפילו איך אליינס האב אים געוואלט נעמען פאר מיין געלונגענע טאכטער, אבער דא איז געקומען דער טאטע אברהם און געזאגט שארפע ווערטער, מיין זון יצחק איז א געבענטשט קינד, און איך וועל אים נישט משדך זיין מיט אן אייניקל פון חם, וואס זיי האבן געכאפט א קללה פון זיידן נח, דעריבער האט ער מיר באשוואוירן איך זאל קומען דווקא צו זיין משפחה אין חרן, און דא זוכן א שידוך פאר יצחק.
אפילו אברהם האט שוין פארלאזט חרן קרוב צו זיבעציג יאר צוריק האט ער נישט פארגעסן פון זיין משפחה, און ער האט זיי נאך אלץ ליב, און ער וויל זיך משדך זיין דווקא מיט די משפחה. (68)
קומענדיג אהער האט מיר דער רבש"ע באוויזן גרויסע ניסים, צו איר גלייבט צו נישט בין איך נאך היינט אינדערפרי געווען אין חברון און באדינט מיין הער אברהם, אין ממש אפאר שעה בין איך אנגעקומען פון חברון קיין חרן, ווען איך בין געקומען דא ביים קוואל האב איך געבעטן דעם רבש"ע אז די באשערטע מיידל זאל קומען שעפן וואסער."
לבן: "אינטערעסאנט טאקע, קיינמאל איז נאך רבקה נישט ארויס שעפן וואסער, נאר היינט."
אליעזר: "איך האב ווייטער געבעטן דעם אויבערשטן אז ווען איך וועל בעטן פון די מיידל זי זאל אנשעפן וואסער פאר מיר זאל זי אנשעפן אויך פאר מיינע קעמלען, אזוי וועל איך וויסן אז זי איז די באשערטע כלה פאר יצחק, דאן איז געקומען רבקה, און זי האט טאקע געטון אלעס פונקטליך אזוי ווי איך האב געבעטן דעם רבש"ע."
לבן: "איך פארשטיי נישט דעם גאנצן סימן, אפשר האט זיך רבקה אונטערגעהערט דיין תפלה, זי האט געהערט פונקטליך וואס דו בעטסט אז זי זאל טון, האט זי טאקע ממש אזוי געטון..."
אליעזר: "איך האב אבער נישט ארויסגעזאגט די תפלה מיטן מויל, איך האב עס נאר געטראכט אין הארץ, און איך גלייב נישט אז ענקער רבקה קען שוין ליינען מחשבות... (69)
ווי נאר איך האב געזעהן אז דער אויבערשטער האט צוגעהערט מיינע תפלות האב איך געפרעגט ווער זי איז, און ווען איך האב געהערט אז זי איז טאקע פון אברהם'ס משפחה האב איך איר גלייך געגעבן די מתנות און מיט דעם געשלאסן דעם שידוך, רבקה איז געווארן א כלה מיט יצחק.
יעצט זאגט מיר צו איר האלט ביים ענדיגן דעם שידוך, אויב נישט דארף מען מבטל זיין דעם שידוך און איך וועל שוין גיין פון דא און זוכן א שידוך ביי ישמעאל אדער לוט."
בתואל: הער אויס אליע...
לבן: איך וועל ענטפערן טאטע, נאכדעם קענסטו רעדן...
פון די אלע ניסים וואס דא האט פאסירט זעהט מען דאך קלאר אז דער רבקה איז די פאסיגע שידוך פון הימל פאר יצחק.
בתואל: כ'דערמאן זיך פונקט יעצט, בערך פאר דריי יאר צוריק האב איך באקומען א בריוו טאקע פון אברהם, ער האט ארויסגעברענגט דעם אינטערעסאנטן פאקט אז פונקט ווען יצחק איז געבליבן לעבן ביי די עקידה איז רבקה געבוירן געווארן... קוקט טאקע אויס ווי לבן זאגט אז ס'איז פון הימל די גאנצע זאך, גוט איך גיב אויך מיין צושטימונג צום שידוך, נו, יעצט קען מען גיין עסן.
לבן: דער עסן איז שוין קאלט, כ'מיין מ'זאל ארויסטראגן אלע טעלערס און עס אנווארימען.
לבן רופט שטיל דעם באדינער, "מאך זיכער ביים אנווארימען נישט אויסצומישן דעם אליעזר'ס פאר'סמ'טן טעלער מיט אנדערע טעלערס."
"צום באפעל"
אבער דער מלאך וואס האט באגלייט אליעזר'ן האט געהאט אן אנדערן באפעל... ער האט שטילערהייט אויפגעטוישט בתואל'ס טעלער מיט אליעזר'ס, און ווען די באדינער האבן צוריק אריינגעברענגט די טעלערס איז אליעזר'ס טעלער אנגעקומען צו בתואל. (70)
אליעזר האט דאך געהאט אסאך איבריגע עסן פון די אלע סעודות וואס ער האט מיטגענומען פאר די רייזע פון 17 טאג, האט ער ארויפגעלייגט אויפן טיש גוטע מאכלים און פירות פון ארץ ישראל, אויך האט ער אפגעלאדענט פון די קעמלען הערליכע גאלד און זילבערנע מתנות און טייערע קליידער פאר די כלה רבקה, און מיט דעם האט ער אלס שליח איר מקדש געווען צו ווערן די פרוי פון יצחק אבינו.
נאך די סעודה האט מען זיך געלייגט שלאפן מיט פרייליכע הערצער, אליעזר איז געווען בשמחה פונעם געלונגענעם שידוך וואס ער האט נארוואס געשלאסן, און לבן מיט בתואל זענען געווען בשמחה פונעם געלונגענעם סם וואס גייט זיך נארוואס נעמען ארבעטן אויף אליעזר...
אבער צופרי איז שוין לבן גארנישט געווען אזוי פרייליך, ווען די באדינער זענען געקומען אויפוועקן בתואל האבן זיי אים געטראפן טויט, ס'איז גלייך געווארן א רעש, ווער האט גע'הרג'עט דעם קעניג? די מיניסטארן האבן געוואלט אנהייבן א גרינטליכע אויספארשונג, אבער לבן וואס האט דאך געוואוסט דעם אמת האט עס שנעל דערשטיקט, "דער טאטע האט זיך טאקע אפגערעדט לעצטנס אז ער שפירט זיך שטארק נישט גוט, ער איז געשטארבן נאטורליך."
אליעזר האט געזעהן וואס ס'קומט פאר, האט ער מורא געהאט אז יעצט וועלן זיי וועלן האלטן רבקה דא, האט ער זיך שנעל גענומען יאגן אין וועג אריין.
ווען לבן האט געהערט אז אליעזר גרייט זיך צו גיין אין וועג איז ער שנעל געקומען צו לויפן, "אליעזר, ס'איז נישט שיין צו טון אזא זאך, דו זעסט דאך די צרה וואס האט אונז באטראפן ליידער, לאז איר דא בלייבן די ערשטע יאר, אדער כאטש אויף די שבעה."(71)
אויך רבקה'ס מאמע האט זיך געבעטן, "וויאזוי קען מען איר פלוצלונג געבן א שלעפ אריין אין א נייע לאנד, זאל זי דא בלייבן אביסל און צוביסלעך זיך צוגעוואוינען צום פאקט אז זי גייט גיין וואוינען אין א נייע לאנד." (72)
אליעזר האט אבער נישט מסכים געווען, ער האט געזעהן ווי דער מלאך וואס באגלייט אים שטייט שוין אינדרויסן און ווארט, האט ער פארשטאנען אז ער דארף זיך יאגן, (73) 73. "איר זעהט דאך ווי דער אויבערשטער האט אלעס געפירט שנעל און פונקטליך, האלט מיר נישט אויף."
די מאמע מיט לבן האבן מחליט געווען אז מ'זאל פרעגן די כלה אליינס צו זי וויל שוין גיין, מ'האט איר געלאזט רופן און לבן האט איר אנגעהויבן מסביר זיין, "דו ווייסט דאך אז געווענטליך באקומען יעדע כלה א יאר צייט זיך צוצוגרייטן צו די חתונה, זיך איינקויפן שיינע קליידער, שיינע צורינגען, זיך אויסרישן חתונה צו האבן, ווילסטו אויך ווארטן די צייט?"
"וואס עפעס? איך וועל נישט אפשטיפן מיט קיין איין מינוט זיך צו טרעפן מיט מיין הייליגן מאן יצחק וועגן נארישע קליידער און צורינג" (74)
לבן: מיינט עס אז דו האלטסט טאקע באמת ביים גיין? און פון אונטער אים איז געשטאנען די מאמע און געווינקען מיט די הענט און מיט די קאפ אז זי זאל האבן שכל און ענטפערן ניין.
אבער די הייליגע רבקה אמנו איז געווען קליגער פון דעם, זי האט זיך שוין געוואלט זעהן אינדרויסן פון דעם הויז וואס איז געווען פול מיט עבודה זרה, און אנקומען צו די הייליגע שטוב פון אברהם און יצחק אבינו.
"איך וועל גיין!" האט רבקה געענטפערט מיט א זיכערע שטימע, בלית ברירה האבן זיי איר באגלייט אן קיין מתנות וואס מ'גיבט געווענטליך פאר א כלה, נאר מיט אפאר ברכות.
לבן: די ברכה וואס אברהם האט באקומען אז זיינע אייניקלעך זאלן זיך ציילן אין די צענדליגער טויזענטער, זאל מקוים ווערן ביי דיינע קינדער, און איך בעט דיר שוועסטער, זאלסט זיין גוט צו דיין מאן, אזוי אז ער זאל נישט נעמען קיין צווייטע ווייב און נאר דיינע קינדער זאלן זיין אין די ברכה. (75)
ווייניגער ווי פיר און צוואנציג שעה נאכדעם וואס אליעזר איז אנגעקומען קיין חרן, 12:00 מיטאג, (76) האט זיך די גאנצע שטאט פארזאמלט (77) צו באגלייטן די גרופע פון אליעזר מיט זיינע באגלייטער, און רבקה מיט אירע באגלייטער וואס האבן זיך ארויסגעלאזט פון חרן קיין חברון.
תיכף נאכדעם וואס אברהם האט געשיקט אליעזר קיין חרן טרעפן א שידוך פאר יצחק, האט אברהם געשיקט אהיימרופן יצחק פון ישיבת שם ועבר, ער זאל זיין גרייט ווען אליעזר קומט צוריק מיט די כלה.
ס'איז געווען 3:00 נאכמיטאג, יצחק האט זיך געגרייט צו דאווענען מנחה, איז ער געגאנגען צום מערת המכפלה, (78) ער האט געטראכט צו זיך, "איך וועל אינזין האבן ביי מנחה אליעזר זאל מצליח זיין מיר צו טרעפן א גוטן שידוך, (79) נאך מנחה וועל איך זיך טרעפן אביסל מיט מיינע אלטע גוטע פריינט, (80) איך וועל זיך אביסל אומקוקן צו די פעלד ארבעטער ארבעטן גוט ביים איינפלאנצן די ביימער, (81) און דערנאך וועט מען זיך זעצן לערנען."
אבער אויפן וועג האט אים אפגעווארט א גרויסע איבערראשונג, ער זעהט ווי א גרופע קעמלען קומען צו פארן אין זיין ריכטונג, יצחק איז אראפגעגאנגען פונעם אויסגעטראטענעם וועג כדי זיך צו דערנענטערן צו די גרופע, (82) "ווער איז דער הייליגער מענטש וואס זיין צורה שיינט אזוי? איך זעה ער איז ספעציעל אראפ פונעם וועג צו קומען צו אונז"
"דאס איז דאך יצחק! דיין חתן." האט אליעזר איר געזאגט.
רבקה האט זיך געגעבן שנעל א בייג אראפ צו די זייט, און זי האט זיך באדעקט דעם פנים, כדי דער חתן זאל איר נישט זעהן פאר די חתונה.
אליעזר האט דערציילט פאר יצחק אלע ניסים וואס ער האט געהאט דעם גאנצען טאג, און וויפיל סייעתא דשמיא און השגחה פרטית ער האט געהאט, יצחק האט דערפון פארשטאנען אז דאס איז טאקע זיין באשערטע זיווג, און ער האט חתונה געהאט מיט רבקה.
און ווי פרייליך איז יצחק געווען ווען דער וואלקאן וואס האט געשוועבט העכערן געצעלט אין די צייטן פון זיין מאמע שרה איז צוריק געקומען, די ברכה איז ווידער אריינגעקומען אין די טייג, און די ליכט האבן געברענט פון שבת ביז שבת, "זי איז טאקע פאסיג אריינצוקומען אין מיין מאמעס געצעלט" האט יצחק געזאגט, ענדליך האט יצחק זיך געטרייסט נאך זיין מאמע שרה, און ער האט גאר ליב באקומען רבקה'ס מעשים טובים.(83)
מקורות
40. פרקי דר"א. 41. מדרש רבה 42. מדרש הגדול.43. עץ יוסף על מ"ר. 44. אוה"ח. 45. פרקי דר"א פט"ו, 46. בעל הטורים 47. מס' סופרים. 48. כלי יקר. 49. ילקוט מעם לועז. 50. עקידת יצחק. 51. אוה"ח. 52. ילקוט מעם לועז. 53. של"ה. 54. ספורנו. 55. אוה"ח 56. לקח טוב. 57. ילקוט שמעוני. 58. מדרש רבה ס. 59. מדרש הגדול. 60. רמב"ן. 61 אבות דר"ן פ"ח. 62. בעל הטורים. 63. בראשית רבה, ס, ז. 64. בעל הטורים. 65. עץ יוסף. 66. אלשיך. 67. ספורנו. 68. מדרש. 69. מדרש שכל טוב. 70. תרגום יונתן. 71. מדרש רבה ס. 72. ספורנו. פרקי דר"א פט"ז. 74. רשב"ם. 75. ספורנו. 76. פרקי דר"א 77. מדרש שכל טוב. 78. זוה"ק. 79. כלי יקר. 80. רמב"ן, 81. רשב"ם, 82. פירוש הרא"ש, רשב"ם. 83. רמב"ן.

לתועלת די וואס ווילן ארויספרינטן, א פי די עף פון די גאנצע מעשה.
א גוטן און פרייליכן שבת קודש, און פארגעסט נישט איבערצוגעבן נאך שבת אייערע הערות.

- אטעטשמענטס
-
- Medresh Chaye Sarah.pdf
- מדרשי חיי שרה
- (143.02 KiB) געווארן דאונלאודעד 531 מאל
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 33575
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5399
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- ליינער
- שר האלף
- תגובות: 1935
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
- לאקאציע:אינעם עולם הליין מאטריאל
קודם כל וויל איך באדאנקען אונזער שיינעם "גראדער" שרייבער פאר אלע זיינע ארטיקלעך און בפרט פארן אראפלייגען די וועכענטליכע סדרה אזוי שיין און קלאר.
און אן עקסטערען יישר כח פאר די אלע וואס העלפען ארויס מיטן עס ארויפלייגען אויף PDF,
און א ביטע צו די אלע איך האב ארויסגעפרינט די אלע וואכען און יעדע וואך באזונדער איז אנדערש אויפגעסעט
ביטע טרייען זיך צו האלטען צו איין שניט
א גיט שבת פון א שטענדיגע "ליינער"

נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
הרב גראדער,
נישטא די פאסיגע ווערטער ארויסצוברענגן דעם הכרת הטוב וואס מיר [אני וב"ב ויוצ"ח] זענען דיר שולדיג, ממילא עלעכעס מוזן לאזן ביי א פשוטן: יישר כח!
לגבי דעם וואס עטליכע האבן שוין אויפגעברענגט וועגן ליינען פון די צעטלעך ביים שבת טיש. איך האב זיך אן עצה געגעבן מיט דעם פראבלעם אויף אזא אופן:
קודם כל איז עס סייווי זייער לאנג פאר מיר אלעס צו פארציילן אויפאיינמאל ביי איין סעודה, צווייטנס, האב איך דאך ב"ה ביז פרשת נח תשע"א אויך געהאט וואס צו זאגן און פארציילן פאר די קינדערלעך שיחי', הקטנים עם הגדולים, צוזאמען און באזונדער, נאר גראדער'ס סחורה איז פארט געווען עפעס אויסטערליש ממש א דבר השוה לכל מקטן ועד גדול, מקטנה ועד גדולה, און אפילו פאר די ב"ב אויכעט, ממילא האב איך נישט געהאט קיין ברירה און דער שבת טיש פון פ' נח און פ' לך, האט טאקע געדויערט לענגער ווי ביז היינט, און דא און דארט האבעך מקצר מיט אנדערע ענינים.
פ' וירא האבעך שוין געזען אז עס נעמט צו לאנג און איך מוז זיך עס אויך גוט פארקוקן עס צו מאכן גענוג אינטערסאנט און דראמאטיש, אז ס'זאל נישט אויסקוקן ווי איך ליין בלויז נאך פון א צעטל, ממילא האב איך איינגעפירט א נייע זאך, נעמליך, איך קוק זיך פאר איין זיסן אנעקדאט פון דעם באשרייבונג און דאס פארצייל איך פאר די קלענערע מיט'ן גאנצן זאפט, בתוספת מלח ותבלין וכו', "נישט פון א צעטל". אויסערדעם געב איך דאס נאך בעפאר שבת צו ליינען פאר איינעם פון די עלטערע קינדער, [יעדע וואך וועט זיין א אנדערע] און דאס קינד ווערט מכובד צו פארציילן פאר יעדן.
פאריגע וואך האב איך עס געגעבן פאר מיין טינעידש טאכטער צו ליינען און זי האט עס פארציילט פאר די קלענערע בשעת די סעודה, און ס'האט זיך ב"ה גוט אויסגעארבייט, אזוי ווייט אז שבת נאכמיטאג האט זי מיט דעם "'אינטערגעקויפט" די קליינע און זיי צוגעזאגט אז אויב זיי גייען שלאפן וועט זי ווייטער פארצייילן די מעשה אין זייער בעדרום...
אני כשלעצמי האב זיך די וואך פארגעקוקט גראדער'ס שילדערונג פון די באגעגעניש צוווישן אליעזר און רבקה, וווייל איך האב זיך סייווי אנגעגגרייט חומר איבער'ן ענין פון חסד וכו' וואס דאס איז געווען דער סימן אז רבקה איז ראוי אריינצוקומען אין שטוב פון אברהם וכו',
אגב, הרב גראדער, ס'וואלט אינטערסאנט געווען פאר דיר אביסל זיך צו פארברייטערן און מוסיף זיין דאס ווארט וואס מ'זאגט נאך פון בעלזער רב זי"ע אז אברהם אבינו האט מיטגעשיקט קליידער פאר רבקה, כדי צו ווייזן מיט וואספארא מלבושי צניעות מ'דארף גיין אנגעטאהן ביי אים אין שטוב וכו', איך פארלאז זיך אויף דיין אימעדזשינעישאן דאס אראפצולייגן אויף דיין שטייגער.
און אזוי שרייבעננדיג פאלט מיר ביי א גוטן נאמען פאר דיין ווערק: ספר הישר!!! [ישר= גראדע"ר, פאר ווער ס'כאפט נישט...]
[אפשר האט דאס שוין איינער פריער געזאגט? אויב יא, ברוך שכוונתי]
גוט שבת טייערע חברים.

גראדער גראדער, בלשון חיבה, קודם א עקסטערע יישר כח פארן אזוי שנעל צוהערן מיין געבעט, ס'איז עפרישיעטעד.
און יעצט א פרישן יישר כח פאר די נייע חלק, ס'איז באמת הערליך אראפ געלייגט, אזוי ווי די פריערדיגע שרייבן דא, אין מח האבעך מיך געזען ביי בתואל אין דיינינגרום ביים טיש, פיל מיט טעלער'ס און פירות וכו'.
אין איין ווארט, (וויפיל?) ס'איז הערליך.

די וואך שבת בין איך געווען ביי מיין טאטע'ן אויף שבת האב איך מיט גענומען דעם קונטרס אזוי ליינענדיג גייט אריבער מיין ברודער א ישיבה בחור און בליקט אריין וואס איך ליין אזוי ווי ער קוקט אפאר שורות פרעגט ער מיר ''פון גראדער'' ?
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט פון ווי א ישיבה בחור זאל וויסן. פרעג איך אים פון ווי ווייסטו דערפון ?
זאגט ער מיר אז אין ישיבה דרייט זיך ארום קאפיס פון דעם.
און נאכאמאל א גרויסן ישר כח.

- טראכט גוט וועט זיין גוט
- שר חמש מאות
- תגובות: 561
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm
נישט מער ווי מענטשליך זונטאג צופרי נאכאמאל צו געבן א יישר כח פארן ספר הישר (קרעדיט: מה פתאום)
מיין יונגל פרעגט מיר וואך איין וואך אויס ערב שבת עם חשיכה
טאטי, האסט די מעשה פון מרד...
אלעס על שם ארטיקל הראשונה
איז נאכאמאל א שכויעך

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.